אפענע שמועס איבער ר' שלמה קארליבאך

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
איצל פיצל
שר האלף
תגובות: 1709
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יולי 11, 2008 1:57 am

Re: אפענע שמועס איבער ר' שלמה קארליבאך

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איצל פיצל »

געטרייעט צו קוקן אויבן אויף צו איינער האט שוין געברענגט אבער כ׳האב עס נישט באמערקט. עס איז דא א ריקארדינג ווי איינער טענה׳ט זיך מיט שלמה אויף א רעדיאו שאו לגבי זיין התנהגות אנטקעגן די תורה. איינער קען עס ברענגען?

אויב געדענק איך גוט, צום סוף זאגט ער דארט אז אפילו אויב איז אסור וואס ער טוט, איז ער גרייט צו גיין אין גהינום כדי צו קענען מחזיר בתשובה זיין אידן.
אוהב ספרים
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4666
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 17, 2011 8:17 pm

Re: אפענע שמועס איבער ר' שלמה קארליבאך

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אוהב ספרים »

כאניש וואס צו טון האט געשריבן:
שרויפקאפ האט געשריבן:סאיז באקאנט א מעשה (נישט ערשטהאנטיג) אז ער איז אמאל געווען ביים נועם אליעזר פון סקולען, ווען די רבי האט אים פארגעהאלטן האט ער גענטפערט אויב איך וועל מעורר זיין דעם רבין וועט די רבי מודה זיין צו מיר? ווען די רבי האט מסכים געווען האט ער זיך גענומען זינגען מיט א ברען ביז די רבי האט באקומען טרערן אין די אויגן און די רבי האט אים אנגעווינטשן ונפרדו לשלום

דער הייליגער מונקאטשער רב דער מנחת אלעזר האט געהערט פון א גרויסער חזן א מחלל שבת וואס איז מעורר יודן צו טרערן.
(קען זיין פילטשיק?)
ער האט זיך באגענט מיט איהם אין איהם פראבירט משכניע זיין צו חוזר זיין.

דער חזן האט געזאגט פארן רב, איך וועל זינגען א ניגון 3 מאל, אויב וועט דער רב נישט פארלאזן א טרער וועל איך תשובה טון.
דער רב האט געענטפערט איך בין גרייט, איך בין זיכער איך וועל נישט פארלאזן א טרער פון א התעוררות וואס קומט נישט פון א גוטע מקור.

דער חזן האט אנגעהויבן, איינמאל צוויי מאל און דער רב שטייט גלייכגילטיג, אינמיטן דעם דריטן מאל האט דער רב זיך צישריגן 'העראויף! איך שפיר איך וועל זיך נישט קענען איינהאלטן, און איך וויל נישט פארלאזן א טרער פון א נישט גוטע התעוררות'
און דער חזן איז נעבעך געבליבן אזוי.


נישט געשטויגען און נישט געפלויגען
אוועטאר
נשמת השכל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4649
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 02, 2018 1:04 pm
לאקאציע: ערגעץ וואו, נאכנישט באשטימט...

Re: אפענע שמועס איבער ר' שלמה קארליבאך

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נשמת השכל »

להודיע האט געשריבן:
בעסער אזוי האט געשריבן:קיינער זאגט נישט אז ער איז געווען א פראסטע בעל עבירה, ן


אסאך זאגן עס יא. וכן נראה עיקר

עיתים שוטה ועיתים חלומה.

דאס אמאל קלאר אז ער האט געהאט אין זיך א נקודה פנימית [וואס הלוואי זאלן די היינטיגע האבן כאטש אביסל דערפון], נאר אסאך מאל האט אים זיין פנימיות הרגש געטראגן אין א ראנג דירעקציע..
יעדע גוטע באגריף וואס גייט אן פאר צו לאנג ווערט צום סוף אויס גוטע באגריף
אוועטאר
נשמת השכל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4649
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 02, 2018 1:04 pm
לאקאציע: ערגעץ וואו, נאכנישט באשטימט...

Re: אפענע שמועס איבער ר' שלמה קארליבאך

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נשמת השכל »

מים חיים האט געשריבן:
סטאוו יא פיטא האט געשריבן:
מים חיים האט געשריבן:אין אמעריקע הייסט עס open orthodox אין א''י הייסט עס מזרחי (lower end), אין די חסידישע ספרים הייסט עס אהבה אן יראה

א מראה מקום פון להבדיל א חסידישע ספר אויב מעגליך

איך האב מיך נישט באצויגן צו דיין תגובה

די הגדרה האב איך געהערט אויף אים פון גאר א חשובע איד
איך געדענק אז אזוי שטייט אין באר מים חיים איך טרעף עס נישט יעצט אויפן מינוט
פאר דערווייל עפעס ענדליך פון מאור עינים, האזינו "האוהב השם בלא יראה אין האהבה בשלימות כי יאהב זרים גם כן"

די עיקר וואס איך האב געמיינט איז נישט אז די אהבה איז דברים האסורים
נאר א שטארקע אהבה אן יראה מאכט די מענטש טון מצוות עשה מיט א מוראדיגע ברען און מהאט א שטארקע ווארעמקייט און געפיל צו אידישקייט
אבער ווען סקומט זיך צו צוריק האלטן פון א לא תעשה איז נישט דא די ברעיקס ווייל פארדעם דארף מען יראה

אבער איך מיין אז די חלק אז מנוצט די אהבה אויך פאר אהבה חיצונית שטייט יא אין באמ''ח

קלאר אזוי.

