סקולען מיט אידיש נחת

ניגונים און זינגערס

אחראי: אחראי

אשריכם ישראל
שר מאה
תגובות: 117
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יוני 19, 2020 3:02 am

Re: סקולען מיט אידיש נחת

תגובהדורך אשריכם ישראל » זונטאג יוני 21, 2020 3:41 am

געקויפט די סידי ס'איז ווערט אלע געלטער
גאר שיין אראפ געזינגען די הייליגע ניגונים מיטן היינטיגן טעם אוי וישמחו כל חוסי בך... מה אהבתי תורתך כל היום היא שיחתי... סקולענער ניגונים האבן א געוואלדיגע טעם אוי ווי שיין

אוועטאר
שמארטיקל
שר חמש מאות
תגובות: 986
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 29, 2019 8:50 pm
לאקאציע: אונטערן קאפל
פארבינד זיך:

Re: סקולען מיט אידיש נחת

תגובהדורך שמארטיקל » זונטאג יוני 21, 2020 10:51 am

רעיטינג,
★★★★★

נאכאמאל א גרויסן ש'כח ר' משה פאר די הערליכע סידי, ס'גייט אן אויפהער!

תרנגול האט געשריבן:אזא הערליכע סידי שוין לאנג נישט געהערט!
אבער פארוואס פארוואס פארוואס....
זינגט מען נכספה נאר איין מאל???
נאט נייס!! געלאזט מיט די צינג אינדרויסן....

גא''מ.

בד''וו, די ניגון באלוקים בטחתי (א הערליכע ניגון דאס!) זינגט די קווייער איין וועג, און ביים צווייטן מאל זינגט די אינגערמאן מיט א קוועטש. אזוי אויך ביים הויכען פאל יעדע מאל אנדערש, וויל איך וויסן וועלעכס איז ריכטיג.

אוועראלל זייער הנאה, ווי וואנט מאאר!!!

פליטה גדולה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 323
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 06, 2019 6:01 pm

Re: סקולען מיט אידיש נחת

תגובהדורך פליטה גדולה » זונטאג יוני 21, 2020 12:07 pm

שמארטיקל האט געשריבן:רעיטינג,
★★★★★

נאכאמאל א גרויסן ש'כח ר' משה פאר די הערליכע סידי, ס'גייט אן אויפהער!

תרנגול האט געשריבן:אזא הערליכע סידי שוין לאנג נישט געהערט!
אבער פארוואס פארוואס פארוואס....
זינגט מען נכספה נאר איין מאל???
נאט נייס!! געלאזט מיט די צינג אינדרויסן....



בד''וו, די ניגון באלוקים בטחתי (א הערליכע ניגון דאס!) זינגט די קווייער איין וועג, און ביים צווייטן מאל זינגט די אינגערמאן מיט א קוועטש. אזוי אויך ביים הויכען פאל יעדע מאל אנדערש, וויל איך וויסן וועלעכס איז ריכטיג.

אזוי גייט דער ניגון.

אוועטאר
פריעדיגע פרעזידענט
שר העשר
תגובות: 16
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 05, 2019 11:57 am

Re: סקולען מיט אידיש נחת

תגובהדורך פריעדיגע פרעזידענט » מיטוואך יוני 24, 2020 2:10 pm

ר' משי און די וואך די וואך

יעצט מיין מיינוג אויפן סידי אז עס איז א הערליכע ארבעט און איך האף זייער אז ער געזעהן ביזנעס דא אז ער זאל גיין ווייטער

מיין עיצה פארן קימעדיגע סידי 12 ניגינים, 4 זאל ער געבן פאר אביש בראד, 4 פאר אייזיק האניג, 4 פאר יששכר גוטמאן, און פארשטייט זיך אלעס מיט אידיש נחת קווייער, די סעילס גייען זיך דאפלען
K as in kNIFE

אוועטאר
נשמת השכל
שר האלפיים
תגובות: 2099
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 02, 2018 1:04 pm
לאקאציע: ערגעץ וואו, נאכנישט באשטימט...

Re: סקולען מיט אידיש נחת

תגובהדורך נשמת השכל » מיטוואך יוני 24, 2020 2:13 pm

פריעדיגע פרעזידענט האט געשריבן:מיין עיצה פארן קימעדיגע סידי 12 ניגינים, 4 זאל ער געבן פאר אביש בראד, 4 פאר אייזיק האניג, 4 פאר יששכר גוטמאן

און די איבריגע פאר מיר...

