נאן סטאפ ויהי נועם!

גריסן און שמועסן

אחראי: אחראי

אוועטאר
וואדקע
שר חמש מאות
תגובות: 844
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 18, 2007 11:47 pm
לאקאציע: זיי נישט אזא נאזיבאדי

תגובהדורך וואדקע » מאנטאג דעצמבער 06, 2010 11:45 pm

א זיס ווארט
וואדקע דארף נישט קיין הכשר

ביקסאד
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4030
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 25, 2008 7:00 pm
לאקאציע: נעבן סאטמאר

תגובהדורך ביקסאד » דינסטאג דעצמבער 07, 2010 2:05 am

ועמך כולם צדיקים

אוועטאר
מאנאגרעמס
שר האלף
תגובות: 1048
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 12, 2009 7:27 pm

תגובהדורך מאנאגרעמס » דינסטאג דעצמבער 07, 2010 11:48 am

זאגן ויהי נועם שטייט נאך פון בעש"ט הק'.

אוועטאר
וואדקע
שר חמש מאות
תגובות: 844
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 18, 2007 11:47 pm
לאקאציע: זיי נישט אזא נאזיבאדי

תגובהדורך וואדקע » דינסטאג דעצמבער 07, 2010 12:02 pm

ביקסאד דיין לינק האט מיר געקאסט א לאך,
ממש יעדע תגובה פון דא און יעדע עצה ווערט דארט נאכגעשריבן ווארט ביי ווארט, עס קען זיך דאכטען אז מען האט גענומען די גאנצע אשכול און אריינגעפעיסט צו גוגל טרענסעלעט, איין קליינע שינו איז דא דארט אז אנשטאט עסן לאטקעס איז ער מציע צו עסן דאונטס, זעהט אויס אז גוגל מאכט נישט קיין נפק"מ צווישען לאטקעס און דאונאטס
וואדקע דארף נישט קיין הכשר

אוועטאר
וויכטיג מאכער
שר עשרים אלפים
תגובות: 21905
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

תגובהדורך וויכטיג מאכער » דינסטאג דעצמבער 07, 2010 12:27 pm

איך פארשטיי אינגאנצן נישט דעם פראבלעם, מ'נעמט א טיימער, און מ'טיים'ט ווי לאנג ס'נעמט צו זינגען ויהי נועם איין מאל, דאן נעמט מען א קאלקיולעיטער און מ'מאכט טיימס סעווען, און מ'דריקט = און מ'געדענקט גוט די נאמבער.

ווען מ'גייט זינגען ביי די לעכטעלעך ויהי נועם, נעמט מען אפיר דעם באהאלטענ... אךךך... דעם טיימער, און מ'שטעלטעס אן אויף יענע נאמבער, און מ'נעמצעך זינגען. ווי נאר די טיימער גיבט א פייף ווייסט מען אז מ'איז פיניש...

אויב פייפט די טיימער אינמיטן ויהי נועם, איז אזוי; אויב איזעס מער צום סוף, זאל מען פינישן, און אויב זעהט מען ווען מ'פינישט אז ס'נאך דא ממש אפאר סקונדעס אויפן טיימער, זאל מען נישט זאגן נאכאמאל. און אויב פייפט די טיימער פינקט אינמיטן, איז ראטזאם אז מ'זאל רי'קאלקיולעיטן...
הכונו ל'מעמד אדיר איום אסיפת ה''ניקס'' לטוהר המחנה!!!

אוועטאר
אלף בית
שר האלפיים
תגובות: 2710
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג נובעמבער 10, 2008 4:37 pm

תגובהדורך אלף בית » דינסטאג דעצמבער 07, 2010 12:45 pm

כ'האב געזעהן אין א וויזניצע חנוכה זאגער'ל. אז מ'זאגט ויהי נועם זיבן מאל הויעך אין איינמאל שטול.
אפשר שטאמט דער מנהג, ווייל מ'ווערט צומישט, און מ'ווייסט נישט אויב מ'האט שוין געזאגט 7 מאל, גיט מען אזא זאג אפ נאכאמאל שטיל.
צוגעלייגטע
ויזניץ.jpg
ויזניץ.jpg (169.55 KiB) געזעהן 1426 מאל
א גוט ווארט איז אלעמאל גוט

אוועטאר
דארפסמאן
שר ששת אלפים
תגובות: 6441
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 14, 2006 2:52 pm
לאקאציע: אין דארף

תגובהדורך דארפסמאן » דינסטאג דעצמבער 07, 2010 12:52 pm

ב"ה היי יאר האב איך נישט קיין פראבלעם, מיין קליינער ציילט ב"ה און ער האלט חשבון ווי איך האלט און שרייט הויך איינס צוויי דריי וכד'
הכו"ח ר' אברהם דארפסמאן שליט"א
פה ב'דארף יצ"ו -

