אייערע זכרונות:קומען שפעט תירוצים

גריסן און שמועסן

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

בילקע
שר חמישים
תגובות: 65
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 09, 2010 5:22 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בילקע »

איך בין אויפגעשטאנען פאטאגס לערנען אין כהאב זיך פארלערנט
נודע למשגב
שר מאה
תגובות: 118
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 04, 2008 8:00 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נודע למשגב »

אמר עצל:
שחל בדרך
ארי ברחובות
ארטיסט
שר העשר
תגובות: 34
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג פעברואר 08, 2009 12:45 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ארטיסט »

וואס זאלעך טון אז דער באשעפער האט מיך צוריקגעגעבן מיין נשמה אזוי שפעט?
(איינער האט געניצט דעי תירוץ)
פייטל
שר חמישים
תגובות: 72
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 16, 2010 3:50 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פייטל »

ארטיסט האט געשריבן:וואס זאלעך טון אז דער באשעפער האט מיך צוריקגעגעבן מיין נשמה אזוי שפעט?

אין אנדערע ווערטער -די רבש"ע איז שולדיג
אוועטאר
בן בוזי
שר חמשת אלפים
תגובות: 5600
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 19, 2008 12:03 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בן בוזי »

ביי אונז אין ישיבה איז געווען א געוואלד מיט מעשיות וויאזוי מ'האט זיך ארויס געדרייעט פונעם משגיח, ער האט געהאט א טבע צו זיין זייער נייגעריג, און ווען ער איז געווארן נייגעריג האט ער פון אלעם פארגעסן, ס'האט געקענט העלפן פאר סיי וואס, אויב האט ער פארגעהאלטן א בחור איבער עפעס האט איהם יענער נאר געדארפט מאכן נייגעריג איבער עפעס אנדערש און דער משגיח האט שוין נישט געדענקט אויף וואס ער האט גערופען דעם בחור נאר געוואלט וויסן מער איבער יענער ענין.

ס'געווען א בחור א חברה לאטקע וואס האט שטענדיג געהאט א גוטע מעשה, איינמאל אין די ווינטער איז ער געקומען שפעט און ווען דער משגיח האט איהם פארגעהאלטן דערויף האט ער איהם געענטפערט אז אויפן וועג האט ער געטראכט א תירוץ אבער למעשה שטומט עס נישט און ער וויל עס נישט זאגן, דא איז שוין דער משגיח נייגעריג געווארן האט ער זיך געבעטן ביים בחור אז ער זאל איהם אויסזאגן זיין אויף געטראכטע תירוץ, אבער דער בחור ציהט אהן דער משגיח אז ער קען איהם עס נישט זאגן ווייל ס'שטומט דאך נישט, אבער דער משגיח'ס נייגער לאזט נישט נאך, האט יענער מסכים געווען בתנאי אז דער משגיח וועט איהם נישט קנס'ן דערפאר, דער משגיח איז מסכים אבי יענער זאל איהם שוין פארציילן.

פארציילט דער בחור אז ווען ער האט זיך געגרייט צו גיין שלאפן ביינאכט האט ער באמערקט אז ער האט נישט קיין וועקער זייגער ער האט ארום געזוכט ביז ער האט זיך דערמאנט אז אין פסח קאך איז דא א זייגער, האט ער פראבירט אריין צו גיין אין פסח קאך און ביז ער איז אריין געקראכן איז געווארן זייער שפעט, למעשה האט ער עס אנגעשטעלט צו קלינגען ביי די ריכטיגע צייט, אבער ס'האט זיך ארויס געשטעלט אז ס'געווען אנגעשטעלט אויף די פסח'דיגע צייט וואס איז מיט א שעה גערוקט און דעריבער איז ער אויף געשטאנען שפעט.

