ליל ששי אשכול

גריסן און שמועסן

אחראי: אחראי

פרישע קוגל
שר האלף
תגובות: 1179
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 13, 2020 1:14 pm
לאקאציע: ווען די זעסט מיך דא מיינט עס אז איך בין אין אפיס

Re: ליל ששי אשכול

תגובהדורך פרישע קוגל » פרייטאג ינואר 22, 2021 12:04 am

ראנג נאמבער... גערופן חבירים

אוועטאר
נארמאליזעם
שר האלף
תגובות: 1423
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 10, 2019 4:52 pm

Re: ליל ששי אשכול

תגובהדורך נארמאליזעם » פרייטאג ינואר 22, 2021 12:44 am

געגעסן טשאלענט פאר ליל שישי נאכטמאל
און מיין קליינער האט זיך צוגעכאפט דערצו
יעצט זענען מיר ביידע אויף
רייזעס ארום די וועלט


אלעס איבער לענדער

מיין טויזענט

אוועטאר
מומחה יוחס
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4554
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אפריל 11, 2010 1:22 pm
לאקאציע: דא אינעווייניג

Re: ליל ששי אשכול

תגובהדורך מומחה יוחס » פרייטאג ינואר 22, 2021 2:40 am

א גוטן טייערע חברים - לאמיר אריין קוקן אין די וואכענדיגע סדרה.

די פרשה הייבט זיך אן, אז די באשעפער זאגט צו משה רבינו 'בא אל פרעה'.

איז דאך דא די באקאנטע קשיא, וואס מען ברענגט, פארוואס שטייט נישט לך אל פרעה, אזוי ווי עס שטייט ביי מכת דם, וואס ס'שטייט דארט לך אל פרעה...
(מיר ווייזן אז ווען עס שטייט ווען לך.. וואלט נישט געוועהן קיין פרשה בא..).

האט די גערע רבי די בית ישראל זצ"ל נאכגעזאגט פין אלטע פוילישע חסידים, אז טאמער וואלט געשטאנען לך.. אין נישט בא, וואלט נישט געוועהן קיין שובבי"ם ...

אז מען רעדט שוין פין דעם איז כדאי צו ברענגן א שיין ווארט וואס איך האב געזעהן אין די ספר ערוגת הבשם ווי ער פארענטפערט די קשיא, אזוי.

ס'שטייט ביי מכת ברד האט משה געזאגט צו פרעה'ן 'כצאתי את העיר אפרוש את כפי אל ד' ', זענען די מפר' מסביר אז פרעה איז שוין געוועהן אזוי שטארק מושרש בטומאה, עד כדי כך אז ס'איז שוין ביי כביכול געוועהן די בחי' פין 'אין אני והוא יכולין לדור במקום אחד'..

איז טאקע מהאי טעמא נאך מכת ברד, זעהנדיג דער מצב פין פרעה, האט משה שוין מורא - עכ"פ מרוב עניוות, אנצוקומען צו פרעה, ווייל ער האט מורא געהאט אז מרוב טומאתו של פרעה וועט דאס איהם שטארק שאטן, אזוי ווי מיהר זעהן אין די חז"ל א משל ווי איינער איז אריין אין א בורסקי, וואס כאטשיג ער האט גארנישט גענומען, דאך האט זיך אנגעקלעפט חאטשיג א ריח רעה פין די בורסקי.

דערפאר האט איהם די באשעפער געזאגט בא אל פרעה, קום מיט צוזאמען, איז דעמאלס דארפסטו שוין נישט מורא האבן, אין דאס מיינט טאקע רש"י הק' צו זאגן למען שיתי וגו' זאגט רש"י שאשית אני – דאס מיינט איך אליין וועט מיט קומען ממילא דארף מען שוין נישט מורא האבן..

איך האב נאר געטראכט א מעגליכקייט אז דאס מיינט אפשר די בעל הטורים צו זאגן ער שרייבט בזה"ל "כשהיה אומר לו לבא לביתו היה אומר לו בא, וכשהיה אומר לו לילך אליו המימה היה אומר לו לך"..
האב איך געטראכט לויט די ערוגת הבשם קען מען אפשר אריין לערנען פשט אין די בעל הטורים, וואס איז זייער מעגליך אז דאס האט ער געמיינט מיט די פשט, אז ווייל די הויז פון פרעה איז ממש די טומאה אליינס דורך די גרויסע כח הטומאה פון פרעה דעפאר האט משה מורא געהאט, ממילא האט ה' געזאגט בא אל פרעה, משא"כ ביי די וואסער איז געוועהן גרינגער.. אולי ואולי בדרך אפשר.

