מוזיקפידיע

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
יאפין
שר האלף
תגובות: 1546
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 24, 2009 8:12 am

Re: מוזיקפידיע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יאפין »

יישר כח כינור, דאס איז זייער שיין אראפגעלייגט. באמת הנאה געהאט איבער צי׳חזרן.
ת׳הא ש׳נת פ׳רנסה ג׳דולה
אוועטאר
מים חיים
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4973
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 14, 2016 12:08 pm

Re: מוזיקפידיע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מים חיים »

כינור האט געשריבן:
כ׳האף עס צו האבן בקרוב אין א פדפ פארמאט.
שכוח.

ס'זעט אויס זייער אינטערעסאנט, אונז ווארטן מיט געדולד אויף די פדפ

יישר כח פון פאראויס
אוועטאר
ציגאנער
שר האלפיים
תגובות: 2931
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 02, 2020 2:53 pm

Re: מוזיקפידיע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ציגאנער »

מים חיים האט געשריבן:
כינור האט געשריבן:
כ׳האף עס צו האבן בקרוב אין א פדפ פארמאט.
שכוח.

ס'זעט אויס זייער אינטערעסאנט, אונז ווארטן מיט געדולד אויף די פדפ

יישר כח פון פאראויס

viewtopic.php?f=18&t=25334&start=450#p2984265
האלט שוין אין לעצטע שטאפלען!

אי"ה בקרוב...
פעניאק
שר חמש מאות
תגובות: 714
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 13, 2018 4:42 pm

Re: מוזיקפידיע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פעניאק »

דע אשכול איז איינס אין א מיליאן!!!
האמיר דוין וואס צו ליינען שבת חול המועד
אוועטאר
ירח בן יומו
שר מאה
תגובות: 207
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג סעפטעמבער 05, 2021 6:20 am

Re: מוזיקפידיע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ירח בן יומו »

מיר ווארטען מיט עקסטאז נאך פאר דעם PDF, "ציגיינער ווי ביזטו"!!
אוועטאר
למדן וצדיק
שר האלף
תגובות: 1189
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 15, 2015 10:49 pm

Re: מוזיקפידיע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך למדן וצדיק »

כ'האב געמאכט א ספרעדשיט אין וועלכן מ'קען זען אלע פאפולערע קארדס און סקעילס, און ווי אויך אן עקסטרע שיט פון אלע סקעילס וואס זענען בכלל שייך צו מאכן, סיי פון 7 טענער און סיי פון וועלכער קאמבינאציע פון טענער וואס שייך. אויבן קען מען אויסוועלן דעם Root און ס'וועט אויטאמאטיש ווייזן אלע טענער פון די סקעילס אדער די קארדס. אויך קען מען אויסוועלן צו ווייזן די נומערן אדער די אינטערוואלס, ארויסגעשריבן אדער אין קורץ.
https://docs.google.com/spreadsheets/d/ ... sp=sharing

די דאטא פון אלע סקעילס קומט פון דעם ספרעדשיט וואס כ'האב ערגעצוואו געטראפן
https://docs.google.com/spreadsheets/d/ ... 2031285887
וצריך לאדם להיות לו אלו שני בחינות ברית, היינו שיהא ״צדיק״ ו״למדן״ (לקוטי מוהר״ן ח״א, ל״א, ה׳)
אוועטאר
כינור
שר חמש מאות
תגובות: 768
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש יולי 13, 2019 10:46 pm

Re: מוזיקפידיע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כינור »

למדן וצדיק האט געשריבן:כ'האב געמאכט א ספרעדשיט אין וועלכן מ'קען זען אלע פאפולערע קארדס און סקעילס, און ווי אויך אן עקסטרע שיט פון אלע סקעילס וואס זענען בכלל שייך צו מאכן, סיי פון 7 טענער און סיי פון וועלכער קאמבינאציע פון טענער וואס שייך. אויבן קען מען אויסוועלן דעם Root און ס'וועט אויטאמאטיש ווייזן אלע טענער פון די סקעילס אדער די קארדס. אויך קען מען אויסוועלן צו ווייזן די נומערן אדער די אינטערוואלס, ארויסגעשריבן אדער אין קורץ.
https://docs.google.com/spreadsheets/d/ ... sp=sharing

די דאטא פון אלע סקעילס קומט פון דעם ספרעדשיט וואס כ'האב ערגעצוואו געטראפן
https://docs.google.com/spreadsheets/d/ ... 2031285887


wow! ווי אזוי האסטו דאס געמאכט? א מורא׳דיגע ארבעט.
לעצט פארראכטן דורך כינור אום מאנטאג אקטאבער 04, 2021 5:38 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
[email protected]

אמאל האט מען גענוצט ניגונים מעורר צו זיין די געפילן בשעת עבודת הבורא, מען האט נישט געניצט דעם בורא פאר עבודת הגעפילן - פרידן
אוועטאר
כינור
שר חמש מאות
תגובות: 768
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש יולי 13, 2019 10:46 pm

Re: מוזיק דיקשענערי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כינור »

כינור האט געשריבן:
לאמיר ענדיגן מיט אן אינטערסאנטן עפיזאד.
וויסנשאפטלער האבן גענומען א פשוטע בעג פאטעיטא טשיפס און אריינגעשטעלט אין א סאונדפרוף צימער ווי צוויי מענטשן האבן געשמועסט הויעך אויפן קול. אינדרויסן פונעם צימער האט מען פאקוסירט אויפן פאטעיטא טשיפ בעג גאר א פארגעשריטענע קאמערא וואס קען אויפכאפן טויזענטער פרעימס פער סעקונדע. די צימער איז געווען סאונדפרוף אזוי אז ס׳איז געווען אוממעגליך אויפצוכאפן קול כוואליעס דורך שמיעה. די וויסנשאפטלער האבן מצליח געווען צו ׳הערן׳ דעם שמועס פון די צוויי מענטשן דורך אפליינען די וויבערראציע פון די פאטעיטא טשיפ בעג! אינעם קאמפיוטער האט מען אנאליזירט די מיקרא ציטערנישן פונעם בעג וואס איז געשאפן געווארן דורך די מענטשליכע קולות און אזוי באוויזן צו דערשנאפן זייער שמועס.



