בנימין (יאָמי) לעווי - אהבת ה'

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
געלעגער
שר עשרת אלפים
תגובות: 12250
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 17, 2009 5:52 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך געלעגער »

הלואי זאל מיין שווער זיך אזוי פרייען ווען איך זונג מנוחה ושמחה ווי יאמי'ס שווער...
אוועטאר
וויכטיג מאכער
Site Admin
תגובות: 32543
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וויכטיג מאכער »

וואס איז די פראבלעם מיט די קעפל?
דו האסט לייף אינשורענס אויף דיר און דיין ווייב?

ר' איד, דו האסט א פאלעסי, אבער נישט קיין אינשורענס!
אוועטאר
וויכטיג מאכער
Site Admin
תגובות: 32543
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וויכטיג מאכער »

די פראבלעם איז ביי דיר, איך זעה עס נארמאל!
דו האסט לייף אינשורענס אויף דיר און דיין ווייב?

ר' איד, דו האסט א פאלעסי, אבער נישט קיין אינשורענס!
אוועטאר
קעכער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 378
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 18, 2006 10:40 pm
לאקאציע: אין קאך

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קעכער »

וויכטיג מאכער האט געשריבן:די פראבלעם איז ביי דיר, איך זעה עס נארמאל!
אוועטאר
leiby
שר שלשת אלפים
תגובות: 3911
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 16, 2008 11:08 pm
לאקאציע: צווישן אידן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך leiby »

לכאורה זעהסטו אזוי יעדע זאך וואס האט נקודות
שש מצות תמידיות: אהבת ה',יראת ה', יחוד ה', אמונה בה', שלילת ע"ז, ולא תתורו.
אוועטאר
צים פינטעל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4988
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יולי 31, 2009 11:07 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צים פינטעל »

טאקע א שטיק ארט
אךשמח
שר חמש מאות
תגובות: 793
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 14, 2008 11:09 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אךשמח »

קיינער שרייבט נישט איבערן סידי?

איז דאס צוליב דעם וואס איר האלט אזוי ווי מיר אז ס'ליגט נישט קיינע גרויסע חידושים אויסערן דעקל?

איך האב עס געקויפט פארן פולן פרייז ביי ניימאנס בעקעריי צוליב די ערווארטונגען אז ס'קומט גאר שטארקע סחורה, אבער נאכן עס הערן איבער און איבער זע איך אז ס'גאנץ עווערעדזש סחורה. נאטינג טו גאו קרעזי עבאוט. צו דערצו האט עס אינגאנצן צען ניגונים, וואס מאכט עס צוריקגעבליבן צו די אלטע צייטן, אנדערש וואס היינט האבן כמעט אלע טעיפס מער ווי דעם.

מיין ידיד וואס איך האב איינגעדרייט אז ס'ברויך זיין סופער קוואליטי, און דעריבער האט ער עס געקויפט, קען מיר נישט מוחל זיין, און לכאורה וועל איך אים מוזן צאלן די זעכצן טאלער...

דאונט געט מי ראנג. איך בין משוגע פאר זיין זינגען, איך קען צוגיין צו א שמחה בלויז ווייל ער זינגט דארט, אבער דער טעיפ פאסט נישט פאר אים.

דאס איז מיין מיינונג. מען מעג האלטן אנדערש.
ארעסטאנט
שר האלף
תגובות: 1791
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג נאוועמבער 10, 2009 11:55 pm
לאקאציע: בעסער אז מ'רעדט נישט..

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ארעסטאנט »

הוי ועין ועין ועין אנחנו יכולים, לעעשוווות ריוויא'תינו..

אוי פון וואו הייבט מען אן?

