ליל ששי אשכול

גריסן און שמועסן

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
חבקוק
שר עשרת אלפים
תגובות: 11919
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 21, 2020 5:32 pm
לאקאציע: אין פארברענגען...

Re: ליל ששי אשכול

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חבקוק »

Kollel האט געשריבן:אין הימל באשעפער! ווא דא נישט פאר גייט!

דע מנהל/רב/דאיען האט געהאט א ווייטע בליק..נאכאמאזעל דער אשכול האט נישט געטראפן זיין פלאץ אין ביהמ"ד אדער קרעטשמע..

הער מיר צו מיין פריינט כולל בלע''ז;

זכרנו את הדגה אשר... אפפסססס..... זיך פארמישט מיט די הערינג שבת. אקעי, זכרנו ימים מקדם ווען די דאזיגער ליל שישי אשכול איז געווען א שטילע זייטיגע אשכול וואס אויסער אביסל קוגל און סעלצער וואס נמ''י און שיטראק האט אונז דעליווערט וועכענטליך, איז דער אשכול געווען שטיל ווי א דגה אשר אכלנו במצרים לא אשים עליך, אויסער דעם האט מען געקענט דא, נאך א גאנצן טאג לערנען אין כולל פלייסיג, אביסל שמועסן און פארברענגען על דא ועל באא, אזש עס האציך נישט געוואלט ארויסגיין פון דא, ממש א מחיה. יעדער האט אריינגעטשעקט מיט די שטעק שיך, מען האט געזינגען ווארעמע ניגונים אנגעהויבן ביי סטאוו יא פיטא גענדיגט ביי סטאפ יא וויטא, אזא התעוררות און ווארעמקייט!

אבער די לעצטע פאר יאר אדער וואכן האציך אנגעהויבן דא א נייע מעשה, עס איז מיר געווארן א תורה פלאטפארמע, יעדער וואס האט תורה צו זאגן און האט נישט ווער ס'זאל אים אויסהערן נעבעך לייגט עס דא ארויף און חלומ'ט זיך ביינאכט אז הונדערטער מענטשן ליינען עס מיט הונגער יארן, עס איז געגאנגען אזוי ווייט אז אונז האבן שוין גענצליך פארלוירן אונזער געשמאקע אווערוויק קוגל און אווערמאנט טשולענט וואס אונז פלעגן דא באקומען וועכענטליך און עס איז געווארן א געהעריגע בית המדרש אז אויב מען רעדט דא עפעס אנדערש שרייט מען שוין
Kollel האט געשריבן:אין הימל באשעפער! ווא דא נישט פאר גייט!

היש מכאוב גדול מזה בן מזה?!

אונז גייען דאס נישט צולאזן מער!

קומטס אלע ארויס מארגן אין די מאסן צו אויסשרייען אונזער ווייטאג קעגן דעם אייוועלט קאנסולאט אין מאנטענא!

שק ואפר וועט ווערן פארטיילט בחינם, און טעימה קלה וועט זיין צוגעשטעלט אין אלע שעות פון יאר.

באסעס וועלן קורסירן אינאיינעם מיט די קלאנגען.
ת'תרבה ש'יחות פ'ארברענגען א'ינסופיים...
אוועטאר
מומחה יוחס
סגן ראש הקהל
תגובות: 24332
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 11, 2010 1:22 pm
לאקאציע: דא אינעווייניג

Re: ליל ששי אשכול

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מומחה יוחס »

חבקוק האט געשריבן:

אוקעי זאל איך סטאפן צו שרייבן דברי תורה ?
מומחה יוחס
איז פורים רב!!!
Kollel
שר תשעת אלפים
תגובות: 9416
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 16, 2019 5:03 pm

Re: ליל ששי אשכול

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Kollel »

מומחה יוחס האט געשריבן:

גיימער אלע מארגן קיין מאנטענא!!
בואו בהמוניכם!!
מומחה העט אויפטרעטן מיט דברי תורה צו שאטן זאלץ אויף חאבא-קוק'ס וואונדן
ס'אשאד זיך צו טענה'ן דערויף!
אוועטאר
נו גוט נו שוין
שר עשרת אלפים
תגובות: 12231
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 07, 2018 12:33 pm

Re: ליל ששי אשכול

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נו גוט נו שוין »

@חבקוק ס'איז געווען אזויפיל צו עסן פון כל המינים אז ס'פשוט געווען א סכנה נישט ארייצויווארפן עפעס א אידיש ווארט.

סיי וואס דו דערמאנסט און סיי וואס ווערט צוגעברענט און די אויברשטע בלעטער מכל טוב וטוב האצעך געגאסן פון אלע זייטן מ'האט פשוט נישט גערעדט דערפון מרוב כל (די ליל שישי'ס ביי כלל ישראל שול איז א קליינע משל)

און שוין נאכן סערווירן דעם ריזיגן ציבור איז נאך געבליבן אויף שבת צי מאכן פאר הונדערטער ...
דערזענדיג די נאכווייען ווי אלעס גייט גיין פאר די קעץ, וואס זענען נאך גרינטליכע אינפארמאציע פעסגעשטעללט געווארן אלס מחללי שבת, האבן די טרערן כמעט גענומען רינען אויפן חילול הקאקאש והטשאלענט, עד שבא @איר אייניקל און האט אונז געטרייסט, אז אין הכי טאקע אז מאכלים קען מען נישט אוועקלייגן אויף שפעטער, אבער אביסל חידושי תורה איז עפעס וואס האלט לעולמי עד און דאס קען מען סערווירן אביסל להציבור דורשי ומבקשי השם
נו האמער זיך נישט פארפוילט און אביסל איבערגעלאזט שריים פארן עולם
דאס איז ס'גאנצע האפענטליך וועט זיך דער רב זכרונו לאדר באגניגן דערמיט