אוועטאר
קלאָצקאָפּ
שר חמשת אלפים
תגובות: 5808
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 25, 2017 9:24 pm
לאקאציע: ערגעץ אנדערש

Re: סקולען מיט אידיש נחת

תגובהדורך קלאָצקאָפּ » מיטוואך יוני 24, 2020 2:52 pm

פריעדיגע פרעזידענט האט געשריבן:ר' משי און די וואך די וואך

יעצט מיין מיינוג אויפן סידי אז עס איז א הערליכע ארבעט און איך האף זייער אז ער געזעהן ביזנעס דא אז ער זאל גיין ווייטער

מיין עיצה פארן קימעדיגע סידי 12 ניגינים, 4 זאל ער געבן פאר אביש בראד, 4 פאר אייזיק האניג, 4 פאר יששכר גוטמאן, און פארשטייט זיך אלעס מיט אידיש נחת קווייער, די סעילס גייען זיך דאפלען

נאופ. די יוניקנעס פון דעם אלבום איז די סאלידקייט אין איידלקייט. מ'קען עס הערן בשעת'ן ארבעטן, און ריפיטן פאר שעה'ן לאנג ברציפות ווי גארנישט.
איידער דו שיקסט א תגובה, טראכט צו ס'איז דא ווייניגסטנס א 50% שאנס אז כאטש איינער וועט הנאה האבן דערפון.

האמת הצפון
שר חמישים ומאתים
תגובות: 474
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 03, 2020 9:21 pm

Re: סקולען מיט אידיש נחת

תגובהדורך האמת הצפון » מיטוואך יוני 24, 2020 4:03 pm

תרנגול האט געשריבן:אזא הערליכע סידי שוין לאנג נישט געהערט!
אבער פארוואס פארוואס פארוואס....
זינגט מען נכספה נאר איין מאל???
נאט נייס!! געלאזט מיט די צינג אינדרויסן....

די סידי איז דאך מוירדיג! שוטין געהערט צענדליגער מאל ועוד חזון למועד
בנוגע די נכספה וואס ווערט נאר איינאמל געזינגען איז דא א עצה עס איבערציצינדען נאכאמאל..
אויב איז דאס געגאנגען אויפן פרייז אז מען האט אדאנק דעם געלייגט מער ניגונים האט זיך עס געלוינט
ווייסט וואספארא סארט מענטש ער איז? ער איז פון די וואס האלטן אז טראמפ האט "יא" געווינען די וואלן!

אוועטאר
פריעדיגע פרעזידענט
שר העשר
תגובות: 16
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 05, 2019 11:57 am

Re: סקולען מיט אידיש נחת

תגובהדורך פריעדיגע פרעזידענט » מיטוואך יוני 24, 2020 4:49 pm

קלאָצקאָפּ האט געשריבן:
פריעדיגע פרעזידענט האט געשריבן:ר' משי און די וואך די וואך

יעצט מיין מיינוג אויפן סידי אז עס איז א הערליכע ארבעט און איך האף זייער אז ער געזעהן ביזנעס דא אז ער זאל גיין ווייטער

מיין עיצה פארן קימעדיגע סידי 12 ניגינים, 4 זאל ער געבן פאר אביש בראד, 4 פאר אייזיק האניג, 4 פאר יששכר גוטמאן, און פארשטייט זיך אלעס מיט אידיש נחת קווייער, די סעילס גייען זיך דאפלען

נאופ. די יוניקנעס פון דעם אלבום איז די סאלידקייט אין איידלקייט. מ'קען עס הערן בשעת'ן ארבעטן, און ריפיטן פאר שעה'ן לאנג ברציפות ווי גארנישט.


נשמת השכל האט געשריבן: און די איבריגע פאר מיר...



די אלע 3 האבן שוין ארויס געגעבן סקולענע סידיס וואס יעדע פאר זיך איז הערליך שיין
K as in kNIFE

אוועטאר
קלאָצקאָפּ
שר חמשת אלפים
תגובות: 5808
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 25, 2017 9:24 pm
לאקאציע: ערגעץ אנדערש

Re: סקולען מיט אידיש נחת

תגובהדורך קלאָצקאָפּ » מיטוואך יוני 24, 2020 4:50 pm

האסט מיר געזען זאגן אנדערש?
איידער דו שיקסט א תגובה, טראכט צו ס'איז דא ווייניגסטנס א 50% שאנס אז כאטש איינער וועט הנאה האבן דערפון.