אהבה אנע יראה גייט אוטומאטיש צו אהבה בדברים שאינם הגונים. און נאר מיט מידת היראה בלייבט די אהבה קאנטראלירט.
יעדע גוטע באגריף וואס גייט אן פאר צו לאנג ווערט צום סוף אויס גוטע באגריף
אוועטאר
סאכדעס
שר שלשים אלף
תגובות: 31438
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 27, 2006 2:15 pm
לאקאציע: אלעמאל נאנט צו התאחדות
פארבינד זיך:

Re: אפענע שמועס איבער ר' שלמה קארליבאך

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סאכדעס »

העי העי חברים, כ'לאז ענק איבער אפאר שעה, דארפטס עטץ מיר איבערדרייען דא...

איז אזוי, באמת איז דאך שוין די זאך געווארן דורכגעשמועסט פון כמה ערליי זייטן זה בכה וזה בפוי, איבעריג צו זאגן אז געווען דא הערליכע שיינע תגובות, וואס איז ראוי צו מעיין זיין דערין, און פארשטיין די שרעקליכע ווייטאג און רוגזה וואס מאנכע האבן קייגן ר' שלמה'ן. ווענגלייך איז געווען נארישע זינלאזע תגובות, און אויך אזעלכע וואס האבן סארקאסטיש גערעדט אויף ר' שלמה און אים גערופן צדיק וכדו', וואס איז אפילו נישט ווערט די קלאפעס פונעם קיבאורד. און אויך זענען געווען אזעלכע וואס האבן געשפירט פאר וויכטיגע אראפצוברענגן ר' שלמה'ן, אמער זיינע מעשיות זענען אויסגעזויגן פון פינגער....

איז אזוי, מתמודד און טישטוך האבן לדעתי זייער קלאר ארויסגעברענגט די נקודות וואס איך האלט מער ווייניגער, הן בנוגע די פערזענליכקייט פון דעם מענטש, און הן בנוגע די אמיתת הדברים איבער שמועות פורחות וואס גרויסע האבן יא אדער נישט גערעדט בגנותו.

איז לאמיר אביסל צונעמען די זאך. ר' שלמה איז געבוירן צו ערליכע אידישע עלטערן, ווענגלייך נישט חסידישע, נאר ענדערש אויבערלענדער אדער גאר הרב ברויער'ס טיפ אידן. כולי עלמא מודי אז ער האט געלערנט פלייסיג אין די אינגע יארן, כולי עלמא מודי אז דער איד האט געהאט א הארץ פון פוטער, כולי עלמא מודי אז ער האט מחזיר געווען בתשובה אידן צום באשעפער, ס'לאזט זיך אויך זאגן אז כולי עלמא מודי אז ער האט געהאט א מורא'דיגע כוח אין נגינה.
פון די אנדערע זייט כולי עלמא מודי אז ער האט געזונגען פאר תערובות, כולי עלמא מודי אז ער האט צומאל עובר געווען אויף נגיעה בנשים. (כ'קען נישט זאגן אויף זיכער, ווייל איך האב שוין געזען פון אים צענדליגער בילדער, און אסאך ווידיאו'ס, איך האב אינגאנצן געזען איין בילד וואו ער שטעלט זיך פאר א בילד נעבן א פרוי, און קען זיין אז ס'איז געווען בנגיעה. סארי אין לך אלא מה שעיניך רואות.) כולי עלמא מודי אז ער האט געלאזט זיין טאכטער זינגען מיט אים, (כ'ווייס נאר נישט ווער די אוידענץ זענען דאן געווען).
אין אנדערע ווערטער ס'איז קלאר אז מ'זעט דא צוויי זייטן.

אויף וואס איז זיך דא צו טענה'ן? צי זיינע שיטות, עבירות, מהלך החיים וכו' איז איבערוויגענד זיין תורה, עבודת השם, אהבת ישראל - מסי"נ פאר א צווייטן, צדקה וחסד, וכו'. און וואו כאפטעס א נפקא מינה, צי מ'מעג / מ'זאל אים הערן זיינע ניגונים און תורות, צי מ'מעג עס אפילו נאכזינגען.
באמת איז עס א היבשע הלכה'דיגע שאלה, ווי מ'זעט ר' משה פיינשטיין מוטשעט זיך אהער אדער אהין. אבער מיר רעדן דא מער אלס אן השקפה'דיגע בליק.

דאס שרייבן אויף אים א 'פראסטע בעל עבירה' איז פשוט נישט ריכטיג אין מציאות. פונקט ווי זאגן אויף אים 'קדוש מרחם' איז נישט ריכטיג אין מציאות.

די עבירות וואס כולי עלמא מודי, איז זיכער לפנים קעגן די הלכה, ס'הייסט ס'שווער צו פונאנדערטיילן אויב ס'געווען עפעס א מחשבה של זנות וכדו' (כ'רעדט אפילו די וואס האלטן אז ער האט נישט געהאט.) און דאס טון ברבים איז נישט פשוט אז ער זאל דאס האבן געמעגט טון. און אויב איז עס יא געווען אן עבירה און די תירוץ איז אז ער האט עס געטון אפילו אויב ער וועט גיין אין גיהנם, אבי צוריקצוברענגן א איד צום באשעפער, מעג ער דען טון אן עבירה לשמה?! מי התיר לך?