אה, א שרייבער פריער האט דא געווארפן א פלאקן אז דער טעיפ איז עפעס מורא'דיג 'עוורידזש'. איך וואונטש אלע אידן אזא 'עוורידזש עשירות, 'עוורידזש' סייז דירה, און האבן אזאכע 'עוורידזש' קינדער ווי דער טעיפ איז 'עוורידזש'...
יא! דאנט געט מי ווראנג, אינעם היינטיגן דור איז דער טעיפ טאקע א חידוש. אמער מ'לעבמיר אין אזא דיטזשיטעל וועלט, און דא האט יאמי לעווי די העזה ארויסצוגעבן א טעיפ וואס האט נישט קיין דיטזשיטעל מוזיק, זיין שטומע איז ארגינעל אן קיין שום דיטזשילאציע. און אטא דאס איז דער "חידוש" אין דעם אלבוים.

נעקסט, דאכט זיך אז אויף יאמי'ס שטומע איז נישטא קיין חולקים אז ס'איז איין בדומה לו. טא וואזשע אויסנוצן ווערטער אויף דעם? אבער ניין, מ'מוז יא רעדן. ואשא את משלי ואומר: א איד שפאצירט אריין אין א חתונה זאל, און דער מוזיק שפילט פרייליכע טענער ווען צו די זייט שטייט א אינגערמאן מיט א מייק (קארדלעס צי מיט א ווייער, נהרא נהרא פשטיה), ויקרא שמו בישראל "זינגער" און איז מהנה דעם עולם מיט זיין שטומע. דער איד הייבט אן רייבן דעם שטערן פון ערגעצוואו דערקענט ער די שטומע, ער הייבט אן באפאלן מיט א סעסיע פראגן זיין שכן, זאג נאר, ווער איז דער זינגער דא? דער שכן זיינער ציהט מיטן קאפ ווי איינער זאגט וואס ווילט איר פון מיר, זעסט נישט אז כ'בין א בן תורה און כ'ליג נישט אין די זאכן?. גייט ער צו צום צווייטן שכן און פרעגט ווער איז דער זינגער דא, דער שכן בייגט זיך אראפ צו זיין בחור'ל און ווארט צו הערן זיין בקיאות, און דאס קינד אנטוישט אים נישט נאר ענטפערט ספאנטאן דאס איז גרשון פעקעטע, ער איז דער נייער שטערן, זייער פאפולער און אלע חתנים ווי מושי (דער היינטיגער חתן) לערנט, נעמען אים פאר זינגער.
אה, דער איד דערמאנט זיך שוין גרשון פעקעטע, דאס איז דאך דער נייער טעיפ וואס ארבעט ביי מיר אין שטוב די לעצטע שטיק צייט. אבער האלט אמינוט: די שטומע הערט זיך בכלל נישט ווי גרשון פעקעטע'ס, וואס גייט דא פאר? ענדליך טרעפט ער אן א קאזין זיינער, א מוזיק פארשטייער, און יענער איז אים מסביר אז היינטיגע צייטן זענען די זינגער'ס פון די טעיפ'ס נישט די זעלבע ווי די זינגער'ס פון די חתונה. די זינגער פון די טעיפ'ס ווערט זייער שטומע געטוישט דראסטיש אין סטודיא, ווייטער ביי די חתונות זינגן זיי מיט זייער ארגינעלע שטומע (און ער רינגעלט איין "פארדעם זענען זיי ביי די חתונות נישט אזוי שיין").

דער נמשל איז מובן מאליו, די גוטע נייעס מיט דעם אהבת השם איז אז דער זעלבער ארגינעלער יאמי לעווי וואס זינגט אויף חתונות מיט דעם פאנטאסטישן שטומע, דער זעלבער ארגינעלער יאמי זינגט יעצט אויף א נייעם אלבוים "אהבת השם", און פאר דעם אליין איז שוין ווערט צו צאלן 16 טאללער...

איז הדרא קושיא לדוכתיה: וואו הייבט מען אן?

