בלאט 1 פון 4

שמועסן איבער פארצייטישע ניגונים

געשריבן: זונטאג מאי 17, 2020 7:49 pm
דורך דוד משה
אין די איזראעלישע לייברערי וואלגערט זיך אומצאליגע ווערטפולע רעקארדירונגען פון אלטע ניגונים וואס אידן האבן מיטגעברענגט פונדערהיים, איך ברענג אהער עטליכע, און ווער עס קען זאל ביטע מוסיף זיין.

אלעס ווערט אריינגעלייגט אין דעם פאלדער.

1
חזן גוטליב - שמועסן איבער גאליציאנער ניגונים, לכאורה איז נישטא קיין איין ניגון וואס ער זינגט נאך בדיוק און מען קען זיך נישט אויסלערנען קיין ניגון פון דארט, דאך איז עס אינטערעסאנט פאר איינער וואס קען אביסל גאליציאנער ניגונים זיך צו טרעפן אינדערהיים.

2
ר' שאול הוטערער – א זיסער שמועס איבער זיין בדחנות און איבער בדחנות אין באבוב אינדערהיים.

Re: שמועסן איבער פארצייטישע ניגונים

געשריבן: זונטאג מאי 17, 2020 8:39 pm
דורך סטאוו יא פיטא
איך האב הונדערטער שעות פארבראכט צווישן די ווענט פונעם ביבליאטעק, זינט איך האב אבער פארלאזט דאס הייליג לאנד הער איך רעקארדירונגען דא און דארט, אבער צי א מערהייט פון די רעקארדירונגען האב איך נישט קיין צוטריט. אדרבה, ווייסט איר א וועג וויאזוי אנציקומען צי אלע גישה מקוונת?
איך דארף האבן ערגעץ א גוטע פאר שעה רעקארדינגס, איך ווייס אבער נישט צי ס'איז אינטערסאנט (רוב איז בנושא חזנות, שטייצעך כ'האב נאר ליב געהאט חזנות ביי די צוואנציג)

Re: שמועסן איבער פארצייטישע ניגונים

געשריבן: מאנטאג מאי 25, 2020 1:06 pm
דורך זעירא
דוד משה האט געשריבן:אין די איזראעלישע לייברערי וואלגערט זיך אומצאליגע ווערטפולע רעקארדירונגען פון אלטע ניגונים וואס אידן האבן מיטגעברענגט פונדערהיים, איך ברענג אהער עטליכע, און ווער עס קען זאל ביטע מוסיף זיין.

אלעס ווערט אריינגעלייגט אין דעם פאלדער.

1
חזן גוטליב - שמועסן איבער גאליציאנער ניגונים, לכאורה איז נישטא קיין איין ניגון וואס ער זינגט נאך בדיוק און מען קען זיך נישט אויסלערנען קיין ניגון פון דארט, דאך איז עס אינטערעסאנט פאר איינער וואס קען אביסל גאליציאנער ניגונים זיך צו טרעפן אינדערהיים.

2
ר' שאול הוטערער – א זיסער שמועס איבער זיין בדחנות און איבער בדחנות אין באבוב אינדערהיים.

מורא'דיג!
יש"כ.
ברענג אהער נאך סחורה.

Re: שמועסן איבער פארצייטישע ניגונים

געשריבן: מיטוואך מאי 27, 2020 6:41 am
דורך זעירא
יעצט געענדיגט צו הערן ביידע שמעוסן, איז אזוי:
ר' שאול'ס שמועס איז צוקער זיס, א ווארימע גרוס פון די אלטע הייליגע לעכטיגע היים, ס'אשאד נאר אז דער 'פארשער' וואס זיצט מיט אים קען נישט קיין אידיש, אזוי אז די שמועס הינקעט אויף איין פוס... אבער ס'איז ווערד די געלט.

