סופארט גרופע פאר בעגינערס מיטן פידל..

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
ווער בין איך?
שר שלשת אלפים
תגובות: 3052
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 08, 2008 2:48 pm
לאקאציע: ביים קאמפיוטער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווער בין איך? »

איך האב שוין א תאווה זיך צו לערנען פידל זייט איך בין צוויי יאר אלט, לעצטנס איז געוועהן א גרויסע סעיל אין ווילי אויף פידלעך, האב איך מיר געקויפט איינס, און עס גייט נישט!!!! איך קען נישט, מיין קליינע נעפיו פון זיבן יאר קען שוין שפילן אוף דעם אפאר ניגונים וואס ער האט זיך אליין אויסגעלערנט, און איך קען נישט......

איי דאונט נאו וואט טא דא
אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלף
תגובות: 28338
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעמער »

נאטן קענסטו? פיאנא קענסטו?
אוועטאר
ווער בין איך?
שר שלשת אלפים
תגובות: 3052
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 08, 2008 2:48 pm
לאקאציע: ביים קאמפיוטער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווער בין איך? »

ניין
אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלף
תגובות: 28338
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעמער »

דאן דארפסטו האבן א רבי, מען קען זיך נישט אליינס אויסלערנען פון סקרעטש.
אוועטאר
ווער בין איך?
שר שלשת אלפים
תגובות: 3052
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 08, 2008 2:48 pm
לאקאציע: ביים קאמפיוטער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווער בין איך? »

זעהסט דאך אז מיין נעפיו פון זיבן האט זיך אליין אויסגעלערנט
אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלף
תגובות: 28338
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעמער »

קודם כל איך זעה נאכנישט... צווייטנס, האט ער מער צייט זיך צו שפילן, און ער טוט זיין האומווארק טעגליך. דו ביסט אבער א יונגערמאן מיט טירדות, און אן א לערער וועסטו זיך פילייכט נישט אראפבינדן צום פידל.
אוועטאר
שמערי בערי
מ. ראש הקהל
תגובות: 9165
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אפריל 28, 2008 4:40 pm
לאקאציע: באַזאָטלט אינעם ראשעקאָלישן אפיס....
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמערי בערי »

מיין יונגערע ברודער, א בחור'ל, שפילט גאנץ פיין מיט'ן פידל.

יאך קען פיאנא אביסל, און ממילא אויך די וועג פונן נאטן מיטן פידל, סוכ"ס - ווי קרעמער זאגט - האב איך זיך קיינמאל נישט אראפ געבינדן פאר מער ווי 5 מינוט צו זינגען מיטן פידל.. און ביי דעם בינעך דערווייל געליבן.

אבער מי יתן אז דער כינור זאל ליגן באקוועם אין מיין האנט... איי, שיינע מעלאדיעס שפילן ארויס פון איר...
אוועטאר
תו השמיני
שר חמישים ומאתים
תגובות: 404
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 04, 2009 10:02 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך תו השמיני »

הרב קרעמער שליט"א
אויף דערווייל האלט איך ווארט!
כ'האב יעצט דורכגעאקערט די ערשטע צוועלף בלעטער פונ'עם בוך....
כ'בין שוין אונגאנצען צופידעלט.........
:smile:
"הניגון קולמוס הלב"
אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלף
תגובות: 28338
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעמער »

גוט גוט. מיר גייען באלד אויפעפענען דעם האלטער, ארויסנעמען דעם פידעלע מיטן בויגן, און פראקטיצירן אפאר בלעטער כמנהגינו זה כמה ימים.
יידישיסט
שר חמש מאות
תגובות: 618
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 13, 2008 10:48 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יידישיסט »

מען רעדט טאקע פון יאן? ווייזט אויס אז ער איז דער אנגענומענער רבי ביי אונז. איך וואלט אים ווארעם רעקאמענדירט, כאטש וואס איך האב ביי א צווייטן נישט געלערנט. אנדערע מקצועות האב איך דאך שוין יא געלערנט ביי אנדערע, און עס איז דאכט זיך נישט שווער צו אנערקענען די אייגנארטיגקייט פון יאן סיקארעוויטש. א ווארעמער איד נאך אלעם.