פנחס גלויבער באציעט זיך דערצו
https://www.yiddish24.com/analysis/41/47570
[email protected]

אמאל האט מען גענוצט ניגונים מעורר צו זיין די געפילן בשעת עבודת הבורא, מען האט נישט געניצט דעם בורא פאר עבודת הגעפילן - פרידן
אוועטאר
למדן וצדיק
שר האלף
תגובות: 1189
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 15, 2015 10:49 pm

Re: מוזיקפידיע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך למדן וצדיק »

כינור האט געשריבן:wow! ווי אזוי האסטו דאס געמאכט? א מורא׳דיגע ארבעט.

אויב קענסט אביסל Excell, קענסטו זען. מנוצט פשוט דעם vlookup function. ס'דא דארט עטליכע באהאלטענע קאלומנס מיט נומערן וואס זאגט וועלכע קאלום צו זוכן. די נומערן האב איך גענומען פון דעם אנדערן שיט וואס כ'האב צוגעלינקט.
וצריך לאדם להיות לו אלו שני בחינות ברית, היינו שיהא ״צדיק״ ו״למדן״ (לקוטי מוהר״ן ח״א, ל״א, ה׳)
אוועטאר
ציגאנער
שר האלפיים
תגובות: 2931
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 02, 2020 2:53 pm

Re: מוזיקפידיע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ציגאנער »

ס'איז מורא'דיג!
אוועטאר
למדן וצדיק
שר האלף
תגובות: 1189
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 15, 2015 10:49 pm

Re: מוזיקפידיע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך למדן וצדיק »

יישר כח!
וצריך לאדם להיות לו אלו שני בחינות ברית, היינו שיהא ״צדיק״ ו״למדן״ (לקוטי מוהר״ן ח״א, ל״א, ה׳)
גליקליכע ברודער
שר חמישים
תגובות: 98
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 27, 2019 9:37 am

Re: מוזיקפידיע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גליקליכע ברודער »

ירח בן יומו האט געשריבן:מיר ווארטען מיט עקסטאז נאך פאר דעם PDF, "ציגיינער ווי ביזטו"!!

מיר ווארטן קוים אויף דעם..
אוועטאר
כינור
שר חמש מאות
תגובות: 768
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש יולי 13, 2019 10:46 pm

Re: מוזיקפידיע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כינור »

ריטעם




מיר זענען אדורך דעם לאנגן וועג פון פארשטיין וואס איז דאס קול בכלל, ביז׳ן ארויסהאבן די זיבן טענער פון וואס מיר קלויבן פון זיי צו בויען א מעלאדיע. אין די פריערדיגע שיעורים זענען מיר אבער נאר צוגעקומען צו די ערשטע באשטאנדטייל פון א ניגון; די זיבן טענער. דאס איז אבער נישט די איינציגסטע. די צווייטע עיקר פאקטאר אין א ניגון איז ריטעם.


Rhythm


יעדע שטיקל מוזיק וואס איז נאר אמאל געשריבן געווארן איז צוזאמגעשטעלט פון קול און צייט. מוזיק קען נישט פאסירן אן זמן. ד״ה אז מוזיק מוז געהערט ווערן איבער א געוויסע צייט אפשניט.

אנדערשט ווי א פעינטינג אדער א סקולפטור וואס זענען קאמפאזיציעס אין פלאץ - מקום, איז מוזיקאלישע ווערק א קאמפאזיציע געוואנדען אין צייט. צייט איז די קאנוועס פון מוזיק.
די וועג ווי אזוי מען שטעלט אויס די מעלאדיע אין צייט איז די ריטעם פון א ניגון. ריטעם - אין מוזיק - באדייט די צוטיילונג פון זמן אין אייניגע פראפארציעס וואס פראדוצירט א רעגולארע פעטערן משך זמן.

די מהות און רעיון פון ריטעם איז פארהאן אויך אין אנדערע ארט ווי פאעזיע, מאלן, און ארכיטעקטור.

נישט קיין חילוק וואסערע פעטערן׳ס א שטיקל מוזיק קען האבן (פעטערן׳ס אין פיטש וכדומה), איז ריטעם די מערסט ׳לעבנסוויכטיגע׳ באשטאנדטייל אין מוזיק. ריטעם קען עקזעסטירן אן מעלאדיע, ווי אין די פרימיטיווע ׳מוזיק׳ אין אפריקע וואס באשטייט בעיקר פון דראם קלאפעס, אבער מעלאדיע קען נישט עקזעסטירן אן ריטעם.

גאר אסאך זאכן אין אונזער וועלטעל האבן ריטעם. ווי למשל די ערד גייט ארום די זון מיט א ריטעם פון בערך 365 טעג א יאר, און עס דרייט זיך מיט א ריטעם פון איין טאג.

אין פארגלייך צו פיטש קומט ריטעם מער נאטורליך צום מענטש ווייל עס איז איבעראל אין אונזער לעבן, פון די הארץ קלאפעס ביז די גערודער פון א באן אויף די שינעס.


Beat


׳ביעט׳ און ריטעם איז נישט די זעלבע זאך. ביעט איז ס״ה אן אופן פון ריטעם.

נוסח האט נישט קיין ביעט אבער יא א ריטעם. אז דער חזן וועט אויסציען איין ווארט איבער דאס אנדערע וועט עס זיין גאר אומאנגענעם פארן אויער. די ווערטער דארפן זיין בערך די זעלבע געזעצט.

אבער אינדערצייט וואס ריטעם איז פארהעלמעסיג פארפליכטעט צו צייט איז ביעט פיל שטרענגער דערמיט.

ביעט באדייט א כסדר׳דיגע פולס. ביעט איז די אנערליכע זייגער פון מוזיק. ס׳איז ווי די הארץ קלאפעס; א שטענדיגע פולס וואס טוישט זיך נישט. און פונקט ווי מען איז וואכזאם צו די פולס אדער הארץ קלאפעס אזוי אויך איז מען וואכזאם צו די אינטערליגנדע ביעט ווען מען הערט מוזיק.

