ליל ששי אשכול

גריסן און שמועסן

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
שטומפיג
שר ששת אלפים
תגובות: 6999
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 11, 2018 8:30 pm
לאקאציע: צווישן קענט און בראדוועי

Re: ליל ששי אשכול

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטומפיג »

חבקוק האט געשריבן:א גוטן הרב שטומפיג.

וואס איז אייער ערשטע נאמען?

פליז נעקסטיים ווען דו רעדסט צו מיר, ציטיר מיך.
און צום ענין, מיין ערשטע נאמען איז א סוד.
אינפארמאציע! די ניק איז שוין נישט אקטיוו
אוועטאר
אלעקסיי דער דריטער
ק.נ.א. אלוועלטליכער קארעספאנדאנט
תגובות: 6449
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 27, 2018 5:17 pm
לאקאציע: נישט בשכנותנו

Re: ליל ששי אשכול

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלעקסיי דער דריטער »

און אז ס'איז חוה"מ מיינט עטץ אז מ'קען נישט פראווענען א ליל ששי פארברענג?

האט'סמיר און זייט'ס מיר!

א לעכטיגן יום טוב מיט אלע גוטע השפעות (קריעת ים סוף אינקלודעד)
אוועטאר
יש לו מנה
שר שלשת אלפים
תגובות: 3998
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 28, 2020 2:55 pm
לאקאציע: אונטערן מאטראץ

Re: ליל ששי אשכול

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יש לו מנה »

אלעקסיי דער דריטער האט געשריבן:און אז ס'איז חוה"מ מיינט עטץ אז מ'קען נישט פראווענען א ליל ששי פארברענג?

האט'סמיר און זייט'ס מיר!

א לעכטיגן יום טוב מיט אלע גוטע השפעות (קריעת ים סוף אינקלודעד)

ווי לויפסטו? לאמיר פראווענען.
איך גיי מיט שלייקעס...

און איך שטרעב פאר א קוטשמע!!!
אוועטאר
חסידא ופרישא
שר האלף
תגובות: 1569
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש יוני 13, 2020 6:48 pm
לאקאציע: אסאך פלעצער

Re: ליל ששי אשכול

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חסידא ופרישא »

א גוטן ליל ששי, טייערע חברים! ב"ה א שיינער וואך געווען, כאטש איך בין געווען אביסל הונגעריק
ווי איז געווען חוה"מ ביים עולם? ווי איז מען געגאנגען?
כתיבה וחתימה טובה!

מיין אימעל איז [email protected]
אוועטאר
מומחה יוחס
סגן ראש הקהל
תגובות: 24345
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 11, 2010 1:22 pm
לאקאציע: דא אינעווייניג

Re: ליל ששי אשכול

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מומחה יוחס »

היינט קומט ליל ששי מען דארף זיך שוין גרייטן מען דארף איינקויפן אין ברענגן עסען

פארשטייט זיך נאר וואס ס'איז נאפה אחר הפסח...........
מומחה יוחס
איז פורים רב!!!
אוועטאר
tesla
שר האלפיים
תגובות: 2875
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 20, 2020 7:37 pm

Re: ליל ששי אשכול

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך tesla »

מומחה יוחס האט געשריבן:היינט קומט ליל ששי מען דארף זיך שוין גרייטן מען דארף איינקויפן אין ברענגן עסען

פארשטייט זיך נאר וואס ס'איז נאפה אחר הפסח...........


אבער געבאקען דארף עס זיין...
אוי איך בין דער קעניג פין דער וועלט
אוועטאר
אוראייניקל
רב הצעיר תשפ"ד
תגובות: 17019
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 21, 2019 9:05 am

Re: ליל ששי אשכול

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אוראייניקל »

א גוטן ליל שישי אידן טייערע.

כ'האב מיר נישט צוגעגרייט עפעס צום זאך, העל עך נאר אריינווארפן אפאר ענינים נאפה אחר הפסח.

די וואך האמיר האלב פון די תורה סיי אין ווערטער, דרש דרש, און סיי אין אותיות גחון... וואס איז די חילוק.. איינער וואס לערנט און פארשטייט, און יעדעס ווארט איז א זאך פאר זיך.. דער איז דרש דרש.. איינע רוואס איז נאר מעביר סדרה.. און בייניהם ווען די תורה בלייבט איין לאנגע ווארט ווי קודם הבריאה כמבואר בהקדמת רמב"ן וואלט ער ווי נישט ווי זיך אויך אנייצע געגעבן.. דער איניש מער ווי א הולך על גחון...