אוועטאר
נשמת השכל
שר האלפיים
תגובות: 2099
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 02, 2018 1:04 pm
לאקאציע: ערגעץ וואו, נאכנישט באשטימט...

Re: סקולען מיט אידיש נחת

תגובהדורך נשמת השכל » דאנארשטאג יוני 25, 2020 3:18 pm

קלאָצקאָפּ האט געשריבן:האסט מיר געזען זאגן אנדערש?

אוועטאר
זאג א גוטס
שר האלף
תגובות: 1572
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 08, 2018 3:36 pm

Re: סקולען מיט אידיש נחת

תגובהדורך זאג א גוטס » דאנארשטאג יוני 25, 2020 3:31 pm

יא! די סידי איז א היט פון א זאך! פונקט באמערקט אז אין יעדע ספרים סטאר, גראסערי וכדומה ארבעט די סידי, גענוי ווי יונגערליך #1 בשעתו.
גראדע ביים ניגון אבינו מלכינו האלט איך אז יוסי גרין וואלט דארט מורא'דיג גוט אריינגעמעטשט און צוגעגעבן.
נכספה ארבעט אויף ריפיעט עטליכע מאל... יויש רייסט עס די הארץ!
--------

איך האב נישט ליב צו מישן א קאשע אבער כ'האב א שטארקע קשיא, וואו זענען די אלע פאזיטיווע בלעטער אזויווי יונגערליך #1?
מ'האט געשמיסן ווען מ'האט נישט געגליכן, און ווען מוישי שטעלט צו עכט היימיש, ווארעם, חסידי'ש, ווערט מען פלוצלינג פארשוואונדן?

(בדרך הלצה, אפשר אויב דער עולם וועט אריינקומען מיט גוטע פידבעק, וואס קומט זיך ערליך, וועט ער אין די קומענדיגע אלבוים אויך באדאנקען אייוועלט...)
דער אויבערשטער טוט נאר גוטס!
מער גוטס ווי א מענטש קען טון פאר זיך אין זיין גאנצע לעבן, טוט דער אויבערשטער יעדע רגע!

מקור

שיעלע בהמה
שר האלף
תגובות: 1977
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג דעצמבער 10, 2019 11:59 am

Re: סקולען מיט אידיש נחת

תגובהדורך שיעלע בהמה » דאנארשטאג יוני 25, 2020 3:34 pm

פריעדיגע פרעזידענט האט געשריבן:ר' משי און די וואך די וואך

יעצט מיין מיינוג אויפן סידי אז עס איז א הערליכע ארבעט און איך האף זייער אז ער געזעהן ביזנעס דא אז ער זאל גיין ווייטער

מיין עיצה פארן קימעדיגע סידי 12 ניגינים, 4 זאל ער געבן פאר אביש בראד, 4 פאר אייזיק האניג, 4 פאר יששכר גוטמאן, און פארשטייט זיך אלעס מיט אידיש נחת קווייער, די סעילס גייען זיך דאפלען
יששכר גוטמאן איז גאר גוט אראפצולייגן א תניא סארט ניגון...
אבער ווען ער באמבעדירט מיט א לעבעדיגע און נאך דערצו פרומע ניגון פארגייט מיר די אפעטיט, כווייס נישט פארוואס.
אייזיק האניג רייסט ביים הארץ און רוב מאל בין איך נישט אין "די" סארט גוסטע (מזה הטעם הער איך ווייניג משה גאלדמאן).
און אביש בראדט רעד אויך נישט אזוי צו מיר (הגם ער האט א מורא'דיגע אקוראטקייט).

בקיצור, איך גלייך נישט צו פילן באמבעדירט אדער פילן פארפייניגט פון איינער ווואס ציט מיר די קישקעס.
לעצט פאראכטן דורך שיעלע בהמה אום דאנארשטאג יוני 25, 2020 3:36 pm, פאראכטן געווארן 2 מאל סך הכל.

