ליל ששי אשכול

גריסן און שמועסן

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
כאניש וואס צו טון
שר עשרים אלף
תגובות: 22317
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 04, 2017 6:18 pm
לאקאציע: אפן וועג צום ארבייט
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כאניש וואס צו טון »

די סדר איז געווען בערך אזוי,

אויפגעשטאנען איז מען ארום 6:30, א הייסע זויבערע מקווה, אה! לכ' שב"ק!
נאך בה"ת א היייסע געשמאקע קאוווע, מיט א שטיקל קדושת יו"ט,
א פערטל נאך 7 האט מען אנגעהויבן תהילים, פאר 2 שעה האט מען זיך אויסגעגאסן דאס הארץ!
9:15 איז מען אראפ אין שול,
די פסוקא דזמרא האט גענומען א גוטע 45 מינוט,
און דעם רבי'נס עד הנה, הכל יודוך, א-ל אדון, תתברך, אהבה רבה, ממקומך, יעדע שטיקל איז א ארטיקל פאר זיך!
געענדיגט דאווענען ארום 12:30 - 12:45,
אהיים באגלייט דעם רבי'ן, געהערט אפאר זיסע מעשיות,
ווען דער רבי איז אריין צו זיך אהיים, האבן מיר זיך אריינגעזעצט ביי ר' יואל'ן.

דארט איז געווען א עכטע קרעטשניפער אטמעספערע,
ר' יואל האט קודם געהערט קידוש פון איינעם אויף וויין,
דערנאך האט ער אליינס געמאכט קידוש מיטן קרעטשניפער נוסח אויף א כוס ברוינפן,
דער עולם מאכט קידוש, טייל זענען יוצא, ס'קומט אריין אייער קוכל מיט טארט,
דערנאך א טעלער פיש, (די געזינגעכץ איז געווען רענדאמלי, אלטע חסידישע שבתדיגע ניגונים, חב"ד ניגונים, קארלין ניגונים, קרעטשניף ניגונים וכו')
מיט די פיש קומט אריין די באנדלעך און זאלץ מיט פעפער,
ס'טוט זיך א געגוסעכץ פון זאלץ פעפער אויף די פיש'ן באנדלעך, בשעת מזינגט ניגוני שמחה,
בקוצר, משנייט אויף דעם קאכעדיגן לאקשן מיט פעפר קוגל, בשעת ר' יואל זאגט א כתר תורה,
דערנאך 'וחסד השם מעולם ועד עולם',
פון די 'שטריימל / קרוין' באקומען נאר בחורים, די חתנים און יונגעלייט באקומען פון די איבריגע,
יעדע וואך דערמאנט מען פריש "ווער ס'בריעט זיך אפ פון קוגל שבת, בריעט זיך נישט אפ פון די ייצר הרע א גאנצע וואך!"
לאקשן קוגל - דאוריתא, קארטאפל קוגל - דרבנן, מיט געקנעטענע קוגל - מנהג ישראל,
צום סוף ברענגטט מען מצה, און מ'וואשט זיך צו א כזית,

פון דארט גייט מען אריבער צום רבי'ן אהיים, ווי ס'ליגט שוין אויפן טיש - אונעם ווארט צומער - שריים פון רבי'נס זיסע פיש, זויערע פיש, אייער צוויבל און לעבער,
שפעטער קומט ארויס טעלערס טשאלנט, שריים פצעי, שריים פלייש און קוגל, און צום לעצט שריים פון די טשאלנט,
ארום 1:45 - 2:00 עפענט זיך אויף די טיר, מ'גייט אריין צום רבי'ן און ספרים שטוב,
דר'עולם שטעלט זיך ארום דעם טיש,
דער רבי איז קענטיג גוט געלוינט, שמייכלנדיג צו די בחורים גיבט א ווינק, און מ'הייבט אן 'ברוך ה' יום יום', 'ברוך א-ל עליון',
דער רבי איז מכבד א בנש"ק מיט ברהמ"ז,
און שטייטעלעך גייט מען אדורך זאגן גוט שבת,

פון דארט לאזט מען זיך ארויס א וועג פון 30 - 40 מינוט צו ר' אלימלך שווארץ,
מ'קומט אן בערך נאך די פיש....