דער משגיח איז געווען זייער צופרידן פון דעם תירוץ און איהם פריי געלאזט, נאך א שטיק צייט קומט ער אבער צו לויפן צום בחור אז ער פארשטייט נישט וואס ס'שטומט נישט מיטן תירוץ, גיבט איהם דער בחור צו פארשטיין אז פסח איז דער זייגער גערוקט פאראויס און אויב וואלט די מעשה געווען אמת וואלט ער ווען באדארפט צו קומען פריער מיט א שעה........
רעוו. אהרן הירשקאוויטץ, מסדר קידושין דעיר סיראקיוז והגלילית: [email protected]
מורשת חכמי אמעריקא
אוועטאר
שמערי בערי
מ. ראש הקהל
תגובות: 9165
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אפריל 28, 2008 4:40 pm
לאקאציע: באַזאָטלט אינעם ראשעקאָלישן אפיס....
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמערי בערי »

פלצתי!
הערשעלע
שר מאה
תגובות: 160
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך פעברואר 03, 2010 4:07 pm
לאקאציע: צווישן מיין קאפעלוטש מיט מיין שיך...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הערשעלע »

בן בוזי, ;l;p- !!!
אוועטאר
סאדע_באטל
שר האלף
תגובות: 1604
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 11, 2008 4:55 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סאדע_באטל »

בן בוזי האסט מיר דערפרייט, און אלע ארומיגע אין אפיס האבן מיטגעלאכט...
אפשר באגרעניצט מען די צאל חתימות וואס איין ניק מעג האבן פער וואך?
אוועטאר
דארפסמאן
שר ששת אלפים
תגובות: 6484
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג נאוועמבער 14, 2006 2:52 pm
לאקאציע: אין דארף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דארפסמאן »

בוזי גיט גיט אבער נאך ווי גיט
הכו"ח ר' אברהם דארפסמאן שליט"א
פה ב'דארף יצ"ו -
אוועטאר
צו געזונט
שר שבעת אלפים
תגובות: 7078
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש נאוועמבער 21, 2009 6:24 pm
לאקאציע: חשש גילוי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צו געזונט »

דער טערעץ איז צופעליג גאנץ גוט, אבער אן אמאארעץ וועסטו בלייבן
לערנט אייך אויס סקול באס סעיפטי. דאן פראקטיצירט עס מיט אייערע קינדער.
צו קאנען בעיסיק ערשטע הילף איז נישט א אויסוואהל. עס איז א מוז פאר יעדע טאטע, מאמע און ערוואקסענער.
די גרויסע עפל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך די גרויסע עפל »

רבי: פארוואס ביסטו געקומען שפעט ?

חיים: איך האב א צעטל פון מיין מאמע אין קויט טאש.

רבי: נו, אהער דערמיט !

חיים: איך בין געקומען מיט מיין דזעקעט היינט !
(דא לאכט מען)
your friend
שר חמש מאות
תגובות: 605
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג נאוועמבער 09, 2009 3:53 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך your friend »

נאך האט פאסירט ביים נייגעריגן משגיח פון בן-בוזי:
משגיח: וועלוועל, פארוואס ביזטו געקומען שפעט היינט???
וועלוועל: איך בין היינט געווען אין צייט!
משגיח: עס איז נישט קיין תירוץ...
(א מעשה שהיה)
ארטיסט
שר העשר
תגובות: 34
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג פעברואר 08, 2009 12:45 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ארטיסט »

פייטל האט געשריבן:
ארטיסט האט געשריבן:וואס זאלעך טון אז דער באשעפער האט מיך צוריקגעגעבן מיין נשמה אזוי שפעט?

אין אנדערע ווערטער -די רבש"ע איז שולדיג


חס ושלום

איפכא מסתברא והכי גרסינן:

דער באשעפער האט מיך צוריקגעגעבן מיין נשמה אזוי שפעט so די האסט טענות אויפן באשעפער?
אוועטאר
פארצייטישע
שר חמישים ומאתים
תגובות: 377
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יאנואר 21, 2009 1:47 pm
לאקאציע: אין די אלטע היים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פארצייטישע »

טאג טעגליכע תירוץ אין ישיבה גדולה:

א בחור אין די יארן פרעגט מען נישט קיין קשיות!