אוועטאר
קלאָצקאָפּ
שר חמשת אלפים
תגובות: 5808
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 25, 2017 9:24 pm
לאקאציע: ערגעץ אנדערש

Re: סקולען מיט אידיש נחת

תגובהדורך קלאָצקאָפּ » דאנארשטאג יוני 25, 2020 3:35 pm

זאג א גוטס האט געשריבן:גראדע ביים ניגון אבינו מלכינו האלט איך אז יוסי גרין וואלט דארט מורא'דיג גוט אריינגעמעטשט און צוגעגעבן.

ביטע..

זאג א גוטס האט געשריבן:איך האב נישט ליב צו מישן א קאשע אבער כ'האב א שטארקע קשיא, וואו זענען די אלע פאזיטיווע בלעטער אזויווי יונגערליך #1?
מ'האט געשמיסן ווען מ'האט נישט געגליכן, און ווען מוישי שטעלט צו עכט היימיש, ווארעם, חסידי'ש, ווערט מען פלוצלינג פארשוואונדן?

דו האסט געזען איינעם קריטיקירן, אדער וואס?
איידער דו שיקסט א תגובה, טראכט צו ס'איז דא ווייניגסטנס א 50% שאנס אז כאטש איינער וועט הנאה האבן דערפון.

גראמער
שר חמש מאות
תגובות: 681
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 11, 2016 8:21 pm

Re: סקולען מיט אידיש נחת

תגובהדורך גראמער » דאנארשטאג יוני 25, 2020 3:40 pm

מושי קרויס האט דעליווערט עפעס אויסטערליש שיין! נישטא קיין ווערטער!

איך הער די סידי ממש א גאנצע טאג. אזוי ווארעם און חסידיש. אזעלכע זיסע שטימעס.

ישר כח מושי פאר'ן צושטעלן אזא הערליכע אלבום אזוי פראפעסיענאל.

אוועטאר
זאג א גוטס
שר האלף
תגובות: 1572
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 08, 2018 3:36 pm

Re: סקולען מיט אידיש נחת

תגובהדורך זאג א גוטס » דאנארשטאג יוני 25, 2020 3:48 pm

קלאָצקאָפּ האט געשריבן:
זאג א גוטס האט געשריבן:גראדע ביים ניגון אבינו מלכינו האלט איך אז יוסי גרין וואלט דארט מורא'דיג גוט אריינגעמעטשט און צוגעגעבן.

ביטע..

זאג א גוטס האט געשריבן:איך האב נישט ליב צו מישן א קאשע אבער כ'האב א שטארקע קשיא, וואו זענען די אלע פאזיטיווע בלעטער אזויווי יונגערליך #1?
מ'האט געשמיסן ווען מ'האט נישט געגליכן, און ווען מוישי שטעלט צו עכט היימיש, ווארעם, חסידי'ש, ווערט מען פלוצלינג פארשוואונדן?

דו האסט געזען איינעם קריטיקירן, אדער וואס?

נישט דא. ביי אידיש נחת אנדערע סידיס (אויסער אויב מ'האט געמעקט...).
פרעג איך פ"וו די קריטיקירער, וועלכע האבן דאך געמיינט אמת'דיג און געוואלט ס'זאל זיין דבריהם נשמעים, נו, אצינד אז מ'דעליווערט יא לויט זייער פארלאנג, זאלן זיי אלע אהערקומען קאמפלימענטירן.
דער אויבערשטער טוט נאר גוטס!
מער גוטס ווי א מענטש קען טון פאר זיך אין זיין גאנצע לעבן, טוט דער אויבערשטער יעדע רגע!

מקור

שיעלע בהמה
שר האלף
תגובות: 1977
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג דעצמבער 10, 2019 11:59 am

Re: סקולען מיט אידיש נחת

תגובהדורך שיעלע בהמה » דאנארשטאג יוני 25, 2020 3:50 pm

זאג א גוטס האט געשריבן:
קלאָצקאָפּ האט געשריבן:
זאג א גוטס האט געשריבן:גראדע ביים ניגון אבינו מלכינו האלט איך אז יוסי גרין וואלט דארט מורא'דיג גוט אריינגעמעטשט און צוגעגעבן.

ביטע..

זאג א גוטס האט געשריבן:איך האב נישט ליב צו מישן א קאשע אבער כ'האב א שטארקע קשיא, וואו זענען די אלע פאזיטיווע בלעטער אזויווי יונגערליך #1?
מ'האט געשמיסן ווען מ'האט נישט געגליכן, און ווען מוישי שטעלט צו עכט היימיש, ווארעם, חסידי'ש, ווערט מען פלוצלינג פארשוואונדן?

