ספירה טעיפ'ס

ניגונים און זינגערס

אחראי: אחראי

אוועטאר
צייטליך
מ. ראש הקהל
תגובות: 12466
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 01, 2006 6:13 pm
לאקאציע: ערגעץ דא אין די געגענט.

ספירה טעיפ'ס

תגובהדורך צייטליך » מיטוואך אפריל 11, 2007 2:23 pm

ווי באקאנט שטייען מיר יעצט אין די ימי הרחמים והרצון, די ימי הספירה, ווי מיר טרויערן שוין הונדערטער יארן אויף דעם וואס פיר און צוואנציג טויזענט (24000) תלמידים פון רבי עקיבא זענען ליידער אויסגעשטארבן אין די קורצע צייט, איך וועל נישט אריינגיין אין די סיבה וסיבה סיבות שונות פאר וואס דאס איז געשען, איך וועל אויך נישט אריינגיין אין די פרטי הלכה פון די טעג, צו מעג מען יא הערן אדער נישט הערן, מעג מען פראקטעצירן, גראמען, פלעיס, שלמה קארעלבעך וכדומ', איך וויל בעיקר דא ארימרעדן איבער די טעיפס וואס קומען ארויס ספעיציעל פאר די ימי הספירה און די דרייי וואכן, עכ"פ אזוי שטייט אויפן קאווער,

"חסידישע אוצרות"

ס'איז דא דריי דערפון, די לעצטע דריי יאר איז ארויסגעקימען יעדעס יאר א אנדערס, איך האב נאר געהערט די ערשטע צוויי, ס'איז זייער שיין, הערליך, א רייכע קווייער, און זייער פראפעסינאל,
כאבעס שוין לאנג נישט געהערט, מילא קען איך יעצט נישט זאגן קיין גרויסע הערות דעראויף, אבער אזויפיל געדענק איך אז ס'איז שיין,

"שירה" לייוו

א הערליכער טעיפ, זייער שיינע ניגונים און אויך ביליג, טאקע נישט אזוי פרעפעסינאל ווי חסידישע אוצרות, אבער זייער שיין, און נאכדערצו אויב ס'איז לייוו,(לעבעדיג)

ס'איז דא נאך זייער אסאך ספירה טעיפס, פון די לעצטע פאר יאר, ווער עס ווייסט זאל עס ביטע מעלדן, און אויב מעגליך אויך לייגן לינק'ס.

"יאקאב מסיבות"
עצה טובה קמשמה לן:
יעצט אין די ימי הספירה איז די פאסיגסטע צייט זיך איינצוהיינדלען די סידי'ס פון "יאקאב מסיבות", עס איז א סידי פאר א גאנץ יאר, און כל שכן פאר די טעג,
די מסיבות קומען פאר יערליך, חוה"מ פסח, חוה"מ סכות, חנוכה, בבית הרה"ח דוד ארי' יאקאב, ווי עס קומען זיך צוזאם די גרעסטע און שענסטע זינגער'ס, חזנים, קווייער'ס, און עס ווערן געזינגען הערליכע ניגונים, היי יאר חוה"מ פסח איז אויך אנוועזענד געווען חזן העלפגאט,
ווער עס האט ניגונים ווערט געבעטן צו לייגן לינק'ס, וויבאלד ס'איז נישטא צובאקימען אין די לאקאלע געשעפטן.

שבעה שביעות תספר לך.
איך בין צייטליך און איך האב עפראווד די תגובה.

א אידעלע
שר חמישים ומאתים
תגובות: 418
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 13, 2006 12:27 pm
לאקאציע: דרייט זיך אינמיטען וועג

תגובהדורך א אידעלע » מיטוואך אפריל 11, 2007 5:54 pm

צייטליך כתב
יעצט אין די ימי הספירה איז די פאסיגסטע צייט זיך איינצוהיינדלען די סידי'ס פון "יאקאב מסיבות",

_ _ _ _ _ _ _ _ _ _ _ _ _ _ _ _ _ _ _ _ _ _ _ _

וואו קען מען זיך דאס איינהאנדלען?