*

או יאמר, יעדע איד אידאך אן אות אינעם תורה, אז פארשטייט ער אז נאר מיט א צווייטן איז ער עפעס, און ער שטעלט צאם א ווארט, דאן איזער "דרש דרש".. אז א יעדע אות שטייט פאר זיך.. זיי א הולך על גחון..

*

נאך לערנט אונז דער דרש דרש, אז מ'לערנט דרוש, איז נישטא קיין אינמיטן..קיין נקודה אמצעית.. סדא איין צד און נאך א צד.. ווען ס'קומט צו הלכה.. מאכלות אסורות, דאן איז נאר דא א מיטלסטע אות, ו' דגחון.

*

נאך געפין מיר אין די סדרה זאת החיה אשר תאכלו זאגט די מדרש (ויק"ר יג ד) "כמין גולגולת של אש הראה לו הקב"ה למשה מתחת כסא הכבוד, ואמר ליה אם ניקב קרום של מוח אפילו כל שהוא".. ער קען האבן א פיירדיגע קאפ.. איין קליין ווערעמל.. חזיר טרייף!!

*

דער קאצקער זאגט, א כלי חרס איז נאר מטמא מתוכו.. א מענטש איז עפר מן האדמה.. האט ער עפעס תוך אין זיך איז ער א כלי.. אניש איז ער גארנישט מיט נישט..

*

די וואך איז די מנהג צו לעכערן די חלה מיט א שליסל.. באלד נאך יציאת מצרים וואס די אידן האבן זיך געלערנט צו מאכן געלט פון די גוים בדרך שאלה ורמיה.. ללמדנו אז דו ווילסט ברויט ברויך מען דרייען ווי א שליסל.. ובפרט לפי הנוהגים צו מאכן רונדעכיגע חלות..

*

האטס מיר אלע א ליכטיגע שבת קודש.
חוח בין השושנים האט געשריבן:
אוועטאר
מומחה יוחס
סגן ראש הקהל
תגובות: 24345
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 11, 2010 1:22 pm
לאקאציע: דא אינעווייניג

Re: ליל ששי אשכול

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מומחה יוחס »

א גוטן זימער א גוטן יאר חברים ידידים

כאטשיג כ'בין זייער פארנומען, נעם איך מיר דער מוה אין די צייט צו מהנה זיין די חברים מיט שיינע ווערטער..

שטייט אין די וואכעדיגע פרשה זה הדבר אשר צוה ד' תעשו וירא אליכם כבוד ד'.

שטעלן זיך די מפרשים אז וואס איז מען דא מער מוסיף שטייט שוין פריער, אז משה האט שוין געזאגט צו אהרן כי היום ד' נראה אליכם וגו', וואס שטייט דא מער?

זאגט די הייליגע חתם סופר אזוי:

בהקדם מיט א רמב''ן אין פר' וירא, וואס ער זאגט אז דאס וואס דער השי''ת האט זיך באוויזן ביי אברהם אבינו, איז פשוט געוועהן לכבוד די הייליגע מצוה פון מילה, אין נישט וועגן עפעס אנדערש, אין אזוי זעהן מיר אויך ביי חינוך המשכן אז די שכינה הק' האט זיך מגלה געוועהן איז אויך נאר געוועהן לכבוד די אידישע קינדער, משא"כ די גילוי וואס איז געוועהן בשעת קבלת התורה איז יא געוועהן ווייל בעבור ישמע העם בדברי עמך וגו'... דארט איז געוועהן צו באפעלן די אידישע קינדער אין נישט מחמת כבוד..

זאגט די הייליגע חתם סופר אין זיין ספר תורת משה, אז דאס אז השי''ת באווייזט זיך מחמת די כבוד פין די מצוה אדער מחמת כבוד פון די אידישע קינדער, דאס איז נאר טאמער זיי האבן אמונה אין גלייבן טאקע אז אלעס וואס משה טוט איז געוועהן ע''פ די ציווי פון די הייליגע באשעפער, משא''כ טאמער זיי גלייבן דאס נישט, דעמאלס מיז זיין די התגלות השכינה נאר מחמת צו מצווה זיין די אידישע קינדער..

אמת אז היום ד' נראה אליכם... אבער דאס מוז זיין בתנאי אז מען ווייסט אז זה הדבר אשר צוה ד' תעשו.. אז אלעס וואס משה טוט איז ע''פ די באפעל פון די הייליגע באשעפער דעמאלס וירא אליכם כבוד ד' איז דער שכינה טאקע נאר מתגלה מחמת כבוד פון כלל ישראל אין נישט כדי צו באפעלן..

