אלטערנאטיווע מוזיק

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
מתמודד
שר האלף
תגובות: 1656
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אקטאבער 14, 2020 5:15 pm
לאקאציע: בין כל הרעשים

Re: אלטערנאטיווע מוזיק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מתמודד »

נאר מיט שמחה האט געשריבן:@מתמודד, זייער שיין געשריבן, איר שרייבט פיין!

דאס אז די עלטערע ווערן שוואכער איז נישט תלוי אין זיי, די פראדוסער'ס און זינגער'ס נעמען פון זיי ווייניגער, והא ראיה אז ווען שלום לעמער האט -מיט קיין נישט לאנגע צייט צוריק - ארויסגעגעבן זיין סידי האט ער באוויזן אהערצושטעלן הערליכע קנאקעדיגע ניגונים פון פינקי מיט יאסי, וואס וואלטן געקענט זיך פארמעסטן מיט די אמעליגע באמבעס.

פינקי איז וועלקאם פאר ווער ס'בעט, און ער שטעלט צי פרישע פיינע סחורה, יאסי גרין בעט א הון תועפות פאר א ניגון, און לכאו' איזעס אויך א סיבה וואס זינגער'ס גייען ווייניגער צו איהם. משולם גרינבערגער איניש געווארן שוואכער, דא דארט הערט מען פון איהם שטארקע זאכן, אבער מ'קויפט זייער ווייניג (מילד געזאגט) פון איהם לעצטנ'ס.

נאך א סיבה קען זיין, אז פינקי יאסי און משולם וכדו' זיצן נישט אפ אויף די אינטערנעט נאכצולויפן זינגער'ס/פראדוסער'ס, אזוי ווי די יונגע פרישע מאכן.

אבער מ'קעניש אפלאכן די נייעם דור, לענ"ד איז הערשי וויינבערגער א אוצר, וואס קען און גיבט ארויס שטארקע זאכן, כאטש וואס ס'קומען ארויס פונעם כסדר אויך פון די היינטיגע ארעמע סטייל... אבער ער האט פיל טאלאנט און חידוש און זיך, און זייער אסאך געפיל.
אזוי איז אויך דא נאך נייע גוטע חברה'לייט.

[דאס איז אויף דערווייל..]

קודם כל אדאנק פארן קאמפלימענט.

ווען איך רעד פון דעם אז סאיז דא א מאנגל אין קאמפאזיציעס מיין איך נישט צו זאגן אז סקומען נישט ארויס קיין ניגונים, נאר אז עס קומען ארויס נארישע ניגונים, אמת אז שלום לעמער האט געהאט גוטע זאכן אבער גיב א קוק אויף די ערשטע דריי אידיש נחת, אדער אויף מיכאלס לעצטע אלבומס, נישט אלעס איז שלעכט אבער ווייט נישט אזוי גוט, שוין נישטא קיין לעכטעלע, מיין קינד טרעף מיר, אדער חסד ואמת און קול ברמה.

גראדע האט שמואלי אונגאר געזאגט אז ער זיצט אפ ביי יוסי און סקומט נישט גארנישט.

הערשי וויינבערגער איז טאקע נישט אוועקצומאכן [א אוצר איז ער ווי איעדעס אידיש קינד.....] אבער איך רעד פון די כלליותדיגע בילד, קיינער זאל מיך נישט נעמען ראנג, יוסי גרין האט אויך געהאט 2 מעכטיגע ניגונים אויף מרדכיס לעצטע אלבום, זיין לעצטע אידיש נחת איז אויך א שיינער פראיעקט, הערשי וויינבערגער, חזקי ווייס, בנצי שטיין, פינקי גיבן נאך ארויס שיינע זאכן, אבער זייער ווייניג. און געווענליך מיט אזא ביי וואן געט טרי פאר פרי.......די איידיע איז אז בכלליות הערשט א גרויס מאנגל אין גוטע חסידישע ניגונים.
אמאל בין איך געווען א מתמיד, היינט בין איך א מתמודד, איך האף איין טאג בעז"ה צו ווערן א מתבודד.