אוועטאר
צייטליך
מ. ראש הקהל
תגובות: 12466
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 01, 2006 6:13 pm
לאקאציע: ערגעץ דא אין די געגענט.

תגובהדורך צייטליך » מיטוואך אפריל 11, 2007 6:00 pm

אין די קימענדיגע טעג וועט אי"ה געלייגט ווערן א לינק פון די מסיבה אויף יו-סענד-איט.
איך בין צייטליך און איך האב עפראווד די תגובה.

אוועטאר
מאשקע
מ. ראש הקהל
תגובות: 12565
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 15, 2006 2:40 am
לאקאציע: אין די חיפוש

תגובהדורך מאשקע » מאנטאג אפריל 16, 2007 3:59 pm

המשוררים (כ'האב עס נאכנישט געהערט)
שהשלום שלו (לדעתי, הערליך שיין)
ספירה בשירה (פון מענדל ווערדיגער, כ'האב עס נאכנישט געהערט)

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלפים
תגובות: 28277
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובהדורך קרעמער » מאנטאג אפריל 16, 2007 5:46 pm

אויף קול מבשר קען מען יעצט הערן א שיינע אינטערוויו מיט ר' יונתן שווארץ, פארפאסער פון שהשלום שלו.

אוועטאר
מאשקע
מ. ראש הקהל
תגובות: 12565
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 15, 2006 2:40 am
לאקאציע: אין די חיפוש

תגובהדורך מאשקע » מאנטאג אפריל 16, 2007 6:06 pm

תיקון טעות: האלבער פארפאסער פון שהשלום שלו.
דער טעיפ איז פארפאסט געווארן דורך ר' יונתן (חזק) אינאיינעם מיט ר' יוסף משה כהנא (לחיים), און איז א היסטאריע אין די וועלט פון מוזיק טעיפס, דאס ערשטע מאל וואס צוויי קאנקורענטן ארבעטן אינאיינעם אויף א פראיעקט.
אויפ'ן דעקל פונעם טעיפ (אינווייניג, דארט וואו ס'שטייט וועגן די שכירות...) שרייבן זיי א קורצע אבער אינהאלטסרייכע הקדמה צום טעיפ, וואס ס'האט זיי באוואויגן דאס צו טון.
(נאך א באווייז אויף מי כעמך ישראל)

אוועטאר
צייטליך
מ. ראש הקהל
תגובות: 12466
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 01, 2006 6:13 pm
לאקאציע: ערגעץ דא אין די געגענט.

תגובהדורך צייטליך » מאנטאג אפריל 16, 2007 6:22 pm

דאס קומט נאך א גרויסע מחלוקה וואס האט אויסגעבראכן ביי די פריערדיגע טעיפ'ס, וואס ווער עס געדענקט, איז יוסף משה כהנא און יונתן שווארץ פאר בערך א יאר צירוק ארויסגעקימען מיט א נייע טעיפ, יוסף משה'ס האט געהייסן "שבת טיש" און יונתן'ס האט געהייסן "שבת חזק", ביידע אין די זעלבע צייט, און ביידע טעיפ'ס האבן פארמאגט ע"פ רוב די זעלבע ניגונים, די זעלבע זינגער'ס, אייזיק האניג, און די ילד הפלא ליכטענשטאטער,

פאר אונז קונים, האט זיך עס גראדע געלוינט, ביידע האבן אריין געלייגט אסאך עפערד אז עס זאל זיין שענער פונעם צווייטען, און די קנאת סופרים איז פאר אונז אסאך ווערד, אבער פאר זיי, די ארויסגעבער, האט זיך עס נישט געלוינט, נאך דערצו, ווען ביידע ווערן געפלאגט פון די מגיפה, וואס צענדליגער מענטשן קאפירן אן רשות זייער סידי, אלזא, נאכן איינזען די אלע פראבלעמען, זענען זיי געקימען צו אן אויסגלייך, און ארויסגעגבן ביידע צונאזאם א טעיפ, וואס עס שטייט דעראויף די סימבאל פון ביידע דיסטריביוטערס, לחיים און חזק,

ס'איז נאר צום האפן אז דאס וועט מאכן שענער, נישט ערגער, פון אנדערע זייט איז עס ווערט צו ווערן באגריסט אינעם חרדישען גאס, אז נאך א מחלוקה איז געקומען צו א שטילשטאנד, און א פארגלייך,

שירו לשם שיר חדש.
איך בין צייטליך און איך האב עפראווד די תגובה.