ר' מילך איז ווערד אנ'ארטייקל פאר זיך..
וואס מ'הערט דארט סיפורי צדוקים, מיט די גרעסטע מאס דביקות, דערנאך זכרונות וואס ר' מילך האט אוצרות פון דעם, ביים רבי'ן דער דבר"י, ביים רבי'ן דער בר"מ, אדער אלס שו"ב ביי ר' מאטעלע ז"ל אין מאנסי,
אביסל השקפה, און אפאר מחאה'לעך..
פארשטייט זיך אז גרעיפשיץ איז א כופר אין ביאת משיח.. ווייל ווען לוט טרינקט ווען גרעיפשיץ, וואלט נישט געבוירן געווארן משיח..

ביים סוף (נישטא קיין זייגער... א האלבע שעה פאר של"ס..) נאכן בענטשן ברענגט מען אריין פראכט מיט 'קאלטע קוגל',
ווער ס'עסט פון דעי קאלטע קוגל, שטארבט נישט אן תשובה!
מיט א תנאי, אז ער טוט תשובה...

פון דארט שפאצירט מען צוריק צום רבי'נס של"ס,

און אזוי פלעגט מען פראווענען וואך איין וואך אויס אין די ישיבישע יארן!

נאסטאלאגיע!
די לעכטיגע טעג זענען שוין נענטער ווי ווייטער!
חסד ורחמים
שר מאה
תגובות: 113
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 19, 2019 11:14 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חסד ורחמים »

ציקער זיס דער כאניש, איי, דו דערמאנסט מיר פיינע צייטן

הייב אן פון ערב שבת, דער פרייטאג צו נאכטס טישד, אלעס איז אינטערעסאנט

אבער דער סדר וואס דו שרייבסט איז פון ווינטער אדער זומער?
אוועטאר
כאניש וואס צו טון
שר עשרים אלף
תגובות: 22317
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 04, 2017 6:18 pm
לאקאציע: אפן וועג צום ארבייט
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כאניש וואס צו טון »

ביידע,
שטייצעך אז זומער האט מען געענדיגט ביי ר' מילכ'ן א שעה צוויי פאר של"ס, (ארום 6 -7) און ווינטער 20 מינוט פאר של"ס, (ארום 5-6)
די לעכטיגע טעג זענען שוין נענטער ווי ווייטער!
אוועטאר
שפיגליצקי
שר האלף
תגובות: 1298
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 19, 2018 1:23 pm
לאקאציע: אין ספרים/דזשודעיקא געשעפט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שפיגליצקי »

א גוטן.

קיינמאל געהערט אז אין סאטמאר זאל מען עסן לעבער שבת צופרי.
אויב דו זוכסט שלימות ביי מענטשן, וועסטו עס טרעפן נאר אין שפיגל (קרעדיט: מעלות).
אין א שיינעם העלן טאג...
אוועטאר
כאניש וואס צו טון
שר עשרים אלף
תגובות: 22317
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 04, 2017 6:18 pm
לאקאציע: אפן וועג צום ארבייט
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כאניש וואס צו טון »

קען זיין כ'מאך א טעות
די לעכטיגע טעג זענען שוין נענטער ווי ווייטער!
אוועטאר
שפיגליצקי
שר האלף
תגובות: 1298
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 19, 2018 1:23 pm
לאקאציע: אין ספרים/דזשודעיקא געשעפט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שפיגליצקי »