און אז נישט קענסטע... נע לאמיר רעדן מיט מער דרך ארץ..
און אז נישט זענט איר מכובד צו פלאצן

א גוטע וואך און א פרשע שבת החודש און לעכטיגע ליל שישי'ס אללוועיס ביי
אוועטאר
אשר מ.
שר מאה
תגובות: 190
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 02, 2021 1:01 am

Re: ליל ששי אשכול

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אשר מ. »

מומחה יוחס האט געשריבן:אוקעי זאל איך סטאפן צו שרייבן דברי תורה ?

לאמיר אפירקראצן די דברי פתיחה
מאשקע האט געשריבן:אזוי ווי געציילטע פון אונז זיצן אפ דא דאנערשטאג נאכט ביז ווייסעך ווען, אבער נישט אייביג איז דא פון וואס צו שמועסן, טוה איך דא פראקלאמירן דעם עפענונג פונעם "ליל ששי אשכול", וואו מ'וועט קענען פארברענגען דא מיט סיי וואס ס'פארגלוסט זיך, אנגעפאנגען פון א טעלער טשולענט, און געענדיגט ביי א שטיקל אוה"ח הק'.
טוב השם, טהוב השם לכל. [מיטן טאן]
אוועטאר
אוראייניקל
רב הצעיר תשפ"ד
תגובות: 17017
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 21, 2019 9:05 am

Re: ליל ששי אשכול

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אוראייניקל »

נו גוט נו שוין האט געשריבן:

און אז נישט קענסטע... נע לאמיר רעדן מיט מער דרך ארץ..
און אז נישט זענט איר מכובד צו פלאצן

כנו גוט ועוד לקרא.
חוח בין השושנים האט געשריבן:
אוועטאר
חבקוק
שר עשרת אלפים
תגובות: 11919
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 21, 2020 5:32 pm
לאקאציע: אין פארברענגען...

Re: ליל ששי אשכול

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חבקוק »

אוראייניקל האט געשריבן:
נו גוט נו שוין האט געשריבן:

און אז נישט קענסטע... נע לאמיר רעדן מיט מער דרך ארץ..
און אז נישט זענט איר מכובד צו פלאצן

כנו גוט ועוד לקרא.

כנאגעט ואורייניקל ועוד לקרא.

איך האף דער עולם האט פארשטאנען אז איך מאך א ווערטל.

איך בין פון די קביעות'דיגע ליינער אויף די היזיגע תורות.
ת'תרבה ש'יחות פ'ארברענגען א'ינסופיים...
אוועטאר
נו גוט נו שוין
שר עשרת אלפים
תגובות: 12231
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 07, 2018 12:33 pm

Re: ליל ששי אשכול

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נו גוט נו שוין »

חבקוק האט געשריבן:
אוראייניקל האט געשריבן:
נו גוט נו שוין האט געשריבן:

און אז נישט קענסטע... נע לאמיר רעדן מיט מער דרך ארץ..
און אז נישט זענט איר מכובד צו פלאצן

כנו גוט ועוד לקרא.

כנאגעט ואורייניקל ועוד לקרא.

איך האף דער עולם האט פארשטאנען אז איך מאך א ווערטל.

איך בין פון די קביעות'דיגע ליינער אויף די היזיגע תורות.

נאוודאי געוויס! איז דען דא איינער, וואס נאכן זיך דרייען דא צוויי מינוט ווייסט נאך נישט, אז פונעם ראף טאר מען קיין זאך ערענסט נעמען??
מ'קען אז מ'וויל...
אבער דאס איז בוודאי אז ער'ט עס נישט אויף דעם אופן געמיינט ...
פשוט פשט מיינט עס אז דער ראף זאל זיך אויספלאצן גופו הקדוש הויעך אויפן מזרח כדי גוט גוט צוהערן די חידושים נפלאים כדי ס'זאל זיין סנאכצוזאגן ביי שאלעשידעס ..
לעצט פארראכטן דורך נו גוט נו שוין אום זונטאג מארטש 07, 2021 3:53 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
מומחה יוחס
סגן ראש הקהל
תגובות: 24332
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 11, 2010 1:22 pm
לאקאציע: דא אינעווייניג

Re: ליל ששי אשכול

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מומחה יוחס »

איך האב שוין געמיינט אביסל ערנסט, כ'בין געוועהן אבער מסופק ווי ערנסט
שוין הרגעתני איך האב מיר בארואיגט..

באריכ האשעם
מומחה יוחס
איז פורים רב!!!
אוועטאר
אוראייניקל
רב הצעיר תשפ"ד
תגובות: 17017
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 21, 2019 9:05 am

Re: ליל ששי אשכול

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אוראייניקל »

היינט העמיר אביסל מקדים זיין ס'דרשה, היות דער פ"ר פלאצט דערפון, וזריזין מקדימין למצוות...
חוח בין השושנים האט געשריבן:
אוועטאר
אוראייניקל
רב הצעיר תשפ"ד
תגובות: 17017
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 21, 2019 9:05 am

Re: ליל ששי אשכול

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אוראייניקל »

א גוטן ליל שישי אלע חברים!

