ליל ששי אשכול

גריסן און שמועסן

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
מאניש בנבנשתי
שר חמשת אלפים
תגובות: 5382
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג פעברואר 01, 2015 12:26 pm
לאקאציע: אין מיין גוף

Re: ליל ששי אשכול

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאניש בנבנשתי »

מומחה יוחס האט געשריבן:דיין שווער הערט דיר טאקע אויס?


ס'איז אים אינטערסאנטער ווי צו אויסהערן דעם שוויגער....ער העלפט מיר אסאך ארויס, צומאל וועט ער מיר אפילו העלפן איך זאל נישט דארפן אראפלייגן די טעלעפאן נאר גלייך הערן דעם דיילטאן צו קענען רופן א צווייטן, ער האט א גוט הארץ און פארשטייט צו אפרישיעיטן צייט פון יענעם..ער איז נישט קיין סאטמאר'ער, פון ווי איך ווייס? ווייל ער לייגט מיר אסאך מאל אויף ספיקער און לאזט מיר רעדן צום כותל....נישט נארמאל די חוטא ומחטיא....
אב''ד ור''מ קרעפלעך והגלילות יצ''ו

געב צוריק דאס געלט פאר'ן רבי'ן, די רבי ער זאגט נישט קיין ליגענט..(קרעדיט: מיכאל ע''ה.)

מיינע באקן זענען נישט פארגליווערט, ווייל איך מאך דערמיט איבונגען כסדר..

קרעפלאך והגלילות

דער שיעור שטיבל
אוועטאר
מומחה יוחס
סגן ראש הקהל
תגובות: 24331
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 11, 2010 1:22 pm
לאקאציע: דא אינעווייניג

Re: ליל ששי אשכול

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מומחה יוחס »

חחחחחחחח אזא גוטס....
מומחה יוחס
איז פורים רב!!!
אוועטאר
יקוש פייוויש
שר ששת אלפים
תגובות: 6651
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יולי 16, 2021 12:34 pm

Re: ליל ששי אשכול

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יקוש פייוויש »

מאניש בנבנשתי האט געשריבן:
אוראייניקל האט געשריבן:
sheetrock האט געשריבן:
מאניש בנבנשתי האט געשריבן:למעשה וואס וועט זיין מיט די קוגל?

די קיגעל איז א פראבלעם דעי וואך. א חסר דעה האט אראפגעלייגט די גאנצע בעקעלע אויף א בענקל און כ'האב מיר בטעות אראפגעזעצט דעראויף...

צדיקים האב ןדאך געזאגט גרויסע סודות אינעם שבת'דיגע קוגל.. ביסט א בחינה פון יושב בסתר עליון..


אין אמת'ן וואלט מען געדארפט אריינגיין אינעם קוגל, קען מען דאך נישט, נעמט מען אריין די קוגל אין זיך....

טוצעך דא בסתרי תורה ותורא בחדא מחתא… דעיס ווארט איז דעם קרעטשינעפערס
אוועטאר
מומחה יוחס
סגן ראש הקהל
תגובות: 24331
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 11, 2010 1:22 pm
לאקאציע: דא אינעווייניג

Re: ליל ששי אשכול

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מומחה יוחס »

יקוש פייוויש האט געשריבן:
מאניש בנבנשתי האט געשריבן:
אוראייניקל האט געשריבן:
sheetrock האט געשריבן:
מאניש בנבנשתי האט געשריבן:למעשה וואס וועט זיין מיט די קוגל?

די קיגעל איז א פראבלעם דעי וואך. א חסר דעה האט אראפגעלייגט די גאנצע בעקעלע אויף א בענקל און כ'האב מיר בטעות אראפגעזעצט דעראויף...

צדיקים האב ןדאך געזאגט גרויסע סודות אינעם שבת'דיגע קוגל.. ביסט א בחינה פון יושב בסתר עליון..


אין אמת'ן וואלט מען געדארפט אריינגיין אינעם קוגל, קען מען דאך נישט, נעמט מען אריין די קוגל אין זיך....

טוצעך דא בסתרי תורה ותורא בחדא מחתא… דעיס ווארט איז דעם קרעטשינעפערס

ברענג נישט אלטע סתרי תורה..., ברענג פרישע וועט זיין בעסער...
לעצט פארראכטן דורך מומחה יוחס אום פרייטאג דעצעמבער 03, 2021 12:01 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
מומחה יוחס
איז פורים רב!!!
אוועטאר
יקוש פייוויש
שר ששת אלפים
תגובות: 6651
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יולי 16, 2021 12:34 pm

Re: ליל ששי אשכול

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יקוש פייוויש »

מומחה יוחס האט געשריבן:
יקוש פייוויש האט געשריבן:
מאניש בנבנשתי האט געשריבן:
אוראייניקל האט געשריבן:
sheetrock האט געשריבן:די קיגעל איז א פראבלעם דעי וואך. א חסר דעה האט אראפגעלייגט די גאנצע בעקעלע אויף א בענקל און כ'האב מיר בטעות אראפגעזעצט דעראויף...

צדיקים האב ןדאך געזאגט גרויסע סודות אינעם שבת'דיגע קוגל.. ביסט א בחינה פון יושב בסתר עליון..


