בלאט 2 פון 3

געשריבן: מיטוואך נאוועמבער 24, 2010 12:02 am
דורך געלעגער
איינער אויף אמאל.

סאדא די קאליר בלוי איז געמאכט געווארן דורך ארטיסטפול, ער האט פאנטס אויך..... ודי ואכמ"ל ודו"ק ופוק חזי.

וויכי. ס'איז דא אן עקסטרע אשכול וועגן זייגערס, וויאזוי האט נאר די ראש הקהל געזאגט? נאך עלעעווע רעד איך שוין נישט צו די זאך...

וואדקע. קודם ברוך שובך. שוין לאנג נישט געהערט פון אייך, און בד"וו דו מעגסט שוין פאררעכטן דיין אוועטאר... וועא"מ.

געשריבן: מיטוואך נאוועמבער 24, 2010 12:07 am
דורך סאדע_באטל
סאו נאך עלעווע נוצטו דיין געלעגער ניק און אלע אנדערע צייטן נוצטו צום זאך ?

געשריבן: מיטוואך נאוועמבער 24, 2010 12:16 am
דורך געלעגער
דאס הייסט א קעפל.
צו (די) זאך אן די "ם" איז ווען ס'איז יום טוב.
ווען ס'איז פאר עלעווע איז עס מיט די צו"ם" זאך ניק דאן איז עס יו טוב...

סאדא, נאדיר א קניפ אין פיאה. האסט א גוטן בית ראש קע"ה.

געשריבן: מיטוואך נאוועמבער 24, 2010 6:45 am
דורך סאדע_באטל
אויב אזוי פארוואס נוצטו קיינמאל נישט דיין יוםטוב ערליך ניק ?

געשריבן: מיטוואך נאוועמבער 24, 2010 9:17 am
דורך שמעלקא טויב
האלאו האלאו, טאקע די ארעסטאנט ניקי וויכי ווי די רופסט דאך: הער אויף מיר צו מאכן לאכעס ווייל די בויך זינגט מיר מיט דא אז ס'גיסט זיך. און גרויזי, ביי דע וועי, האסט נאכניש אראפגענומען די ניק פון יו טוב, ואין אנשלין אלא אם כן מזכירן.

געשריבן: מיטוואך נאוועמבער 24, 2010 11:25 am
דורך פליגל
גרויזאמער האט געשריבן:דארפסמאן, פליז לייג עס איבער פאר jnet באנוצער

קרעמער האט געשריבן:
גרויזאמער האט געשריבן:דארפסמאן, פליז לייג דיך איבער פאר jnet באנוצער

קוים געגרינדעט אן אשכול, און גרויזאמער לייגט שוין איבער

היצט ווייסט מען שוין ווער "עס" איז.

געשריבן: מיטוואך נאוועמבער 24, 2010 2:56 pm
דורך ארעסטאנט
יעצט קומט אן די גוטע נייעס אז דער נועם הכבוד די געהויבענע נאכט פון "כ"א כסליו דעי" וועט זיין איינער פון די גאר אנגעזעענע און חשובי אנ"ש, ער וועט זיך אונז האלטן גענאגעלט צו די קאמפיוטער'ס/בלעקבערי'ס במשך דעם גאנצן אווענט מיט זיינע פערל רייד און טיפזיניגע געדאנקען.

אין אנדערע באריכטן קומט יעצט די גאר גוטע נייעס אז די פרעסטיזשפולע "מקהלת בדידי" האט אנגענומען די דזשאב פאר די נאכט ווי זיי וועלן מהנה זיין דעם ציבור אויף זייער שטייגער.

געשריבן: מיטוואך נאוועמבער 24, 2010 3:23 pm
דורך bailout
א טראק האט יעצט אריינגעבעקט צו די נושא, מ'בעט ווער ס'האט צוויי הענט זאל ארויסגיין און זיך נעמען טייפן, די עסקנים באדויערן די אורזאך פון די שפעטיגונג, זיי האבן א טראק מיט תירוצים וואס איז אונטערוועגנס אין טרעפיק קארנער BQE, ''דאס זיצן מיט פארלייגטע הענט וועט אונז אונטערברענגן'' איז די לאזונג פונעם שפיץ עסקן וועלכע האט זיך אנגעגעבן אנאנים.

תיכף ווען מען קומט אריין בלאזט די הייסע לופט אנצוווארעמען די אטמאספערע וואס איז אפגעקילט געווארן דורכאויס די זומער חדשים, ווען מען גייט אביסל ווייטער מאכט מען א לינקס, און די חברה 'המלנקים' וועלן לינקן צו די ערשטע כ''א כסליו דעי אשכול פון פאראיאר.

