ליל ששי אשכול

גריסן און שמועסן

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
מומחה יוחס
סגן ראש הקהל
תגובות: 24586
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 11, 2010 1:22 pm
לאקאציע: דא אינעווייניג

Re: ליל ששי אשכול

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מומחה יוחס »

רבי אורי ייש"כ פאר די געוואלדיגע דיבורים קולע אל השערה
מיר קענען נישט זיך אפזעטיגן פון אזאלכע שיינע דיבורים גאוואלדיגע דיבורים

ייש"כ
מומחה יוחס
איז פורים רב!!!
אוועטאר
מומחה יוחס
סגן ראש הקהל
תגובות: 24586
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 11, 2010 1:22 pm
לאקאציע: דא אינעווייניג

Re: ליל ששי אשכול

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מומחה יוחס »

א גוטן טייערע יודן..

לעצטע וואך האבן מיר טאקע נישט זוכה געוועהן צו א ליל שישי, אבער ס'איז אויך געוועהן נכנס יין יצא סוד, נישט ווירטיאל נאר בהקיץ..

קודם כל הייבן מיר אן מיט די היינט ביינאכט, מיט די הילולא קדישא פין די רבי פון אלע רבי'ס, דער הייליגע רבי ר' אלימלך זי"ע מליזענסק.

וועלן מיר אנהייבן מיט א דבר תורה אויף די פרשה ממשנתו הטהורה (אינטערסאנט טאקע צו אנמערקן אז רוב יארן קומט אויס די יא"צ פון די רבי ר' אלימלך זי"ע פר' ויקהל, וואס דעמאלס איז נישט דא קיין דבר תורה אויף די פרשה בספה"ק נועם אלימלך, אבער היי יאהר קומט עס נאך אין פר' כי תשא, וואס אויף דעם קען מיר אביסל טועם זיין פין די הייליגע פייערדיגע דיבורים).

שטייט אין די וואכטיגע סדרה העשיר לא ירבה והדל לא ימעיט – זאגט די הייליגע רבי ר' אלימלך זי"ע.
שטייט אין משנה איזהו עשיר השמח בחלקו - איז די פשט אזוי, די גמ' זאגט 'זכה נוטל חלקו וחלק חבירו בגן עדן לא זכה' וכו' איז פשט ווען הייסט מען א עושר - השמח בחלקו, ווען ער איז פארזיכערט מיט זיין חלק אין ג"ע, אין האט נישט מורא אז א אנדערע וועט אוועק נעמען זיין חלק, דאס זאגט די תורה הק' העשיר – דאס מיינט מען די עושר וואס איז פארזיכערט מיט זיין פלאץ זיין חלק אין גן עדן, אעפ"כ לא ירבה זאל ער זיך נישט גרויס האלטן אין איין רעדן אז ער האט גרויסע מדריגות, נאר ער זאל זיך האלטן פאר מחצה עס פעלט איהם אין די שלימות.
אין ווייטער והדל – איינער וואס איז ארום אין מצוות לא ימעיט זאל ח"ו זיך נישט ממעט זיין אין מייאש זיין נאר זיך מחזק זיין לתת תרומת ד'.

[align=center]****[/align]
יעצט א ווארט אויף די פרשה מיט א שטיקעלע קשר איבער פר' פרה וואס גייט זיין די שבת:
שטייט אין ספה"ק דברי ישראל פין די מודזשיצער רבי זי"ע אויפן פסוק וישמע יהושע וכו' ויאמר אל משה קול מלחמה במחנה ויאמר אין קול ענות גבורה ואין קול ענות חלושה קול ענות אנכי שומע.