כי הטבע היא מלשון טובע, והכל בשביל המטבע.
אוועטאר
סטיטשינער
שר עשרים אלף
תגובות: 22691
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 05, 2017 3:49 pm
לאקאציע: 50°18′N 21°4′E

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סטיטשינער »

הרב מתמודד האסט זייער שיין ארויסגעברענגט וואס אלעטרניטיוו איז און פארוואס עס ציט דעם עולם. אבער וואס דעס האט צוטוהן מיט די פאקט אז היימישע נגינה (אין דיינע אויגן) איז אינטערגעגאנגען ווייסט איין באשעפער. היימישע נגינה באמבעט אוועק, און מיטדעמאלעמען קען אלטערנאטיוו אויך כאפן די עולם. ס'איז א סתירה?
שפאנט'ס מיט ווארטונג

די רעוואלוציע איז אין פילן שוואנג

טראגטס עס ארויס פון דא!
אוועטאר
Masmid
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4866
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 12, 2019 1:53 pm
לאקאציע: בית המדרש

Re: אלטערנאטיווע מוזיק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Masmid »

מתמודד האט געשריבן:
masmid האט געשריבן:איך וויל פארשטיין דעס צו אוועקמאכן די קאמפאוזער און יענע זינגער און די סטייל מאכט א מענטש פאר א גרעסערע מבין און מוזיק..?
ווייל איך האב זייער ליב מוזיק און איך האב באמת ליב צו הערן אלע סטיילס און איך האב ליב די ניגונים פון כמעט אלע קאמפאוזערס אפילו פון די רך בשנים..
אפשר דארף איך אנהויבן צו קריטיקירן צו ווערן א גרעסערע מבין ווער ווייסט..

איך וויל פארשטיין, ווען א מענטש מאכט אוועק געוויסע קאמפאוזערס און זינגערס מיינט עס אז ער וויל עפעס דעמאנסטרירן מיט דעם?

אפשר וויל ער סתם זאגן וואס ער האלט???......

אוודאי מעג מען זאגן וואס מ'האלט אבער אין פאקט זענען דא ניקס וואס מיט זייער פארשטאנד אין מוזיק וועלן זיי אייביג ארויסברענגען יענעמ'ס מעלות און צו די זייט וועלן זיי אפשר קריטיקירן אביסל ווען ס'פעלט אויס אבער מצד השני איז דא ניקס וואס וועלן זיכן אראפצורייסן און אפילו גיין פערזעליך אפילו (וואס איז לכאורה נישט אויסגעהאלטן משום הל' לשון הרע) קעגן יעדע זאך וואס געפעלט זיי נישט אביסל...
און יא ווען א מענטש מאכט אוועק איינעם נאכן אנדערען ווייזט עס נישט אויף סתם א מיינונג עס ווייזט אויף צופיל ''נעגעטיווע מיינוגען''
בתקווה להלבנה
המאור שבה יחזירנו למוטב!
אוועטאר
מתמודד
שר האלף
תגובות: 1656
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אקטאבער 14, 2020 5:15 pm
לאקאציע: בין כל הרעשים

Re:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מתמודד »

סטיטשינער האט געשריבן:הרב מתמודד האסט זייער שיין ארויסגעברענגט וואס אלעטרניטיוו איז און פארוואס עס ציט דעם עולם. אבער וואס דעס האט צוטוהן מיט די פאקט אז היימישע נגינה (אין דיינע אויגן) איז אינטערגעגאנגען ווייסט איין באשעפער. היימישע נגינה באמבעט אוועק, און מיטדעמאלעמען קען אלטערנאטיוו אויך כאפן די עולם. ס'איז א סתירה?