אין איין ווארט געזאגט, רעאליסטיש גערעדט, ביידע זייטן האבן שטארקע זיטן און סברות לכאן או לכאן.

איך האב נאר א פראגע, זבולון קווארטין, וואס איז געווען א מחלל שבת ידוע, האסטו אויך א פראבלעם צו הערן זיינע ניגונים? משה קאסעוויצקי וואס האט עמטליך געזינגען מיט זיינע טעכטער (מענטשן ווינדערן זיך צומאל ווער די דינטשיגע קולכ'לעך זענען) האסט אמאל געהערט אז מ'טאר אים נישט הערן? האסט אמאל געהערט אזא פארוף פון עקל און אפשיי אויף די אלע חזנים למיניהם (חוץ יאסעלע און דויד רויטמאן און אפשר נאך א צוויי דריי זענען נישט געווען בכללם) ווי די וואס שרייבן אויף שלמה כאילו ער העט ווען געווען א מצורע פון גאס? אלא מאי, קוק איך עס נישט אן בכלל אז עס איז דא א ווייגעשריי פון קנאת ה', ס'איז מער ווי איינער זאגט 'אזוי בין איך אויפגעוואקסן, און איך וויל נישט טראכטן אנדערש'. ס'איז נישט די ווערטער, אבער ס'איז די נקודה.

איך האב אויך אזוי געוויסט אלע יארן, אבער שפעטער ווען איך האב פרובירט צו מאכן אביסל ריסערטש אויף אים, און געזען די אלע עקל'דיגע שמוציגע לשוה"ר וואס מ'רעדט אויף אים, און דערגאנגען אז ס'רוב פון איינע פון די חסידות'ער וואו ער איז געווען און איז אוועק, די וואס האבן גענומען קירוב אלס אן אדאפשן, (כ'דארף נישט מאריך זיין). און אפילו די שענערע לשון הרע'ס, ווי איז געמאלט אז פון הונדערטער בילדער און ווידיאוס איז נישט דא קיין איינס וואס זאל אנצייגן דאס וואס מ'רעדט.
און פון די אנדערע זייט האב איך אביסל גענישטערט אין זיין פריוואטען לעבן און געזען מה טיבו. האצעך מיר אויסגעשטעלט אנאנדער בילד, און ביי מיר זיינע גוט זיטן וועגן איבער זיינע שלעכטע, און הגם כ'בין נישט איינשטימיג מיט זיין מהלך צו זינגען פאר תערובות, וכדו' וכו'. און הגם איך בין בכלל נישט איינשטימיג וויאזוי ער רעדט איבער ציונות, די מדינה, וכו', נאכאלץ איז דא - לדעתי - עפעס אן ערנסט זאפאס מיט סחורה וואס מ'קען הנאה האבן פון אים.
ער איז דורכגעווייקט געווען מיט חסידי'שע געדאנקן און טיפע עבודת השם, זיין וועג ארויסצוברענגן טיפע ענינים איז יוניק, די התעוררות פון זיינע ניגונים ונוסחאות איז דא וואס צו הערן און לערנען. אלזא כ'ווארף אים נישט אין מיסט. זיין גאנצע הלוך ילך פון לעבן בפשטות און 'פארגינען' א צווייטן איז עפעס וואס אסאך פון אונז מעגן לערנען א פרק חלק פון אים.

אלזא כ'זאג נישט קבלו דעתי, אבער כ'מיין אז איך האב קלאר ארויסגעברענגט מיין צד, אויב וויל עמעץ נאך עפעס פארשטיין, קען ער פרעגן, און כ'על פרובירן ענטפערן.

און צו די וואס האבן אריינגעווארפן א פלאקן וועגן הארץ און מוח, וואלט איך געבעט אביסל צו פארברייטערן זייערע רייד, ווייל מיין מוח האט עס נישט געקאנטשעט.
פקודתו פון התאחדות שמרה רוחי!
אוועטאר
נשמת השכל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4649
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 02, 2018 1:04 pm
לאקאציע: ערגעץ וואו, נאכנישט באשטימט...

Re: אפענע שמועס איבער ר' שלמה קארליבאך

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נשמת השכל »

איר זאגט פיין ר' @סאכדעס.

עכ"פ - די זאך איז קלאר נישט אזוי שווארץ און ווייס ווי פילע ווילן עס נעמען, עס איז קלאר פארהאן דא א טיפערע נקודה וואס מען דארף דא פרובירן צו פארשטיין [עכ"פ - דער וואס פארשטייט נישט].


סאכדעס האט געשריבן:סארי, אין לך אלא מה שעיניך רואות

:lol:
יעדע גוטע באגריף וואס גייט אן פאר צו לאנג ווערט צום סוף אויס גוטע באגריף
אוועטאר
מיאושדיגער
שר חמש מאות
תגובות: 885
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 24, 2017 8:39 pm
לאקאציע: ביז 2:00 אין בעט דערנאך אין ביהמ"ד און דערנאך אין...

