בלאט 5 פון 11

געשריבן: מאנטאג סעפטעמבער 12, 2011 5:15 am
דורך msp
איט העפענס טו אלל אף אס....

געשריבן: מאנטאג סעפטעמבער 12, 2011 11:14 am
דורך SPUSMN
רשכבהג האט געשריבן:תאטי לערנט מאמי וואשט דישעס
באבי באקט לכבוד יו"ט


נוסח אחר: באבי באקט לאטקעס יו"ט

געשריבן: מאנטאג סעפטעמבער 12, 2011 11:16 am
דורך SPUSMN
רשכבהג האט געשריבן:תאטי לערנט מאמי וואשט דישעס
באבי באקט לכבוד יו"ט


צוריק צו וועיקס מאכט עס

יודען לויפען בויען בית-המקדש
דארטען וועלען מיר לערנען תורה

געשריבן: מאנטאג סעפטעמבער 12, 2011 11:18 am
דורך msp
דאס איז גוט
איז דאס טאקע פון דיין יוגענט

געשריבן: מאנטאג סעפטעמבער 12, 2011 11:20 am
דורך SPUSMN
האניג האט געשריבן:תאתי נעמט צו באבי'ס הוט.


די דערמאסט מיר אז איינער איז געגאנגען אויף א בית החיים און ער זעהט אויך יעדער צווייטער מציבה שטייט "תנצבה", פרעגט ער, וואס? עס איז איז געווען א מגיפה און שנת תנצב"ה? ו

געשריבן: מאנטאג סעפטעמבער 12, 2011 11:21 am
דורך SPUSMN
רבי מנחם שלום, יא, אבער עס איז נישט מיינס

געשריבן: זונטאג מאי 06, 2012 10:00 am
דורך דערציילער
נאכן עסן א פליישיג טעלער זופ האט מיין 2 און א האלב טאכטער געבעטען מילעך, נאכן איר זאגען אז זי איז פליישיג, האט זי זיך אנגערופען "אה אה, איך בין נישט פליישיג, איך בין זופעדיג"

געשריבן: מיטוואך ינואר 30, 2013 10:00 am
דורך תרגום יונתן
כ'בין נעכטן אריין צו מיין רבי'ן שליט"א און געזאגט פאר מיין אינגל אז מען גייט צו א צדיק, פרעגט ער אויב מען גייט צום בעש"ט.

#אידיש_נחת

געשריבן: מיטוואך ינואר 30, 2013 2:04 pm
דורך לכתחילה אריבער
האט מיין טאכטער אויפגעטאן אזוי:

אז "נעגל וואסער" דרייט זיך איבער, ווערט א "וועגל נאסער"!!

געשריבן: מיטוואך ינואר 30, 2013 2:07 pm
דורך דעת זקנים
לכתחילה אריבער האט געשריבן:האט מיין טאכטער אויפגעטאן אזוי:

אז "נעגל וואסער" דרייט זיך איבער, ווערט א "וועגל נאסער"!!

;l;p- ;l;p-
דעם טאכטער'ס אן אויפטוה אדער דעם טאכטער'ס פאטער?

געשריבן: מיטוואך ינואר 30, 2013 2:12 pm
דורך לכתחילה אריבער
דעת זקנים האט געשריבן:
לכתחילה אריבער האט געשריבן:האט מיין טאכטער אויפגעטאן אזוי:

אז "נעגל וואסער" דרייט זיך איבער, ווערט א "וועגל נאסער"!!

;l;p- ;l;p-
דעם טאכטער'ס אן אויפטוה אדער דעם טאכטער'ס פאטער?

שוין, ס'מיין אייגענע! נא וואס האסטו געוואלט, כ'זאל אריין לייגען אין "קינדערישע שמועסען" א ווארט פון א "טאטע"??

געשריבן: מיטוואך ינואר 30, 2013 2:20 pm
דורך תרגום יונתן
מיין קליינטשיגס האט אמאל געפרעגט זיין מוטער, זייענדיג אין געשעפט נעבן די גריצייגן, אויב דאס איז די קארן פסח...

געשריבן: דאנארשטאג ינואר 31, 2013 4:06 am
דורך msp
געשמאק און זיס.....

געשריבן: דאנארשטאג ינואר 31, 2013 2:47 pm
דורך יוסף שרייבער
לכתחילה אריבער האט געשריבן:האט מיין טאכטער אויפגעטאן אזוי:

אז "נעגל וואסער" דרייט זיך איבער, ווערט א "וועגל נאסער"!!

און מיין טאכטער זאגט פאר איר ברידער אז מען גייט טוישען זיין נאמען פון ישע'לה אויף שרייעלע.

געשריבן: דאנארשטאג ינואר 31, 2013 2:48 pm
דורך תרגום יונתן
חחחח, א פיינע מבינה.

