ניגון הנני מוכן ומזומן לקיים מצות עשה

ניגונים און זינגערס

אחראי: אחראי

אוועטאר
טהור-עיניים
שר חמשת אלפים
תגובות: 5054
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 22, 2007 1:29 pm

ניגון הנני מוכן ומזומן לקיים מצות עשה

תגובהדורך טהור-עיניים » דינסטאג יוני 03, 2008 11:16 pm

אפאר יאר צוריק בינעך געווען אין מירון אויף ל"ג בוימער, און ר' מאיר ברוך קאהן איז געווען דארט און מיט געגעסן די סעודות שבת מיט אונז, און ביי די סעודה האט ער געזונגען עפעס א הערליך חזניש שטיקל אויף הנני מוכן ומזומן לקיים מצות עשה של ספירת העומר.

דעם שטיקל האט ער געזונגען צוזאמען מיט'ן עולם. ס'הייסט ערהאט געזונגען אביסל און דער עולם האט געזונגען אביסל, ס'האט אויסגעקוקט אז ס'קומט אזוי צו זינגען אזוי ווי א חזן מיט'ן כאר. דער שטיקל איז עפעס געווען מורא'דיג ס'האט מיך שטארק געכאפט. אבער כ'אב נישט מצליח געווען נישט מברר צו זיין וועמענ'ס ניגון ס'איז, און אויך נישט ס'צוהערן נאכאמאל. ווילאיך בעטן ווער ס'ווייסט עפעס וועגן דעם ניגון אויב ער קען אזוי גוט זיין און עס מודיע זיין דא.
חי עולמים - טהור עיניים
NO man is a failure who has friends

לחיים ולברכה
שר האלפיים
תגובות: 2549
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג פאברואר 22, 2007 1:10 pm
לאקאציע: אונטער'ן נעץ

תגובהדורך לחיים ולברכה » דינסטאג יוני 03, 2008 11:17 pm

זיידעלע ראוונער.
אם אין אני לי, אויב איך וועל נישט טוהן פאר מיינע אייגענע קינדער, מי לי, ווער וועט דאס טוהן אנשטאט מיר?

אוועטאר
אנדי פעטיט
שר שבעת אלפים
תגובות: 7174
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג סעפטעמבער 02, 2007 11:20 am
לאקאציע: אין די גלייזן

תגובהדורך אנדי פעטיט » דינסטאג יוני 03, 2008 11:23 pm

הייב אויף דיינע הענטעלעך צום טאטע אין הימל!

אוועטאר
טהור-עיניים
שר חמשת אלפים
תגובות: 5054
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 22, 2007 1:29 pm

תגובהדורך טהור-עיניים » מיטוואך יוני 04, 2008 12:51 am

יאפ, דאס איז דאס, כאטש די זינגער'ס דא האבן נישט ווער ווייסט וואסערע קעלעכ'לעך אבער זיי לייגן עס גוט אראן, און א ספעציעלן שכוח פאר אנדי'ן, כ'אב קיינמאל נישט געזען דעם סייט, ס'יז דאך געוואלדיג, כ'הער שוין יעצט דעם ניגון, ס'צווייטע מאל. ווי ס'זעט אויס וועלעכעס נאך זינגען דעם שבועות ביי די סעודה.

נאכאמאל שכוח, שוין יארן וואס כ'וויל עס הערן נאכאמאל, נאר א שאד אז עץ קאנץ נישט הערן ווי ר' מאיר ברוך האט דאס געזינגען דארט מיטן עולם, ממש ארויסצוגיין פון די כלים
חי עולמים - טהור עיניים

NO man is a failure who has friends

salads
שר חמישים ומאתים
תגובות: 396
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג פאברואר 01, 2008 12:53 am
פארבינד זיך:

תגובהדורך salads » מיטוואך יוני 04, 2008 1:03 am

כ'האב עס יעצט די ערשטע מאל געהערט, ס'איז זייער שיין. ס'האט א פארצייטישן טעם.