גרויזאמע פרייד הערשט איבער די גאנצע דארף, ער איז געקרוינט געווארן אלץ הערשער זינט דער פריץ האט אונז פארלאזט ווען ער האט באקומען א פאסטן אין די אבאמא קאבינעט אלץ 'צאר' פון קרעטשמע, סאו יעצט הערשט דארט גרויזאמע פרייד, דאס איז צוליב דעם וואס די קאנטראקט פון 'ארעסטאנט' מיט די 'שלשה אחים' נייעס סטאנציע האט זיך יעצט געענדיגט, זעלבסטפארשטענדליך נישט פאר ס'איז געפלויגן דארט בענקלעך איינער אויפן צווייטן... אזוי אז ער האט געקענט אננעמען די רעספעקטפולע פאזיציע צי דעקן אלע האט קאפס מיט די דעקלעך.... אוי ווי בין איך פארפארן.... צו דעקן די גאנצע נאכט מיט זיינע רייכע פאנטאזירציע.

געשריבן: מיטוואך נאוועמבער 24, 2010 8:41 pm
דורך געלעגער
מערכה הענגט יעצט א סיין ביי וועלאצקי פיעלאזא..

ר' יוסף לייב בלומענפעלד איז אויפ'ן סצענע... דער עולם דרייט זיך מיט סקימעסקס..

געשריבן: מיטוואך נאוועמבער 24, 2010 9:00 pm
דורך שמערי בערי
געלעגער, פיר ארויס דעם אשכול פון היכל ה'האלעפטשע און פיר אים אריין אין חחח פארום.

געשריבן: מיטוואך נאוועמבער 24, 2010 10:09 pm
דורך אויפריכטיג
ליבערשט אין "פאר פייער און וואסער אשכול".

געשריבן: דאנערשטאג נאוועמבער 25, 2010 1:22 pm
דורך שוועמל
פאראיאר בין איך פונקט געווען אין תלמוד תורה (די ברוינע מיט די גרינע פאפריקע) ביים דאווענען, האב איך ארויסגעהערט פון די כיתה ד' חברה "לחן ולחסד... ביום כ"א כסליו הזה"

געשריבן: מוצ"ש נאוועמבער 27, 2010 8:39 pm
דורך leiby
בין איך דא אליין?

געשריבן: מוצ"ש נאוועמבער 27, 2010 8:54 pm
דורך אויפריכטיג
מען האט יעצט געמאלדן פון שטוב פון שמערי בערי, אז דער ראש הקהל וועט אריינקומעון ביז 15 מינוט און 8 חלקים

געשריבן: מוצ"ש נאוועמבער 27, 2010 8:57 pm
דורך נחמן נתן
דער זאל איז פוסט און ליידיג. די שטויב פון פאריאהר שפירט מען מיט יעדן אטעם. די לעקטער מער ווייניגער אויסגעלאשן.

וואסעט דא זיין?

געשריבן: מוצ"ש נאוועמבער 27, 2010 9:01 pm
דורך גולש
יום העצמאות שמח!

געשריבן: מוצ"ש נאוועמבער 27, 2010 9:44 pm
דורך געלעגער
חחחח די מייקס האבן געקראכט. שכח מאנדל..

געשריבן: מוצ"ש נאוועמבער 27, 2010 9:48 pm
דורך פארשריבן
וואס פרייסטו זיך?

בנפול .... אל תשמח!

געשריבן: מוצ"ש נאוועמבער 27, 2010 10:01 pm
דורך געלעגער
יעקב לעמער שטארק האט יעצט געענדיגט זיין דרשה

געשריבן: מוצ"ש נאוועמבער 27, 2010 10:37 pm
דורך פארשריבן
דו... אקעי כ'וועל מיך איינהאלטן!

זאג נאר, וואסערע שטיקל האט ער געזינגען?

(דרך אגב, לויט ווי איך געדענק איז דאס ערשטע מאל וואס ער האט בכלל אויפגעטרעטן פאר א גרויסע פארזאמלונג, אויך געווען כ"א כסליו, און דאכט זיך מיר אין "דזשאוויץ סענטער" תשנ"ח אלס חתן).

געשריבן: מוצ"ש נאוועמבער 27, 2010 11:15 pm
דורך געלעגער
כ'בין נישט דארט איך שרייב נאר וואס כ'באקום פון טוויטער. כ'גלייך נישט צו גיין אויף א שיף אויב קען איך גיין לאקאל.

געשריבן: מוצ"ש נאוועמבער 27, 2010 11:20 pm
דורך פארשריבן
איך פארשטיי נישט קיין ווארט וואס דו זאגסט!

אלענפאלס אזא פערזאן "יעקב לעמער שטארק" עקזיסטירט נישט...

געשריבן: מוצ"ש נאוועמבער 27, 2010 11:31 pm
דורך צום זאך
זאג עם ער זאל שיקן פאר קרעטשמער אין אישית ער זאל מאשר זיין דעם ניק

געשריבן: מוצ"ש נאוועמבער 27, 2010 11:33 pm
דורך jkup50
דארפסמאן האט געשריבן:איך בין מוחה פארן אונרופן אזא גרויסע טאג מיטן נאמען "יום העצמאות"

געשריבן: מוצ"ש נאוועמבער 27, 2010 11:45 pm
דורך צום זאך
צוויי מענטשן דארפן שוין האבן א פערמיט צו פראטעסטירן