Re: אפענע שמועס איבער ר' שלמה קארליבאך

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיאושדיגער »

הערליך סאכדעס! שכח.
עס קען זיך מיר אפשר דאכטן אז איך האב קיין שום 'פראבלעם'. אבער דער אמת איז, אז מיינע 'פראבלעמען' זענען אזוי גרויס, אז איך בין שוין פשוט 'מיואש' צו האבן א 'פראבלעם' מיט זיי.
בעל מנוחה
שר האלף
תגובות: 1166
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 21, 2017 5:08 pm

Re: אפענע שמועס איבער ר' שלמה קארליבאך

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בעל מנוחה »

סאכדעס האט געשריבן:זה בכה וזה בפוי,

;l;p- ;l;p-
קוואוט פונעם טאג!!

איר זאגט שטארק @סאכדעס
וירא מנוחה כי טוב ויט שכמו לסבול
ווען מען איז זיך סובל קען מען שפירן די ריכטיגע מנוחה
אוועטאר
הענדימען
שר עשרת אלפים
תגובות: 15034
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אקטאבער 27, 2017 11:14 am

Re: אפענע שמועס איבער ר' שלמה קארליבאך

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הענדימען »

עס זענען דא אידן וואס הערן טאקע נישט קווארטין און סיי וועלכן נישט ערליכן זינגער\חזן

מיין טאטע זז"ג האט מיר געזאגט אז די אנטווערפענער קהילה האט אים פארטריבן מיט די פאליציי (כ'געדענק נישט פון וואו)

ער האט מיך פארציילט נאך אפאר נישט געשמאקע מעשיות וואס זאגן אז ער האט נישט בלויז מקרב געווען שוואכע אידן נאר אויך אסאך חרוב געמאכט


פאר אונז איז גאנצע נישט נוגע וויאזוי זיין יום הדין אויבן האט אויסגעקוקט. אונז דארפן נאר וויסן וואס מ'זעהט ווי סאכדעס זאגט מה שעיניו רואות


פאר מיר איז ער פסול
כאניש אזוי קיין געהעריגע אקסן (קרעדיט כאניש)

מ'קעמיך קאנטאקטירן אויף handymanivelt ביי דזשימעיל
אוועטאר
איצל פיצל
שר האלף
תגובות: 1709
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יולי 11, 2008 1:57 am

Re: אפענע שמועס איבער ר' שלמה קארליבאך

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איצל פיצל »

יישר כח @סאכדעס. לגבי וואס דו שרייבסט אז האסט נישט געזעהן נגיעות נשים דירעקט. אויפן ריקארדינג וואס כ׳האב פריער דערמאנט פרעגט מען אים דערוועגן, מי היתר לך? און ער לייקנט נישט. ער גיט נאר אן זיינע תירוצים.
אוועטאר
כאניש וואס צו טון
שר עשרים אלף
תגובות: 22317
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 04, 2017 6:18 pm
לאקאציע: אפן וועג צום ארבייט
פארבינד זיך:

Re: אפענע שמועס איבער ר' שלמה קארליבאך

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כאניש וואס צו טון »

אוהב ספרים האט געשריבן:
כאניש וואס צו טון האט געשריבן:
שרויפקאפ האט געשריבן:סאיז באקאנט א מעשה (נישט ערשטהאנטיג) אז ער איז אמאל געווען ביים נועם אליעזר פון סקולען, ווען די רבי האט אים פארגעהאלטן האט ער גענטפערט אויב איך וועל מעורר זיין דעם רבין וועט די רבי מודה זיין צו מיר? ווען די רבי האט מסכים געווען האט ער זיך גענומען זינגען מיט א ברען ביז די רבי האט באקומען טרערן אין די אויגן און די רבי האט אים אנגעווינטשן ונפרדו לשלום

דער הייליגער מונקאטשער רב דער מנחת אלעזר האט געהערט פון א גרויסער חזן א מחלל שבת וואס איז מעורר יודן צו טרערן.
(קען זיין פילטשיק?)
ער האט זיך באגענט מיט איהם אין איהם פראבירט משכניע זיין צו חוזר זיין.

דער חזן האט געזאגט פארן רב, איך וועל זינגען א ניגון 3 מאל, אויב וועט דער רב נישט פארלאזן א טרער וועל איך תשובה טון.
דער רב האט געענטפערט איך בין גרייט, איך בין זיכער איך וועל נישט פארלאזן א טרער פון א התעוררות וואס קומט נישט פון א גוטע מקור.

דער חזן האט אנגעהויבן, איינמאל צוויי מאל און דער רב שטייט גלייכגילטיג, אינמיטן דעם דריטן מאל האט דער רב זיך צישריגן 'העראויף! איך שפיר איך וועל זיך נישט קענען איינהאלטן, און איך וויל נישט פארלאזן א טרער פון א נישט גוטע התעוררות'
און דער חזן איז נעבעך געבליבן אזוי.


