מרדכי בן דוד - נייע אלבום "כולם אהובים"

ניגונים און זינגערס

אחראי: אחראי

אוועטאר
קאמענטאטאר
שר חמש מאות
תגובות: 801
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 07, 2008 10:07 am
לאקאציע: אין ביבילאטעק

תגובהדורך קאמענטאטאר » מיטוואך אוגוסט 19, 2009 2:28 pm

שוואכער? מער 'קראצעדיג'? מעגליך, אבער ווארימער און פיל מער געפיל איז איינמאל זיכער.

לפענ"ד
קאמענטארן זענען איבריג

איזאק
שר האלפיים
תגובות: 2313
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 12, 2007 11:55 am

תגובהדורך איזאק » מיטוואך אוגוסט 19, 2009 2:31 pm

צום זאך האט געשריבן:
איזאק האט געשריבן:
שוועמל האט געשריבן:מרדכי'ס קול ווערט עלטער אבער צוגלייך שטערקער.

וואס ?

וואס הייסט "וואס"?! דאס!!
יא! האסט זייער גוט געהערט!
זיינע לעצטע פאר אלבום'ס פון בערך אין עוד מלבדו/מאמינים/קומזיץ/נחמו/אפשר לתקן (כ'געדענק נישט פונקטליך די כראנעלאגישע סדר..) זענען מיינע פעווארייד אלבום'ס! זיין קול איז סאך שענער/הארציגער/קלאסישער ווי אמאל (אפגעזען פון די אלד סטייל מוזיק אויף זיינע עלטערע טעיפס, וואס איבלט מיר..)
כ'פארשטיי נישט וויאזוי מען קען עס "נישט" ליב האבן.. איין זאך, ארויפציען קען ער שוין נישט ווי אין די גוד אלד דעיס..
(אה.. מ'האקט אריין אין די מאסן.. איינער גייט מסתם שרייען: וואס פארפירסטו אזוי? על טעם וריח אין להתווכיח.. אקעי איך טענה מיך נישט, איך זאג בלויז א "פאקט"..)

אה דו זאגסט א פאקט ? דיין פאקט ? סאו מודה ביסטו אז ער קען נישט ארויפציען אזוי ווי זיינע עלטערע טעיפס.

איך שלאג פאר דו זאלסט אויסהערן די פאלגענדע טעיפס: רעדער פרעי ענד סינג, האלד אן, עראונד די יער, דזשאסט וואן שבת, מעמאריס, לעט מיי פיפעל גאו, מב"ד ענד פרענדס... און אויב נאכן הערן די טעיפס זאגסטו מיר אז אפשר לתקן איז שענער, הארציגער, קלאסישער ווי דאס, דעמאלטס ביסטו אויף אן אנדערע פלאנעט...

איזאק
שר האלפיים
תגובות: 2313
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 12, 2007 11:55 am

תגובהדורך איזאק » מיטוואך אוגוסט 19, 2009 2:39 pm

צייטליך האט געשריבן:איזאק, איך וויל נישט אריינגיין אין א פייט מיט דיר, ווייסטעך אז איך וועל סייווי געווינען.. טא, וואס פעלט עס אויס?

עניוועי, דער טעיפ איז שוין לאנג פארטיג ווען נישט די געוואלדיגע פונקטליכע ארבייט פון איבער און איבער ארבייטן זאכן דורך זיין זוהן יודל.

איבער מרדכי'ס זינגען, ער איז ביי מיר דערווייל דער גרעסטער, ווארימסטער און שענסטער אידישער זינגער!

שוועמל, איבער פראפארמען ביי א קאנצערט איז דאכצעך מרדכי זיכער דאס בעסטע פון אלע היינטיגע זינגער'ס וואס פראבירן צו שפילן ווי זיי טאנצן און זענען לעבעדיג, ער איז ממש געבארן דערפאר.

איזאק, ס'איז זיכער אז ער ווערט עלטער, זיין קול איז נישט אזוי ווי אין זיין איגנט, אבער זיין חן און ווארימקייט בלייבט!

און ביי א קאנצערט וועט מרדכי ארויסברענגען דאס גרעסטע עקסטאז ביים ציבור, מער ווי סיי וועלעכער זינגער, אזוי ווייט אז דער גרויסער ליפא שמעלצער וואס האט געמאכט די "ביג איווענט" און יעדער איז געקומען נאר צוליב ליפא וואלט זיך אויך געקענט ענדיגן מיט א דורכפאל ווען נישט מרדכי האט כלשונם "געראקט דעם זאל".

נאו פראבלעם צייטליך... האסט געוואונען..

