רבותי עס טוט מיר וויי, וויינט צוזאמען מיט מיר!!

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
טישטוך
שר האלפיים
תגובות: 2608
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 28, 2017 4:13 am
לאקאציע: בין יום השביעי לששת ימי המעשה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טישטוך »

sheer vocal talent האט געשריבן:א גרויסן יישר כח טישטוך פארן גוט ארויסברענגען ווייטאג וואס ליגט מיך אויפן הארץ אפאר יאר. יעצט איז די ווייטאג געגאנגען א טריט ווייטער... עד כדי כך אז ראפי די קינג געבט ארויס א סינגל

איך מיין אז עס איז א סימן פון הימל וואס עס וועט פאסירן באחרית הימים אויב וועט מען ווייטער גיין אויף אזא וועג... און רבי מער ווייניגער, ביטע קום נישט יעצט אריין זאגן אז ראפי איז א רחמנות און ער מיינט נאר גוטס
אוועטאר
מער ווייניגער
שר חמישים
תגובות: 60
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 08, 2017 10:26 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מער ווייניגער »

פארכאפט פארשמאפט מען קען מיינען אז מען רעדט דא פון גענגסטערס מיט דינע גרינע קעפ און פינגערס אן קיין נעגל ואס שטעקן אריין שטימפיגע הענט אין מיינע בעקעלעך, קאם אן, עס איז א דעבאטע איבער דאס אויסגעהאלטנקייט און נישט א קאנספיראציע טעאריע אז עס איז א קליפה פונעם שר פון גלית
ווי מער דו רעדסט, אלס ווייניגער פארשטיי איך!
Yoely
שר חמש מאות
תגובות: 604
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג סעפטעמבער 27, 2011 11:07 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Yoely »

שמואל בארג האט געשריבן:דער קונטרס פון רבי יחזקאל ווייס שליט"א איז מורא'דיג קלאר צוטיילט בהדרגה יעדער סארט ניגון אין וואספארא איסור/חומרא דאס גייט אריין, אויב פעלט זיך אויס געבט ער אפילו אן געוויסע ניגונים פאר א משל.

איך האב געטוישט מיין מהלך המחשבה איבער נגינה נאכן אדורך לעזן דעם קונטרס'ל, אפשר קען דאס איינער ארויפשטעלן לזיכוי הרבים?

אפשר קען דאס איינער ארויפשטעלן לזיכוי הרבים??
אוועטאר
למעלה משבעים
שר עשרת אלפים
תגובות: 12394
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 02, 2008 10:17 pm
לאקאציע: ערגעץ פארבלאנדזשעט אויף די גראדע וואסערן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך למעלה משבעים »

כמדומה דאס ווערט פארקויפט [עכ"פ איך האב עס געקויפט] ממילא קען מען עס דא נישט ארויפשטעלן.
תענית חלום
שר חמש מאות
תגובות: 603
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אוגוסט 23, 2013 12:26 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך תענית חלום »

מער ווייניגער האט געשריבן:אבער ווער ווייסט וויפיל בחורים און יונגעלייט האלטן זיך איין פון הערן עפעס ערגערס נאר ווייל עס איז דא אן אויסוועג וואס רופט זיך ניסים בלעק אדער מיילך קאהן וכולהו? מען קען נישט אראפרייסן די גאנצע זאך, קענסט זאגן אז איינער וואס איז אלס געווען אפגעהיטן און האט נישט קיין נסיונות פאר עפעס אנדערש זאל וויסן דאס און דאס אבער סתם אראפרייסן די מענטשן, זיי מיינען נאר גוטס

און וואס איז מיט די אלע וואס וואלטן יא געהערט היימישע אידישע ניגונים, נאר וויבאלד מיילך קאהן גייט מיט פיאות און רעדט אידיש הערן זיי צו צו זיין חזריי?
תענית חלום
שר חמש מאות
תגובות: 603
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אוגוסט 23, 2013 12:26 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך תענית חלום »

