מוזיקפידיע

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
כינור
שר חמש מאות
תגובות: 768
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש יולי 13, 2019 10:46 pm

Re: מוזיקפידיע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כינור »

ציגאנער האט געשריבן:איין זאך פארשטיי איך נאכנישט. פארוואס הייסט עס א 'פערטל נאוט' אויב יעדע איינס איז א גאנצע ביעט?
זאל עס הייסן 4/1 3/1 און 6/2. ניין?


כ׳בין אריין אין נאטן שפראך אביסעלע צו פרי. וואס זאל איך טוהן אז אזוי רופט מען עס בלשון בני אדם האט מען נישט געהאט קיין אויסוועג.

אין נאטן שפראך איז א Whole note א Measure לאנג. (נישט אלעמאל אבער על פי רוב) אויב איז דא 4 ביעטס אין א Measure איז יעדע איינס א פערטעל נאט לאנג. שטימט?

גוט געפרעגט.
[email protected]

אמאל האט מען גענוצט ניגונים מעורר צו זיין די געפילן בשעת עבודת הבורא, מען האט נישט געניצט דעם בורא פאר עבודת הגעפילן - פרידן
אוועטאר
ציגאנער
שר האלפיים
תגובות: 2931
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 02, 2020 2:53 pm

Re: מוזיקפידיע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ציגאנער »

ניין. ווייל אזוי אויב וואלט געדארפט זיין 4/4, 3/3, און 6/6. אדער פלעין 4 3 און 6...
אוועטאר
כינור
שר חמש מאות
תגובות: 768
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש יולי 13, 2019 10:46 pm

Re: מוזיקפידיע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כינור »

ציגאנער האט געשריבן:ניין. ווייל אזוי אויב וואלט געדארפט זיין 4/4, 3/3, און 6/6. אדער פלעין 4 3 און 6...


אה קודם שטימט שוין 4/4.

א ביעט איז א quarter Note לאנג, און פארוואס האב איך דיר שוין פריער געשריבן. אזוי רופט מען דאס אין נישט קיין חילוק וועלכע Measurs. פארוואס? תיקו.

אין 3/4 האט מען סך הכל געלייגט דעם באר נאך דריי ביעטס אבער עס מיינט נישט אז די לענג פון די ביעטס האבן זיך געטוישט. די ביעט איז ווייטער געבליבן א פערטעל נאט לאנג. (אין די ריטעם ארטיקל האב איך מסביר געווען מיט מארטש און וואלס.) און אין 6/8 לייגט מען דעם באר נאך זעקס נאטן און די לענג פון זיי איז א האלבע Quarter note. אן אכטל נאט לאנג די ביעט.

לבי בל עמי יעצט ודוק כי קצרתי.
[email protected]

אמאל האט מען גענוצט ניגונים מעורר צו זיין די געפילן בשעת עבודת הבורא, מען האט נישט געניצט דעם בורא פאר עבודת הגעפילן - פרידן
אוועטאר
ציגאנער
שר האלפיים
תגובות: 2931
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 02, 2020 2:53 pm

Re: מוזיקפידיע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ציגאנער »

אינטערסאנט, אבער איך פארשטיי...
אוועטאר
יצחק טובי'
שר האלף
תגובות: 1348
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 01, 2021 8:45 am

Re: מוזיקפידיע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יצחק טובי' »

ממש אן אוצר דאס!
אוועטאר
ספרעי
שר מאה
תגובות: 112
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 18, 2020 10:58 am

Re: מוזיקפידיע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ספרעי »

יעצט אנגעקומען צו דורכליינען!!

Wow! כינור. חידושים נפלאים, געשריבן נאך מיט אזא קלארקייט. כ'האב אייביג געמיינט אז כ'ווייס אביסל וועגן מוזיק. בעיקר הנאה געהאט פונעם שיעור איבער וויאזוי ס'איז צושטאנד געקומען די צוועלעף טענער, אין וויאזוי די וועלט האט אפגעמאכט ווי ס'זאל זיך אנהייבן etc.

