סקולען מיט אידיש נחת

ניגונים און זינגערס

אחראי: אחראי

מוכר ספרים
שר חמישים ומאתים
תגובות: 366
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 05, 2017 2:12 pm

Re: סקולען מיט אידיש נחת

תגובהדורך מוכר ספרים » דאנארשטאג מאי 28, 2020 2:21 am

א טעות?
צוגעלייגטע
IMG_20200528_021946_914.jpg
IMG_20200528_021946_914.jpg (103.14 KiB) געזעהן 2423 מאל

אוועטאר
סארקאזי
שר האלף
תגובות: 1243
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 08, 2016 8:49 pm

Re: סקולען מיט אידיש נחת

תגובהדורך סארקאזי » זונטאג מאי 31, 2020 10:31 am

א הערליכער קלאסישער אלבוים.
הפלא'דיג אפגעזונגען.בפרט די אינגלעך סאלאס
זייער שיינע מוזיק (הגם נישט אינגאנצען מיין טעיסט) בפרט די סטרינגס איז זייער נאבעל.

אבער צופיל פון די ניגונים זענען שוין אויף צופיל אנדערע סקולענער סידיס.

לכאורה איז די חשבון אז יעדע סארט סידי אפילט צו אנדערע סארט מענטשען.
ער ווייסט אבער נישט אז סארקאזי קויפט יעדע סידי וואס האט דעם צויבער ווארט'' סקולען''

אוועטאר
סארקאזי
שר האלף
תגובות: 1243
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 08, 2016 8:49 pm

Re: סקולען מיט אידיש נחת

תגובהדורך סארקאזי » זונטאג מאי 31, 2020 2:00 pm

להודיע האט געשריבן:נפתלי יוסף מענדלאוויטש לייגט דאך אזוי הארציג אראפ דעם "אל יבושו", א מתיקות וואס צעגייט אין אלע ביינער. פאר דעם ניגון אליינס האט זיך עס אויסגעצאלט.

;l;p-

אוועטאר
זאג א גוטס
שר חמש מאות
תגובות: 660
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 08, 2018 3:36 pm

להיזהר בקדושת השמות!

תגובהדורך זאג א גוטס » זונטאג מאי 31, 2020 5:50 pm

איידער איך לייג אראפ מיינע פאר צענט איבער די סידי, וואס כ'האב זייער הנאה פון, וויל איך מעורר זיין וואס מיינע קינדער שיחי' האבן אויפגעמערקט אז אינעם ביכל ביי ניגון 18 איז דא די שם א'ד' ארויסגעשריבן.

פאסיגע הערכה וועט בעז"ה נאכפאלגן
צו דערציילן ביים שבת טיש
אז מען געוואוינט זיך נישט איין יונגעהייט צו זיצן שעות על שעות כל כולו שקוע בתורה איז עס טאקע געפערליך ווען מען איז עלטער....
קרעדיט: למעלה משבעים

שטאטס מבין
שר העשר
תגובות: 44
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 22, 2019 6:04 pm

Re: סקולען מיט אידיש נחת

תגובהדורך שטאטס מבין » זונטאג מאי 31, 2020 7:07 pm

אה! איך כאפ שוין די קינדער שטייען אויף די פארענטשעס ביי די היינטיגע רבי'ס וואס האט מען טענה'ס אויף די קאווער

:wink:

אוועטאר
שמארטיקל
שר חמש מאות
תגובות: 927
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 29, 2019 8:50 pm
לאקאציע: אונטערן קאפל
פארבינד זיך:

Re: סקולען מיט אידיש נחת

תגובהדורך שמארטיקל » זונטאג יוני 07, 2020 11:17 am

הערליכע סידי! גאר גוט אויסגעצאלט, יישר כח
לאכן לאכט דער לעצטער - דער וואס האט די לעצטע געכאפט די דשאוק

שמארטיקל'ס מחשבות

אוועטאר
ארחיקה נדד
שר חמש מאות
תגובות: 831
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 24, 2019 9:11 pm
לאקאציע: מ'וואנדערט

Re: סקולען מיט אידיש נחת

תגובהדורך ארחיקה נדד » זונטאג יוני 07, 2020 12:05 pm

מוראדיג. מוראדיג.