דאס אז ס'נישטא קיין דיטזישטעל חאזעריי, נאר אלעס ווערט געשפילט אויפן אלטן שטייגער מיט א פולהארמאנישער בענד און א פאכמאנישער כאר האב מיר שוין געזאגט. דאס אז ער האט געהאט שכל צו נעמען די אלטע קעניגן אין אידישע מוזיק ווי מונה ראזענבלום, משה לאופער און ישראל לאםם דאס דארף איך דאך אייך נישט צו זאגן, הערט אויס דעם טעיפ און זאגט דאס אליינס. נאר פטור בלא כלום אי אפשר, וועל מיר איבערגיין אין קורצן דעם סדר המעמד כ'מיין הניגונים כדאי דער עולם זאל פארשטיין וואס דא שפילט זיך אפ.

דיסקלעימער: גראפיק און מוזיק לאז איך צו די מבינים, איך שרייב נאר אראפ דעם געפיל פון א פשוט'ן המון עם איד וואס האט געקויפט דעם אלבוים אינאיינעם מיט נאך טויזענטער אידן.

קדוש אתה

כל התחלות קשות, אבער ווען פינקי נעמט ס'ערשטע דאס ווארט פארט אלעס לייכטער. נאכדערצו ווען מ'דארף מסביר זיין דעם ענין פון "אין אלוקי מבלעדיך", האט דאך דאס נישט קיין בעסערע אפטייטש ווי דעם וואס פינקי האט קאמפאזירט און יאמי זינגט.
די פייפער'ס און שפילער'ס זעצן און פייפן אויפן אלטן חסידיש'ן שטייגער, ווי מונה ראזענבלום האט איינגעפירט.

אהבת השם

העי העי, וויפיל מאל דארף איך זאגן אז דער יוסי גרין מוז בלייבן הייזעריק אויב וויל ער נאך אז איך זאל האבן דעם זעלבן אהבת השם ווי כ'האב יעצט נאכן הערן ווי יוסי גרין גיבט אונז צו פארשטיין, מיט די שטערקסטע ליעבשאפט, וואס משה רבינו האט אונז געגעבן צו פארשטיין אז מיר זענען די אויסדערוועלטע פאלק?
זאגסטו אז יוסי גרין איז הייזעריק, און יאמי לעווי זינגט וואס קען נאך זיין בעסער?! אה גוט געפרעגט! איך העל דיר זאגן, דאס אז יואלי הורוויץ מאכט דעם קווייער. פארשטייסט וואס כ'מיין, איא?

איינער ווייסט וואו יאמי דאווענט פארן עמוד די הייליגע טעג? דער לייגט דאך אראפ דעם נוסח אזוי זיס! אשר על פני האדמה (דא פארט מען אראפ..)

משה קיבל תורה

אה הא אה הא תורה מסיני! אז די לוחות מיטן הר סיני קוקן אויס ווי א העדפאון ווייער'ס, פארוואס זאלן נישט יהושע מיט די זקנים אויך זיין אין א ווייער?.. כ'מיין אז די תורה זאלן פארן מיט אזא גרינגקייט ווי מאטי אילאוויטש זאגט און ווי יאמי לייגט עס אראפ, דארף מען דאך געבן געהארגעטע שלעק פאר ווער עס לערנט נישט אפילו איין מינוט א טאג די תורה..

ארוממך אלוקי

דער מושי ווערצבערגער איז אויך נישט אוועקצומאכן. דער שפראצט ארויס גאנץ פיינע סחורה אזוי ש'מירניש דירניש.

תן לא משלו

ווייטער האבן יואלי הורוויץ מיט יאמי לעווי געמאכט א קאאליציע און איינמאל פאר אלעמאל זענען זיי מסביר וואס הייסט דער "תן לא משלו".. אין א זאפטיגען הארא שרייט יאמי שלו, און יואלי הורוויץ וכת דיליה שלך. און איך זאג שלי ושלכם שלך הוא..

נחפשה דרכינו

מה נאמר ומה נדבר, א ניגון מיט אזויפיל הארץ וואס אלי לאופער האט ערצייגט איז שוין לאנג נישט געווען אויף די מארקעט. מ'רעדט דאך עברי טייטש, כי ימינך פשאטע אוי לקייבעל אוי אוי שאבים..

