כל בו אשכול: מאכלי שבת.

גריסן און שמועסן

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

פארשריבן
שר האלף
תגובות: 1429
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 03, 2010 6:58 am
לאקאציע: אין די העכערע ספערן...

כל בו אשכול: מאכלי שבת.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פארשריבן »

משום מעשה שהיה אינעם פארגאנגענעם קורצן פרייטאג, בין איך די וואך אויפגעבליבן צורעכטן די הייליגע מאכלים לכבוד שב"ק. און כ'האב געטראכט אז כ'וועל שוין אויפבלייבן צו לערנען ערשטהאנטיג דעם ליל שישי שיעור. אבער וואס טוט מען אינצווישן? האב איך געטראכט צו עפענען דעם אשכול, און מ'קען דא שרייבן אלעס ארום די בע'טעמ'טע שבת'דיגע מאכלים. וואס מ'גלייכט און וואס נישט, רעצעפטן, מנהגים, וכו' וכו'.

כ'וועל אנהייבן מיט די פיש, ווייל וויין פאדערט א באזונדערן אשכול, און חלה (קארבס) באלאנגט אין געזונטהייט... וועט מען צוטרעטן צו די דגים.

ס'זענען דא אסאך סארטן כשר'ע פיש, אבער ביים היימישן עולם עסט מען נאר ממש געציילטע. פייק, ווייט, קארפ (בעיקר פסח), און סע(ל)מאן.
און היינט צו טאג ווערט מער און מער נתרבה די סעמאן עסערס.

ס'איז באקאנט אז דער הייליגער "מאור עניים" שרייבט אז ס'איז אן ענין צו עסן דייקא "סעמאן", ווייל זיי שווימען קעגן שטראם.

אזוי שרייבנדיג, דערמאן איך זיך א מעשה וואס האט פאסירט נישט לאנג צוריק ביי א שבת ש"ב פון א קרוב. ווען מ'האט אויפגעגעבן די סעמאן פיש, איז דארט געזיצן א חסידישער איד, וואס האט מיט גרויס התלהבות נאכגעזאגט דעם מאור עניים. (גראדע האט ער נישט גערעדט מיט א פארשטאפטע נאז, ודי). איז דארט געזעצן דערביי אן אנדערער פעטער א מה יעשה'ניק וואס גלייכט אייביג אנצודרייען עפעס, און ער האט זיך געגעבן אזא ווארף אראפ פון בענקל כאילו ער איז געווארן שאַקט... נאך די גאנצע איבערקערעניש געבט ער אים א פרעג "וואס האב איך שוין געזאגט?". ענטפערט ער אים "דאָנט טעל מי דעט יו העיוו דרייווערס לייסענס!"...

אין דעם פאלגענדען אשכול איז דא א רעצעפט פאר פיש לכבוד יו"ט.
viewtopic.php?f=3&t=12231
פארשריבן
שר האלף
תגובות: 1429
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 03, 2010 6:58 am
לאקאציע: אין די העכערע ספערן...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פארשריבן »

אזוי ווי מ'האלט מיר שוין נאכן סוף זמן אכילת לאטקעס ופאנקעס, וועלן מיר זיך צוריקנעמען צו די מאכלי שבת קודש.


א רעצעפט פאר פיש לכבוד שב"ק


farshlufen האט געשריבן:פיש לכבוד שבת

צוגעהערן:
5-6 סלייסעס סעלמאן פיש
1 ראד געפילטע פיש
א פאר שטיקלעך הויט
4 גרויסע מייערן
2 שטיקלעך סעלערי
3 מיטעלמעסיגע צוויבל
2 ציינדלעך קנאבל
1 פעטרישקע
5 גלעזלעך וואסער
א גלעזל צוקער
א פולע האנט זאלץ
אביסעלע ווייסע פעפער

מאכט ערליך א לשם יחוד און זאגט לכבוד שבת קודש האטס אינזין על דעת דעם הייליגן אמורא רבא [מלח שבוטא]