אין אמת'ן וואלט מען געדארפט אריינגיין אינעם קוגל, קען מען דאך נישט, נעמט מען אריין די קוגל אין זיך....

טוצעך דא בסתרי תורה ותורא בחדא מחתא… דעיס ווארט איז דעם קרעטשינעפערס

ברענג נישט אלטע סודי סודות, ברענג פרישע וועט זיין בעסער...

ווייסעך נישט ווי כ׳בין טאקע אנגעקומען אהין! לינק מיר יענע בלאט ווי כ׳האב פארלאזט… העלעך וויסן ווי צוריק צוגיין
אוועטאר
מאניש בנבנשתי
שר חמשת אלפים
תגובות: 5382
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג פעברואר 01, 2015 12:26 pm
לאקאציע: אין מיין גוף

Re: ליל ששי אשכול

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאניש בנבנשתי »

מומחה יוחס האט געשריבן:
יקוש פייוויש האט געשריבן:
מאניש בנבנשתי האט געשריבן:
אוראייניקל האט געשריבן:
sheetrock האט געשריבן:די קיגעל איז א פראבלעם דעי וואך. א חסר דעה האט אראפגעלייגט די גאנצע בעקעלע אויף א בענקל און כ'האב מיר בטעות אראפגעזעצט דעראויף...

צדיקים האב ןדאך געזאגט גרויסע סודות אינעם שבת'דיגע קוגל.. ביסט א בחינה פון יושב בסתר עליון..


אין אמת'ן וואלט מען געדארפט אריינגיין אינעם קוגל, קען מען דאך נישט, נעמט מען אריין די קוגל אין זיך....

טוצעך דא בסתרי תורה ותורא בחדא מחתא… דעיס ווארט איז דעם קרעטשינעפערס

ברענג נישט אלטע סודי סודות, ברענג פרישע וועט זיין בעסער...


און נאכדעם וואונדערט ער זיך פארוואס מ'דארף קושן ביי רכב און סוסים...ער איז נאך אראפגעבליבן עטליכע וואכן...לעפט בעק...א אונגערישער, וועט עס כאפן הערשט ביי די קומענדיגע מולד...ווען די לבנה וועט שוין זיין צוריק גאנץ...
אב''ד ור''מ קרעפלעך והגלילות יצ''ו

געב צוריק דאס געלט פאר'ן רבי'ן, די רבי ער זאגט נישט קיין ליגענט..(קרעדיט: מיכאל ע''ה.)

מיינע באקן זענען נישט פארגליווערט, ווייל איך מאך דערמיט איבונגען כסדר..

קרעפלאך והגלילות

דער שיעור שטיבל
אוועטאר
מומחה יוחס
סגן ראש הקהל
תגובות: 24331
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 11, 2010 1:22 pm
לאקאציע: דא אינעווייניג

Re: ליל ששי אשכול

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מומחה יוחס »

לאמיר זינגען אביסלע - להודות ולהלל...
מומחה יוחס
איז פורים רב!!!
אוועטאר
מומחה יוחס
סגן ראש הקהל
תגובות: 24331
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 11, 2010 1:22 pm
לאקאציע: דא אינעווייניג

Re: ליל ששי אשכול

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מומחה יוחס »

מעות צור ישעתי
מומחה יוחס
איז פורים רב!!!
אוועטאר
מומחה יוחס
סגן ראש הקהל
תגובות: 24331
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 11, 2010 1:22 pm
לאקאציע: דא אינעווייניג

Re: ליל ששי אשכול

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מומחה יוחס »

איי יונים יונים נקבצו עלי אוי אזי בימי חשמנים............
מומחה יוחס
איז פורים רב!!!
אוועטאר
יקוש פייוויש
שר ששת אלפים
תגובות: 6651
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יולי 16, 2021 12:34 pm

Re: ליל ששי אשכול

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יקוש פייוויש »

מאניש בנבנשתי האט געשריבן:ישר כח אורי, זייער שיין...מאך זיכער אז ס'זאל נישט זיין קיין גלאז אויף דער ערד, אז אויב חנוכה וועט יא פאלן, זאל עס זיך כאטשיג נישט צושניידן...

זאג, קושן וועמען? דו קושט לכאורה ביי שכל טוב לכל עושיהם....


-----

מומחה ווילאנג מיינסטו קען איך ווארטן? די זופ ווערט שוין קאלט..
האקט....טאקע שיין, זיך געלוינט צו ווארטן...האמיר שוין א טעם פאר'ן צינדן די מנורה ביי די טיר, א תירוץ אויפן בית יוסף'ס קשיא..און א שיינע ווארט פאר ראובן'ן וואס האט זיך געמוטשעט מיט יוסף'ן פארגאנגענע וואך, און א תורה פאר די וואכעדיגע סדרה..איך קען שוין יעצט אנקאלן מיין שווער...שכויעך!

געכאפט דעם חברה׳מאן!
אוועטאר
יקוש פייוויש
שר ששת אלפים
תגובות: 6651
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יולי 16, 2021 12:34 pm

Re: ליל ששי אשכול

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יקוש פייוויש »

שכח אורי פאר די שיינע דיבורים!
שכח מומחה פאר די הערליכע פערל וווערטער, יא מיין שווער הערט מיר אויך אויס.. (ווען כ׳רוף אים)
אוועטאר
האסטו וועסטו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4616
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 27, 2021 8:43 pm
לאקאציע: דא

Re: ליל ששי אשכול

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך האסטו וועסטו »

שוין געענדיגט?
אזויפרי איזדערולם אהייםגעגאנגן?
סענס הייבן אן מאכן זאכן...
(קר' ל.וו.)