פן פן

מונה ראזענבלום מיט יוסי גרין אויף איין ניגון, טראגט אונז צוריק צו די פריע ניינציגער יארן.. דער ניגון פן פן האב מיר שוין געהאט די זכי' צו הערן פון יוסי ווען ס'נאך געווען אין די ווינדלען, דעמאלס האט עס געהייסן אז אברהם פריעד גייט עס נעמען, למעשה איז יאמי געווען דער גליקליכער און באקומען דעם ניגון. יעצט יוסי נעם איבער ס'ווארט: פן פן כן כן...

אשת חיל

פינקי מיט אשת חיל גייען דאך סינאנים.. ווער נאך אזוי ווי פינקי האט געזען אין זיין לעבן אזויפיל אשת חיל טענץ פון חתנים וכלות פון אלע שיכטן און קרייזן, אלע סארטן באשעפענישן? אט די אלע געפילן און בייגעוואוינונגען האט ער אריינגעריקט אין איין ניגון, מ'שפירט זיך אויף א רייד, די געפילן שפילן אויפן העכסטן גראד. און יאמי? דער פארשוינט נישט קיין מענטשן, שניידט מיט זיין שטומע ביזן שלל לא יחסר...

ומפני חטאינו

פרעגט נאר מיינע ארומיגע. יאמי לעווי'ס סידי האט נאר איין ניגון אויף די גאנצע טעיפ: ומפני חטאינו. עכ"פ אזוי קען זיך דאכטן פאר די וואס דרייען זיך אין מיינע ד' אמות זינט דער טעיפ איז ערשינען. דער קליינער צייכן וואס זאגט אן אז דער ניגון איז אנגעשטעלט איבערצוגיין איינמאל און נאכאמאל לעשט זיך נישט אויס פונעם סקרין מצאת החמה עד יציאת הבעטערי..
נעמעסן אריין האט אונז שוין יאמי געגעבן צו הערן דעם ניגון באלד א יאר צוריק, ווי שוין געשריבן אויבן אין דעם אשכול, און מ'האט שוין דעמאלס געקענט פאראויסזאגן גדולות ונצורות פאר דעם ניגון. אבער אין וויסטן חלום האב איך מיך נישט פארגעשטעלט אז דער ניגון גייט האבן אין זיך אזויפיל בענקשאפט, הארץ און הארמאניע. ווער רעדט נאך אז ס'זענען זיך צוזאמגעקומען אונטער איין ניגון דודי קאליש מיט רולי אזרחי, וואס האט מען שוין געקענט ערווארטן?
אוי נאכאמאל יאמי פליז! ואין ואין ואין אנחנו יכולים, לעשות. לעשות חובותינו בבית בחירתעחא, באביית הגאדול והקודש שנקרא שמך עליו (דא פארט מען ארויף הויעך..)

עצה טובה קמ"ל: איידער איר הייבט אן הערן טרעק איינס אויף דעם סידי, צינד אן דעם טרעקן צען און עס איז מסוגל אז איר וועט דארט שטיין בלייבן ביז אויס..

וואס קוקסטו מיך אן ווי פון די לבנה?? לויף קויף דעם נייעם אלבוים, און לאז דיך הערן דיין מיינונג.

דערווייל וועל איך נאכאמאל איבערהערן דעם ואין ואין ואין..
זאג נישט לא איש דברים אנוכי!
ווייל יעדע מענטש האט זיך זיין טאלאנט, וואס קען מאכן די וועלט מער אינטערעסאנט, זיך עס נאר אויף, ברענג עס ארויף, ווייל דאס קען פארשענערן די וועלט.
(קרעדיט: מאטי אילאוויטש - מחשבות)
אוועטאר
וויכטיג מאכער
Site Admin
תגובות: 32543
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וויכטיג מאכער »

ארעסטאנט, וואט עי נייס ריוויא! דו שרייבט טאקע נישט אזוי סאך לעצטענס, אבער ווען דו שרייבסט שרייבסטע!!!