(גוטע מוזיק מאכט פיס זיך רוקן איבעראל אין די וועלט. אונזערע פיס רוקן זיך נאטורליך צום טאקט פונעם ביעט. אונזערע הענט קלאפן מיט מיט די דראמס. אונז קענען זיך נישט העלפן. אבער פארוואס?
פארוואס פילן מיר אן אינערליכע דראנג צו רוקן אונזערע גופים ווען מיר הערן מוזיק? כ׳מיין, מ׳גייט נישט טרעפן איינעם טאנצן צו א פעינטינג אדער צו א בוך נישט קיין חילוק ווי גוט זיי זענען…
ס׳דא מוזיק וואס איז אזוי געוואלדיג אז ס׳איז באלד אוממעגליך זיך צוריקצוהאלטן פון זיך רוקן דערצו. פארשער האבן נאך נישט קיין קלארע מהלך דערין. עפעס זאגן זיי אז די Cortax וואס איז פאראנטווארטליך פאר שמיעה איז ממש נעבן די חלק מח וואס איז פאראנטווארטליך פאר מאוומענט. אבער ס׳איז נאך אלס אומקלאר. איז אדערווייל לאמיר טאנצן.)

די צווישנשייד צווישן איין ביעט צום צווייטן איז גענוי די זעלבע.

ווען מען הערט א ניגון שפילן נישט די אינסטרומענטן בדוקא לויט די ביעטס נאר זיי שפילן ארום דעם און ציען אויס געוויסע נאטן אדער פארקורצן אבער אלץ האלטן זיי זיך צוזאם אינעם סטרוקטור פונעם ביעט.

ווי אזוי רעכענט מען די פולס? מען דארף עס קענען צוגלייכן צו עפעס און אזוי עס מעסטן. אזוי ווי די ספיד פון א קאר וואס מען גלייכט עס צו צו שעה, אדער א פוס צו אינטשעס אא״וו. ווי אזוי שאצט מען די סכום פון ביעטס? דורך Bpm.


Bpm


Bpm איז די אקראנים פאר B’eats P’er M’inute.

אויב א ניגון לויפט אין 60 Bpm מיינט עס אז יעדע ביעט וועט געדויערן א סעקונדע. ביי 120 Bpm וועט יעדע ביעט געדויערן א האלבע סעקונדע.


Tempo


Bpm מעסט מען דורך טעמפא. ׳טעמפא׳ איז די ספיד - שנעלקייט פון די ביעטס (טעמפא באדייט אין איטאליעניש ׳צייט׳). ווען מען דרייעט אראפ דעם ריטעם און מען מאכט שטייט א ניגון אינדערמיט צו האפקען דערויף, טוישט מען נישט די ביעט נאר די טעמפא - שנעלקייט דערפון.

רוב ניגונים וואס מיר הערן היינט זענען צווישן 55 Bpm און Bpm 190.

די שטייסטע טעמפא מעגליך איז בערך ביי 33 Bpm דערנאך קענען שוין נישט אונזערע מוחות מחבר זיין איין ביעט צום צווייטן אז מ׳זאל נאטורליך שפירן דעם המשך דערפון. ס׳וועט שפירן ווי די צוויי ביעטס האבן נישט קיין שייכות.


Measure or bar


ביעטס ווערן גרופירט אין Measurs צו ׳בארס׳.

אין מוזיק איז ביעטס ארגאנאזירט אין חלקים וואס ווערט גערופן מעזשער׳ס - Measurs. ווען מען שרייבט עס אויף פאפיר ווערן די חלקים צוטיילט מיט באר ליניעס. ס׳איז דא אסאך וועגן ווי אזוי צו ארגענעזירן ביעטס.


4/4

די מערסט באקאנטע ביעט איז 4/4 וואס באדייט אז ס׳איז פארהאן 4 ביעטס אין א Measure און יעדע ביעט אינעם Measure איז א פערטל נאט.

ד״ה אז די ניגון גייט לויפן אין די פאלגענדע פעטערן;

איינס, צוויי, דריי, פיר,
איינס, צוויי, דריי, פיר, אא״וו.

זינגט און ציילט מיט מיר:

העי, צמאה, צמאה, צמאה.
צמאה, לך, נפ, שי.
כמה, כמה, כמה, כמה.
כמה, לך, בש, רי.

׳העי, צמאה, צמאה, צמאה,׳ איז די ערשטע Measure, און ׳צמאה, לך, נפ, שי,׳ איז די צווייטע Measure. די ווארט ׳העי׳ (און אזוי אויך דריי מאל די ווארט צמאה) אין די ערשטע Measure איז א פערטעל נאט לאנג.

ערשטע טאנץ און צווייטע טאנץ ניגונים ביי א חתונה - פרייליך און דיסקא, וועט שטענדיג לויפן אין א 4/4.

אסאך מוזיק דזשאנרעס זענען אין דעם ביעט א שטייגער ווי אומפאה (דאווענען) דיסקא (ניגון באבוב) פרייליך (אהללה) ראק (נכספה) הארא (יש בורא עולם) און מארטש.

3/4

דערנאך איז דא א 3/4 ביעט וואס באדייט אז עס פארמאגט בלויז דריי ביעטס אין א Measure און א יעדע ביעט אינעם Measure איז א פערטעל נאט לאנג. אסאך שטייטע ניגונים וואס מיר קענען זענען אין דעם גאנג, ווי למשל:

כאיל, תע, רוג.
על אפוקי, מ, ים.
על, אפוקי, מ.
י, –, ם.

6/8

דערנאך איז דא 6/8 וואס פארמאגט זעקס ביעטס אין א Measure, און יעדע ביעט איז (נישט א פערטעל נאט לאנג נאר -) אן אכטל נאט לאנג (קורץ).
ווי למשל:
(הייב אן ציילן פון ׳בון׳, ווייל ׳רי׳ איז נאך פון פריערדיגע Measure)

רי - בון, ה, עו, ל, מים, י-,
דע, תי, י, דע, תי, י-,
דע, -, -, -, -, -,
תי, -, -, -, -, -,

דערנאך איז דא וואלס וואס איז אויך אין א 3/4 אבער אויף א שנעלערן טעמפא.

דאס איז בעיקר די ריטעמס וואס מיר נוצן אבער ס׳פארשטייט זיך דא נאך.