#גיי קראך גרינע פעפער

דער אייבערשטער פירט דער וועלט!!!

נא נא!!!
נא'קע מיך נישט, איך דארף עס נישט
אוועטאר
יוסף פריעדמאן
שר שבעת אלפים
תגובות: 7413
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אפריל 30, 2015 4:31 am

Re: ליל ששי אשכול

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יוסף פריעדמאן »

בין איך יעצט משלים דער ליל שישי.

ייש"כ אורי זייער שיינע ווערטער.
מומחה דיינע ווערטער איז נישט געווען אינטערסאנט דאס מאל, כ'האב שוין אלעס געהרט היינט אויפן טלפון פון מיין חשובע איידעם דער תלמיד חכם.
כי לך טוב להודות

. ע . ע . ע . ש . ע . . ש . . ש . ע . ש . ש . ע ולשמחה נאה לזמר . ע . ע
אוועטאר
מומחה יוחס
סגן ראש הקהל
תגובות: 24331
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 11, 2010 1:22 pm
לאקאציע: דא אינעווייניג

Re: ליל ששי אשכול

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מומחה יוחס »

יוסף פריעדמאן האט געשריבן:בין איך יעצט משלים דער ליל שישי.

ייש"כ אורי זייער שיינע ווערטער.
מומחה דיינע ווערטער איז נישט געווען אינטערסאנט דאס מאל, כ'האב שוין אלעס געהרט היינט אויפן טלפון פון מיין חשובע איידעם דער תלמיד חכם.


אה אייערע איידעם ליינט אויך די אייוועלט.. פשיהא א איידעם א שטיק שווער

זאג מיר נאר האט אייערע איידעם דיר אויך נאכגעזאגט לעצטע וואך דיינע שיינע ווערטער וואס איהר האט געשריבן
מומחה יוחס
איז פורים רב!!!
אוועטאר
יוסף פריעדמאן
שר שבעת אלפים
תגובות: 7413
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אפריל 30, 2015 4:31 am

Re: ליל ששי אשכול

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יוסף פריעדמאן »

נישט יעדע וואך הייב איך איהם אויף...
כי לך טוב להודות

. ע . ע . ע . ש . ע . . ש . . ש . ע . ש . ש . ע ולשמחה נאה לזמר . ע . ע
אוועטאר
מומחה יוחס
סגן ראש הקהל
תגובות: 24331
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 11, 2010 1:22 pm
לאקאציע: דא אינעווייניג

Re: ליל ששי אשכול

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מומחה יוחס »

יוסף פריעדמאן האט געשריבן:נישט יעדע וואך הייב איך איהם אויף...


זייער גלייך - בעסער אזוי
מומחה יוחס
איז פורים רב!!!
אוועטאר
יוסף פריעדמאן
שר שבעת אלפים
תגובות: 7413
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אפריל 30, 2015 4:31 am

Re: ליל ששי אשכול

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יוסף פריעדמאן »

מומחה יוחס האט געשריבן:
יוסף פריעדמאן האט געשריבן:נישט יעדע וואך הייב איך איהם אויף...


זייער גלייך - בעסער אזוי

די פראבלעם איז אז ער ווערט נישט מיואש, און פארשטייט נישט די רמז[ים].
כי לך טוב להודות

. ע . ע . ע . ש . ע . . ש . . ש . ע . ש . ש . ע ולשמחה נאה לזמר . ע . ע
אוועטאר
מומחה יוחס
סגן ראש הקהל
תגובות: 24331
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 11, 2010 1:22 pm
לאקאציע: דא אינעווייניג

Re: ליל ששי אשכול

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מומחה יוחס »

היות איך וועל זיין זייער פארנומען אין די קימענדיגע פאר שעות - וויל איך שוין יעצט ארויף לייגן דער ליל ששי תורה אפי' ס'איז נאך פרי אבער ס'וועט נישט שאטן.. ס'איז מיר פשוט גרינגער יעצט ווי שפעטער.

אין די שפעטדיגע נאכט שעות וועל איך לכאורה צוריק קומען
מומחה יוחס
איז פורים רב!!!
אוועטאר
מומחה יוחס
סגן ראש הקהל
תגובות: 24331
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 11, 2010 1:22 pm
לאקאציע: דא אינעווייניג

Re: ליל ששי אשכול פר' ויגש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מומחה יוחס »

א גוטן טייערע חשובע יודן – ידידים ורעים, וואס קומען זיך צוזאם בדיבוק חברים צו א פרישע ליל שישי... באהבה ואחוה ושלום וריעות

מיר שטייען היינט נאכט ביי די הילולא קדישא פין די הייליגע דברי יחזקאל די שינאווע'ר רב זי"ע ועכי"א

וועלן מיר אנהייבן מיט א מעשה וואס יעך האב געהערט מפי הרה"צ המפו' רבי יחזקאל'ע וואגשאל זצ"ל מלאצהוט.

אההההה א איד וואס איז געוועהן מלא טעם וריח, מיטן אלטן פארצייטישע גאליציאנער חן, פלעגט פארציילן מעשיות עובדות מיט אזא מתיקות אין געשמאק..