טישטוך האט געשריבן:נאכאיינמאל צו קלאר מאכן אז איך נעם נישט אוועק דעם פאקט פון איינעם וואס איז א בעל תשובה אז ער האט געמאכט א מוראדיגן בראוון שריט אין אזא היינטיגע וועלט וואו אלעס איז אנגעטשעפעט מיט פרייהייט און פריקת עול (נישט כפירה...) צען פוינטס! אבער זייט ווען זענען די בעלי תשובה און גרים געווארן מיינונגס געבער און משפיעים אין כלל ישראל? יא, מען האט שוין געהערט אזוינס אז א בעל תשובה אין אור שמח האט איבערגעגעבן זיין לעבנס היסטאריע, אבער דאס אז מען נעמט יעדן בעל תשובה און גר און אלע צייטונגען און נייעס קוועלער אינטערוויוען זיי מאכט נאר אז אונזער היימישער עולם זאל עס אנקוקן מיט אזא בליק ווי דער פארן תשובה טון איז געווען אויפן העכסטן מדריגה נאר זיי האבן געשניטן פון זיך און מסכים געווען צו אריינקומען בתוכינו, ניין, דאס איז נישט ריכטיג און מען פארזעט אייביג ארויסצוברענגען אז אלס גוי איז נישט גוט געווען, מען שרייבט אייביג כאילו ער איז געווען א געלונגענע און פאפולערע ביזנעסמאן\זינגער, דאס איז אן עקסטערע שמועס פאר זיך אבער לעניננו דארף מען וויסן צו אויסהערן קודם די אלע וואס זענען זייער גאנץ לעבן געווען יראים ושלמים און דערנאך קען מען זיי אמאל אויסהערן ווי זיי רעדן אבער הכל מודים אז זיי זאלן נישט זינגען אין קאפ אריין מיט זייער "הארציגע" נגינה... אונזערע זינגערס זענען גראדע נישט נאנט געווארן מיט זיי ווייל זיי האבן תשובה געטון ודי...

אמאל געהערט פון א גוטע איד: אז די הערסט איינער איז געווארן א בעל תשובה, זיי גרייט צו זעהן א צעטיל אז ער גיט א דרשה און ״קירוב״

העלוי! פאר צוויי וואכן צוריק האט ער געטוהן ווייס איך וואס, יעצט קומט ער מיך פארקויפן ווער דער באשעפער איז...

אזוי ווי הער טישטוך שרייבט: זייער א חשובע אקט געטוהן, אבער עס מיינט נאך נישט אז איך דארף יעצט קויפן אידישקייט פון אים
פרידן
שר האלפיים
תגובות: 2806
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 02, 2015 7:37 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פרידן »

מער ווייניגער האט געשריבן:אבער ווער ווייסט וויפיל בחורים און יונגעלייט האלטן זיך איין פון הערן עפעס ערגערס נאר ווייל עס איז דא אן אויסוועג וואס רופט זיך ניסים בלעק אדער מיילך קאהן וכולהו? מען קען נישט אראפרייסן די גאנצע זאך, קענסט זאגן אז איינער וואס איז אלס געווען אפגעהיטן און האט נישט קיין נסיונות פאר עפעס אנדערש זאל וויסן דאס און דאס אבער סתם אראפרייסן די מענטשן, זיי מיינען נאר גוטס

וועסט אפשר נישט ליב האבן צו הערן דאס אבער די דעת פין אונזערע מנהיגי ישראל אין אלע דורות איז געווען אז די שוואכער זאל מען לאזן ווערן אינגאנצען שוואך אויב די איינציגסטע וועג אים צו ראטעווען איז נאר באופן אז דער שטארקער זאל ווערן שוואכער,
לעצט פארראכטן דורך פרידן אום דינסטאג אוגוסט 01, 2017 12:54 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
תענית חלום
שר חמש מאות
תגובות: 603
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אוגוסט 23, 2013 12:26 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך תענית חלום »

מער ווייניגער האט געשריבן:כבוד רבינו טישטוך!
איך פארשטיי בעיסיקלי וואס דו מיינסט ארויסצוברענגען אבער זאלסט מיר מוחל זיין פארן זאגן אז דוביסט שטארק נעגעטיוו במחילת כבודך, זיי זענען נישט אזוי געפערליך.

בכלל נישט נעגאטיוו.

די זעהט אויס ביסט פארכאפט אין די היינטיגע שגעון פון אויסהערן יעדעם איינעם. א ראצער, א ליידיג-גייער, א פוסטע זאק האט א אישו, שיקט ער שנעל ארויס א ״וואויס נאויט״ און עס פארט ארום, עס ווערט א רעדע, עס גייט ״וויירעל״ וכו׳ וכו׳. און איך בין נישט גערעכט פארן האלטן אנדערש. איך בין ״נעגאטיוו״...

