בלאט 2 פון 5

געשריבן: מאנטאג דעצעמבער 06, 2010 11:45 pm
דורך וואדקע
א זיס ווארט

געשריבן: דינסטאג דעצעמבער 07, 2010 2:05 am
דורך ביקסאד

געשריבן: דינסטאג דעצעמבער 07, 2010 11:48 am
דורך מאנאגרעמס
זאגן ויהי נועם שטייט נאך פון בעש"ט הק'.

געשריבן: דינסטאג דעצעמבער 07, 2010 12:02 pm
דורך וואדקע
ביקסאד דיין לינק האט מיר געקאסט א לאך,
ממש יעדע תגובה פון דא און יעדע עצה ווערט דארט נאכגעשריבן ווארט ביי ווארט, עס קען זיך דאכטען אז מען האט גענומען די גאנצע אשכול און אריינגעפעיסט צו גוגל טרענסעלעט, איין קליינע שינו איז דא דארט אז אנשטאט עסן לאטקעס איז ער מציע צו עסן דאונטס, זעהט אויס אז גוגל מאכט נישט קיין נפק"מ צווישען לאטקעס און דאונאטס

געשריבן: דינסטאג דעצעמבער 07, 2010 12:27 pm
דורך וויכטיג מאכער
איך פארשטיי אינגאנצן נישט דעם פראבלעם, מ'נעמט א טיימער, און מ'טיים'ט ווי לאנג ס'נעמט צו זינגען ויהי נועם איין מאל, דאן נעמט מען א קאלקיולעיטער און מ'מאכט טיימס סעווען, און מ'דריקט = און מ'געדענקט גוט די נאמבער.

ווען מ'גייט זינגען ביי די לעכטעלעך ויהי נועם, נעמט מען אפיר דעם באהאלטענ... אךךך... דעם טיימער, און מ'שטעלטעס אן אויף יענע נאמבער, און מ'נעמצעך זינגען. ווי נאר די טיימער גיבט א פייף ווייסט מען אז מ'איז פיניש...

אויב פייפט די טיימער אינמיטן ויהי נועם, איז אזוי; אויב איזעס מער צום סוף, זאל מען פינישן, און אויב זעהט מען ווען מ'פינישט אז ס'נאך דא ממש אפאר סקונדעס אויפן טיימער, זאל מען נישט זאגן נאכאמאל. און אויב פייפט די טיימער פינקט אינמיטן, איז ראטזאם אז מ'זאל רי'קאלקיולעיטן...

געשריבן: דינסטאג דעצעמבער 07, 2010 12:45 pm
דורך אלף בית
כ'האב געזעהן אין א וויזניצע חנוכה זאגער'ל. אז מ'זאגט ויהי נועם זיבן מאל הויעך אין איינמאל שטול.
אפשר שטאמט דער מנהג, ווייל מ'ווערט צומישט, און מ'ווייסט נישט אויב מ'האט שוין געזאגט 7 מאל, גיט מען אזא זאג אפ נאכאמאל שטיל.

געשריבן: דינסטאג דעצעמבער 07, 2010 12:52 pm
דורך דארפסמאן
ב"ה היי יאר האב איך נישט קיין פראבלעם, מיין קליינער ציילט ב"ה און ער האלט חשבון ווי איך האלט און שרייט הויך איינס צוויי דריי וכד'

געשריבן: דינסטאג דעצעמבער 07, 2010 3:57 pm
דורך קענטעלאופ
אין ניקולשבורג איז דער מנהג אז דער גאנצער קהל זינגט אינאיינעם 7 מאל אנא בכוח, זעט אויס זיי האבן אויך געהאט דעם פראבלעם אז מען האט פארגעסן ווי מען האלט (הגם ברבים דארף נישט זיין אזא פראבלעם ווייל חברא חברא אית ליה) האבן זיי איינגעפירט אז מען זינגט יעדע ווארט 7 מאל ווי פאלגענד
אנא אנא אנא אנא אנא אנא אנא - בכח בכח בכח בכח בכח בכח בכח - גדולת גדולת גדולת גדולת גדולת גדולת גדולת - וכו' וכו' וכו'

סאיז זייער אינטערעסאנט ווי ביי ברוך שם כבוד מלכותו לעולם ועד צינגט מען דאס שטיל
ברוך ברוך ברוך ברוך ברוך ברוך ברוך - שם שם שם שם שם שם שם - כבוד כבוד כבוד כבוד
עס זעט אויס ווי די בעיבי שלאפט און מרעדט שטיל

געשריבן: דינסטאג דעצעמבער 07, 2010 4:00 pm
דורך שמערי בערי
קענטעלאופ, דאס איז בכלל נישט א ניקלשבורג'ער איינפירעכץ, אין הונדערטער אידישע היימען (מיינס בכללם) זינגט מען אנא אנא אנא...