איך האב גערעדט בעיקר פון דעם טויש וואס די ליטאים מאכן יעצט, ביי זיי וועלן אזעלכע זינגערס ווי מידד טסה [ספרדי אבער ליטווישע סטאר], קובי ברומר, יונתן שינפלד, וועלן שוין בכלל נישט נעמען די היינטיג מעינסטרים סטייל קאמפאזיציעס, ביי די חסידישע גייט עס נאך טאקע אן, אבער אויב די די אלטערנאטיווע מוזיק פארנעמען דעם אויבן אן ביי זייער אסאך היימישע מיינט עס צו זאגן אז די מעינסטרים איז אויפן וועג צו אונטערגאנג לכל הפחות פון איר באקוועמער מעינסטרים שטוהל.
אמאל בין איך געווען א מתמיד, היינט בין איך א מתמודד, איך האף איין טאג בעז"ה צו ווערן א מתבודד.

כי הטבע היא מלשון טובע, והכל בשביל המטבע.
אוועטאר
מתמודד
שר האלף
תגובות: 1656
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אקטאבער 14, 2020 5:15 pm
לאקאציע: בין כל הרעשים

Re: אלטערנאטיווע מוזיק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מתמודד »

masmid האט געשריבן:
מתמודד האט געשריבן:
masmid האט געשריבן:איך וויל פארשטיין דעס צו אוועקמאכן די קאמפאוזער און יענע זינגער און די סטייל מאכט א מענטש פאר א גרעסערע מבין און מוזיק..?
ווייל איך האב זייער ליב מוזיק און איך האב באמת ליב צו הערן אלע סטיילס און איך האב ליב די ניגונים פון כמעט אלע קאמפאוזערס אפילו פון די רך בשנים..
אפשר דארף איך אנהויבן צו קריטיקירן צו ווערן א גרעסערע מבין ווער ווייסט..

איך וויל פארשטיין, ווען א מענטש מאכט אוועק געוויסע קאמפאוזערס און זינגערס מיינט עס אז ער וויל עפעס דעמאנסטרירן מיט דעם?

אפשר וויל ער סתם זאגן וואס ער האלט???......

אוודאי מעג מען זאגן וואס מ'האלט אבער אין פאקט זענען דא ניקס וואס מיט זייער פארשטאנד אין מוזיק וועלן זיי אייביג ארויסברענגען יענעמ'ס מעלות און צו די זייט וועלן זיי אפשר קריטיקירן אביסל ווען ס'פעלט אויס אבער מצד השני איז דא ניקס וואס וועלן זיכן אראפצורייסן און אפילו גיין פערזעליך אפילו (וואס איז לכאורה נישט אויסגעהאלטן משום הל' לשון הרע) קעגן יעדע זאך וואס געפעלט זיי נישט אביסל...
און יא ווען א מענטש מאכט אוועק איינעם נאכן אנדערען ווייזט עס נישט אויף סתם א מיינונג עס ווייזט אויף צופיל ''נעגעטיווע מיינוגען''
בתקווה להלבנה

קוים געשריבן אונטער זעכציג תגובות און שוין האט ער מיר פונקטליך ארויס.....איך האלט נישט אז מיין מיינונג רעפרעזענטירט די נעגאטיווע מענטאליטעט, און איך וואלט גראדע געקענט באשטיין דאס אויסצוקלארן אין אנקעטע.

וואס איך האב ארויסגעברענגט איז אזוי, די האסט געשריבן אז די סיבה פון מיין האקעריי קעגן די היינטיגע חסידישע מוזיק איז ארויפצוברענגן מיין מוזיק מבינות צום אויבערפלאך, האב איך ארויפגעברענגט די מעגליכקייט אז איך האב פשוט געשריבן וואס איך האלט אן קיין זייטיגע כוונות פון אימפרעסן מענטשן.....קען זיין?