דו האסט געזען איינעם קריטיקירן, אדער וואס?

נישט דא. ביי אידיש נחת אנדערע סידיס (אויסער אויב מ'האט געמעקט...).
פרעג איך פ"וו די קריטיקירער, וועלכע האבן דאך געמיינט אמת'דיג און געוואלט ס'זאל זיין דבריהם נשמעים, נו, אצינד אז מ'דעליווערט יא לויט זייער פארלאנג, זאלן זיי אלע אהערקומען קאמפלימענטירן.

ליין איבער דעם אשכול און זאג אליינס אויב דא פעלט קאמפלימענטן

אוועטאר
זאג א גוטס
שר האלף
תגובות: 1572
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 08, 2018 3:36 pm

Re: סקולען מיט אידיש נחת

תגובהדורך זאג א גוטס » דאנארשטאג יוני 25, 2020 3:58 pm

שיעלע בהמה האט געשריבן:
זאג א גוטס האט געשריבן:
קלאָצקאָפּ האט געשריבן:
זאג א גוטס האט געשריבן:גראדע ביים ניגון אבינו מלכינו האלט איך אז יוסי גרין וואלט דארט מורא'דיג גוט אריינגעמעטשט און צוגעגעבן.

ביטע..

זאג א גוטס האט געשריבן:איך האב נישט ליב צו מישן א קאשע אבער כ'האב א שטארקע קשיא, וואו זענען די אלע פאזיטיווע בלעטער אזויווי יונגערליך #1?
מ'האט געשמיסן ווען מ'האט נישט געגליכן, און ווען מוישי שטעלט צו עכט היימיש, ווארעם, חסידי'ש, ווערט מען פלוצלינג פארשוואונדן?

דו האסט געזען איינעם קריטיקירן, אדער וואס?

נישט דא. ביי אידיש נחת אנדערע סידיס (אויסער אויב מ'האט געמעקט...).
פרעג איך פ"וו די קריטיקירער, וועלכע האבן דאך געמיינט אמת'דיג און געוואלט ס'זאל זיין דבריהם נשמעים, נו, אצינד אז מ'דעליווערט יא לויט זייער פארלאנג, זאלן זיי אלע אהערקומען קאמפלימענטירן.

ליין איבער דעם אשכול און זאג אליינס אויב דא פעלט קאמפלימענטן

וואס כ'האב געמיינט צו זאגן, אז דאס האלט קוים ביי עטליכע בלעטער, אין באצוג צו יונגערליך, און צו פריערדיגע אידיש נחת = קריטיק. אבער ווי איר זאגט איז דא אלעס לויטער קאמפלימענטן, וואס כ'האב אויך געזען, און כ'האב זיך טאקע געכאפט אז די אלע בלעטער אין יונגערליך איז פשוט דורכצוקייען די נייע ניגונים, משא"כ דא וואס איז אלעס אלטע ניגונים איז נישט שייך צו רעדן איבער די ניגונים אליין, ממילא איז 6 בלעטער קאמפלימענטן אויפן סידי זייער שיין.
אה"נ, כ'צי צוריק פון אלע קלאגעס...
דער אויבערשטער טוט נאר גוטס!
מער גוטס ווי א מענטש קען טון פאר זיך אין זיין גאנצע לעבן, טוט דער אויבערשטער יעדע רגע!

מקור

בשבילי נברא
שר שלשת אלפים
תגובות: 3991
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 18, 2010 10:53 am

Re: סקולען מיט אידיש נחת

תגובהדורך בשבילי נברא » דאנארשטאג יוני 25, 2020 4:01 pm

גראמער האט געשריבן:מושי קרויס האט דעליווערט עפעס אויסטערליש שיין! נישטא קיין ווערטער!

איך הער די סידי ממש א גאנצע טאג. אזוי ווארעם און חסידיש. אזעלכע זיסע שטימעס.

ישר כח מושי פאר'ן צושטעלן אזא הערליכע אלבום אזוי פראפעסיענאל.