איך האף אז יודל האט נאר איבערגעארבייט זאכן... און נישט אליינס געזונגען...ווייל די איבל קומט מיר שוין ארויף.

מרדכי איז נאך דער גרעסטער, איינע פון די הויפט סיבות: ס'איז נישטא היינטיגע צייטן קיין בעסערס.

אויף קאנצערטן איז ער דאס בעסטע וואס איז פארהאן, ער איז א געוואלדיגער פערפארמער.

הונדערט פראצענט, זיין חן און ווארעמקייט איז געבליבן, אבער אינו דומה ווען מ'האט די חן און ווארעמקייט מיט די וועלט בארימטע שטימע מיט וואס ער האט אויפגערידערט די וועלט דרייסיג יאר, יעצט האט ער עס שוין נישט, וואס איז דא שווער צו פארשטיין ? פאר 10 יאר צוריק האט ער געהאט די זעלבע געפיל פלאס די שטימע.

אוועטאר
אונגארישער
שר האלף
תגובות: 1466
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג דעצמבער 01, 2008 12:00 pm
לאקאציע: אין שאראש פאטאק

תגובהדורך אונגארישער » מיטוואך אוגוסט 19, 2009 2:40 pm

דאס געפיל פין ר מרדכי האט נאך קיינער נישט געביט דערוויל (כמיין אויסער חזנים)

ער דארף נישט קרעכטצען אין נישט נאריש מאכן צי זיין הארציג , ער איז נאטירליך א שטיק געפיל

איזאק האקט אריין

האלאו איזאק איך האב די אלע טעיפס אויף מיין קאמפיוטער ,אין עס קמאקט איעדן טאג

איך גלייך מעמאריס די מערסטע

שוין וויטער האקט איזאק אריין
Liberalism is a mental disorder

איזאק
שר האלפיים
תגובות: 2313
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 12, 2007 11:55 am

תגובהדורך איזאק » מיטוואך אוגוסט 19, 2009 2:43 pm

אה, אונגארישער רעדט צום דבר... איך אטעם אפ... ענדליך זע איך איינער וואס האט געהערט א טעיפ פון מרדכי פאר תש"ס....

אוועטאר
צייטליך
מ. ראש הקהל
תגובות: 12472
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 01, 2006 6:13 pm
לאקאציע: ערגעץ דא אין די געגענט.

תגובהדורך צייטליך » מיטוואך אוגוסט 19, 2009 3:02 pm

שוין איזאק, האלטסאך פונקט ווי מיר, צו וואס זיך שלאגן?... אקעי, איך סטאפ.
איך בין צייטליך און איך האב עפראווד די תגובה.

איזאק
שר האלפיים
תגובות: 2313
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 12, 2007 11:55 am

תגובהדורך איזאק » מיטוואך אוגוסט 19, 2009 3:04 pm

די ערשטע ניגון וואס יוסי גרין האט געמאכט פאר מרדכי איז א הפטורה שטיקל 'נאמן אתה הוא' ס'איז אויף האלד אן, איינער קען עס דא ? הא ? צייטליך קענסט עס ?... כ'מיין אז נישט... צום זאך... קענסט עס ? גיי הער עס אויס און זאג מיר נאכדעם אויף וועלעכע פון די לעצטע טעיפס זינגט ער אזא ניגון מיט אזויפיל געפיל אז די נשמה פליט ארויס... גיוו מי עי ברעיק... קודם גייטס צוריק א פאר יאר, און נאכדעם זאגטס מבינות.

אוועטאר
אונגארישער
שר האלף
תגובות: 1466
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג דעצמבער 01, 2008 12:00 pm
לאקאציע: אין שאראש פאטאק

תגובהדורך אונגארישער » מיטוואך אוגוסט 19, 2009 3:06 pm

איזאק ווי נעמט מען אזא ניגון ווי "איך האב געווארט אין געווארט"

איי סמאכט מיר טשילס
Liberalism is a mental disorder

אוועטאר
צייטליך
מ. ראש הקהל
תגובות: 12472
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 01, 2006 6:13 pm
לאקאציע: ערגעץ דא אין די געגענט.

תגובהדורך צייטליך » מיטוואך אוגוסט 19, 2009 3:14 pm

איזאק, פון וואנעט דענקסטו אז איך קען טאקע נישט דעם ניגון??..

"איך האב געווארט" האט ער דאך לעצטענס נאכמאל ארויסגעגעבן מיט די אלבום פון אלע זיינע אלטע אידישע ניגונים. ס'איז געוואלדיג!
איך בין צייטליך און איך האב עפראווד די תגובה.