די משל מיט די זינגער ביי די חתונה איז א געוואלדיגע משל, אבער די נמשל איז נאך בעסער, ווי שוין געשריבן אין די אשכול אז די חברה האבן געהאט א פראבלעם מיטן מיקסן, ווייל אויב האט מען נאר פראבירט צו טאטשן יאמי'ס קול האט מען עס פאר'הרג'ט, מ'האטעס געדארפט לאזן ארגינעל!

און טאקע ווי דו זאגסט, איך גלייך זייער די פאקט אז די אלבוים האט די אמאליגע חן! די קאווער איז טאקע מאדערן, אבער די ניגונים איז משיגע קלאסיש!

בנוגע די סדר פון ניגונים, איך מיין אז יעדע ניגון איז לכה"פ עבאוו עוורידזש! פון אלע ניגונים איז "פן פן כן כן" אויסגעקומען די בעסטע! סיי די ניגון איז גאר גוט, און סיי יאמי'ס קול קומט אריין די בעסטע דארט, און סיי - ווי דו זאגסט - יאסי גרין איז גאר גוט הייזעריג! און מונה עט היס בעסט!

צוריק פאר איין מינוט צו יאסי'ס הייזעריג'קייט, נעכטן האבעך געגעבן דעם ניגון צו הערן פאר איינעם וואס גלייכט נישט אזוי יאסי'ס געזינגעכטס, און האט שוין כמה פעמים געשריבן דא אויף אייוועלט אז ער גלייכטעס נישט, אבער נעכטן זאגט ער מיר "כאבעס נישט געקענט פארנעמען, יעצט זעה איך ווי שיין דאס איז, ס'גיבט אזוי סאך צו"...

די ניגון "כי עם קדוש אתה" וועט ווארשיינליך אריינגיין אין די "טאפ טען" קאטעגאריע פון יאסי'ס ניגונים, די ניגון דארף איך נאך גוט דערהערן, ווייל ס'איז זייער אינטערעסאנט אויפגעסעט.

די לעצטע ניגון פון וואס ארעסטאנט רעדט אזוי סאך דארף מען הערן אז מ'זאל עס קענען פארשטיין, ס'איז עפעס גאר א דערהויבן ניגון... איך האב מיך שוין אפילו צוגעוואוינט צו די ליטווישע הבהרה, "ואין ואין ואין אנחנו יכולים"... אוי געוואלד! ריזיג!

ווידער דאס אז מונה קען מוזיק איז נישט פאר קיינעם קיין נייעס, אבער אז רולי אזראחי קען אזוי גוט ארעינדזשן מוזיק, דאס האבעך נישט געוויסט, ער האט שוין געמאכט שיינע דידזשיטעל מוזיק, אבער די "תן לא משלו" ניגון האט ער געמאכט א געוואלדיגע ארבייט! איך בין באמת געווען סורפרייזד ווען כאבע געהערט, אפילו כאבעס שוין געהערט אין סטודיאו. ער איז סופער סופער!

כי ימנך פשוטה... יויש איז דאס געזינגען! איך געדענק נישט ווער ס'מאכט די מוזיק אדער קווייער, ס'איז הערליך!!!

אוי יעלה, ויבא, ויגע... אקעי שפעטער...

איך דארף נאך איבערהערן די סידי איך זאל געדענקן אויסעווייניג אלע ניגונים, אבער ס'נישטא וואס צו רעדן, איך האב געהאט הויעכע עקספעקטעישנס, און יאמי האט מיך נישט אנטוישט!

און ארעסטאנט, דו אויך נישט!
דו האסט לייף אינשורענס אויף דיר און דיין ווייב?

ר' איד, דו האסט א פאלעסי, אבער נישט קיין אינשורענס!
אוועטאר
לוסטיג
שר האלף
תגובות: 1138
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 23, 2008 1:56 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לוסטיג »

וויכי וואס פארשעמסטע מיר? כאדיר עפעס געטון, נו אין אז האבעך אמאל נישט ליב געהאט דעם הייזעריגן שטימע..