דאס איז שוין נאסטאלגיע פון אייך אינדערהיים...
אויב דו זוכסט שלימות ביי מענטשן, וועסטו עס טרעפן נאר אין שפיגל (קרעדיט: מעלות).
אין א שיינעם העלן טאג...
אוועטאר
כאניש וואס צו טון
שר עשרים אלף
תגובות: 22317
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 04, 2017 6:18 pm
לאקאציע: אפן וועג צום ארבייט
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כאניש וואס צו טון »

למשל פון די טשאלנט פלעגט נישט יעדע וואך זיין שריים,
סוי כ'בין נישט אזוי אקאראט מיט דעם דעטאל...
כאגעשריבן פון זכרון פון א שיינע פאר יאר צוריק
די לעכטיגע טעג זענען שוין נענטער ווי ווייטער!
אוועטאר
פליגל
שר חמשת אלפים
תגובות: 5936
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג סעפטעמבער 04, 2009 1:27 pm
לאקאציע: ביים פענסטער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פליגל »

כאני, אז ר' מיילעך זאל זען ווי דו שרייבסט אז ער האט פארציילט סיפורי צדוקים וועט ער זיין שרעקעדיג ברוגז.. נישט אזוי ווייט אז דו זאגסט עס אויף אים ווי אז מ'קען מאכן אזא טעות...
אוועטאר
כאניש וואס צו טון
שר עשרים אלף
תגובות: 22317
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 04, 2017 6:18 pm
לאקאציע: אפן וועג צום ארבייט
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כאניש וואס צו טון »

שט'אמת,
ער פלעגט זעהר אסאך דערציילן,
)חוץ פון די אנדערע זאכן וואס ער פלעגט רעדן... אבער וואסטע געוואלט, כאגעקענט באשטיין דער תגובה זאל איבערלעבן....)
די לעכטיגע טעג זענען שוין נענטער ווי ווייטער!
אוועטאר
שפיגליצקי
שר האלף
תגובות: 1298
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 19, 2018 1:23 pm
לאקאציע: אין ספרים/דזשודעיקא געשעפט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שפיגליצקי »

געדענקען צו מתפלל זיין אויף שקלים גדולים שהן צענטער"ס, בשקל הקודש שכפול הי'.

דאס אלעס אלס אור המקיף, אלס אור פנימי פארשטייט זיך אור פניך עלינו אדון נשא, כי באור פניך נתת לנו ה' אלקינו תורת חיים ואהבת חסד וצדקה וברכה ורחמים וחיים ושלום.
אויב דו זוכסט שלימות ביי מענטשן, וועסטו עס טרעפן נאר אין שפיגל (קרעדיט: מעלות).
אין א שיינעם העלן טאג...
אוועטאר
שפיגליצקי
שר האלף
תגובות: 1298
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 19, 2018 1:23 pm
לאקאציע: אין ספרים/דזשודעיקא געשעפט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שפיגליצקי »

פליגל האט געשריבן:כאני, אז ר' מיילעך זאל זען ווי דו שרייבסט אז ער האט פארציילט סיפורי צדוקים וועט ער זיין שרעקעדיג ברוגז.. נישט אזוי ווייט אז דו זאגסט עס אויף אים ווי אז מ'קען מאכן אזא טעות...

ש'קיין סתירה, ער פלעגט פארציילן סיפורי צדיקים און סיפורי צדוקים..
אויב דו זוכסט שלימות ביי מענטשן, וועסטו עס טרעפן נאר אין שפיגל (קרעדיט: מעלות).
אין א שיינעם העלן טאג...
אוועטאר
שפיגליצקי
שר האלף
תגובות: 1298
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 19, 2018 1:23 pm
לאקאציע: אין ספרים/דזשודעיקא געשעפט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שפיגליצקי »

אדער באפעלן צו קומען אינדערוואכן אונטערן בוים, האמיר אזוי געטון כמה פעמים, אינדערוואכן האמיר בעיקר געהערט סיפורי צדוקים.
אויב דו זוכסט שלימות ביי מענטשן, וועסטו עס טרעפן נאר אין שפיגל (קרעדיט: מעלות).
אין א שיינעם העלן טאג...
אוועטאר
כאניש וואס צו טון
שר עשרים אלף
תגובות: 22317
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 04, 2017 6:18 pm
לאקאציע: אפן וועג צום ארבייט
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כאניש וואס צו טון »