לייגט אריין צו ערשט אריין די וואסער אין טאפ און שטעלט עס אויפן פייער
[פשוט אלס פראקטישקייט איר זאלט נישט דארפן ווארטן ביז ס'קאכט]
שיילט אלעס אפ, צושניידט עס, וואשט עס גוט אפ און לייגט עס אריין אין טאפ,
לייגט אריין די זאלץ צוקער און פעפער און לאטס עס קאכען אויף אביסל א גרעסערע פלאם אויף 45 מינוט
וואשט גוט אפ די סלייסעס און לייגט זיי אריין אין טאפ
און לאזט עס קאכן אויף 35 מינוט
לייגט אריין די געפילטע און לאזט עס קאכן אויף נאך 55 מינוט
לעשט עס אויס אין לאזט עס אפקילן אין וואסער
פאקט עס איבער און לייגט עס אריין אין פרידזשידער

איר האט פיינע פיש לכבוד שבת.


פוילישער פרעגט:


פוילישער האט געשריבן:וויפל פונט איז דער געפילטע ראל?


און פארשלאפן ענטפערט:


farshlufen האט געשריבן:פון איינס ביז צוויי פונט ס'איז נישט קיין גרויסע נפקא מינא.



קאטשעניא


קליקו האט געשריבן:אפשר ווייסט איינער ווי אזוי מאכט מען גוטע קאטשעניו?

און וואס מאכט אז געפילטע פיש זאל זיין וואסריג און ווייך פון אינעווייניג, נישט ווי א ראבער, האט דאס מיט די קאמפאני אדער ווי אזוי מקאכט עס


איך וועל ענטפערן אויף די ערשטע פראגע.
לויט ווי איך ווייס, אויב לייגט מען אריין פיש-הויט אינעם טאפ ביים קאכן, קומט ארויס א פיינע הארטע דזשעלי הנקרא באונגארן "קאטשעניא".
(רוב סוחרים גיבן דאס מיט פאר אומזיסט. דאכט זיך אז 'דער בלאט' האט אמאל געמאכט א מצב אז מ'וויל אנהייבן רעכענען א דאלער דערפאר, צוליב די שווערער עקאנאמיע, נישט אום שבת גערעדט).

גראדע איך זעלבסט גיי נישט אזוי פאר קאטשעניא, (ראפאגאש יא...) רינעדיגע זאפט איז מיר געשמאקער.
ווי זאגט דער פסוק: למען תנקו [טינקו] ושבעתם...


אויף זיין צווייטע פראגע ענטפערט פארשלאפן:


farshlufen האט געשריבן:געפילטע פיש באשטייט געווענליך פון א גרויס פראצענט וואסער און אנדערע באנשטאנדטיילן, געווענליכע איז זייער האקעל ביים קאכן סיי מיט דען טעמפראטשור און סיי מיט די צייט.


און אויך קהת האט וואס צו זאגן:


קהת האט געשריבן:איך האב באמערקט אז עס האט מיט די פיש קאמפעני סאיז דא וואס זענען וואסעריג און סאיז דא וואס זענען א הארט שטיקעל טייג.



פערפל לכבוד שבת קודש


farshlufen האט געשריבן:
פערפיל לכבוד שבת קודש

צוגעהערן:

איין גלעזל פערפל
אביסל אויל
איין ציינדל קנאבל
2 און א האלב גלעזלעך וואסער
זאלץ און רויטע פעפער צום טעם:

צושנייד די קנאבל אויף גאר פיצעלע שטיקלעך דינסט עס אויף א מיטעלע פלאם ביז ס'ווערט ליכטיג ברוין, גיסט אריין די פערפל, מישט עס אויס אביסל, גיסט ארייו די וואסער, לייגט אריין די זאלץ און פעפער, קאכט עס אויף א קליינע פלאם, לעשט עס אויס פאר ס'קאכט אויס אינגאנצן.

איר האט פערטיגע פערפל לכבוד שב"ק.