טייטש ער אזוי: עס איז באקאנט אז די שורש פין די אלע חטאים איז גאווה, אין די אמת איז אז די שורש פין די חטא העגל איז טאקע פון גאווה, אזוי ווי מיר זעהן מיר אין רש"י אין פר' חקת טאקע ביי די פרשה פון פרה אדומה, וואס רש''י ביי די פשט פון ר''מ הדרשן, אז דער פרה אדומה איז א כפרה פאר די חטא העגל, רעכנט דארט אויס אויף די אלע זאכן וואס מען דארף ברענגן צו א פרה אדומה זאגט רש"י דארט אז דאס ברענגן דער ארז ואזוב איז א סימן פין 'גבוה שנתגאה וחטא ישפיל את עצמו כאזוב ותולעת ויתכפר לו' זעהט מען דאס ענין פון עגל אז מען דארף ברענגן א כפרה איבער גאווה.

ווען יהושע האט געזאגט פאר משה'ן קול מלחמה במחנה, האט משה רבינו געזאגט ניין עס איז נישט קול פון גבורה אין פון חלושה, נאר 'קול ענות אנוכי שומע' א קול פון גאווה פון אנוכית – (דער דברי ישראל שרייבט אויך די ווערטער אויף אידיש – 'איך בין' - ) ווייל די גאנצע חטא העגל קומט פון גאווה אנוכית..
[align=center]****[/align]

אז מען רעדט דא איבער דער חטא עי"ן גימ"ל למ"ד איז זייער אינטערסאנט צו ברענגן פין הרה"ק ר' אלעזר מקאזניץ זי"ע וואס ער איז מסביר על פי דרכו וואס איז געוועהן די חטא, זאגט ער אז עס מאכט זיך אסאך מאל אז ווען א רבי גייט אוועק פין די וועלט זענען דא חסידים וואס זאגן, אז אזוי ווי די פרידיגע רבי איז שוין נישט דא, אין ממילא זענען זיי נישט מקבל מרות פין די ממלא מקום, דער ממשיך בדרכו, אין די אמת'ן דאס איז פין עצות פין די יצה"ר אין דאס איז געוועהן די חטא פין די עגל אז זיי האבן נישט געזוכט א ממשיך נאך וואס זיי האבן געמיינט אז משה איז נפטר געווארן, נאר אדרבה אין די אמת איז אז מען דארף יא מקבל מרות זיין, אין נאר אזוי וועט מען מצליח זיין.

[align=center]*****[/align]
היינט בייטאג כ' אדר איז געוועהן די יא"צ פין די הייליגע ב"ח הגה"ק רבי יואל סירקיש זי"ע, וועלן מיר ברענגן א ווינדעליכע סיפור מיט א ווארט וואס האט אויך א שייכת מיט פר' פרה.

מיר זאגן ביי די פיוטים א באקאנטע שטיקל לטהר טמאים לטמא טהורים באומר קדוש..
האב איך געזעהן נאך ברענגן בשם די הייליגע רוזינער זי"ע א דבר נפלא מאוד, בהקדם א סיפור נפלא אז ווען די הייליגע ב"ח זי"ע איז ארויף אויף יענע וועלט, האט מען נישט געטראפן אויף איהם קיין שום עבירה אפי' א משהו וואס ער זאל דארפן באקומען דער עונש אפי' אויף צו אדורך די גיהנם (אזוי ווייט קומען אן די מעשה הצדיקים ועבודתם, מיר האבן בכלל נישט קיין השגה אין אזעלכע גרויסע לייט) זענען די זינדיגע נשמות וואס זענען נענש געווארן צו זיין אין גיהנם געקומען פארן כסא הכבוד כביכול מיט טענות, אז כידוע אז ווען צדיקים גייען אדורך די גיהנם נעמען זיי מיט נשמות אין לייזן אויס פין גיהנם, אין דא ווואס מיר ווארטן שוין אויף דעם אז ער זאל כאטשיג אדורך גיין ביים טיהר פין גיהנם צו קענען ראטעווען אין ווערן אויס געלייזט פין גיהנם.
ביז ס'איז געקומען א מקטרג אין געטראפן עפעס א שטיקלע עבירה'לע כאילו.. אז איינמאל איז די ב"ח אדורך געגאנגען דער מארק פלאץ אין איז דארט פונקט געשטאנען א וואגן צוגעבינדען צו א אקס אין א אייזל, אין ווען די ב"ח איז אדורך געגאנגען האט ער פלוצים געגעבן א היסט.. האט גורם געוועהן אז דער אקס מיט די אייזל האבן זיך געגעבן א ריק אין מיט געשלעפט אביסל דער וואגן.. וואס לפי מדריגתו הגדולה איז דאס א שטיקל חטא, האט מען געפסק'נט אז די ב''ח זאל אדורך גיין די גיהנם.

