אנקעטע: ווען לייגט איר ר"ת תפילין און זאגט די פרשיות

גריסן און שמועסן

אחראי: אחראי

ווען לייגט איר ר"ת תפילין און ווען זאגט איר די פרשיות ?

די וואלן האבן זיך פארמאכט מאנטאג ינואר 10, 2011 9:50 am

איך לייג צווישן שטילע און הויכע שמונה עשרה און איך זאג די פרשיות בין הפרקים פון אשרי ובא לציון/יום/קוה
8
21%
איך לייג צווישן שטילע און הויכע שמונה עשרה און איך זאג די פרשיות נאך עלינו
3
8%
איך לייג ביי הויכע שמ"ע און איך זאג די פרשיות בין הפרקים וכו'
4
10%
איך לייג בין הפרקים פון אשרי ובא לציון/יום/קוה און זאג אויך דעמאלט די פרשיות
2
5%
איך לייג בין הפרקים פון אשרי ובא לציון/יום/קוה און זאג די פרשיות נאך עלינו
9
23%
אין א טאג פון ליינען נוץ איך די זמן צווישן הוצאת ס"ת און אנהייב ליינען פארן רבינו תם
3
8%
איך לייג נאך עלינו, און דעמאלטס זאג איך די פרשיות
5
13%
איך לייג שפעטער במשך דעם טאג
5
13%
 
סך הכול שטימען: 39

אוועטאר
יגעתי ומצאתי
שר האלף
תגובות: 1459
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 31, 2011 5:02 pm

תגובהדורך יגעתי ומצאתי » זונטאג פאברואר 06, 2011 5:00 pm

בעל דעת האט געשריבן:איך פלעג אמאל זייער מקפיד זיין צי זאגען דע ד' פרשיות ביז איך האב געטראפען אין מש"ב הלכות ת"ב אז תשעה באב זאל מען נישט זאגען די ד' פרשיות וועגן עס נישט א חיוב צי זאגען ווערט שוין ווי לימוד התורה וואס טאר נישט אים ת"ב זיט דעמאלט בין איך שוין נישט מקפיד אויף דיעם

שטייט אין שלחן הטהור פונם קאמארנער זי"ע סי' ל"ח סעיף י"א אז ס'איז נישט קיין חיוב צו זאגן די פרשיות קדש והיה כי יביאך, און ער איז מעיד אז אזוי האבן זיך געפירט "כל הצדיקים ומורי אבי ומורי דודי רבינו צבי מ'זידיטשוב ז"ל.

אוועטאר
יגעתי ומצאתי
שר האלף
תגובות: 1459
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 31, 2011 5:02 pm

תגובהדורך יגעתי ומצאתי » זונטאג פאברואר 06, 2011 11:08 pm

יעצט געטראפן. די מקור צו זאגן אלע ד' פרשיות איז אין טעמי המנהגים.

הגה"ק מרן החת"ס זי"ע האט מקפיד געווען "נישט" צו ליינען קר"ש מיט ר"ת תפילין, ווייל הקורא קר"ש בלא תפילין כאילו מעיד עדות שקר און מעיקר הדין איז רש"י תפילין די ריכטיגע קומט אויס אז מ'ליינט קר"ש מיט ר"ת תפילין איז א חשש פון קורא בלא תפילין.

אוועטאר
געשמאקער
שר האלף
תגובות: 1475
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 10, 2008 7:27 pm
לאקאציע: נישט צום געפונען

תגובהדורך געשמאקער » מאנטאג פאברואר 07, 2011 7:12 am

צו שפעט צו וואטען אבער איך לייג נאך עלינו און כזאג נאר פר' שמע, משום טעמים שנ"ל
מיט דעם אלעם, א שמייכעל קענסט די נאך אלץ געבען ....

קויפט איר אויף איבעי? ביטע ניצט דעם לונק.
זה נהנה וזה לא חסר

אוועטאר
אדער יא
שר האלפיים
תגובות: 2598
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 11, 2018 11:00 am

תגובהדורך אדער יא » מיטוואך דעצמבער 05, 2018 4:03 pm

יגעתי ומצאתי האט געשריבן:יעצט געטראפן. די מקור צו זאגן אלע ד' פרשיות איז אין טעמי המנהגים.

הגה"ק מרן החת"ס זי"ע האט מקפיד געווען "נישט" צו ליינען קר"ש מיט ר"ת תפילין, ווייל הקורא קר"ש בלא תפילין כאילו מעיד עדות שקר און מעיקר הדין איז רש"י תפילין די ריכטיגע קומט אויס אז מ'ליינט קר"ש מיט ר"ת תפילין איז א חשש פון קורא בלא תפילין.

חידוש... ואין נוהגין כן.


צוריק צו “היימישע פארברענגן”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 9 געסט