דער שמועס פון גא-טליב, איז איין גרויסע טשאלנט פון אלע סארטן און אלע מינים, מהיכי-תיתי.
אבער ס'האט זיך געלוינט צו הערן די אנדערהאלבן שעה'דיגן שמועס נאר פאר די ווערטל צום סוף:

וואס טוהט א חזן ווען ער ווערט הייזעריג אינמיטן דאווענען?
-נעמט זיך דאווענען ווי א בעל תפילה, זאגט שנעל די ווערטער.
נו וואס מאכט א בע"ת וואס ווערט הייזעריג?
-דאווענט ווי א רבי, ער הייבט אן א ניגון אין די עולם זינגט מיט.
וואס טוהט די רבי ביים עמוד ווען ער איז הייזעריג?
-נעמט זיך וויינען!
פארוואס וויינט ער?
-וייל ער קען נישט דאווענען!
און אז מ'וויינט הערט די אייבישטער!

Re: שמועסן איבער פארצייטישע ניגונים

געשריבן: מיטוואך מאי 27, 2020 9:58 am
דורך יידישע קהילות
זעירא האט געשריבן:יעצט געענדיגט צו הערן ביידע שמעוסן, איז אזוי:
ר' שאול'ס שמועס איז צוקער זיס, א ווארימע גרוס פון די אלטע הייליגע לעכטיגע היים, ס'אשאד נאר אז דער 'פארשער' וואס זיצט מיט אים קען נישט קיין אידיש, אזוי אז די שמועס הינקעט אויף איין פוס... אבער ס'איז ווערד די געלט.

נישט נאר אז ער קען נישט קיין יידיש, נאר זיינע ידיעות זענען גאר ווייניג, ממילא ווייסט ער נישט וואס צו פרעגן.

Re: שמועסן איבער פארצייטישע ניגונים

געשריבן: זונטאג מאי 31, 2020 1:25 pm
דורך זעירא
יידישע קהילות האט געשריבן:
זעירא האט געשריבן:יעצט געענדיגט צו הערן ביידע שמעוסן, איז אזוי:
ר' שאול'ס שמועס איז צוקער זיס, א ווארימע גרוס פון די אלטע הייליגע לעכטיגע היים, ס'אשאד נאר אז דער 'פארשער' וואס זיצט מיט אים קען נישט קיין אידיש, אזוי אז די שמועס הינקעט אויף איין פוס... אבער ס'איז ווערד די געלט.

נישט נאר אז ער קען נישט קיין יידיש, נאר זיינע ידיעות זענען גאר ווייניג, ממילא ווייסט ער נישט וואס צו פרעגן.

דא האסטו:
יעקב מזור

Re: שמועסן איבער פארצייטישע ניגונים

געשריבן: מיטוואך פעברואר 10, 2021 11:52 pm
דורך דוד משה
3
ר' איטשע דמן ובנו ר' ירמי' - ניגוני ראפשיץ ראזוואדאוו, א גרויס חלק דערפון זענען שוין ארויסקומען אין די עתיקא קדישא סעריע. גאנץ אינטערעסאנט.

Re: שמועסן איבער פארצייטישע ניגונים

געשריבן: מיטוואך פעברואר 10, 2021 11:58 pm
דורך צד תמות
סטאוו יא פיטא האט געשריבן:איך האב הונדערטער שעות פארבראכט צווישן די ווענט פונעם ביבליאטעק, זינט איך האב אבער פארלאזט דאס הייליג לאנד הער איך רעקארדירונגען דא און דארט, אבער צי א מערהייט פון די רעקארדירונגען האב איך נישט קיין צוטריט. אדרבה, ווייסט איר א וועג וויאזוי אנציקומען צי אלע גישה מקוונת?

דאכט'זיך מ'קען פילטערן צו זעהן א רשימה פון בלויז דיע וואס האבן אפשרות גישה מקוונת

Re: שמועסן איבער פארצייטישע ניגונים

געשריבן: דאנערשטאג פעברואר 18, 2021 11:13 pm
דורך סטאוו יא פיטא
דוד משה האט געשריבן:1
חזן גוטליב - שמועסן איבער גאליציאנער ניגונים, לכאורה איז נישטא קיין איין ניגון וואס ער זינגט נאך בדיוק און מען קען זיך נישט אויסלערנען קיין ניגון פון דארט, דאך איז עס אינטערעסאנט פאר איינער וואס קען אביסל גאליציאנער ניגונים זיך צו טרעפן אינדערהיים.