אוועטאר
מאשקע
מ. ראש הקהל
תגובות: 12565
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 15, 2006 2:40 am
לאקאציע: אין די חיפוש

תגובהדורך מאשקע » זונטאג אפריל 22, 2007 1:00 pm

ספירה בשירה
ארויסגעגעבן דורך ר' מענדל ווערדיגער (אדרת, מאסטלי מוזיק)

גאנץ שיינע ניגונים, אבער נישט אזא רייכע און פראפעסיאנאלע כאר ווי אויף אנדערע טעיפס (אין אנדערע ווערטער, לויט טייל פוסקים מעג מען עס הערן אום ספירה...)
וואס ער אליין זינגט, איז זייער שיין, ווייל ער האט זייער א זיסע און בא'טעמ'טע שטימע.
ער האט גענוצט צופיל דידזשיטעל עפעקטס (עקאו, דילעי וכו'), וואס מ'הערט אביסל צו שטארק.

אוועטאר
צייטליך
מ. ראש הקהל
תגובות: 12466
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 01, 2006 6:13 pm
לאקאציע: ערגעץ דא אין די געגענט.

תגובהדורך צייטליך » זונטאג אפריל 22, 2007 5:48 pm

כ'האב נעכטן געהערט די אינטערוויא פון יונתן שווארץ אויף קול מבשר, כ'זאג ענק, טרערן זענען מיר פארלאפן אין די אויגן, נישט קיין וויץ, בעיקר ווען ער דערציילט די מעשה אויף וואס ער האט געמאכט די אידישע ניגון אויפן טעיפ, מיטן נאמען 'תשובה אין מירון', אזוי הארציג, אויסערגעווענליך,
און בכלל זיי גאנצע אינטערוויא, ווי ער רעדט זיך אפ אויף די אלע וואס מאכן קאפי'ס פון טעיפ'ס, וואס דאס האלט אים אפ שוין קרוב צו צוויי יאר פון ארויסגעבן זיין טעיפ 'א אידישע נשמה',

עס לוינט זיך צו הערן !
איך בין צייטליך און איך האב עפראווד די תגובה.

אוועטאר
צייטליך
מ. ראש הקהל
תגובות: 12466
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 01, 2006 6:13 pm
לאקאציע: ערגעץ דא אין די געגענט.

תגובהדורך צייטליך » מאנטאג אפריל 23, 2007 6:49 pm

דא האט איר איין ניגון פון די מסיבה ביי יאקאב, קוה אל השם, געזינגען דורך ר' אביש בראדט.

http://www.yousendit.com/download/TEhXY ... MHMwTVE9PQ

הערט און האט הנאה.
איך בין צייטליך און איך האב עפראווד די תגובה.

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלפים
תגובות: 28277
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובהדורך קרעמער » מאנטאג אפריל 23, 2007 11:48 pm

צייטליך;

מאך מיר נישט וויינען!

איך האב אמאל געזען (ביי א חולה אין שפיטאל, ע"ה) א ווידיאו פון אזא מסיבה (אויב איך גרייז נישט, איז דאס ביי ר' אביש בראדט זעלבסט אינדערהיים, אין א חול המועד פסח וכדומה), און די ניגון "קוה אל ה'" איז מיר אזוי שטארק אריין אין די ביינער, אז ווען איך נויטיג זיך אין א שטיקל התעוררות, זינג איך זיך דאס אונטער. אשריך ר' אביש וואס אייערע ניגונים זענען אזוי ווארים און הארציג און איר האט די זכיה מעורר צו זיין אידישע קינדער.