נישט געשטויגען און נישט געפלויגען

איז דער מיינונג פון אוהב ספרים...
די לעכטיגע טעג זענען שוין נענטער ווי ווייטער!
עכט היימיש
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4287
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 04, 2018 2:40 pm

Re: אפענע שמועס איבער ר' שלמה קארליבאך

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עכט היימיש »

איינער וואס גלייכט זיינע ניגונים, האט דאך א נגיעה, סאו פארוואס טראכט ער אז ער קען האבן א אויפריכטיגע מיינונג אויף אים און אויף זיין נגינה?
איך האב מיט דעם קיין שיכות, נישט ווייל איך האב עפעס אקעגן דעם, און נישט ווייל עס איז אקעגן מיין שיטה, נאר פשוט וויל עס איז נישט "היימיש".

וואס מיינט היימיש? היימיש!
אוועטאר
הענדימען
שר עשרת אלפים
תגובות: 15034
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אקטאבער 27, 2017 11:14 am

Re: אפענע שמועס איבער ר' שלמה קארליבאך

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הענדימען »

איך גלייך זיינע ניגונים (נישט ממש אלע) האלטסט אז כ'בין נישט אביעקטיוו?
כאניש אזוי קיין געהעריגע אקסן (קרעדיט כאניש)

מ'קעמיך קאנטאקטירן אויף handymanivelt ביי דזשימעיל
אוועטאר
מתמודד
שר האלף
תגובות: 1655
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אקטאבער 14, 2020 5:15 pm
לאקאציע: בין כל הרעשים

Re: אפענע שמועס איבער ר' שלמה קארליבאך

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מתמודד »

שאראש-פאטאק האט געשריבן:
מתמודד האט געשריבן:פאר מען איז מערער אויף זיינע מעשיות זאל מען ליינען די ביכער פון זיין ברודער רבי אלי חיים וואס זענען פול מיט אומבאקאנטע מעשיות און

מה שמו פון די ספר

סאיז נישט איין ספר, ער האט געהאט א מכון וואס האט ארויסגעגעבן איבער פערציג ספרים פון סיפורי צדיקים.

איין ספר וואס איך האב שוין געזען איז "איש הפלא" אויפן שפאלע זיידע פול מיט אומבאקאנטע מעשיות און אלעס מיט מקורות.
אמאל בין איך געווען א מתמיד, היינט בין איך א מתמודד, איך האף איין טאג בעז"ה צו ווערן א מתבודד.

כי הטבע היא מלשון טובע, והכל בשביל המטבע.
עכט היימיש
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4287
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 04, 2018 2:40 pm

Re: אפענע שמועס איבער ר' שלמה קארליבאך

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עכט היימיש »

הענדימען האט געשריבן:איך גלייך זיינע ניגונים (נישט ממש אלע) האלטסט אז כ'בין נישט אביעקטיוו?

קענסט נישט האבן קיין גענצליך אויפריכטיגע בליק אויף אזא האקעלע ענין, אזוי ווי איך בין מודה ווען איך טענה מיר מיט מיינע חברים אז איך קען נישט האבן קיין גענצליך אויפריכטיגע בליק אויף א געוויסע רבי אין ארה"ק, ווייל איך גלייך זיינע תורות.

ווען מען גלייכט א זאך פון איינעם, אפילו נאר איין מעלה צווישן א בארג מיט חסרונות, האט מען שוין א נגיעה, און מען קען שוין נישט טראכטן גענצליך גראד.
איך האב מיט דעם קיין שיכות, נישט ווייל איך האב עפעס אקעגן דעם, און נישט ווייל עס איז אקעגן מיין שיטה, נאר פשוט וויל עס איז נישט "היימיש".

וואס מיינט היימיש? היימיש!
אוועטאר
מתמודד
שר האלף
תגובות: 1655
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אקטאבער 14, 2020 5:15 pm
לאקאציע: בין כל הרעשים

Re: אפענע שמועס איבער ר' שלמה קארליבאך

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מתמודד »

עכט היימיש האט געשריבן:איינער וואס גלייכט זיינע ניגונים, האט דאך א נגיעה, סאו פארוואס טראכט ער אז ער קען האבן א אויפריכטיגע מיינונג אויף אים און אויף זיין נגינה?

וועגן דעם זאגט טאקע יעדער זיין מיינונג און מען שמועסט עס אויס מיט מענטשן וואס גלייכן נישט זיינע ניגונים.
אמאל בין איך געווען א מתמיד, היינט בין איך א מתמודד, איך האף איין טאג בעז"ה צו ווערן א מתבודד.

כי הטבע היא מלשון טובע, והכל בשביל המטבע.
אוועטאר
מתמודד
שר האלף
תגובות: 1655
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אקטאבער 14, 2020 5:15 pm
לאקאציע: בין כל הרעשים

Re: אפענע שמועס איבער ר' שלמה קארליבאך

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מתמודד »

אינטערסאנטע סיפור וואס וועט אביסל פארענטפערן די שאלה אויף וואס דער אשכול האט זיך אנגעפאנגען.

http://www.col.org.il/show_news.rtx?artID=50897
אמאל בין איך געווען א מתמיד, היינט בין איך א מתמודד, איך האף איין טאג בעז"ה צו ווערן א מתבודד.