דער ריקארדינג איז אחרי הכל מסתמא די גרעסטע אוצר פון גאליציאנע ניגונים וואס געפינט זיך דארט.

איך טרעף גראדע יא חוץ די טעמפאו וואס ער זינגט שנעל איז ער היבש מדויק אויף א רייע ניגונים.

- די דשיקובע שלום עליכם זינגט ער גאר אריגינעל
- די ניגון פון רבי שמואל פיטקיווער (דרור יקרא) אויכט גאר אריגינעל

צוויי שטארקע זיופים וואס ער זאגט איז:
- דעם עטרת ישועה'ס יום טוב'דיגע אשת חיל זאגט ער קומט נאך פון רבי אליעזר'ל...
- אויף איין דשיקובע מארש (22:42) זאגט ער אז ס'איז א וויזניצע ניגון וואס רבי אלטר'ל האט געברענגט פון וויזניץ. די אמת איז פארקערט, ער האט עס מסתמא אהינגעטראגן

נאך הערות:
- די דשיקובע אזמר בשבחין מכלומרשט... כמעט ברור נישט געזינגען דאס אין דשיקוב, אדרבה ווער ס'ווייסט אז יא נא להודיענו (ס'איז די זעלבע ראפשיצע ניגון וואס ירמי' דמן זינגט אויף מה ידידות, וואס איז גראדע אויכט אייגענס...)
- אשת חיל פון זאלאשיצע רבין לדבריו, איז א גאר אלטע ניגון באקאנט אין אסאך הויפן, זיכער 100 יאר עלטער פון זאלאשיצע רבין

Re: שמועסן איבער פארצייטישע ניגונים

געשריבן: פרייטאג פעברואר 19, 2021 11:36 am
דורך דוד משה
סטאוו יא פיטא האט געשריבן:דער ריקארדינג איז אחרי הכל מסתמא די גרעסטע אוצר פון גאליציאנע ניגונים וואס געפינט זיך דארט.

איך טרעף די פאלגענדע ריקארדינגס צו זיין א גרעסערע אוצר.. מער אקאוראט און מער מקורות.
4
ר' לייזער אונגער - ניגונים ונוסחאות מדזיקוב ראזוואדאוו ועוד

Re: שמועסן איבער פארצייטישע ניגונים

געשריבן: פרייטאג פעברואר 19, 2021 11:45 am
דורך choc
סטאוו יא פיטא האט געשריבן:איך האב הונדערטער שעות פארבראכט צווישן די ווענט פונעם ביבליאטעק, זינט איך האב אבער פארלאזט דאס הייליג לאנד הער איך רעקארדירונגען דא און דארט, אבער צי א מערהייט פון די רעקארדירונגען האב איך נישט קיין צוטריט. אדרבה, ווייסט איר א וועג וויאזוי אנציקומען צי אלע גישה מקוונת?
איך דארף האבן ערגעץ א גוטע פאר שעה רעקארדינגס, איך ווייס אבער נישט צי ס'איז אינטערסאנט (רוב איז בנושא חזנות, שטייצעך כ'האב נאר ליב געהאט חזנות ביי די צוואנציג)

אוודאי זאלט איר ארויפלייגן .דאס קען זיין גאר אינטערעסאנט

Re: שמועסן איבער פארצייטישע ניגונים

געשריבן: פרייטאג פעברואר 19, 2021 11:51 am
דורך farshlufen
דוד משה האט געשריבן:
סטאוו יא פיטא האט געשריבן:דער ריקארדינג איז אחרי הכל מסתמא די גרעסטע אוצר פון גאליציאנע ניגונים וואס געפינט זיך דארט.

איך טרעף די פאלגענדע ריקארדינגס צו זיין א גרעסערע אוצר.. מער אקאוראט און מער מקורות.
4
ר' לייזער אונגער - ניגונים ונוסחאות מדזיקוב ראזוואדאוו ועוד

ישר כחכם.

איך הער עס איצט, דער מה ידידות איז דאך דער בבואו מאדום וואס מ'זינגט אין סאטמאר מיט נאך פעלער.