עס איז ליידער מיט יעדע זאך אזוי, יעדער ווערט א ״מאן דאמר״ יעדער איז גערעכט, מען טאר קיינעם באליידיגן..... א באנדע קראנקע מענטשן, אזוי סענסעטיוו צו א ווארט... דער אויבערשטער זאל באהיטן אלע אידן, אבער די וואס דרייען זיך אין שפיטעלער רח״ל זעהן כסדר די דאקטורים און נורסעס טוישן די הענטשיך, זייפן די הענט, זיכער מאכן אז ״די קראנקער״ זאל בלייבן ריין. א געזונטע מענטש דארף קענען פארנעמען קריטיק. א געזונטע מענטש פארשטייט אז נישט יעדער דארף האלטן ווי איך, אפילו די נושא ברענט יעצט פאר מיך. נישט יעדער דארף דיך אויסהערן. און איך האב נייעס פאר דיר, רוב עולם איז נישט אינטערעסירט... נעם איין א שווייגעניש, עס וועט זיין געזונטער פאר יעדעם.

כבוד הרב ״מער ווייניגער״ איך מיין נישט דיך. איך מיין די געדאנקגאנג פון אסאך מענטשן.
אוועטאר
טישטוך
שר האלפיים
תגובות: 2608
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 28, 2017 4:13 am
לאקאציע: בין יום השביעי לששת ימי המעשה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טישטוך »

א שיינע משל געהערט יעצט, מען זאגט עס נאך פון סאטמאר רב זי"ע אז א קורצע שטעקן און א לאנגע שטעקן קענען זיך נאר פארגלייכן ווען דער לאנגער שניידט פון זיך.
א שוואכער עלעמענט קען זיך נישט פארגלייכן מעט א שטערקערער נאר אויב דער שטערקערער ווערט אפגעשוואכט.
אוועטאר
מקווה איד
שר שבעת אלפים
תגובות: 7626
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 16, 2017 4:53 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מקווה איד »

sheer vocal talent האט געשריבן:א גרויסן יישר כח טישטוך פארן גוט ארויסברענגען ווייטאג וואס ליגט מיך אויפן הארץ אפאר יאר. יעצט איז די ווייטאג געגאנגען א טריט ווייטער... עד כדי כך אז ראפי די קינג געבט ארויס א סינגל

זאלסט מיר זייער אנטשלודגען אבער דער פראבלעם היינט איז נישט ראפי. אונז האמיר אסאך פארדעם וואס צו טוישן
#איך-פארק-מענטשליך
אוועטאר
טישטוך
שר האלפיים
תגובות: 2608
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 28, 2017 4:13 am
לאקאציע: בין יום השביעי לששת ימי המעשה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טישטוך »

שוין, ער מיינט דאך נאר ארויסצוברענגען וואו מיר האלטן היינט אז ראפי זאל ארויסגעבן א סינגל וואס מען גייט ווארשיינליך זינגען ביי יעדן חתונה...
אוועטאר
מקווה איד
שר שבעת אלפים
תגובות: 7626
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 16, 2017 4:53 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מקווה איד »

טישטוך האט געשריבן:שוין, ער מיינט דאך נאר ארויסצוברענגען וואו מיר האלטן היינט אז ראפי זאל ארויסגעבן א סינגל וואס מען גייט ווארשיינליך זינגען ביי יעדן חתונה...

איז פיין נעבעך וואס ווילסטו פון אים, אבער ווען מ'רעדט פון מענטשן וואס פלעגן זין נארמאל ליידער ווי עס האלט היינט
#איך-פארק-מענטשליך
לייבל שטילער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 364
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אפריל 19, 2016 5:15 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לייבל שטילער »

טישטוך האט געשריבן:שוין, ער מיינט דאך נאר ארויסצוברענגען וואו מיר האלטן היינט אז ראפי זאל ארויסגעבן א סינגל וואס מען גייט ווארשיינליך זינגען ביי יעדן חתונה...

איפכא מסתברא, לדעתי איז אכשר דרא אז מ'האט דעם ריכטיגן אידיש'ן געפיהל צו מאכן אזעלכע מענטשן שפירן וויכטיג, איז דאך א חסד אין פולן זין פון ווארט!
סייג לחכמה שתיקה....
אוועטאר
מקווה איד
שר שבעת אלפים
תגובות: 7626
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 16, 2017 4:53 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מקווה איד »

לייבל שטילער האט געשריבן:

איך האלט ווי דיר אבער ער האט דאס נישט געמיינט
#איך-פארק-מענטשליך
אוועטאר
טישטוך
שר האלפיים
תגובות: 2608
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 28, 2017 4:13 am
לאקאציע: בין יום השביעי לששת ימי המעשה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טישטוך »

לייבל שטילער האט געשריבן:
טישטוך האט געשריבן:שוין, ער מיינט דאך נאר ארויסצוברענגען וואו מיר האלטן היינט אז ראפי זאל ארויסגעבן א סינגל וואס מען גייט ווארשיינליך זינגען ביי יעדן חתונה...