[align=center]****************[/align]
שטייט קרב אל המזבח ועשה את חטאתך וגו' זאגט די הייליגע רש"י שהיה אהרן בוש וירא לגשת אמר לו משה למה אתה בוש לכך נבחרת.

האב איך געזעהן א נפלא'דיגע הייליגע ווארט פין די ספר דברי ישראל פין מודזיץ:

מיר ווייסן אז אהרן הכהן איז מידת החסד, אין בושה איז אויך מרמז אויף חסד אזוי ווי מיר זעהן מיר ביי די פר' פון עריות שטייט 'חסד הוא' זאגט רש"י דארט - חרפה וכו'. זעהט מען אז חסד מיט בושה האבן שייכות.

דאס איז דער כוונה פון די הייליגע רש"י למה אתה בוש" וואס איז דער גאנצע בושה וואס די האסט וואס דאס איז דאך מידת חסד, "לכך נבחרת" טאקע דערפאר ביזטו אויסגעוועלט געווארן מקריב צו זיין קרבנות, צו מקרב זיין אידישע קינדער צו די הייליגע באשעפער וואס דאס איז כולו חסד...

[align=center]***************[/align]

א הערליכע ווארט האב איך געזעהן וואס הגאון הגדול רבי חיים ראפאפורט זצוק"ל האט נאכגעזאגט פון זיין פאטער אויף די פריעדיגע דערמאנטע רש"י:

מיר ווייסן דאך אז משה רבינו האט זיך געפריווט זיך ארויס צו דרייען פין די שליחות וואס די רבש"ע האט ארויף געלייגט אויף איהם ארויס צו נעמען די יודן פון מצרים, אין די אייבישטער האט איהם געגעבן א שטראף אז ער וואלט געדארפט זיין כהן אין אהרן די לוי, איז איבער געדרייט געווארן אז אהרן איז געווארן די כהן אין משה די לוי.

קומט אויס אז נאר וועגן די בושה האט זיך משה זיך ארויס געדרייט, אין ממילא איז ער נענש געווארן אז מען האט איהם צוגענומען דער כהונה, יעצט ווען אהרן היה בוש וירא לגשת.. זאגט איהם משה למה אתה בוש... וואס שעמסטו זיך, לכך נבחרת דער גאנצע זאך וואס ביזט אויסגעוועלט געווארן צו זיין כהן איז געוועהן וועגן מיין בושה אויב אזוי געב אכטונג אין שעם זיך נישט ווייל מען זאל פון דיר אויך נישט צונעמען די כהונה....

[align=center]***************[/align]

ווי דער חשובע מגיד הרב אורי האט דערמאנט איז דא דער מנהג דער שבת פין שליסל חלה, וויל איך אויך דערמאנען אז עס איז דא אסאך וואס רופן שבת געלע מצות אין די ספה"ק איז דאס אויך מרומז.. דער ישמח ישראל אין נאך דערמאנען דערפון.. א טייל רופן עס שבת גילוי מצות...

בכל אופן האב איך געהערט אמאל א אינטערסאנטע טעם איבער רופן שבת געלע מצות.. ווייל געלע איז א אפטייטש פין בושה ווען מען ווערט פארשעמט טוישט זיך דער קאלירן פין דער פנים ווייס רויט... ביידע צוזאמען ווערן דאך געל.. א רמז אז נאך אזא הייליגע יו"ט פסח אז מען איז זיך מתבונן... שפירט מען זיך א אמת'דיגע בושה.. אז מען וואלט געקענט אנרעכטן אסאך העכער מיט מער כוונה אין חשק... דאס איז ביי די רבש"ע מורא'דיג חשוב...

א גוט שבת א לעכטיגן תמיד
מומחה יוחס
איז פורים רב!!!
אוועטאר
מומחה יוחס
סגן ראש הקהל
תגובות: 24345
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 11, 2010 1:22 pm
לאקאציע: דא אינעווייניג

Re: ליל ששי אשכול

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מומחה יוחס »

איז דער אלע עסן דא טאקע געבאקן נאך פסח
לעצט פארראכטן דורך מומחה יוחס אום פרייטאג אפריל 09, 2021 12:18 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
מומחה יוחס
איז פורים רב!!!
אוועטאר
מומחה יוחס
סגן ראש הקהל
תגובות: 24345
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 11, 2010 1:22 pm
לאקאציע: דא אינעווייניג

Re: ליל ששי אשכול

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מומחה יוחס »

נו ווי די עולם היינט? קוקט אויס דער עולם איז נאך מיד פין פסח
מומחה יוחס
איז פורים רב!!!
אוועטאר
נו גוט נו שוין
שר עשרת אלפים
תגובות: 12231
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 07, 2018 12:33 pm