איזאק
שר האלפיים
תגובות: 2313
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 12, 2007 11:55 am

תגובהדורך איזאק » מיטוואך אוגוסט 19, 2009 3:23 pm

צייטליך האט געשריבן:איזאק, פון וואנעט דענקסטו אז איך קען טאקע נישט דעם ניגון??..

"איך האב געווארט" האט ער דאך לעצטענס נאכמאל ארויסגעגעבן מיט די אלבום פון אלע זיינע אלטע אידישע ניגונים. ס'איז געוואלדיג!

דו ווייסט פון ווי איך ווייס...

אאפס פארגעסן, 'איך האב געווארט' איז א געוואלדיגע טעיפ, האסט געהערט זיין ערשטע וואס איז ארויגעקומען 1981 ? אוי האט ער דארט א שטימע...אה מיי גודנעס, און די געפיל זיינע דארטן איז אנבעליוועבעל.

אוועטאר
צום זאך
שר האלפיים
תגובות: 2827
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך פאברואר 25, 2009 3:31 pm
לאקאציע: רעסט עריע

תגובהדורך צום זאך » מיטוואך אוגוסט 19, 2009 3:25 pm

איזאק האט געשריבן:
צום זאך האט געשריבן:
איזאק האט געשריבן:
שוועמל האט געשריבן:מרדכי'ס קול ווערט עלטער אבער צוגלייך שטערקער.

וואס ?

וואס הייסט "וואס"?! דאס!!
יא! האסט זייער גוט געהערט!
זיינע לעצטע פאר אלבום'ס פון בערך אין עוד מלבדו/מאמינים/קומזיץ/נחמו/אפשר לתקן (כ'געדענק נישט פונקטליך די כראנעלאגישע סדר..) זענען מיינע פעווארייד אלבום'ס! זיין קול איז סאך שענער/הארציגער/קלאסישער ווי אמאל (אפגעזען פון די אלד סטייל מוזיק אויף זיינע עלטערע טעיפס, וואס איבלט מיר..)
כ'פארשטיי נישט וויאזוי מען קען עס "נישט" ליב האבן.. איין זאך, ארויפציען קען ער שוין נישט ווי אין די גוד אלד דעיס..
(אה.. מ'האקט אריין אין די מאסן.. איינער גייט מסתם שרייען: וואס פארפירסטו אזוי? על טעם וריח אין להתווכיח.. אקעי איך טענה מיך נישט, איך זאג בלויז א "פאקט"..)

אה דו זאגסט א פאקט ? דיין פאקט ? סאו מודה ביסטו אז ער קען נישט ארויפציען אזוי ווי זיינע עלטערע טעיפס.

איך שלאג פאר דו זאלסט אויסהערן די פאלגענדע טעיפס: רעדער פרעי ענד סינג, האלד אן, עראונד די יער, דזשאסט וואן שבת, מעמאריס, לעט מיי פיפעל גאו, מב"ד ענד פרענדס... און אויב נאכן הערן די טעיפס זאגסטו מיר אז אפשר לתקן איז שענער, הארציגער, קלאסישער ווי דאס, דעמאלטס ביסטו אויף אן אנדערע פלאנעט...

איזאק, ס'רוב פון די טעיפ'ס האב איך געהערט און נישט איינמאל און נישט צוויי מאל.. (עפעס האקסטו אריין מיט 'נאמן היא'.. כ'מיין כ'ווייס פון וואס דו רעדסט, איך קען מיך נישט נעמען זינגען דא אין די ארבעט..)
לאמיר דיר קלארשטעלן וואס איך מיין, איך גיי נישט אריינגיין אין די קוואליטעיט פון די ניגונים צו ס'איז היינט שענער ווי די אמאליגע, אויף די עלטערע אלבום'ס האט ער טאקע געהאט מער "היטס" (קרעדיט = יוסי גרין, גראדע אויף די נייע אלבום נעמט ער שוין צוריק יא פון יוסי'ן)
וואס איך מיין יא, איז זיין 'שטימע'! כ'שעם מיך נישט מיט דעם (פון וועם האב איך מיך דען צו שעמען אין דעם פוסט ליידיגע פלאנעט?!...) איך זאג עס נאכאמאל: זיין קול היינט איז אויסדריקלעך שענער ווי אמאל! פינטל.

איזאק
שר האלפיים
תגובות: 2313
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 12, 2007 11:55 am

תגובהדורך איזאק » מיטוואך אוגוסט 19, 2009 3:26 pm

אונגארישער האט געשריבן:איזאק ווי נעמט מען אזא ניגון ווי "איך האב געווארט אין געווארט"

איי סמאכט מיר טשילס

טשילס איז רייט, זיין קלינגעדיגע אינגע שטימע דארט שפייט געפילן, עס גליטשט זיך ארויס מיט אזא נעימות, און די ווייעלינס שפילן דארט אונטער מיט א קינצליכע ארבייט פון ישראל לאם.