באמת ארויפגעברענגט די הרגשים און געפילן...

זכיתי רבות בשנים זיך צו דרייען אינעם סקולענע הויף ווי אויך און שטוב, דעריבער קען איך נישט איבערהיפן דעם פאקט אז געוויסע ממש קליינע תנועות האט מען דא אויסגעגראדט עס זאל בעסער שטומען,

ווער עס געדענקט נאך, פלעגט מען פאר אזא 'חטא' ממש שטיל מאכן דעם עולם און דער רבי אליינס האט אויסגעבעסערט...

אבער כדי ארויסצוגעבן אזא שיינע ארבעט האט מען זיכער געמוזט איבערהיפן אפאר קלייניגקייטן...

דרך אגב, ווער עס געדענקט די שבתים ווי די חשובע קינדער שליט"א האבן זיך איינגעטיילט, יעדע שבת א צווייטער, ווען עס פלעגט זיין די רייע פון האדמור מסקולען מאנסי שליט"א האט נישט עקזיסטירט אזא מין באגריף ווי זיך יאגן... דאן האבן די ניגונים און זמירות שבת געהאט אן עקסטערן געשמאק, א שטייגער ווי כל מקדש, קה ריבון עלם, ברוך השם יום יום ווי אויך די הארציגע של"ס תנועה וואס מזינגט טאקע אויפן טעיפ, אלעס געזינגען שטייט און הארציג אן קיין געיעג, ארויסברענגענדיג יעדן קוועטש און תנועה.

ווי אויך נאך פריער מיט זעקס א האלב מענטשן ארום דעם טיש...

איי זכרונות...
אָעוּפָה אֶשְׁכֹּנָה וְאַרְחִיקָה נְדֹד / בַּמִּדְבָּר אָלִינָה וְאוּלַי אֶמְצָא דּוֹד

יש מנהיג לבירה!

פליטה גדולה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 312
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 06, 2019 6:01 pm

Re: סקולען מיט אידיש נחת

תגובהדורך פליטה גדולה » זונטאג יוני 07, 2020 5:50 pm

יעצט גענדיגט הערן עס איז ווערד יעדע דאלער.
זייער שיין און ווארעם, די הארציגע מעלאדיעס אלו דברים.. אל יבשו בי קויך.. נכספה, שלח אורך אא"וו. עס בענקט זיך נאך די ליכטיגע טישן אין סקולען בהילו נרו על ראשינו וואס האט אריינגעברענגט אזוי פיל קדושה און טהרה אין אידישע הערצער.

יאנקל
שר חמש מאות
תגובות: 859
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 18, 2015 11:25 am

Re: סקולען מיט אידיש נחת

תגובהדורך יאנקל » זונטאג יוני 07, 2020 6:08 pm

הערליכע סידי

ווייסעכנישט גארנישט
שר העשר
תגובות: 33
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך ינואר 16, 2019 6:51 pm

Re: סקולען מיט אידיש נחת

תגובהדורך ווייסעכנישט גארנישט » זונטאג יוני 07, 2020 6:10 pm

מוכר ספרים האט געשריבן:א טעות?


קיין שום טעות נישט. פונקט די וואך שבת בלעטערנדיג אינעם הקדמה פון תהלים נועם אליעזר וואס האט געשריבן די לעצטער רבי ז"ל, ברענגט ער דארט דעם שטיקל צואה פונעם טאטן

פליטה גדולה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 312
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 06, 2019 6:01 pm

Re: סקולען מיט אידיש נחת

תגובהדורך פליטה גדולה » זונטאג יוני 07, 2020 7:09 pm

ווייסעכנישט גארנישט האט געשריבן:
מוכר ספרים האט געשריבן:א טעות?


קיין שום טעות נישט. פונקט די וואך שבת בלעטערנדיג אינעם הקדמה פון תהלים נועם אליעזר וואס האט געשריבן די לעצטער רבי ז"ל, ברענגט ער דארט דעם שטיקל צואה פונעם טאטן

די טעות איז טאקע דאס אז עס איז א שטיקל פון די צוואה פונעם טאטן ז"ל וואס ער שרייבט אז די ניגונים וואס דער אויבערשטער האט "מיר" באשאנקען וכו', און ער לייגט אין דער זייט א בילד פונעם רבי'ן ז"ל וואס נארמאלערהייט מיינט דאס אז די ווערטער אין די זייט קומט אויך פון איהם.