Re: ליל ששי אשכול

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נו גוט נו שוין »

יישר כח מומחה און אייניקל זייער שיינע טרעפליכע ווערטער
און בליציגע אייניקל חידושים
לאזמיר אלע האבן א פרייליכן שבת בתוך כלל ישראל

אוי אוי וזכנו לקבל שבתות איי וויי וויי מתוך רוב שמחה בוי בוי בוי.. בוי בוי ומתוך עושר וכבוד אך וויי אך וויי אך וויי וויי
ומתוך מיעוט עונות
אוועטאר
ממוצע
שר חמשת אלפים
תגובות: 5451
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 20, 2020 11:07 pm

Re: ליל ששי אשכול

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ממוצע »

ווען איך בין געווען יונג, פלעגט מען דא רעדן פון שטותים והבלים. ב"ה אכשר דרא. קיין עין הרע.
Kollel
שר תשעת אלפים
תגובות: 9418
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 16, 2019 5:03 pm

Re: ליל ששי אשכול

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Kollel »

מומחה יוחס האט געשריבן:נו ווי די עולם היינט? קוקט אויס דער עולם איז נאך מיד פין פסח

רואיג, רואיג, מהעט קומען.. איר כאפט מסתם נישט אז מהאט געריקט דעים זייגער..ס'איז נאך פאר חצות.
ס'אשאד זיך צו טענה'ן דערויף!
אוועטאר
חבקוק
שר עשרת אלפים
תגובות: 11919
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 21, 2020 5:32 pm
לאקאציע: אין פארברענגען...

Re: ליל ששי אשכול

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חבקוק »

אקעי, זעמיר אנגעקומען.

קודם כל זעציך אן אז שיטראק איז נאכנישט דא געווען, קיין פאפקארן און ביר איז פלעין נישטא. נאר ליידיגע טישן און איבערגעדרייטע בענקלעך.

אקעי, לאמיר גיין ווייטער. די האנטיכער זענען שוין אזוי אלט אז זיי געבן שוין ארויס א גערוך פון פארדארבענע פסח לאקשן (דראפ איט: לכאורה).

ס'ביטער הייס דא אז מען קעניש אטעמען. אני הק' שלאפט דארט אויפן באנק שוין פאר א חודש צייט.

בקיצור, די מצב דא איז ענג און איך מיין אז די איינציגסטע עצה איז צו אריבערגיין צו א צווייטע אשכול דא אין די געגענט.

האטס מיר און גראמטס מיר. א גוטע נאכט.
ת'תרבה ש'יחות פ'ארברענגען א'ינסופיים...
אוועטאר
אוראייניקל
רב הצעיר תשפ"ד
תגובות: 17019
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 21, 2019 9:05 am

Re: ליל ששי אשכול

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אוראייניקל »

שוין, חבקוק איז געגאנגען, מ'קען שוין צוריק ארויסנעמען די פאפקארן מיט די ביר.. און פארשטייצעך ארויסטראגן די פארדארבענע לאקשן האנטוכער..
חוח בין השושנים האט געשריבן:
אוועטאר
נו גוט נו שוין
שר עשרת אלפים
תגובות: 12231
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 07, 2018 12:33 pm

Re: ליל ששי אשכול

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נו גוט נו שוין »

קומט אריין! מישט אביסל ארויף.... ס'איז דא זייער שיינע ענינים פון:
אור אייניקל
מומחה יוחס
כאפט ווי לאנג מ’סערווירט :grin:
ביי
אוועטאר
ליקעריש
שר האלף
תגובות: 1827
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 29, 2020 3:07 pm
לאקאציע: אלל אווער די פלעיס....

Re: ליל ששי אשכול

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ליקעריש »

זייער שיין חבקוק. ווער זאגטעס?..
טעמטי שרייבט, און א מענטש לאכט.
אוועטאר
חבקוק
שר עשרת אלפים
תגובות: 11919
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 21, 2020 5:32 pm
לאקאציע: אין פארברענגען...

Re: ליל ששי אשכול

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חבקוק »

ליקעריש האט געשריבן:זייער שיין חבקוק. ווער זאגטעס?..

ס'אייגענס ב''ה קיעה''ר!!!.