Re: שמועסן איבער פארצייטישע ניגונים

געשריבן: פרייטאג פעברואר 19, 2021 12:00 pm
דורך סטאוו יא פיטא
דאס איז דער מה ידידות פון חודש אלול מסתמא?
זינגט מען אויך אזוי אויף היום הרת עולם אין סטוטשין, טאקע היבש אנדערש ווי אין סאטמאר אויף בבואו מאדום

Re: שמועסן איבער פארצייטישע ניגונים

געשריבן: פרייטאג פעברואר 19, 2021 12:30 pm
דורך סטאוו יא פיטא
דוד משה האט געשריבן:3
ר' איטשע דמן ובנו ר' ירמי' - ניגוני ראפשיץ ראזוואדאוו, א גרויס חלק דערפון זענען שוין ארויסקומען אין די עתיקא קדישא סעריע. גאנץ אינטערעסאנט.


ציגעלייגט א מפתח


דמן 1
1:44 – ניגון (ממקומך)
4:23 – נוסח חזרת הש"ץ, מוסף ימים נוראים (ראזוואדאוו)
8:01 – ונתנה תוקף (כבקרת?)
13:47 – שמו מפארים (ראזוואדאוו)
16:16 – קרית משוש היכל ואולם וכו' שמים וארץ ירננו לשמו
17:25 – ישפוט תבל בצדק
18:25 – אין קצבה (ראזוואדאוו?)
19:54 – היום תאמצנו (ראזוואדאוו)
20:56 – גשם (ראפשיץ)
22:56 – טל (ראפשיץ)
25:11 – מכניסי רחמים – נעילת החג שמחת תורה (ראזוואדאוו)

דמן 2
0:45 – ניגון
3:55 - ניגון ישן שזקנו היה שר
9:01 – ניגון באגלייטן (סטוטשין)
10:55 – ניגון הקפה (ראזוואדאוו)
12:07 – זמירות ליל שמחת תורה
15:31 – נוסח לדוד מזמור (ראזוואדאוו)
17:30 – די התעוררות ניגון


ווער ס'קען מוסיף זיין בעסערע מקורות תבא עליו ברכה

Re: שמועסן איבער פארצייטישע ניגונים

געשריבן: פרייטאג פעברואר 19, 2021 12:50 pm
דורך בית המשתה
די ערשטע ממקומך ניגון איז די זעלבע ניגון וואס ר' יעקב שווארץ ז"ל זינגט אויף פתחו לי אין די דערנעבענדיגע אשכול.

ווי 'אוצרות ליסקא' שרייבט דארט האט ער דאס גערופן 'די דז'יקובע פתחו לי'.

Re: שמועסן איבער פארצייטישע ניגונים

געשריבן: מוצ"ש פעברואר 20, 2021 8:03 pm
דורך סטאוו יא פיטא
סטאוו יא פיטא האט געשריבן:דאס איז דער מה ידידות פון חודש אלול מסתמא?
זינגט מען אויך אזוי אויף היום הרת עולם אין סטוטשין, טאקע היבש אנדערש ווי אין סאטמאר אויף בבואו מאדום

טעות. דאס זינגט מען אויף לא-ל עורך דין

Re: שמועסן איבער פארצייטישע ניגונים

געשריבן: זונטאג פעברואר 21, 2021 3:33 am
דורך חמרא טבא
סטאוו יא פיטא האט געשריבן:
סטאוו יא פיטא האט געשריבן:דאס איז דער מה ידידות פון חודש אלול מסתמא?
זינגט מען אויך אזוי אויף היום הרת עולם אין סטוטשין, טאקע היבש אנדערש ווי אין סאטמאר אויף בבואו מאדום

טעות. דאס זינגט מען אויף לא-ל עורך דין

מקור?

Re: שמועסן איבער פארצייטישע ניגונים

געשריבן: זונטאג פעברואר 21, 2021 7:26 am
דורך סטאוו יא פיטא
איך האב געדאווענט ראש השנה אין סטוטשין, געדענקט אז מ'האט עס געזינגען אבער זיך פארמישט מיט היום הרת עולם.