אוועטאר
צייטליך
מ. ראש הקהל
תגובות: 12466
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 01, 2006 6:13 pm
לאקאציע: ערגעץ דא אין די געגענט.

תגובהדורך צייטליך » דאנארשטאג אפריל 26, 2007 10:40 am

ווינדער:

אבי פיאמענטא, דער באקאנטער ספרד'ישע זינגער, האט יעצט ארויסגעגבן איינע פון זיינע מערסט-אויפגעכאפטע ניגונים "סימן טוב ומזל טוב", אן מוזיק, ספעציעל פאר די ימי הספירה, עס איז נאכגעמאכט זייער עכט, ס'קוקט נישט אויס ווי קיין ספירה ניגון, (ס'קען מעגליך זיין א שאלה אויב מ'מעג עס טאקע הערן)
http://www.col.org.il/pics/inbox/337230 ... 3713%2Ewma
איך בין צייטליך און איך האב עפראווד די תגובה.

אוועטאר
Jewboy
מלך הייד פארק
תגובות: 418
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 26, 2006 5:30 am
לאקאציע: אונטער דער ערד
פארבינד זיך:

תגובהדורך Jewboy » פרייטאג אפריל 27, 2007 10:23 am

איך הער יעצט די שהשלום שלו (ארגינעלע) ס'איז זייער שיין.
א גוטן.
א גוטן, קען אלץ צו נוץ קומען

אוועטאר
דארפסמאן
שר ששת אלפים
תגובות: 6441
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 14, 2006 2:52 pm
לאקאציע: אין דארף

תגובהדורך דארפסמאן » זונטאג אפריל 29, 2007 4:41 pm

איך האב יעצט געהערט שהשלום שלו עס איז זייער שיין , די שענסטע ניגן איז מיטן אידישע בחור אין מירון
הכו"ח ר' אברהם דארפסמאן שליט"א
פה ב'דארף יצ"ו -

אוועטאר
abimlaibt
שר שלשת אלפים
תגובות: 3849
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג דעצמבער 25, 2006 3:48 pm
לאקאציע: נישט קיין נפק"מ איך זיך ממילא א נייע ס'פלאץ

תגובהדורך abimlaibt » מיטוואך יולי 04, 2007 2:59 pm

איך האלט יעצט אין איין איבערהערן דעם ניגון קוה אל השם מ'קען ממש נישט אויסהאלטען ווי שיין דאס איז.
שכח פארן ארויפלייגען,
וויזוי מ'לעבט איז געלעבט. אבי מ'קלעיבט.

זעקסטע_הקפה
שר העשר
תגובות: 46
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 28, 2007 11:12 am

תגובהדורך זעקסטע_הקפה » פרייטאג יולי 06, 2007 12:45 pm

דער "יו-סענד-איט" לינק האט עקספייערט. ואני, אנה אני בא?

אוועטאר
מאשקע
מ. ראש הקהל
תגובות: 12565
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 15, 2006 2:40 am
לאקאציע: אין די חיפוש

תגובהדורך מאשקע » מוצ"ש יולי 07, 2007 10:51 pm

לכל זמן.
(ס'איז טיף. לאמיר זעהן צי עסט כאפן.(

אוועטאר
צייטליך
מ. ראש הקהל
תגובות: 12466
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 01, 2006 6:13 pm
לאקאציע: ערגעץ דא אין די געגענט.

תגובהדורך צייטליך » מאנטאג יולי 09, 2007 11:12 am

איך וועל עס אי"ה שפעטער נאכאמאל ארויפלייגן.
איך בין צייטליך און איך האב עפראווד די תגובה.

בראנפן
שר העשר
תגובות: 14
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 26, 2007 7:41 pm

תגובהדורך בראנפן » מאנטאג יולי 09, 2007 8:00 pm

מר. צייטליך דאס מיינט צייטליך ? וויפיל מאל דארף מען דיר בעטן עס ארויפצולייגן ?

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלפים
תגובות: 28277
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובהדורך קרעמער » מאנטאג יולי 09, 2007 10:59 pm

העי, געט דעם מענטש א געלעגנהייט, וויפיל באצאלט איר אים, מר. בראנפן?