עצה טובה פאר פערפל און לאקשן (נישט ברעט ח"ו) קאכערס


פוילישער האט געשריבן: עצה טובה פאר פערפל קאכערס, איר דארפט נישט האבן קיין פרעשור אז די פערפל ברענט צו, אדער די וואסער לויפט איבער. לייגט אריין די פערפל מיט די ספייסעס, און לייגט אריין די וואסער (ס'בעסטע הייסע) עס קען זיין אויף א הויך פלאם עס זאל שנעל קענען אנהויבן באבלען, און תיכף וועס הייבט אן צו באבלען, פארלעשט דעם פייער און דעקט צו דעם טאפ. 20 מינוט דערויף האט איר דעלישעס פערפל.

דאס זעלבע איז ביי לאקשן, תיכף ווען עס הייבט אן צו באבלן לעשט אויס דעם פייער און דעקט צו דעם טאפ, ביז 20 מינוט איז עס ראוי לאכילה גוט ווייך.


נאך א עצה פון פוילישער:


פוילישער האט געשריבן:עס איז ראטזאם צו געבן א גוטע מיש דעם טאפ נאכ'ן אויסלעשן דעם פייער פאר'ן צודעקן מיט'ן דעקל.

דרך אגב, פארשפארט אייך ארבייט, קויפט ברוינע (טאסוט) פערפל און נישט ווייסע, אזוי וועט איר נישט דארפן ווארטן עס זאל ווערן ברוין, נאר איר קענט גלייך ספייסען און לייגן וואסער.


קהת בעט:


קהת האט געשריבן:איך גלייב אז אלע מאכן דא טשאלענט קאבידשאבעס סאו לאמיר הערן גיטע איידיעס, גיטע רעסעפיס...


און פעטקישקע רעדט זיך אפ:


פעטריטשקע האט געשריבן:כ'בין געווען זיכער אז כ'וועל כאטש טרעפן איין רעסעפי פאר א גוטן שבתדיגע טשולענט!
קיינער האט נישט קיין רעסעפי?
יאך האב ליב אויסצופריוון פארשידענע רעסעפיס פון טשולענט?
האט עמיצער עפעס א זאפטיגס?


איך האב גראדע א 'זאפטיגס' וואס איך האב נישט געוואלט אליין פראבירן.

ביי די פאריעריגע "טשאלענט קאנטעסט", האט זיך איין נישט-מאן דארט געאייסערט, אז דעריבער איז איר טשולענט אזוי געשמאק, ווייל... (שטעלט אויף מויל און אויערן) זי גיסט אריין א קען "קאקא-קאלע" דערין...

ווער עס וועט עס פראבירן, זאל ביטע מעלדן ווי אזוי ס'איז געווען.

(מיר לוינט נישט איינצושטעלן א גאנצן טשולענט -מיט בהמה פלייש דערין, שטייצעך- דערפאר).


און לסיום פאר דעי וואך. איך בין כמעט זיכער וואס קרעמער'ס רעאקציע וועט זיין...

קרעמער האט געשריבן:איינער האט געהאט אסאך איבריגע צייט און געדולד...

יישר כח פארשריבן
אוועטאר
משיח
שר שלשת אלפים
תגובות: 3318
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 22, 2009 1:09 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משיח »

פארשריבן האט געשריבן:
קליקו האט געשריבן:אפשר ווייסט איינער ווי אזוי מאכט מען גוטע קאטשעניו?

לויט ווי איך ווייס, אויב לייגט מען אריין פיש-הויט אינעם טאפ ביים קאכן, קומט ארויס א פיינע הארטע דזשעלי הנקרא באונגארן "קאטשעניא".


נישט יעדע הויט גיבט ארויס א גוטע קאנטשעניא.
פייק סקין אדער קארפ סקין מאכט די דזאב.
Professional bookkeeping for your small business
[email protected] | 347-708-2079
טאבאקא
שר חמש מאות
תגובות: 659
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 20, 2010 1:29 am

כריין

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טאבאקא »

אין די הויפן פון טאהש און קרעטשניף, פירט מען זיך צו עסן כריין אלס צושפייז צו די פלייש.