יאך האב זוכה געוועהן צו הארכן פון איהם אסאך שיינע זאכן.. עלעך דערציילן א מורא'דיגע אינטערסאנטע סיפור וואס כ'האב געהערט מפיו ביומא דהילולא פין די הייליגע שינאווע'ר רב בעל הדברי יחזקאל זי"ע פאר אפאר יאהר צוריק.

דער סיפור האט ער עס געהערט פון זיין פאטער די אלטע לאנצהוטער רב.

אז אין שטאט לאנצהוט איז אמאל אנגעקומען א חסידישע יונגערמאן, אין געזאגט אז ער זוכט שוין ארום א שטיק צייט צו זיין א מלומדות פאסטן, ער וויל ווערן א מלמד, בקיצור, מען האט איהם אנגענומען אין ער האט געלערנט מיט א שיינע פאר קינדער פין די שטעטל, ויהי היום גייט אריבער א שטיק צייט, אין עפעס איז מען געוואר געווארן פון א פרוי פון א ווייטע פלאץ אז זי איז א עגונה, שוין א אפאר יאהר, מען איז געוואר געווארן גאר אז נישט מער אין נישט ווייניגער דער מלמד איז געוועהן דער אנטלויפענע מאן רח''ל... פארשטייט זיך אז ס'האט זיך געטוהן איבערקערניש, די רבנים האבן איהם געשלעפט מען האט מסדר געוועהן א גט אין שלום על ישראל.. פארשטייט זיך אז נאך אזא מעשה האט מען איהם שוין משלח געוועהן פין די מלומדות פאסטן.

דער הייליגע שינאווע רב איז געוואר געווארן דערפון, האט ער געהייסן אז די אלע קינדער וואס האבן געלערנט ביי איהם, זאלן אויפהערן צו לערנען פאר א לאנגע צייט, כדי פשוט צו פארגעסן די תורה וואס ער האט זיי אויסגעלערנט.... ווייל ס'האט א שלעכטע א השפעה אויף שפעטער, אין נאר נאך א לאנגע צייט זאל מען אנהייבן מיט זיי פון פריש מיט די קינדער צו לערנען פין אנהייב....

האט ר' יחזאקעל'ע געזאגט, אז רובם האבן געפאלגט די הייליגע שינאווע'ר רב באפעל, זענען די קינדער שפעטער אויסגעוואקסן עהרליך (ער האט געקאנט אפאר פין די קינדער) אבער איז געוועהן עטליכע וואס האבן יא ווייטער געגעבן צו לערנען ביי א אנדערע מלמד גלייך דערנאך, האט שפעטער טאקע נישט געטויגט מיט זיי.....
דבר נורא הוא..

האב יאך יעצט געטראכט לאור העובדא הזאת, אז עס קאן זיין, אז יוסף הצדיק האט געשיקט א סימן מיט די ברידער'ס צו זיין טאטע יעקב, מיט וועלכע פרשה ער האט גענדיגט צו לערנען מיט יעקב איידער ער איז פארשווינדן געווארן פין איהם, מיט די פרשה עגלה ערופה אדער ווי אנדערע זאגן עגלת המשכן, ווי ס'איז מבואר אין די מדרשים.

קען זיין בדרך אפשר לאור העובדא הנ''ל פארקערט במדה טובה מרובה, אז יוסף האט געוואלט מרמז זיין, אז עס ליגט איהם נאך אין די ביינער די לימודים וואס ער האט געלערנט ביים טאט'ן יעקב'ן, ווייל והא ראי' ער חזר'ט כסדר א גאנצע צייט די לימודים וואס ער האט געלערנט מיט איהם, אין האט גארנישט פארגעסן וואס ער האט געלערנט מיט יעקב אבינו, אין דערפאר האט ער טאקע געהאט א שמירה עליונה אלע יארן אין די נידרידגסטע פלאץ אין מצרים, ווייל ער האט נישט אפגעשטעלט דאס לערנען פון ווען ער איז אוועק געגאנגען פון יעקב, אין איז געבליבן מיט די הייליגע השפעה פין יעקב אבינו, - א רמז דערצו ראה דמות דיוקנו של אביו בחלון... – ווייל זכרונו לא ימוש, איז ער געבליבן מיט די השפעה, אין דערפאר ווען יעקב האט דאס געהערט ותחי יעקב אביהם.........

[align=center]****************************[/align]

יעצט א דבר תורה פין די הייליגע שינאווער רב אויפן פרשה.

שטייט אין פסוק ועתה אל תעצבו ואל יחר בעיניכם וגו' כי למחי' שלחני אלוקים לפניכם..

זאגט די הייליגע שינאווער רב זי''ע אזוי אין די ספר דברי יחזקא'ל:

אין די חז"ל שטייט אז אין 'ועתה' אלא תשובה, דאס הייסט אז א מענטש וואס טוט תשובה, אין ער טוט טאקע תשובה, איז ער אבער נאך אלס נישט רואיג ביי זוך ער איז באזארגט, אויף די עבירות וואס ער האט געטוהן רח''ל, אין אפי' ער טוט תשובה אבער ער האט דאך עובר געוועהן אויף די רצון פון די רבש"ע...

