פארן אריינגיין אינעם דין ודברים צו עס איז יא א גוטע (נארמאלע) זאך צו מספיד זיין עלטערן וואס לעבן שוין נישט ביי א חתונה, און מאכן פון די חתונה א לוי'.
דאס איז אבער זיכער אז דאס וואס מען האט געוואלט דא דעליווערן איז געווארן דעליווערט מייסטערהאפטיג.
בעצם איבער די וויכוח צו עס איז יא אדער נישט גוט, פארשטיי איך אז באמת דארף מען אביסל מרחיב הדיבור זיין איבער די נושא פון יתומים אין שטוב, ואין באן המקום, ווי אויך איז מיין צייט יעצט אביסל גע'ענגט, אבער בקיצור ממש.
זייענדיג אן איידעם און א שטוב ווי מיין שווער איז אוועק פון די וועלט א שיינע פאר יאר נאך מיין חתונה, איבערלאזענדיג עטליכע יתומים ויתומות נאכנישט פארהייראט, איז מיר אויסגעקומען צו קענען מיטהאלטן פון די נאנט די הלוך ילך פון אזעלכע קינדער, אן די אייגענע עכטע הרגשים, (אנדערש ווי מיינע שוואגערס וואס האבן אויך פארלוירן זייער טאטע - אפי' זיי זענען שוין געווען חתונה געהאט), און שפעטער דערפון איז שוין אויך געווארן אז איך האב דאס מיטגעהאלטן ביי נאך משפחות, וואס האבן זיך אדורכגעשמועסט אינאיינעם ווי אזוי צו האנדלן.
נאכאמאל, איך גיי יעצט נישט אריינגיין אין די גאנצע נושא פון יתומים, אפשר אין אן אנדערע געלעגענהייט, - עס איז דא אסאך צו שרייבן דערוועגן
אצינד צום יעצטיגן שמועס, יעדע משפחה וואס גייט ליידער אדורך אזא מצב ווערט געסטרוקטשערט אויף אן אנדערן וועג, און אזוי אויך יעדע קינד ווערט אנדערש, די געפילן איז ביי יעדעם די זעלבע, עס ווענד זיך נאר וויאזוי עס ווערט אויפגעשפילט אינעם מענטש, געוויסע משפחות וועט זיין זייער שווער צו רעדן אפי' צווישן זיך און כ"ש מיט אנדערע איבערן טאטע, בעת אנדערע וועט מען כסדר הערן דערפון, געוויסע וועלן רעדן כסדר איבערן פארלוסט, בעת אנדערע וועלן רעדן פונעם טאטן מיט א נאטורלעכקייט, אז עס וועט זיך קענען דאכטן פאר איינעם וואס רעדט מיט זיי כאילו דער טאטע לעבט נאך, אפשר אוועקגעפארן ווייט און קומט שפעטער צוריק.
ווען עס קומט בעת א שמחה איז דאס אן עקסטערע קאפיטל, די געפילן שפילן ווידער, און עס וועט זיך אויך אויסשפילן ביי יעדעם אנדערש, געוויסע וועלן כמעט נישט וועלן אז מען זאל דערמאנען אז מען איז א יתום/יתומה בעת אנדערע ווילן אז מען זאל ארויסברענגן די געפילן, און אוודאי זענען דא אזעלכע וואס ווילן שטארק און בעטן אז מען זאל דאס מאכן אויפן העכסטן קלימאקס.
אוודאי די וואס זענען נישט קיין נאנטע חלק פונעם משפחה וועלן קיינמאל נישט פארשטיין וויאזוי קען אפי' זיין אז מען זאל דאס וועלן.
טאקע זייער אסאך ווילן דאס נישט, און עס פעלט זיי נישט אויס, אבער יא נאכן מיטהאלטן אזויפיל משפחות ווייס איך אז יא עס זענען דא משפחות וואס דארפן דאס האבן.
אפשר און אנדערע געלעגענהייט וועל איך משלים זיין באריכות אביסל מער איבער די גאנצע נושא פון יתומים!
נישט אלעס מעג מען טראכטן, נישט אלעס וואס מען טראכט מעג מען זאגן, נישט אלעס וואס מען זאגט מעג מען הערן, נישט אלעס וואס מען הערט מעג מען שרייבן, און נישט אלעס וואס מען שרייבט מעג מען ליינען.