א מהר"ל האסטע כאטש באקומען?
די לעכטיגע טעג זענען שוין נענטער ווי ווייטער!
אוועטאר
שפיגליצקי
שר האלף
תגובות: 1298
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 19, 2018 1:23 pm
לאקאציע: אין ספרים/דזשודעיקא געשעפט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שפיגליצקי »

איינס? עטליכע, אזוי אויך א מלחמת מצוה, ספעציעל אריין געשריבן, נאך היינט ווען ער קומט אהער פארקויפן שרייבט ער אריין ספעציעל פאר מיר.
אויב דו זוכסט שלימות ביי מענטשן, וועסטו עס טרעפן נאר אין שפיגל (קרעדיט: מעלות).
אין א שיינעם העלן טאג...
אוועטאר
פליגל
שר חמשת אלפים
תגובות: 5936
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג סעפטעמבער 04, 2009 1:27 pm
לאקאציע: ביים פענסטער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פליגל »

פון וועלכע יואל עקשטיין איז די רעדע?
אוועטאר
כאניש וואס צו טון
שר עשרים אלף
תגובות: 22317
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 04, 2017 6:18 pm
לאקאציע: אפן וועג צום ארבייט
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כאניש וואס צו טון »

סאצעך אנגעהאויבן דא viewtopic.php?p=2113826#p2113826
די לעכטיגע טעג זענען שוין נענטער ווי ווייטער!
אוועטאר
אלטער
שר תשעת אלפים
תגובות: 9971
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 14, 2020 12:44 pm
לאקאציע: אין בהמ"ד ביים קאווע שטיבל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלטער »

:smile:
כאניש וואס צו טון האט געשריבן:א מהר"ל האסטע כאטש באקומען?

אהה אז מען רעדט פון ר' מילך ריך האב באקומען פון עם א מלחמת מצוה.......

אבער אז מרעדט פון ר' יואל עקשטיין הההווויייי ברענגט עס ארויף די אלטע זכרונות...... איז דא איינער וואס געדענקט באטעס שבת ביינאכט ביז 4 אזייגער פארטאגס??????? היינט איז צאנז שטיל שבת..... מפלעיגט גיין אין קרן ויאל משה ביז..... ווער געדענקט וואס סיז געשען.........
ווייל איך בין א אידעלע, זינג איך מיר א לידעלע, ווייל איך בין א איד, זינג איך מיר א ליד
רעסטאראנט
שר האלף
תגובות: 1849
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 06, 2017 6:37 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רעסטאראנט »

געברענגט פאר'ן עולם דא טועם צו זיין
זייט'ס אייך מכבד
לחיים
Screenshot_20200221-001612_WhatsApp Business-1079x1372.jpg
Screenshot_20200221-001612_WhatsApp Business-1079x1372.jpg (258.68 KiB) געזען 383 מאל
לעצט פארראכטן דורך רעסטאראנט אום פרייטאג פעברואר 21, 2020 12:28 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
אלטער
שר תשעת אלפים
תגובות: 9971
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 14, 2020 12:44 pm
לאקאציע: אין בהמ"ד ביים קאווע שטיבל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלטער »

נא שנייד אהער עפעס....
ווייל איך בין א אידעלע, זינג איך מיר א לידעלע, ווייל איך בין א איד, זינג איך מיר א ליד
רעסטאראנט
שר האלף
תגובות: 1849
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 06, 2017 6:37 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רעסטאראנט »

כאניש וואס צו טון האט געשריבן:שט'אמת,
ער פלעגט זעהר אסאך דערציילן,
)חוץ פון די אנדערע זאכן וואס ער פלעגט רעדן... אבער וואסטע געוואלט, כאגעקענט באשטיין דער תגובה זאל איבערלעבן....)