כ'פלעג אייביג האבן די קשיות אין בעק פון מיין קאפ (וואס איז דא צווישן די טענער? Etc), ס'איז מיך קיינמאל נישט איינגעפאלן אז ס'איז פארהאן אזעלכע גראדע און "פשוט'ע" הסברים אויף אלעם.
אוועטאר
איינס
שר עשרת אלפים
תגובות: 18800
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am
פארבינד זיך:

Re: מוזיקפידיע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איינס »

אנגעהויבן ליינען
געוואלדיג! און מיט א מוראדיגע קלארקייט!
אחד היה אברהם - שעבד את ה' רק על ידי שהיה אחד, שחשב בדעתו שהוא רק יחידי בעולם ולא הסתכל כלל על בני העולם!
אוועטאר
איצל פיצל
שר האלף
תגובות: 1709
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יולי 11, 2008 1:57 am

Re: מוזיקפידיע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איצל פיצל »

למדן וצדיק האט געשריבן:
אזוי ווי גוגל שיטס מאכט פראבלעמען מיט פארמולעס וואס קומען פון עקסעל, האב איך געמוזט קאפי פעיסטן נאר די וועליוס, אָן די פארמולעס וואס כ'האב גענוצט אויסצורעכענען די זאכן. דא איז די שיט מיט אלע פארמולעס

https://drive.google.com/file/d/1SMcbfc ... sp=sharing

פארוואס האסטו עס פארמעקט?
אוועטאר
למדן וצדיק
שר האלף
תגובות: 1189
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 15, 2015 10:49 pm

Re: מוזיקפידיע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך למדן וצדיק »

איצל פיצל האט געשריבן:פארוואס האסטו עס פארמעקט?

פון צופיל פארמולעס איז דער פייל שוין געווארן אינגאנצן צעפאטשקעט... האב איך עס אויסגעמעקט
וצריך לאדם להיות לו אלו שני בחינות ברית, היינו שיהא ״צדיק״ ו״למדן״ (לקוטי מוהר״ן ח״א, ל״א, ה׳)
אוועטאר
פרישע קוגל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3014
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 13, 2020 1:14 pm
לאקאציע: און עוד מלבדו - דענווער קאלאראדא

Re: מוזיקפידיע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פרישע קוגל »

געליינט די וואך אין שרייבער, כמיז דיר זאגן, א הערליכע זשאב! אזוי שיין צוצנעמען א נושא…
אוועטאר
כינור
שר חמש מאות
תגובות: 768
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש יולי 13, 2019 10:46 pm

Re: מוזיקפידיע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כינור »

ספרעי האט געשריבן:יעצט אנגעקומען צו דורכליינען!!

Wow! כינור. חידושים נפלאים, געשריבן נאך מיט אזא קלארקייט. כ'האב אייביג געמיינט אז כ'ווייס אביסל וועגן מוזיק. בעיקר הנאה געהאט פונעם שיעור איבער וויאזוי ס'איז צושטאנד געקומען די צוועלעף טענער, אין וויאזוי די וועלט האט אפגעמאכט ווי ס'זאל זיך אנהייבן etc.

כ'פלעג אייביג האבן די קשיות אין בעק פון מיין קאפ (וואס איז דא צווישן די טענער? Etc), ס'איז מיך קיינמאל נישט איינגעפאלן אז ס'איז פארהאן אזעלכע גראדע און "פשוט'ע" הסברים אויף אלעם.


שכוח! כ'האב באמת הנאה אז דו האסט הנאה געהאט. און א דאנק אייך פארן מפרט זיין דיין עקספיריענס.

איינס האט געשריבן:אנגעהויבן ליינען
געוואלדיג! און מיט א מוראדיגע קלארקייט!


