א רייזע קיין שושן

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
bailout
שר האלפיים
תגובות: 2210
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג נאוועמבער 25, 2008 10:27 am

א רייזע קיין שושן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך bailout »

ס'איז ארויס געקומען גאר א אינטערעסאנטע פורים טעיפ, ס'רופט זיך ''א רייזע קיין שושן'', ס'קען זיין אינטערעסאנט פאר עלטערע אויכעט, א שטייגער ווי חברי הקרעטשמע, ער לייגט עס אראפ ווי ער נעמט קינדער אויף א רייזע קיין שושן, מיטצוהאלטן די מעשה פון די מגילה פון די נאנט, כ'האב געהערט די פריוויא
אויף קול מבשר
, כ'האב גאנץ פיין געלאכט.

בעק טו יו וויכי
אוועטאר
צייטליך
מ. ראש הקהל
תגובות: 12505
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 01, 2006 6:13 pm
לאקאציע: ערגעץ דא אין די געגענט.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צייטליך »

פאר וויכי קומט צוריק, לאמעך נאר אריינהאקן א מינוט.

ס'מיר אינטערסאנט אז דער טרעוועל אגענט האט נישט געוויסט איבער די טיקעט'ס קיין שושן, ווען אזויפיל קאסטומער האבן אריינגערופן דאס פארלאנגן. צו קול מבשר מוז ער אנקומען?

אגב, מיר קוקט עס אויס צו זיין שטארק קינדעריש, אנדערש ווי די לעצטיגע קינדער טעיפ'ס וואס קומען ארויס וואס איז שיין צו הערן פאר עלטערע אויך, קוקט אבער אויס די פורים טעיפ צו זיין "בלויז" פאר קינדער, אינטערסאנט פאר זיי, די וויצן זענען פאר זייער יארגאנג. וכדו'

בעק טו יו לאצי..
איך בין צייטליך און איך האב עפראווד די תגובה.
לעווי
שר האלף
תגובות: 1925
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 22, 2008 12:04 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לעווי »

איך בין אויך געווארן זייער טירנד אף דורך די אדווערטייזמענט אויף קול מבשר. געווענטליך מאכט קול מבשר א גוטע דזשאב מיט זייערע עדס, אבער דער מאל האבן זיי געמאכט א גאר שוואכע דזשאב אין מיין אפיניאן. עס סאונדט זייער זייער נאריש לויט די עד. קען זיין אז די טעיפ איז יא גוט, אבער די עד איז זיכער נישט.
ארויף קריכט מען פאוואליע, אבער אראפ קוילערט מען זיך שנעל!
אוועטאר
bailout
שר האלפיים
תגובות: 2210
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג נאוועמבער 25, 2008 10:27 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך bailout »

נאך די עד קען מען הערן א פריוויא, לויף נישט ארויס ביי שלחן עורך.
וואלוועלע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וואלוועלע »

אויב לאצי איז אויך די טעיפ, לוינט זיך עס צו קויפן,
אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלף
תגובות: 28338
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעמער »

זיצנדיג אין ווארט זאל פונעם ציין דאקטער האב איך אויסגענוצט די געלעגנהייט צו הערן דעם פריוויו, און איך מוז אייך זאגען אז עס איז גאנץ א געשמאקער טעיפ. טראצדעם וואס איך קויף ממש נישט קיין טעיפס, שפעקוליר איך אפשר צו קויפן דעם שושן רייזע לכבוד פורים.

איך האף אז דאס קומט נאך אויף טעיפס, ווייל איך פארמאג נאכנישט קיין קאמפעקט-דיסק שפילער.
אלץ-ווייסער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלץ-ווייסער »

עס איז זייער, זייער אינטערעסאנט פאר קינדער. פאני און באלערנד.
נאך אלעם איז עס פאר קינדער. און ערוואקסענע קענען עס אויך ענזשויען.

עס האט זייער שיינע מוזיק, זיי האבן דארט אריינגעריקט בעטהאווענס 5'טער סימפאניע, מאצארט'ס דזשופיטער (נומער 40) און נאך שיינע מוזיקאלישע הינטערלאגעס.

מיר דוכט זיך אז עס איז די זעלבע קאמפאני וועלכע האבן ערצייגט דעם פסח טעיפ "חיים ביים סדר". עס האט גאר ענליכע שטריכן, כאטש וואס יענס איז ארויסגעגעבן געווארן דורך "חדוה" און דאס דורך "מזמור שיר".
אוועטאר
וויכטיג מאכער
Site Admin
תגובות: 32543
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וויכטיג מאכער »

אלץ ווייסער, דאס וואס דו שרייבסט וועגן חדוה, א צוויי מאל נישט קיין ראי', איינס, חדוה איז היסטערי, שוין א שיינע פאר יאר וואס זיי זענען ארויס פון ביזנעס, און צווייטנ'ס, דער ארויסגעבער האט נישט קיין שייכות מיטן דיסטריביוטער..

יעצט צוריק צום עד אויף קאלמע, איך האב אויך געהערט דעם פריוויא, און איך האלט אנדערש פון לעווי, די עד איז זייער גוט, והא ראי', איך דריק געווענדליך נישט נומבער 6 אדער 7 אויף קול מבשר צו הערן א עד, אבער די עד האט מיך סאם האו געצויגן, און נישט נאר מיך, נאר לויט ווי איך זעה האטעס א גרויסער עולם דא אויסגעהערט... יא, ס'קען זיין אז די דזשאוקס זענען אביסל קינדעריש, אבער די עד איז נאך אלס גוט!...