די וואך טרעף מיר דאך א שטארקע רמז אויף ליל שישי, שטייט דאך אין די ספה"ק (אזוי האב איך געהערט, וכעת לא מצאתיו) לא תבערו אש בכל מושבותיכם ביום השבת.. מ'קען נישט אנקומען שבת מיט א פרישקייט או זיך נעמען פלאקערן אין שבת.. ס'גייט נישט אזוי..מ'ברויך הייצן פון פריער..

איז פשוט זאגט דער פסוק.. ששת ימים תעשה מלאכה.. מ'ברויך זיך גרייטן אלע זעקס טעג פון די וואך.. אבער לעניננו אז מ'שטייט שוין ליל שישי, קעמען זאגן.. ששת ימים אין די זעקסטע טאג יעשה מלאכה.. מקומט זיך צוזאם ליל שישי.. און דענסמאל וביום השביעי יהיה לכם קודש.. אה ס'גייט א רויעך..

עדת'.. און כל איז מרבה די לילות ווי בן זומא דרשנ'ט אין די הגדה.. אבער די עיקר תירוץ איז.. אז מ'דרשנ'ט סמוכין.. יענע וואך האט דאך כלל ישראל געהאט א טעות מיט'ן חשבון.. ווייל די ערשטע טאג האט משה רבינו נישט גערעכנט ווייל ס'האט נישט געהאט קיין נאכט מיט זיך.. האט זיך שוין כלל ישראל געלענט אז א טאג אן קיין נאכט בעפאר איז קיין טאג נישט... דער עיקר איז די נאכט בעפאר.. אפשר דערפאר ליייגן מאנכע מער דגוש אויף אויס צו נוצן די נעכט ווי די טעג...

*

אין דער אלטע היים.. דער עולם איז געווען פאריאגט א גאנצע וואך על המחיה ועל הכלכלה.. און נישט געהאט קיין צייט זיך ארום צו שלאגן.. האט מען ערליך מקיים געווען דעם הלכה 'חשבונות של מצוה מותר לחשבן בשבת'.. ווי איז נאך דא אזא מצוה ווי זיך אפרעכענען מיט יענעם.. שבת אין ביהמ"ד האט מען געהאט די צייט דערפאר.. דערפאר זאגן די ספרים, ווארנט דער תורה הק' 'לא תבערו אש' המחלוקת 'ביום השבת'..

אפשר דאס איז טאקע פשט פון רש"י 'הבערה לחלק יצאת'... מלשון מחלוקת..

*

ווייטער אין די פרשה טרעף מען דער ענין פון 'דים והותר'.. און די ספרים שטעלן זיך שוין אז 'דים' איז נישט הותר און הותר איז נישט דים.. קען זיין פשט מ'דערציילט אויף איינע פון די רבי'ס.. אז מיט א אידישע בעל מלאכה וכדו' פלעגט ער זיך דינגען אויפ'ן פרייז, און צום סו באצאלן וויפיל ער'ט געבעטן.. משא"כ ביי א גוי'שע בעל מלאכה האט ער גלייך געצאלט אן קיין דין ודברים..

ווען מ'האט איהם געפרעגט ילמדנו רבינו.. ס'דאך איפכא מסתברא.. האט דער רבי געענטפערט.. דער איד, אז כ'וועל איהם גלייך באצאלן וויפיל ער בעט.. וועט איהם באנג טאן.. אפשר ווען כ'בעט ווען מער וואלט איך באקומען מער.. אבער אז כ'דונג מיר מיט וואס ער בעט.. פארשטייט ער אז מער וואלט ער נישט באקומען.. און ער גייט ארויס א צופרידענער.. משא"כ דער גוי.. זאל איהם טאקע אהרן..

זוי קען מען אויך זאגן לעניננו.. אז מ'ענדיגט דעם גאנצן בנין און ס'דא גענוג.. איז נישט קיין ראיה אז ס'איז טאקע געווען גענוג.. אפשר וואלט מען נאך געקענט עפעס בעסער מאכן.. עפעס שענער מאכן, ווען ס'איז ווען דא אביסעלע מער.. אבער אז ס'איז געווען והותר.. איז א סימן אז דער דים איז טאקע א דים.

*

און כי צו דערמאנן די וואס האבן שוין פארגעסן אז ס'איז אדר.. חזר'ט מען נאכאמאל איבער די וואך דעם 'שלשה גביעים בקנה האחד.. כפתור ופרח'!

מ'קען נאך אריינכאפן!

ותיתי ליה לידינו הרב מומחה יוחס, וואס האט מיר צוגעוויזן אז דער ווארט האט א איד געזאגט ל"ג בעומר ביים טיש ווען מרן מהרי"ד מבעלזא זי"ע האט איהם מכבד געווען מיט א גלעזעלע וויין אויף לחיים..

*

ס'גייט דאך אויך פקודי דעם וואך.. מ'שארפט זיך שוין די ציין צום 'ואת האלף'!.. באקאנט איז וואס שטייט אין מדרש.. אז דאס איז בכלל נישט קיין נייע מנהג.. ווען משרע"ה האט געמאכט די חשבון ווי דאס געלט איז געגאנגען.. און ער האט פארגעסן ווי די איבעריגע מחצית השקל'ס זענען געגאנגען.. האבן אידן זיך פיין אונטערגעזונגען.. ואת האלף.. ווי איז דער טויזעטער..