כ'האב אמאל געהערט דעם טעם, ווייל די שבת טיש איז דומה צום מזבח, און די מאכלי שבת צו קרבנות.


א אנדערע מעשה פארציילט מען אבער אויפן הייליגן עצי חיים זצ"ל.
אז איינמאל איז ער געווען ערגעץ צו גאסט, און די באלעבאסע האט אויפגעגעבן כריין צו די פלייש.
האט ער זיך אנגערופן מיט א ווערטל: "די פלייש דארף נישט קיין מעקלער"...

(הרב קלוגער פון א"י טונקט איין די חלה אין אביסל חריף און אין חריין נאך די פיש. און איינער האט מיר נאכגעזאגט בשמו דעם טעם, ווייל ער וויל מיט דעם יוצא זיין עונג שבת. ווייל די מאכלי שבת זענען דאך פאר אונז ווי א חיוב).
טאבאקא
שר חמש מאות
תגובות: 659
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 20, 2010 1:29 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טאבאקא »

ער טונקט אויך איין די חלה אין "שמן זית" פאר די פיש. (מסתמא ווייל שמן איז רומז לחכמה).
ביקסאד
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4040
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 25, 2008 7:00 pm
לאקאציע: נעבן סאטמאר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ביקסאד »

טאבאקא האט געשריבן:א. אין די הויפן פון טאהש און קרעטשניף, פירט מען זיך צו עסן כריין אלס צושפייז צו די פלייש.

כ'האב אמאל געהערט דעם טעם, ווייל די שבת טיש איז דומה צום מזבח, און די מאכלי שבת צו קרבנות.


ב. א אנדערע מעשה פארציילט מען אבער אויפן הייליגן עצי חיים זצ"ל.
אז איינמאל איז ער געווען ערגעץ צו גאסט, און די באלעבאסע האט אויפגעגעבן כריין צו די פלייש.
האט ער זיך אנגערופן מיט א ווערטל: "די פלייש דארף נישט קיין מעקלער"...

ג. (הרב קלוגער פון א"י טונקט איין די חלה אין אביסל חריף און אין חריין נאך די פיש. און איינער האט מיר נאכגעזאגט בשמו דעם טעם, ווייל ער וויל מיט דעם יוצא זיין עונג שבת. ווייל די מאכלי שבת זענען דאך פאר אונז ווי א חיוב).

א. און די קרבנות . . . פיהר ביטע אויס.

ב. מקור ביטע.

פלייש הויל [אן קיין צו-שפייז] האבן רוב רובא צדיקים נישט געגעסען.

ג. כפי מנהג ? ? ?
ועמך כולם צדיקים
טאבאקא
שר חמש מאות
תגובות: 659
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 20, 2010 1:29 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טאבאקא »

ביקסאד האט געשריבן:א. און די קרבנות . . . פיהר ביטע אויס.

דאכט זיך מיר אז די קרבנות האט מען געדארפט עסן מיט א צושפייז. (איך דארף נאכקוקן אינעם יפו'ער זמירות).

ביקסאד האט געשריבן:פלייש הויל [אן קיין צו-שפייז] האבן רוב רובא צדיקים נישט געגעסען.


א מקור ביטע. . .
טאבאקא
שר חמש מאות
תגובות: 659
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 20, 2010 1:29 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טאבאקא »

לכבודו פונעם ביקסאדער רבי'ן זז"ג, האבן מיר זיך מטריח געווען, און אויסגעפאקט טייל ספרים וואס זענען נאך פארפאקט פונעם מופן, און עס אפיר געזוכט. און דא האט איר זיין לשון.

ומנהג צדיקים לאכול צימע"ס וכבד ומיני פירות מבושלים. וגם יש נוהגין לתבל המאכלים בחריי"ן (ליקוטי יושר שכן נהג רבו המהרי"ו זצ"ל).