קענטעלאופ
שר חמישים ומאתים
תגובות: 413
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 20, 2010 4:19 pm

תגובהדורך קענטעלאופ » דינסטאג דעצמבער 07, 2010 3:57 pm

אין ניקולשבורג איז דער מנהג אז דער גאנצער קהל זינגט אינאיינעם 7 מאל אנא בכוח, זעט אויס זיי האבן אויך געהאט דעם פראבלעם אז מען האט פארגעסן ווי מען האלט (הגם ברבים דארף נישט זיין אזא פראבלעם ווייל חברא חברא אית ליה) האבן זיי איינגעפירט אז מען זינגט יעדע ווארט 7 מאל ווי פאלגענד
אנא אנא אנא אנא אנא אנא אנא - בכח בכח בכח בכח בכח בכח בכח - גדולת גדולת גדולת גדולת גדולת גדולת גדולת - וכו' וכו' וכו'

סאיז זייער אינטערעסאנט ווי ביי ברוך שם כבוד מלכותו לעולם ועד צינגט מען דאס שטיל
ברוך ברוך ברוך ברוך ברוך ברוך ברוך - שם שם שם שם שם שם שם - כבוד כבוד כבוד כבוד
עס זעט אויס ווי די בעיבי שלאפט און מרעדט שטיל

אוועטאר
שמערי בערי
ראש הקהל
תגובות: 8739
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אפריל 28, 2008 4:40 pm
לאקאציע: באַזאָטלט אינעם ראשעקאָלישן אפיס....
פארבינד זיך:

תגובהדורך שמערי בערי » דינסטאג דעצמבער 07, 2010 4:00 pm

קענטעלאופ, דאס איז בכלל נישט א ניקלשבורג'ער איינפירעכץ, אין הונדערטער אידישע היימען (מיינס בכללם) זינגט מען אנא אנא אנא...
שריי נישט אזוי הויך, מ'וועט נאך מיינען אז דו ביסט גערעכט...

והוא פלאי
שר האלפיים
תגובות: 2749
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 23, 2009 3:18 pm

תגובהדורך והוא פלאי » דינסטאג דעצמבער 07, 2010 4:06 pm

קענטעלאופ האט געשריבן:אין ניקולשבורג איז דער מנהג אז דער גאנצער קהל זינגט אינאיינעם 7 מאל אנא בכוח, זעט אויס זיי האבן אויך געהאט דעם פראבלעם אז מען האט פארגעסן ווי מען האלט (הגם ברבים דארף נישט זיין אזא פראבלעם ווייל חברא חברא אית ליה) האבן זיי איינגעפירט אז מען זינגט יעדע ווארט 7 מאל ווי פאלגענד
אנא אנא אנא אנא אנא אנא אנא - בכח בכח בכח בכח בכח בכח בכח - גדולת גדולת גדולת גדולת גדולת גדולת גדולת - וכו' וכו' וכו'

סאיז זייער אינטערעסאנט ווי ביי ברוך שם כבוד מלכותו לעולם ועד צינגט מען דאס שטיל
ברוך ברוך ברוך ברוך ברוך ברוך ברוך - שם שם שם שם שם שם שם - כבוד כבוד כבוד כבוד
עס זעט אויס ווי די בעיבי שלאפט און מרעדט שטיל

אין סקולען זינגט מען דאס אויך, און מען זאגט אז עס שטאמט פון בעל שם טוב
למה זה תשאל לשמי...

והוא פלאי
שר האלפיים
תגובות: 2749
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 23, 2009 3:18 pm

תגובהדורך והוא פלאי » דינסטאג דעצמבער 07, 2010 4:08 pm

ווער בין איך? האט געשריבן:יעצט אויסגעפונען אז ס'דא וואס זאגן עס, וואס איז די ענין דערביי? ווען זאגט מען עס? מיין טאטע האטעס נישט געזאגט און זאגטעס נאכאלס נישט.

דער ענין פון זאגן ויהי נועם, 1 מאל צו 7, איז להבריח החיצונים, פ"וו פונקט ביי חנוכה לעכט איז דא כמה טעמים, ואחד מהטעמים הפשוטים, ווייל מען טוט א מצוה אין זייער טעריטאריע, בלילה, למטה מעשרה, ברה"ר, וכו', וויל מען נישט אז זיי זאלן האבן אן אחיזה אין די מצוה, אדער אז זיי זאלן נישט טשעפן ווייל מען איז זיך מגרה מיט זיי
ויש עוד כמה טעמים, וד"ב
למה זה תשאל לשמי...

אוועטאר
סאדע_באטל
שר האלף
תגובות: 1601
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 11, 2008 4:55 pm

תגובהדורך סאדע_באטל » דינסטאג דעצמבער 07, 2010 8:18 pm

הייסט די חיצונים צומישן צווישן 1 מאל און 7 מאל....
אפשר באגרעניצט מען די צאל חתימות וואס איין ניק מעג האבן פער וואך?