זאגן שוין די מפרשים..אויף זהב און נחושת האט משה רבינו נישט געגעבן קיין פונקטליכע חשבון.. נאר געזאגט וואס מ'מאכט מיט דעם און שוין.. נאר די חילוק איז.. זהב ונחושת האט מען נישט געמוזט ברענגן.. נאר די נדיבים האבן געברענגט.. און זיי דארפן נישט קיין חשבון.. משא"כ די מחצית השקל וואס יעדער האט געמוזט ברענגען.. צו ער וויל צו נישט.. די חברה וואס ברענגען נאר וויפיל מ'דארף.. זיי דארפן א פונקטליכע דין וחשבון..

*

נאך שטעלן זיך די מפרשים.. ביים חטא העי"ן גימ"ל למ"ד האבן דאך דער גאנצע עולם געברענגט נזמים אן א שיעור.. און ס'איז ארויסגעקומען נאר א קליינע קעלבעלע.. ואין פוצה פה ומצפצף.. דא האט מען געבויט א גאנצע בנין.. א לאנגס און א ברייטס.. און מ'פאדערט א פונקטליכע חשבון..

נאר ווערט געברענגט.. ביים עגל.. האט יעדער איד אין הארץ געהאט געוויסנסביסן.. געבן געלט פאר אזא פאסקודנע שטיק.. האט אבער יעדער געטראכט.. אז ס'איז ארויס אזא קליינטשיגע קעלבל.. מן הסתם האבן די עסקנים דא געמעשר'ט און געחומש'ט.. האט יעדער זיך בארואיהגט.. האפענטליך איז מיין גאלד נישט אריין אינעם עגל..

אבער דא ביים משכן.. האט יעדער געוואלט זיין הונדערט פראצענט זיכער אז זיין געלט איז אריין אין משכן.. און זיי האבן זיך נישט בארואיגט ביז משרע"ה האט אויסגעקלארט דאס גאנצע מעשה ביזן לעצטע פרוטה..

*

מ'קען אפשר זאגן נאך א מהלך.. ס'באקאנט די מעשה ביים צאנזער רב זי"ע אז דער גארליצער רב זי"ע האט זיך אפגערעדט אויף א גבאי מיט קלעבעדיגע הענט.. האט איהם דער טאטע בארואיגט.. ס'דא אין הימל א היכל פאר עוסקים בצרכי ציבור באמונה.. און ביז היינט שטייט עס ליידיג.. מען האט נאכנישט געטראפן איינעם צו מחנך זיין דעם היכל.. האלטסט טאקע אז פונקט דער גבאי איז ראוי מ'זאל איהם מכבד זיין צו מחנך זיין דעם היכל?...

ולעניננו.. ביים עגל האבן זיך ארומגעפארעט דארטן יינוס און יימברוס.. בלעמ'ס צוויי תכשיטים.. קיינער האט נישט געהאט קיין טענות וואס איז געשען מיט'ן גאלד.. יעדער האט פארשטאנען אז זיי זענען נישט ראו ימחנך צו זיין דעם היכל.. אבער משה רבינו? ווי איז נאך דא א פאסיגערער אורח הכבוד ווי רבן של ישראל.. דא האט שוין דער עולם געזונגען ואת האלף..

*

און נאך א נקודה'לע אויף שבת החודש.. אונז יודן צייל מיר לויט די לבנה וואס נעמט ארום דער וועלט איינמאל א חודש.. און די אומות העולם ציילן צום זון וואס נעמט איהם א גאנצע יאהר ארומצורינגלען די וועלט.. ללמדך אז וואס ס'נעמט פאר'ן גוי א יאהר.. מאכט דאס דער אידעלע אין א חודש.. און אפשר איז דאס טאקע א הקדמה צו יציאת מצרים.. וואס מ'האט יוצא געווען אין 86 יאר שיעבוד פון 400 יאר, ווי נאר א אידעלע קען..

א גוט שבת און א גוטע חודש!!
חוח בין השושנים האט געשריבן:
אוועטאר
מבית שמש
שר מאה
תגובות: 137
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 08, 2021 5:58 am
לאקאציע: נעבן בית מדרש

Re: ליל ששי אשכול

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מבית שמש »

אוראייניקל האט געשריבן:א גוטן ליל שישי אלע חברים!

די וואך טרעף מיר דאך א שטארקע רמז אויף ליל שישי, שטייט דאך אין די ספה"ק (אזוי האב איך געהערט, וכעת לא מצאתיו) לא תבערו אש בכל מושבותיכם ביום השבת.. מ'קען נישט אנקומען שבת מיט א פרישקייט או זיך נעמען פלאקערן אין שבת.. ס'גייט נישט אזוי..מ'ברויך הייצן פון פריער..

חת"ס עה"ת
אוועטאר
מבית שמש
שר מאה
תגובות: 137
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 08, 2021 5:58 am
לאקאציע: נעבן בית מדרש

Re: ליל ששי אשכול

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מבית שמש »

אוראייניקל האט געשריבן:
ווייטער אין די פרשה טרעף מען דער ענין פון 'דים והותר'.. און די ספרים שטעלן זיך שוין אז 'דים' איז נישט הותר און הותר איז נישט דים.. קען זיין פשט מ'דערציילט אויף איינע פון די רבי'ס.. אז מיט א אידישע בעל מלאכה וכדו' פלעגט ער זיך דינגען אויפ'ן פרייז, און צום סו באצאלן וויפיל ער'ט געבעטן.. משא"כ ביי א גוי'שע בעל מלאכה האט ער גלייך געצאלט אן קיין דין ודברים..

