בלאט 82 פון 96

געשריבן: דאנארשטאג מאי 30, 2019 11:34 pm
דורך קלאָצקאָפּ
לכאורה האט געשריבן:להתוודע ולהגלות אז עס קומט יעצט ליל שישי!
דער עולם זאל דאווענען מעריב, ציילן ספירה, רעדן פון ר' שלמ'קע זווילער, און אהערקומען פראווענען

האט מיר יעצט איינער נאכגעזאגט פון ספר שיח זקנים בשם הרה"ק מהר"א מבעלזא זי"ע, אז ער האט זיך אויסגעדרוקט אויף רבי שלמה'קע זוועהילער זי"ע, אז ער וואלט געפּאסט צו זיין זעקס הונדערט יאר פריער.

געשריבן: דאנארשטאג מאי 30, 2019 11:57 pm
דורך לכאורה
אקעי, גענוג גערעדט, הייבט אן אריינברענגן די אויבסט, די קאפעליע זאל אנהייבן שטאטע ניגונים

געשריבן: פרייטאג מאי 31, 2019 12:01 am
דורך נו גוט נו שוין
טשאדעלע! איינס קענסטו זיכער פארלערנען

געשריבן: פרייטאג מאי 31, 2019 12:21 am
דורך לכאורה
יעדער לערנט פאר איינס, נו, מיר האבן דא גענוג באזוכער

געשריבן: פרייטאג מאי 31, 2019 12:28 am
דורך נו גוט נו שוין
ששששששאאאאאא! האלט אייך שטיל, מ'קען שלינגען ביר אן א גערידער...

@ לכאורה איז מכובד מיט'ן ערשטן פשט!

געשריבן: פרייטאג מאי 31, 2019 12:30 am
דורך shimon7323
כורע איז יעצט ביזי מיט א סקאנק, פליז שטער נישט.

געשריבן: פרייטאג מאי 31, 2019 12:51 am
דורך לכאורה
נישט סתם ביזי... געדארפט ארומלויפן אלע שטאקן (ב"ה פאר דעם! אין וויליאמסבורג וואלט מען געשריבן אלע 'לעכער') און פארמאכן הערמעטיש די פענסטער, ווייל עס ציפט מיר אין האלז פונעם סקאנק כעמיקאל!

געשריבן: פרייטאג מאי 31, 2019 1:11 am
דורך נו גוט נו שוין
זאגט ער אזוי ..

און תורת כהנים, רש"י ברענגט דאס, זאגן זיי אזוי, פון פסוק אם בחקתי, העט מען ווען פארשטאנען, אז דאס רעדט די תורה דא ,פון מצות, שטייט אבער באלד דערויף, ואת מצותי תשמרו, שטייט דאך שוין מצות, מוז מען איינזעצן "בחקתי" אז דאס מיינט מען, אז איר זאלט אייך פלאגן און די תורה, ביז אהער פון תורת כהנים.
זאגט און דעם דער הייליגער אור החיים א הסבר, פארוואס עפעס הייסט, דאס זיך פלאגן אין תורה, א חק?
דאס איז ווייל ס'איז א מצוה פשוט צו לערנען תורה, אפילו זאכן וואס מ'האט שוין געלערנט צוויי דריי מאל, און זיי זענען שוין באקאנט ביי אים, איז נאכאלץ דא א חיוב צו לערנען תורה, און דאס איז א חק, ( לכאורה איז דער הסבר, ווייל די תורה איז געגעבן געווארן, צו טון די מצות וואס זענען דארט געשריבן, און אז מ'ווייסט שוין די מצות, וואס ברויך מען נאך לערנען? נאר וואס, חקה חקק ה') און מיר טרעפן אין חז"ל אז צוליב דעם טעם,אז דער אויבשטער וויל, אז מיר זאלן שטענדיג לערנען מיט חשק און געשמאק, האט ער און אונז געגעבן די שוואכקייט פון שכחה, אזוי לערנט מען געשמאקער,
און דאס ענין וואס דער פסוק זאגט חקתי לשון רבים, איז מרמז אויף די געשריבענע תורה, און אויף די תורה וואס גייט אריבער פון מויל צו אויער, און די כתיב איז לשון יחיד, ווייל ס'איז קיין ואו פארהאן, צו זאגן אז די אויסענווייניגע תורה איז געבויעט, און איז איינס מיט די געשריבענע תורה.

נאך א רמז, אויף דעם לשון רבים איז, ווייל דער חיוב לימוד התורה, גייט אן בייטאג און ביינאכט, איי דער כתיב? איז אויך נישקשה ווייל די טאג מיט'ן נאכט, זענען אין איין מעת לעת.