נאך א ענין אויף דעם פסוק, פארוואס עס שטייט בא אין נישט לך..

איז לאמיר קודם אראפ ברענגן א באוויסטע ווארט פין די הייליגע חתם סופר עס איז בעצם א מורא'דיג ווארט.
שטייט למען תספר באזני בנך ובן בנך וגו', זאגט דער חתם סופר 'לולי דמסתפינא'.. קען מען זאגן אז די השי"ת האט נישט געזאגט פאר משה קיין שום מכה מיט וואס מען גייט שלאגן פרעה, נאר פונקט פארקערט ער האט געגעבן רשות פאר משה צו זאגן וואס ער וויל אין דער השי"ת וואט ממלא זיין דער רצון אין טוהן ווי ער בעט..
דאס מיינט דער פסוק למען תספר די משה זאלסט דערציילן פאר דיינע קינדער אז דער השי"ת האט געטוהן אזוי ווי די רצון פין משה אין ווי ער האט גוזר געוועהן אזוי האט די השי"ת טאקע געטוהן... הייליגע ווערטער..

איז אינטערסאנט אז ענדליך צו דעם, ווערט געברענגט אין די ספר קול שמחה פין הרה"ק רבי ר' בונם מפשיסחא זי"ע

אויף אונזערע פסוק, אין זאגט מיט מער באריכות מיט א שטיקל אנדערע הסבר, וזה תוכן דבריו הק', אז די די השי"ת האט געוואלט ווייזן פאר אונז אז ער טוט חסדים מיט די אידישע קינדער אין ער מיינט נאר די אידישע קינדער, האט די השי"ת נישט געוואלט זאגן וועלכע מכה ס'גייט קומען נאר משה זאל מחליט זיין וועלכע מכה ס'זאל קומען אין השי''ת וועט עס טוהן, ווייל טאמער די אייבישטער וואלט געזאגט וועלכע מכה ס'גייט זיין וואלטן מענשטן געקענט זאגט נעה.. די מכות איז נישט געוועהן פאר אונזערע טובה וועגען נאר פאר אנדערע סיבות, אבער מיט דעם וואס ער האט געזאגט אז משה קען אליינס מחליט זיין וועלכע מכה ס'זאל זיין זעהט זיך עס קלאר ארויס אז ער מיינט נאר אונזערע טובה.
זאגט ער אז אויב וואלט די תורה געזאגט לך וואלט דאס געמיינט אין באטאנט אז גיי אויף א בפירוש שליחות, וואס איך זאג ס'גייט זיין, אבער 'בא' ברענגט מער ארויס די קום צו פרעה, אין זאג די וועלכע מכה די ווילסט ס'זאל זיין..

ממילא למען תספר באזני בנך וכו' את אשר התעללתי במצרים, וכו', דאס איז ממש ווי א געלעכטער אז די השי''ת זאגט משה די זאג וועלכע מכה זאל קומען וכו' אין פארשטייט זיך אז משה רבינו ברוב חכמתו ורוחב בינתו האט פארשטאנען אז יעצט קומט זיך מכת ארבה מחמת מדה כנגד מדה אזוי ווי ס'איז מבואר אין די מדרשים..

האטס א פרייליכע שבת מיט א לעכטיגע תמיד
לעצט פאראכטן דורך מומחה יוחס אום פרייטאג ינואר 22, 2021 10:21 am, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
איך בין די פרעזידענט פון אמעריקא

אוועטאר
מומחה יוחס
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4554
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אפריל 11, 2010 1:22 pm
לאקאציע: דא אינעווייניג

Re: ליל ששי אשכול

תגובהדורך מומחה יוחס » פרייטאג ינואר 22, 2021 9:49 am

מחמת כ'בין געוועהן שטארק פארנומען האב איך נאכנישט אנגעיאגט צו אדורך קוקן דער נעכטיגע ליל שישי...
כ'האב נישט עכט געקענט משתתף זיין, אבער כ'האב דאך זיכער געמאכט צו שיקן אפאר שיינע געדאנקען אויף די פרשה..