האט דער ריזינער געטייטש, לטהר טמאים – אז כדאי מען זאל קענען מטהר זיין אין ארויס נעמען רשעים פין גיהנם דארף מען אמאל צו קומען צו לטמא טהורים – אז אפי' די טהורים וקדושים זאל צוקומען צו עפעס א געוויסע חטא דאס אלס נאר כדי צו העלפן אין טוהן א טובה פין די זינדיגע נשמות זאלן קענען ארויס גיין פין גיהנם.

זכותם יגן עלינו

אגוט שבת מיט פרייליכע הערצער
מומחה יוחס
איז פורים רב!!!
אוועטאר
נארמאליזעם
ראש הקהל
תגובות: 21037
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 10, 2019 4:52 pm
לאקאציע: אין מיין בעט

Re: ליל ששי אשכול

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נארמאליזעם »

זעה איך אז CID איז געווארן 101 יאר
פאקטן און געפילן זענען די גרעסטע שונאים...


די הייליגער רבי אלימלך האט מבטיח געווען אז יעדער וואס וועט העלפן זיינע אייניקלעך וועט ער מכיר טובה זיין בעולם העליון.
לייגט אריין אייער נדבה דא
פאר מער קליקט דא
אוועטאר
נו גוט נו שוין
שר עשרת אלפים
תגובות: 12236
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 07, 2018 12:33 pm

Re: ליל ששי אשכול

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נו גוט נו שוין »

יישר כח אור אייניקל הערליכע חידושים!!

און א יישר כח מומחה שיינע טייטשן

לאמיר אלע האבן א ליכטיגן שבת בזכות רבינו הרבי רבי אלימלך מליזענסק זכותו יגן עלינו ועל כל ישראל אמן

וויסט איר וואס לאמיר אראפשרייבן דעם באקאנטן שטיקל אין פרשת בשלח

כל המחלה אשר שמתי במצרים לא אשים עליך כי אני ה' רופאך
רש"י ז"ל הקשה בודאי כאשר לא ישים למה לרפואה אויב אז דער אויבשטער זאגט צי אז ער וועט נישט צולאזן קיין מחלות ביי אידישע קינדער, וואס פעלטאויס צו זאגן אז: איך בין דער באשעפער דיין אויסהיילער?
ונראה לפרש, דהנה כתיב אני ה' אשר הוצאתיך מארץ מצרים, ומקשים למה לא אמר אשר בארתי שמים וארץ שלפי הנראה זה חידוש יותר.

אך נראה דבאמת זה חידוש יותר שהוציאנו מארץ מצרים, דהנה בריאת העולם היה מחמת שהשם יתברך ברוך הוא רצה להטיב לברואים, ואין הבריאה חידוש נגד השם יתברך כי טבעו להטיב, אבל יציאת מצרים שהכה השם יתברך את מצרים במכות מופלאות, וזה נגד טבעית הבורא ברוך הוא, כי מפי לא תצא הרעה, אך מחמת שזה היה הטבה לישראל, מה שהכה את מצרים, ועיקר הטובה היה לישראל, עשה השם יתברך נגד הטבעית להכות אותם, וזה חידוש יותר גדול.