מ'האט עס בעיקר גענוצט קומענדיג שפעט ביי נאכמיטאג סדר, וואס די משגיח דעמאלטס איז געווען אזא סארט וואס ווען דו נוצט דעם תירוץ אפאר מאל, וואלט ער סך הכל געקוקט אויף דיר מיט רחמנות'דיגן בליק, טראכטענדיג "אוי, א רחמנות אויף דעם בחור, עס גייט אים נעבעך אזוי שווער"...

קען זיין ס'איז די זעלבע ווי בן בוזי...
מ'דארף באהלטן א ספאדיק אן אלטן, בחדרי חדרים זייער גוט, עס זאל זיין א וואונדער, פאר אונזערע קינדער, אז אזוי איז געגאנגען אן ערליכען איד
אוועטאר
TAG
שר חמש מאות
תגובות: 847
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 15, 2009 1:41 am
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך TAG »

כ'האב זיך אויפגעוועקט און כ'האב געמיינט אז ס'איז שבת האב איך זיך צוריק געלייגט. שפעטער ווען כ'האב זיך נאכאמאל איבערגעוועקט האב איך געכאפט אז עס ס'איז שוין זינטאג.
-
כ'בין אנגעקומען אין ישיבה און כ'האב אויסגעטוהן מיין קאוט האב איך באמערקט אז כ'האב פארגעסען אנצוטוהן מיין רעקל אינטער דעם, בין איך אהיים געגאנגען נעמען מיין רעקל.
over night kugel
שר מאה
תגובות: 153
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 31, 2009 3:33 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך over night kugel »

my_music האט געשריבן:איך מיין אז איך בין דער געווינער דא.
איך בין איינמאל געווען שפעט, און מיינע תירוצים זענען שוין געווען אויסגענוצט, און די נייע שיפמענט פון תירוצים איז געווען אויף בעקארדער, און עס האט געדארפט אנקומען עני דעי, און ווען איך בין אויפגעשטאנען שפעט נאך א שווערן קריג מיט די יצרים האבעך נישט געהאט קיין תירוץ פארוואס איף בין געקומען שפעט, און די טראדיציאנאלע "ביטע אנטשולדיגן מיי פארן קומען שפעט. מרת מוזיק" האט שוין נישט געארבייט נאך די נארוואס געווארענעם ביל וואס דער רבי האט יענע וואך געפעסט אז עס מוז שטיין א געהעריגן תירוץ (דאס געזעץ איז געווארן אדורכגעפירט לכבודי ב.ד.וו.)
איז ווען איך בין ארויס פון הויז האבעך אנשטאט גיין אין חדר, זיך באהאלטן אונטערן פארטש, איך האב אפגעשימלט דארטן אגאנצן טאג, טראכטנדיג אז ווען איך וועל זעהן ווי מען גייט אהיים וועל איך ארויסקומען פון מיין באהעלטעניש און אהיימקומען מיט א שיינעם א ג-ו-ט-ן ט-א-א-ג. (איך האב געוואוינט נעבן חדר, און ווען מען האט געענדיגט חדר האט מען געדארפט אדורכגיין מיין וואוינארט)

זייגער האב איך נאכנישט געקענט (געווען איז עס אין כיתה ג') און איך בין געזיצן דארט אין געקלאצט, עט סאם פאוינט האבעך דעסיידעד אז יעצט איז ריסעס און איך האב אויפגעגעסן די ריסעס וואס די מאמע האט איינגעפאקט, און נאכדעם די לאנטש, און איך ווארט און איך ווארט, ביז די לאנג ערווארטעטע מינוט איז ענדליך אנגעקומען און איך זעה ווי דער רבי שפרייזט שוין אהיים מיט גרויסע טריט, איך גראד מיך אויס דעם רוקן און לויף ארויף די טרעפן און איך שריי אויס א הילכיגן "א גוטן טאג מאמי", אויף וואס זי קוקט מיך אן מיט גרויסע אויגן און פרעגט מיר וואס זוכסטו דא? און איך ענטפער מיט א שטארקייט מ'האט שוין געענדיגט חדר, און מיין מאמע זאגט ניין ס'קעניש זיין, און איך האלט מיך פעסט אז דער רבי איז שוין אהיימגעגאנגען, איך געדענק נישט פונקטליך וויאזוי מען איז ארויפגעקומען אז איך בין געווען הונטערן פארטש, אבער דער סוף איז געווען אז ותפסו אבי ואמי און מע'האט מיך אריינגעשלעפט און חדר'אריין און דערציילט פארן רבי'ן אז איך האב מיך באהאלטן ווייל איך האב מורא געהאט, איך ווייס נישט וואס זיי האבן איהם געזאגט אבער כ'געדענק אז די "שפעט צעטל ביל" איז אנולירט געווארן יענעם טאג און דער רבי האט פראקלאמירט אז א פלעינע שפעט צעטל איז גענוג צו קלערן די שפעיט-טשעקפוינט