ווען מ'האט איהם געפרעגט ילמדנו רבינו.. ס'דאך איפכא מסתברא.. האט דער רבי געענטפערט.. דער איד, אז כ'וועל איהם גלייך באצאלן וויפיל ער בעט.. וועט איהם באנג טאן.. אפשר ווען כ'בעט ווען מער וואלט איך באקומען מער.. אבער אז כ'דונג מיר מיט וואס ער בעט.. פארשטייט ער אז מער וואלט ער נישט באקומען.. און ער גייט ארויס א צופרידענער.. משא"כ דער גוי.. זאל איהם טאקע אהרן..

זוי קען מען אויך זאגן לעניננו.. אז מ'ענדיגט דעם גאנצן בנין און ס'דא גענוג.. איז נישט קיין ראיה אז ס'איז טאקע געווען גענוג.. אפשר וואלט מען נאך געקענט עפעס בעסער מאכן.. עפעס שענער מאכן, ווען ס'איז ווען דא אביסעלע מער.. אבער אז ס'איז געווען והותר.. איז א סימן אז דער דים איז טאקע א דים.

יעך האב געהערט א פשט אז וואלט ווען געווען גענוג וואלט יעדער איז וואס איז אריבער פון משכן זיך געקלאפט אויף די אייגענע פלייצע און געטראכט אדער געוויזן, זעסט דאס, דאס האב איך!! מנדב געווען, זעסט יענץ, אויכט מיינע,
מילא אז ס'איז געווען איבריג איז אראפ די גאנצע גאווה, און מ'האט ינעם אידן גענטפערט ווער זאגט אפשר דיינס איז פון די איבעריגע, ודפח"ח
בכל אופן ש'כח ר' @אוראייניקל
אוועטאר
מומחה יוחס
סגן ראש הקהל
תגובות: 24332
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 11, 2010 1:22 pm
לאקאציע: דא אינעווייניג

Re: ליל ששי אשכול

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מומחה יוחס »

אוראייניקל האט געשריבן:
ותיתי ליה לידינו הרב מומחה יוחס, וואס האט מיר צוגעוויזן אז דער ווארט האט א איד געזאגט ל"ג בעומר ביים טיש ווען מרן מהרי"ד מבעלזא זי"ע האט איהם מכבד געווען מיט א גלעזעלע וויין אויף לחיים..

[

עס איז געוועהן ביי בעלזער רב ר' אהרן
מומחה יוחס
איז פורים רב!!!
אוועטאר
מומחה יוחס
סגן ראש הקהל
תגובות: 24332
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 11, 2010 1:22 pm
לאקאציע: דא אינעווייניג

Re: ליל ששי אשכול

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מומחה יוחס »

א גוטן תמיד א גוט יאהר טייערע אידן.

עס איז שוין טאקע שפעט, אבער עפעס מוז מען דאך זאגן, פטור בלא כלום אי אפשי, וועל איך אפשר היינט אביסל מקצר זיין בסייעתא דשמיא.

איך האב געזעהן די וואך א טייערע אין הייליגע ווארט פין די חידושי הרי"ם זי"ע:

שטייט אין פסוק ויבואו האנשים על הנשים, וואס קען דאס מיינען על הנשים?

זאגט ער אזוי, מיר ווייסן אז במקום שבעלי תשובה עומדים אין צדיקים גמורים יכולין לעמוד, אז בעלי תשובות שטייען העכער פין צדיקים, מיר האלטן דאך יעצט נאך וואס די אידן האבן געזינדיגט ביים עין גימעל למד.. אין מיטן ברענגן די נדבות צום משכן וואס איז א כפרה דערויף, האבן די אידן אוודאי תשובה געטוהן, ממילא זענען זיי געוועהן בעלי תשובות, אבער דאס איז נאר ביי די מענער וואס זיי האבן געזינדיגט מיט דעם, משא"כ די נשים האבן דאך נישט געזידינט.

ממילא זאגט די פסוק זייער גוט - ויבואו האנשים על הנשים. - אז די מענער וואס זענען געוועהן די בעלי תשובות זענען געשטאנען על הנשים העכער פון די נשים ...
[align=center]************[/align]
היות די שבת כ"ט אדר גייט זיין די יא"צ פון די הייליגע תפארת שלמה זי"ע מראדמסק וועל איך נאך שרייבן נאך א ווארט לקראת ההילולא קדישא ממשנתו הטהורה אין די הייליגע ספר תפ"ש:

אויף די פסוק ויברך אותם משה זאגט רש"י יהי רצון שתשרה שכינה במעשה ידיכם ויהי נועם וגו', זאגט די תפארת שלמה אז די כוונה פון די ברכה יהי רצון וכו' איז נישט נאר אויף די עצם מלאכת המשכן נאר אויך אויף ענקערע אלע מעשה ידיכם - פון יעדער איינער, זאל אויך אויף דעם רוען די שכינה אין שורה זיין א ברכה, פארוואס, ווייל נאך וואס מען האט אפגעשיידט תרומה פארן אייבישטן איז חל א ברכה אויף די איבריגע אין אלעס ווערט אלעס הייליג, ווייל מיר זעהן דאך, ביי תרומה - אז חטה אחת פוטרת כל הכרי – אין די בעה"ב ווערט דורך דעם געבענטש.