איזאק
שר האלפיים
תגובות: 2313
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 12, 2007 11:55 am

תגובהדורך איזאק » מיטוואך אוגוסט 19, 2009 3:30 pm

אויף דעם זאג איך געווענדליך נעקסט קעיס...

אגב, אפילו בדרך הטבע שטימט נישט אז א זעכציג יעריגע קול זאל זיין שענער פון א פערציג יעריגע פון דעם זעלבן מענטש, אבער עניוועי פארשטיי איך נישט וואס דיינע אויערן הערן... אקעי שוין.

אוועטאר
יאנאש
שר שמונת אלפים
תגובות: 8292
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 28, 2006 8:40 pm
לאקאציע: וואו בינעך טאקע?

תגובהדורך יאנאש » מיטוואך אוגוסט 19, 2009 3:31 pm

איזאק האט געשריבן:
אונגארישער האט געשריבן:איזאק ווי נעמט מען אזא ניגון ווי "איך האב געווארט אין געווארט"

איי סמאכט מיר טשילס

טשילס איז רייט, זיין קלינגעדיגע אינגע שטימע דארט שפייט געפילן, עס גליטשט זיך ארויס מיט אזא נעימות, און די ווייעלינס שפילן דארט אונטער מיט א קינצליכע ארבייט פון ישראל לאם.

איז עס נישט א יו"ט ערליך ניגון?

אוועטאר
אונגארישער
שר האלף
תגובות: 1466
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג דעצמבער 01, 2008 12:00 pm
לאקאציע: אין שאראש פאטאק

תגובהדורך אונגארישער » מיטוואך אוגוסט 19, 2009 3:32 pm

איזאק דאס איז פין די איינציגסטע טעיפס וואס איך האב נאך אויף קאסעטע

צים זאך זיין קול איז נישט שענער , די סטודיאו איז בעסער

יאנאש יא סאיז
Liberalism is a mental disorder

איזאק
שר האלפיים
תגובות: 2313
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 12, 2007 11:55 am

תגובהדורך איזאק » מיטוואך אוגוסט 19, 2009 3:32 pm

יא יאנאש, יענע טעיפ האט אלע יו"ט עהרליך ניגונים אויסער איינס.

אוועטאר
צום זאך
שר האלפיים
תגובות: 2827
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך פאברואר 25, 2009 3:31 pm
לאקאציע: רעסט עריע

תגובהדורך צום זאך » מיטוואך אוגוסט 19, 2009 3:57 pm

איזאק האט געשריבן:אויף דעם זאג איך געווענדליך נעקסט קעיס...

ב"ה אפגעקומען בלויז מיט דעם.. כ'האב מיר גערישט אויף קלעפ...
אונגארישער האט געשריבן:צים זאך זיין קול איז נישט שענער, די סטודיאו איז בעסער

קודם האב דיר אויף מיין זייט אז דו האלטסט אויך אז אויפן טעיפ הערט זיך עס שענער.. צו ס'האט צוטוהן מיטן סטודיא, מסתמא עטוואס יא, אבער ווען איך הער עם זינגען לייוו אן קיין מייק/סטודיא האב איך ליב זיין שטימע און ס'איז נישט קיין סאך ווייניגער ווי אויפן טעיפ, אפשר די אמאליגע פראדאוסער'ס האבן עס גע'הרג'ט? איך טראכט נישט אזוי..

אוועטאר
אונגארישער
שר האלף
תגובות: 1466
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג דעצמבער 01, 2008 12:00 pm
לאקאציע: אין שאראש פאטאק

תגובהדורך אונגארישער » מיטוואך אוגוסט 19, 2009 4:50 pm

צים זאך איך האב געהערט לייוו ר מרדכי אסאך די לעצטע פיפצען יאר ,
זיין שטימע איז נישט צי פארגלייכן צי די נייע טעיפס ,
דאס וואס די "מיינסט" סאיז שענער איז די סטודיאו
קימט אבער נאך אלץ נישט צי צי די זיסקייט אין רייכקייט אין שטארקייט פין זיין אמאליגע שטימע פין דרייסיג יארע ציריק
Liberalism is a mental disorder

קרעפטיג
שר האלף
תגובות: 1056
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 07, 2008 9:32 am

תגובהדורך קרעפטיג » מיטוואך אוגוסט 19, 2009 7:48 pm

צום זאך האט געשריבן:
איזאק האט געשריבן:
שוועמל האט געשריבן:מרדכי'ס קול ווערט עלטער אבער צוגלייך שטערקער.