וואס זאליך דיר זאגן. קען איך דען זאגן?! דער וויכי כאפט מיר אריין אין קאר אין לאזט מיר נישט ארויס, וואסי? איך מיז הערן עפעס א ניגון איך גיי משוגע ווערן, שוין. נו וואדע מיזעך מיר ארויסזען פון דא, אבער קיין ברירה איז נישט געווען, אין ויבא, מ'צינד אן ס'ניגון אין די רעסט איז היסטארי.. דער זיגט דאך אזוי שיין אין ווער רעדט נאך פון דעם יוסי גרין'ס בעקראונד, מ'פילט זיך ממש ווי ביי יוסי גרין אינדערהיים..

טעינקס וויכי, וואס עי פלעשער!
אבער צום סוף לאכן מיר דיר אויס, הא..הא..הא..חחח...
ביקסאד
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4040
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 25, 2008 7:00 pm
לאקאציע: נעבן סאטמאר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ביקסאד »

ארעסטאנט האט געשריבן:תן לא משלו

ווייטער האבן יואלי הורוויץ מיט יאמי לעווי געמאכט א קאאליציע און איינמאל פאר אלעמאל זענען זיי מסביר וואס הייסט דער "תן לא משלו".. אין א זאפטיגען הארא שרייט יאמי שלו, און יואלי הורוויץ וכת דיליה שלך. און איך זאג שלי ושלכם שלך הוא..

וויכטיג מאכער האט געשריבן:ווידער דאס אז מונה קען מוזיק איז נישט פאר קיינעם קיין נייעס, אבער אז רולי אזראחי קען אזוי גוט ארעינדזשן מוזיק, דאס האבעך נישט געוויסט, ער האט שוין געמאכט שיינע דידזשיטעל מוזיק, אבער די "תן לא משלו" ניגון האט ער געמאכט א געוואלדיגע ארבייט! איך בין באמת געווען סורפרייזד ווען כאבע געהערט, אפילו כאבעס שוין געהערט אין סטודיאו. ער איז סופער סופער!

איז דאס דירעקט אזוי געשריבן ?
ועמך כולם צדיקים
אוועטאר
ווינקל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7788
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 21, 2009 12:10 am
לאקאציע: vinkel.ivelt ביי גימעיל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווינקל »

[אפשר ברויך עס אן עקסטערן אשכול. והמנהלים יכריעו.]

נעכטן איז געווען א חתונה אין קרית יואל פאראדייס (ר' יחזקאל בראך מיט ר' חיים נתן וויינשטאק), וואו ר' בנימין האט געזינגן מיט עטליכע משוררים אין די זייט.

א פולער בענד, שפילערס, פייפערס, קלאפערס כ'קען נישטאמאל די אלע נעמען, און בכלל איז זייער שווער געווען אפי' צוצוקומען, כאטש זיי זענען געזיצט/געשטאנעון אויף א הויכע סטעידש, זענען זיי געווען ארומגענומען מיט א ריזן עולם קע"ה.

דאס גרעסטע חידוש איז מיר געווען ביי די חתונה, און כ'האב געהערט פון נאך באטייליגטע וואס האבן עס באמערט, אז די מוזיק האט גע'ראקט עפעס אויסטערליש! אנדערש ווי געוענטליך -ס'זאל נישט אויסגערעדט זיין- וועט ע"פ רוב ביי א חתונה נישט זיין אזוי לעבעדיג מיט אזא פולער בענד ודו"ק.
אוועטאר
דארפסמאן
שר ששת אלפים
תגובות: 6484
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג נאוועמבער 14, 2006 2:52 pm
לאקאציע: אין דארף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דארפסמאן »

געלעגער האט געשריבן:הלואי זאל מיין שווער זיך אזוי פרייען ווען איך זונג מנוחה ושמחה ווי יאמי'ס שווער...