וואס איז געשעהן דיין רבי איז פונקט יענע טאג אהיים פרי ?
והוא פלאי
שר האלפיים
תגובות: 2754
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 23, 2009 3:18 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך והוא פלאי »

ביי אונז אין ישיבה האט א בחור גענטפערט דעם מגיד שיעור ווען ער האט אים געפרעגט פ"וו ביסטו נישט געווען פארטאגס, האט ער גענטפערט ער האט זיך געשעמט צו קומען, וויאזוי ער איז געווען אנגעטון, און אפי' אויב האט ער זיך נישט בפועל געשעמט וואלט ער זיך געדארפט שעמען, פרעגט אים די מגיד שיעור, וואס איז געווען מיט דיינע בגדים, (מיינענדיג אז עפעס איז געווען פארשמירט צו צוריסען, און צוליב מסדר זיין די זאך איז ער געקומען שפעט) ענטפערט איך בין געווען אינעם נאכט העמד...
למה זה תשאל לשמי...
over night kugel
שר מאה
תגובות: 153
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 31, 2009 3:33 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך over night kugel »

והוא פלאי האט געשריבן:ביי אונז אין ישיבה האט א בחור גענטפערט דעם מגיד שיעור ווען ער האט אים געפרעגט פ"וו ביסטו נישט געווען פארטאגס, האט ער גענטפערט ער האט זיך געשעמט צו קומען, וויאזוי ער איז געווען אנגעטון, און אפי' אויב האט ער זיך נישט בפועל געשעמט וואלט ער זיך געדארפט שעמען, פרעגט אים די מגיד שיעור, וואס איז געווען מיט דיינע בגדים, (מיינענדיג אז עפעס איז געווען פארשמירט צו צוריסען, און צוליב מסדר זיין די זאך איז ער געקומען שפעט) ענטפערט איך בין געווען אינעם נאכט העמד...

גוט!! ;l;p-
פרעג בעסער נישט
שר מאה
תגובות: 111
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 03, 2009 10:51 pm
לאקאציע: זעסט אפשר נישט גיט????!!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פרעג בעסער נישט »

אינטרעסאנטע אשכול.
נעקסטיים פרעג נישט............................
יוםטובערליך
שר חמש מאות
תגובות: 679
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אוגוסט 31, 2007 12:32 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יוםטובערליך »

בס"ד

אין ישיבה קטנה אמאל אנגעקומען אינמיטן דאווענען, בערך אקוואדער צו ניין אינדערפרי.

מגי"ש: וואו ביסטו געווען?

איך: ביים דענטיסט...!

דער מגי"ש האט אוועקשפאצירט מיט א מאדנע אויסדרוק אויפ'ן פנים.

אפאר וואכן שפעטער האב איך געכאפט אז ער האט גוט געכאפט וואספארא בעיבישע אומלאגישע תירוץ-שקר עס איז געווען, און ער האט גארנישט געזאגט אלס רחמנות אויף מיר פאר'ן הוילן תירוץ. מיר האבן זיך ביידע מוחל געווען...
אוועטאר
שמעלקא טויב
שר חמשת אלפים
תגובות: 5396
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 04, 2010 2:41 pm
לאקאציע: אויפ'ן באשעפער'ס וועלט'ל!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמעלקא טויב »

איי איי איי א קען ווארעם געעפענט דא....

