מיינע קלאץ קשיות !

גריסן און שמועסן

אחראי: אחראי

אוועטאר
לאקשען ברעט
שר האלף
תגובות: 1816
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 03, 2007 10:51 am

מיינע קלאץ קשיות !

תגובהדורך לאקשען ברעט » דאנארשטאג נובעמבער 25, 2010 11:05 am

ס'פאלט מיר כסדר איין קשיות אין נישט נאר כ'האב נישט קיין ציפרידענשטעלענדע תירוצים נאר אפילו די קשיות ווערט מיט די צייט פארגעסען, האב איך באשלאסען צי עפענען א אשכול אין דא אריינשטעלען אלע מיינע קשיות ווען ס'פאלט מיר ביי,
איז קודם וועט עס נישט פארגעסען ווערען, אין צווייטענס טאמער איינער ווייסט א תירוץ ווער ער מיר קענען פארענפערען אין ס'וועט זיין ליהודים היתה אורה....

ווער ס'האט א תירוץ קען עס שרייבען, אבער קשיות איז שטרענג פארבאטען צי שרייבען ס'נאר ערלויבט פאר מיין ניק,
פארלעצער וועלען נחסם ווערען פין דעם אשכול,

קשיא: כ'האב געזעהן א יונגערמאן ארויס טראגען די גארביטש מיט עפעס א געוואלדיגע שמחה אויסגעגאסען אויף זיין צורה, שטעלט זיך די פראגע וואס איז די גרויסע שמחה פין ארויס טראגען די מיסט ???

אוועטאר
וויכטיג מאכער
שר עשרים אלפים
תגובות: 24571
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

תגובהדורך וויכטיג מאכער » דאנארשטאג נובעמבער 25, 2010 11:07 am

כא כא כא... די שמחה איז געווען אז ער איז ארויס פונדערהיים...
הכונו ל'מעמד אדיר איום אסיפת ה''ניקס'' לטוהר המחנה!!!

אוועטאר
למעלה משבעים
שר עשרת אלפים
תגובות: 10374
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 02, 2008 10:17 pm
לאקאציע: ערגעץ פארבלאנדזשעט אויף די גראדע וואסערן

תגובהדורך למעלה משבעים » דאנארשטאג נובעמבער 25, 2010 11:08 am

קיים מצות עשה דאורייתא, לכל דבר נקי יהיה לביתו... ושמח את אשתו...... :lol:

אוועטאר
געלעגער
שר עשרת אלפים
תגובות: 11948
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 17, 2009 5:52 pm

תגובהדורך געלעגער » דאנארשטאג נובעמבער 25, 2010 12:30 pm

כ'פארשטיי נישט די קשיא. איך מעג איבערפערגן?

אוועטאר
פליגל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4607
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג סעפטעמבער 04, 2009 1:27 pm
לאקאציע: ביים פענסטער

תגובהדורך פליגל » דאנארשטאג נובעמבער 25, 2010 12:49 pm

געלעגער?
ביסט נאך דא?
האללא?

איינער האט אים געזען?
שוין, ווער ט'ך געהייסן? ר'אט דאך געזאגט קיינער טאר נישט פרעגן!
(אויש איך אליין פרעג דא, ניין ניין ווארף מיך נישט ארויס: יוש, ברוך שם כבוד ....)
די אמת איז כ'אב געוואלט פרעגן ציוואס גייט דיך'ס אהן, באט כ'זוך מיך נישט קיין פעטש פון לאקשי.
נאט אייך א גרינע...


אוועטאר
געלעגער
שר עשרת אלפים
תגובות: 11948
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 17, 2009 5:52 pm

תגובהדורך געלעגער » דאנארשטאג נובעמבער 25, 2010 1:30 pm

האסטו נישט געזאגט פליגל אז דו גייסט נאר ניצן דיין לאקשן ניק צו פרעגן.?