אגב. איך גלייב נישט אז סאיז לשון הרע צו זאגן אויף א מענטש אז ער מאכט שלעכטע ניגונים.
אמאל בין איך געווען א מתמיד, היינט בין איך א מתמודד, איך האף איין טאג בעז"ה צו ווערן א מתבודד.

כי הטבע היא מלשון טובע, והכל בשביל המטבע.
אוועטאר
ציגאנער
שר האלפיים
תגובות: 2958
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 02, 2020 2:53 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ציגאנער »

סטיטשינער האט געשריבן:היימישע נגינה באמבעט אוועק, און מיטדעמאלעמען קען אלטערנאטיוו אויך כאפן די עולם. ס'איז א סתירה?
אוועטאר
פעיק ניוז
שר עשרים אלף
תגובות: 24206
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

Re: אלטערנאטיווע מוזיק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פעיק ניוז »

עס קען זיין אז היימישע נגינה באמבעט אוועק, אבער צעביסלעך קומט אריין די סטייל נגינה פון וואס מתמודד רעדט. וואס פארלאנגט נישט קיין כללים און קיין צמצומים. נאר דער פאוקעס איז אויף ארויסצוברענגען די געפיל צו מיט אייגענע ווערטער און אייגענע תנועות, וועלכע באגלייטן די ווערטער און ברענגען גוט ארויס די געפילן וואס דער הארץ וויל דא זאגן.
עס איז מיר בעסער צו זיין אן אנעדיוקעטעד חכם ווי איידער אן עדיוקעטעד טיפש
אוועטאר
סטיטשינער
שר עשרים אלף
תגובות: 22691
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 05, 2017 3:49 pm
לאקאציע: 50°18′N 21°4′E

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סטיטשינער »

פעיק ניוז האט געשריבן:עס קען זיין אז היימישע נגינה באמבעט אוועק, אבער צעביסלעך קומט אריין די סטייל נגינה פון וואס מתמודד רעדט. וואס פארלאנגט נישט קיין כללים און קיין צמצומים. נאר דער פאוקעס איז אויף ארויסצוברענגען די געפיל צו מיט אייגענע ווערטער און אייגענע תנועות, וועלכע באגלייטן די ווערטער און ברענגען גוט ארויס די געפילן וואס דער הארץ וויל דא זאגן.

עקזעקטלי. מקען מסביר זיין פארוואס אלטערנאטיוו קומט אריין שטארק ביים עולם, אן דעם וואס מ'מיז צוקומען צו דעם אז די היימישע מוזיק איז שוואך. די היימישע מוזיק איז זייער גוט, און אלטערנאטיוו איז נאך בעסער. עס האט פשוט געכאפט די מארקעט און דעריבער איז שוין נישט דא עפעס אנדערש ביי די ליטאים.

@מתמודד איך בין [שוין] נישט אין די ליטווישע היכל נגנינה, אבער נניח אז דיין הנחה איז גערעכט, הגם ביי די אמעריקאנע עולם איז עס זיכער נאכנישט אזוי, איז די פשוטע סיבה וויבאלד עס איז די נייע אין סטייל זאך און יעדער לויפט עס נאך, עס מוז נאכאלץ נישט מיינען אז טראדיציאנאלע היימישע נגינה איז אין דער ערד.
שפאנט'ס מיט ווארטונג

די רעוואלוציע איז אין פילן שוואנג

טראגטס עס ארויס פון דא!
קענטאקי
שר האלף
תגובות: 1620
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 12, 2020 4:13 pm

Re: אלטערנאטיווע מוזיק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קענטאקי »

איך בין נישט באקאנט אין אלטערנאטיווע מוזיק, אבער דאס מוז איך מסכים זיין אז די היינטיגע היימישע מוזיק איז טיף אין דער ערד. פון די אלטע פיאנערן הערט מען שוין כמעט נישט, און אפאר עמי-הארצים שלעפן דעם דור מיט זיך.