איפכא מסתברא, לדעתי איז אכשר דרא אז מ'האט דעם ריכטיגן אידיש'ן געפיהל צו מאכן אזעלכע מענטשן שפירן וויכטיג, איז דאך א חסד אין פולן זין פון ווארט!

דאס איז ווילאנג דו בלייבסט דער וואס געבט חיזוק, דא קומט ער דיר געבן חיזוק ארומגענומען מיט ווייסעכוואס
אוועטאר
שמועסער
שר חמש מאות
תגובות: 898
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 07, 2014 1:30 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמועסער »

האמיר יעצט דורכגעקוקט די ביכל פון מיילעך קאהן'ס סידי..

כ'האב געפילט ווי כ'מוס ערגעץ אויסדרוקן מיינע ברויזנדע געפילן פון די קאמישע סצענעס
רייייס מיר אריין אינעם וועלטל, זעה איך אז יענע אשכול איז הערמאטיש פארשלאסן...

האב איך באשלאסן אריינצוקומען דא, און פשוט פארלאזן א טרער און מיטוויינען מיטוויינען מיט (טישטוך!) און מיט רוב כלל ישראל
ובזה יצאתי
לעצט פארראכטן דורך שמועסער אום מיטוואך אוגוסט 02, 2017 12:31 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אייוועלט איז א פלאטפארמע זיך אויסצובלאזן ווען מ'גייט ליידיג. נישט צו בלאזן ווען מ'איז באליידיגט.
אוועטאר
מקווה איד
שר שבעת אלפים
תגובות: 7626
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 16, 2017 4:53 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מקווה איד »

שמועסער האט געשריבן:האמיר יעצט דורכגעקוקט די ביכל פון מיילעך קאהן'ס סידי..

כ'האב געפילט ווי כ'מוס ערגעץ אויסדרוקן מיינע ברויזנדע געפילן פון די קאמישע סצענעס
רייייס מיר אריין אינעם וועלטל, זעה איך אז יענע אשכול איז הערמאטיש פארשלאסן...

האב איך באשלאסן אריינצוקומען דא, און פשוט פארלאזן א טרער און מיטוויינען מיטוויינען מיט טישטוך!
ובזה יצאתי

מיט וויינען מיט טושטעך??? מיט וויינען מיט גאנץ כלל ישראל
#איך-פארק-מענטשליך
אוועטאר
שמועסער
שר חמש מאות
תגובות: 898
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 07, 2014 1:30 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמועסער »

כ'קען נישט זאגו גאנץ כלל ישראל וועגן כ'זעה ס'דא דא עטליכע וואס באגרייפן נאכנישט די מצב..

אבער מיט רובם ככולם.
אייוועלט איז א פלאטפארמע זיך אויסצובלאזן ווען מ'גייט ליידיג. נישט צו בלאזן ווען מ'איז באליידיגט.
אוועטאר
שמועסער
שר חמש מאות
תגובות: 898
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 07, 2014 1:30 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמועסער »

מקווה איד האט געשריבן:
שמועסער האט געשריבן:האמיר יעצט דורכגעקוקט די ביכל פון מיילעך קאהן'ס סידי..

כ'האב געפילט ווי כ'מוס ערגעץ אויסדרוקן מיינע ברויזנדע געפילן פון די קאמישע סצענעס
רייייס מיר אריין אינעם וועלטל, זעה איך אז יענע אשכול איז הערמאטיש פארשלאסן...