זאגט אונז די תוה"ק ועתה – אז מען טוט תשובה, דארף אבער זיין אז 'אל תעצבו'.. מען זאל זיך נישט קלאגן אין זיך זארגן... פארוואס, ווייל אמאל אמאל אפי' מען האט געטוהן א עבירה, קען אמאל זיין אז ס'איז געוועהן א סיבה משמים, ווייל אמאל אמאל איז די נשמה אין זייער א טיעפע פלאץ אין ער קען זיך נישט ארויס זעהן פין דארטן, איז דורך מען טוט א עבירה קען ער ארויס קומען, ווייל דורך דעם וואס ער טוט תשובה, נעמט ער ארויס די קדושה וואס איז געוועהן טיעף טיעף אין קומט ארויס פין דארט אין דאס מיינט אז אמאל איז דער עבירה גאר די 'למחיה שלחני אלקים לפניכם'........

[align=center]***[/align]

ענדליך צו דעם שטייט אויך אין די ספה"ק תפארת שלמה אויף א ענליכע מהלך:

אזוי ווי מיר האבן געזאגט אין ועתה אלא תשובה, אפי' עטץ דארפסט תשובה טוהן אויף ענקערע מעשים... זאגט אבער די תורה אל תעצבו, אז די תשובה זאל נישט זיין מיט עצבות, נאר די דרך התשובה וואס איז א מצוה פין די תורה דארף אויך זיין בשמחה אזוי ווי יעדער מצוה, אזוי ווי ס'שטייט עבדו את ד' בשמחה...

לייגט די תפארת שלמה צו:

אז וואס איז די לשון ועתה דווקא א כוונה אויף תשובה, ווייל דאס דארף טאקע א בעל תשובה זאגן כסדר אז פין יעצט אין ווייטער טוה איך תשובה אין לא אשוב לכסלה, איך וועל מער נישט צוריק צו די נארישקייטן.. נאר פין יעצט אין ווייטער וועל איך שוין זיין גוט.....

[align=center]***[/align]

אין די ספה"ק אהבת שלו' פין קאסוב שטייט אויך אז ווען מען טוט תשובה דארף זיין צהלתו בפניו ואבלו בלבו, אבער די עיקר אל תעצבו נישט זיין בעצבות....

[align=center]******************[/align]

אין שפת אמת פין גור איז דא א טייערע ווארט אויף די פסוק ועתה אל תעצבו וגו':

זאגט ער אזוי: אז אין אמת'ן האבן די שבטים שוין תשובה געטוהן פין פריער ווי עס ווערט געברענגט די לעצטע פרשה ווען זיי האבן געזאגט אבל אשמים אנחנו... נאר וואס דען, דעמאלס איז געוועהן תשובה מיראה, אבער יעצט נאכן זיך טרעפן מיט יוספ'ן איז שוין די תשובה געוועהן מיט אהבה וואס דעמאלס ווערן אלע עבירות איבער געדרייט כזכיות.... אין דאס האט יוסף געזאגט, ועתה אין ועתה אלא תשובה אל תעצבו זייטס נישט בעצבות, ווייל כי למחיה שלחני וגו', ווייל אלע עבירות ווערן איבערגעדרייט כזכיות, ממילא איז אויך גוט וואס ס'שטייט שפעטער ועתה לא אתם שלחתם אותי הנה... ווייל יעצט נאך תשובה טוהן מאהבה אין אלעס איז איבער געדרייט געווארן כזכיות האט שוין די גאנצע מעשה גארנישט מיט ענק, לא אתם שלחתם אותי, דאס איז אלעס נאר פין די אייבישטער ער האט מיר געשיקט...

[align=center]*********************************[/align]

איך האב געזעהן אין די ספר שבט הלוי א טייער ווארט אויפן פסוק ולא יכלו אחיו לענות אותו כי נבהלו מפניו אין די מדרש שטייט אז ולא היו יכולים לעמוד בתוכחתו...

ווי זעהט מען אז יוסף האט זיי מוכיח געוועהן? אדרבה ער האט נאר גערעדט דברי חיזוק.

נאר זאגט אז בשעת ווען יוסף האט געזאגט אני יוסף האט ער גלייך געפרעגט העוד אבי חי האט ער נישט געמיינט צו פרעגן פשוט, נאר געמיינט מרמז צו זיין אז אה''נ איך בין מוחל איך בין מפייס ענק, אבער וואס איז מיט די צער פין די טאטע... אלע יארן... דאס איז געוועהן א תוכחה ע''פ רמז, נאר דערמאנט בלשון שאלה העוד אבי חי.. איז שוי געוועהן גענוג אז זיי זאלן פארשטיין אין דערפאר לא יכלו איו לענות אותו כי נבהלו מפניו, אין ולא יכלו לעמוד בתוכחתו....

ענדליך צו דעם שטייט פין די בית הלוי אין פין נאך ספרים...

האטס ענק אלע אסאך הצלחה אין א פרייליכן גוט שבת
מומחה יוחס
איז פורים רב!!!
אוועטאר
אוראייניקל
רב הצעיר תשפ"ד
תגובות: 17011
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 21, 2019 9:05 am

Re: ליל ששי אשכול

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אוראייניקל »

פיין געזאגט!
חוח בין השושנים האט געשריבן:
אוועטאר
אוראייניקל
רב הצעיר תשפ"ד
תגובות: 17011
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 21, 2019 9:05 am

Re: ליל ששי אשכול

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אוראייניקל »

נו.. אז מומחה'לע האט שוין געזאגט.. מעג מיר שוין אודאי זאגן..