;l;p- ;l;p-
הכו"ח ר' אברהם דארפסמאן שליט"א
פה ב'דארף יצ"ו -
אוועטאר
וויכטיג מאכער
Site Admin
תגובות: 32543
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וויכטיג מאכער »

ביקסאד, די אלע וואס שרייבן פון בלעקבערי האבן די פראבלעם, די בלעקבערי טוישט עס אליין.
דו האסט לייף אינשורענס אויף דיר און דיין ווייב?

ר' איד, דו האסט א פאלעסי, אבער נישט קיין אינשורענס!
דוד פיישוט
שר חמישים ומאתים
תגובות: 297
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 10, 2010 9:28 pm
לאקאציע: אין ישיבה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דוד פיישוט »

געהערט יאמי זינגען ביי א גרויסע חתונה
ער איז מעכטיג!

איינער ווייסט ביי וועם ער איז געווען אויף טעראפי? (כ'בין סתם נייגעריק ווייל אויף להגדיל זינגט ער נישט אזוי גוט)
אוועטאר
ווינקל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7788
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 21, 2009 12:10 am
לאקאציע: vinkel.ivelt ביי גימעיל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווינקל »

דוד פיישוט האט געשריבן:געהערט יאמי זינגען ביי א גרויסע חתונה
ער איז מעכטיג!

איינער ווייסט ביי וועם ער איז געווען אויף טעראפי? (כ'בין סתם נייגעריק ווייל אויף להגדיל זינגט ער נישט אזוי גוט)

זע אנפאנג פונם אשכול
אוועטאר
שאץ מאץ
שר שלשת אלפים
תגובות: 3031
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 15, 2008 5:01 pm
לאקאציע: איבעראל
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שאץ מאץ »

יעצט אהיים געקומען פון א שמחה ארויס פון שטאט, אונטער וועגנס האב איך געמישט דעם סי די אהין און אהער און געהערט...

וואס איז זיין דראנג צו זינגען אויף די ליטווישע הבהרה... ווייס איך נישט,

משה קבל תורה מסיני... אין מיינע אויגן איז דאס א עכטע שמעלצער ניגון (אויב ס'איז א קאמפלימענט נעם עס געזונטערהייט....)

דער לא מריבכם חשק, איך געדענק שוין נישט די ווערטער, איז הפלא ופלא, ס'טייטשט ווערטער, ס'צוגייט אין די ביינער,

אשת חיל, איך וואלט געוואלט זעהן די פאקסן וואס פינקי האט געמאכט בשעת ווען ער האט געמאכט דעם ניגון..... לויט ווי איך קען אים זיצנדיג אויף א קי בארד און קאמפעזירט דעם ניגון, ביי אזא ניגון וואלטן אים די אויגן מיט די נאז צופארן געווארן...

ומפני חטאינו, א זיסע געשמאקע ניגון, איך וואלט געזאגט אז דאס איז א גוטע "קומזיץ" ניגון, ווען מ'זיצט אזוי חוה"מ סוכות אין די סוכה אפאר חבירים וידידים און מ'זעצט אזוי די פויסטן אויף די פלעסטיק סוכה טיש, זינגט זיך צוזאמען... ואין ואין ואין אנחנו יכולים... "לעשות"....

יעלה ויבא, קען זיין ס'איז שיין, אבער איך זעה נישט קיין אקעישאן ווי איך קען זינגען אזא ניגון, ס'סווינגט זיך דער ניגון ווי א וויגעלע אהין און צוריק, א שטייגער פון והוא שעמדה (יוסי גרין)

מה נדבר, נחפשה ונחקורה, יא, ער טייטש פיין, איך מיין אז מ'דארף דאס איינפירן צו זינגען ביי די דרשות התעוררות ווען מ'איז מעורר אידישע קינדער, נחפשה דרכינו ונחקורה... מ'דארף זיכן די וועגן תשובה צו טון,

פען, כען, אתם אומרים פען פען..... קען קען.... אוי איז דאס א פאריקטע ניגון, אבער צוקער זיס,