אין עלמער יעצט אדורך טוען דער דברי חיזוק פין הגאון הגדול רבי אורי שליט"א
איך בין די פרעזידענט פון אמעריקא

קאפעלע
שר האלף
תגובות: 1528
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 25, 2020 11:59 pm

Re: ליל ששי אשכול

תגובהדורך קאפעלע » פרייטאג ינואר 22, 2021 9:52 am

און זאלסט זעהן צו פארענפערן די סתירה..

זייער הנאה געהאט פון ביידע

אוועטאר
מומחה יוחס
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4554
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אפריל 11, 2010 1:22 pm
לאקאציע: דא אינעווייניג

Re: ליל ששי אשכול

תגובהדורך מומחה יוחס » פרייטאג ינואר 22, 2021 9:55 am

ביי כאניש'ל איז קוקט אויס געוועהן נעכטן פסח ביי די נאכט, ווייל ער האט געזונגען ליל שימורים וכו'

שוין האסט כאטשיג געטרינקען די ד' כוסות?
איך בין די פרעזידענט פון אמעריקא

אוועטאר
מומחה יוחס
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4554
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אפריל 11, 2010 1:22 pm
לאקאציע: דא אינעווייניג

Re: ליל ששי אשכול

תגובהדורך מומחה יוחס » פרייטאג ינואר 22, 2021 10:05 am

ייש"כ הרב אורי.. מורא'דיג שיין כפתור ופרח.. גג על גג..
איך זעה שוין אז הרב אורי האט מיר מקדים געוועהן מיט די ווערטל איבער בא אין לך בקשר צו שובבי''ם
אבער איך האב געזעהן אמאל אין די גערע ספרים אז די בית ישראל האט דאס נאכגעזאגט בשם אלטע פוילישע חסידים אין נישט בשם די קאצקער..

בכל אופן ווער איך נתפעל פין פריש אין ספעציעל די וואך ווי ער מען קען זאגט א שובבי"ם תורה בדרך דרוש באופן נפלא זייער זיס...
איך בין די פרעזידענט פון אמעריקא

אוועטאר
כאניש וואס צו טון
שר עשרת אלפים
תגובות: 16856
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 04, 2017 6:18 pm
לאקאציע: אפן וועג צום ארבייט
פארבינד זיך:

Re: ליל ששי אשכול

תגובהדורך כאניש וואס צו טון » פרייטאג ינואר 22, 2021 10:05 am

מומחי פרעזעדענט, ס'איז ליל שימורים די וואך, דאס ענין פון ליל שימורים איז דאך ווי אלע זאכן שייך בעולם שנה נפש,
בשנה איז דאס בליל התקדש החג, בעולם איז דאס פרשת בא ווייל קריאה מעורר הזמן, און בנפש איז יעדע יוד ביי זיך ווען ער האט א אור פון ליל שימורים.

אוועטאר
מומחה יוחס
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4554
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אפריל 11, 2010 1:22 pm
לאקאציע: דא אינעווייניג

Re: ליל ששי אשכול

תגובהדורך מומחה יוחס » פרייטאג ינואר 22, 2021 10:08 am

כאניש וואס צו טון האט געשריבן:מומחי פרעזעדענט, ס'איז ליל שימורים די וואך, דאס ענין פון ליל שימורים איז דאך ווי אלע זאכן שייך בעולם שנה נפש,
בשנה איז דאס בליל התקדש החג, בעולם איז דאס פרשת בא ווייל קריאה מעורר הזמן, און בנפש איז יעדע יוד ביי זיך ווען ער האט א אור פון ליל שימורים.


יא יא איך הער
איך האב נאר געזאגט בדרך ידידות ובדיחותא....
איך בין די פרעזידענט פון אמעריקא

אוועטאר
מומחה יוחס
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4554
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אפריל 11, 2010 1:22 pm
לאקאציע: דא אינעווייניג

Re: ליל ששי אשכול

תגובהדורך מומחה יוחס » פרייטאג ינואר 22, 2021 10:10 am

newschest79 האט געשריבן:
אלץ אינגל פלעגט מען הערן יעדן יאר פרשת בא די ווערטל אז אין די ווארט "בא" איז מרומז די דריי מכות, א' איז "ארבה" ב' איז "בכורות" אין חושך איז דאך געווען טינקל ממילא קען מען עס נישט זעהן...