יישר כוח אנדי פארן אראפ ברענגען, אין ישר כוח טהור פארן ארויף ברענגען.
נישט נאר א פארברענג, נאר אויך צום פארברענג.
www.supremesalads.net

אוועטאר
טהור-עיניים
שר חמשת אלפים
תגובות: 5054
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 22, 2007 1:29 pm

תגובהדורך טהור-עיניים » מיטוואך יוני 04, 2008 1:37 am

סאלאד'ס, טו דיר א טובה און הער'עס אויס אפאר מאל, און דערנאך ווען דו קענסטעס שוין, פראביר דיר אויסצו'משל'ן וויזוי מאיר ברוך זינגט דאס צוזאמען מיט א הונדערט יודן, ויערב לך
חי עולמים - טהור עיניים

NO man is a failure who has friends

salads
שר חמישים ומאתים
תגובות: 396
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג פאברואר 01, 2008 12:53 am
פארבינד זיך:

תגובהדורך salads » מיטוואך יוני 04, 2008 1:42 am

כ'האלט שוין ביים דריטן מאל, ס'איז שוין גע'סעיווט אויף מיין קאמפ.
נישט נאר א פארברענג, נאר אויך צום פארברענג.
www.supremesalads.net

אוועטאר
טהור-עיניים
שר חמשת אלפים
תגובות: 5054
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 22, 2007 1:29 pm

תגובהדורך טהור-עיניים » מיטוואך יוני 04, 2008 2:51 am

ס'ישוין ערב לחיכך?
חי עולמים - טהור עיניים

NO man is a failure who has friends

אוועטאר
אנדי פעטיט
שר שבעת אלפים
תגובות: 7174
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג סעפטעמבער 02, 2007 11:20 am
לאקאציע: אין די גלייזן

תגובהדורך אנדי פעטיט » מיטוואך יוני 04, 2008 9:14 am

הננו מוכן דארף מען צו זונגען פסח, נישט שבועות, שבועות איז עס ווי מרור נאך פסח און א לולב נאך סוכות.
הייב אויף דיינע הענטעלעך צום טאטע אין הימל!

אוועטאר
טהור-עיניים
שר חמשת אלפים
תגובות: 5054
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 22, 2007 1:29 pm

תגובהדורך טהור-עיניים » מיטוואך יוני 04, 2008 10:00 am

קאן זיין ביזט גערעכט, אבער יעמאלט האבעכעס נאך נישט געקאנט, כ'אב עס נאר געהערט איין מאל פון מאיר ברוך'ן, משא"כ שבועות זעט מערויס עבעך'ס שוין קענען זינגען.

קאפטשאל?
חי עולמים - טהור עיניים

NO man is a failure who has friends

אוועטאר
דארפסמאן
שר ששת אלפים
תגובות: 6441
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 14, 2006 2:52 pm
לאקאציע: אין דארף

תגובהדורך דארפסמאן » מיטוואך יוני 04, 2008 7:24 pm

אנדי די ביסט גערעכט אבער עס איז א הערליכע ניגין
הכו"ח ר' אברהם דארפסמאן שליט"א
פה ב'דארף יצ"ו -

לחיים ולברכה
שר האלפיים
תגובות: 2549
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג פאברואר 22, 2007 1:10 pm
לאקאציע: אונטער'ן נעץ

תגובהדורך לחיים ולברכה » מיטוואך יוני 04, 2008 8:21 pm

אויפ'ן טעיפ ספירה בשירה פון ר' מענדל ווערדיגער זינגען זיי דאס זייער זייער שיין.
אם אין אני לי, אויב איך וועל נישט טוהן פאר מיינע אייגענע קינדער, מי לי, ווער וועט דאס טוהן אנשטאט מיר?

