אנקעטע: ווען גייט איר אוועק פון דאווענען
- שמעלקא טויב
- שר חמשת אלפים
- תגובות: 5396
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 04, 2010 2:41 pm
- לאקאציע: אויפ'ן באשעפער'ס וועלט'ל!
אנקעטע: ווען גייט איר אוועק פון דאווענען
אין די פיסטריט פון גראדער, גרויסע שיך, הא? עפענען מיר אן אשכול מיט א אנקעטע: ווען גייט איר אוועק פון דאווענען?
נישט ווען ענדיגט איר דאווענען, ווייל דער וואס גייט אוועק נאך שמו"ע האטעך נאכנישט געענדיגט...
אוודאי מאכט זיך אמאל אנדערש ווי געווענליך אז מ'דארף אוועקגיין פריער. דער אנקעטע איז "ווען איז אייער סדר אוועקצוגיין פון דאווענען" ס'זענען דא מענטשן וואס זייער סקעדזשול איז אויסגעשטעלט אז מ'דאווענט מיט א מנין וואס נאך אשרי מוז ער שוין לויפ'ן כאפן דעם באס וכו', קען זיך אמאל מאכן פריער אדער שפעטער, אבער זיין סקעדזשול איז דאס, ווידער זענען דע וואס דאווענען גענוג פרי צו בלייבן ביז נאך עלינו, הקיצור, לאמיר זעהן וואס אונזער עולם טוט.

- leiby
- שר שלשת אלפים
- תגובות: 3911
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 16, 2008 11:08 pm
- לאקאציע: צווישן אידן
וענד זיך ווען איך קום אן, אויב קום איך שפעט גיי איך שפעט, וכן...
שש מצות תמידיות: אהבת ה',יראת ה', יחוד ה', אמונה בה', שלילת ע"ז, ולא תתורו.
- יואל ווייס
- שר האלף
- תגובות: 1213
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יאנואר 28, 2009 9:25 am
- לאקאציע: אין גוטע הענט, ב"ה
- למעלה משבעים
- שר עשרת אלפים
- תגובות: 12438
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 02, 2008 10:17 pm
- לאקאציע: ערגעץ פארבלאנדזשעט אויף די גראדע וואסערן
געשטימט נאך תהלים
ווייל בדרך כלל זאג איך תהלים תיכף נאכן דאווענען (כהוראת רביה"ק הברך משה זי"ע), נאר נישט מיטן בעל תפלה, און דאס ווענדט זיך אויך ווי שטייט מיין בעל תפלה איז.
אבער איך מיין דו ביסט פעלערהאפטיג מיט די אנקעטע
וואס טוט זיך מיט ר"ת תפילין?
וואס טוט זיך מיט א קביעות'דיגע מנין? (איך גלייב ס'האט אסאך מיט דעם)
איך מאך יעצט א אנקעטע וועגן רבינו תם תפילין