איינמאל האב איך געפעלט פון חדר איין טאג, און גארנישט אומזיסט, כ'האב א טאג פארדעם ביי ענגליש אריינגעלייגט אפאר ניסעלך אין מיין טיטשערס קריאת ים סוף היט, און כ'האב געוויסט אז פארדעם באקומט מען נישט קיין טשאקעלאדע... האב איך איינגערעדט אינדערהיים אז כ'האב א סטרעפ.

דעם אנדערן טאג, ס'איז געווען א פרייטאג ווען ס'נישטא קיין ענגליש, ווי אויך נישט זונטאג, סאו ביז מאנטאג וועט מען שוין פארגעסן, קומט אבער פרייטאג אריין דער מלמד וואס פלעגט קעיר נעמען אויף ענגליש, און ער רופט ארויס שמעלקא, און ער פרעגט ווי ביזטו געווען נעכטן? (כאילו ער האט א רעכט, כ'לערן אפי' נישט אין זיין חדר!)

איך זאג: כ'האב געהאט א סטרעפ!

ער נעמט ארויס זיין פאסיג, און ער זאגט: יעצט וועסטו כאפן מיט א סטראפ!

און ער הייבט אן שמייסן און ער זינגט: ונסלח לכל עדת בני ישראל, ונסלח וניסלעך, ער לייגט ניסלעך מחוצף וואס די ביזט!

נאך אפאר גוטע פעטש האט שמעלקא געוויינט, און דער טיראן האט זיך בארויאיגט, ער האט שוין געהאט טועמיה פאר שבת...

איי זכרונות...
הק' שמעלקא טויב
נו"נ להחסיד המפורסם רבי שלום טויב ע"ה
[email protected]
אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרים אלף
תגובות: 20191
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכתחילה אריבער »

פיין געשמייכעלט (סארי)!

פארוואס "טיראן"?
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" - אדמו"ר מהר"ש
אוועטאר
מילכיגער
שר האלפיים
תגובות: 2652
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 20, 2011 4:41 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מילכיגער »

שמעלקא טויב האט געשריבן:
נאך אפאר גוטע פעטש האט שמעלקא געוויינט, און דער טיראן האט זיך בארויאיגט, ער האט שוין געהאט טועמיה פאר שבת...

איי זכרונות...


OUCH

האסט געוואלט ער זאל סטאפן ווען דו לאכסט נאך?...

ערנסט גערעדט. האט ער געטון ראנג?... איך רעד נישט לשי' אנטי שלאגן באוועגונג...

--

גוט צו האבן לכתחלה אויף מיין זייט...
Dear Milkman: From now on please leave two pints every other day and one pint on the days in between, except Wednesdays and Saturdays when I don't want any milk.
אוועטאר
שמעלקא טויב
שר חמשת אלפים
תגובות: 5396
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 04, 2010 2:41 pm
לאקאציע: אויפ'ן באשעפער'ס וועלט'ל!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמעלקא טויב »

לכתחילה אריבער האט געשריבן:פיין געשמייכעלט (סארי)!

פארוואס "טיראן"?


ווייל ווען איינער זינגט א ניגון ווען ער שלאגט א אינגעל בפני כל קהל עם ועדה איז ער א טיראן. אחוץ וואס יענער מלמד איז סתם אזוי געועון א שלעגער, ער האט געקענט פראסקן אז ס'איז געווען א שרעק, ברוך השם מ'האט אים שוין לאאאאאנ אויפגעזאגט, ער ארבייט שוין אין א אפיס.
הק' שמעלקא טויב
נו"נ להחסיד המפורסם רבי שלום טויב ע"ה
[email protected]
אוועטאר
יוראפ
שר עשרת אלפים
תגובות: 19433
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 18, 2011 12:16 pm
לאקאציע: על אדמת נכר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יוראפ »

יויש די אשכול דערמאנט מיר אלס קינד האב איך דערווישט א קונטרס 'שער התירוצים', כ'האב עס געברענגט אין חדר, הו האט מיר דער רעפּא ארויסגעקאפעט
שרייב תגובה

צוריק צו “היימישע פארברענגן”