אוועטאר
כא כא כא
שר האלף
תגובות: 1219
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 31, 2017 5:28 pm

Re: סקולען מיט אידיש נחת

תגובהדורך כא כא כא » זונטאג יוני 07, 2020 11:08 pm

א סאפער סאפער ארבעט!!

יישר כח משה, געוואלדיג!!
האסטו שוין אמאל געהערט ווי די רויבערס צילאכן זיך...
לאך פון די וועלט
קח''א קארדינעיטאר

לדעתי
שר חמישים ומאתים
תגובות: 424
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 27, 2016 4:18 pm

Re: סקולען מיט אידיש נחת

תגובהדורך לדעתי » מיטוואך יוני 10, 2020 3:33 pm

זעהר א שעהן סידי.
ס'האט מיר געפירט צום טיש שבת ביינאכט 4:00AM.
ס'הערט זיך זייער אריגענעל.

וואנדערבאר
ווי וואנט מאר
M'יי L'ייוו M'ערער.

און יישר כח פאר די סידי.

שיעלע בהמה
שר חמש מאות
תגובות: 940
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג דעצמבער 10, 2019 11:59 am

Re: סקולען מיט אידיש נחת

תגובהדורך שיעלע בהמה » דינסטאג יוני 16, 2020 11:20 am

הערליך הערליך!!
כהאב עס ב"ה געקויפט און באצאלט די פולע פרייז פאר די שווערע הארעוואניע וואס איז אריינגעגעגאנגען אין דעם, ב"ה אז די ערליכע נגונים פון דעם גרויסן צדיק ווערט נאכאמאל פארשפרייט.
יעצט בלייבט נאר איבער צו האפן אז די נגונים זאלן עושה רושם זיין.
זיי ענדערש קלוג און זיי נישט אזוי גערעכט..... זיי ענדערש פרייליך און זיי נישט אזוי קלוג.....

בוידעם
שר חמשת אלפים
תגובות: 5846
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג סעפטעמבער 18, 2011 6:15 pm
לאקאציע: אויבן אויפן בוידעם

Re: סקולען מיט אידיש נחת

תגובהדורך בוידעם » דינסטאג יוני 16, 2020 1:01 pm

צ"ל פון די גרויסע צדיקים.
רצונינו לעשות רצוניך.

תרנגול
שר שלשת אלפים
תגובות: 3237
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 04, 2009 11:33 am

Re: סקולען מיט אידיש נחת

תגובהדורך תרנגול » מיטוואך יוני 17, 2020 5:47 pm

אזא הערליכע סידי שוין לאנג נישט געהערט!
אבער פארוואס פארוואס פארוואס....
זינגט מען נכספה נאר איין מאל???
נאט נייס!! געלאזט מיט די צינג אינדרויסן....
הנותן לשכוי בינה...

אוועטאר
כא כא כא
שר האלף
תגובות: 1219
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 31, 2017 5:28 pm

Re: סקולען מיט אידיש נחת

תגובהדורך כא כא כא » מיטוואך יוני 17, 2020 7:24 pm

איך בין נישט קיין סקולענער חסיד סא די סידי דערמאנט מיך נישט קיין געהויבענע טישן, אדער געהויבענע צדיקים, מילא וויל איך שרייבן יעצט פאר די וואס זענען נישט קיין סקולענע חסידים - און זענען קיינמאל נישט געווען ביי א סקולענע טיש - און זאגאר ענדשויען זיי אפי׳ נישט קיין סקולענע ניגונים.

איך האב געקויפט די סידי פשוט ווייל איך וויל שטיצן א היימישע פראפעשענעל סידי, חברה וואס זאל איך ענק זאגן, איך האב נאך אלץ נישט ליב די סקולענע קוועטש, אבער די סידי איז ווערט יעדע פיאסטער... ס׳איז עפעס נישט נארמאל שיין, די מוזיק הערט זיך אסאך מאל ווי משה לאפערס רואיגע שיינע נאטורליכע מוזיק, ס׳האט מיך זייער אסאך געמאכט פילן ווי איך הער יעצט א משה גאלדמאן סידי פאר 15 יאר צוריק, די ניגונים לויפט עפעס אזוי גוט איינס נאכן צווייטן, אן קיין איין מאדערנע קוועטש, און דאך אזוי שיין און רייך, איך זאג ענק האטס נישט מורא אז עטץ גייטס דא הערן די באקאנטע סקולענע קוועטשעס, האנדעלעט אייך עס איין און איר וועט מיר מכיר טובה זיין!