וואס ?

וואס הייסט "וואס"?! דאס!!
יא! האסט זייער גוט געהערט!
זיינע לעצטע פאר אלבום'ס פון בערך אין עוד מלבדו/מאמינים/קומזיץ/נחמו/אפשר לתקן (כ'געדענק נישט פונקטליך די כראנעלאגישע סדר..) זענען מיינע פעווארייד אלבום'ס! זיין קול איז סאך שענער/הארציגער/קלאסישער ווי אמאל (אפגעזען פון די אלד סטייל מוזיק אויף זיינע עלטערע טעיפס, וואס איבלט מיר..)
כ'פארשטיי נישט וויאזוי מען קען עס "נישט" ליב האבן.. איין זאך, ארויפציען קען ער שוין נישט ווי אין די גוד אלד דעיס..
(אה.. מ'האקט אריין אין די מאסן.. איינער גייט מסתם שרייען: וואס פארפירסטו אזוי? על טעם וריח אין להתווכיח.. אקעי איך טענה מיך נישט, איך זאג בלויז א "פאקט"..)

צום זאך, דיין מיינונג וואס דו רופסט אן א "פאקט" (פינטל...) איז נישט נאר א מינאריטעט מיינונג, נאר ביסט א יחיד..., ס'האט נאך קיינער צו וועם איך האב גערעדט (און איך רעדט צו היבש) מבינים, אדער נישט מבינים נאר מרדכי'ס חסידים, געזאגט אז זיין קול איז בעסער ווי אמאל, נאר אדרבה ס'ווערט שוואכער און דינער און קרעצעדיגער מיט יעדן טעיפ, א טויבער קען דאס הערן.

אויב האסטו געהערט די פריערדיגע טעיפס וואס ער האט געטון מיט זיין קלינגעדיגע שטימע, וויזוי ער האט געקענט דרייען אויף די העכסטע טענער, ווען ער האט געהאט א פאוערפולע פולע שטימע וואס איז גערינען מיט זיסקייט געפיל, און מיט דעם אלעם זאגסטו אז זיין קול איז היינט בעסער ווי אמאל,איז אדער האסטו בטעות אנגעצינדען יודל'ס אלטע טעיפס אנשטאטס מרדכי'ס... ווייל מ'דארף זיין קאפליטלי טאן טויב צו זאגן דיין מיינונג, אדער דראפעסטו דיך אויף גראדע ווענט, אדער פארשטייסטו נישט צו קיין שיינע שטימע בכלל...

און דו אליינס ביסט מודה אז ער קען שוין נישט ארויפציען ווי אמאל... דאס אליינס איז א קאמפליטע סתירה צו דיין אזויגערופענע מיינונג, ווייל הער אויס וואס ער האט געטון מיט זיין שטימע ווען ער האט געהאט אלע טענער, ווי שיין ער האט געדרייט קינצלעך און שטארק אראפ און ארויף, היינט קען ער נאר חלומ'ן דערפון.

און יא יעדער איז מודה אז אפילו זיין קול איז שוין כמעט אין דער ערד און ער שרייט מער ווי ער זינגט איז ער נאך אלץ דער קעניג, ווייל זיין געפיל און ווארעמקייט שטייגט יעדן איבער.

עס קען פשוט נישט זיין אז דו האסט געהערט זיינע אלטע סחורה, און איך רעדט נישט פון די גאר אלטע פאר 20-25-30 יאר צוריק וואס דארט האט אזא קלינגעדיגע שטימע אז ער טוט דערמיט ככל אוות נפשו, נאר אפילו שפעטער, און דו זאגסט אז ס'איז שענער ? דאס איז ליצנות.... ער שרייט פשוט ווען ער דארף ארויפציען, ס'איז אויסגעצויגן, ריטייערט, ער קען נישט צופיל טון דערמיט.

ביטע נייג צו אן אויער...

אגב, כ'האב לעצטענס גערעדט צום באקאנטן זינגער אויף דע פריערדיגע גאלדמאן טעיפס אלימלך באקאן, כ'האב גערעדט צו אים וועגן זיינע שיינע שטיקלעך וואס ער האט געזינגען ווי הבן יקיר לי און אנדערע, כ'האב אים געפרעגט צו ער קען נאך היינט ארויפציען דעם 'רב לך שבת בעמק הבכא' וואס איז אויפן 'שבת' טעיפ, אוי ציט ער דארט ארויף, זאגט ער מיר "נע... דו מיינסט אז ביי די זעכציג קען מען טון דאס זעלבע ווי ביי די פערציג, מ'פארלירט טענער, די שטימע ווערט פארדינט און שרייעדיג, ס'איז גארנישט דאס זעלבע, אפילו דער קעניג מרדכי (זאגט ער מיר) איז שוין א שאטן פון וואס ער איז געווען".