@מתמודד, ביסט א קנאקעדיגער שרייבער!
אוועטאר
פעיק ניוז
שר עשרים אלף
תגובות: 24206
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

Re: אלטערנאטיווע מוזיק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פעיק ניוז »

סטיטשינער, דער פאקט אז דאס איז וואס עס געשעט, מאכט מענטשן טראכטן פארוואס דאס איז אזוי. איך האלט אז די סיבה איז דאס וואס @מתומדד זאגט, עס ווערט געשאפן א חלל פון די ביז יעצטיגע סטייל וואס זאל אויך זיין תוכנ'דיג, טיף, נשמה'דיג און קריעיטיוו.
עס איז מיר בעסער צו זיין אן אנעדיוקעטעד חכם ווי איידער אן עדיוקעטעד טיפש
אוועטאר
מתמודד
שר האלף
תגובות: 1656
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אקטאבער 14, 2020 5:15 pm
לאקאציע: בין כל הרעשים

Re:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מתמודד »

סטיטשינער האט געשריבן:
פעיק ניוז האט געשריבן:עס קען זיין אז היימישע נגינה באמבעט אוועק, אבער צעביסלעך קומט אריין די סטייל נגינה פון וואס מתמודד רעדט. וואס פארלאנגט נישט קיין כללים און קיין צמצומים. נאר דער פאוקעס איז אויף ארויסצוברענגען די געפיל צו מיט אייגענע ווערטער און אייגענע תנועות, וועלכע באגלייטן די ווערטער און ברענגען גוט ארויס די געפילן וואס דער הארץ וויל דא זאגן.

עקזעקטלי. מקען מסביר זיין פארוואס אלטערנאטיוו קומט אריין שטארק ביים עולם, אן דעם וואס מ'מיז צוקומען צו דעם אז די היימישע מוזיק איז שוואך. די היימישע מוזיק איז זייער גוט, און אלטערנאטיוו איז נאך בעסער. עס האט פשוט געכאפט די מארקעט און דעריבער איז שוין נישט דא עפעס אנדערש ביי די ליטאים.

@מתמודד איך בין [שוין] נישט אין די ליטווישע היכל נגנינה, אבער נניח אז דיין הנחה איז גערעכט, הגם ביי די אמעריקאנע עולם איז עס זיכער נאכנישט אזוי, איז די פשוטע סיבה וויבאלד עס איז די נייע אין סטייל זאך און יעדער לויפט עס נאך, עס מוז נאכאלץ נישט מיינען אז טראדיציאנאלע היימישע נגינה איז אין דער ערד.

סאיז אמת אז אין אמעריקע איז עס נאך ווייט נישט דא, גראדע מיין איך אז דזשוי ניוקאמב פראבירט צו מאכן אזעלכע זאכן, איך פערזענליך גלייך עס נישט אבער ביי די ליטאים איז ער פון די שטארקסטע היינט.

די סיבה פארוואס עס איז נאכנישט דא געהעריג אויף ענגליש אדער אידיש איז ווייל סאיז נישטא וועם נאכצומאכן, ביי די אלגעמיינע ארטיסטן אין ארץ ישראל האט מען אייביג געמאכט אייגענע ווערטער און אסאך מאל איז געווען ניגונים ביי זיי וואס האבן עכט ארויסגעברענגט געפילן וואס רעדט צו פרומע אידן, א שטייגער ווי "קולות" פון שלומי שבת "אבא" פון אביתר בנאי און נאך, און בעיקר האבן די בעלי תשובה וואס האבן בעיקר געקענט די מין נגינה אריינגעברענגט דעם סטייל, אויף אידיש\ענגליש איז נאכנישטא עכט וועם נאכצומאכן און איך גלייב אז מיט די צייט וועט מען זיך צולערנען.
אמאל בין איך געווען א מתמיד, היינט בין איך א מתמודד, איך האף איין טאג בעז"ה צו ווערן א מתבודד.