א פרייליכן שבת!


לגבי די חלק אז בא איז מרמז אויף די דריי מכות שטייט קלאר אין די בעל הטורים דער וואך
איך בין די פרעזידענט פון אמעריקא

אוועטאר
tesla
שר חמש מאות
תגובות: 722
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 20, 2020 7:37 pm

Re: ליל ששי אשכול

תגובהדורך tesla » פרייטאג ינואר 22, 2021 10:29 am

כ'האף בלי נדר שבעה יובל פריזבל. ארויפצילייגען יעדע וואך פרייטאג.
קאמפלאמענטס אויפן אשכל.
אויפמערקן, פארעכטן, קאמעטס,ביטע נאר פריוואט.
קריטיק ביי דיר אינדערהיים.
גליון ליל שישי פרשת בא
צוגעלייגטע
גליון פרשת בא.pdf
(82.31 KiB) דאונלאודעד 12 מאל
אוי איך בין דער קעניג פין דער וועלט

אוועטאר
מומחה יוחס
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4554
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אפריל 11, 2010 1:22 pm
לאקאציע: דא אינעווייניג

Re: ליל ששי אשכול

תגובהדורך מומחה יוחס » פרייטאג ינואר 22, 2021 10:31 am

אוראייניקל האט געשריבן:שטיי מיר ליל שישי פרשת בא, וואס צדיקים האבן געזאגט אז פרשת בא איז נאך גרעסער פון שבת שירה, מצוה ב"א יותר מבשל"חו.


\

אמת עס איז געוועהן אזעלכע וואס האבן טאקע געזאגט מצוה בו יותר מבשלחו... ווייל עס ווערט געברענגט די פרשה פין יצי''מ וכדו'.
אבער עס איז געוועהן אנדערע פלעצער וואס זיי האבן געזאגט אז אעפ"כ שבת בשלח - שירה איז גרעסער, אין מען איז דעמאלס געפארן צו די צדיקים ווייל ס'שטייט ויאמינו בד' ובמשה עבדו...
איך בין די פרעזידענט פון אמעריקא

אוועטאר
מומחה יוחס
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4554
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אפריל 11, 2010 1:22 pm
לאקאציע: דא אינעווייניג

Re: ליל ששי אשכול

תגובהדורך מומחה יוחס » פרייטאג ינואר 22, 2021 10:34 am

ייש"כ הרב טסלא...
איך בין די פרעזידענט פון אמעריקא

newschest79
שר מאה
תגובות: 155
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 19, 2017 2:26 pm

Re: ליל ששי אשכול

תגובהדורך newschest79 » פרייטאג ינואר 22, 2021 10:59 am

הרב לכאורה, איך האב פאריגע וואך שבת לערנענדיג חומש רש"י געטראכט,
אז משה רבינו האט געפרעגט פרעה פאר ווען זאל איך בעטן די רבוש"ע אוועקצונעמען די מכה, האט פרעה געענטפער "מארגן"....

יעצט קען מען מוסיף זיין אז ס'איז געווארן "מארגן" אין מצרים, דעריבער זעהט מען שפעטער ביי יציאת מצרים איז געועון "לילה כיום יאיר"... ס'האט נישט עקזיסטירט קיין "מארגן"!!!

אוועטאר
sheetrock
שר האלפיים
תגובות: 2807
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 29, 2017 4:42 pm
לאקאציע: אויפן קאוטש

Re: ליל ששי אשכול

תגובהדורך sheetrock » דאנארשטאג ינואר 28, 2021 1:18 pm

היינט קומט פיינע בריסקעט, בארביקיו גאנצע טשיקען, מיט דעלישיס פלאנקען. נישט עסן קיין לאנטש היינט.

ס'לוינט זיך צו קומען
שטיצט א יוד

איך האב אייך נאר געוואלט זאגן אז: ווען דו שרייבסט עפעס פאר מיר און דו ווילסט אז איך זאל עס זעהן, ציטיר מיר.