כי הטבע היא מלשון טובע, והכל בשביל המטבע.
אוועטאר
פנימחדשות
שר האלפיים
תגובות: 2337
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 06, 2020 4:33 pm

Re: אפענע שמועס איבער ר' שלמה קארליבאך

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פנימחדשות »

סאכדעס האט געשריבן:איך האב נאר א פראגע, זבולון קווארטין, וואס איז געווען א מחלל שבת ידוע, האסטו אויך א פראבלעם צו הערן זיינע ניגונים? משה קאסעוויצקי וואס האט עמטליך געזינגען מיט זיינע טעכטער (מענטשן ווינדערן זיך צומאל ווער די דינטשיגע קולכ'לעך זענען) האסט אמאל געהערט אז מ'טאר אים נישט הערן? האסט אמאל געהערט אזא פארוף פון עקל און אפשיי אויף די אלע חזנים למיניהם (חוץ יאסעלע און דויד רויטמאן און אפשר נאך א צוויי דריי זענען נישט געווען בכללם) ווי די וואס שרייבן אויף שלמה כאילו ער העט ווען געווען א מצורע פון גאס? אלא מאי, קוק איך עס נישט אן בכלל אז עס איז דא א ווייגעשריי פון קנאת ה', ס'איז מער ווי איינער זאגט 'אזוי בין איך אויפגעוואקסן, און איך וויל נישט טראכטן אנדערש'. ס'איז נישט די ווערטער, אבער ס'איז די נקודה.

די חילוק איז אז סיז געווארען א גאנצע "קארליבאך מאובמענט", מיט קארליבאך סליחות'ן, קבלות שבת'ן, און וואס נישט, איז אפשר דערפאר איז מער נוגע צו רעדען קעגען אים (פארשטייט זיך לשיטת די וואס האלטען אז מען מעג רעדען קעגען אים), ווי קעגען קווארטין אד"ג.
אוועטאר
פרישע קוגל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3014
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 13, 2020 1:14 pm
לאקאציע: און עוד מלבדו - דענווער קאלאראדא

Re: אפענע שמועס איבער ר' שלמה קארליבאך

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פרישע קוגל »

מתמודד האט געשריבן:אינטערסאנטע סיפור וואס וועט אביסל פארענטפערן די שאלה אויף וואס דער אשכול האט זיך אנגעפאנגען.

http://www.col.org.il/show_news.rtx?artID=50897

משומר איז ברוגז
אוועטאר
מתמודד
שר האלף
תגובות: 1655
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אקטאבער 14, 2020 5:15 pm
לאקאציע: בין כל הרעשים

Re: אפענע שמועס איבער ר' שלמה קארליבאך

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מתמודד »

שופר האט געשריבן:
מתמודד האט געשריבן:אויך האב איך אמאל געהערט אז סאיז דא א תשובה פון דעברעצינער רב אנטקעגן רבי שלמה אבער כהאב שוין דורכגעבליקט אסאך מאל דעם באר משה אין עס קיינמאל געפינען, אדרבה ווער סקען ברענגען דעם מקור וועל איך דאנקבאר זיין.

https://www.hebrewbooks.org/pdfpager.as ... &pgnum=513

אזוי אויך שו"ת משנה הלכות ח"ו סימן קח.

איך בין כמעט זיכער אז ער רעדט נישט דא פון רבי שלמה אדער האט ער באקומען שלעכטע אינפארמאציע איבער אים.

די לשונות "יצא לתרבות רעה" און "אפיקורס" גלייב איך נישט אז איינער וואלט געשריבן אויף רבי שלמה.
אמאל בין איך געווען א מתמיד, היינט בין איך א מתמודד, איך האף איין טאג בעז"ה צו ווערן א מתבודד.

כי הטבע היא מלשון טובע, והכל בשביל המטבע.
אוועטאר
מתמודד
שר האלף
תגובות: 1655
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אקטאבער 14, 2020 5:15 pm
לאקאציע: בין כל הרעשים

Re: אפענע שמועס איבער ר' שלמה קארליבאך

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מתמודד »

פאר די אלע וואס זענען געבלאקט פון "חבד אונליין".

תאמין לי, שום דבר בעולם לא היה מזיז אותי מחוץ לכותלי הישיבה. אבל למרות שלמדתי בלייקווד, הייתי מאוד מקושר אז לרבי הקודם מליובאוויטש – הריי"צ.

"הרבי הנוכחי הוא גם כן גאון עצום ונורא. הרבי הוא גם עמוק וגם בקיא עד לב השמים. ממש כל מילה מהתורה מאירה לפני עיניו הקדושות.

"בכל פעם שהייתי בא מלייקווד, הייתי נכנס לליובאוויטש ומדבר עם הרבי בלימוד. הרבי רצה לדעת מה לומדים בישיבה, איך השיעורים, על איזה רמב"ם מדברים. הייתי גם קצת השליח שלו.

"פעם נכנסתי אליו, אחרי שהוא כבר נהיה רבי. הוא אמר לי: 'שמע, אני מוכרח לעשות איתך עסק, אני רוצה שאתה תהיה שליח שלי'.

"אמרתי לו: 'אני לומד כל היום!'. אז אמר לי הרבי: 'שכח מעצמך קצת'. הוא ממש נפח בי נשמה חדשה, פתאום הרגשתי אחריות כלפי כל יהודי. עד אז היה אכפת לי מהרמב"ם או מהסוגיא, ופתאום היה אכפת לי מכל יהודי שאני רואה".

לאיזה סוג שליחות הרבי התכוון?