טענק יו! (לכאורה האסטו עס געליינט אין שרייבער, די סקרין איז צו ארים דיר צו באדאנקען פאר דיין הערליכע אויסגאבע.)

פרישע קוגל האט געשריבן:געליינט די וואך אין שרייבער, כמיז דיר זאגן, א הערליכע זשאב! אזוי שיין צוצנעמען א נושא…


שכוח! יעדע פידבעק גיבט חיזוק און שטיצע ווייטער אנצוגיין.
[email protected]

אמאל האט מען גענוצט ניגונים מעורר צו זיין די געפילן בשעת עבודת הבורא, מען האט נישט געניצט דעם בורא פאר עבודת הגעפילן - פרידן
גליקליכע ברודער
שר חמישים
תגובות: 98
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 27, 2019 9:37 am

Re: מוזיקפידיע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גליקליכע ברודער »

כינור האט געשריבן:
ספרעי האט געשריבן:יעצט אנגעקומען צו דורכליינען!!

Wow! כינור. חידושים נפלאים, געשריבן נאך מיט אזא קלארקייט. כ'האב אייביג געמיינט אז כ'ווייס אביסל וועגן מוזיק. בעיקר הנאה געהאט פונעם שיעור איבער וויאזוי ס'איז צושטאנד געקומען די צוועלעף טענער, אין וויאזוי די וועלט האט אפגעמאכט ווי ס'זאל זיך אנהייבן etc.

כ'פלעג אייביג האבן די קשיות אין בעק פון מיין קאפ (וואס איז דא צווישן די טענער? Etc), ס'איז מיך קיינמאל נישט איינגעפאלן אז ס'איז פארהאן אזעלכע גראדע און "פשוט'ע" הסברים אויף אלעם.


שכוח! כ'האב באמת הנאה אז דו האסט הנאה געהאט. און א דאנק אייך פארן מפרט זיין דיין עקספיריענס.

איינס האט געשריבן:אנגעהויבן ליינען
געוואלדיג! און מיט א מוראדיגע קלארקייט!


טענק יו! (לכאורה האסטו עס געליינט אין שרייבער, די סקרין איז צו ארים דיר צו באדאנקען פאר דיין הערליכע אויסגאבע.)

פרישע קוגל האט געשריבן:געליינט די וואך אין שרייבער, כמיז דיר זאגן, א הערליכע זשאב! אזוי שיין צוצנעמען א נושא…


שכוח! יעדע פידבעק גיבט חיזוק און שטיצע ווייטער אנצוגיין.

גא"מ עס איז אן הערליכע ארבעט, איך האב עס שוין געליינט אויפן סקרין אבער יעצט מיטן שרייבער האב איך עס איבער געליינט ואינו דומה עס איז שיין און באקוועם צו ליינען, מיר ווארטן קוים אויף נעקסטע וואך יישר כח #כינור און #איינס
אוועטאר
נישט פשוט
שר שלשת אלפים
תגובות: 3356
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 04, 2018 1:12 pm

מוזיקפידיע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נישט פשוט »

געליינט 6# אינעם שרייבער, זייער זייער הנאה געהאט.
איך פארשטיי אז די האסט ליב צו אריין גיין טיף אבער נישט אייביג האב איך דע געדולד דערצו, אבער די 6 איז געווען געשמאק פאר מיר.
!!THANK YOU BANAA#
אוועטאר
כינור
שר חמש מאות
תגובות: 768
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש יולי 13, 2019 10:46 pm

Re: מוזיקפידיע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כינור »

נישט פשוט האט געשריבן:געליינט 6# אינעם שרייבער, זייער זייער הנאה געהאט.
איך פארשטיי אז די האסט ליב צו אריין גיין טיף אבער נישט אייביג האב איך דע געדולד דערצו, אבער די 6 איז געווען געשמאק פאר מיר.