זאגט דער רבי ר' אלימלך אז מ'קען עס פארענטפערן אזוי
פארוואס זאגט דער אויבשטער אז ער האט אונז ארויסגענומען פון מצרים, באשאפן א וועלט איז נישט א גרעסער חידוש?
נאר וואס ביים רבש''ע צו טון גוט און באשאפן א וועלט איז קיין חידוש נישט אבער אז די מצרים זאלן כאפן קלעפ?! איז דאך נישט פארשטענדליך? נאר ווייל פאר אונז אידישע קינדער איז עס גוט, האט עס דער אויבשטער געטון, אנדערש ווי נארמאל, און דאס איז א גרעסערע רבותא ווי באשאפן א וועלט.

וזהו כל המחלה לא אשים, אך איך הכה אותם הלא מפי עליון לא תצא הרעה? לזה אמר כי אני ה' רופאך, ונמצא היה ההכאה הזאת הטבה לישראל, אבל להשים "חלילה" שום מחלה על ישראל "זה בלתי אפשר" כי מה הטבה יבוא מזה ?? וק"ל:

און די זעלבע קען מען דא אויך מסביר זיין, דער פסוק רעדט פון די מצרישע מכות ווערט שווער ווי איז מעגליך אזא זאך? דער טוב ומטיב זאל מאכן עפעס רעה? נאר אז ס'איז פאראידן גוט איז עס באמת א גוטע זאך
פירט אויס דער רבן של ישראל
אבער חלילה פאר אידן זאל עפעס פעלן "איז פשוט נישט מעגליך" ווייל וואס פארא גוטס קען פון דעם ארויסקומען??
ע"כ

די קומענדיגע צוויי שטיקלעך זענען אויך ווערט צו האבן שטענדיג און קאפ
הנני ממטיר לכם, אז ווייל מ'גלייבט נישט ריכטיג, פעלט ל"ע פון די פרנסה און מ'דארף טון השתדלות

און, והיה ביום השישי והכינו, אז אויב מ'פירט זיך אויף א גאנצע וואך ווי מ'דארף, שפירט מען שוין די קדושת שבת פון פרייטאג אינדערפרי, און דאס איז א סימן אויף א גאנצע וואך אז ס'איז געווען ווי ס'באדארף צו זיין
עיין בפנים

זכותו יגן עלינו ועל כל ישראל אמן
אוועטאר
Bissli
שר חמשת אלפים
תגובות: 5049
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אקטאבער 17, 2019 11:12 pm
לאקאציע: אויפן שעלף אין גראסערי

Re: ליל ששי אשכול

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Bissli »

ס’געהעריג ליל שישי, דער עולם שלאפט אויף די ביר באטלעך, די לעקטער איז פארלאשן.
רופט מיר ווען מען צינדט אן די לייט.
האסט שוין אמאל פרובירט צו דערגרינטעווען די טיעפקייט פון טיעף?.

יעדע איד איז קודש קדשים, נישט קיין חילוק אין וועלכע מצב און וואו ער זאל נאר נישט זיין בלייבט ער קודש קדשים!
און דאס איז דער אמת. עס איז א פאקט.
אוועטאר
מומחה יוחס
סגן ראש הקהל
תגובות: 24586
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 11, 2010 1:22 pm
לאקאציע: דא אינעווייניג

Re: ליל ששי אשכול

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מומחה יוחס »

נישט אמת דער עולם איז אויף מען פארציילט מען רעדט פון די הילולא קדישא פונעם רבי ר' אלימלך זי"ע
מען האט שוין געזונגען
הקיצור דער עולם פארברענגט זייער געשמאק
מומחה יוחס
איז פורים רב!!!
אוועטאר
חבקוק
שר עשרת אלפים
תגובות: 11919
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 21, 2020 5:32 pm
לאקאציע: אין פארברענגען...