Meter


Meter באדייט די אויסשטעל אין א פעטערן פון שטארקע און שוואכע ביעטס. לאמיר ערקלערן.

לכאורה, וואס איז די חילוק פון 3/4 און 4/4?

אויב פארמאגט מען א שורה פון גענוי צוועלעף ביעטס און מ׳לייגט א באר נאך יעדע 4 ביעטס וועט עס ווערן א 4/4 ניגון, אבער אויב לייגט מען אויף די זעלבע שורה ביעטס א באר נאך יעדע דריי ביעטס וועט עס ווערן א 3/4. לכאורה וואס איז די חילוק אין די צוויי ניגונים? די ביעטס איז דאך נישט געטוישט געווארן?

נאר עס איז דא א מציאות פון ׳שטארקע׳ ביעטס און ׳שוואכע׳ ביעטס. ד״ה אויף וועלכע ביעט לייגט מען דעם דגוש (נישט אז עס ווערט העכער אין וואליום… נאר א ריטעם דגוש). אין 4/4 איז די דגוש אויפן ערשטן ביעט, דערנאך די פיפטע, דערנאך די ניינטע, אא״וו. מען היפט כסדר פיר. אין 3/4 איז די דגוש אויפן ערשטן ביעט, דערנאך די פערטע, דערנאך די זיבעטע, מ׳היפט איבער נאר דריי.

מ׳קען עס באמערקן אויב וועט מען מיטציילן מיט א 4/4 ניגון. איר וועט שפירן ווי יעדע פערטע האט א דגוש דערויף.

דאס ווערט אנגערופן Meter און דאס פונאנדערשיידט איין ביעט פון צווייטן. אן די מושג פון Meter - דגוש - וואלט נישט מעגליך געווען צו פונאנדערשיידן צווישן א מארטש און א וואלס.

פרובירט עס אויס. הייבט אן צו קלאפן אויפן טיש א וואלס, איינס צוויי דריי, איינס צוויי דריי, אבער זינגט נישט מיט דעם ניגון. בלייבט אויפן זעלבן ריטעם און טוישט נישט די שנעלקייט. אינמיטן, פרובירט מיטן קאפ אנצוהייבן ציילן - אויף די זעלבע ביעט - איינס צוויי דריי פיר, איינס צווי דריי פיר, וועט איר אנקומען צו א מארטש... ווייל בעצם זענען ביעטס די זעלבע, די שאלה איז נאר ווי מען לייגט דעם דגוש.

די ערשטע ביעט איז געווענליך די שטערקסטע און אין רוב מוזיק האבן די באר׳ס די זעלבע סכום פון ביעטס.



אלעס איז ריטעם




בעצם איז ריטעם און פיטש די זעלבע זאך. זיי פאסירן פשוט ביי אנדערע שנעלקייטן.

לאמיר אויפבויען דעם קעיס.

ווי געשריבן אין די פריערדיגע שיעורים, אויב עפעס וויבערירט ביי א ראטע פון 100 מאל פער סעקונדע וועלן מיר הערן א נאט פון 100 Hertz.
עס איז דא זעכציג סעקונדעס אין א מינוט. וואס איז מיר נוגע? ווארט׳ס א מינוט.
ריטעם, און אונזער פארשטאנד פון כסדר׳דיגע פולס איז דעפענירט דורך ביעטס פער מינוט. א ביעט פון 60 ביעטס פער מינוט באדייט אין סעקונדעס; זעכציג מאל זעכציג פער סעקונדע.
איז בעצם איז פיטש און ריטעם די זעלבע זאך נאר פאסירן נאר אין אנדערע צייטן און שנעלקייטן! פיטש איז 100 מאל פער סעקונדע און ריטעם ביי 120 Bpm איז צוויי מאל פער סעקונדע...

לאמיר עס ממחיש זיין.

אויב הערט מען די גערודער פון א קאר מאטאר זיך אנצינדען צו פון די בלעידס פון א פען ביים אנהייבן די הקפות, וועט מען קודם הערן אזא פשוטע ררררר גערודער אבער עווענטועל וועלן זיי ווערן שנעלער און שנעלער ביז מען וועט הערן א בלויזע ברום ארויסקומען פון זיי. וואס איז געשען דא? נאר דאס איז בעצם די פענאמען פון וואס מיר רעדן דא.

פונקט ווי די שמיעה פון א מענטש האט גרעניצן און מען קען בלויז אויפכאפן פון 20 Hz ביז 20000Hz, די זעלבע איז פארהאן גבולים אין ריטעם. און וואס איך מיין דערמיט איז די מעגליכקייט צו פונאנדערשיידן צווישן ביעטס. אויב מען שפילט עפעס מורא׳דיג שנעל, לאמיר זאגן 10 Hz וואס איז 10 ביעטס פער סעקונדע, וועט אונזער מעגליכקייט צו פונאנדערשיידן צווישן די נאטן ווערן גאר אפגעשוואכט. ווי שנעלער עס ווערט וועט די ריטעם ווערן מער בלורי און צעמישט ביז עס וועט עווענטועל קומען א מאמענט וואס ריטעם וועט פארוואנדעלט ווערן אין פיטש. די ׳ברום׳ וואס מיר הערן פון עפעס וואס דרייט זיך גאר שנעל, איז פון ריטעם וואס איז פארוואנדעלט געווארן אין פיטש.

שטימט? לאמיר גיין א שטאפל ווייטער.

אין די וועלט פון ריטעם איז פארהאן אן אינטערסאנטע פענאמען גערופן Polyrhythm. פאלי-ריטעם באדייט אז אין די זעלבע צייט ווערן געשפילט פארשידענע באזונדערע ריטעמס. לאמיר זאגן 100 Bpm צוזאמען מיט 150 Bpm. (ווען מען הערט עס בינאזאם הערט מען פערטל נאטס - ביעטס, און צודריטעלטע פערטלעך נאטס - ביעטס (Quarter Note Triplets). ס׳איז גאנץ קאמפליצירט און ס׳פעלט נישט אויס אריינצוגיין אין איר טעאריע און צו וואס מ׳נוצט דאס).

(דא שפילט אפרים מארקאוויטש די באוואוסטע פאלי-ריטעם טשעלענדזש.
https://drive.google.com/file/d/17vrqrR ... Cegjt/view

ס׳איז נישט אזוי שווער ווי עס קוקט אויס, עס דויערט פשוט פראקטיצירונג.)