(אויב ווילסטו, קען איך דיר עס אריינשיקן אין אימעיל, שיק מיר דיין אדרעסע אין אישית ביטע)

אוועטאר
אלץ-ווייסער
שר חמש מאות
תגובות: 861
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אפריל 27, 2007 11:35 am
לאקאציע: נע ונד

Re: ספירה טעיפ'ס

תגובהדורך אלץ-ווייסער » דינסטאג יולי 10, 2007 4:02 pm

צייטליך האט געשריבן:"יאקאב מסיבות"
עצה טובה קמשמה לן:
יעצט אין די ימי הספירה איז די פאסיגסטע צייט זיך איינצוהיינדלען די סידי'ס פון "יאקאב מסיבות", עס איז א סידי פאר א גאנץ יאר, און כל שכן פאר די טעג,
די מסיבות קומען פאר יערליך, חוה"מ פסח, חוה"מ סכות, חנוכה, בבית הרה"ח דוד ארי' יאקאב, ווי עס קומען זיך צוזאם די גרעסטע און שענסטע זינגער'ס, חזנים, קווייער'ס, און עס ווערן געזינגען הערליכע ניגונים, היי יאר חוה"מ פסח איז אויך אנוועזענד געווען חזן העלפגאט,
ווער עס האט ניגונים ווערט געבעטן צו לייגן לינק'ס, וויבאלד ס'איז נישטא צובאקימען אין די לאקאלע געשעפטן.

שבעה שביעות תספר לך.


העי, צייטליך. איך האב אלע MP3 פון די יאקאב ניגונה קלוב. עס איז אויסטערליש שיין.
איך נויטיג זיך אין איינעם וואס קען מיר העלפן ערקלערן וועלכע ניגון איז וואס.
איך האב אין מיין קאלעקציע קרוב צו 300 ניגונים, איינס שענער פון צווייטן.

דערונטער ווערט דארט געזונגען א שיינע צאל מארשן, וואלצעס און שיינע מעלדאדיעס
געוואלד, ווער קען מיר פותר זיין וועלכער מארש איז וועמענס און פון וואנעט דאס שטאמט?

הילף ביטע
בל' ס"ג - ניקס ווייסער וד"ל

אוועטאר
יאנאש
שר שמונת אלפים
תגובות: 8286
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 28, 2006 8:40 pm
לאקאציע: וואו בינעך טאקע?

תגובהדורך יאנאש » דינסטאג יולי 10, 2007 4:04 pm

לייג עס ארויף דא, מיר וועלן העלפן.

אוועטאר
אלץ-ווייסער
שר חמש מאות
תגובות: 861
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אפריל 27, 2007 11:35 am
לאקאציע: נע ונד

תגובהדורך אלץ-ווייסער » דינסטאג יולי 10, 2007 7:18 pm

הרב יאנאש:
קרוב צו 300 MP3 פיילס איז איבער א גיג גרויס
עס גיגעלט זיך נישט אזוי.
בל' ס"ג - ניקס ווייסער וד"ל

בראנפן
שר העשר
תגובות: 14
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 26, 2007 7:41 pm

תגובהדורך בראנפן » דינסטאג יולי 10, 2007 7:28 pm

מר. אלץ ווייסער שיק מיר אריבער די mp3 איך בין שוין דארט געווען אפאר מאל האב איך שוין אביסל ידיעות אין די ניגונים

בראנפן
שר העשר
תגובות: 14
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 26, 2007 7:41 pm

תגובהדורך בראנפן » דינסטאג יולי 10, 2007 7:42 pm

איך האב אין מיין קאמפיוטער אסאך ניגונים פון די יאקאב מסיבות וואס איך האב אליין אפגעכאפט נאר איך ווייס נישט וויאזוי עס צו אפלאודן אדער ארויפלייגן אפשר קען מיר איינער העלפן ?


צוריק צו “היכל הנגינה”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: א גולם, טשולענט בונדלעך, יישר כח באשעפער און 28 געסט