און אונטן אין "טוב טעם" שרייבט ער אזוי:

בחריי"ן. והטעם, שהוא כמו השלמים שהיו הכהנים צריכין לאכול עם חרדל. (שם). וכן מובא במנהגי בעלזא שיש לזה מקור גדול דבשר הקודש אכלו הכהנים עם חרדל, ואכילת שב"ק מרומזת נגד עבודת המקדש, וגם שדרך המלכים לאכול כן.
טאבאקא
שר חמש מאות
תגובות: 659
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 20, 2010 1:29 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טאבאקא »

נאך אפאר ווערטער וועגן דעם כריין [מרור].

די ווייסע כריין [וואס ווייס איז דאך חסד, כידוע] מישט מען מיט די רויטע [וואס רויט איז דין] צוויקל, אלס רמז ממתיק צו זיין די דינים.
און דאס עסט מען מיט די פלייש, וואס איז אויך דין, כדי עס ממתיק צו זיין.

און לפי זה פארשטייט מען דעם מנהג פון מישן פארטיגע כריין מיט מאיאנעיז, וואס אזוי ווערט נמתק די דינים לרחמים וחסדים לנו ולכל ישראל.
און דאס איז ווי א מומוצע [תפארת] און ווערט אנגערופן "כרייערנעיז".

און נאך א רמז נאה.
די כריין איז ווייס און שארף, און די צוויקל רויט און זיס. וואס דאס קומט מרמז צו זיין, אז נישט אלעס וואס זעהט אונז אויס ווייס און שיין פונדרויסן, איז באמת אויך גוט פון אינעווייניג, נאר עס קען זיין באמת זיין גאר ביטער. און דאס זעלבע פארקערט, אפי' ס'איז רויט, קען עס אויך זיין זיס. וכל מה דעביד רחמנא לטב עביד.

נאר מיר בעטן השי"ת "הראנו ה' חסדיך", מיר ווילן עס זעהן. כאטש אלעס וואס דו טוסט איז זיכער גוט.
אוועטאר
jkup50
שר האלף
תגובות: 1079
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 09, 2010 2:45 pm
לאקאציע: איך וואלט אויך געוואלט וויסן!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך jkup50 »

אין דערווייל האט נישט קיינער קיין רעסעפי פאר די טשאלונט?
יאנקעל די פופציגער
והוא פלאי
שר האלפיים
תגובות: 2754
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 23, 2009 3:18 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך והוא פלאי »

איי דערמאנט מען זיך זיסע צייטען, פון ר' הערשעלע קרעטשניפער, וואס האט אזוי געקאכט אין מאכלי שבת
שמעתי מפיו בהיותו בחו"ל, "לעולם וואלט א איד שבת געדארפט אריין אינעם קוגעל, מען קען דאך נישט, נעמט מען אריין די קוגעל אין זיך, דאס וואס מען שטעקט אריין די הענט איז, עס זאל עכ"פ זיין ביאה במקצה שמה ביאה"
עוד שמעתי בשמו, שאמר כשהכינו הרעטיך, ראה תוך, מען דארף אריינקוקען אין פנימיות
ושמעתי בשם אחרים שרתך אותיות כתר
למה זה תשאל לשמי...
באמבאסטיש
שר האלף
תגובות: 1755
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג נאוועמבער 22, 2010 12:46 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך באמבאסטיש »

די קוגל מעשה איז איינע פון די זאכן וואס די וועלט זאגט נאך פון אים, אבער ער האט עס קיינמאל נישט געזאגט. כך שמעתי פעם מפ"ק.
והוא פלאי
שר האלפיים
תגובות: 2754
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 23, 2009 3:18 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך והוא פלאי »

באמבאסטיש האט געשריבן:די קוגל מעשה איז איינע פון די זאכן וואס די וועלט זאגט נאך פון אים, אבער ער האט עס קיינמאל נישט געזאגט. כך שמעתי פעם מפ"ק.

ואני שמעתיו מפיו,
משמו שמעתי הרבה יותר
כגון די קאווע דארף זיין אזוי גרויס ווי די מקוה, און די מקוה אזוי הייס ווי די קאווע
למה זה תשאל לשמי...
אוועטאר
סאדע_באטל
שר האלף
תגובות: 1604
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 11, 2008 4:55 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סאדע_באטל »

באמבאסטיש האט געשריבן:די קוגל מעשה איז איינע פון די זאכן וואס די וועלט זאגט נאך פון אים, אבער ער האט עס קיינמאל נישט געזאגט. כך שמעתי פעם מפ"ק.


