בלאט 5 פון 13

געשריבן: מאנטאג סעפטעמבער 12, 2011 11:16 am
דורך SPUSMN
רשכבהג האט געשריבן:תאטי לערנט מאמי וואשט דישעס
באבי באקט לכבוד יו"ט


צוריק צו וועיקס מאכט עס

יודען לויפען בויען בית-המקדש
דארטען וועלען מיר לערנען תורה

געשריבן: מאנטאג סעפטעמבער 12, 2011 11:18 am
דורך msp
דאס איז גוט
איז דאס טאקע פון דיין יוגענט

געשריבן: מאנטאג סעפטעמבער 12, 2011 11:20 am
דורך SPUSMN
האניג האט געשריבן:תאתי נעמט צו באבי'ס הוט.


די דערמאסט מיר אז איינער איז געגאנגען אויף א בית החיים און ער זעהט אויך יעדער צווייטער מציבה שטייט "תנצבה", פרעגט ער, וואס? עס איז איז געווען א מגיפה און שנת תנצב"ה? ו

געשריבן: מאנטאג סעפטעמבער 12, 2011 11:21 am
דורך SPUSMN
רבי מנחם שלום, יא, אבער עס איז נישט מיינס

געשריבן: זונטאג מאי 06, 2012 10:00 am
דורך דערציילער
נאכן עסן א פליישיג טעלער זופ האט מיין 2 און א האלב טאכטער געבעטען מילעך, נאכן איר זאגען אז זי איז פליישיג, האט זי זיך אנגערופען "אה אה, איך בין נישט פליישיג, איך בין זופעדיג"

געשריבן: מיטוואך יאנואר 30, 2013 10:00 am
דורך תרגום יונתן
כ'בין נעכטן אריין צו מיין רבי'ן שליט"א און געזאגט פאר מיין אינגל אז מען גייט צו א צדיק, פרעגט ער אויב מען גייט צום בעש"ט.

#אידיש_נחת

געשריבן: מיטוואך יאנואר 30, 2013 2:04 pm
דורך לכתחילה אריבער
האט מיין טאכטער אויפגעטאן אזוי:

אז "נעגל וואסער" דרייט זיך איבער, ווערט א "וועגל נאסער"!!

געשריבן: מיטוואך יאנואר 30, 2013 2:07 pm
דורך דעת זקנים
לכתחילה אריבער האט געשריבן:האט מיין טאכטער אויפגעטאן אזוי:

אז "נעגל וואסער" דרייט זיך איבער, ווערט א "וועגל נאסער"!!

;l;p- ;l;p-
דעם טאכטער'ס אן אויפטוה אדער דעם טאכטער'ס פאטער?

געשריבן: מיטוואך יאנואר 30, 2013 2:12 pm
דורך לכתחילה אריבער
דעת זקנים האט געשריבן:
לכתחילה אריבער האט געשריבן:האט מיין טאכטער אויפגעטאן אזוי:

אז "נעגל וואסער" דרייט זיך איבער, ווערט א "וועגל נאסער"!!

;l;p- ;l;p-
דעם טאכטער'ס אן אויפטוה אדער דעם טאכטער'ס פאטער?

שוין, ס'מיין אייגענע! נא וואס האסטו געוואלט, כ'זאל אריין לייגען אין "קינדערישע שמועסען" א ווארט פון א "טאטע"??

געשריבן: מיטוואך יאנואר 30, 2013 2:20 pm
דורך תרגום יונתן
מיין קליינטשיגס האט אמאל געפרעגט זיין מוטער, זייענדיג אין געשעפט נעבן די גריצייגן, אויב דאס איז די קארן פסח...

געשריבן: דאנערשטאג יאנואר 31, 2013 4:06 am
דורך msp
געשמאק און זיס.....

געשריבן: דאנערשטאג יאנואר 31, 2013 2:47 pm
דורך יוסף שרייבער
לכתחילה אריבער האט געשריבן:האט מיין טאכטער אויפגעטאן אזוי:

אז "נעגל וואסער" דרייט זיך איבער, ווערט א "וועגל נאסער"!!

און מיין טאכטער זאגט פאר איר ברידער אז מען גייט טוישען זיין נאמען פון ישע'לה אויף שרייעלע.

געשריבן: דאנערשטאג יאנואר 31, 2013 2:48 pm
דורך תרגום יונתן
חחחח, א פיינע מבינה.

געשריבן: מאנטאג מאי 06, 2013 8:43 pm
דורך ק.נ.א. וועטער
איבער די ניגון "אונטער משה'לעס וויגעלע שטייט א גאלדענע ציגעלע"

http://knowledgepangs.wordpress.com/2012/03

געשריבן: מאנטאג מאי 06, 2013 9:53 pm
דורך לוי יצחק
אוי האסטו ערוועקט אין מיר זכרונות... יוי פלעגט זיך שלאפן זיס נאכדעם, אהההה......

געשריבן: דאנערשטאג יולי 11, 2013 11:31 pm
דורך קיקיון
אריינגעשריבען אין א משניות פאר א לעבדיגען בעל כשרון (כתה ה)
א מנחת זכרון פאר אינזער ליבען אייניקעל חיים נ"י פון דעם ליכטיגען און לעבעדיגען
יו"ט וואס מיר האבען געהאט ציזאם מיט דיינע עלטערען און ברידער דער רבוש" ע
זאל דיר העלפען אז אז די זאלסט מישען א סך א סך בלעטער אין די הייליגע תורה
און אלעמאל טרעפען נייעס און די זאלסט וואקסען א ת"ח יר"ש ומצליח ברענגען פיל
נחת פאר דיינע זיידעס באבעס עלטערען און רבי'ס

צוריק באקימען
יי כ משניות.png
יי כ משניות.png (172.99 KiB) געזען 2910 מאל

געשריבן: דאנערשטאג יולי 11, 2013 11:47 pm
דורך לוי יצחק
WOW! אפילו אין דעם אשכול האט ר' קיקיון געטראפן אן אינטרעסאנטע זאך צו זאגן, מיט'ן פארצייטישן חן...