טראכט איך יעצט ס׳וואלט נישט געווען א שלעכטע געדאנק אז משה קרויס זאל טאקע ארויס געבן א נייע משה גאלדמאן סידי, וואס זאגט עטץ צו מיין פלאן?
האסטו שוין אמאל געהערט ווי די רויבערס צילאכן זיך...
לאך פון די וועלט
קח''א קארדינעיטאר

Surface
שר חמישים ומאתים
תגובות: 449
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוקטובער 14, 2013 10:29 pm

Re: סקולען מיט אידיש נחת

תגובהדורך Surface » מיטוואך יוני 17, 2020 7:57 pm

תרנגול האט געשריבן:אזא הערליכע סידי שוין לאנג נישט געהערט!
אבער פארוואס פארוואס פארוואס....
זינגט מען נכספה נאר איין מאל???
נאט נייס!! געלאזט מיט די צינג אינדרויסן....

Same here
א הערליכע סידי אוועראלל, מיך שטארק געבאדערט דאס זינגן נאר איינמאל דעם נכספה

שיעלע בהמה
שר חמש מאות
תגובות: 940
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג דעצמבער 10, 2019 11:59 am

Re: סקולען מיט אידיש נחת

תגובהדורך שיעלע בהמה » מיטוואך יוני 17, 2020 8:37 pm

ס'רעגענט ס'גיסט האט געשריבן:הערליך!
יששכר וואלט שטארק צוגעגעבן נאך ספייסעס

דיסעגרי
זיי ענדערש קלוג און זיי נישט אזוי גערעכט..... זיי ענדערש פרייליך און זיי נישט אזוי קלוג.....

נשמת השכל
שר האלף
תגובות: 1475
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 02, 2018 1:04 pm
לאקאציע: ערגעץ וואו, נאכנישט באשטימט...

Re: סקולען מיט אידיש נחת

תגובהדורך נשמת השכל » דאנארשטאג יוני 18, 2020 1:47 am

כא כא כא האט געשריבן:טראכט איך יעצט ס׳וואלט נישט געווען א שלעכטע געדאנק אז משה קרויס זאל טאקע ארויס געבן א נייע משה גאלדמאן סידי, וואס זאגט עטץ צו מיין פלאן?

יאפ! שוין לאנג געטראכט פארוואס קיינער קומט נישט ארויס מיט א סידי מיט ניגוני משה גאלדמאן אויפן היינטיגן שטייגער, עס וואלט געווען א שטארקע זאך מייניך.
איך בין אזוי "שטארק" אז איך האב אפילו נישט קיין פראבלעם צו זיין "שוואך"...

כתוב על לוח - מיינע געדאנקען

קאמענטארן אויף: כתוב על לוח - מיינע געדאנקען

לדעתי
שר חמישים ומאתים
תגובות: 424
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 27, 2016 4:18 pm

Re: סקולען מיט אידיש נחת

תגובהדורך לדעתי » דאנארשטאג יוני 18, 2020 4:05 pm

כא כא כא האט געשריבן:איך בין נישט קיין סקולענער חסיד סא די סידי דערמאנט מיך נישט קיין געהויבענע טישן, אדער געהויבענע צדיקים, מילא וויל איך שרייבן יעצט פאר די וואס זענען נישט קיין סקולענע חסידים - און זענען קיינמאל נישט געווען ביי א סקולענע טיש - און זאגאר ענדשויען זיי אפי׳ נישט קיין סקולענע ניגונים.