אוועטאר
ווינקל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7777
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 21, 2009 12:10 am
לאקאציע: vinkel.ivelt ביי גימעיל

תגובהדורך ווינקל » דינסטאג דעצמבער 07, 2010 8:39 pm

אלף בית;
פלצתי שבע פעמים בקול גדול ופעם אחת בלחש!

מי יודע
שר ששת אלפים
תגובות: 6285
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 31, 2009 4:35 pm

תגובהדורך מי יודע » דינסטאג דעצמבער 07, 2010 9:08 pm

שמערי בערי האט געשריבן:קענטעלאופ, דאס איז בכלל נישט א ניקלשבורג'ער איינפירעכץ, אין הונדערטער אידישע היימען (מיינס בכללם) זינגט מען אנא אנא אנא...

גם אני וגם אבי וגם אבי אבי נוהגין כן, וגם אבי זקיני היה נוהג כן עוד לפני התייסדות מלכות ניקלשבורג...
אידעלע זיי פרייליך, שטארק דיך שטארק דיך אצינד, ווייל דו ביסט דאך א בן מלך, דעם באשעפער'ס קינד.

ביקסאד
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4030
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 25, 2008 7:00 pm
לאקאציע: נעבן סאטמאר

תגובהדורך ביקסאד » מיטוואך דעצמבער 08, 2010 3:01 am

והוא פלאי האט געשריבן:
קענטעלאופ האט געשריבן:אין ניקולשבורג איז דער מנהג אז דער גאנצער קהל זינגט אינאיינעם 7 מאל אנא בכוח, זעט אויס זיי האבן אויך געהאט דעם פראבלעם אז מען האט פארגעסן ווי מען האלט (הגם ברבים דארף נישט זיין אזא פראבלעם ווייל חברא חברא אית ליה) האבן זיי איינגעפירט אז מען זינגט יעדע ווארט 7 מאל ווי פאלגענד
אנא אנא אנא אנא אנא אנא אנא - בכח בכח בכח בכח בכח בכח בכח - גדולת גדולת גדולת גדולת גדולת גדולת גדולת - וכו' וכו' וכו'

סאיז זייער אינטערעסאנט ווי ביי ברוך שם כבוד מלכותו לעולם ועד צינגט מען דאס שטיל
ברוך ברוך ברוך ברוך ברוך ברוך ברוך - שם שם שם שם שם שם שם - כבוד כבוד כבוד כבוד
עס זעט אויס ווי די בעיבי שלאפט און מרעדט שטיל

אין סקולען זינגט מען דאס אויך, און מען זאגט אז עס שטאמט פון בעל שם טוב

נלקח מבית רוז'ין, כמו"כ ב'סקאליא אומרים בתנועה מיוחדת שמסורה בידם בקבלה מהבעש"ט.
ועמך כולם צדיקים

והוא פלאי
שר האלפיים
תגובות: 2749
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 23, 2009 3:18 pm

תגובהדורך והוא פלאי » מיטוואך דעצמבער 08, 2010 8:40 am

איז סקאליא און בית רוזין דער זעלבע נוסח, אדער עכ"פ ענדליך
למה זה תשאל לשמי...

אוועטאר
קליקו
שר חמש מאות
תגובות: 886
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 06, 2010 11:17 am

תגובהדורך קליקו » מיטוואך דעצמבער 08, 2010 10:12 am

אין סקאליע האבן זיי א קבלה עד לבעשט אז מזאגט די ויהי נועם זיבן מאל פאר די ליכט צינדן!

קענטעלאופ
שר חמישים ומאתים
תגובות: 413
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 20, 2010 4:19 pm

תגובהדורך קענטעלאופ » מיטוואך דעצמבער 08, 2010 2:28 pm

סארי איך האב געמיינט אז סיז א נייער מנהג
דער רבי זכרונו לברכה האט עס נישט געזאגט 7 מאל, איז דאך איבריג צו זאגן אז מיינע זיידעס און מיין טאטע האבן עס אויך נישט געזאגט 7 מאל האב איך געמיינט אז עס איז א נייער מנהג

מי יודע
שר ששת אלפים
תגובות: 6285
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 31, 2009 4:35 pm

תגובהדורך מי יודע » מיטוואך דעצמבער 08, 2010 2:34 pm

די רבי ז"ל האט בכלל געזאגט ויהי נועם מיט אנא בכח?

יש אומרים ויש אומרים, געהערט האט מען נישט
אידעלע זיי פרייליך, שטארק דיך שטארק דיך אצינד, ווייל דו ביסט דאך א בן מלך, דעם באשעפער'ס קינד.