דאס מיינט יהי רצון שתשרה שכינה במעשה ידיכם, אין אלע ענקערע מעשים, אין די היים, אינדרויסן, ביים ארבעט, זאלסט ענק אלעס מכוון זיין לשמים, זאלסט געבן צדקה, אין אויס געבן הוצאת לת''ת, וכדו', וואס דאס העלפט צו צו השראת השכינה במעשה ידיכם.. זכותו יגן עלינו.
[align=center]*************[/align]

יעצט א טייערע ווארט אויף שבת החודש.

וועל איך נאך זאגן וואס שטייט אין ספה"ק אמרי נועם פון די הרה"ק רבי מאיר מדזיקוב זי"ע, די תוכן הדברים איז אזוי:

שטייט אין פסוק החודש הזה לכם ראש חדשים וגו', שטייט אין מדרש ...מיד גילו צדיקים את ראשיהן וכו'.
איז ער מסביר אזוי, מיר ווייסן פין די חז"ל אז באחד בניסן ראש השנה לרגלים, פרעגט די גמרא פארוואס באחד בניסן, אז בעצם דארף עס זיין בט"ו ניסן, אין וואס עפעס באחד בניסן.. ענטפערט די גמר' אז רגל שבו ר"ה לרגלים דאס מיינט צו זאגן אז אין די חודש וואס קומט איז דא א יו"ט וואס איז ר"ה לרגלים.. וואס דאס איז פסח.

זאגט ער אזוי, מיר ווייסן דאך עס איז באקאנט אז משה עומד בראש חודש ומזהיר על הפסח, עס איז טאקע אמת אז פסח איז די ראש פין די אלע ימים טובים, אבער די צדיקים די ערליכע יודן פילן שוין ראש חודש די הארה די קדושה פין די יו"ט, וואס גייט קומען דער חודש, דאס איז דער כוונה משה עומד בראש חודש ומזהי"ר על הפסח – מזהיר א לשון פין זוהר לייכטן, אז פון ראש חודש פילט מען שוין די לעכטיגקייט אין הייליגקייט פין די יו"ט פסח, איז ממילא זייער גוט אה"נ פסח איז די ראש צו אלע ימים טובים, אבער באחד בניסן, פילן די צדיקים שוין די הארה פון די רגל שבו, פין פסח וואס איז טאקע דער ראש צו אלע ימים טובים.

איז זייער גוט די כוונה פין די מדרש החודש הזה לכם וכו' מיד גילו צדיקים את ראשיה''ם – מיד מיינט מען תיכף גלייך ראש חודש ווערט נתגלה די הארות פין די יו''ט פאר די צדיקים פין די יו''ט וואס איז ראש צו אלע ימים טובים עכ"ד קדשו.

מיט די ווארט טראכט איך קען זיין א שטיקלע רמז וואס מיר זאגן ביי די הגדה יכול מראש חודש תלמוד לומר ביום ההוא... אז פון ראש חודש קען מען שוין פילן די קדושת פון די ביום ההוא..

[אגב, אויף די מדרש איז אויך באקאנט די הייליגע ווארט פין די בני יששכר, בקיצור נמרץ שמועס ער אויס אז צדיקים באהאלטן זייערע מדרגות אין נישט אלע מאל קען מען וויסן נאר פין צייט צו צייט דעקט די אייבישטער אויף זייערע מדריגות... - היות איך אייל מיר זייער, - זאג איך ענק אויב וויל מען הנאה האבן - קען יעדער איינער ווער ס'וויל, קען מען אליינס אריין קוקן אין די מאמרי חודש ניסן מאמר ב' פרשת החדש אות ה' מדבריו הקדושים והנעימים]

האטס אלע א פרייליכן שבת, אין א לעכטיגע חודש א א כשרן פסח
מומחה יוחס
איז פורים רב!!!
אוועטאר
מומחה יוחס
סגן ראש הקהל
תגובות: 24332
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 11, 2010 1:22 pm
לאקאציע: דא אינעווייניג

Re: ליל ששי אשכול

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מומחה יוחס »

הרב אורי געוואלדיג איינס שענער פון די צווייטער

די ווארט פון לא תבערו איז א באקאנט ווארט פין די הייליגע חתם סופר, אין איך זעה אויך ווי הרב מבית שמש האט דאס אויך דערמאנט, אין האט מיר שוין מקדים געוועהן.
מומחה יוחס
איז פורים רב!!!
אוועטאר
מומחה יוחס
סגן ראש הקהל
תגובות: 24332
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 11, 2010 1:22 pm
לאקאציע: דא אינעווייניג

Re: ליל ששי אשכול

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מומחה יוחס »

איך זעה אז די עולם האט היינט נישט געברענגט איין עסן קוקט אויס אז ס'איז שוין פסח'דיג דא...
מומחה יוחס
איז פורים רב!!!
Kollel
שר תשעת אלפים
תגובות: 9416
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 16, 2019 5:03 pm

Re: ליל ששי אשכול

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Kollel »

מומחה יוחס האט געשריבן:הרב אורי געוואלדיג איינס שענער פון די צווייטער

די ווארט פון לא תבערו איז א באקאנט ווארט פין די הייליגע חתם סופר, אין איך זעה אויך ווי הרב מבית שמש האט דאס אויך דערמאנט, אין האט מיר שוין מקדים געוועהן.