Re: ליל ששי אשכול

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חבקוק »

דער עולם שלאפט אוועק ווי ריכטיגע שיכורים איינס ביי איינס, נאדיר א רייע בילדער;

דא האסטו טעמי שלאפן מיטן צוקוועטשטע נאז:

download (9).jpg
download (9).jpg (9.76 KiB) געזען 527 מאל



דא האסטו אור אייניקל נעבעך פארווארפן איבערן רעדל:

download (8).jpg
download (8).jpg (8.27 KiB) געזען 527 מאל



און דא האסטו ביסלי אין א טיפן דרימל בכלל נישט דאהי:

download (7).jpg
download (7).jpg (5.42 KiB) געזען 527 מאל
ת'תרבה ש'יחות פ'ארברענגען א'ינסופיים...
אוועטאר
Bissli
שר חמשת אלפים
תגובות: 5049
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אקטאבער 17, 2019 11:12 pm
לאקאציע: אויפן שעלף אין גראסערי

Re: ליל ששי אשכול

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Bissli »

ליגנער כ’בין אויף, סיז א אלטע בילד פון אפאר שעה ארום.
האסט שוין אמאל פרובירט צו דערגרינטעווען די טיעפקייט פון טיעף?.

יעדע איד איז קודש קדשים, נישט קיין חילוק אין וועלכע מצב און וואו ער זאל נאר נישט זיין בלייבט ער קודש קדשים!
און דאס איז דער אמת. עס איז א פאקט.
אוועטאר
חבקוק
שר עשרת אלפים
תגובות: 11919
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 21, 2020 5:32 pm
לאקאציע: אין פארברענגען...

Re: ליל ששי אשכול

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חבקוק »

און דא האסטו חבקוק שלאפן רואיג ווי א בעבי:

download (4).jpg
download (4).jpg (5.69 KiB) געזען 526 מאל



און נאדיר שיטראק אויסגעמוטשעט פון א שווערע טאג ארבעט מיט שיטראק:

download (3).jpg
download (3).jpg (9.08 KiB) געזען 526 מאל



און צום ענדע נארמאליזעם ליגענדיג פארשלאפן נעבן זיינע ביכער ווי ער ליינט איבער די אלע לענדער:

images (4).jpg
images (4).jpg (10.94 KiB) געזען 526 מאל
ת'תרבה ש'יחות פ'ארברענגען א'ינסופיים...
אוועטאר
Bissli
שר חמשת אלפים
תגובות: 5049
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אקטאבער 17, 2019 11:12 pm
לאקאציע: אויפן שעלף אין גראסערי

Re: ליל ששי אשכול

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Bissli »

דו מישט אויס, מען זעיט אז דו האסט זיי נאר איינמאל געזען
האסט שוין אמאל פרובירט צו דערגרינטעווען די טיעפקייט פון טיעף?.

יעדע איד איז קודש קדשים, נישט קיין חילוק אין וועלכע מצב און וואו ער זאל נאר נישט זיין בלייבט ער קודש קדשים!
און דאס איז דער אמת. עס איז א פאקט.
אוועטאר
נו גוט נו שוין
שר עשרת אלפים
תגובות: 12236
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 07, 2018 12:33 pm

Re: ליל ששי אשכול

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נו גוט נו שוין »

א באנדע לא לנו'ס האסטע דא אנגעברענגט טראסקע זיי אלע ארויס פון דא
ס'האבן זיי מיטן ליל שישי וואס??
אוועטאר
Bissli
שר חמשת אלפים
תגובות: 5049
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אקטאבער 17, 2019 11:12 pm
לאקאציע: אויפן שעלף אין גראסערי

Re: ליל ששי אשכול

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Bissli »

נו גוט נו שוין האט געשריבן:א באנדע לא לנו'ס האסטע דא אנגעברענגט טראסקע זיי אלע ארויס פון דא
ס'האבן זיי מיטן ליל שישי וואס??

ער טוט אין שלמה’ס קירוב
האסט שוין אמאל פרובירט צו דערגרינטעווען די טיעפקייט פון טיעף?.