א דאנק הער קרעמער פאר דעם אשכול. ביי מיר איז נאך דאס התלהבות נישט אויסגעוועפט (קוים אנגעפאנגען..). דערווייל האלט איך נאך ביי דער ענדע פונעם ערשטן ביכל (נאך דריי בלעטער צו לערנען). און ריכטיג, איך מוטשע מיך דערווייל היבש מיטן בויגן.
אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלף
תגובות: 28338
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעמער »

איך ווארט נאך אויפן דועט. (אינעם ערשטן ביכל זענען אויך פארהאן עטליכע שטיקלעך צו שפילן פער צוויי).
אוועטאר
לוסטיג
שר האלף
תגובות: 1138
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 23, 2008 1:56 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לוסטיג »

היינט געווען און די קלאסיפייד אן עד אז איינער איז וויליג אויסצולערנען וויאזוי צו שפילען אויף א פידל..

ממש מענין לענין באותו כינור'ן..
אבער צום סוף לאכן מיר דיר אויס, הא..הא..הא..חחח...
יידישיסט
שר חמש מאות
תגובות: 618
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 13, 2008 10:48 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יידישיסט »

מען דארף אכטונג געבן מיט די רעקלאמעלעך. מיין לערער (יאן) דערציילט אז עטליכע פון זיינע סטודענטן האבן זיך ארויסגעשטעלט אלס לערער נאכדעם וואס זיי האבן געלערנט ביי אים נישט מער ווי עטליכע לעקציעס. פארהאן פיל אזעלכע וואס קלערן תיכף אז זיי זענען שוין פעאיג אויסצולערנען אנדערע אויך. עס איז כדאי מברר צו זיין ביי יענעם צו ער וועט דאס לערנען צוזאמען מיט די נאטן. אויב נישט איז ער ווארשיינליך פון די וואס קענען אביסל א רייב געבן אינעם פידל, און איז גרייט אויסצולערנען אנדערע דאס וואס זיי אליין קענען נאכנישט גענוי.

איך האב שוין פאר עטליכע יאר געזען אמאל אזא רעקלאמע, און אנרופנדיג יענעם האט ער מיר געזאגט אז ער איז גרייט מיך אויסצולערנען לידער שוין ביי דער ערשטער לעקציע. דאס האט מיר גלייך נישט געשמעקט, און איך האב באשלאסן צו ווארטן ביז איך וועל מיר טרעפן א בעסערן רבי'ן. דאס קענען שנעל ווייזט נישט אויף א גוטע קענטעניס.
אוועטאר
תו השמיני
שר חמישים ומאתים
תגובות: 404
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 04, 2009 10:02 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך תו השמיני »

איך גיב רעכט צו דיינע רייד, אבער פאר די וואס האבן נישט די מעגליכקייט זיך צו לערנען דורך די דרך ארוכה וקצרה, פאר זיי לוינט אפשר צו נעמן די דרך קצרה וארוכה, ודי
"הניגון קולמוס הלב"
אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלף
תגובות: 28338
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעמער »

פריער פראקטיצירט ארום 18 מינוט, אנגעקומען ביז בלעטל 10 פונעם 2'טן בוך.

שוין אריינגעביסן אין B פלאך.
איזאק
שר האלפיים
תגובות: 2324
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 12, 2007 11:55 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איזאק »

קרעמער א זייטיגע קשיא אויב איך מעג, וואס האסטו פון די גאנצע זאך ? איז עס א האבי ? האסט גע'חלומ'ט אלץ קינד אז דו ווילסט קענען שפילן אויף א אינסטרעמענט ? פארוואס דוקא א פידל ? דו פלאנסט צו מאכן געלט דערפון ? בקיצור דו כאפסט מיין קשיא, וואס איז די פידל געשעפט מיט דיר ?
יהיה כן
שר תשעת אלפים
תגובות: 9226
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 03, 2009 2:25 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יהיה כן »

אזא שאלה קען פרעגן נאר איינער וואס האט אויף קיין פידל (דער קעניג פון די כלי זמר, ווי עס ווערט אנגערופן) נישט געשפילט
איזאק
שר האלפיים
תגובות: 2324
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 12, 2007 11:55 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איזאק »

יהיה כן האט געשריבן:אזא שאלה קען פרעגן נאר איינער וואס האט אויף קיין פידל (דער קעניג פון די כלי זמר, ווי עס ווערט אנגערופן) נישט געשפילט

אמת, האסט עס געכאפט, יעצט ווארט איך א תירוץ פון קרעמער.
אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלף
תגובות: 28338
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעמער »

1. איך האב גארנישט פון די גאנצע זאך (הגם, למעשה האב איך שוין מהנה געווען אידן אין שפיטאל, ווי אויך חתנים, און ביי שמחת בית השואבה'ס).
2. אויב א האבי מיינט אז מען טוט עפעס וואס מען האט גארנישט דערפון, איז עס א האבי.
3. איך האב געמעגט חלומ'ן ביז מארגן, מיין טאטע וואלט מיר נישט ערלויבט אריינצוברענגן אן אינסטרומענט אין שטוב (אבער ווי די וועלט זאגט "וואס מען האַסט קויפט מען", האט ער שפעטער אליינס געקויפט פידלעך פאר 2 זוהן, נאכדעם וואס איך האב אליינס געקויפט איינס פאר מיר).
4. א פידל הייסט די איידלסטע אינסטרומענט (איידל תרתי משמע, סיי עס געט ארויס די איידלסטע און פיינסטע קלאנג, און סיי עס הייסט נישט אזוי פראסט ווי צב"ש א גיטאר).
5. דערווייל האב איך נאר אריינגעצאלט געלט, אן קיין וועג דאס ארויסצוזעהן.
איזאק
שר האלפיים
תגובות: 2324
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 12, 2007 11:55 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איזאק »

סאו לאמיך פארשטיין בעסער, האט דיך א פידל געצויגן אין יוגענט, אדער דו האסט פלעין באשלאסן אין א געלן דאנערשטיג אז דו גייסט טרייען עפעס א נייע זאך, אין אנדערע ווערטער ווי אזוי איז עס דיר געווארן א האבי ?
אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלף
תגובות: 28338
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעמער »

איך פלעג אלס קינד זעהן די באבוב'ער חסידים שפילן פידל חול המועד סוכות, און איך פלעג זיי באוואונדערן, אבער נישט דוקא מקנא זיין.
חול המועד סוכות תשס"ז האב איך יא באשלאסן צו נעמען שריט דערוועגן (ד.ה. אנפרעגן ביי חברים וואו מען קען נעמען לעקציעס), אבער איך האב נישט עספיהט דאס צו טאן ביז מיין שוואגער האט פון זיך אליין פארגעשלאגן צו רופן דעם לערער יאן סיקארעוויטש אויף א שעה א וואך און זיך טיילן מיט די קאסטן (נאך עטליכע לעקציעס איז מיין שוואגער פארנומען געווארן, און איך האב ממשיך געווען אנדערטהאלבן יאר).
איזאק
שר האלפיים
תגובות: 2324
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 12, 2007 11:55 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איזאק »

ישר כח קרעמער
אוועטאר
חייקל
שר חמש מאות
תגובות: 627
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 15, 2008 5:41 pm
לאקאציע: ביים טישל ווי ס'ליגט די געשמאקע תיקון יי"ש מיט לקח לחיים!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חייקל »

קרעמער טייערער, א יישר כח דיר פאר דיין מיטטיילן די אינפארמאציע,

דאס פידל איז א כלי זמר וואס פיל צדיקים האבן געשפילט, און געלערנט זייערע קינדער, ווי די גזע בית נדבורנא און נאך, און ס'האט געהאט א חביבות ביי צדיקים.

מיין זוהן לערנט זיך אויך שפילן מיט'ן פידל, ער האט נישט צופיל צייט דעפאר, נאר אביסעלע ביינאכט א.ד.ג. ער האלט אויך ביי מעריס קליינע לעמעלע, א טונער האב איך געקויפט פאר 15-10 דולער אינעם זעלבן געשעפט ווי דאס פידל.
נישט יעדן טאג רעגנט... אט קומט ארויס די זוהן פון אונטער די וואלקענעס - לא יהי' לעולם אפילה - יזרח לנו במהרה!
אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלף
תגובות: 28338
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעמער »

גערעכט חייקל, איך האב פארגעסן ארויסצוברענגען דעם פאקט אז ביי די אדמור"י נדבורנא/קרעטשניף איז דאס פידל געווען א טייל פון די עבודה.

הצלחה פאר דיין זוהן!
אוועטאר
מאשקע
מ. ראש הקהל
תגובות: 12689
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 15, 2006 2:40 am
לאקאציע: אין די חיפוש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאשקע »

חייקל האט געשריבן:מיין זוהן לערנט זיך אויך שפילן מיט'ן פידל, ער האט נישט צופיל צייט דעפאר, נאר אביסעלע ביינאכט א.ד.ג. ער האלט אויך ביי מעריס קליינע לעמעלע


חד גדיא אויף ענגליש...
An article a day keeps the babies away
שרייב תגובה

צוריק צו “תורת הנגינה און כלי שיר”