יעצט, אויב ריטעם איז פיטש, איז פאלי-ריטעם פאלי-פיטש. דאס הייסט פארשידענע פריקווענסי׳ס בינאזאם.

וואס הייסט? וויאזוי ערקלערט מען פאלי-פיטש?

לאמיר מסביר זיין.

ווי געשריבן אין די טענער ארטיקל, פשוטע Ratios הערן זיך גוט, און קאמפליצירטע Ratios הערן זיך נישט צו גוט. די פערפעקט פיפט (לאמיר זאגן E) איז די פשוטסטע Ratio - 3:5, און דערפאר הערט זיך עס געשמאק צוזאמען מיטן טאניק (A). און די צווייטע אינטערוואל (- B) (Major 2’nd) הערט זיך נישט גוט צוזאמען מיטן טאניק ווייל זיין Ratio איז 9:8.

און די זעלבע געדאנק פון נאטורליכע Ratios, ווערט אפאלירט צו קאורדס - ווען מען קאמבאנירט פארשידענע אינטערוואלס צוזאמען.

די Ratio פון א מעידזשער קאורד איז 4:5:6. - פיר Cycles קעגן פינעף קעגן זעקס.

וואס איז די שייכות פון די לענג פון די שטריק Ratios צו די polyrhthems אויבן דערמאנט? שטעלט זיך ארויס אז זיי זענען גענוי די זעלבע זאך!

ליינט און שטוינט.

אז מען שטעלט צוזאם דריי אנדערע ריטעמס און מען מאכט דערפון א פאלי-ריטעם פון 4:5:6 (- 4 פולסעס (מיט גענוי די זעלבע פלאץ צווישן איין פולס אין צווייטן) וואס שפילן אין די זעלבע סכום צייט פון פינעף פולסעס און אין די זעלבע סכום צייט פון זעקס פולסעס), און מען פארשנעלערט (די טעמפא פון אלע ריטעמס אינאיינעם) און פארשנעלערט עס אזש ס׳שוין אוממעגליך צו פונאנדערשיידן די ריטעמ׳ס, וועט עס פארוואנדעלט אין פיטש ווי אויבן דערמאנט, אבער נישט סתם א פיטש... נאר צו א מעידזשער קאורד!

יאפ. אז מען פארשנעלערט דעם פשוטן פאלי ריטעם וועט עס פארוואנדעלט ווערן אין א מעידזשער קאורד.

(כ׳וועל פרובירן אין די קומענדיגע טעג צו רעקורדירן דעם פענאמען.)

די מעידזשער קאורד פאלי ריטעם אין נאטן
Screen_Shot_2021-10-06_at_11.37.49_PM_4_22.png
Screen_Shot_2021-10-06_at_11.37.49_PM_4_22.png (12.87 KiB) געזען 3315 מאל



די זעלבע וועט פאסירן ביי יעדע קאורד און הארמאני צו יעדע מאל מען האט מער ווי איין נאט. אז מען צוברעקעלט עס אין קליין געלט וועט מען צוקומען צו א פאלי-ריטעם.

אלע אינטערוואלס און אלע הארמאניס איז צוזאמגעשטעלט פון Polyrhythms!

פאלי-ריטעמ׳ס וואס זענען גרינג צו ׳שפירן׳ און אויפצוכאפן דעם פעטערן, וועלן זיין גרינגער און געשמאקער צו ׳הערן׳ (׳קאנסענענט׳ פאר ווער ס׳האט געליינט ביז אהער) ווען זיי ווערן פארשנעלערט אין פארוואנדעלט אין פיטש... און פאלי-ריטעמ׳ס וואס איז שווערער צו ׳שפירן׳ און צו אויפכאפן די שייכות פון די פארשידענע ביעטס וואס שפילען בינאזאם, וועלן זיין שווערער און אומגעשמאק צו ׳הערן׳ ווען זיי ווערן פארשנעלערט צו פיטש.


עס גייט נאך ווייטער…

וואס פאסירט ווען מען פארשנעלערט ריטעם/פיטש צו מער ווי 20,000Hz ווי מענטשהייט קען שוין נישט הערן?

לאמיר נעמען די פיטש A וואס שטייט ביי 440 Hz. אויב דאפעלט מען די פריקווענסי צו Hz 880, בלייבט עס ווייטער אן A נאר יעצט איז עס אן אקטאווע העכער. יעצט קען מען דאפלען ווייטער און ווייטער 1760, 3520, 7040, ביז 14080 וואס איז די העכסטע A וואס ס׳איז מעליך פאר אונז אויפצוכאפן. אבער עס פארטיגט זיך נישט דא.

די קומענדיגע דאפלונג צו 28160 איז ווייטער די זעלבע A. מיר קענען עס טאקע נישט הערן אבער עס מיינט נישט אז עס עקזעסטירט נישט… מען קען עס האלטן אינאיין דאפלען - 56320, 112640, 225280, 450560, ביז מען קומט אן צו א געוויסע פונקט וואו מען קומט אן צו גאר אן אינטערסאנטע פלאץ.

ווען מען קומט אן צו פריקווענסי וויבעראציעס וואס פאסירן טריליאנען מאל פער סעקונדע קומט מען אן צו די פריקווענסי פון ראיה!

כידוע, יעדע קאליר האט אן אנדערע פריקווענסי און דאס מאכט עס זאל האבן אן אנדערע קאליר, איז ווען מען איז אינעווייניג אין דעם ליכטיגקייט ספעקטרום קען מען אויסרעכענען די קאליר פון A…

עס שטעלט זיך ארויס אז A (פערציג אקטאוועס העכער 440 Hz) איז Orange. די פערפעקט פיפט - די מערסט נאטורליכע Ratio - אין אונזער פאל E, איז די קאליר בלוי.