דעם פרייטאג צינאכטס ביים טיש אין סטוטשין האט מיר א ידיד מעורר געווען אויף מיין טעות אז מ'זאגט לקל עורך דין מיט דעם ניגון און נישט היום הרת עולם, ונזכרתי. תשוחח"ל....

Re: שמועסן איבער פארצייטישע ניגונים

געשריבן: זונטאג פעברואר 21, 2021 9:21 pm
דורך סטאוו יא פיטא
דוד משה האט געשריבן:
סטאוו יא פיטא האט געשריבן:דער ריקארדינג איז אחרי הכל מסתמא די גרעסטע אוצר פון גאליציאנע ניגונים וואס געפינט זיך דארט.

איך טרעף די פאלגענדע ריקארדינגס צו זיין א גרעסערע אוצר.. מער אקאוראט און מער מקורות.
4
ר' לייזער אונגער - ניגונים ונוסחאות מדזיקוב ראזוואדאוו ועוד


ארויפגעלייגט א מפתח


רבי לייזער אונגער

אונגער 1
0:37 - קדיש, ראפשיץ
3:03 - אתה אחד, ראזוואדאוו. מ'פלעגט עס זינגען יום כיפור נאך נעילה
4:52 - מה ידידות, ראזוואדאוו ((חודש אלול))
10:16 - מעין עולם הבא ((מיוחס להר"ר אלימלך זי"ע))
11:51 - מעין עולם הבא, ראזוואדאוו בניגון המיוחס לר"ר אלימלך זי"ע על אליהו הנביא
14:18 - כל חמירא, מיוחס להבני יששכר זי"ע, געזינגען ערב פסח שחל בשבת
15:32 - לדוד מזמור, נוסח דז'יקוב/ראזוואדאוו
18:32 - שומר ישראל, ראזוואדאוו. געזינגען ביים געזעגענען פון סוכה
21:05 - ניגון על פייט יום א' דשבועות (אם לא אמריך הנעומים)
26:10 - המשך פייט (עליונים ששו)
26:55 - שלום עליכם, ז'אבנא
28:25 - שלום עליכם, רבי ראובן מדעמביץ זי"ע. מיוחס להר"ר הערש מרימנוב זי"ע
29:31 - שלום עליכם, דז'יקוב. עטרת ישועה.
30:32 - שלום עליכם, סטוטשין. (ראפשיצע מעוז צור)
32:10 - שלום עליכם, דאמבראווע
33:10 - רבון כל העולמים, דז'יקוב. עטרת ישועה.
35:29 - ירצה צום עמך (ראפשיץ)
37:22 - היום הרת עולם
37:39 - ניגון וואלץ, לרבי אשר'ל רימנובער
39:26 - ניגון מודזיץ
40:21 - אין קצבה, ראזוואדאוו
42:49 - ניגון מהמגיד מקוז'ניץ זי"ע. דער ניגון מיט וואס מ'האט באגלייט רבי שמואל פיטקיווער אין גן עדן (די מעשה בעפאר, אומקלאר)
43:46 - קה רבון, בלאזוב
44:40 - הקפה ניגון, ראזוואדאוו
45:13 - ויושע ה' ביום ההוא

אונגער 2:
3:00 - אזמר בשבחין, דעמביץ (מיוחס לר"ר הערש מרימנוב זי"ע)
5:18 - אזמר בשבחין, סטוטשין
7:18 - אזמר בשבחין, פלאנטש ((באקאנטע אהבה רבה ניגון פון ר"ר הערש מרימנוב זי"ע))
9:35 - ידיד נפש, הקפות ראפשיץ
11:54 - שמו מפארים, ראזוואדאוו
14:04 - ארשת שפתנו, דז'יקוב
15:39 - אזמר בשבחין, פלאנטש
17:30 - כל מקדש, פיניע חזן
20:16 - הדור נאה זיו ((טל, יוסלה רוזנבלאט))
21:05 - ניגון וואלץ, (חמול)
22:03 - תנועה