איבער אלעם די שטומע איז לייכט ווי א פעדער, זיס ווי האניג, און שארף ווי א מאסער, דאס לייכטיקייט איז איבער אלעם, ס'איז ערבים לשמוע, ס'איז אנע פרעשור, מיט א זעלטענע נאטורליכקייט,
http://shatzmatz.blogspot.com/" onclick="window.open(this.href);return false;
אוועטאר
וויכטיג מאכער
Site Admin
תגובות: 32543
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וויכטיג מאכער »

שאץ, ס'געפעלטמער דיין אבזערוועישן... דו מעסט די שיינקייט פון א ניגון צו מ'קען עס נאכזינגען...

ביידעוועי והוא שעמדה פון שוועקי איז נישט יאסי גרין, ס'איז פון ראזעל. (עפעס אזוי)
דו האסט לייף אינשורענס אויף דיר און דיין ווייב?

ר' איד, דו האסט א פאלעסי, אבער נישט קיין אינשורענס!
אוועטאר
פידעלע
שר מאה
תגובות: 124
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 27, 2011 4:40 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פידעלע »

דוד פיישוט האט געשריבן:געהערט יאמי זינגען ביי א גרויסע חתונה
ער איז מעכטיג!

איינער ווייסט ביי וועם ער איז געווען אויף טעראפי? (כ'בין סתם נייגעריק ווייל אויף להגדיל זינגט ער נישט אזוי גוט)

אז מען האט נפתלעמושה ביי די זייט זינגט זיך אנדערש!!
דוד פיישוט
שר חמישים ומאתים
תגובות: 297
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 10, 2010 9:28 pm
לאקאציע: אין ישיבה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דוד פיישוט »

גראדע איז פרייליך בענד געווען ביי די זייט......
אוועטאר
שנאפס
שר עשרת אלפים
תגובות: 17010
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 12, 2011 9:59 pm
לאקאציע: אויף די קרעטשמע פאליצעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שנאפס »

Yumi Lowy Singing His New Song Aromimcha

http://zingmit.net/video/GYXW5O45MN6A/Y ... -Aromimcha
kraitchmah עט גימעיל

באקומט סטאקס בחנם
אוועטאר
מר. קליען
שר חמש מאות
תגובות: 740
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אקטאבער 15, 2010 1:41 pm
לאקאציע: אויפן באטעל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מר. קליען »

ויבחר בכם כי אתם המעט איז גוט געזעצט? פשט אין פסוק איז דאך עקסטער
לא מריבכם מכל העמים חשק ד' בכם ויבחר בכם

כי אתם המעט מכל העמים
מעג מען דאס לאזן ליידיג אדער מען מוז עפעס שרייבן איינער ווייסט?
אוועטאר
מי יודע
שר שמונת אלפים
תגובות: 8744
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 31, 2009 4:35 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מי יודע »

שנאפס האט געשריבן:Yumi Lowy Singing His New Song Aromimcha

http://zingmit.net/video/GYXW5O45MN6A/Y ... -Aromimcha

דער שניפסל איז אלס עלית לקרת הלוך בנימוסי' אדער אזוי גייט ער שטענדיג
אידעלע זיי פרייליך, שטארק דיך שטארק דיך אצינד, ווייל דו ביסט דאך א בן מלך, דעם באשעפער'ס קינד.
אוועטאר
מכטי1
שר חמשת אלפים
תגובות: 5260
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 17, 2011 5:34 am
לאקאציע: צוווישען ערליכע אידען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מכטי1 »

מר. קליען האט געשריבן:ויבחר בכם כי אתם המעט איז גוט געזעצט? פשט אין פסוק איז דאך עקסטער
לא מריבכם מכל העמים חשק ד' בכם ויבחר בכם

כי אתם המעט מכל העמים

איך האב געהאט די זעלבע שאלה, ס'פאסט נישט פאר יוסי גרין צי מאכן אזא טעות, קען איינער אפשר עם פרעגן וואס איז פשט?
שרייב תגובה

צוריק צו “היכל הנגינה”