"לדבר עם עם-ישראל, לקרב את העם ליהדות".

הוא דיבר על מוסיקה?

"לא. ראשית כל נסעתי לכל הישיבות. נכנסתי לישיבות והתחלתי לדבר איתם בלימוד. שאלתי אותם: 'מה אמר ראש הישיבה?', ואמרו לי דברים טובים. אבל מכיוון שלמדתי אצל רבי אהרן, והייתי למדן טוב, מה שאמרו לי היה לעומתו, בעיניי, כמו 'פורים תורה'...".

"רבי, הבאתי לך מתנה לחג השבועות"

תרשה לי לנתב אותך לעניין שלנו. ובכן נפגשת עם הרבי, הוא ביקש ממך לצאת לשליחות לקרב את עם ישראל, אתה נאלצת לעזוב את ספסלי הלימוד, ואת הישיבה, ומה קרה אז?

"עזבתי תיכף, הייתי הולך ברחוב וכשהייתי רואה יהודי, הייתי מתחיל לדבר איתו. תבין, כשאני התחלתי, ליובאוויטש לא היה כמו עכשיו – שכל האנרגיה מושקעת בלקרב. בדרך-כלל הרבי שלח אותי לבני ישיבה, לקרב אותם. לדבר איתם בלימוד ובחסידות. אבל אחרי כמה שבועות אמרתי לו: 'רבי, צריכים לקרב את הנוער של האוניברסיטה. יש לי הזדמנות, יש שם חבר'ה שהזמינו אותי'. הרבי אמר: 'זה כבר דבר עדין, תן לי לחשוב על זה'.

"בימים ההם, כשהייתי למשל נוסע ברכבת התחתית, לא הייתי זז עד שהייתי מוצא לכל הפחות יהודי אחד. פעם, ביום שני בלילה, בערב חג השבועות, הייתי בליובאוויטש ובשתים בלילה חזרתי למנהטן. ישבתי ברכבת התחתית וראיתי שם בחור שהיה ממש מלא שמחה.

"הוא היה נראה כמו יהודי. נגשתי אליו ושאלתי אותו: 'למה אתה כל-כך מלא שמחה?' הוא אמר לי: 'אני יהודי, ואני בעזרת ה' מתחתן השבת עם גויה בכנסיה'... אמרתי לו: 'זה מאוד יפה שיהודי מתחתן עם גויה – כדי להביא שלום לעולם'.

"כמובן שאם הייתי אומר לו שהצדק לא איתו, לא הייתי יכול לדבר איתו כלל. אז אמרתי לו: 'זה נורא יפה, אין לך מושג כמה טוב אתה עושה. אני רק חושב, שאתה צריך ברכה מהרבי שלי, שיברך אותך שיהיה בנין עדי עד!'

"הוא שאל אותי איפה הרבי, אמרתי לו: 'בטח אתה יודע שמחר בלילה זה חג השבועות. מאוד קשה לדבר איתו בערב שבועות, אך הלילה אפשר'. הייתי אז יד ימינו של הרבי, ויכולתי לגשת אליו יומם ולילה.

"חזרנו אחורה והגענו לליובאוויטש בשלוש וחצי. דפקתי על הדלת של רבינו הקדוש, הוא פתח את הדלת ושאל מה נשמע. אמרתי לו: 'רבי הקדוש, הבאתי לך מתנה לכבוד חג השבועות – הבאתי יהודי שצריך תיקון'. הבחור נכנס לרבי והם דיברו עד שבע בבוקר.

"אין לי מושג על מה הם דיברו, אבל אני יודע רק דבר אחד – הבחור יצא מהחדר עם עיניים נפוחות. הרבי אמר לי: 'קח אותו תיכף למקווה, תניח איתו תפילין והכול יהיה טוב'. לאחר זמן כששאלתי אותו לשלומו, הוא אמר לי שמאז הפגישה הזאת הוא לא ראה אותה יותר. דברים כאלו קרו לי כמעט בכל יום".
אמאל בין איך געווען א מתמיד, היינט בין איך א מתמודד, איך האף איין טאג בעז"ה צו ווערן א מתבודד.

כי הטבע היא מלשון טובע, והכל בשביל המטבע.
אוהב ספרים
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4666
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 17, 2011 8:17 pm

Re: אפענע שמועס איבער ר' שלמה קארליבאך

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אוהב ספרים »

כאניש וואס צו טון האט געשריבן:
אוהב ספרים האט געשריבן:
כאניש וואס צו טון האט געשריבן:
שרויפקאפ האט געשריבן:סאיז באקאנט א מעשה (נישט ערשטהאנטיג) אז ער איז אמאל געווען ביים נועם אליעזר פון סקולען, ווען די רבי האט אים פארגעהאלטן האט ער גענטפערט אויב איך וועל מעורר זיין דעם רבין וועט די רבי מודה זיין צו מיר? ווען די רבי האט מסכים געווען האט ער זיך גענומען זינגען מיט א ברען ביז די רבי האט באקומען טרערן אין די אויגן און די רבי האט אים אנגעווינטשן ונפרדו לשלום

דער הייליגער מונקאטשער רב דער מנחת אלעזר האט געהערט פון א גרויסער חזן א מחלל שבת וואס איז מעורר יודן צו טרערן.
(קען זיין פילטשיק?)
ער האט זיך באגענט מיט איהם אין איהם פראבירט משכניע זיין צו חוזר זיין.