געשריבן: דינסטאג דעצעמבער 07, 2010 4:06 pm
דורך והוא פלאי
קענטעלאופ האט געשריבן:אין ניקולשבורג איז דער מנהג אז דער גאנצער קהל זינגט אינאיינעם 7 מאל אנא בכוח, זעט אויס זיי האבן אויך געהאט דעם פראבלעם אז מען האט פארגעסן ווי מען האלט (הגם ברבים דארף נישט זיין אזא פראבלעם ווייל חברא חברא אית ליה) האבן זיי איינגעפירט אז מען זינגט יעדע ווארט 7 מאל ווי פאלגענד
אנא אנא אנא אנא אנא אנא אנא - בכח בכח בכח בכח בכח בכח בכח - גדולת גדולת גדולת גדולת גדולת גדולת גדולת - וכו' וכו' וכו'

סאיז זייער אינטערעסאנט ווי ביי ברוך שם כבוד מלכותו לעולם ועד צינגט מען דאס שטיל
ברוך ברוך ברוך ברוך ברוך ברוך ברוך - שם שם שם שם שם שם שם - כבוד כבוד כבוד כבוד
עס זעט אויס ווי די בעיבי שלאפט און מרעדט שטיל

אין סקולען זינגט מען דאס אויך, און מען זאגט אז עס שטאמט פון בעל שם טוב

געשריבן: דינסטאג דעצעמבער 07, 2010 4:08 pm
דורך והוא פלאי
ווער בין איך? האט געשריבן:יעצט אויסגעפונען אז ס'דא וואס זאגן עס, וואס איז די ענין דערביי? ווען זאגט מען עס? מיין טאטע האטעס נישט געזאגט און זאגטעס נאכאלס נישט.

דער ענין פון זאגן ויהי נועם, 1 מאל צו 7, איז להבריח החיצונים, פ"וו פונקט ביי חנוכה לעכט איז דא כמה טעמים, ואחד מהטעמים הפשוטים, ווייל מען טוט א מצוה אין זייער טעריטאריע, בלילה, למטה מעשרה, ברה"ר, וכו', וויל מען נישט אז זיי זאלן האבן אן אחיזה אין די מצוה, אדער אז זיי זאלן נישט טשעפן ווייל מען איז זיך מגרה מיט זיי
ויש עוד כמה טעמים, וד"ב

געשריבן: דינסטאג דעצעמבער 07, 2010 8:18 pm
דורך סאדע_באטל
הייסט די חיצונים צומישן צווישן 1 מאל און 7 מאל....

געשריבן: דינסטאג דעצעמבער 07, 2010 8:39 pm
דורך ווינקל
אלף בית;
פלצתי שבע פעמים בקול גדול ופעם אחת בלחש!

געשריבן: דינסטאג דעצעמבער 07, 2010 9:08 pm
דורך מי יודע
שמערי בערי האט געשריבן:קענטעלאופ, דאס איז בכלל נישט א ניקלשבורג'ער איינפירעכץ, אין הונדערטער אידישע היימען (מיינס בכללם) זינגט מען אנא אנא אנא...

גם אני וגם אבי וגם אבי אבי נוהגין כן, וגם אבי זקיני היה נוהג כן עוד לפני התייסדות מלכות ניקלשבורג...

געשריבן: מיטוואך דעצעמבער 08, 2010 3:01 am
דורך ביקסאד
והוא פלאי האט געשריבן:
קענטעלאופ האט געשריבן:אין ניקולשבורג איז דער מנהג אז דער גאנצער קהל זינגט אינאיינעם 7 מאל אנא בכוח, זעט אויס זיי האבן אויך געהאט דעם פראבלעם אז מען האט פארגעסן ווי מען האלט (הגם ברבים דארף נישט זיין אזא פראבלעם ווייל חברא חברא אית ליה) האבן זיי איינגעפירט אז מען זינגט יעדע ווארט 7 מאל ווי פאלגענד
אנא אנא אנא אנא אנא אנא אנא - בכח בכח בכח בכח בכח בכח בכח - גדולת גדולת גדולת גדולת גדולת גדולת גדולת - וכו' וכו' וכו'

סאיז זייער אינטערעסאנט ווי ביי ברוך שם כבוד מלכותו לעולם ועד צינגט מען דאס שטיל
ברוך ברוך ברוך ברוך ברוך ברוך ברוך - שם שם שם שם שם שם שם - כבוד כבוד כבוד כבוד
עס זעט אויס ווי די בעיבי שלאפט און מרעדט שטיל

אין סקולען זינגט מען דאס אויך, און מען זאגט אז עס שטאמט פון בעל שם טוב

נלקח מבית רוז'ין, כמו"כ ב'סקאליא אומרים בתנועה מיוחדת שמסורה בידם בקבלה מהבעש"ט.