טענקס חוח'ל פארן אריינטאנצן פון דאך לכבוד מיר/פורים
טענקס קנאפער פארן עס צופאסן ס'זאל אריינפיטן אין מיין מח

אוועטאר
גרויסע עם הארץ
שר שמונת אלפים
תגובות: 8769
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 24, 2018 9:17 pm
לאקאציע: אייוועלט

Re: ליל ששי אשכול

תגובהדורך גרויסע עם הארץ » דאנארשטאג ינואר 28, 2021 1:26 pm

sheetrock האט געשריבן:היינט קומט פיינע בריסקעט, בארביקיו גאנצע טשיקען, מיט דעלישיס פלאנקען. נישט עסן קיין לאנטש היינט.

ס'לוינט זיך צו קומען

די לופטפעלד איז אפן?
אויב דו זוכסט שלימות ביי מענטשן, וועסטו עס טרעפן נאר אין שפיגל (קרעדיט: מעלות).
אין א שיינעם העלן טאג...

אוועטאר
כאניש וואס צו טון
שר עשרת אלפים
תגובות: 16856
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 04, 2017 6:18 pm
לאקאציע: אפן וועג צום ארבייט
פארבינד זיך:

Re: ליל ששי אשכול

תגובהדורך כאניש וואס צו טון » דאנארשטאג ינואר 28, 2021 1:32 pm

שיטראק, שריים פון די אתרוג האסטע נישט די וואך?
לעצט פאראכטן דורך כאניש וואס צו טון אום דאנארשטאג ינואר 28, 2021 1:57 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

אוועטאר
sheetrock
שר האלפיים
תגובות: 2807
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 29, 2017 4:42 pm
לאקאציע: אויפן קאוטש

Re: ליל ששי אשכול

תגובהדורך sheetrock » דאנארשטאג ינואר 28, 2021 1:56 pm

גרויסע עם הארץ האט געשריבן:
sheetrock האט געשריבן:היינט קומט פיינע בריסקעט, בארביקיו גאנצע טשיקען, מיט דעלישיס פלאנקען. נישט עסן קיין לאנטש היינט.

ס'לוינט זיך צו קומען

די לופטפעלד איז אפן?

וואס ליפטפעלד? אלעס איז היימיש פון דא אין ניו יארק.
שטיצט א יוד

איך האב אייך נאר געוואלט זאגן אז: ווען דו שרייבסט עפעס פאר מיר און דו ווילסט אז איך זאל עס זעהן, ציטיר מיר.

טענקס חוח'ל פארן אריינטאנצן פון דאך לכבוד מיר/פורים
טענקס קנאפער פארן עס צופאסן ס'זאל אריינפיטן אין מיין מח

אוועטאר
sheetrock
שר האלפיים
תגובות: 2807
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 29, 2017 4:42 pm
לאקאציע: אויפן קאוטש

Re: ליל ששי אשכול

תגובהדורך sheetrock » דאנארשטאג ינואר 28, 2021 1:57 pm

כאניש וואס צו טון האט געשריבן:נמי, שריים פון די אתרוג האסטע נישט די וואך?

נעוואדע. קום אריבער צו מיר אין שטוב פאר די אתרוג קאמפאוט
שטיצט א יוד

איך האב אייך נאר געוואלט זאגן אז: ווען דו שרייבסט עפעס פאר מיר און דו ווילסט אז איך זאל עס זעהן, ציטיר מיר.

טענקס חוח'ל פארן אריינטאנצן פון דאך לכבוד מיר/פורים
טענקס קנאפער פארן עס צופאסן ס'זאל אריינפיטן אין מיין מח

אוועטאר
אוראייניקל
שר ששת אלפים
תגובות: 6076
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג פאברואר 21, 2019 9:05 am

Re: ליל ששי אשכול

תגובהדורך אוראייניקל » דאנארשטאג ינואר 28, 2021 2:11 pm

האמיר שיריים פון איבער דרייסיג מיני פרוכט (האדמה בכלל).. נישט כאפן, ס'דא בריוח!

אוועטאר
מומחה יוחס
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4554
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אפריל 11, 2010 1:22 pm
לאקאציע: דא אינעווייניג

Re: ליל ששי אשכול

תגובהדורך מומחה יוחס » דאנארשטאג ינואר 28, 2021 2:15 pm

אוראייניקל האט געשריבן:האמיר שיריים פון איבער דרייסיג מיני פרוכט (האדמה בכלל).. נישט כאפן, ס'דא בריוח!