אוי דערמאנסטו מיר זכרונות , איין זיס ווארט פון אים וואס ער פלעגט זאגן יעדע וואך (הגם רוב מעשות נאך די ארבע כוסות זענען געווען די זעלבע מער ווייניגער אבער סאיז געווען זיס די לשונות וואס ער האט גענוצט ) אז פארוואס עסט מען די"פ ? וועגן עס איז ר"ת א'ידן ד'ארפן פ'רנסה און אויך וועגן סאיז גוט , ודפח"ח
לעצט פארראכטן דורך רעסטאראנט אום פרייטאג פעברואר 21, 2020 12:34 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
אלטער
שר תשעת אלפים
תגובות: 9971
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 14, 2020 12:44 pm
לאקאציע: אין בהמ"ד ביים קאווע שטיבל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלטער »

ביי רבי מילך פלעג איך נישטמגיין שבת, אבער ליל ששי יא ביז אין דיר דערנאכט אריין

כפלעג זיך ארויס זעצן אינטערן בוים מיט עם אינמיטן וואך, איינער געדענקט עס?
ווייל איך בין א אידעלע, זינג איך מיר א לידעלע, ווייל איך בין א איד, זינג איך מיר א ליד
אוועטאר
אלטער
שר תשעת אלפים
תגובות: 9971
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 14, 2020 12:44 pm
לאקאציע: אין בהמ"ד ביים קאווע שטיבל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלטער »

שפיגליצקי האט געשריבן:אדער באפעלן צו קומען אינדערוואכן אונטערן בוים, האמיר אזוי געטון כמה פעמים, אינדערוואכן האמיר בעיקר געהערט סיפורי צדוקים.

שטייצעך קאלטע קיגל....
ווייל איך בין א אידעלע, זינג איך מיר א לידעלע, ווייל איך בין א איד, זינג איך מיר א ליד
רעסטאראנט
שר האלף
תגובות: 1849
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 06, 2017 6:37 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רעסטאראנט »

אלטער האט געשריבן:ביי רבי מילך פלעג איך נישטמגיין שבת, אבער ליל ששי יא ביז אין דיר דערנאכט אריין

כפלעג זיך ארויס זעצן אינטערן בוים מיט עם אינמיטן וואך, איינער געדענקט עס?

זיין ליל שישי שיעור קומט נאך פאר ? פלעגט זיין אלטע רייזמאנס קעיק דארט, אפשר איז עס גאר געווען פרישע
מיט ווארעמע בעבלעך
אוועטאר
אלטער
שר תשעת אלפים
תגובות: 9971
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 14, 2020 12:44 pm
לאקאציע: אין בהמ"ד ביים קאווע שטיבל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלטער »

רעסטאראנט האט געשריבן:

נוואדע קומט עס פאר, ליידער גיי איך שוין נישט.... אבער אלעס גייט אן תמידים כסדרם....
ווייל איך בין א אידעלע, זינג איך מיר א לידעלע, ווייל איך בין א איד, זינג איך מיר א ליד
אוועטאר
אלטער
שר תשעת אלפים
תגובות: 9971
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 14, 2020 12:44 pm
לאקאציע: אין בהמ"ד ביים קאווע שטיבל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלטער »

שפיגליצקי האט געשריבן:א גוטן.

קיינמאל געהערט אז אין סאטמאר זאל מען עסן לעבער שבת צופרי.

ניין מ'עסט נישט סיז לכאורה א טעות פון עם
לעצט פארראכטן דורך אלטער אום פרייטאג פעברואר 21, 2020 1:17 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
ווייל איך בין א אידעלע, זינג איך מיר א לידעלע, ווייל איך בין א איד, זינג איך מיר א ליד
שרייב תגובה

צוריק צו “היימישע פארברענגן”