רבי שלום ווייסמאן
22:28 - וכל מאמינים
26:59 - וכך היה אומר, נוסח מוסף יום כיפור
32:37 - נוסח יום כיפור, המשך



Re: שמועסן איבער פארצייטישע ניגונים

געשריבן: זונטאג פעברואר 21, 2021 9:30 pm
דורך צפונית מזרחית
ניגוני מעליץ, האדמו"ר ר' אלימלך הורוויץ על ידי ר' פרץ איינפאנג מקראקא
א
https://www.nli.org.il/en/items/NNL_MUS ... 495636/NLI
ב
https://www.nli.org.il/en/items/NNL_MUS ... 467214/NLI

קען איינער דאס ביטע איבערלייגן אויף Drobox

Re: שמועסן איבער פארצייטישע ניגונים

געשריבן: זונטאג פעברואר 21, 2021 9:34 pm
דורך סטאוו יא פיטא
צפונית מזרחית האט געשריבן:ניגוני מעליץ, האדמו"ר ר' אלימלך הורוויץ על ידי ר' פרץ איינפאנג מקראקא
א
https://www.nli.org.il/en/items/NNL_MUS ... 495636/NLI
ב
https://www.nli.org.il/en/items/NNL_MUS ... 467214/NLI

קען איינער דאס ביטע איבערלייגן אויף Drobox

viewtopic.php?p=2196235#p2196235

Re: שמועסן איבער פארצייטישע ניגונים

געשריבן: זונטאג פעברואר 21, 2021 9:46 pm
דורך סטאוו יא פיטא
ס'איז ווערד צי הערן בי אונגער חלק 2, 7:18, דעם אזמר בשבחין בניגון האהבה רבה. די דריטע פאל האט באקומען א צורה פון א ניגון!... געהערט האב איך א צייט צוריק פון א עלטערע גאליציאנע איד אז די ניגון קומט אנדערש ווי מ'זינגט עס אין סאטמאר. און דא האט איר עס, זייער אינטערסאנט די ערשטע 2 פאלן זענען מער ווייניגער די זעלבע, די דריטע פאל אבער האט תנועות און איז געהעריג א ניגון

Re: שמועסן איבער פארצייטישע ניגונים

געשריבן: זונטאג פעברואר 21, 2021 10:08 pm
דורך סטאוו יא פיטא
רבי לייזער אונגער פארציילט אנהייב חלק 1 איבער דעם ניגון 'אתה אחד' אז איין יאר יום כיפור האט מען געענדיגט נעילה היבש פריה, האט דער ראזוואדאווע רב רבי משה'לע זי"ע געבעטן דעם פלאנטשע רב צי זינגען א ניגון האט ער געזינגען דעם אתה אחד. מיינט דאס אז דאס איז דעם פלאנטשע רב'ס אייגענע ניגון?

געשריבן: מאנטאג פעברואר 22, 2021 3:18 am
דורך סטיטשינער
הערליכע ארבעט סטאוועלע! שכרך הרבה מאוד.

קענען מיר נאר אביסל קאמענטארן, לפי וואס עס איז מקובל אין סטוטשין (מיט די הנחה אז אזוי האט מען געטוהן אין ראזוודאוו, ווייל עס איז כמעט נישט געווען קיין שינוים). אויב איינער האט מקובל אנדערש איז ער מכובד אריין צו קומען.

געשריבן: מאנטאג פעברואר 22, 2021 3:19 am
דורך סטיטשינער
סטאוו יא פיטא האט געשריבן:רבי לייזער אונגער פארציילט אנהייב חלק 1 איבער דעם ניגון 'אתה אחד' אז איין יאר יום כיפור האט מען געענדיגט נעילה היבש פריה, האט דער ראזוואדאווע רב רבי משה'לע זי"ע געבעטן דעם פלאנטשע רב צי זינגען א ניגון האט ער געזינגען דעם אתה אחד. מיינט דאס אז דאס איז דעם פלאנטשע רב'ס אייגענע ניגון?

די ניגון קומט אריגינעל אויף די פיוטים מלך עליון פון ראש השנה יום כיפור. פלאנטשע רב האט צאמגעשטעלט די ווערטער.