אין די טשארט קען מען זעהן די קאלקולאציעס פון אלע פיטשעס וואס מיר נוצן היינט העכער מיט 40 אקטאוועס.
The color Of sound.png
The color Of sound.png (636.04 KiB) געזען 3315 מאל


יעצט האלטס אן די זיצן…


סיר אייזק ניוטון די באוואוסטע מאטעמאטיקער וואס האט ׳ערפונדען׳ גראוויטעט שרייבט באלד דריי הונדערט יאר צוריק אין א בוך זיינע אז די די מערסט נאטורליכע שותף פון די קאליר אראנדזש איז א געוויסע סארט בלוי…


..........


טעכניש גערעדט, ווען מען פארשנעלערט א פיטש גייט עס נישט פארוואנדעלט אין ליכטיגקייט, ווייל קול איז א קאמפרעשען כוואליע און עס מוז האבן א חומר אין וואס צו לויפן (אין ספעיס איז נישט שייך צו הערן א קול ווייל דארט איז א וואקיום) און ליכטיגקייט איז עלעקטרא מאגנאטישע ראדיאציע, ממילא זענען זיי צוויי אנדערע זאכן.

אבער די עיקר נקודה איז די ענדליכקייטן פון די פריקווענסי נומערן אין די טבע הבריאה.

הפלא ופלא.

..........


יישר כוח Of course, יאפין, מים חיים, פעניאק, ירח בן יומו, פאר די פידבעק, און א ספעציעלע דאנק פאר למדן וצדיק פאר זיין הערליכע עקסעל שיט אויף סקעילס.
אטעטשמענטס
ריטעם-min (1).pdf
(152.41 KiB) געווארן דאונלאודעד 161 מאל
לעצט פארראכטן דורך כינור אום פרייטאג אקטאבער 08, 2021 12:57 pm, פארראכטן געווארן 2 מאל.
[email protected]

אמאל האט מען גענוצט ניגונים מעורר צו זיין די געפילן בשעת עבודת הבורא, מען האט נישט געניצט דעם בורא פאר עבודת הגעפילן - פרידן
אוועטאר
ציגאנער
שר האלפיים
תגובות: 2931
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 02, 2020 2:53 pm

Re: מוזיקפידיע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ציגאנער »

WOW WOW WOW!!! דאס איז סחורה!

איך פארשטיי שוין כמעט אלעס. גיימיר איבערליינען א דריטע מאל...
אוועטאר
למדן וצדיק
שר האלף
תגובות: 1189
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 15, 2015 10:49 pm

Re: מוזיקפידיע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך למדן וצדיק »

הפלא ופלא! חידושים נוראים ונפלאים. א ריזיגן ייש"כ נאכאמאל!
וצריך לאדם להיות לו אלו שני בחינות ברית, היינו שיהא ״צדיק״ ו״למדן״ (לקוטי מוהר״ן ח״א, ל״א, ה׳)
אוועטאר
איצל פיצל
שר האלף
תגובות: 1709
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יולי 11, 2008 1:57 am

Re: מוזיקפידיע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איצל פיצל »

שוין געליינט כמעט די גאנצע. וועל מיר נאך דארפן איבערליינען אפאר מאל.
מיר קענען זיך נישט גענוג באדאנקן.
אוועטאר
למדן וצדיק
שר האלף
תגובות: 1189
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 15, 2015 10:49 pm

Re: מוזיקפידיע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך למדן וצדיק »

דאכט זיך כ'האב שוין ערגעצוואו צוגעצייכנט דעם וועבזייטל.
https://ianring.com/musictheory/scales/finder.php

ס'איז זייער אינטערסאנט, ממש אן ענציקלאפעדיע פון אלע סקעילס אויף דער וועלט וואס קען נאר זיין מיט זייער אינטערסאנטע אנאליזן אויף יעדן סקעיל.

כ'האב יעצט אויך געטראפן נאך אזא סארט וועבזייטל
https://allthescales.org/intro.php

דאס איז אויך היבש אינטערסאנט, אבער ער האט נאר סקעילס וואס האבן ווייניגער ווי א "מעידשאר 3'רד" שפרונג אינמיטן. מ'קען דארט אויך דאונלאדן א CSV פייל מיט א ליסטע פון אלע סקעילס. זיין ליסטע איז זייער שיין מסודר לויט סקעילס און Modes (ד"ה אז לויט דעם וועלן מיינאר און מעידשאר זיין דער זעלבער סקעיל נאר אנדערע Modes). ווי אויך האט פאר יעדן סקעיל געגעבן א נאמען אז ס'זאל זיין גרינגער צו אידענטיפיצירן.

כ'האב געמאכט א נייעם שיט מיט אלע סקעילס, און צוגעלייגט עטליכע קאלומנס לויט פארשידענע אינטערסאנטע אנאליזן פון די צוויי אויבנדערמאנטע וועבזייטלעך.

https://docs.google.com/spreadsheets/d/ ... sp=sharing

ביינערי נומערן

א ביינערי נומער איז א סעט פון נומערן וואס באשטייט נאר פון זעראס און איינסערס. דאס איז זייער אנגענומען אין דער דיגיטאלער וועלט. עס איז זייער פראקטיש און גרינג צוצושטעלן א ביינערי נומער פאר יעדן סקעיל. דער ביינערי נומער באשטייט פון 12 נומערן. וועלכער טאן מ'נוצט אינעם סקעיל איז 1, און וועלכער נישט איז 0. לויט דעם איז דער ביינערי נומער פונעם מעידשאר סקעיל 101011010101, און פונעם מיינאר 101101011010, אא"וו.

דעסימעל נומערן

מ'קען נעמען פשוט יעדן ביינערי נומער און עס קאנווערטן צו א דעם געהעריגן נומער וועלכער מיר נוצן. דער נומער פונעם מעידשאר סקעיל איז 2773, און פונעם מיינאר 2906. ד"ה און אנדערע ווערטער אז ווען מ'זאגט אז דער מעידשאר סקעיל, למשל, איז נומער 2773, איז דאס נישט סתם א צוגעשטעלטער נומער אין דער וועלט אריין, נאר דער אמת'ער נומער פון דעם סקעיל. לויט דעם נומער קען מען וויסן פון וועלכע נאטן דער סקעיל באשטייט!