כי הטבע היא מלשון טובע, והכל בשביל המטבע.
אוועטאר
מתמודד
שר האלף
תגובות: 1656
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אקטאבער 14, 2020 5:15 pm
לאקאציע: בין כל הרעשים

Re:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מתמודד »

סטיטשינער האט געשריבן:היימישע נגינה באמבעט אוועק

איך האב שוין אפאר מאל ערווענט דא אז היימישע מוזיק איז נאכנישט אין דער ערד, סקומען נאך ארויס גוטע זאכן דא דארט.

מיט דעם אלעם גלייב איך אז ווייניג מענטשן וואלטן געזאגט אז היימישע מוזיק "באמבעט" אוועק....
אמאל בין איך געווען א מתמיד, היינט בין איך א מתמודד, איך האף איין טאג בעז"ה צו ווערן א מתבודד.

כי הטבע היא מלשון טובע, והכל בשביל המטבע.
אוועטאר
סטיטשינער
שר עשרים אלף
תגובות: 22691
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 05, 2017 3:49 pm
לאקאציע: 50°18′N 21°4′E

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סטיטשינער »

אידיש נחת מיינט נישט געבאמבעט? אינגערליך פאריאר מיינט נישט געבאמבעט?
שפאנט'ס מיט ווארטונג

די רעוואלוציע איז אין פילן שוואנג

טראגטס עס ארויס פון דא!
אוועטאר
מתמודד
שר האלף
תגובות: 1656
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אקטאבער 14, 2020 5:15 pm
לאקאציע: בין כל הרעשים

Re:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מתמודד »

סטיטשינער האט געשריבן:אידיש נחת מיינט נישט געבאמבעט? אינגערליך פאריאר מיינט נישט געבאמבעט?

אינגערליך געדענק איך נישט סזאל זיין עפעס מוראדיג, אידיש נחת איז יא זייער שיין און טאקע זעלטן סזאל ארויסקומען אזאנס.

געבאמבעט האט עס ווען יוסי גרין האט געמאכט עוד ישבו, שבת הוא מלזעוק, תניא, מתפללים, קנא לשמך און די ליסט איז גרויס, טרעף מיר איין אזא ניגון אפילו אויף אידיש נחת 4.
אמאל בין איך געווען א מתמיד, היינט בין איך א מתמודד, איך האף איין טאג בעז"ה צו ווערן א מתבודד.

כי הטבע היא מלשון טובע, והכל בשביל המטבע.
אוועטאר
סטיטשינער
שר עשרים אלף
תגובות: 22691
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 05, 2017 3:49 pm
לאקאציע: 50°18′N 21°4′E

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סטיטשינער »

דו כאפסט אז דו האסט צאמגעשמאלצן א ליסט פון 20 יאר? אז דו וועסט דורכגיין אונזער 20 יאר וועסטו אויך טרעפן גענוג באמבעס. מן הסתם מער פון דענמאלטס.
שפאנט'ס מיט ווארטונג

די רעוואלוציע איז אין פילן שוואנג

טראגטס עס ארויס פון דא!
אוועטאר
מתמודד
שר האלף
תגובות: 1656
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אקטאבער 14, 2020 5:15 pm
לאקאציע: בין כל הרעשים

Re: אלטערנאטיווע מוזיק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מתמודד »

פון די לעצטע 10 יאר ברענג מיר צוויי אזעלכע ניגונים, [אפילו אזוי איז עס גארנישט קעגן די ניגונים וואס זענען ארויס אין יענע צוואנציג יאר, איך האב נאר געשריבן פינעף זאלסט נישט איינשלאפן אינמיטן ליינען]
אמאל בין איך געווען א מתמיד, היינט בין איך א מתמודד, איך האף איין טאג בעז"ה צו ווערן א מתבודד.