א קאלאסאלע טעות איז געשען די וואך אין מוזיקפידיע קאלום אין שרייבער אזש מ'האט קוים געקענט ליינען די ארטיקל. פאראגראפן זענען צומישט געווארן דורכן בחור הזעצער.
אי"ה די וואך וועט עס נאכאמאל אריינגיין מוגה בלי טעות בסחעתה דשמיא.
[email protected]

אמאל האט מען גענוצט ניגונים מעורר צו זיין די געפילן בשעת עבודת הבורא, מען האט נישט געניצט דעם בורא פאר עבודת הגעפילן - פרידן
מאך א ברכה
שר חמש מאות
תגובות: 825
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 20, 2018 10:10 am

Re: מוזיקפידיע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאך א ברכה »

אויסטערלישע ארבעט, כאטש איך בין נאך נישט אינגאנצען קלאר.
אוועטאר
אלטער
שר תשעת אלפים
תגובות: 9971
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 14, 2020 12:44 pm
לאקאציע: אין בהמ"ד ביים קאווע שטיבל

Re: מוזיקפידיע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלטער »

דא ווערן זאכן געשריבן עפעס וואס מ’קען זיך באלעקן! די קלארקייט פון יעדע זאך איז נישט פשוט! עס ווערט צונימען זייער זייער שיין!

א גרויסן שכח פאר די שווערע ארבעט, איך שטעל זיך פאר אז דא ליגט שעה’ן אויף ארבעט!
ווייל איך בין א אידעלע, זינג איך מיר א לידעלע, ווייל איך בין א איד, זינג איך מיר א ליד
אוועטאר
ירח בן יומו
שר מאה
תגובות: 207
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג סעפטעמבער 05, 2021 6:20 am

Re: מוזיקפידיע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ירח בן יומו »

ס'האט מיר אלעמאל געארט פארוואס איז נישט דא א שנעלע לעבעדיגע 3/4 ביט, איך בין לעטצנס אויף-געקימען מיט אן ענטפער אז ס'איז בעצם יא דא, און דאס איז א מארש וואס איז בעצם א פארשנעלרטן וואלס, נאר אז יעדע באר פון א וואלס ווערט א פערטל באר,
איך בין נייגעריג אויב איך בין גערעכט?
אוועטאר
ציגאנער
שר האלפיים
תגובות: 2931
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 02, 2020 2:53 pm

Re: מוזיקפידיע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ציגאנער »

ס'איז געהעריג דא, א שנעלע ווילדע ביעט.

געדענקסט 'י, בנה, המקדרש. עיר, ציון, תמלא. וכו' ובר, ננה, נננ, ננ, נננ, ננ, נ נעלה'? (אפשר פעלט אפאר נו"ן'ס...)
אוועטאר
ציגאנער
שר האלפיים
תגובות: 2931
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 02, 2020 2:53 pm

Re: מוזיקפידיע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ציגאנער »

סארי, ס'איז 6/8
אוועטאר
ספרעי
שר מאה
תגובות: 112
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 18, 2020 10:58 am

Re: מוזיקפידיע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ספרעי »

ירח בן יומו האט געשריבן:ס'האט מיר אלעמאל געארט פארוואס איז נישט דא א שנעלע לעבעדיגע 3/4 ביט, איך בין לעטצנס אויף-געקימען מיט אן ענטפער אז ס'איז בעצם יא דא, און דאס איז א מארש וואס איז בעצם א פארשנעלרטן וואלס, נאר אז יעדע באר פון א וואלס ווערט א פערטל באר,
איך בין נייגעריג אויב איך בין גערעכט?