האסט געהערט מפה קדשו, די מימרא איבער די קוגל, און ער האט אויסגעפירט אז עס איז נישט אמת ?
אפשר באגרעניצט מען די צאל חתימות וואס איין ניק מעג האבן פער וואך?
והוא פלאי
שר האלפיים
תגובות: 2754
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 23, 2009 3:18 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך והוא פלאי »

סאדע פארדעם קומט א גרינע ;l;p- ;l;p- ;l;p-
למה זה תשאל לשמי...
באמבאסטיש
שר האלף
תגובות: 1755
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג נאוועמבער 22, 2010 12:46 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך באמבאסטיש »

געהערט מפה קדשו אין פריפאנטעין קאנטרי (קאנאדא) שב"ק פרשת שלח תשנ"ט לפ"ק.
והוא פלאי
שר האלפיים
תגובות: 2754
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 23, 2009 3:18 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך והוא פלאי »

האט דאך עס יא געזאגט
איי ער האט עס געזאגט מיט א דיסקלעימער,
איינס גארנישט איז אזוי אמת ווי דאס וואס מען לייקענט
צווייטענס, איך בין געווען גאנץ יונג ווען איך האב געהערט פון אים די מימרא פון די קוגעל, אפשר האט ער דאמאלס אויך אויסגעפירט און עס איז נישט אמת, און איך האב עס נישט אויפגעכאפט
דריטענס, דער אדוואקאט האט געזאגט פארן שופט, ווען דער שופט האט אים געפרעגט ווער זאגט עס איז אמת די מעשה מיט די פאסט מארקע, האט ער געזאגט אויף מיר און דיר זאגט מען עס נישט...
למה זה תשאל לשמי...
אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלף
תגובות: 28338
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעמער »

טאבאקא האט געשריבן:
און לפי זה פארשטייט מען דעם מנהג פון מישן פארטיגע כריין מיט מאיאנעיז, וואס אזוי ווערט נמתק די דינים לרחמים וחסדים לנו ולכל ישראל.
און דאס איז ווי א מומוצע [תפארת] און ווערט אנגערופן "כרייערנעיז".

מען דארף נאר אכט געבן דאס אויסצומישן בעפאר שבת, ווייל אום שבת מעג מען נאר מיט א שינוי (דאס הייסט מאכן מיט א לעפל איינמאל אין די לענג, איינמאל אין די ברייט, וחוזר חלילה)
באמבאסטיש
שר האלף
תגובות: 1755
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג נאוועמבער 22, 2010 12:46 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך באמבאסטיש »

והוא פלאי האט געשריבן:האט דאך עס יא געזאגט
איי ער האט עס געזאגט מיט א דיסקלעימער,
איינס גארנישט איז אזוי אמת ווי דאס וואס מען לייקענט
צווייטענס, איך בין געווען גאנץ יונג ווען איך האב געהערט פון אים די מימרא פון די קוגעל, אפשר האט ער דאמאלס אויך אויסגעפירט און עס איז נישט אמת, און איך האב עס נישט אויפגעכאפט
דריטענס, דער אדוואקאט האט געזאגט פארן שופט, ווען דער שופט האט אים געפרעגט ווער זאגט עס איז אמת די מעשה מיט די פאסט מארקע, האט ער געזאגט אויף מיר און דיר זאגט מען עס נישט...

אויב מאך איך נישט א טעות, שרייבט אויך זיין אייניקל אין 'בית שמחה' כדברי.
אוועטאר
ווינקל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7788
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 21, 2009 12:10 am
לאקאציע: vinkel.ivelt ביי גימעיל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווינקל »

טאבאקא האט געשריבן:נאך אפאר ווערטער וועגן דעם כריין [מרור].

