בלאט 1 פון 1

שמועסן איבער פארצייטישע ניגונים

געשריבן: זונטאג מאי 17, 2020 7:49 pm
דורך דוד משה
אין די איזראעלישע לייברערי וואלגערט זיך אומצאליגע ווערטפולע רעקארדירונגען פון אלטע ניגונים וואס אידן האבן מיטגעברענגט פונדערהיים, איך ברענג אהער עטליכע, און ווער עס קען זאל ביטע מוסיף זיין.

אלעס ווערט אריינגעלייגט אין דעם פאלדער.

1
חזן גוטליב - שמועסן איבער גאליציאנער ניגונים, לכאורה איז נישטא קיין איין ניגון וואס ער זינגט נאך בדיוק און מען קען זיך נישט אויסלערנען קיין ניגון פון דארט, דאך איז עס אינטערעסאנט פאר איינער וואס קען אביסל גאליציאנער ניגונים זיך צו טרעפן אינדערהיים.

2
ר' שאול הוטערער – א זיסער שמועס איבער זיין בדחנות און איבער בדחנות אין באבוב אינדערהיים.

Re: שמועסן איבער פארצייטישע ניגונים

געשריבן: זונטאג מאי 17, 2020 8:39 pm
דורך סטאוו יא פיטא
איך האב הונדערטער שעות פארבראכט צווישן די ווענט פונעם ביבליאטעק, זינט איך האב אבער פארלאזט דאס הייליג לאנד הער איך רעקארדירונגען דא און דארט, אבער צי א מערהייט פון די רעקארדירונגען האב איך נישט קיין צוטריט. אדרבה, ווייסט איר א וועג וויאזוי אנציקומען צי אלע גישה מקוונת?
איך דארף האבן ערגעץ א גוטע פאר שעה רעקארדינגס, איך ווייס אבער נישט צי ס'איז אינטערסאנט (רוב איז בנושא חזנות, שטייצעך כ'האב נאר ליב געהאט חזנות ביי די צוואנציג)

Re: שמועסן איבער פארצייטישע ניגונים

געשריבן: מאנטאג מאי 25, 2020 1:06 pm
דורך זעירא
דוד משה האט געשריבן:אין די איזראעלישע לייברערי וואלגערט זיך אומצאליגע ווערטפולע רעקארדירונגען פון אלטע ניגונים וואס אידן האבן מיטגעברענגט פונדערהיים, איך ברענג אהער עטליכע, און ווער עס קען זאל ביטע מוסיף זיין.

אלעס ווערט אריינגעלייגט אין דעם פאלדער.

1
חזן גוטליב - שמועסן איבער גאליציאנער ניגונים, לכאורה איז נישטא קיין איין ניגון וואס ער זינגט נאך בדיוק און מען קען זיך נישט אויסלערנען קיין ניגון פון דארט, דאך איז עס אינטערעסאנט פאר איינער וואס קען אביסל גאליציאנער ניגונים זיך צו טרעפן אינדערהיים.

2
ר' שאול הוטערער – א זיסער שמועס איבער זיין בדחנות און איבער בדחנות אין באבוב אינדערהיים.

מורא'דיג!
יש"כ.
ברענג אהער נאך סחורה.

Re: שמועסן איבער פארצייטישע ניגונים

געשריבן: מיטוואך מאי 27, 2020 6:41 am
דורך זעירא
יעצט געענדיגט צו הערן ביידע שמעוסן, איז אזוי:
ר' שאול'ס שמועס איז צוקער זיס, א ווארימע גרוס פון די אלטע הייליגע לעכטיגע היים, ס'אשאד נאר אז דער 'פארשער' וואס זיצט מיט אים קען נישט קיין אידיש, אזוי אז די שמועס הינקעט אויף איין פוס... אבער ס'איז ווערד די געלט.

דער שמועס פון גא-טליב, איז איין גרויסע טשאלנט פון אלע סארטן און אלע מינים, מהיכי-תיתי.
אבער ס'האט זיך געלוינט צו הערן די אנדערהאלבן שעה'דיגן שמועס נאר פאר די ווערטל צום סוף:

וואס טוהט א חזן ווען ער ווערט הייזעריג אינמיטן דאווענען?
-נעמט זיך דאווענען ווי א בעל תפילה, זאגט שנעל די ווערטער.
נו וואס מאכט א בע"ת וואס ווערט הייזעריג?
-דאווענט ווי א רבי, ער הייבט אן א ניגון אין די עולם זינגט מיט.
וואס טוהט די רבי ביים עמוד ווען ער איז הייזעריג?
-נעמט זיך וויינען!
פארוואס וויינט ער?
-וייל ער קען נישט דאווענען!
און אז מ'וויינט הערט די אייבישטער!

Re: שמועסן איבער פארצייטישע ניגונים

געשריבן: מיטוואך מאי 27, 2020 9:58 am
דורך יידישע קהילות
זעירא האט געשריבן:יעצט געענדיגט צו הערן ביידע שמעוסן, איז אזוי:
ר' שאול'ס שמועס איז צוקער זיס, א ווארימע גרוס פון די אלטע הייליגע לעכטיגע היים, ס'אשאד נאר אז דער 'פארשער' וואס זיצט מיט אים קען נישט קיין אידיש, אזוי אז די שמועס הינקעט אויף איין פוס... אבער ס'איז ווערד די געלט.

נישט נאר אז ער קען נישט קיין יידיש, נאר זיינע ידיעות זענען גאר ווייניג, ממילא ווייסט ער נישט וואס צו פרעגן.

Re: שמועסן איבער פארצייטישע ניגונים

געשריבן: זונטאג מאי 31, 2020 1:25 pm
דורך זעירא
יידישע קהילות האט געשריבן:
זעירא האט געשריבן:יעצט געענדיגט צו הערן ביידע שמעוסן, איז אזוי:
ר' שאול'ס שמועס איז צוקער זיס, א ווארימע גרוס פון די אלטע הייליגע לעכטיגע היים, ס'אשאד נאר אז דער 'פארשער' וואס זיצט מיט אים קען נישט קיין אידיש, אזוי אז די שמועס הינקעט אויף איין פוס... אבער ס'איז ווערד די געלט.

נישט נאר אז ער קען נישט קיין יידיש, נאר זיינע ידיעות זענען גאר ווייניג, ממילא ווייסט ער נישט וואס צו פרעגן.

דא האסטו:
יעקב מזור