למשל וועלכע מארטש? וואס מאכט דיך טראכטן אז יעדער פערטל נאט וואלט געווען א באר אין א וואלס? חוץ טאמער ארבעט די מארטש מיט *triplet נאטן, וואס דעמאלס קענסטו זאגן לכתחילה אז די ניגון איז א 3/4. (כ'האף אז וואס כ'האב געשריבן מאכט סענס...)
Triplet
Triplet
kJzhn.png (11.46 KiB) געזען 2487 מאל

איין סיבה פארוואס אונז האבן נישט קיין "לעבעדיגע" ניגונים פון 3/4 איז ווייל א שנעלע 3 ביעט איז נישט לעבעדיג, כ'מיין, מ'קען נישט עכט טאנצן מיט דעם...

כ'זעה אז ס'איז יא דא אין אנדערע אומבאקאנטע genres אזעלכע שנעלע 3/4 סטיילס
אוועטאר
למדן וצדיק
שר האלף
תגובות: 1189
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 15, 2015 10:49 pm

Re: מוזיקפידיע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך למדן וצדיק »

ס'זענען דא אסאך אזעלכע ניגונים, בעיקר מארשן. די ניגונים זענען בעצם א געהעריגער 4/4, נאר וויבאלד ס'האט אזוי פיל טריפלעטס, שרייבט מען עס געווענליך אין א 12/8, אזוי קומט אויס אז יעדער טריפלעט ווערט פשוט דריי 1/8 נאוטס.

דא האסטו אן עקזעמפל פון דעם יבנה המקדש וואס דו רעדסט
אטעטשמענטס
yibaneh-Fm.jpg
yibaneh-Fm.jpg (238.09 KiB) געזען 2465 מאל
וצריך לאדם להיות לו אלו שני בחינות ברית, היינו שיהא ״צדיק״ ו״למדן״ (לקוטי מוהר״ן ח״א, ל״א, ה׳)
אוועטאר
נאר מיט א שמייכל
שר מאה
תגובות: 101
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 05, 2020 10:07 pm

Re: מוזיקפידיע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נאר מיט א שמייכל »

ציגאנער האט געשריבן:
מים חיים האט געשריבן:
כינור האט געשריבן:

כ׳האף עס צו האבן בקרוב אין א פדפ פארמאט.
שכוח.
ס'זעט אויס זייער אינטערעסאנט, אונז ווארטן מיט געדולד אויף די פדפ

יישר כח פון פאראויס
viewtopic.php?forms=0&t=25334&start=450#p2984265
האלט שוין אין לעצטע שטאפלען!

אי"ה בקרוב...
איז עפעס געווארן? ס'איז דא א pdf למעשה?
אוועטאר
חיים שטיין
שר האלף
תגובות: 1869
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 24, 2022 7:09 pm

Re: מוזיקפידיע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חיים שטיין »

קען איינער ביטע מאכן א פי די עף פון די אינהאלט פון די אשכול.

יישר כח פון פאראויס.
אוועטאר
פאטאקי08
שר עשרת אלפים
תגובות: 13865
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 09, 2007 1:30 pm
פארבינד זיך:

Re: מוזיקפידיע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאטאקי08 »

חיים שטיין האט געשריבן: דאנערשטאג פעברואר 16, 2023 11:24 am
קען איינער ביטע מאכן א פי די עף פון די אינהאלט פון די אשכול.

יישר כח פון פאראויס.
אוועטאר
ירח בן יומו
שר מאה
תגובות: 207
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג סעפטעמבער 05, 2021 6:20 am

Re: מוזיקפידיע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ירח בן יומו »

קען איינער דא מיר ביטע ערקלערן אויף וועלעכע סקעיל און בכלל וויאזוי צו שרייבן נאטן פאר א ניגון וואס זיצט נישט אויף קיין ביט, ווי למשל א דביקות ניגון וואס לויפט אהן א שטענדיגע ענליכע רידעם. אויף א 4/4 SCALE האב איך פראבירט און זיך געפערליך געמיטשעט סיי מיטן אויסחשבון'ען די נאטן און סיי אז עס זיצט עפעס נישט, א גרויסן ש'כח פון פאראויס!
שרייב תגובה

צוריק צו “תורת הנגינה און כלי שיר”