און די גאנצע וועלט האלט אזוי, אבער דא איז ניטאמאל שייך צו האלטן אזוי אדער אזוי, זיין קול רעדט פאר זיך.

ביקסאד
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4030
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 25, 2008 7:00 pm
לאקאציע: נעבן סאטמאר

תגובהדורך ביקסאד » מיטוואך אוגוסט 19, 2009 9:02 pm

ועמך כולם צדיקים

אוועטאר
צום זאך
שר האלפיים
תגובות: 2827
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך פאברואר 25, 2009 3:31 pm
לאקאציע: רעסט עריע

תגובהדורך צום זאך » מיטוואך אוגוסט 19, 2009 10:02 pm

ברוך הבא "קרעפטיג"! (פון וואנעט קומט א איד?.. האסט שוין געגעסן עפעס?.. ווארט א מינוט, כ'גיי אויך אפירקראצן מיין בעקאפ ניק.. הממ.. כ'טרעף עס נישט יעצט.. ס'וועט מוזן גוט זיין אזוי..)

לאמיר דיר קלארשטעלן עפעס, כ'האף אז דו פארשטייסט אז אפילו זאלסט ברענגן צוואנציג טויזענט ראיות פון "מבינים" ווי די רופט זיי אז זיין קול איז שענער געווען אמאל פון היינט, וועסטו דאך נישט מצליח זיין צו טוישן מיין מיינונג! איך האב נישט געזאגט א מיינונג וואס כ'האב געבויעט אויף שמועות, אויף ראיות, אויף מבינים וכדו'.. איך זאג עס נאך שעות פון הערן זיינע אלבום'ס די היינטיגע און די עלטערע (הגם לעצטענס האב איך ווייניג געהערט, פשוט ווייל כ'האב נישט קיין געלעגנהייט צו זיצן און הערן מוזיק אזויווי אלץ בחור..)

די חילוק פון מיר און אנדערע איז, אז איך האב אנגעהויבן עם צו הערן ביי זיינע שפעטערדיגע אלבום'ס (שפרינג נישט ארויף אויף מיר...) פון ווען ער האט שוין געהאט זיין "קרעציגע" שטימע ווי דו רופסט עס.. און הערשט נאכדעם האב איך מיר גענומען צו זיינע עלטערע אלבום'ס - וואס כ'האב אויך אסאך געהערט - (צו זיין פונקטליך, כ'האב אנגעהויבן בי 'מאמינים' און ארויף, איך האב עס צו טיילט ביי 'אין עוד מלבדו' פון דארט טוישט זיך עס שטארק), אבער נאכן הערן קודם זיינע לעצטערע אלבום'ס האב איך געשפירט זייער א גרויסע חילוק פון די צו די, כ'האב געשפירט אז אין די עלטערע אלבום'ס פעלט עפעס, ס'איז געווען עפעס אזויוי 'העיקר חסר מן הספר', און לאז מיר ערקלערן פארוואס; 'נגינה' איז 'געפיל' 'הרגש'. איינער וואס איז מוזיקאליש - איז געפיליש (99.99%). א זינגער וואס זינגט אן געפיל - איז ווי א גוף אן א נשמה. א שיינע שטימע האט נישט מיט געפיל. חזנות/קענען דרייען מיטן שטימע - האט נישט אזוי ווייט מיט געפיל. נעקסט; מרדכי אין די יוגנט האט געהאט מער א דינערע שטימע ווי היינט, זיין שטימע איז געווען מער פלעקסיבל ווי היינט, במילא האט ער געקענט טוהן סאך מער ווי היינט, ער האט געקענט בעסער דרייען, ארויפציען וכו'. היינט צוטאג האט מער א דיקליכע שטימע. געפיליש און הארציגער זינגט ער היינט סאך מער ווי אמאל. די חן פון מרדכי איבער אנדערע זינגער איז, אז ער זינגט מלא רגש! א שטיק הארץ! נישט זיין ארויפציען, ווייל מיט דעם שטייגט עם שלומי דאסקאל איבער.. און נישט מיטן דרייען מיטן שטימע וואס אין דעם צייכענט זיך שוועקי אויס.. נאר בלייבט איבער די איינע זאך וואס ער צייכנט זיך - און צוליב דעם גייען זייער אסאך מענטשן פאר עם - זיין געפיל. (וואס לויט ווי פריער ערווענט איז דאס פון די הויפט זאכן וואס פעלט זיך אויס ביי נגינה.) פארשטייט זיך אבער אליין אז אן קיין שטימע קען מען נישט ווערן קיין זינגער (איך רעדט נישט פון קארליבאך סטייל), ב"ה אז מרדכי איז באשאנקן געווארן מיט א שיינע שטימע. - און צו דעם וויל איך צוקומען - זיין היינטיגע דיקערע שטימע געט אסאך צי צו די געפיל וואס ער לייגט אריין ביים זינגען! און ווען איך זאג אז ער האט היינט א שענערע שטימע מיין איך טאקע דאס! ווייל וועגן דעם גיי איך אזוי פאר עם ווייל ער זינגט ארויס פון הארץ!
קלאסישער האט ער אפשר געזינגען אמאל, אבער נישט דאס איז מרדכי'ס חן! נאר דוקא די "לב אחד" וואס איז ס'איז נישטא היינט נאך איינער ווי עם צו אראפצולייגן א ניגון מיט אזויפיל הארץ און געפיל! נעם למשל די ניגון 'עתיד הקב"ה לעשות מחול לצדיקים' - אויבן אויף א פלענע דיסקא ניגון.. אבער דער לייגט דאך אריין אזויפיל געפיל דערין!
קרעפטיג האט געשריבן:צום זאך, דיין מיינונג וואס דו רופסט אן א פאקט(פינטל...)איז נישט נאר א מינאריטעט מיינונג נאר ביסט א יחיד..., ס'האט נאך קיינער צו וועם איך האב גערעדט (און איך רעדט צו היבש) מבינים, אדער נישט מבינים נאר מרדכי'ס חסידים, געזאגט אז זיין קול איז בעסער ווי אמאל, נאר אדרבה ס'ווערט שוואכער און דינער און קרעצעדיגער מיט יעדן טעיפ, א טויבער קען דאס הערן.