איך האב געקויפט די סידי פשוט ווייל איך וויל שטיצן א היימישע פראפעשענעל סידי, חברה וואס זאל איך ענק זאגן, איך האב נאך אלץ נישט ליב די סקולענע קוועטש, אבער די סידי איז ווערט יעדע פיאסטער... ס׳איז עפעס נישט נארמאל שיין, די מוזיק הערט זיך אסאך מאל ווי משה לאפערס רואיגע שיינע נאטורליכע מוזיק, ס׳האט מיך זייער אסאך געמאכט פילן ווי איך הער יעצט א משה גאלדמאן סידי פאר 15 יאר צוריק, די ניגונים לויפט עפעס אזוי גוט איינס נאכן צווייטן, אן קיין איין מאדערנע קוועטש, און דאך אזוי שיין און רייך, איך זאג ענק האטס נישט מורא אז עטץ גייטס דא הערן די באקאנטע סקולענע קוועטשעס, האנדעלעט אייך עס איין און איר וועט מיר מכיר טובה זיין!


איך האב נאך נישט געהערט משה לאפער, און אויך נישט געהער פאר 15 יאר צוריק משה גאלדמאן'ס סידי....
אבער די סידי דערמאנט מיר פון א סקולענער טיש, מיט א דערהויבענע ווארעמקייט וכו' וכו' וכ'.

פארוואס זאג איך אייך דאס?
כ'ווייס טאקע נישט.

האבעך נישט
אנשי שלומינו
תגובות: 1
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 18, 2020 2:07 pm

Re: סקולען מיט אידיש נחת

תגובהדורך האבעך נישט » דאנארשטאג יוני 18, 2020 5:45 pm

ס'גייט ביי מיר אן אויפהער.. אזוי שיין.. Keep on moshy

אסדר לסעודתא
שר ששת אלפים
תגובות: 6135
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm

Re: סקולען מיט אידיש נחת

תגובהדורך אסדר לסעודתא » דאנארשטאג יוני 18, 2020 9:55 pm

איך האב נאכנישט אויסגעהערט די גאנצע סידי, אבער דאס ביסל וואס כ'האב געהערט איז הערליך!!

אלס איינער וואס איז אויפגעוואקסן מיט ניגוני סקולען, וואלט איך קיינמאל זיך נישט פארגעשטעלט אז ניגוני סקולען וועט נאך אמאל ווערן פאפולער. אשרנו שזכינו.

ס'איז פונקט ווי איינער וואלט מיר געזאגט פאר 20 יאר צוריק אז גרויסע פלעסטיק גלעזער וועט נאך אמאל זיין אין סטייל...
אייוועלט סעלעקטירט דרייססטער ראש הקהל!!

אוועטאר
סמארט גאי
שר האלפיים
תגובות: 2658
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 02, 2014 1:24 am

Re: סקולען מיט אידיש נחת

תגובהדורך סמארט גאי » פרייטאג יוני 19, 2020 1:20 am

איך פלעג נישט גלייכן רוב סקולענער ניגונים, דייקא דער 'קוועטש' וואס דער עולם גייט דא משוגע פאר, האט מיר נערוועז געמאכט, נאכדערצו אז מ'האט זיך באגעגענט דערמיט ביי יעדע איינציגע ניגון.
אבער הערענדיג די סידי האט עס באקומען א שיינע גלאנץ

הערליכע סידי, היילי רעקאמענדעד.

איך געדענק נישט ווען איך האב דאס לעצטע מאל געקויפט א סידי פארדעם.

און איך פיר מיך נישט צו קויפן סידיס כדי צו 'שטיצן' א געוויסע אינדוסטרי. נאר וואס איך גלייך.
נישט די מציאות קאנטראלירט דיינע געפילן, נאר דיין "פירוש" אויפן מציאות קאנטראלירט דיינע געפילן
ס'איז בידך צו טוישן דיין מהלך המחשבה, און אזוי ארום זיך באשיצן פון ווערן אפעקטירט פון די -טיילמאל- אומאנגעמע געשעענישן וואס דאס לעבן ברענגט מיט זיך

אוועטאר
מצב כללי
שר שלשת אלפים
תגובות: 3930
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 18, 2013 7:09 pm

Re: סקולען מיט אידיש נחת

תגובהדורך מצב כללי » זונטאג יוני 21, 2020 2:30 am

גם אני מצטרף

איך האב נאר געקענט די גאר באוויסטע סקולענער ניגונים

מיט די לעצטערע סקולענע סידיס האבן סקולענער ניגונים באקומען א נייער געשמאק


צוריק צו “היכל הנגינה”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 5 געסט