פין וועמען איז די שיריים??
איך בין די פרעזידענט פון אמעריקא

אוועטאר
אוראייניקל
שר ששת אלפים
תגובות: 6076
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג פאברואר 21, 2019 9:05 am

Re: ליל ששי אשכול

תגובהדורך אוראייניקל » דאנארשטאג ינואר 28, 2021 2:16 pm

אנערליכע איד.

אוועטאר
מומחה יוחס
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4554
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אפריל 11, 2010 1:22 pm
לאקאציע: דא אינעווייניג

Re: ליל ששי אשכול

תגובהדורך מומחה יוחס » דאנארשטאג ינואר 28, 2021 2:19 pm

אוראייניקל האט געשריבן:אנערליכע איד.

ס'דא אסאך ערליכע יודן.... פין וועלכע ערליכע יוד רעדסטו?
איך בין די פרעזידענט פון אמעריקא

אוועטאר
אוראייניקל
שר ששת אלפים
תגובות: 6076
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג פאברואר 21, 2019 9:05 am

Re: ליל ששי אשכול

תגובהדורך אוראייניקל » דאנארשטאג ינואר 28, 2021 3:42 pm

ביי אלעקסיי השלישי
איז שוין ליל שישי
קען איך שוין מיין דרשה זאגן
און פון דא אפטראגן
און ס'גייט מיר נישט אן
פון כאניש וואס צו טון (מיט'ן ליטווישע אקצענט).

אוועטאר
אוראייניקל
שר ששת אלפים
תגובות: 6076
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג פאברואר 21, 2019 9:05 am

Re: ליל ששי אשכול

תגובהדורך אוראייניקל » דאנארשטאג ינואר 28, 2021 3:44 pm

אז מ'האלט מיר מוצאי ראש השנה לאילנות, ווען די ביימעלעך זענען פארנומען איינצופאסטן צום בעפארשטייענדן תענית, קען מען נאך אריינווארפן א ווארט צוויי איבער דעם יו"ט.


ס'ווערט דערציילט אויפ'ן רעבעצין פון ר' חיים בריסקער, אז זי הא אמאהל געפרעגט איר גרויסן מאן א הארבע קשיא אויפן סידור.. פאר קריאת התורה מאנטאג און דאנערשטאג זאגט מען קל ארך אפים, שטייט דארט אין די קליינע אותיות א רשימה פון טעג וואס מ'זאגט עס נישט, וביניהם ערב יום כיפור.. וכאן אשתו שואלתו.. פארוואס ברויך שטיין אין סידור אז עיו"כ א"א אא"א, ס'קען דאך נישט געפאלן נישט אין א מאנטאג און נישט אין א דאנערשטאג..

האט ר' חיים געענטפערט, אז זי איז טאקע גערעכט און אלטס קל ארך אפים וואלט עס טאקע נישט געברויכט צו שטיין, נאר היות אין דיע טעג זאגט מען אויך נישט קיין למנצח, ממילא שטייט דארט אויך עיו"כ מ'זאל וויסן אז מ'זאגט נישט קיין למנצח..

פרעגט זי צוריק.. דארט שטייט דאך עקסטער דע גאנצע ליסטע.. ענטפערט איר ר' חיים, דארט איז שוין טאקע שווער...


היוצא לנו מזה, אז די עיקר אז דא איז נישט שווער, איי דארט ווערט שווער.. דאס וועט מען שוין דארט זיך ברעכן קאפ צו פארענטפערן..

והשייך לעניננו, צדיקים האבן זיך געשטעלט, וואס איז פשט אז ט"ו בשבט וואס איז ר"ה "לאילן" עסט מען פירות.. און בעצרת נדונים על "פירות האילן" שטעלט מען ביימער אין ביהמ"ד כדי מ'זאל מתפלל זיין אויף זיי..

קען זיין די תירוץ.. אז מ'פרעגט אין הימל.. וועלכע זכותים האבן די ביימער.. ענטפערט מען, אם לא בזכות עצמן, זאלן זיי זוכה בדין זיין בזכות פון זיערע פירות.. איי ווען מ'קומט שבועות און מ'נעמט זיך דן זיין אויף די פירות אליינס.. דאן ענטפערט מען.. זיי האבן זכות אבות פון די ביימער..