אידעלע זיי פרייליך, שטארק דיך שטארק דיך אצינד, ווייל דו ביסט דאך א בן מלך, דעם באשעפער'ס קינד.
פעטריטשקע האט געשריבן:עפעס מאכט נישט סענס.....
רוב גייט אוועק נאך עלינו? ביי מיין מנין רופט מען שוין אריין מנין ביי קדיש תתקבל [נאך אשובל"צ].....
מן הסתם דאוונסטו פאר 7 - 8 ווייל נאך די שעה פאסירט דאס געווענליך נישט
אידעלע זיי פרייליך, שטארק דיך שטארק דיך אצינד, ווייל דו ביסט דאך א בן מלך, דעם באשעפער'ס קינד.
- farshlufen
- שר שלשים אלף
- תגובות: 35438
- זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
- לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק
- לאז געמאכט
- שר האלפיים
- תגובות: 2710
- זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 14, 2007 11:55 am
כ'בין ברוגז אויף דעם שטום בודקע! ס'ארא מין אפציע אידאס ארויסגיין פאר אשרי ובא לציון? א אפציע קעגן שו"ע איז קיין אפציע נישט!
אוואדי א אונס איז עפעס אנדערש, מאכט מען אבער דאס נישט אפיציעל. עס דערמאנט די דיסקלעמער אונטער די מנינים צעטל "כל הזמנים אחר סוף זמן תפילה הוא רק לאונס" - לענ"ד אידאס ליצנות געמאכט פון די גאנצע סוף זמן תפילה! אז אין שו"ע שטייט אז מ'טאר ניש דאווענען דעמאלט וואס מאכסטו מנינים דאן??? א דיסקלעמער איז גוט מען זאל נישט קענען קלאגן אין געריכט... עס פארענטפערט נישט א אומריכטיגע טאט.
פונקט געהערט א מעשה פון רבי'ן זי"ע פארציילט דורך ר' שמואל דוד גאנץ זז"ג, אמאל איז דער רבי אריינגעקומען און ביהמ"ד (פארן דאווענען) און ס'איז שוין געווען נאך חצות, איז געווען דארט אפאר אידן געהאלטן אינמיטן ליינען, דער רבי האט אזא שריי געגעבן "וואס איז דאס דאווענען נאך חצות???" דער עולם האט זיך דערשראקן מען האט א טראג צוריק געגעבן דעם ספר אין זענען אלע ארויס געלאפן פון שול.... ענליכע מעשיות איז אויך באקאנט ביי אנ"ש ווי ווייט דער רבי האט מקפיד געווען מען זאל נישט דאווענן שפעט.

- קוגל מיט פיקל
- שר חמישים ומאתים
- תגובות: 338
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 29, 2018 11:37 am
Re: אנקעטע: ווען גייט איר אוועק פון דאווענען
נאך עלינו
אויב די ווילסט מיר עפעס זאגן ציטיר מיר
[email protected]- כאניש וואס צו טון
- שר עשרים אלף
- תגובות: 22317
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 04, 2017 6:18 pm
- לאקאציע: אפן וועג צום ארבייט
- פארבינד זיך:
Re: אנקעטע: ווען גייט איר אוועק פון דאווענען
געוואנדן אין דעם בעל תפילה
אבער געווענליך נאך תהילים
אבער געווענליך נאך תהילים
די לעכטיגע טעג זענען שוין נענטער ווי ווייטער!
- לייטער
- שר תשעת אלפים
- תגובות: 9019
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 31, 2018 10:14 am
- לאקאציע: אויפן לייטער
Re: אנקעטע: ווען גייט איר אוועק פון דאווענען
ביי קוה טיט מען אויס די ר''ת ביי קדיש די טלית
אויב ביי מיין פריע מנין גייט צו איינער וואס האט אין זיין לעבן נישט געפאנטש קיין פאנטש קארט איז שוין נישט דא קיין מנין ביי די לעצטע קדישים, די עולם בילט די אוועק גיין אויף די בעל תפילה חשבון

וואטעווער....
- כאניש וואס צו טון
- שר עשרים אלף
- תגובות: 22317
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 04, 2017 6:18 pm
- לאקאציע: אפן וועג צום ארבייט
- פארבינד זיך:
Re: אנקעטע: ווען גייט איר אוועק פון דאווענען
איך בלייב אייביג דארט
די לעכטיגע טעג זענען שוין נענטער ווי ווייטער!
Re: אנקעטע: ווען גייט איר אוועק פון דאווענען
כאניש וואס צו טון האט געשריבן:איך בלייב אייביג דארט
לייק
הק' אלי' ראובן לאנדא
- יאנקעלע גרין
- שר חמישים ומאתים
- תגובות: 276
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 13, 2022 3:56 pm
- לאקאציע: ביים שכן'ס גרינערע גראז
Re: אנקעטע: ווען גייט איר אוועק פון דאווענען
בחור'ל-מ'בלייבט אין ישיבה...
רבותי, לאזט אייך נישט פארשעמען, זאגט אייער מיינונג איבער דאס וואס מען זאגט אז אמעריקאנער זענען גראבער חברה!
פאר צו וועלן
דריק דא!
עפעס ענליך'ס!!!
פאר צו וועלן
דריק דא!
עפעס ענליך'ס!!!