צום ערשט אלטע סחורה
פרשת ויגש תשפ"א
חוח בין השושנים האט געשריבן:
אוועטאר
אוראייניקל
רב הצעיר תשפ"ד
תגובות: 17011
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 21, 2019 9:05 am

Re: ליל ששי אשכול

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אוראייניקל »

גייט עס נאך א ליל ששי אויפ'ן וועלט!


און פארשטייט זיך.. א ליל ששי קומט מיט א פארברענג אינאיינעם.. מיט א טעלער טשאלנט.. און א גלעזעלע לחיים אין די זייט.. ווי מ'זעה מיר די וואך.. ולאביו שלח כזאת עשרה חמרים נשאים מטוב מצרים.. און ווי רש"י אויפן ארט איז מסביר.. מצינו בגמרא ששלח לו יין ישן שדעת זקנים נוחה הימנו.. ומדרש אגדה גריסין של פול.. וואס דאס מיינט א גלעזל וויין מיט א טעלער שבת'דיגע חמין.. און פארשטייט זיך דאס איז געווען לכבוד ליל ששי.. שדעת זקנים נוחה הימנו.. דע"ת זקני"ם איז דאך גימטריא לי"ל שש"י (עה"כ)..

*

קען זיין דערפאר הייסט דאס מטוב מצרים.. די ספרים הק' זאגן.. פרעה האט געזאגט לא תאספון לתת לעם תבן.. מיינט מ'זאל נישט לאזן די אידן זיך מתאסף זיין בחבורה.. ווייל פרעה האט געוואוסט אז פון דעם שעפן אידן כח.. מילא אויב דאס אויסהאלטן אין מצרים איז תלוי אין דעם.. פארשטייט זיך אז עס ווערט גערופן מטוב מצרים..

*

און אז מ'מאכט א חשבון.. שטייט אין חתם סופר אין די דרשות.. אז יעקב אבינו איז אנגעקומען קיין מצרים ט"ו ניסן.. אין רמב"ן פרשת שלח שטייט.. די וועג פון חברון קיין מצרים נעמט ארום זיבן טאג טאג.. אויב אזוי קומט אויס אז באר שבע.. וואס איז ערגעץ פונקט אינמיטן.. איז יעקב אבינו דארט געווען דריי פיר טאג פריער.. לויטן חשבון פונעם לוח וואס אונז האבן מיר.. איז יענע יאר פסח געווען אויף א דינסטאג.. שבת איז דאך יעקב נישט געגאנגען.. ויחן את פני העיר.. איז מען שוין ארויס פון באר שבע ערב שבת.. קומט דאך אויס אז די מראות הלילה איז געווען ליל ששי.. וואס דאן האט איהם הקב"ה מבטיח געווען.. אנכי ארד עמך מצרימה.. ואנכי אעלך גם עלה.. מיטן כח פון ליל ששי וועט מען זיך האלטן אינעם ביטערן גלות..

*

און אז מ'רעדט שוין פון דעם יישן ישן.. איז אמאהל געווען ביים מיטעלער ליובאוויטשער רבי.. האט ער געהערט ווי די גבאים טענה'ן זיך מיט חסידים. וויפיהל וויין מ'דארף שטעלן.. האט זיך דער רבי אנגערופן.. פארוואס שרייבט נישט די פסוק בפירוש.. ולאביו שלח יין ישן.. נאר די גמרא זאגט אז רעדן קען שאטן פאר וויין.. ווייל פון וויין רעדט מען נישט.. מ'גיבט און שוין..

*

אן אנדער פשט האט געזאגט הרה"ק ר' שלום קאמינקער.. זייענדיג אויף שבת אין דזשיקוב.. ביי הרה"ק ר' אליעזר'ל.. און כנהוג האט מען געשטעלט וויין.. ווען די רשימה פון וויין שטעלערס איז געווען אסאך מער ווי די פלעשער וויין אויפן טיש.. האט ר' שלום מסביר געווען.. יוסף הצדיק האט געוואלט מרמז זיין פארן טאטן.. דעם ענין פון שנמכר מכירות הרבה.. האט ער געשיקט יין שדעת זקנים נוחה.. זקן מיינט זה קנה חכמה.. דהיינו וויין וואס מ'שטעלט ביי די רבי'ס אויפן טיש.. וואס יעדער פלעשל ווערט פארקויפט פאר אפאר מענטשן באותו מעמד..

*

און דער פריערדיגער בעלזער רב זי"ע האט געזאגט א מקור צו דעם געפירעכץ.. אין ארץ ישראל ליינט מען יעדן טאג סוכות די זעלבע קריאה פאר אלע עולים.. ללמדך אז איין פלעשל קען מוציא זיין אפאר מענטשן..

קען מען צולייגן.. דאס איז געווען די רמז פון גריסין של פול.. ביי סוכה איז דאך די שיעור.. כדי שתסרח המקפה.. און די גמרא איז מסביר אז מ'רעדט פון א מקפה של גריסין.. דארט טרעפט מען די זעלבע ענין..