אקוראט אזוי!
;l;p-
---

Surface
שר חמישים ומאתים
תגובות: 460
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוקטובער 14, 2013 10:29 pm

Re: סקולען מיט אידיש נחת

תגובהדורך Surface » דאנארשטאג יוני 25, 2020 4:43 pm

האמת הצפון האט געשריבן:
תרנגול האט געשריבן:אזא הערליכע סידי שוין לאנג נישט געהערט!
אבער פארוואס פארוואס פארוואס....
זינגט מען נכספה נאר איין מאל???
נאט נייס!! געלאזט מיט די צינג אינדרויסן....

די סידי איז דאך מוירדיג! שוטין געהערט צענדליגער מאל ועוד חזון למועד
בנוגע די נכספה וואס ווערט נאר איינאמל געזינגען איז דא א עצה עס איבערציצינדען נאכאמאל..
אויב איז דאס געגאנגען אויפן פרייז אז מען האט אדאנק דעם געלייגט מער ניגונים האט זיך עס געלוינט

רעספעקטפולי מחולק... איך וואלט ענדערש געגליכן אפאר ניגונים ווייניגער, און א לענגערע ארבעט אויף די ניגונים אינעם רגש מעדלי.

מאכן א מעדלי פון שיינע ניגונים וואס יעדע פאר זיך קען מען איבערהערן אפאר מאל איז איין פראבלעם, (כמעט) יעדע ניגון אין די רגש מעדלי איז כדאי לעצמו לענ״ד, (די אנדערע סקולען מעדלי בין איך אקעי דערמיט).

וואס האט מיך געבאדערט מער איז דאס זינגן נאר איין מאל די גאנץ ערשטע פאל פונעם נכספה, כאטשיג דעס זינג איבער צוויי מאל, ס׳איז א הערליכע ניגון און מ׳דארף אריינקומען דערין, מ׳קען זיך נישט טרעפן אזוי פאר ווי וואס ווען גלייך אינעם צווייטן פאל...

צירוק צום עצם סידי איזעס א הערליכע ארבעט, ווערט יעדן דאלער!
נפתלי יוסף איז שוין די טשערי אן די פיי (פערזענליכע טעיסט...)

האמת הצפון
שר חמישים ומאתים
תגובות: 474
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 03, 2020 9:21 pm

Re: סקולען מיט אידיש נחת

תגובהדורך האמת הצפון » דאנארשטאג יוני 25, 2020 4:49 pm

Surface האט געשריבן:
האמת הצפון האט געשריבן:
תרנגול האט געשריבן:אזא הערליכע סידי שוין לאנג נישט געהערט!
אבער פארוואס פארוואס פארוואס....
זינגט מען נכספה נאר איין מאל???
נאט נייס!! געלאזט מיט די צינג אינדרויסן....

די סידי איז דאך מוירדיג! שוטין געהערט צענדליגער מאל ועוד חזון למועד
בנוגע די נכספה וואס ווערט נאר איינאמל געזינגען איז דא א עצה עס איבערציצינדען נאכאמאל..
אויב איז דאס געגאנגען אויפן פרייז אז מען האט אדאנק דעם געלייגט מער ניגונים האט זיך עס געלוינט

רעספעקטפולי מחולק... איך וואלט ענדערש געגליכן אפאר ניגונים ווייניגער, און א לענגערע ארבעט אויף די ניגונים אינעם רגש מעדלי.

מאכן א מעדלי פון שיינע ניגונים וואס יעדע פאר זיך קען מען איבערהערן אפאר מאל איז איין פראבלעם, (כמעט) יעדע ניגון אין די רגש מעדלי איז כדאי לעצמו לענ״ד, (די אנדערע סקולען מעדלי בין איך אקעי דערמיט).

וואס האט מיך געבאדערט מער איז דאס זינגן נאר איין מאל די גאנץ ערשטע פאל פונעם נכספה, כאטשיג דעס זינג איבער צוויי מאל, ס׳איז א הערליכע ניגון און מ׳דארף אריינקומען דערין, מ׳קען זיך נישט טרעפן אזוי פאר ווי וואס ווען גלייך אינעם צווייטן פאל...

צירוק צום עצם סידי איזעס א הערליכע ארבעט, ווערט יעדן דאלער!
נפתלי יוסף איז שוין די טשערי אן די פיי (פערזענליכע טעיסט...)

עס אמת און עס שיינט ווי א טעות ווייל טעכניש איז נישט צו שווער צו מאכן איבערשפיפילן א פאל צוויי מאל זיי דארפן עס ניטעמאל איבערזינגען
ווייסט וואספארא סארט מענטש ער איז? ער איז פון די וואס האלטן אז טראמפ האט "יא" געווינען די וואלן!