פארשריבן
שר האלף
תגובות: 1438
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 03, 2010 6:58 am
לאקאציע: אין די העכערע ספערן...

תגובהדורך פארשריבן » דאנארשטאג דעצמבער 09, 2010 12:25 am

אלע אייניקלעך פון אפטער רב זצ"ל זאגן אויך דעם אנא בכוח, זיבן מאל יעדעס ווארט.
ס'איז דא דערויף פארשידענע נוסחאות. אין "לחיים טיש חנוכה", זינגען זיי איינס דערפון.

דרך אגב בין איך היינט געוואויר געווארן, אז ס'איז דא וואס זאגן "ויהי נועם" זיבן מאל יעדע ווארט ווי ביי אנא בכוח.
אומגלויבליך, אבער א פאקט!

אוועטאר
וואדקע
שר חמש מאות
תגובות: 844
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 18, 2007 11:47 pm
לאקאציע: זיי נישט אזא נאזיבאדי

תגובהדורך וואדקע » דאנארשטאג דעצמבער 09, 2010 12:38 am

פון וועלעכע רבי ז"ל רעדט מען דא?
(נישט אז איך ווייס נישט, סתם ארויסגעברענגט א נקודה)
וואדקע דארף נישט קיין הכשר

אוועטאר
יגרסהדותא
מ. ראש הקהל
תגובות: 3682
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 03, 2006 10:14 am
לאקאציע: קאר וואש

תגובהדורך יגרסהדותא » דאנארשטאג דעצמבער 09, 2010 9:40 am

פארשריבן האט געשריבן:דרך אגב בין איך היינט געוואויר געווארן, אז ס'איז דא וואס זאגן "ויהי נועם" זיבן מאל יעדע ווארט ווי ביי אנא בכוח.


ווער פירט זיך אזוי? איך בין נייגעריג.

אוועטאר
שמערי בערי
ראש הקהל
תגובות: 8739
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אפריל 28, 2008 4:40 pm
לאקאציע: באַזאָטלט אינעם ראשעקאָלישן אפיס....
פארבינד זיך:

תגובהדורך שמערי בערי » דאנארשטאג דעצמבער 09, 2010 2:45 pm

יגר, קוק אויבן מ'האט גערעדט דערפון עטליכע תגובות צוריק.
שריי נישט אזוי הויך, מ'וועט נאך מיינען אז דו ביסט גערעכט...

פארשריבן
שר האלף
תגובות: 1438
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 03, 2010 6:58 am
לאקאציע: אין די העכערע ספערן...

תגובהדורך פארשריבן » פרייטאג דעצמבער 10, 2010 7:23 am

שמערי
מיר רעדן פון זאגן "ויהי נועם" (נישט אנא בכוח) זיבן מאל יעדעס "ווארט".

יגרסהדותא האט געשריבן:
פארשריבן האט געשריבן:דרך אגב בין איך היינט געוואויר געווארן, אז ס'איז דא וואס זאגן "ויהי נועם" זיבן מאל יעדע ווארט ווי ביי אנא בכוח.


ווער פירט זיך אזוי? איך בין נייגעריג.


פארשטייסט אליין אז איך קען דיר נישט זאגן ווער.
אבער איך קען דיר מעתיק זיין פון א זמירות'ל לחנוכה דפוס 'אדיר'.

סגולה מהרמב"ן, יאמר "ויהי נועם" וכו', כל תיבה ז"פ אחר הדלקת נרות, וטוב מאד.
(נ"ב ובשם מורי ריב"ש נר"ו לאמר ז"פ "ויהי נועם" "יושב בסתר" כפשוטו ...).


ווי עס זעהט אויס, שרייבט ער נאך פון איינע פון די תלמידי בעש"ט.

אוועטאר
זושאלע
שר חמישים ומאתים
תגובות: 398
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש יולי 31, 2010 5:09 pm

תגובהדורך זושאלע » פרייטאג דעצמבער 10, 2010 8:11 am

מוסדות ראכמיסטריווקא בעיה״ק האט היי יאר ארומגעטיילט א זמירות׳ל פאר חנוכה (מיט נאך זאכן), דער בעק קאווער פונעם זאגערל איז עטוואס ברייטער פונעם זמירות, און אויף דעם ארויסגעשטעקטן עקסטענשן שטייט געדרוקט די אותיות פון א׳ ביז ז׳, און דערצו איז בייגעלייגט א קליפ (נישט די היינטיגע פארעדיגע קליפס...), און יעדעס מאל לייגסטו דעם קליפ אויפ׳ן אות פונעם מספר וואס דו האלטסט.

נאר נישט פארגעסן יעדעס מאל צו ריקן דעם קליפ... (ס׳ פאסירט...).
שכל קומט מיט די יארן...


צוריק צו “היימישע פארברענגן”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 14 געסט