נאך א טעם אויפן לשון רבים, ווייל דער חיוב איז צו לערנען אליינס, און אויך מיט אנדערע, און לשמור ולעשות, שטייט ווייטער, ואת מצותי תשמרו, ועשיתם אותם.

און תלכו קומט זאגן אז אפילו אויפן וועג גייענדיג, ברויך מען אויך עוסק זיין אין תורה, ( ווי דא ביי אונזער מעשה, וואס האט טאקע פאסירט אינמיטן וועג, ווי באקאנט)על דרך אומרו, ובלכתך בדרך באהבתה ישגה תמיד וגו'.

א פרייליכן ליכטיגן שבת

געשריבן: פרייטאג מאי 31, 2019 1:14 am
דורך קלאָצקאָפּ
טירי יאמאמאמאמיי טירי יאמאמאמאמיי טירי יאמאמאמאמאמאמאמאמאם אוי אוי אוי יאם
טירי יאמאמאמאמיי טירי יאמאמאמאמיי טירירעידאראריי טאראראראראם

עהע הע לחיים לחיים...

געשריבן: פרייטאג מאי 31, 2019 1:17 am
דורך נו גוט נו שוין
לחיים לחיים!!

איי דעי ניגון דערמאנט אלטע צייטן......

געשריבן: פרייטאג מאי 31, 2019 1:20 am
דורך קלאָצקאָפּ
וואס דערמאנט עס דיר?

געשריבן: פרייטאג מאי 31, 2019 1:24 am
דורך נו גוט נו שוין
ס'דערמאנט מיר ווען איינער האט געשריבן א ניגון אן נאטן און כ'האב שום אהההההנונג געהאט וואספארא ניגון ס'איז.........

געשריבן: פרייטאג מאי 31, 2019 1:38 am
דורך קלאָצקאָפּ
איך האב געמיינט דעם ניגון.

(אפשר נישט געזינגען אזוי פונקטליך)

געשריבן: פרייטאג מאי 31, 2019 3:16 am
דורך דערבארומדיג'ער
קלאָצקאָפּ האט געשריבן:איך האב געמיינט דעם ניגון.

(אפשר נישט געזינגען אזוי פונקטליך)

עס האט מיר דערמאנט די גמרא ניגון, אזוי ווי מען זינגט 'תנו רבנן' אויף די פלעיס.

געשריבן: דאנארשטאג יוני 06, 2019 9:47 pm
דורך לכאורה
א גוטן ליל שישי רבותי

שלשת ימי הגבלה

אט אט איז די גרויסע חתונה

געשריבן: דאנארשטאג יוני 06, 2019 9:58 pm
דורך וואס טוט זיך
איי, איי, איי איי, יאם, איי, איי....

היינט איז שוין ערב שבת באווארפן.

געשריבן: דאנארשטאג יוני 06, 2019 10:07 pm
דורך בענקעל
פּאַ-פּאַק פּא-פּאק פּא-פּאק...
ס'באבלט שוין. יו ס'זהייס.

געשריבן: דאנארשטאג יוני 06, 2019 10:32 pm
דורך א גוטע ניק
הייבן מיר אן מיליכיג וועל מיר ציווארטן פארן טשאלענט

געשריבן: דאנארשטאג יוני 06, 2019 11:23 pm
דורך לעגאו מענטשעלע
לאז גריסן אלעמען, איך דארף גיין עפעס לערנען כהכנה דרבה...
ווער עס זוכט מיר קען מיר קומען זוכן אין היכל התורה...

געשריבן: דאנארשטאג יוני 13, 2019 11:09 pm
דורך וואס טוט זיך
וואסי שטיל דא? ערשטע ליל ששי נאכן פריש מיט מקבל זיין די תורה!

איי לעבעדיגער לעבעדיגער ..
וואטש די טשולענט.. וואטש די טשולענט..

געשריבן: דאנארשטאג יוני 13, 2019 11:20 pm
דורך א גוטע ניק
זאגט די גמרא תנו רבנן

געשריבן: דאנארשטאג יוני 13, 2019 11:23 pm
דורך לכאורה
געווען אביסל פארנומען ל"ע, אבער יעצט... גיימיר פראווענען בס"ד.

געשריבן: דאנארשטאג יוני 20, 2019 9:10 pm
דורך לכאורה
העלאו חברה, גיימיר צו די חתונה אי"ה

געשריבן: דאנארשטאג יוני 20, 2019 9:17 pm
דורך מאנסי שטופער
לכאורה האט געשריבן:העלאו חברה, גיימיר צו די חתונה אי"ה

חתן קומט יעצט אריין

געשריבן: דאנארשטאג יוני 20, 2019 11:49 pm
דורך shimon7323
שוין געווען ביי צוויי וואכנאכטס, ווי גייט מען ווייטער?