פעשען
שר חמש מאות
תגובות: 586
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג פאברואר 25, 2016 5:40 pm

Re: סקולען מיט אידיש נחת

תגובהדורך פעשען » פרייטאג יוני 26, 2020 1:42 pm

קען זיין שוין גערעדט דערפון, די דריטע פאל פון מה אהבתי אן די ווערטער איז צוגעלייגט אדער א חלק פון די ניגון?

נאכנישט געענדיגט די גאנצע סידי, אבער דערווייל זעט אויס צו זיין א קנאקעדיגע ארבעט..

נו וואדע
שר האלף
תגובות: 1364
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 30, 2013 2:31 pm

Re: סקולען מיט אידיש נחת

תגובהדורך נו וואדע » פרייטאג יוני 26, 2020 1:54 pm

און מיר באדערט אז קיינער דערמאנט ניש דא אינעם אשכול ר' צבי בלומענפעלד דער אראנדזשירער פונעם אלבום

א מייסטער יצירה די מוזיק זיינע, זייער היינטיג אבער חסידיש און געשמאק אויטענטיש און אריגענעל יעדעס מאל מ'הער מיר עס איבער קומט צו חידושים


ער איז באכעשעם גאר פיין
נו וואדע ! וואס דען האט איר געמיינט ?!

פעשען
שר חמש מאות
תגובות: 586
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג פאברואר 25, 2016 5:40 pm

Re: סקולען מיט אידיש נחת

תגובהדורך פעשען » פרייטאג יוני 26, 2020 1:58 pm

קיינמאל געהערט די אלו דברים. הערליכע נייעס..

אוועטאר
טישטוך
שר חמש מאות
תגובות: 721
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 28, 2017 4:13 am
לאקאציע: ארויס פון געגנט

Re: סקולען מיט אידיש נחת

תגובהדורך טישטוך » פרייטאג יוני 26, 2020 3:05 pm

פעשען האט געשריבן:קיינמאל געהערט די אלו דברים. הערליכע נייעס..

דאס פלעגט דער סקולענער רבי זצ"ל זינגען מיט די קינדערלעך אין רומעניע, און אויך אין די לעצטע יארן אין בארא פארק געדענק איך אים עס זינגען ביי זיך אין שטוב אליינס אין א פארטאגס פאר ברכת התורה.

איי! געגועים.
א וואָרעם אין כריין, איז זיכער אַז דאָס איז צוקער זיס.

אוועטאר
סארקאזי
שר האלף
תגובות: 1398
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 08, 2016 8:49 pm

Re: סקולען מיט אידיש נחת

תגובהדורך סארקאזי » פרייטאג יוני 26, 2020 5:53 pm

נו וואדע האט געשריבן:און מיר באדערט אז קיינער דערמאנט ניש דא אינעם אשכול ר' צבי בלומענפעלד דער אראנדזשירער פונעם אלבום

א מייסטער יצירה די מוזיק זיינע, זייער היינטיג אבער חסידיש און געשמאק אויטענטיש און אריגענעל יעדעס מאל מ'הער מיר עס איבער קומט צו חידושים


ער איז באכעשעם גאר פיין

נווואדע. א גאר מייסטערהאפטיגע ארבייט.
אין אנהייב האט מיך געבאדערט זיינע ארענדשמענטס. אבער כהאב עס אנגעהויבען ליב צו האבען.
און סקען זיין אז פאר א קינדער אלבוים איז עס גאר גיט.
למשל משה לאופער אדער אפילו רובי וועלן אוועקנעמען דעם אטענשען פונעם ניגון אדער דער זינגער.
ווייל די מוזיק זענען אזוי מעכטיג און אונטרעסאנט.
אבער דא ס'איז טאקע זייער שיין. אבער זייער אפען.

למשל אויף ''עשה'' האבעך ערווארטעט מעכטיגע מוזיק ווי עס פאסט פאר אז א מוזיקאלישע ניגון.למעשה איז עס זייער שיטער און אן קיין ריטעם ביי די שנעלע פארט.
אבער לכבוד דעם קומען די קינדער שטארק אריין


צוריק צו “היכל הנגינה”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: שווערע שטופער און 10 געסט