האב איך באשלאסן אריינצוקומען דא, און פשוט פארלאזן א טרער און מיטוויינען מיטוויינען מיט טישטוך!
ובזה יצאתי

מיט וויינען מיט טושטעך??? מיט וויינען מיט גאנץ כלל ישראל

שוין פארראכטען..
אייוועלט איז א פלאטפארמע זיך אויסצובלאזן ווען מ'גייט ליידיג. נישט צו בלאזן ווען מ'איז באליידיגט.
גראמער
שר האלף
תגובות: 1201
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 11, 2016 8:21 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גראמער »

אין עטליכע יאר ארום וועט מען נאך הערן א אינהאלסטרייכע אינטערוויאו מיט מיילעך אויף קול מבשר איבער זיינע שווערע יארן און זיין קינדער יארן ביי רביה״ק... מען וועט קענען הערן זיינע פרומקייטן און ווי א גרויסע צדיק ער איז...
אוועטאר
שמועסער
שר חמש מאות
תגובות: 898
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 07, 2014 1:30 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמועסער »

גראמער האט געשריבן:אין עטליכע יאר ארום וועט מען נאך הערן א אינהאלסטרייכע אינטערוויאו מיט מיילעך אויף קול מבשר איבער זיינע שווערע יארן און זיין קינדער יארן ביי רביה״ק... מען וועט קענען הערן זיינע פרומקייטן און ווי א גרויסע צדיק ער איז...

דאס איז א געוויינעריי פאר זיך (צו גאר א חלק פון דע געוויינעריי)
ווי קול מבשר האט היפש רעדוצירט (צו גאר אינגאנצן?) די חלק הנגינה תקנות וואס זיי פלעגן האבן.
אן אריינגיין אין פונקטליכע דעטאלן
אייוועלט איז א פלאטפארמע זיך אויסצובלאזן ווען מ'גייט ליידיג. נישט צו בלאזן ווען מ'איז באליידיגט.
אוועטאר
ניס קראכער
שר שמונת אלפים
תגובות: 8838
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 26, 2016 5:36 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ניס קראכער »

נו שוין נאכן הערן א פיצי חלק פון די סי די (זייט מיר ביטע נישט חושד אז איך האב עס געקויפט)
מיין איך אז איך כאפ די טרעין אריבער קיין מאנהעטן קויפן א הערליכע סי די פון עפעס א גוי
נעבעעעעעך
א הארטע ניסל קען מען צוקראכן, א ווייכע ניסל נישט! ער ווערט צוקוועטשט!
אוועטאר
מקווה איד
שר שבעת אלפים
תגובות: 7626
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 16, 2017 4:53 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מקווה איד »

ניס קראכער האט געשריבן:נו שוין נאכן הערן א פיצי חלק פון די סי די (זייט מיר ביטע נישט חושד אז איך האב עס געקויפט)
מיין איך אז איך כאפ די טרעין אריבער קיין מאנהעטן קויפן א הערליכע סי די פון עפעס א גוי
נעבעעעעעך

רוב סידיס קויף איך, אפילו וואס נישט וואס דעס מיינט אז עס אינטרעסירט מיך נישט, וועל איך אבער אויסהערן ווייל אפשר דאך פארפאס איך עפעס, אבער דעי קיינמאל איך וועל אים אפילו נישט שטיצען מיטן אויסהערן נעבעך נעבעך
#איך-פארק-מענטשליך
אוועטאר
sheer vocal talent
שר מאה
תגובות: 144
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 07, 2017 4:24 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך sheer vocal talent »

מקווה איד האט געשריבן:
ניס קראכער האט געשריבן:נו שוין נאכן הערן א פיצי חלק פון די סי די (זייט מיר ביטע נישט חושד אז איך האב עס געקויפט)
מיין איך אז איך כאפ די טרעין אריבער קיין מאנהעטן קויפן א הערליכע סי די פון עפעס א גוי
נעבעעעעעך

רוב סידיס קויף איך, אפילו וואס נישט וואס דעס מיינט אז עס אינטרעסירט מיך נישט, וועל איך אבער אויסהערן ווייל אפשר דאך פארפאס איך עפעס, אבער דעי קיינמאל איך וועל אים אפילו נישט שטיצען מיטן אויסהערן נעבעך נעבעך

למעשה איז דא אפאר שיינע זאכן [ אפילו ער איז נישט מיט אונז. אבער פון יעידעם קען מען ארויסנעמען די גוטע חלק]
פריילעך שירה, די חבורה
לייבל שטילער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 364
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אפריל 19, 2016 5:15 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לייבל שטילער »

איך האב אויך געהערט דעם אלבום און ס'ווייט נישט אזוי שלעכט ווי מ'מאכט עס דא.
לעצט פארראכטן דורך לייבל שטילער אום מיטוואך אוגוסט 02, 2017 1:28 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
סייג לחכמה שתיקה....
שרייב תגובה

צוריק צו “היכל הנגינה”