קודם ווער נישט אזוי בייז.. כ'האף די פארשטייסט אז מיטן שרייבן אז ס'איז א "פאקט" (פינטל..) האב איך בלויז געווערטלט.. ווייל פארשטייסט אליין אז ווען מ'רעדט פון די זאכן איז ביי יעדעם די פאקט אנדערש..
אויף דעם וואס דו טענה'סט אז איך בין א "יחיד" וועל איך ציטירן פון צוויי חברים פון דעם אשכול גופא;
שוועמל האט געשריבן:מרדכי'ס קול ווערט עלטער אבער צוגלייך שטערקער.

קאמענטאטאר האט געשריבן:שוואכער? מער 'קראצעדיג'? מעגליך, אבער ווארימער און פיל מער געפיל איז איינמאל זיכער. לפענ"ד

און צום שלוס, וויל איך צושטעלן א שטיקל פארגלייך לסבר אז האוזן.. (איך ווייס אז אסאך וועלן בכלל נישט פארשטיין וואס כ'מיין..)
א סעקסאפאון איז מער פלעקסובל ווי א טראמפעט מען קען מער דרייען מיט עס, און ס'איז מער קלאסיש אויך, א טראמפעט האט מער א דיקע גרידזשעדיגע סאונד אבער, די געפיל מיט וואס א טראמפעט קען אפשפילן א ניגון קען דער סעקסאפאון נישט באווייזן, אפילו דער סעקסאפאון איז מער סמאוד אין זיסלעך,
מרדכי'ס שטימע אין די אינגע יארן וואלט איך צוגעגליכן מער צו א סעקסאפאון'ס סאונד, מער קלאסיש, פלעקסיבול, סמאוד,
זיין שטימע היינט - טאקע די גרידזשעדיגע - איז ווי א טראמפעט וואס דינערט אריין טיף אין די חדרי הנשמה.

שטארק זיך
שר ששת אלפים
תגובות: 6190
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 28, 2009 8:23 pm
לאקאציע: ביים נעקסטן שטאפל

תגובהדורך שטארק זיך » מיטוואך אוגוסט 19, 2009 11:06 pm

איך עגרי מיט'ן דעת יחיד פשוט ווייל ער רעדט 'צום זאך'.

יא גערעכט, פאר נשים וקטנים (ועבדים?), איז אינטערסאנטער צו הערן די פארשידענע 'קוויטשערס' וועלכע צייכענען זיך אויס מיט גרייכן הויכע טענער. אבער ווען עימיצער וויל פארשטיין אפילו ער קען נישט די טייטש, איז דא נאר איינער וואסס קען דאס באווייזן, און איך לאז אייך געסען ווער.