*

נו.. אז יעקב האט געפראוועט א רעביסטעווע מיט וויין שטעלן.. האט מען דאך געדארפט א ישיבה.. ווי מ'זעה מיר טאקע.. ואת יהודה שלח לפניו.. לתקן לו בית תלמוד.. האט הג"ר פינחס הירשפרונג געזאגט.. יעקב אבינו האט דאך געקענט נעמען יוספ'ן אלץ ראש ישיבה.. נאר יעקב האט געזעהן.. פרשת עגלה ערופה שלח לו.. ער האלט נאך צוויי און צוואנציג יאר ביי די זעלבע סוגיא.. דאס איז נישט קיין מהלך..

*

ווי כ'האב געהערט פון מו"ר הג"ר שמואל ראזנגארטן זצ"ל ראש הישיבות דחסידי בעלזא.. אין מסכת בבא בתרא דף כג שטייט אז מ'האט ארויסגעשטעלט ר' ירמיה פון בית המדרש.. און אין דף קסה שטייט אז מ'האט איהם צוריק געברענגט.. נו.. מילא אין א חסידישע ישיבה.. איין זמן געווען אינדרויסן.. אבער אין די עולם ישיבות.. יאהרן איז ר' ירמיה נישט געווען אין בית המדרש..

*

אן אנדער פשט האב איך געהערט.. ביי יוספ'ן האט מען גאר געלערנט דף היומי.. נאך 22 יאר האט מען שוין געהאלטן ביים דריטן מחזור אינעם זעלבן סוגיא.. דאס איז אבער אויך נישט קיין מהלך פאר א ישיבה..

*

אבער פארוואס דייקא יהודה.. האט דער פאנאוויעזשער רב געזאגט.. בבחינת הוא היה אומר.. א ראש ישיבה דארף קענען זאגן אנכי אערבנו.. ווען ער ווייסט נאכנישט צו ער וועט עס קענען מאכן..

*

אן אנדער מהלך האב איך געזעהן ברענגען.. אמאל זאגט דער ראש ישיבה א גאנצע שיעור.. קומט א בחורל און פרעגט א קשיא.. און ס'ווארפט צאם ס'גאנצע בנין.. דארף מען קענען זאגן 'צדקה ממנו'.. דערפאר האט מען דייקא גענומען יהודה צו דעם פאסטן..

קען זיין א רמז.. מ'שטיי מיר נאך אין די וואך פון חנוכה.. ווען מ'שפילט דריידל.. דארט זעה מיר אן אינטרעסאנטע זאך.. ווי ווייניגער די מספר.. אלץ מער פארדינט מען.. ג' איז די קלענסטע מספר.. באקומט מען די גאנצע.. ה' איז שוין מער.. איז נאר האלב.. א נ'.. איז שוין נישט קיין ריוח און נישט קיין הפסד.. ש' איז די גרעסטע מספר.. דאס איז שוין הפסד.. ואת יהודה שלח להורות לפניו גשנ"ה.. ער זאל זיך לערנען פונעם דריידל.. אז הגם מ'איז א ראש ישיבה.. דארף מען זיך האלטן קליין.. מ'פארדינט נאר דערפון..

*

ולסיומא דמילתא.. שטייט אין ספר וידבר משה.. יוסף הצדיק זאגט 'רדה אלי אל תעמד'.. האלט דיר נישט אויף.. פן תורש אתה וביתך וכל אשר לך.. וואס איז די יאגעניש.. מ'ווערט דען אזוי שנעל פארארימט?..

נאר כך הוא דרכן של נשים.. מ'פארט קיין אויסלאנד.. דארף מען האבן וואס אנצוטוהן.. מ'דארף לויפן שאפינג.. זאגט יוסף.. ומהרתם והורדתם את אבי הנה.. מאכטסט עס שנעל.. פאר זיי געבן אויס די גאנצע געלט.. זאגט טאקע די פסוק.. בניו ובני בניו אתו.. זיי זענען געקומען אליין.. אבער בנתיו ובנות בניו.. די עזרת נשים.. הביא אתו מצרימה.. זיי האט מען שוין געדארפט ברענגען בכח..


האטס מיר אלע א פריייכע שבת נאך חנוכה!!!
חוח בין השושנים האט געשריבן:
אוועטאר
יוסף פריעדמאן
שר שבעת אלפים
תגובות: 7413
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אפריל 30, 2015 4:31 am

Re: ליל ששי אשכול

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יוסף פריעדמאן »