און וועגן די עצם טעיפ, נאכנישט געהערט!

בעילאוט, גאנץ גוט, דו דארפסט אבער וויסן, ווען מ'ריפארט א נייע טעיפ, רופט מען נישט וויכי, נאר מ'געטעס איבער פאר צייטליך....
דו האסט לייף אינשורענס אויף דיר און דיין ווייב?

ר' איד, דו האסט א פאלעסי, אבער נישט קיין אינשורענס!
אוועטאר
bailout
שר האלפיים
תגובות: 2210
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג נאוועמבער 25, 2008 10:27 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך bailout »

האלאו וויכי, די ווייסט ווי ביזי צייטליך איז ער איז ראשאקאל, און אויכעט איז ער גוט מיט לאצי.....
אוועטאר
שאץ מאץ
שר שלשת אלפים
תגובות: 3031
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 15, 2008 5:01 pm
לאקאציע: איבעראל
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שאץ מאץ »

איך האב עס געקויפט, סיי איך און סיי מיינע קינדער האבן זייער זייער זייער הנאה געהאט פונעם טעיפ,
ס'איז צוקער זיס "דער לאצי איז איינס אין דער וועלט" מיט אזא נאטורליכע לצנות אז ס'האט מיר געקאסט א הויעך'ן לאך
.
http://shatzmatz.blogspot.com/" onclick="window.open(this.href);return false;
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27049
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

דער 'לאצי' איז גארנישט קיין לאצי, ער איז א בארא-פארקער אינגערמאן וועלכער האט געשפילט אויף א פריערדיגע שפיל, די קינדער האבן אים זייער געגלייכט און ער איז פארוואנדלט געווארן אין אזא קינדער-שטערן, דער נייער טעיפ 'א בליק אין שושן' פיטשורד אים טאקע אויפן דעקל וואוסענדיג אטז דאס וועט ציען קינדערס נייגער.

וויאזוי הייסט דער לאצי בשמו האמיתי?
אויף וועלכע פלעי האט ער געשפילט?
אוועטאר
איך_הער
סעקרעטאר
תגובות: 18580
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 04, 2006 6:47 pm
לאקאציע: אין אפיס
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איך_הער »

וויזוי ער הייסט געדענק איך נישט, געשפילט האטער אויף, אונטערן באנק, און אונטערן פענסטער.
אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלף
תגובות: 28338
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעמער »

איך האב דאס אויך געקויפט (פאר די קינדער..) און די ניגונים באמבערן אין קאפ (איך בין צופרידן פון אלע ניגונים, אויסער די צולאזטע ניגון פון סעודת אחשורוש וואס ווערט צו לאנג געזינגען אויפן טעיפ).
אוועטאר
וויכטיג מאכער
Site Admin
תגובות: 32543
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וויכטיג מאכער »

איך האב דעם טעיפ "באקומען", (טענק יו קרעמער, פארן מיך מזכה זיין...) ס'איז געגאנגען אפאר מאל, די ערשטע מאל, איזעס נישט געווען אינטערעסאנט, די צווייטע מאל, אביסל בעסער, אבער סאט נישט צו לאנג געשפיהלט, די לעבן מודעך ווייטער אנגיין, מ'האלט שוין ביים נעקסטן....

למעשה, די טעיפ איז, "אקעי", אבער די שיכורים ניגון, פון וואס קרעמער רעדט, דאס האט מיך אויך געשטערט, איך האלט אז דאס איז איבעריג, אויב עפעס, שטיל, אין די בעקראונד וואלטעס גוט געווען, און אויך נישט פאר אזוי לאנג...
דו האסט לייף אינשורענס אויף דיר און דיין ווייב?

ר' איד, דו האסט א פאלעסי, אבער נישט קיין אינשורענס!
אלץ-ווייסער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלץ-ווייסער »

לאצי איז א געלונגענער יונגערמאן יחיאל ליכטמאן.

די שיכורים ניגון גרילצט מיר אויך. ס'פאסט מער פאר פורים פיבער אדער פורים טרעפיק, נישט פאר א קינדער טעיפ.
אבער אזוי איז עס גאנץ גוט.
החריף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך החריף »

איך האב געקויפט דער טעיפ, ווייל עס האט מיך אזוי אריין געקלינגען פין קול מבשר, ממילא זאל זיי האבען פרנסה אין זאלען זיך נישט אדעווירטייזען!
אוועטאר
שאץ מאץ
שר שלשת אלפים
תגובות: 3031
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 15, 2008 5:01 pm
לאקאציע: איבעראל
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שאץ מאץ »

מיך האט לגמרי נישט געשטערט דעם שיכורים ניגון, מיינע קינדער זענען געווארן לעבעדיג אזש ס'איז געגאנגען א רויעך,
אמת ס'איז צו לאנג געזינגען, אבער גוט איז גוט,
.
http://shatzmatz.blogspot.com/" onclick="window.open(this.href);return false;
שרייב תגובה

צוריק צו “היכל הנגינה”