אוועטאר
גולש
שר חמישים ומאתים
תגובות: 351
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 01, 2010 10:07 pm

תגובהדורך גולש » דאנארשטאג נובעמבער 25, 2010 1:31 pm

ער איז געווען פרייליך מקיים צי זיין מצות עירוב אום שבת

אוועטאר
ווינקל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7777
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 21, 2009 12:10 am
לאקאציע: vinkel.ivelt ביי גימעיל

תגובהדורך ווינקל » דאנארשטאג נובעמבער 25, 2010 1:35 pm

אז מ'רעדט שוין.... א קלאץ קשיא הייסט א גוטע קשיא וואס איז שווער ווי א קלאץ וואס מ'קען נישט רירן, נישט א קשיא וואס ווערט געפרעגט דורך איינעם וואס זיין מוח פארשטייט די זעלבע ווי דער שטיקל קלאץ.

נאר וואזשע דען, אלץ לשון נופל על לשון אפשר קען מען מקיל זיין עס צו ניצן.

איך זאג נאר מיין מיינונג, איך פרעג נישט דעם דעת הציבור 'היות' עס איז נישט ערלויבט אין דעם געהענגל.

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלפים
תגובות: 28306
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובהדורך קרעמער » דאנארשטאג נובעמבער 25, 2010 2:12 pm

ער האט ענדליך באזיגט דעם שונא נומער איינס (הרב מייזל) און פירט אים צו זיין לעצטן רוה

אוועטאר
גרויזאמער
מ. ראש הקהל
תגובות: 3584
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 06, 2006 4:03 pm
לאקאציע: אויף די באלעמער שטיגן

תגובהדורך גרויזאמער » דאנארשטאג נובעמבער 25, 2010 2:43 pm

מיינע קלאץ קשיות:

1) דער אשכול איז בלויז געווידמעט אויף איינעם'ס קלאץ קשיא אדער אויף יעדעמס?

2) קען מען זאגן אז אזויווי מענטשן שטעלן אונטער לעקטערס אז באטעפליי'ס זאלן אהינלויפן און זיך צוקלעבן צום קלעבער, אזוי שטעלן אנדערע בעלי חי צו טרענס פעט כדי צו הרגנען מענטשן? אדער ניין, היות (זייענדיג) אז די ארגינעלע פעטנס פון בעלי חיים זענען נישט טרענס פעט, נאר מענטשן מאכן עס, דקומט אויס אז מענטשן הרגנען מענטשן? (געספאנסערט דורך מעקסי העלט).
איינגעשריבענע באנוצער וועלכע האבן באדאנקט די תגובה:
קרעמער | צום זאך | צייטליך | גרויזאמער | וויכטיג מאכער | אויפריכטיג | מאשקע | bloomberg4mayor | arender

לחץ כאן למסור תודה על תגובה זו | דווח על תוכן פגעוני

אוועטאר
מחותן
שר תשעת אלפים
תגובות: 9999
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 09, 2010 11:39 am

תגובהדורך מחותן » דאנארשטאג נובעמבער 25, 2010 3:17 pm

גרויזאמער האט געשריבן:מיינע קלאץ קשיות:

2) קען מען זאגן אז אזויווי מענטשן שטעלן אונטער לעקטערס אז באטעפליי'ס זאלן אהינלויפן און זיך צוקלעבן צום קלעבער, אזוי שטעלן אנדערע בעלי חי צו טרענס פעט כדי צו הרגנען מענטשן? אדער ניין, היות (זייענדיג) אז די ארגינעלע פעטנס פון בעלי חיים זענען נישט טרענס פעט, נאר מענטשן מאכן עס, קומט אויס אז מענטשן הרגנען מענטשן? (געספאנסערט דורך מעקסיקאנער העלט).


איך פארשטיי נישט פארוואס גרוזאם דארף זיין אזוי גרויזאם און זאגן אז מענטשן הרג'נן מענטשן??

און פארוואס באשילדיגט נאר די מעקסיקאנער, און נישט די שווארצע??

אוועטאר
סאדע_באטל
שר האלף
תגובות: 1601
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 11, 2008 4:55 pm

תגובהדורך סאדע_באטל » דאנארשטאג נובעמבער 25, 2010 3:30 pm

עס איז א אלטע פאקט אז שווארצע דזשעלי ביענס הארגעט א ליל שישי מסיבה
אפשר באגרעניצט מען די צאל חתימות וואס איין ניק מעג האבן פער וואך?