וכ
ידוע די סיפור פונעם הייליגן אפטער רב זי"ע וואס איז געקומען אין א שטאט, און ס'זענען זיך צזאמגעקומען א גרויסע עולם איהם מכבד צו זיין, און דער אפטער רב האט עס געארט די כבוד וואס מ'טיילט איהם צו.. האט איהם זיין זוהן הרה"ק 'ר' צחק מאיר זשינקובער בארואיגט, אז דער עולם קומט איהם מכבד זיין, נישט דעם טאטן.. ונחה דעתו..
צומארגנס פרעגט איהם דער אפטער רב, פארוואס טאקע איז איהם דער עולם אזוי מכבד?.. וואס הייסט - ענטפערט ר' יצחק מאיר - ווייל איך בין דאך דעם אפטער רב'ס א זוהן..

*

או יאמר.. ראש השנה ליינט מען דאך די ערשטע טאג וה' פקד את שרה, און די צווייטע טאג די עקדה.. נו ביי די ביימער, איז דאך וה' פקד.. ווי רש"י זאגט (ר"ה יד.) "ונמצאו הפירות חונטין מעתה".. אבער די עקדה.. דערפאר מאכט מען א ברכה, און מ'שעכט אפ די פירות.. די קינדער פון די ביימער על קידוש שמו ית'.. .

*

העמיר א בליק טון אינעם פרשה אויך.. אידאך באקאנט די מדרש פליאה.. הים ראה וינוס.. מה ראה? ראה אותם באים ורכוש מצרים בידם.. וואסיז פשט?

נאר דער ים האט געהאט א תנאי מתחיל ברייתו זיך צו שפאלטן פאר די יודן.. אבער ווי ס'שטייט אין מדרש (ויק"ר כג, ב) "אלו ואלו ערלים אלו מגדלי בלורית ואלו מגדלי בלורית אלו לובשי כלאים ואלו לובשי כלאים" און מ'האט דאך גארנישט אנגעזעהן אז דאס זענען אידן.. אבער ווען דער ים הא געזעהן אז די חברה דא האבן געמאכט א גרינגע דאלער אויפ'ן גוי'ס חשבון.. אה! דאס זענען די ריכטיגע חברה.. דאס זענען די אידעלעך..

וליתר ראיה אז דאס זענען טאקע די יודן.. זאגט דער מדרש 'מה ראה, ברייתא דר' ישמעאל ראה,.. פרעג איך דיר.. קען דען א גוי ארויסזאגון דעם כלל ופרט, פרט וכלל, כלל ופרט וכלל' אזוי בנשימה אחת, און נאך ארויסקמען מיט גאנצע ציין?.. ע"פ שנים עדים יקום דבר אז דאס זענען די ריכטיגע יודעלעך..

דאס איז אויך פשט אינעם רש"י.. "מה זאת עשינו כי שלחנו את ישראל מעבדנו, על ממונם שהשאילום".. איז דאך שווער ווי שטייט געלט דא אין פסוק.. נאר די מצריים האט נישט אזוי געאהרט אז די יודן גייען ארויס לחירות.. ס'דאך ידוע אז די יודן זענען ארויס לפנ זמנם מיט'ן חשבון משלים צו זיין אין די אנדערע גליות.. נו וועלן זיי שוין דאן צוריקקומען ארבעטן ביי אונז.. אבער דא האבן זיי איינגעזעהן אז נעקסטיים גייען די אידן שוין נישט שוויצן צו פארדינען אפאר גרייצער.. זיי האבן זיך שוין אויסגעלערנט א לייכטערע וועג.. על ממונם שהשאילום.. אויף דעם האבן זיי געשריגן מה זאת עשינו..

*

דערמאנט מיר דאס א מעשה מיט איינע פון די צדיקים וואס ביי איהם האבן זאך נאר געדרייט בני עליה, חוץ פון איין פשוטע איד, וואס האט ערגעצוואו דארט אריינגעבלאנדזשעט.
ביום מן הימים האט דער איד מיט געברענט א חבר זיינס אינגלייכן צום רבי'ן.

האט איהם דער רבי געזאגט.. קום כ'וועל דיר דערציילן א מעשה.. אמאהל קומט א דארפסמאן אריין צום ספרים בינדער מיט א בקשה.. זייזשע מוחל און נעם מיר ארויס דעם ר' ישמעאל אומר פון סידור!.. יעדן טאג ווען כ'קום אהן דארט בלייבן מיר די ציינער שטעקן, מיטן קלאפט און ס'פארט, ס'פארט אום ס'קלאפט.. און דער חזן דאוונט ווייטער, און ער קען שוינישט מיטהאלטן!