יעדע איד איז קודש קדשים, נישט קיין חילוק אין וועלכע מצב און וואו ער זאל נאר נישט זיין בלייבט ער קודש קדשים!
און דאס איז דער אמת. עס איז א פאקט.
אוועטאר
חבקוק
שר עשרת אלפים
תגובות: 11919
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 21, 2020 5:32 pm
לאקאציע: אין פארברענגען...

Re: ליל ששי אשכול

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חבקוק »

איר האט געדריקט א אומריכטיג סנעפל.
ת'תרבה ש'יחות פ'ארברענגען א'ינסופיים...
אוועטאר
Bissli
שר חמשת אלפים
תגובות: 5049
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אקטאבער 17, 2019 11:12 pm
לאקאציע: אויפן שעלף אין גראסערי

Re: ליל ששי אשכול

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Bissli »

סארי נעקסט טיים ווייז מיר בעסער, מיר האט אויסגעזען די ווייזט אויף דעי קנעפל
האסט שוין אמאל פרובירט צו דערגרינטעווען די טיעפקייט פון טיעף?.

יעדע איד איז קודש קדשים, נישט קיין חילוק אין וועלכע מצב און וואו ער זאל נאר נישט זיין בלייבט ער קודש קדשים!
און דאס איז דער אמת. עס איז א פאקט.
אוועטאר
נו גוט נו שוין
שר עשרת אלפים
תגובות: 12236
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 07, 2018 12:33 pm

Re: ליל ששי אשכול

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נו גוט נו שוין »

חבקוק האט געשריבן:איר האט געדריקט א אומריכטיג סנעפל.


איר האט געביסן א אומגעצייטיגט עפל
אוועטאר
Bissli
שר חמשת אלפים
תגובות: 5049
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אקטאבער 17, 2019 11:12 pm
לאקאציע: אויפן שעלף אין גראסערי

Re: ליל ששי אשכול

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Bissli »

שוין ווייטער פארדרייסטו!
דיין מאמע האט דיר נישט אויסגעלערנט אז א פיטש איז א עפל?
האסט שוין אמאל פרובירט צו דערגרינטעווען די טיעפקייט פון טיעף?.

יעדע איד איז קודש קדשים, נישט קיין חילוק אין וועלכע מצב און וואו ער זאל נאר נישט זיין בלייבט ער קודש קדשים!
און דאס איז דער אמת. עס איז א פאקט.
אוועטאר
חבקוק
שר עשרת אלפים
תגובות: 11919
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 21, 2020 5:32 pm
לאקאציע: אין פארברענגען...

Re: ליל ששי אשכול

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חבקוק »

אקעי, איך זע שוין, ס'מיר בעסער צו אויסזען ווי דעי אויסגעשאסענע פאפער'ס דארט, ווי איידער צו זיך דרייען צווישן דעיע אויסגעריטע לצים דא.

האץ מיר און זייץ מיד און גייץ שלאפן!

קימץ צוריק זאגן זאגן וויאזוי די שלאף איז געווען.
ת'תרבה ש'יחות פ'ארברענגען א'ינסופיים...
אוועטאר
Bissli
שר חמשת אלפים
תגובות: 5049
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אקטאבער 17, 2019 11:12 pm
לאקאציע: אויפן שעלף אין גראסערי

Re: ליל ששי אשכול

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Bissli »

מיינסט צו זאגן שרייבן וויזוי סיז געווען
אחוץ אויב די ווילסט מיר קאלן אדער טרעפן
האסט שוין אמאל פרובירט צו דערגרינטעווען די טיעפקייט פון טיעף?.

יעדע איד איז קודש קדשים, נישט קיין חילוק אין וועלכע מצב און וואו ער זאל נאר נישט זיין בלייבט ער קודש קדשים!
און דאס איז דער אמת. עס איז א פאקט.
אוועטאר
חבקוק
שר עשרת אלפים
תגובות: 11919
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 21, 2020 5:32 pm
לאקאציע: אין פארברענגען...