נומערן פון 1

אויב גייט מען מיט דעסימעל נומערן קאנווערטעד פון ביינערי נומערן איז דא א פראבלעם. יעדער פארשטייט למשל אז 011011010101 איז נישט קיין סקעיל. א סקעיל קען נאר באשטיין פון א ביינערי נומער וואס דער ערשטער נומער איז 1, ווייל ס'נישטא אזא זאך ווי א סקעיל אָן אַן ערשטן טאן. דאס מאכט אז אויב מ'קאנווערט די ביינערי נומערן פון די סקעילס צו געהעריגע נומערן, הייבן זיך אן די נומערן פון 2048. נומער 1 אין ביינערי נומערן איז למשל 000000000001, וואס איז פארשטייט זיך נישט קיין סקעיל. דאקעגן דער ביינערי נומער פאר'ן סקעיל וואס באשטייט נאר פון איין טאן איז 100000000000, וואס אין דעסימעל נומערן איז דאס 2048. דעריבער כדי צו קענען נומערירן די סקעילס פון 1 ארויף, דארף מען נעמען דעם קאנווערטעד דעסימעל נומער אין מאכן מיינוס 2047. אזוי קומט אויס אז סקעיל נומער 2048 (דער סקעיל וואס באשטייט נאר פון איין טאן) איז נומער 1, אא"וו ארויף.

נאטן

דאס איז פונקט ווי דער פריעדיגער שיט. דא קען מען זען די נאטן פון יעדן סקעיל. אויבן קען מען אויסוועלן דעם Root, אדער אז ס'זאל ווייזן די נומערן, אדער די נעמען פון די אינטערוואלס. כ'האב געמאכט אז ס'זאל זיין אין איין קאלום, פשוט ס'זאל זיין גרינגען צו ליינען.

Tones

פון וויפיל טענער דער סקעיל באשטייט.

סטעפס

די סטעפס פונעם סקעיל, אנגעהויבן פונעם צווייטן טאן, וויפיל האלבע סטעפס ס'איז העכער פונעם פריערדיגן טאן.

סקעיל נומער


לויט דער סיסטעם זענען אלע Modes פון א סקעיל דער זעלבער סקעיל. למשל מיינאר און מעידשאר האבן דעם זעלבן נומער. ביידע זענען איין סקעיל, נאר פשוט צוויי Modes פונעם זעלבן סקעיל. אזוי אויך הארמאניק מיינאר, פרעיגיש. ווי מ'קען זען זענען דא בס"ה 351 סקעילס.

פאפולערע נעמען

ווען כ'וועל האבן צייט אי"ה, וועל איך דא אריינפילן פשוט די פאפולערע נעמען פון יעדן סקעיל, ווי מעידשאר, מיינאר, פרעיגיש, אא"וו. די סקעילס וועלכע באשטייען נאר פון 2 נאטן, קען מען פשוט געבן דעם נאמען פונעם אינטערוואל, ווי "פערפעקט 5'ט", "מיינאר 2'נד", אא"וו. דאס האב איך שוין אויסגעפילט. סקעילס וועלכע באשטייען פון דריי אדער פיר נאטן (און אפילו פינף), קען מען געבן דעם נאמען פון קארד, ווי מעידשאר קארד, מיינאר קארד, אגומענטעד, דימינישד, 7'ט, מיינאר 7'ט, אא"וו.

נעמען

די נעמען פון דעם קאלום קומען פון דעם פריערדערמאנטן שיט. אזוי ווי ער האט נאר סקעילס וועלכע האבן נאר א מעידשאר 3'ט שפרונג אינמיטן אדער קלענער, ממילא האבן נישט אלע סקעילס נעמען.

אלטערנאטיווע נעמען

די נעמען פון דעם קאלום קומען פונעם אנדערן שיט וואס כ'האב שוין פריער דא צוגעלינקט.

Biggest Step

א וועג צו מעסטן ווי "נארמאל" א סקעיל איז, איז לויט'ן וויסן וואס דער גרעסטער סטעפ פונעם סקעיל איז. למשל דער סקעיל 111111000001 איז טעכניש גערעדט א סקעיל, אבער מוזיקאליש גערעדט איז עס נישט עכט קיין סקעיל. א נארמאלער מוזיקאלישער סקעיל זעט אויס ווי דער מעידשאר סקעיל 101011010101, אין וועלכן עס איז נישטא קיין צו גרויסע שפרונגען אינמיטן. די סקעילס מיט'ן גרעסטן שפרונג וואס מיר זענען צוגעוואוינט זענען דער הארמאניק מיינאר און פרעיגיש אין וועלכע ביידע פון זיי איז דער גרעסטער שפרונג א מיינאר 3'ט (4 האלבע סטעפס).

נאטן מיט א פערפעקט 5'ט


נאך א וועג צו מעסטן ווי נארמאל, אדער "מוזיקאליש" א סקעיל איז, איז צו רעכענען וויפיל נאטן אינעם סקעיל האבן אויך א פערפעקט פיפט אינעס סקעיל. למשל אינעם מעדישאר סקעיל האבן אלע נאטן אויך א פערפעקט 5'ט אינעם סקעיל, חוץ דעם לעצטן נאוט. למשל, אין C מעידשאר איז דער ערשטער טאן C. א פערפעקט 5'ט העכער C איז G, און דער נאוט G איז אויך אינעם סקעיל. דער צווייטער טאן איז D. א פערפעקט 5'ט העכער D איז A, און דער טאן A איז אויך דא אינעם סקעיל, אא"וו. חוץ B, דער לעצטער טאן פונעם סקעיל, וואס א פערפעקט 5'ט העכער דעם איז F#, און דער טאן איז נישטא אינעם סקעיל. כ'האב דאס אויך אויסגעשטעלט אין ביינערי נומערן. יעדער נומער רעפרעזענטירט א טאן אינעם סקעיל. אויב איז דא אן 1, מיינט דאס אז דער טאן האט א פערפעקט 5'ט, אויב נישט, איז דא א 0. דא אבער באשטייען די ביינערי נומערן נאר פון וויפיל נאטן עס זענען פארהאן אינעס סקעיל, וויבאלד די נאטן וואס זענען נישט אינעם סקעיל קומען נישט אריין דא.