דער חזן האט געזאגט פארן רב, איך וועל זינגען א ניגון 3 מאל, אויב וועט דער רב נישט פארלאזן א טרער וועל איך תשובה טון.
דער רב האט געענטפערט איך בין גרייט, איך בין זיכער איך וועל נישט פארלאזן א טרער פון א התעוררות וואס קומט נישט פון א גוטע מקור.

דער חזן האט אנגעהויבן, איינמאל צוויי מאל און דער רב שטייט גלייכגילטיג, אינמיטן דעם דריטן מאל האט דער רב זיך צישריגן 'העראויף! איך שפיר איך וועל זיך נישט קענען איינהאלטן, און איך וויל נישט פארלאזן א טרער פון א נישט גוטע התעוררות'
און דער חזן איז נעבעך געבליבן אזוי.


נישט געשטויגען און נישט געפלויגען

איז דער מיינונג פון אוהב ספרים...


כמובן ברור ופשוט, איך זאג דאך נישט דיין מיינונג.

און די ביסט מוזמן ועומד ווייטער צו גלייבען אלע פאנטאזיעס אויפן הייליגן מנחת אלעזר
אוועטאר
כאניש וואס צו טון
שר עשרים אלף
תגובות: 22317
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 04, 2017 6:18 pm
לאקאציע: אפן וועג צום ארבייט
פארבינד זיך:

Re: אפענע שמועס איבער ר' שלמה קארליבאך

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כאניש וואס צו טון »

קוק אהער. איך האב נישט קיין שום אגענדעס לכאן ולכאן, און אויך האב איך נישט אליינס מיטגעהאלטן די מעשה, איך האב דאס געהערט פון א חבר מיינער א מונקאטשער חסיד.
איך האב עס ס"ה דערמאנט בדרך אגב.

אגב; לא שמעתי אינו ראי'.

צוריק צום ענין.
די לעכטיגע טעג זענען שוין נענטער ווי ווייטער!
אוועטאר
אונגארישע הייזער
שר שמונת אלפים
תגובות: 8295
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 31, 2019 1:12 pm
לאקאציע: אין מאה שערים

Re: אפענע שמועס איבער ר' שלמה קארליבאך

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אונגארישע הייזער »

כאניש וואס צו טון האט געשריבן:
אוהב ספרים האט געשריבן:
כאניש וואס צו טון האט געשריבן:
שרויפקאפ האט געשריבן:סאיז באקאנט א מעשה (נישט ערשטהאנטיג) אז ער איז אמאל געווען ביים נועם אליעזר פון סקולען, ווען די רבי האט אים פארגעהאלטן האט ער גענטפערט אויב איך וועל מעורר זיין דעם רבין וועט די רבי מודה זיין צו מיר? ווען די רבי האט מסכים געווען האט ער זיך גענומען זינגען מיט א ברען ביז די רבי האט באקומען טרערן אין די אויגן און די רבי האט אים אנגעווינטשן ונפרדו לשלום

דער הייליגער מונקאטשער רב דער מנחת אלעזר האט געהערט פון א גרויסער חזן א מחלל שבת וואס איז מעורר יודן צו טרערן.
(קען זיין פילטשיק?)
ער האט זיך באגענט מיט איהם אין איהם פראבירט משכניע זיין צו חוזר זיין.

דער חזן האט געזאגט פארן רב, איך וועל זינגען א ניגון 3 מאל, אויב וועט דער רב נישט פארלאזן א טרער וועל איך תשובה טון.
דער רב האט געענטפערט איך בין גרייט, איך בין זיכער איך וועל נישט פארלאזן א טרער פון א התעוררות וואס קומט נישט פון א גוטע מקור.

דער חזן האט אנגעהויבן, איינמאל צוויי מאל און דער רב שטייט גלייכגילטיג, אינמיטן דעם דריטן מאל האט דער רב זיך צישריגן 'העראויף! איך שפיר איך וועל זיך נישט קענען איינהאלטן, און איך וויל נישט פארלאזן א טרער פון א נישט גוטע התעוררות'
און דער חזן איז נעבעך געבליבן אזוי.


נישט געשטויגען און נישט געפלויגען

איז דער מיינונג פון אוהב ספרים...


ס'נישט דאס ערשטע מאל אויפן וועלטל וואס די מעשה ווערט איבערגעקייעט, בערך מיט די זעלבע בעלי פלוגתא...
לכאורה האט געשריבן:
פארוואס שרייבט מען תגובות אן זיך פארשטענדיגן מיטן מוח?
אוועטאר
כאניש וואס צו טון
שר עשרים אלף
תגובות: 22317
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 04, 2017 6:18 pm
לאקאציע: אפן וועג צום ארבייט
פארבינד זיך:

Re: אפענע שמועס איבער ר' שלמה קארליבאך

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כאניש וואס צו טון »

איך האב דאס נאך קיינמאל נישט געזעהן דא. און אוודאי קיינמאל נישט געשריבן דא.
קוק איין תגובה צוריק
די לעכטיגע טעג זענען שוין נענטער ווי ווייטער!
שרייב תגובה

צוריק צו “היכל הנגינה”