די ווייסע כריין [וואס ווייס איז דאך חסד, כידוע] מישט מען מיט די רויטע [וואס רויט איז דין] צוויקל, אלס רמז ממתיק צו זיין די דינים.
און דאס עסט מען מיט די פלייש, וואס איז אויך דין, כדי עס ממתיק צו זיין.

און לפי זה פארשטייט מען דעם מנהג פון מישן פארטיגע כריין מיט מאיאנעיז, וואס אזוי ווערט נמתק די דינים לרחמים וחסדים לנו ולכל ישראל.
און דאס איז ווי א מומוצע [תפארת] און ווערט אנגערופן "כרייערנעיז".

און נאך א רמז נאה.
די כריין איז ווייס און שארף, און די צוויקל רויט און זיס. וואס דאס קומט מרמז צו זיין, אז נישט אלעס וואס זעהט אונז אויס ווייס און שיין פונדרויסן, איז באמת אויך גוט פון אינעווייניג, נאר עס קען זיין באמת זיין גאר ביטער. און דאס זעלבע פארקערט, אפי' ס'איז רויט, קען עס אויך זיין זיס. וכל מה דעביד רחמנא לטב עביד.

נאר מיר בעטן השי"ת "הראנו ה' חסדיך", מיר ווילן עס זעהן. כאטש אלעס וואס דו טוסט איז זיכער גוט.

געוואלדיג!

טאבאקא האט געשריבן:נאר מיר בעטן השי"ת "הראנו ה' חסדיך", מיר ווילן עס זעהן. כאטש אלעס וואס דו טוסט איז זיכער גוט.

לפי זה איז דאס נאך א טעם פאר דעם מנהג פון מישן פארטיגע כריין מיט מאיאנעיז, ס'זאל זיין הראינו ה חסדיך...
טאבאקא
שר חמש מאות
תגובות: 659
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 20, 2010 1:29 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טאבאקא »

די טייטש אויף "הראינו ה' חסדיך", קומט דאכט זיך פון הייליגן יטב לב זצ"ל.

און איך האב מיט דעם אמאל געטייטש דעם פסוק אין תהילים "אתה הוא מלכי אלקים, צוה ישועות יעקב".
קען מען אפשר אזוי זאגן: אתה הוא מלכי; מיר ווייסן אז דו ביסט אונזער קעניג, אפי' אלקים; דהיינו דו פירסט זיך מיט אונז במידת הדין, ווייל מיר גלייבן דאך אז אלעס איז באמת לטובה. אבער מיט דעם אלעם בעטן מיר דיך: צוה 'ישועות' יעקב; באפעל אז מיר זאלן זעהן, שפירן און איינזעהן בחוש אז דאס זענען ישועות. השם יעזו כן לנו ולכל ישראל.


קרעמער האט געשריבן:
טאבאקא האט געשריבן:
און לפי זה פארשטייט מען דעם מנהג פון מישן פארטיגע כריין מיט מאיאנעיז, וואס אזוי ווערט נמתק די דינים לרחמים וחסדים לנו ולכל ישראל.
און דאס איז ווי א מומוצע [תפארת] און ווערט אנגערופן "כרייערנעיז".

מען דארף נאר אכט געבן דאס אויסצומישן בעפאר שבת, ווייל אום שבת מעג מען נאר מיט א שינוי (דאס הייסט מאכן מיט א לעפל איינמאל אין די לענג, איינמאל אין די ברייט, וחוזר חלילה)


שכוח קרעמער פאר די ידיעה. איך האב ליידער נישט געוואוסט דערפון.
אויב איר קענט אונז מסביר זיין פארוואס, און אין וועלכע מלאכה דאס גייט אריין, איי וויל עפרישיעט.
והוא פלאי
שר האלפיים
תגובות: 2754
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 23, 2009 3:18 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך והוא פלאי »

מען רעט פון לש, עי' סי' שכ"א
למה זה תשאל לשמי...
פארשריבן
שר האלף
תגובות: 1429
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 03, 2010 6:58 am
לאקאציע: אין די העכערע ספערן...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פארשריבן »

קרעמער האט געשריבן:
טאבאקא האט געשריבן:
און לפי זה פארשטייט מען דעם מנהג פון מישן פארטיגע כריין מיט מאיאנעיז, וואס אזוי ווערט נמתק די דינים לרחמים וחסדים לנו ולכל ישראל.
און דאס איז ווי א מומוצע [תפארת] און ווערט אנגערופן "כרייערנעיז".