אוועטאר
לאקשען ברעט
שר האלף
תגובות: 1816
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 03, 2007 10:51 am

תגובהדורך לאקשען ברעט » זונטאג נובעמבער 28, 2010 11:21 am

קשיא #2 : וואסי דאס מצה וואסער אין פארוואס איז עס א זאך וואס יעדער ציכאפט שנעל ?

אוועטאר
פונקטליך
שר האלפיים
תגובות: 2218
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 07, 2010 11:23 am

תגובהדורך פונקטליך » זונטאג נובעמבער 28, 2010 11:42 am

מים שלנו.
ווייל ס'איז דא ווייניג
די זייגער לויפט, זעה צו זיין פונקטליך!

אוועטאר
שמעלקא טויב
שר חמשת אלפים
תגובות: 5353
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 04, 2010 2:41 pm
לאקאציע: אויפ'ן באשעפער'ס וועלט'ל!

תגובהדורך שמעלקא טויב » מאנטאג נובעמבער 29, 2010 1:24 pm

לאקשען ברעט האט געשריבן:קשיא #2 : וואסי דאס מצה וואסער אין פארוואס איז עס א זאך וואס יעדער ציכאפט שנעל ?


לאקשען, כ'האב געהערט פון מיין באבע אז אינדערהיים האט מען גענומען א רעפטעל מצה, געווייקט אין וואסער, און ווען ס'איז געווארן גוט מולאזט האט מען אים א נאמען געגעבן מצה וואסער. דאן, אינדערהיים, האט מען נאכנישט געקענט גיין אויף אזאליכע וואקציעס, וויך אויך איז נאכנישט געווען די היינטיגע וואסינאציעס, האט מען דאס געגעבן צו טרונקן פארן קינד אז ס'זאל זיך נישט אנכאפן אין אים די מייזעל און הינדל ווארצלען.
הק' שמעלקא טויב
נו"נ להחסיד המפורסם רבי שלום טויב ע"ה
shmelketaub@gmail.com

אוועטאר
משיח
שר האלפיים
תגובות: 2740
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 22, 2009 1:09 pm

תגובהדורך משיח » מאנטאג נובעמבער 29, 2010 4:22 pm

גרויזאמער האט געשריבן:1) דער אשכול איז בלויז געווידמעט אויף איינעם'ס קלאץ קשיא אדער אויף יעדעמס?


אויף דעם זאכן חז"ל "חצי שאלת חכם - תשובה"...
Professional bookkeeping for your small business
benyomin@thebookkeepingpro.com | 347-708-2079

אוועטאר
לאקשען ברעט
שר האלף
תגובות: 1816
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 03, 2007 10:51 am

תגובהדורך לאקשען ברעט » מאנטאג נובעמבער 29, 2010 5:48 pm

קשיא # 3: פארוואס געבט א גרויס חלק עולם די פארסם'טע וואקסינען ?

אוועטאר
למעלה משבעים
שר עשרת אלפים
תגובות: 10374
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 02, 2008 10:17 pm
לאקאציע: ערגעץ פארבלאנדזשעט אויף די גראדע וואסערן

תגובהדורך למעלה משבעים » מאנטאג נובעמבער 29, 2010 6:07 pm

אויפצורעיגן לאקשען ברעט.

אוועטאר
leiby
שר שלשת אלפים
תגובות: 3905
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 16, 2008 11:08 pm
לאקאציע: צווישן אידן

תגובהדורך leiby » מאנטאג נובעמבער 29, 2010 6:34 pm

לאקשען ברעט האט געשריבן:קשיא # 3: פארוואס געבט א גרויס חלק עולם די פארסם'טע וואקסינען ?

הייסט די לייגסט עס נאר אריין בגדר קלאץ קשיא
שש מצות תמידיות: אהבת ה',יראת ה', יחוד ה', אמונה בה', שלילת ע"ז, ולא תתורו.

פארשריבן
שר האלף
תגובות: 1438
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 03, 2010 6:58 am
לאקאציע: אין די העכערע ספערן...