כי אורך ימים ושנות חיים ושלום יוסיפו לך.

געשריבן: פרייטאג יולי 12, 2013 11:21 am
דורך מאנ-יימער
צוקער זיס, זאלסט שעפן פון אים הויפענעס אידיש נחת.

געשריבן: פרייטאג יולי 12, 2013 12:36 pm
דורך קיקיון
דער מנהל זעט ווי איציקעל שטייט און ווישט זיך די הענט און ניצט איין פאפיר נאכען צוויטען
די מיינסט אז פאפיר וואקסט אויף ביימער?
יא מען מאכט עס פון ביימער און עס איז דא לעבען חדר
און ווער זאל עס מאכען?
דער סגן מנהל
(דער טיטעל סגן מנהל האט מען באשאפען פאר א לא יצלח וואס מען האט אריינגענימען אין ת"ת אלס רחמנות)

געשריבן: פרייטאג יולי 12, 2013 1:58 pm
דורך קיקיון
-------- אריגענעלע הודעה --------
קעפל: Re: "קינדערישע שמועסען"
צייט: פרייטאג יולי 12, 2013 1:38 pm
פון: לוי יצחק
צו: קיקיון

לוי יצחק האט געשריבן:נושא: "קינדערישע שמועסען"

קיקיון האט געשריבן: (דער טיטעל סגן מנהל האט מען באשאפען פאר א לא יצלח וואס מען האט אריינגענימען אין ת"ת אלס רחמנות)

ביטע אויסמעקן די לעצטע שורה, ס'קען פוגע זיין אין מענטשן.


אזוי ווי די מנהלים ווילען העכערן מיינע ציפערען און האבען צוגענימען מיין "פאררעכט" קנעפיל מוז איך מסביר זיין אז איך האב געמיינט "יענעם" געוויסען ת"ת
איך האב זיך דערמאנט די מעשה ווייל איך האב זיך געטראפען מיט א סגן מנהל און ער האט שטאק האט געהאט
"ניט חילוק דיר טיטעל דער עיקר וואס מ'צאלט

געשריבן: פרייטאג יולי 12, 2013 2:02 pm
דורך לוי יצחק
קינדערישע שמועסן דא, איא?

"מנהל, מנהל, אָם אָם קיקיון וויל צוריק האבן זיין קנעפל, ער שעמט זיך צו בעטן"...

געשריבן: פרייטאג יולי 12, 2013 2:55 pm
דורך לכתחילה אריבער
קיקיון האט געשריבן:אזוי ווי די מנהלים ווילען העכערן מיינע ציפערען און האבען צוגענימען מיין "פאררעכט" קנעפיל ......

פאר אייביג, אדער א קנס פאר א צייט?

געשריבן: זונטאג יולי 14, 2013 3:12 am
דורך קיקיון
זיכענדיג אן אלטען אימעיל האבעך איך געטראפען

ש"ק ביים טיש האב איך בתוך הדברים נאכגעזאגט דעם מלבים'ס קושיא
פארוואס האט מנוח געבעטען אז דער נביא/מלאך זאל צירוק קימען
אויסלערנען הלכות נזירות ? ער וואלט דעדארפט גיין אין "בית המדרש

ריפט זיך אן מיין אייניקעל שתחי' עס איז דאך געווען בימי השופטים
וואס איש הישר בעיניו יעשה. ששפטו את שופטיהם

געשריבן: פרייטאג יולי 19, 2013 1:38 am
דורך לאדיךארויס
כבר נודע בשערים מפי אבותינו ורבותינו הניגון הידוע של " אוי וויי געמיך טיי".
ולכאורה הוא תמיה:

דבשלמא היינו דאמרינן "אין וואלד האב איך מורא לערן תורה" משום דתורה מגיני ומצלי.

אבל מה הוא הענין סמיכת שמיטה אצל הר סיני לומר "תורה איז 'צו' הייליג", אכן התורה הוא קודש כל כך אבל אין לומר "צו הייליג".

עוד קשה: וכי משום דהתורה קשה ללמוד, צריכין לאכול בייליג? וכי מה יועיל לו אכילת הבייליג ללמוד תורה או לנצח את פחדו וכ"ש כשהבייליג פארדארבן כל כך עד כדי להמית המן הרשע צורר היהודים שאכל פארדארבענע בייליג אצל סעודת אסתר ?

עוד קשה על הניגון הידועה "המן טאשן עסן מיר, שלעכטע שלעכטע המן טאקע וועגן דיר". אמאי אין מזמרין אותו על הסדר כאשר מדבר איש אל אחיו כגון זה "מיר עסן המן טאשן" ואמאי מהפכין הסדר ואומרין "המן טאשן עסן מיר"?

עוד צריך ביאור מהו הכפל לשון של "שלעכטע שלעכטע המן", היה די בפעם אחת? וגם כשמזמרין "לאטקעלע לאטקעלע" כופלין הלשון כמה פעמים ?

תיובתא דר' אבראמעלע מלמד תיובתא

געשריבן: פרייטאג יולי 19, 2013 8:07 am
דורך msp
ברענגסט אונז ווארעמע זכרונות....