געשריבן: מאנטאג מאי 06, 2013 8:43 pm
דורך ק.נ.א. וועטער
איבער די ניגון "אונטער משה'לעס וויגעלע שטייט א גאלדענע ציגעלע"

http://knowledgepangs.wordpress.com/2012/03

געשריבן: מאנטאג מאי 06, 2013 9:53 pm
דורך לוי יצחק
אוי האסטו ערוועקט אין מיר זכרונות... יוי פלעגט זיך שלאפן זיס נאכדעם, אהההה......

געשריבן: דאנארשטאג יולי 11, 2013 11:31 pm
דורך קיקיון
אריינגעשריבען אין א משניות פאר א לעבדיגען בעל כשרון (כתה ה)
א מנחת זכרון פאר אינזער ליבען אייניקעל חיים נ"י פון דעם ליכטיגען און לעבעדיגען
יו"ט וואס מיר האבען געהאט ציזאם מיט דיינע עלטערען און ברידער דער רבוש" ע
זאל דיר העלפען אז אז די זאלסט מישען א סך א סך בלעטער אין די הייליגע תורה
און אלעמאל טרעפען נייעס און די זאלסט וואקסען א ת"ח יר"ש ומצליח ברענגען פיל
נחת פאר דיינע זיידעס באבעס עלטערען און רבי'ס

צוריק באקימען
יי כ משניות.png
יי כ משניות.png (172.99 KiB) געזעהן 1865 מאל

געשריבן: דאנארשטאג יולי 11, 2013 11:47 pm
דורך לוי יצחק
WOW! אפילו אין דעם אשכול האט ר' קיקיון געטראפן אן אינטרעסאנטע זאך צו זאגן, מיט'ן פארצייטישן חן...

כי אורך ימים ושנות חיים ושלום יוסיפו לך.

געשריבן: פרייטאג יולי 12, 2013 11:21 am
דורך מאנ-יימער
צוקער זיס, זאלסט שעפן פון אים הויפענעס אידיש נחת.

געשריבן: פרייטאג יולי 12, 2013 12:36 pm
דורך קיקיון
דער מנהל זעט ווי איציקעל שטייט און ווישט זיך די הענט און ניצט איין פאפיר נאכען צוויטען
די מיינסט אז פאפיר וואקסט אויף ביימער?
יא מען מאכט עס פון ביימער און עס איז דא לעבען חדר
און ווער זאל עס מאכען?
דער סגן מנהל
(דער טיטעל סגן מנהל האט מען באשאפען פאר א לא יצלח וואס מען האט אריינגענימען אין ת"ת אלס רחמנות)

געשריבן: פרייטאג יולי 12, 2013 1:58 pm
דורך קיקיון
-------- אריגענעלע הודעה --------
קעפל: Re: "קינדערישע שמועסען"
צייט: פרייטאג יולי 12, 2013 1:38 pm
פון: לוי יצחק
צו: קיקיון

לוי יצחק האט געשריבן:נושא: "קינדערישע שמועסען"

קיקיון האט געשריבן: (דער טיטעל סגן מנהל האט מען באשאפען פאר א לא יצלח וואס מען האט אריינגענימען אין ת"ת אלס רחמנות)

ביטע אויסמעקן די לעצטע שורה, ס'קען פוגע זיין אין מענטשן.


אזוי ווי די מנהלים ווילען העכערן מיינע ציפערען און האבען צוגענימען מיין "פאררעכט" קנעפיל מוז איך מסביר זיין אז איך האב געמיינט "יענעם" געוויסען ת"ת
איך האב זיך דערמאנט די מעשה ווייל איך האב זיך געטראפען מיט א סגן מנהל און ער האט שטאק האט געהאט
"ניט חילוק דיר טיטעל דער עיקר וואס מ'צאלט

געשריבן: פרייטאג יולי 12, 2013 2:02 pm
דורך לוי יצחק
קינדערישע שמועסן דא, איא?

"מנהל, מנהל, אָם אָם קיקיון וויל צוריק האבן זיין קנעפל, ער שעמט זיך צו בעטן"...

געשריבן: פרייטאג יולי 12, 2013 2:55 pm
דורך לכתחילה אריבער
קיקיון האט געשריבן:אזוי ווי די מנהלים ווילען העכערן מיינע ציפערען און האבען צוגענימען מיין "פאררעכט" קנעפיל ......

פאר אייביג, אדער א קנס פאר א צייט?

געשריבן: זונטאג יולי 14, 2013 3:12 am
דורך קיקיון
זיכענדיג אן אלטען אימעיל האבעך איך געטראפען

ש"ק ביים טיש האב איך בתוך הדברים נאכגעזאגט דעם מלבים'ס קושיא
פארוואס האט מנוח געבעטען אז דער נביא/מלאך זאל צירוק קימען
אויסלערנען הלכות נזירות ? ער וואלט דעדארפט גיין אין "בית המדרש

ריפט זיך אן מיין אייניקעל שתחי' עס איז דאך געווען בימי השופטים
וואס איש הישר בעיניו יעשה. ששפטו את שופטיהם