דוגמאות:
האט איר געהערט דעם ניגון אדער טשענט, 'אפשר לתקן', וויל איך אייך פרעגן וויפיל מאל דורכאויס די נגון שפילט ער זיך מיט אייער גיסטע ווי מיט א באלי, פון יאוש צו האפענוג, צו געבעט א.ד.ג. (אויב פארשטייט איר וואס איך מיין, גוט, אויב נישט פראבירט ניטאמאל...).
נעם דעם ניגון 'עתיד': זאג מיר, די קענסט אפילו זינגען דעם: 'וכל אחד ואחד מראה באצבעו' אנעם פאינטען מיט די פינגער?

איך בין נישט פערטיג: נאך א דעת יחיד. האסטו אמאל געהערט א FLUTE וואס איז נישט הייזעריג? און אויב יא, האסטו דאס געגליכן? איך למשל גלייך עס בעסער הייזעריקער הייט, ס'איז פשוט שענער אזוי, כן היא אצל ר' מרדכי.
נאכמער, אין די אינגע יארן פארדעקט זיין שטימע צומאל זיין געפיעל.
און וועגן ארויפציען: ווען ארויפציען וואלט געווען א הויפט פאקטאר ביי נגינה, וואלט יאסעלע ראזנבלאט נישט נפטר געווארן אינמיטן א קאפ שטימע... (קרעדיט: ערשטע כיתה ישיבה קטנה).
האו עבאוט, ווען פישל בייגל פארטויש זיך די שטימע מיט אייזיג האניג, וואלסטו עס געקענט אויסהערן?

צו ר' קרעפטיג: זייער אסאך מענטשען קענען ענדערשט בעסער ארויפציען אויף דער עלטער ווי און די יוגנט, אבער ס'איז נישט קיין כלל, למשל אונזער מרדכי האט יא פארלוירן זיינע הויכע טענער אויף דער עלטער.
צום שלוס, נאך איין שאלה:
שאלה: וואס איז שענער א אויסגעפוצטע קריסטאל CZ אדער א נישט אזא גלאנציגער דיימאנד?
תשובה: ווענדט זיך צו די ביסט א מבין.
לעצט פאראכטן דורך שטארק זיך אום דאנארשטאג אוגוסט 20, 2009 1:14 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
What's your MO? mine is
8373
-the KOLBE index
Know - Go - Show - GROW

אוועטאר
זעליג
שר חמש מאות
תגובות: 649
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 26, 2008 4:35 am

תגובהדורך זעליג » דאנארשטאג אוגוסט 20, 2009 5:27 am

אוועטאר
גרויזאמער
מ. ראש הקהל
תגובות: 3584
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 06, 2006 4:03 pm
לאקאציע: אויף די באלעמער שטיגן

תגובהדורך גרויזאמער » דאנארשטאג אוגוסט 20, 2009 6:52 am

צייטליך, רעד נישט פון מרדכי ביים ביג עווענט, ווייל איך וויל ברעכן וואספארא פארברעך ישראל לאם (מיט מרדכי) האבן געטון מיטן ענוים ניגון דארט. (ווייסט דאך איך גיי פאר דעם ניגון)
איינגעשריבענע באנוצער וועלכע האבן באדאנקט די תגובה:
קרעמער | צום זאך | צייטליך | גרויזאמער | וויכטיג מאכער | אויפריכטיג | מאשקע | bloomberg4mayor | arender

לחץ כאן למסור תודה על תגובה זו | דווח על תוכן פגעוני

אוועטאר
צייטליך
מ. ראש הקהל
תגובות: 12472
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 01, 2006 6:13 pm
לאקאציע: ערגעץ דא אין די געגענט.

תגובהדורך צייטליך » דאנארשטאג אוגוסט 20, 2009 9:54 am

למעשה רעדט מען דא פון צוויי פאקטארן. זיין קול. זיין געפיל.

יעדער איז מודה אז זיין קול איז שוין נישט ווי אמאל.
יעדער איז מודה אז זיי ן געפיל שטייגט נאך אלץ איבער אלע.

נו, איז דאך שלום על ישראל.

(ארויפציען דארף א חזן קענען, דאס האט מיט קיין זינגער גארניקס)

---

גרויזאמער, איך כאפ נישט וואס די רעדסט, איך האב נאר געזעהן די עטליכע יו-טוב קליפס אין זיינער צייט. למעשה האט ער אויפגעלעבט די זאך דארט ביים קאנסערט, אפילו מ'האט שוין געהאט דעם גרויסן "ליפא" וואס יעדער איז נאר געקומען צו ליפא. (דא רעדט איך נישט איבער זיין זינגען נאר איבער זיין פרעפארמענס ביי עפענטליכע קאנצערטן)
איך בין צייטליך און איך האב עפראווד די תגובה.

צוריק צו “היכל הנגינה”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: Google [Bot], יקר מציאות און 10 געסט