דער בינדער איז געווען א גאטספארכטיגער איד.. סתם אזוי ארויסרייסן א שטיקל סידור?.. האט ער ארויס גענומען דעם בלאט, און אריינגעבינדן אינעם סוף פונעם סידור..
דער דארפס איד באקומט צוריק זיין סידור.. און ער קען זיך נישט בארואיגן פון פרייד!.. דער ר' ישמעאל שטייט איהם שוין נישט אין וועג.. ער קען שוין מיטהאלטן דעם דאווענען..
קומט מוצאי שבת נאך ויתן לך.. אמר ר' יוחנן.. והנה! און דער ר' ישמעאל איז דא!

רופט זיך אן דער דארפס איד.. דיר ר' יוחנן קען איך שוין פונלאנג נישט דולדן, מיט דעם "ענותנותו".. אבער אז דו ברענגסט נאך מיט ר' ישמעאל אויך...


קען מען גאר זאגן.. ביי מכת ארבה שטייט ויתקעהו ימה סוף.. שוין דאס האט דער ים נאך אראפגעשלונגען.. אבער יעצט ברענגען די מצריים אויך מכת חושך צום ים.. עד כאן.. אלעס האט א גבול..

*

נאך קען מען זאגן.. מתאמרא משמיה פונעם סאטמארן רב זצ"ל אז מ'זעהט די חשיבות פון תורה.. אז ס'דא א יוד וואס קען ש"ס און ער האט צום לעבן וועט ער נאכנישט טראגן דעם טיטל פון "תורה וגדולה במקום אחד".. אבער א גביר אדיר וואס קען א פרק משניות אויך.. אה..דער איז שוין תורה וגדולה.. ללמדך אז אביסל תורה האט א מורא'דיגע חשיבות..
אזוי אויך דא.. ראה אותם באים ורכוש מצרים בידם.. און זיי קענען נאך עפעס א ברייתא פונעם דאווענען.. אה.. פאר דעם דארף מען דרך ארץ.. איהם מאכט מען פלאץ..

*

אין של"ה הק' ברענגט ער פון 'אנשי צחות והמליצה'.. שטייט אין פסוק 'ותען להם מרים' .. וואלט דאך באדארפט צו שטיין 'ותען להן' נישט 'להם'.. נאר פשט איז אז די נשים האבן בכלל נישט געזאגט קיין שירה, נאר געשפיעלט מיט די פויקן.. זענען אבער געווען אפאר יונגען וואס האבן זיך געשטעלט ארום די מוזיקאנטן כנהוג.. האט מרים זיי געזאגט..ותען להם.. זייטס מוחל, אריין אין מענער שוהל.. שירו לה'..

*

ולסיום, האט דער בילגורייער רב זצ"ל נאכגעזאגט פון א חסיד ר' שמואל אנטשיל פון פשעמישל.. אז ער פלעגט טענה'נען אז ער נעמט נישט אן קיין מעשיות פון מופתים פון צדיקים.. ווייל ווער זאגט ס'איז טאקע דעם צדיק'ס מופת?.. דער באשעפער איז נאך אויך אזא בעל מופת..

נאר אז מ'דערציילט איהם אז א צדיק האט אריינגעשיינט יראת שמים אין א יוד.. אה.. דאס מוז שוין זיין דעם רבינ'ס מופת.. ווייל הכל בידי שמים חוץ מיראת שמים..
האט דער בילגורייער רב געטייטשט, וירא ישראל את היד הגדולה אשר עשה ה' במצרים, וייראו העם את ה'.. איז אויפ'ן 'וירא ישראל את היד הגדולה', איז ויאמינו בה', דאס איז דעם באשעפער'ס מופת, אבער וייראו העם את ה', אויף דעם ויאמינו.. ובמשה עבדו.. דאס מוז שוין זיין דעם רעבינ'ס מופת..


א פרייליכע שבת שירה!!

נישט פארגעסן אז די פייגעלעך קומען עסן!!


צוריק צו “היימישע פארברענגן”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: Bissli, גפת און 3 געסט