כי הטבע היא מלשון טובע, והכל בשביל המטבע.
אוועטאר
פעיק ניוז
שר עשרים אלף
תגובות: 24206
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

Re: אלטערנאטיווע מוזיק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פעיק ניוז »

אין יענע צוואנציג יאר זענען אלע אלבוימס באשטאנען מער ווייניגער פון אזעלכע סחורה.
עס איז מיר בעסער צו זיין אן אנעדיוקעטעד חכם ווי איידער אן עדיוקעטעד טיפש
אוועטאר
ציגאנער
שר האלפיים
תגובות: 2958
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 02, 2020 2:53 pm

Re: Re:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ציגאנער »

מתמודד האט געשריבן:געבאמבעט האט עס ווען יוסי גרין האט געמאכט עוד ישבו, שבת הוא מלזעוק, תניא, מתפללים, קנא לשמך און די ליסט איז גרויס, טרעף מיר איין אזא ניגון אפילו אויף אידיש נחת 4.

יאסי האט אביסל געטוישט זיין מהלך אויף מער א ווארעמע שטייגער.
ס'באכעט די זעלבע ווי ביז יעצט, נאר ער סערווירט א חסיד'ישע עולם דעריבער איז עס מגן אבות/ותשפיע/רבי וואס באכעט אנשטאט ואז יהיו.

(אויך איז עס שטארק געוואנדן וויאזוי עס ווערט דערליווערט. ווען אברהם פריעד וואלט געזינגען 'אני מאמין' פון אידיש נחת 4 וואלט עס בלי ספק געווען נאך א 'ענווים'...)


צום קעפל:
א אלטערנעטיוו איז עפעס וואס ערזעצט א צווייטע זאך, דער וואס האט נעכטן געהערט יאסי גרין וועט נישט נתפעל ווערן פון די אלע האומלעסעס און גארנישט וועט נישט איבערנעמען היימישע נגינה וואס באכעט ווי קיינמאל בעפאר. די וואס האבן ביז היינט נאר פארשטאנען צו 'יעדער איינער' און 'ר ישעי בר משה' זענען אפשר גרייט צו טוישן צו מער "קאנעקשן"...
נפשי חמדה
שר האלף
תגובות: 1404
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 10, 2020 4:50 pm

Re: אלטערנאטיווע מוזיק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נפשי חמדה »

פעיק ניוז האט געשריבן:אין יענע צוואנציג יאר זענען אלע אלבוימס באשטאנען מער ווייניגער פון אזעלכע סחורה.

יאפ.

היינט איז רוב גארבידזש.
אוועטאר
מתמודד
שר האלף
תגובות: 1656
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אקטאבער 14, 2020 5:15 pm
לאקאציע: בין כל הרעשים

Re: אלטערנאטיווע מוזיק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מתמודד »

איך ווייס נישט פון וועם די רעדסט אבער איך האב אייביג געהערט היימישע מוזיק, איך האב דורכגעאקערט אלע סידיס פון אבהם פריד, מבד, דעדי, שוואקי, און וועם נישט, פון די מוזיק וואס קומט ארויס די לעצטע 10 יאר בין איך היפש אנטוישט, אידיש נחת פיר האט שיינע זאכן, אבער די אנדערע אידיש נחת זענען-מילד גערעדט- נישט אזוי, און איך גלייב נישט אז איינער וואס האט אייביג געהערט יאסי איז באפרידיגט געווארן פון דעם.

ביי מוזיק מיינט אלטערנאטיוו נישט קיין ערזעצונג, נאר מוזיק וואס איז נישט קיין מעינסטרים, מאך א גוגל סוירטש און איבערצייג דיך אליין.
אמאל בין איך געווען א מתמיד, היינט בין איך א מתמודד, איך האף איין טאג בעז"ה צו ווערן א מתבודד.