געשריבן: מיטוואך דעצעמבער 08, 2010 8:40 am
דורך והוא פלאי
איז סקאליא און בית רוזין דער זעלבע נוסח, אדער עכ"פ ענדליך

געשריבן: מיטוואך דעצעמבער 08, 2010 10:12 am
דורך קליקו
אין סקאליע האבן זיי א קבלה עד לבעשט אז מזאגט די ויהי נועם זיבן מאל פאר די ליכט צינדן!

געשריבן: מיטוואך דעצעמבער 08, 2010 2:28 pm
דורך קענטעלאופ
סארי איך האב געמיינט אז סיז א נייער מנהג
דער רבי זכרונו לברכה האט עס נישט געזאגט 7 מאל, איז דאך איבריג צו זאגן אז מיינע זיידעס און מיין טאטע האבן עס אויך נישט געזאגט 7 מאל האב איך געמיינט אז עס איז א נייער מנהג

געשריבן: מיטוואך דעצעמבער 08, 2010 2:34 pm
דורך מי יודע
די רבי ז"ל האט בכלל געזאגט ויהי נועם מיט אנא בכח?

יש אומרים ויש אומרים, געהערט האט מען נישט

געשריבן: דאנערשטאג דעצעמבער 09, 2010 12:25 am
דורך פארשריבן
אלע אייניקלעך פון אפטער רב זצ"ל זאגן אויך דעם אנא בכוח, זיבן מאל יעדעס ווארט.
ס'איז דא דערויף פארשידענע נוסחאות. אין "לחיים טיש חנוכה", זינגען זיי איינס דערפון.

דרך אגב בין איך היינט געוואויר געווארן, אז ס'איז דא וואס זאגן "ויהי נועם" זיבן מאל יעדע ווארט ווי ביי אנא בכוח.
אומגלויבליך, אבער א פאקט!

געשריבן: דאנערשטאג דעצעמבער 09, 2010 12:38 am
דורך וואדקע
פון וועלעכע רבי ז"ל רעדט מען דא?
(נישט אז איך ווייס נישט, סתם ארויסגעברענגט א נקודה)

געשריבן: דאנערשטאג דעצעמבער 09, 2010 9:40 am
דורך יגרסהדותא
פארשריבן האט געשריבן:דרך אגב בין איך היינט געוואויר געווארן, אז ס'איז דא וואס זאגן "ויהי נועם" זיבן מאל יעדע ווארט ווי ביי אנא בכוח.


ווער פירט זיך אזוי? איך בין נייגעריג.

געשריבן: דאנערשטאג דעצעמבער 09, 2010 2:45 pm
דורך שמערי בערי
יגר, קוק אויבן מ'האט גערעדט דערפון עטליכע תגובות צוריק.

געשריבן: פרייטאג דעצעמבער 10, 2010 7:23 am
דורך פארשריבן
שמערי
מיר רעדן פון זאגן "ויהי נועם" (נישט אנא בכוח) זיבן מאל יעדעס "ווארט".

יגרסהדותא האט געשריבן:
פארשריבן האט געשריבן:דרך אגב בין איך היינט געוואויר געווארן, אז ס'איז דא וואס זאגן "ויהי נועם" זיבן מאל יעדע ווארט ווי ביי אנא בכוח.


ווער פירט זיך אזוי? איך בין נייגעריג.


פארשטייסט אליין אז איך קען דיר נישט זאגן ווער.
אבער איך קען דיר מעתיק זיין פון א זמירות'ל לחנוכה דפוס 'אדיר'.

סגולה מהרמב"ן, יאמר "ויהי נועם" וכו', כל תיבה ז"פ אחר הדלקת נרות, וטוב מאד.
(נ"ב ובשם מורי ריב"ש נר"ו לאמר ז"פ "ויהי נועם" "יושב בסתר" כפשוטו ...).


ווי עס זעהט אויס, שרייבט ער נאך פון איינע פון די תלמידי בעש"ט.

געשריבן: פרייטאג דעצעמבער 10, 2010 8:11 am
דורך זושאלע
מוסדות ראכמיסטריווקא בעיה״ק האט היי יאר ארומגעטיילט א זמירות׳ל פאר חנוכה (מיט נאך זאכן), דער בעק קאווער פונעם זאגערל איז עטוואס ברייטער פונעם זמירות, און אויף דעם ארויסגעשטעקטן עקסטענשן שטייט געדרוקט די אותיות פון א׳ ביז ז׳, און דערצו איז בייגעלייגט א קליפ (נישט די היינטיגע פארעדיגע קליפס...), און יעדעס מאל לייגסטו דעם קליפ אויפ׳ן אות פונעם מספר וואס דו האלטסט.

נאר נישט פארגעסן יעדעס מאל צו ריקן דעם קליפ... (ס׳ פאסירט...).