שכח מומחה, וואויל געזאגט.
און דער בית שמש'ער האט שוין צוגעצייכענט אז סיז אין חת"ס
ס'אשאד זיך צו טענה'ן דערויף!
Kollel
שר תשעת אלפים
תגובות: 9416
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 16, 2019 5:03 pm

Re: ליל ששי אשכול

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Kollel »

מומחה יוחס האט געשריבן:איך זעה אז די עולם האט היינט נישט געברענגט איין עסן קוקט אויס אז ס'איז שוין פסח'דיג דא...

עיניהם להם ולא יראו..סידאך דא מער ווי נארמאל..קוגעל טשאלענט יאפטשיק בלאו-מאאן ביר און שטייטצעך א גאנצע טיש ביים עק מיט איבערגעהליבענע שאלעך מאנעס.
ס'אשאד זיך צו טענה'ן דערויף!
אוועטאר
מומחה יוחס
סגן ראש הקהל
תגובות: 24332
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 11, 2010 1:22 pm
לאקאציע: דא אינעווייניג

Re: ליל ששי אשכול

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מומחה יוחס »

Kollel האט געשריבן:
מומחה יוחס האט געשריבן:הרב אורי געוואלדיג איינס שענער פון די צווייטער

די ווארט פון לא תבערו איז א באקאנט ווארט פין די הייליגע חתם סופר, אין איך זעה אויך ווי הרב מבית שמש האט דאס אויך דערמאנט, אין האט מיר שוין מקדים געוועהן.

שכח מומחה, וואויל געזאגט.
און דער בית שמש'ער האט שוין צוגעצייכענט אז סיז אין חת"ס

איך שרייב דאס אליינס אז בית שמש האט מיר מקדים געוועהן....
מומחה יוחס
איז פורים רב!!!
Kollel
שר תשעת אלפים
תגובות: 9416
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 16, 2019 5:03 pm

Re: ליל ששי אשכול

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Kollel »

מומחה יוחס האט געשריבן:
Kollel האט געשריבן:
מומחה יוחס האט געשריבן:הרב אורי געוואלדיג איינס שענער פון די צווייטער

די ווארט פון לא תבערו איז א באקאנט ווארט פין די הייליגע חתם סופר, אין איך זעה אויך ווי הרב מבית שמש האט דאס אויך דערמאנט, אין האט מיר שוין מקדים געוועהן.

שכח מומחה, וואויל געזאגט.
און דער בית שמש'ער האט שוין צוגעצייכענט אז סיז אין חת"ס

איך שרייב דאס אליינס אז בית שמש האט מיר מקדים געוועהן....

פארזעהן. עיניהם להם וכו'
ס'אשאד זיך צו טענה'ן דערויף!
אוועטאר
אלעקסיי דער דריטער
ק.נ.א. אלוועלטליכער קארעספאנדאנט
תגובות: 6449
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 27, 2018 5:17 pm
לאקאציע: נישט בשכנותנו

Re: ליל ששי אשכול

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלעקסיי דער דריטער »

העי! וואסי אזוישטילדא?

וואסידערשקייט וואס שטילט זיך דא אפ?
אוועטאר
אלעקסיי דער דריטער
ק.נ.א. אלוועלטליכער קארעספאנדאנט
תגובות: 6449
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 27, 2018 5:17 pm
לאקאציע: נישט בשכנותנו

Re: ליל ששי אשכול

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלעקסיי דער דריטער »

טאקע א פארנומענע ערב פסח ליל ששי, אבער הערשט יעצט איז די ריכטיגע צייט אריינצוקומען דא און זיך אויסלופטער"ן.
אוועטאר
אלעקסיי דער דריטער
ק.נ.א. אלוועלטליכער קארעספאנדאנט
תגובות: 6449
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 27, 2018 5:17 pm
לאקאציע: נישט בשכנותנו

Re: ליל ששי אשכול

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלעקסיי דער דריטער »

אה. . . .

זעה איך אז מ'שטיימיר שוין ביי בלאט 242 אינעם אשכול, ווארשיינליך א רמז אויף די העכער 242 ביליאן דאללער פארטיילט פאר די אמעריקאנער באפעלקערונג (ווי געמאלדן נעכטן דורך די טרעזשורי דעפט.)
אוועטאר
אוראייניקל
רב הצעיר תשפ"ד
תגובות: 17017
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 21, 2019 9:05 am

Re: ליל ששי אשכול

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אוראייניקל »

א גוטן ליל שישי טייערע אידן!

קיין סאך צייט זיך צו גרייטן האב איך נישט געהאט, און קיין סאך צו זאגן איז אויך נישטא, אבער פטור בלא כלום אי אפשר.

שוין אמאל געזאגט ענליכס, ס'איז אבער א חסד ה', אריינגערוקט אין פרשת ויקרא ווי ס'איז שווער זיך אנצוכאפן אויף עפעס אזא קליינטשיגער אל"ף, דער אל"ף זעירא, אזוי אז די ספרים זאלן זיך האבן אויף וואס צו שטעלן.

אזא בחינה ווי דער כרפס, וואס די גמרא זאגט איז געמאכט אז די תינוקות זאלן פרעגן.. נו און אז ער פרעגט שוין, וואס איז די תירוץ? ס'נישטא! דאס איז טאקע דער טעם! זאלסט פרעגן!