ס"ה פון נאטן וואס האבן נישט קיין פערפעקט 5'ט

דאס איז א ס"ה פון וויפיל נאטן האבן "נישט" קיין פערפעקט 5'ט העכער זיך אינעם סקעיל. ווי א קלענערער נומער, מיינט דאס אז דער סקעיל איז מער מוזיקאליש. למשל מעידשאר איז 1, וויבאלד נאר איין טאן האט נישט קיין פערפעקט 5'ט העכער זיך. אין סקעילס פון 7 נאטן איז נישט מעגליך אז אלע טענער זאלן אויך האבן א פערפעקט 5'ט העכער זיך. דער "מוזיקאלישסטער" סקעיל לויט דער סיסטעם איז דער כראמאטיק סקעיל. אין דעם סקעיל איז נישטא קיין איין טאן וואס האט נישט קיין פערפעקט 5'ט העכער זיך.

דער סקעיל האט א פערפעקט 5'ט?


דאס איז פשוט. אויב דער סקעיל האט א פערפעקט 5'ט (פונעם ערשטן טאן). אויב יא, איז דא אן 1, אויב נישט, א 0. פארשטייט זיך אז די סקעילס וואס האבן א פערפעקט 5'ט זענען מער מוזיקאליש.


===

אזוי ווי גוגל שיטס מאכט פראבלעמען מיט פארמולעס וואס קומען פון עקסעל, האב איך געמוזט קאפי פעיסטן נאר די וועליוס, אָן די פארמולעס וואס כ'האב גענוצט אויסצורעכענען די זאכן. דא איז די שיט מיט אלע פארמולעס

https://drive.google.com/file/d/1SMcbfc ... sp=sharing
וצריך לאדם להיות לו אלו שני בחינות ברית, היינו שיהא ״צדיק״ ו״למדן״ (לקוטי מוהר״ן ח״א, ל״א, ה׳)
אוועטאר
כינור
שר חמש מאות
תגובות: 768
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש יולי 13, 2019 10:46 pm

Re: מוזיקפידיע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כינור »

למדן וצדיק האט געשריבן:דאכט זיך כ'האב שוין ערגעצוואו צוגעצייכנט דעם וועבזייטל


wow א מוראדיג געשמאקע סיסטעם דער ביינארי... כ׳האב נישט גע׳חלומ׳ט אז ס׳קען צונוצקומען אין מוזיק טעאריע.
דיין ארבעט איז אנבעליוועבל!

פאר אזא ארבעט וואלט געדארפט אנגעפולט ווערן גאנצע פיר בלעטער פון ש׳כוח׳ס...

די אמאליגע אייוועלט וואלט מער אנערקענט די ארבעט.
[email protected]

אמאל האט מען גענוצט ניגונים מעורר צו זיין די געפילן בשעת עבודת הבורא, מען האט נישט געניצט דעם בורא פאר עבודת הגעפילן - פרידן
בא שבת בא מנוחה
שר האלף
תגובות: 1124
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 20, 2016 7:18 pm

Re: מוזיקפידיע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בא שבת בא מנוחה »

Wow וואס דא טוט זיך... טנקס כינור !! ביסט א פעסטער ׳למדן׳
אוועטאר
ערעב איד
שר האלף
תגובות: 1189
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 03, 2020 11:47 pm
לאקאציע: אלל אווער דעי פלעיס

Re: מוזיקפידיע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ערעב איד »

Wow! דעיס איז געשפרינגען פון בעגינער לעססענס צו עקסטרע עדווענסד.
דעיס זעיט אויס ווי א מורא'דיגע ארבעט, העלמער עס דארפן איבער ליינען אפאר מאל צו פארשטיין.
שכ'ח ענק ביידע!
אוועטאר
ממוצע
שר חמשת אלפים
תגובות: 5451
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 20, 2020 11:07 pm

Re: מוזיקפידיע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ממוצע »

מעכטיג! יישר כח!
אוועטאר
כינור
שר חמש מאות
תגובות: 768
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש יולי 13, 2019 10:46 pm

Re: מוזיקפידיע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כינור »

יישר כוח פאר אלע וואס באדאנקען זיך, יעצט און כסדר, דאס גיט מוט אויף ווייטער.

(כ'האף דער עולם האט הנאה, און מ'ליינט טאקע, נישט מ'דאנקט סתם פאר די ארבייט.)
[email protected]

אמאל האט מען גענוצט ניגונים מעורר צו זיין די געפילן בשעת עבודת הבורא, מען האט נישט געניצט דעם בורא פאר עבודת הגעפילן - פרידן
אוועטאר
ממוצע
שר חמשת אלפים
תגובות: 5451
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 20, 2020 11:07 pm

Re: מוזיקפידיע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ממוצע »

כינור האט געשריבן:יישר כוח פאר אלע וואס באדאנקען זיך, יעצט און כסדר, דאס גיט מוט אויף ווייטער.

(כ'האף דער עולם האט הנאה, און מ'ליינט טאקע, נישט מ'דאנקט סתם פאר די ארבייט.)

איך האב געליינט א האלבע תגובה, פארן מגיב זיין, און ווי פארשטענדליך הנאה געהאט. די צווייטע האט מען אוועקגעלייגט פאר א צווייט מאל ווען כ'וועל זיין אביסל וואויל...
אוועטאר
מים חיים
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4973
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 14, 2016 12:08 pm

Re: מוזיקפידיע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מים חיים »

כינור האט געשריבן:יישר כוח פאר אלע וואס באדאנקען זיך, יעצט און כסדר, דאס גיט מוט אויף ווייטער.

(כ'האף דער עולם האט הנאה, און מ'ליינט טאקע, נישט מ'דאנקט סתם פאר די ארבייט.)

דורכגעלייענט די גאנצע ביעטס און ריטם שמועס אויף די פדף, זייער אינטערעסאנט געווען
איך ווארט צו לייענען די איבריגע ווען עס וועט זיין אויף פדף

יישר כח
אוועטאר
ציגאנער
שר האלפיים
תגובות: 2931
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 02, 2020 2:53 pm

Re: מוזיקפידיע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ציגאנער »

איין זאך פארשטיי איך נאכנישט. פארוואס הייסט עס א 'פערטל נאוט' אויב יעדע איינס איז א גאנצע ביעט?
זאל עס הייסן 4/1 3/1 און 6/2. ניין?
שרייב תגובה

צוריק צו “תורת הנגינה און כלי שיר”