תגובהדורך פארשריבן » דינסטאג נובעמבער 30, 2010 7:25 pm

אזוי ווי איך זיך אקארשט געלאזט וואקסינירן, וועל איך זיך ערלויבן אריינצואווארפן עטליכע קלאץ קשיות, (וואס באשטייען נישט פון פראגן וואס זענען שווער ווי א קלאץ, נאר טאקע ריכטיגע קלאץ קשיות. אין פולן זין פון ווארט), און אז ס'געפעלט נישט פאר די לאקשן ברעטער, זאל ער זיך ווי פריער לאזן וואקסינירן... ווי לאנג ס'איז נאכנישט צו שפעט.

פארוואס: פראבירט מען ווינטער צו האלטן די הויז אזוי ווארעם ווי זומער, אינדערצייט וואס זומער רעדט מען זיך אפ אויף די היץ?

פארוואס: ווען מ'וויל כאפן עפעס וואס פליהט אראפ פון טיש, פליהט אלץ מיט נאך עפעס?

פארוואס: קערט מען זיך צוריק צום פרידזשעדער, מיט די האפענונג אז עפעס ניי איז דארט באשאפן געווארן?

פארוואס: רעכענען בענק געלט פאר א געקראכטער טשעק, ווען זיי ווייסן אז דער פראבלעם איז דאך אז ס'איז נישטא קיין געלט?
(טאקע א הארבע פראגע...).

פארוואס: ווען ס'פאלט אראפ א פוטער-ברויט, פאלט עס אייביג אויף די אנגעשמירטע זייט?
(דוכט זיך אז אין 'צייטשריפט', האט עס שוין הרב אשר לעווין שיין פארענטפערט).

פארוואס: ווען ס'איז דא צוויי טירן, און איינס איז פארשפארט, פרובירט מען אלץ צום ערשט די פארמאכטע?

פארוואס: עפנט מען די מויל ווען מ'וויל אנטהון לענסעס?

פארוואס: איז נישטא קיין קענס פון הושענא והושיעה נא (הע[ל]ף און הע[ל]ף) סאדע?

פארוואס: ווען מען ווייסט אז די באטערי איז צובראכן, דרוקט מען שטערקער די קנעפל? (אפשר דאך...)

פארוואס: לאזט זיך 'לאקשן ברעט' נישט וואקסינירן?


קלארשטעלונג: אסאך אומפארענטפערטע פראגן זענען נאך פארבליבן אין מיין פעדער....

אוועטאר
איך_הער
סעקרעטאר
תגובות: 18576
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 04, 2006 6:47 pm
לאקאציע: אין אפיס
פארבינד זיך:

תגובהדורך איך_הער » דינסטאג נובעמבער 30, 2010 8:43 pm

לאכטי פון א שיינע פאר קשיות, א דאנק.

פארשריבן
שר האלף
תגובות: 1438
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 03, 2010 6:58 am
לאקאציע: אין די העכערע ספערן...

תגובהדורך פארשריבן » מאנטאג ינואר 24, 2011 10:13 pm

איך האב פארענטפערט די הארבע פראגע וואס אסאך פרעגן "פארוואס טרעף איך אייביג מיינע זאכן אויפן לעצטן פלאץ וואס איך זוך?"..., מיטן ענטפער: אז וויבאלד דו האסט עס געטראפן, האסטו דאך אויפגעהערט צו זוכן, נו אודאי איז עס די לעצטע פלאץ... ודפח"ח.

אוועטאר
מחותן
שר תשעת אלפים
תגובות: 9999
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 09, 2010 11:39 am

תגובהדורך מחותן » זונטאג נובעמבער 15, 2015 10:14 pm

גוט גוט

אוועטאר
דערבארומדיג'ער
שר האלפיים
תגובות: 2239
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 22, 2017 12:04 pm

תגובהדורך דערבארומדיג'ער » פרייטאג נובעמבער 16, 2018 12:41 pm

קלאצקאפ האט שוין עקזעסטירט אום צוויי טויזענט און צען צו זייער ציילונג ?
זקן מלא רחמים.

אוועטאר
בענקעל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3269
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 25, 2015 11:30 am

תגובהדורך בענקעל » פרייטאג נובעמבער 16, 2018 2:06 pm

צ/ק ווער איז דאס זייער?


צוריק צו “היימישע פארברענגן”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 2 געסט