Re: ליל ששי אשכול

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חבקוק »

מרדכי הערש הערשקאוויטש און בארביקיו סופער סנעק, אריין אין בעט זאפארט!!
ת'תרבה ש'יחות פ'ארברענגען א'ינסופיים...
אוועטאר
Bissli
שר חמשת אלפים
תגובות: 5049
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אקטאבער 17, 2019 11:12 pm
לאקאציע: אויפן שעלף אין גראסערי

Re: ליל ששי אשכול

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Bissli »

חבקוק האט געשריבן:מרדכי הערש הערשקאוויטש און בארביקיו סופער סנעק, אריין אין בעט זאפארט!!

האסט פארגעסן סיז די געילע סנוקער סנעק
האסט שוין אמאל פרובירט צו דערגרינטעווען די טיעפקייט פון טיעף?.

יעדע איד איז קודש קדשים, נישט קיין חילוק אין וועלכע מצב און וואו ער זאל נאר נישט זיין בלייבט ער קודש קדשים!
און דאס איז דער אמת. עס איז א פאקט.
אוועטאר
נו גוט נו שוין
שר עשרת אלפים
תגובות: 12236
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 07, 2018 12:33 pm

Re: ליל ששי אשכול

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נו גוט נו שוין »

מרדכי הערש האט שוין געמופט
מיין ריכטיגע נאמען קען מען טרעפן אין ...
און דו רעבל. קייען דו אוגערקע דו זאלסט זיין די פרעוואנקע
און גיי צו דו אויסגעשאסענע ווי דו רופסט עס
אוועטאר
אשר מ.
שר מאה
תגובות: 190
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 02, 2021 1:01 am

Re: ליל ששי אשכול

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אשר מ. »

חבקוק האט געשריבן:מרדכי הערש הערשקאוויטש און בארביקיו סופער סנעק, אריין אין בעט זאפארט!!

די מצב ווערט ערנסט !
טוב השם, טהוב השם לכל. [מיטן טאן]
Kollel
שר תשעת אלפים
תגובות: 9420
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 16, 2019 5:03 pm

Re: ליל ששי אשכול

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Kollel »

אין הימל באשעפער! ווא דא נישט פאר גייט!

דע מנהל/רב/דאיען האט געהאט א ווייטע בליק..נאכאמאזעל דער אשכול האט נישט געטראפן זיין פלאץ אין ביהמ"ד אדער קרעטשמע..
ס'אשאד זיך צו טענה'ן דערויף!
אוועטאר
אשר מ.
שר מאה
תגובות: 190
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 02, 2021 1:01 am

Re: ליל ששי אשכול

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אשר מ. »

איז דא ווער ס'איז אינטערסירט אין א פשוט'ע PDF פון די פערל ווערטער פון הרב מומחה יוחס, הרב אוראייניקל, און הרב נו גוט נו שוין ?
(פאר מיר איז עס א גארנישט צו מאכן, און אויב אידן קענען נהנה זיין פארוואס נישט)
טוב השם, טהוב השם לכל. [מיטן טאן]
מור וקציעה
שר חמישים
תגובות: 86
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יאנואר 13, 2021 1:48 pm

Re: ליל ששי אשכול

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מור וקציעה »

אשר מ. האט געשריבן:איז דא ווער ס'איז אינטערסירט אין א פשוט'ע PDF פון די פערל ווערטער פון הרב מומחה יוחס, הרב אוראייניקל, און הרב נו גוט נו שוין ?
(פאר מיר איז עס א גארנישט צו מאכן, און אויב אידן קענען נהנה זיין פארוואס נישט)

זיכער אז יא!

מיר זענען זיך מחי' מיט די PDF'ס ווען ס'איז דא
שרייב תגובה

צוריק צו “היימישע פארברענגן”