מען דארף נאר אכט געבן דאס אויסצומישן בעפאר שבת, ווייל אום שבת מעג מען נאר מיט א שינוי (דאס הייסט מאכן מיט א לעפל איינמאל אין די לענג, איינמאל אין די ברייט, וחוזר חלילה)

מישן מיט די לינקע הענט איז נישט גענוג שינוי?

אינטרעסאנט איז, אז אין "בית נאמן בישראל" אויף סעודת שבת, ווערט גארנישט דערמאנט דערוועגן. זעהט זיך אויס אז אין טאהש קודש איז מען נישט באקאנט מיט אט דער מאדערנער מנהג.

איך האב גראדע געהערט פון איינעם אזא טעאריע ווי אזוי עס איז געשאפן געווארן דער דאזיגער מאכל. אז דאס איז א געמיש פון אייראפע און אמעריקע. ווייל ווי באקאנט אין אייראפע עסט מען מאיאנעיז מיט די פיש און פלייש, און אין אמעריקע כריין.
איז א פאר-פאלק וואס איינע איז געקומען פון אמעריקע, און דער צווייטער פון אייראפע, אויפגעקומען אז מען קען דאס צוזאמענמישן, און אזוי איז נולד געווארן א נייער מאכל לכבוד שבת. און שפעטער האבן דאס די אפעטייזינג פירמעס אנגעהויבן צוצושטעלן.

דאס זעלבע קען מען זאגן אויף דער געשמיר וואס האט לעצטענס ארויסגעשפראצט אין די רעסטוראנטן "דרעסינג", וואס איז א געמיש פון "קעטשאפ" (כאפ-ארויף בל"א) און "מאיאנעיז".
געלינקטער
שר מאה
תגובות: 109
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 12, 2010 9:08 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך געלינקטער »

שאץ מאץ האט געשריבן:
ד) די כוס פון קידוש זאל זיין פיל מיט וויין על כל גדותיו.
(בן איש חי)

ה) א שיינע בעכער איז מסגול לפרנסה (חברה טראגט'ס ארויס דעם זילבענעם בעכער אין קאנטרי....)
(ר' נתן מברסלב)

ו) עסן פיש לכבוד שבת איז מסוגל לפרנסה, א רמז ווייל ס'שטייט עיני ד' אל יראיו וגו' ולחיותם ברעב, און פיש האבן שטענדיג אפענע אויגן.
(היכל הברכה מרי"א מקאמארנה)

ז) עסן עפל פרייטאג צונאכטס ביי סעודת חקל תפוחי"ן.
(החי' הרי"מ א' בשם המגיד מקאזניץ)



פארשריבן האט געשריבן:
שאץ מאץ האט געשריבן:עסן עפל פרייטאג צונאכטס ביי סעודת חקל תפוחי"ן.
(החי' הרי"מ א' בשם המגיד מקאזניץ)


דעם פארגאנגענעם שבת ביי א קידושא רבא, האט מיר עמיצער נאכגעזאגט פונעם קרעטשניפער רבין זצ"ל בזה"ל:

עפל, איז מסוגל אויף פרנסה. עפל 'קוגל', איז מסוגל אויף עשירות!
נחמן נתן
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4124
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 13, 2008 7:11 pm
לאקאציע: צווישן סקרענטאן און סיראקיוז

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נחמן נתן »

שמעתי מפי אחד ששמע וראה את הרה"ק ר' איציקל מפשעווארסק זצ"ל מפריש מעות בער"ש לצדקה 'אז די מאכלי שבת זאלן זיין געראָטן'.
לחיים ולברכה!
שרייב תגובה

צוריק צו “היימישע פארברענגן”