א גוטן ליל שישי פאר אלע חברים.
די וואך איז דאך ממש געבונדון און געקנופט מיט ליל שישי, ווי ס'באווסט די ראשי תיבות, ויג"ש ג' שבט יום ו' - שלג גדול וקור יהיה.
איז טאקע דאס יאהר איז ג' שבט נישט פרייטאג, איז וועט זיין ממש פארקערט א הייסע ליל שישי, און איך האף אז אוראייניקל וועט נישט אבקוהלן מיט זיין פאריעריגע שניי...
[align=center]**==**==**==**[/align]
אויב איינער פרעגט וואס משטעלט צו.
קעלבלעך -וירא את העגלות
גוטע וויין - יין ישן שדעת זקנים נוחה הימנו
ארבעס - גריסין של פול
און נישט פארגעזן צו מאכן על המחיה - כי למחיה שלחני.
[align=center]**==**==**==**[/align]
דעי וואך האבן מיר ווי יעקב אבינו איז נאך בצער פון זיין פארלוינער יוסף, יעקב אבינו האט יעדן טאג געגעבן צדקה פאר זיין זוהן ח"י דאלער, לזכותו להצלחתו.
[align=center]**==**==**==**[/align]
געהערט אמאל א מעשה אז ס'איז אריין צום הייליגן אמרי חיים זצ"ל פון ויז'ניץ, א עלטערע יוד א חסידישער מיט א לאנגע בארד אבער זיין זוהן איז שוין געווען מאדערן מיט א געשניצטע בארד, די אייניקל זיינע באט בכלל נישט געטראגן קיין בארד.
פארן אמרי חיים האט עס וויי געטוהן פאר זיינע אויגן האט ער געזאגט, יש לנו אב זקן - די טאטע טראגט א גרויסע בארד, וילד זקונים קטן - די קינד א קליינע בארד, והנער איננו - די אייניקל האט שוין גארנישט....
[align=center]**==**==**==**[/align]
לאזן וואקסן די בארד איז דאך א סגולה צו קענען ביישטיין נסיונות, מ'זעהט עס אין גמ' נדרים ביי די מעשה פון די נזיר וואס פחז עליו יצרו ווען ער האט זיך געשפיגלט אין וואסער, איז ער געווארן א נזיר - זעהן מיר אז לאזן וואקסן די האר איז א סגולה.
[align=center]**==**==**==**[/align]
די בארד איז דאך אויך מרמז אויף מידת היסוד - צו קענען ביישטיין נסיונות, ווי ס'איז מרומז אין פסוק כזקן אהרן שיורד על פי מידותיו, אהרן איז דאך בחינת הוד, און גלייך דערנאך קומט מידת יסוד, און ס'שטייט דא אז די זקן גייט אראפ נאך מידה.
אזוי אויך טרעפן מיר ביי יוסף הצדיק וואס דמות דיוקנו של אביו נקראה לו בחלון.
[align=center]**==**==**==**[/align]
ווען יוסף הצדיק איז אראפ קיין גלות מצרים האט יעקב אבינו איהם אינזין געהאט יעדן טאג אז ער זאל זיך קענען האלטן, און חוץ פון די ח"י דאלער יעדן טאג, האט ער זיכער אויך מכוון געווען כוונות פון די בארד זאל משפיע זיין אויף יוסף הצדיק.
[align=center]**==**==**==**[/align]
און די ברודערס מיט זייערע ווערטער צו יוסף הצדיק - יש לנו אב זקן וילד זקנים קטן וגו' פראבירן צו ממתיק זיין ביי יוסף הצדיק און זענען מסביר אז מיטן איהם אראפשיקן קיין מצרים האבן זיי געמאכט א הכנה לדורות אויף יעדע מאל וואס ס'וועט זיין ירידת הדורות, אז די בארד פון די טאטע אדער זיידע זאל זיי געבן כח זיך צו האלטן.
[align=center]**==**==**==**[/align]
יוסף הצדיק שפירט א גאנצן צייט ווי זיין טאטן באגלייט איהם, ער איז שטארק נייגעריג צו וויסן צו זיין טאטע זארגט אויף איהם טאקע פונדערווייטנס.
דערפאר ווען ער באווייזט זיך פאר זיינע ברודער'ס, קען ער זיך נישט אויסהאלטן און די ערשטע זאך פרעגט ער העוד אבי ח"י? מיין טאט'ן גיבט נאך יעדן טאג ח"י דאלער?
[align=center]**==**==**==**[/align]
דערפאר שיקט יוסף הצדיק פאר יעקב יין ישן שדעת זקנים נוחה הימנו, צו מרמז זיין אז די סגולה פון די זקן האט איהם געהאלפן - דמות דיוקנו נראה לו בחלון. און סרח בת אשר זינגט מיטן פידל עוד יוסף ח"י, די אכצענער האט משפיע געווען. און דערפאר ותח"י רוח יעקב אביהם.

גוט שבת!
כי לך טוב להודות

. ע . ע . ע . ש . ע . . ש . . ש . ע . ש . ש . ע ולשמחה נאה לזמר . ע . ע
אוועטאר
בדרך אפשר
שר ששת אלפים
תגובות: 6299
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 07, 2015 8:20 pm
לאקאציע: על חוט מתוח

Re: ליל ששי אשכול

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בדרך אפשר »

זייער שיין ר' יוסף!!! ייש''כ
נישט געדאווענט נישט געלערנט נאר דעם בורא עולם נישט דערצערענט,
יא געשלאפען יא געגעסן אבי פון בורא עולם נישט פארגעסן.
אוועטאר
יוסף פריעדמאן
שר שבעת אלפים
תגובות: 7413
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אפריל 30, 2015 4:31 am

Re: ליל ששי אשכול

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יוסף פריעדמאן »

בדרך אפשר האט געשריבן:זייער שיין ר' יוסף!!! ייש''כ

דעי וואך איז מיין אושפוזין.
כי לך טוב להודות

. ע . ע . ע . ש . ע . . ש . . ש . ע . ש . ש . ע ולשמחה נאה לזמר . ע . ע
שרייב תגובה

צוריק צו “היימישע פארברענגן”