אוועטאר
טהור-עיניים
שר חמשת אלפים
תגובות: 5054
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 22, 2007 1:29 pm

תגובהדורך טהור-עיניים » דאנארשטאג יוני 05, 2008 12:10 am

לחיים, זאלסט מער זיין געבענטשט, מ'ברענגט דא לינקס פון מאוסטלי מיוזיק, אבער דארטן הערט מען נאר אפאר ווערטער, גענוג אנצורייצן דע אפעטיט. אפשר קען איינער אריינלאדענען דעם ניגון אין ס'כלי אריין, העט יעדער קענען ענדשויען.
חי עולמים - טהור עיניים

NO man is a failure who has friends

אוועטאר
מאשקע
מ. ראש הקהל
תגובות: 12555
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 15, 2006 2:40 am
לאקאציע: אין די חיפוש

תגובהדורך מאשקע » דאנארשטאג יוני 05, 2008 1:44 am

איך האב לכאורה דעם ניגון געזונגען דורך ר' מאיר ברוך. ווי אויך האב איך דעם ספירה בשירה. קען מיך עמיצער דערמאנען מארגן דאס ארויפצושטעלן?
An article a day keeps the babies away

אוועטאר
טהור-עיניים
שר חמשת אלפים
תגובות: 5054
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 22, 2007 1:29 pm

תגובהדורך טהור-עיניים » דאנארשטאג יוני 05, 2008 2:47 am

אוי מאשקע א ברכה אויף דיין קאפ, (כ'מיין זאלסט עס לייגן אונטערן היטל ווייל אויב נישט העטעס עראנפאלן), עבעך מערעצעשעם דעך דערמאנען מארגן ס'רויפצולייגן.
חי עולמים - טהור עיניים

NO man is a failure who has friends

אוועטאר
scy4851
שר ששת אלפים
תגובות: 6667
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 29, 2008 11:57 am
לאקאציע: אפשר קען איינער מיר זאגען וויא!

תגובהדורך scy4851 » דאנארשטאג יוני 05, 2008 1:09 pm

אנדי,
עס איז דא א ווידיא ציזאמגעשטעלט פון באבובער רב ר' שלמה ז"ל,
בן ציון מיללער זינגט דארט א שטיקל 'ממחרת השבת השביעית'

דאס איז דער ניגון וואס מערעדט דא?
the SCY is the limit

אוועטאר
אנדי פעטיט
שר שבעת אלפים
תגובות: 7174
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג סעפטעמבער 02, 2007 11:20 am
לאקאציע: אין די גלייזן

תגובהדורך אנדי פעטיט » דאנארשטאג יוני 05, 2008 1:11 pm

יא.

חזן בן ציון מיללער פלעגט עס זינגען מיט א קאפעלע ביין נעילת החג מוצאי פסח אין באבוב. (דאכצעך ער זינגט עס נאך אלץ ביי כ"ק כדמו"ר מבאבוב (48) שליט"א
הייב אויף דיינע הענטעלעך צום טאטע אין הימל!

אוועטאר
scy4851
שר ששת אלפים
תגובות: 6667
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 29, 2008 11:57 am
לאקאציע: אפשר קען איינער מיר זאגען וויא!

תגובהדורך scy4851 » דאנארשטאג יוני 05, 2008 6:38 pm

ישר כוח
the SCY is the limit

אוועטאר
טהור-עיניים
שר חמשת אלפים
תגובות: 5054
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 22, 2007 1:29 pm

תגובהדורך טהור-עיניים » דאנארשטאג יוני 05, 2008 6:43 pm

א הארציגן ייש"כ בשם אלע חברי הקרעטשמע צו אונזער געטרייען ראשאקול ר' מאשקע הי"ו פארן ממציא זיין אפאר לינקס ווי מען קען אראפלאדענען דעם הערליכן הנני מוכן, געזונגען דורך עטליכע אנדערע זינגער'ס. (זעט אויס אז אמאל לוינט זיך יא צו לעקן צום ראשאקול, עיין ב'פארמאכטע אשכול).