און אויב דו טרעפסט איינער זאגט עס שוין, זאג מיך נישט, איך וויל עס אריינלייגן אין מיין ספר אלץ מיין חידוש.
ת'תרבה ש'יחות פ'ארברענגען א'ינסופיים...
אוועטאר
גרויסע עם הארץ
שר עשרת אלפים
תגובות: 14528
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 24, 2018 9:17 pm

Re: ליל ששי אשכול

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרויסע עם הארץ »

חבקוק, כאבגעהאט א שווערע מינוט און דיינע מוראדיגע דיבורים דא האבן מיר אויפגעלעבהט, יישר כח!
אוועטאר
מומחה יוחס
סגן ראש הקהל
תגובות: 24345
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 11, 2010 1:22 pm
לאקאציע: דא אינעווייניג

Re: ליל ששי אשכול

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מומחה יוחס »

אה צוויי זיסע קינדער שמועסן זיך דא ארום זייער שיין זייער זיס

(קוקט'ס אויף זייערע אוועטער............)
מומחה יוחס
איז פורים רב!!!
אוועטאר
חסידא ופרישא
שר האלף
תגובות: 1569
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש יוני 13, 2020 6:48 pm
לאקאציע: אסאך פלעצער

Re: ליל ששי אשכול

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חסידא ופרישא »

מומחה יוחס האט געשריבן:אה צוויי זיסע קינדער שמועסן זיך דא ארום זייער שיין זייער זיס

(קוקט'ס אויף זייערע אוועטער............)

:lol:
כתיבה וחתימה טובה!

מיין אימעל איז [email protected]
אוועטאר
גרויסע עם הארץ
שר עשרת אלפים
תגובות: 14528
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 24, 2018 9:17 pm

Re: ליל ששי אשכול

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרויסע עם הארץ »

מומחה יוחס האט געשריבן:אה צוויי זיסע קינדער שמועסן זיך דא ארום זייער שיין זייער זיס

(קוקט'ס אויף זייערע אוועטער............)

:lol:
אוועטאר
חבקוק
שר עשרת אלפים
תגובות: 11919
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 21, 2020 5:32 pm
לאקאציע: אין פארברענגען...

Re: ליל ששי אשכול

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חבקוק »

גרויסע עם הארץ האט געשריבן:חבקוק, כאבגעהאט א שווערע מינוט און דיינע מוראדיגע דיבורים דא האבן מיר אויפגעלעבהט, יישר כח!

עמארעץ, כאב יעצט געהאט א שווערע שעה און דיין קאמפלימענט האט מיך ממש אויפגעלעבט.

געבענטשט זאל זיין דיין זיידע וואס האט איבערגעלעבט די קריג!
ת'תרבה ש'יחות פ'ארברענגען א'ינסופיים...
אוועטאר
אוראייניקל
רב הצעיר תשפ"ד
תגובות: 17019
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 21, 2019 9:05 am

Re: ליל ששי אשכול

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אוראייניקל »

חבקוק האט געשריבן:
גרויסע עם הארץ האט געשריבן:חבקוק, כאבגעהאט א שווערע מינוט און דיינע מוראדיגע דיבורים דא האבן מיר אויפגעלעבהט, יישר כח!

עמארעץ, כאב יעצט געהאט א שווערע שעה און דיין קאמפלימענט האט מיך ממש אויפגעלעבט.

געבענטשט זאל זיין דיין זיידע וואס האט איבערגעלעבט די קריג!

חבקוק און עמארעץ, כ'האב יעצט געהאט א שווערע טאג (נמביגדפ) און ענקער שמועס האט מיר ממש אויפגעלעבט (נמביגדפ)...

וכל המוסיף מוסיפין לו...
חוח בין השושנים האט געשריבן:
אוועטאר
מומחה יוחס
סגן ראש הקהל
תגובות: 24345
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 11, 2010 1:22 pm
לאקאציע: דא אינעווייניג

Re: ליל ששי אשכול

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מומחה יוחס »

אוראייניקל האט געשריבן:
חבקוק האט געשריבן:
גרויסע עם הארץ האט געשריבן:חבקוק, כאבגעהאט א שווערע מינוט און דיינע מוראדיגע דיבורים דא האבן מיר אויפגעלעבהט, יישר כח!

עמארעץ, כאב יעצט געהאט א שווערע שעה און דיין קאמפלימענט האט מיך ממש אויפגעלעבט.

געבענטשט זאל זיין דיין זיידע וואס האט איבערגעלעבט די קריג!

חבקוק און עמארעץ, כ'האב יעצט געהאט א שווערע טאג (נמביגדפ) און ענקער שמועס האט מיר ממש אויפגעלעבט (נמביגדפ)...

וכל המוסיף מוסיפין לו...


חבקוק עמערץ אור אייניקל
כ'האב געהאט א שווערע וואך אין ענקערע שמועס אין צווישן האט מיר ממש געמאכט לאכן...
מומחה יוחס
איז פורים רב!!!
שרייב תגובה

צוריק צו “היימישע פארברענגן”