כי הטבע היא מלשון טובע, והכל בשביל המטבע.
אוועטאר
פעיק ניוז
שר עשרים אלף
תגובות: 24206
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

Re: אלטערנאטיווע מוזיק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פעיק ניוז »

אלטערנאטיוו מיינט 'עפעס אנדערש' אדער 'נאך א אפשען', לאו דוקא אן 'ערזעצונג'. יא, פיל מאל וועט דער אלטערנאטיוו ערזעצן דעם ערשטן, אבער עס איז לאו דוקא. והוא הדין אצל מוזיק.
עס איז מיר בעסער צו זיין אן אנעדיוקעטעד חכם ווי איידער אן עדיוקעטעד טיפש
אוועטאר
סטיטשינער
שר עשרים אלף
תגובות: 22691
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 05, 2017 3:49 pm
לאקאציע: 50°18′N 21°4′E

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סטיטשינער »

מתמודד האט געשריבן:פון די לעצטע 10 יאר ברענג מיר צוויי אזעלכע ניגונים, [אפילו אזוי איז עס גארנישט קעגן די ניגונים וואס זענען ארויס אין יענע צוואנציג יאר, איך האב נאר געשריבן פינעף זאלסט נישט איינשלאפן אינמיטן ליינען]

שלום לעמער אליין האט מער פון צוויי אויף זיין סי די.
שפאנט'ס מיט ווארטונג

די רעוואלוציע איז אין פילן שוואנג

טראגטס עס ארויס פון דא!
אוועטאר
מתמודד
שר האלף
תגובות: 1656
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אקטאבער 14, 2020 5:15 pm
לאקאציע: בין כל הרעשים

Re: אלטערנאטיווע מוזיק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מתמודד »

קרוץ מחומר איז איבער 25 יאר אלט. און אפילו אזוי שלום לעמערס סידי איז ארויסגעקומען פינעף יאר צוריק, ווילסט מיר זאגן אז חסידישע מוזיק באמבעט אוועק ווען די אליינס מוזט סקיפן פינעף יאר צו ברענגען עפעס וואס איז נאר א משל צו וואס יוסי פלעגט מאכן יעדע מאנטאג און דאנערשטאג???
אמאל בין איך געווען א מתמיד, היינט בין איך א מתמודד, איך האף איין טאג בעז"ה צו ווערן א מתבודד.

כי הטבע היא מלשון טובע, והכל בשביל המטבע.
אוועטאר
סטיטשינער
שר עשרים אלף
תגובות: 22691
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 05, 2017 3:49 pm
לאקאציע: 50°18′N 21°4′E

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סטיטשינער »

וואס טוט זיך מיט יוסי'ס ניגונים פאר די זוסמאן פלעי? :wink:
שפאנט'ס מיט ווארטונג

די רעוואלוציע איז אין פילן שוואנג

טראגטס עס ארויס פון דא!
אוועטאר
סטיטשינער
שר עשרים אלף
תגובות: 22691
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 05, 2017 3:49 pm
לאקאציע: 50°18′N 21°4′E

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סטיטשינער »

מתמודד האט געשריבן:קרוץ מחומר איז איבער 25 יאר אלט. און אפילו אזוי שלום לעמערס סידי איז ארויסגעקומען פינעף יאר צוריק, ווילסט מיר זאגן אז חסידישע מוזיק באמבעט אוועק ווען די אליינס מוזט סקיפן פינעף יאר צו ברענגען עפעס וואס איז נאר א משל צו וואס יוסי פלעגט מאכן יעדע מאנטאג און דאנערשטאג???

ניין. האסט מיר געבעטן צווי פון די לעצטע 10 יאר האב איך מיך ארויף געכאפט אויף די גרינגסטע משל, 3 פון איין סי די. אבער אה"נ עס איז דא אסאך מער. אויף אידיש נחת אליין (עקסלודינג די לעצטע וואס איז אפגערעדט) האט יוסי א באנטש מעסטערפיסעס.
שפאנט'ס מיט ווארטונג

די רעוואלוציע איז אין פילן שוואנג

טראגטס עס ארויס פון דא!
שרייב תגובה

צוריק צו “היכל הנגינה”