איין לינק איז פון רעקארד ספירה בשירה, (איך האב עס נישט אזוי ליב, ווייל זיי מאכן עס שוין אביסל פענסי, איך האב מער ליב אריגינעל און פשוט, און קיין פענסי דרייערייען)

http://download.yousendit.com/1B8EEBFD568FD103

http://www.yousendit.com/transfer.php?a ... FD568FD103

כ'אב עס צוויי מאל געלייגט איין מאל גראד פון דעם פעידש
חי עולמים - טהור עיניים

NO man is a failure who has friends

אוועטאר
צייטליך
מ. ראש הקהל
תגובות: 12466
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 01, 2006 6:13 pm
לאקאציע: ערגעץ דא אין די געגענט.

תגובהדורך צייטליך » פרייטאג יוני 06, 2008 10:14 am

מאשקע, האסט נישט די לינק פון די לעצטע פאר יאר ביי יאקאב? דארט זינגט מען עס זייער שיין.
איך בין צייטליך און איך האב עפראווד די תגובה.

אוועטאר
מאשקע
מ. ראש הקהל
תגובות: 12555
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 15, 2006 2:40 am
לאקאציע: אין די חיפוש

תגובהדורך מאשקע » פרייטאג יוני 06, 2008 2:48 pm

צייטליך, די לינק וואס טהור האט ארויפגעלייגט בשמי פארמאגט דעם יהי רצון פון ס"ד, ס"ה און ס"ו.
An article a day keeps the babies away

אוועטאר
טהור-עיניים
שר חמשת אלפים
תגובות: 5054
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 22, 2007 1:29 pm

תגובהדורך טהור-עיניים » מיטוואך יוני 11, 2008 11:58 pm

חברה, יאך זאג אייך ס'יגעגאנגען א רויעך ממצרים ועד הנה, אויב זענט איר געווען יאנטעף אין בארא פראק, און געהערט גיין א רויעך פונעם הנני ניגון, דאן האט איר מיך מסתמא געפאקט ביי די מעשה, ביי יעדע סעודה עקסטער האט מענעס אויסגעשמאטשקעט, אפשר א צוואנציג מינוט אין א צי, ביז דערוילעם האט שוין געפלאצט

אוי א מחי' געווען
חי עולמים - טהור עיניים

NO man is a failure who has friends

אוועטאר
מאשקע
מ. ראש הקהל
תגובות: 12555
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 15, 2006 2:40 am
לאקאציע: אין די חיפוש

תגובהדורך מאשקע » דאנארשטאג יוני 12, 2008 2:53 am

בארא פארק? כ'האב עס געהערט ביז מאנדראו!
An article a day keeps the babies away

אוועטאר
טהור-עיניים
שר חמשת אלפים
תגובות: 5054
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 22, 2007 1:29 pm

תגובהדורך טהור-עיניים » דאנארשטאג יוני 12, 2008 4:30 pm

תיקון טעות, ממצרים ועד מאנדראו, ועד מאשקע בכלל.

זאג נאר מאשקע טייערער, האסט כאטשענאע געהאט? האסט כאטש מיטגעזונגען?
חי עולמים - טהור עיניים

NO man is a failure who has friends

אוועטאר
מאשקע
מ. ראש הקהל
תגובות: 12555
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 15, 2006 2:40 am
לאקאציע: אין די חיפוש

תגובהדורך מאשקע » דאנארשטאג יוני 12, 2008 4:34 pm

ניבאדע אזוי.

גראדע האב איך עס אויך געזונגען דעם ערשטן נאכט שבועות, אינאיינעם מיט מיין זינגען-חברותא.
An article a day keeps the babies away


צוריק צו “היכל הנגינה”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: בין ישראל לעמים, פארנימען און 18 געסט