ווי שטיייט אין מעשה נסים פונעם חוו"ד.. די תירוץ איז עבדים היינו לפרעהבמצרים.. ווען פרעה האט געהייסן האסטו זיך דערוואגט צו פרעגן פארוואס?.. האסט געפאלגט ווי א טאטעלע.. זייזשע מוחל פרעג יעצט אויך נישט קיין קשיות, און פאלג!

*

שטייט טאקע אין דגל מחנה אפרים, בשם ר' יוסף מגיד מישרים דק"ק פולנאה זללה"ה.. די וועלט זאגו מתנגדים לערנען יא און חסידים לערנען ניט.. פשט איז דער מתנגד וויפיהל ער לערנט ווערט ער א יא, א זאך ביי זיך.. דער חסיד וויפיל ער לערנט ווערט ער מער א נישט ביי זיך.. דאס איז אל"ף זעירא.. וויפיל מ'לערנט ווערט מען קלענער..

פון וואנעט ווייסט מען טאקע אז משרע"ה איז געווען א חסיד.. נאר דער מדרש זאגט (במדב"ר יב, א) 'כיון שנעשה המשכן, אמר ר' יהודה ברבי סימון הלך משה והרכין אזנו במשכן'.. משרע"ה האט זיך געשטעלט הערן אונטערן טיהר וואס דער רבי טוט.. א ריכטיגע חסידישע הנהגה..

*

אין אמרי נועם שטייט אז דער אל"ף איז דער איינציגסער אות וואס ווי אזוי מ'דרייט עס נאר בלייבט עס אן אל"ף עי"ש לפי דרכו.. ולעניננו דער פסוק זאגט 'אדם כי יקריב'.. רש"י איז מסביר אז מ'טאר נשט ברענגען מן הגזל.. נו זענען יודן חשוד אויף גזל.. נאר וואס דען די יודן זענען א עם תליתאי.. מ'דרייט דא און דארט.. איז דער רמז, דער אל"ף.. די דריידלעך.. זעירא.. אביסל ווייניגער דרייען..

*

אין הפטרה די וואך זאגט מען 'עם זו יצרתי לי תהלתי ייספרו.. זאגט דער רבי ר' יהונתן.. דער בארד איז יונק פון 13 שרשים קעגן י"ג מדות של רחמים.. עם ז"ו צרתי לי.. זו איז גימטריא 13, כ'האב זיי באשאפן מיט בערד.. וואס די י"ג מדות איז די שבח פון הקב"ה.. גייען זיי און 'תהלתי יספרו'.. זיי שערן אפ די שבח פונעם אויבערשטן..

קען מען צולייגן... די פסוק איז ממשיך.. 'ולא אתי קראת יעקב'..זעסט אמאל איינעם מיט א געפליקטע בערדל.. ער אי א זינגער.. ממש ער ברענגט ארויס געגועים צום באשעפער.. ער טענקיו'ט דעם באשעפער.. זאגט דער באשעפער 'ולא אתי קראת יעקב'.. זיי מוחל.. דיין בארד איז מיר א גרעסערע שבח..

באקאנט איז די מעשה מיט איינער פון די פריערדיגע גדולים וואס האט געדרשנ'ט אקעגן שערן די בארד.. און א חכם האט איהם צוריק געענטפערט אז מ'איז געבוירן אן א בארד.. האט איהם דער גדול געזאגט אז אן געבוירן ווערט מען אן ציינער אויך.. און געטייטשט מיט דעם די תשובה פאר'ן בן הרשע 'הקהה את שיניו'..

*

און אז מ'רעדט שוין פונעם בן הרשע.. העמיר מסיים זיין מיט א מעשה.. אמאל איז א משכיל געקומען צו מרן מהר"י מבעלזא זי"ע מיט א ספר אויף דקדוק, בעטנדיג א הסכמה.. האט איהם דער מיטעלער רב געזאגט.. וואס איז פשט מ'האט טענטות אויף דעם רשע 'לכם ולא לו'.. דער חכם זאגט אויך 'אשר צוה ה"א אתכם'..נאר דער חילוק איז אז דער חכם קעניש קיין דקדוק.. ערווייסט נישט פונקטליך די חילוק צווישן אותנו מיט אתכם.. אבער דער רשע קען דאך יא דקדוק..

דער יעניגער.. נישט האבנדיג אין פלאן צו הערן א מוסר דרשה.. האטתומ"י אפגעפוצט.. האט איהם דער רב נאך צוגעלייגט.. דערפאר שטייט טאקע נישט ביים רשע 'ואמרתם אליו'.. נאר סתם 'ואמרתם זבח פסח'.. ווייל דער רשע אז מ'הייבט איהם אן צו זאגן, פוצט ער גלייך אפ..

*

היינט איז געווען די יארצייט פונעם הייליגן אפטער רב זי"ע, ידוע איז וואס שטייט פון צדיקים אז ביי מים שלנו גייט מען צוריק נעמען די עבירות פון תשליך, וואס ווערן נהפך לזכויות דארך תשובה מאהבה, ווי דער אפטער רב טייטשט 'ביום ההוא יבוקש את עון ישראל', מוועט זוכן נאך און נאך עבירות צו מאכן פון זיי זכיות..

זי"ע ועכ"י אמן.
א גוט שבת!
חוח בין השושנים האט געשריבן:
שרייב תגובה

צוריק צו “היימישע פארברענגן”