ניגון לא לנו ביודיש

ניגונים און זינגערס

אחראי: אחראי

זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג פאברואר 01, 2008 12:51 pm

ניגון לא לנו ביודיש

תגובהדורך זיידעניו » מאנטאג מארטש 31, 2008 12:14 pm

ניגון לא לנו ביודיש

(מהר"ר אהרן שטערן ע"ה)

לטמלטה ייאמארול החגלוייהם, אחילוה נטא אבליהויהזם: פאר וואס זאלען די פעלקער זאגען, ווי איז זייער גאט: (פזמון)

עגצחבלויהזם כלזסזף ואזטהטב, מחעגשעוה יאדוי אטדטם: זילבער און גאלד, זענען זייער געטער: (פזמון)

פלזה לטהזם ואליא יאדחבלורול: א פליסקחאטשס האט ער און רעדט נישט! אטך און וויי איז צו זיי, א שטימער גאט, האבען זיי: א פיסקאטש האט ער און רעדט נישט! (פזמון)

עוינחיהם לטהזם ואליא יהראאול: אטטשסקעלעך האט ער און גלטאצט נישט! אטך און וויי איז צו זיי, א בלינדער גאט, האבען זיי: אטשקעלעך האט ער און גלאצט נישט, א פיסקאטש האט ער און רעדט נישט! (פזמון)

אטזאנחיהם לטהזם ואליא יהשסאמטעול: איירעלעך האט ער און הערט נישט! אטך און וויי איז צו זיי, א טויבער גאט, האבען זיי: איירעלעך האט ער און הערט נישט, אטשקעלעך האט ער און גלאצט נישט, א פיסקאטש האט ער און רעדט נישט! (פזמון)

אחף לטהזם ואליא יארהיחולן: א נעזשסט'א האט ער און שמעקט נישט! אטך און וויי איז צו זיי, א פארשטאפטער גאט, האבען זיי: א נעז'שא האט ער און שמעקט נישט, איירעלעך האט ער און הערט נישט, אטשקעלעך האט ער און גלאצט נישט, א פיסקאטש האט ער און רעדט נישט! (פזמון)

יאדויהזם ואליא יאמהישסולן: דרחאפלקעלעך האט ער און טאפט נישט! אטך און וויי איז צו זיי, א געלעמטער גאט, האבען זיי: דראפקעלעך האט ער און טאפט נישט, א נעז'שא האט ער און שמעקט נישט, איירעלעך האט ער און הערט נישט, אטשקעלעך האט ער און גלאצט נישט, א פיסקאטש האט ער און רעדט נישט! (פזמון)

רחגאלויהזם ואליא יאהחללוכול: לחאבלקעלעך האט ער און גייט נישט! אטך און וויי איז צו זיי, א לומער גאט, האבען זיי: לאבקעלעך האט ער און גייט נישט, דראפקעלעך האט ער און טאפט נישט, א נעז'שא האט ער און שמעקט נישט, איירעלעך האט ער און הערט נישט, אטשקעלעך האט ער און גלאצט נישט, א פיסקאטש האט ער און רעדט נישט! (פזמון)

פזמון
אבער:וואליקוינול בחשלסטמטיהם: אונזער גאט אין הימעל,
כליל אגשסזר חטפוץ עטשעטה: וואס ער וויל דאס טוט ער.
וואס ער וויל דאס טוט ער, וועם ער וויל דעם גיט ער,
וואס ער וויל דאס טוט ער, וועם ער וויל דעם גיט ער.

אוועטאר
וויכטיג מאכער
שר עשרים אלפים
תגובות: 21891
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

תגובהדורך וויכטיג מאכער » מאנטאג מארטש 31, 2008 12:15 pm

זייער גוט זיידעניו, זאג נאר ליפא'ס לא לנו ביודיש, קענסטע אויך זינגען?
הכונו ל'מעמד אדיר איום אסיפת ה''ניקס'' לטוהר המחנה!!!

אוועטאר
יאנאש
שר שמונת אלפים
תגובות: 8286
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 28, 2006 8:40 pm
לאקאציע: וואו בינעך טאקע?

תגובהדורך יאנאש » מאנטאג מארטש 31, 2008 12:27 pm

WOW שוין יארן וואס איך זיך דעם ניגון, מיין זיידע זאל זיין געזונט זינגט עס יעדעס יאר ביים סדר, אבער וואס א יאר גייט דורך געדענקט ער ווייניגער און מיר זענען געווען פיצלעך ווען ער האט נאך יא געדענקט.

אבער דאס ביסל וואס איך געדענק איז היבש אנדערש פון דאס וואס איז דא געברענגט, אנשטאט 'גאט' רופט זיך דא 'פאנדריק' און אויך דארף עס עפעס גראמען למשל 'א פיסקל האט ער אויפן ארט, אבער רעדן קען ער נישט קיין ווארט' פראצקעס (פיס) האט ער גאנץ גוט, אבער גיין קען ער נישט קיין טריט' וכדו' (דאס איז שוין יארן וואס ער געדענקט שוין נישט דעם חלק) איז אפשר דא נאך נסחאות אדער ענליכ'ס צו דעם פון א צווייטן מחבר?

אוועטאר
איך_הער
סעקרעטאר
תגובות: 18576
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 04, 2006 6:47 pm
לאקאציע: אין אפיס
פארבינד זיך:

תגובהדורך איך_הער » מאנטאג מארטש 31, 2008 9:30 pm

איך האב געהערט ס'ניגון אזוי. (כ'קען נאר לייגן די ווערטער, נישט נאטס קענעך נישט.)

עצביהם כסף וזהב מעשה ידי אדם, פה להם ולא ידברו, א פיסק האבן זיי ווי גרעקן, און א קרענק קענען זיי רעדן, אך און וויי, א בראך איז פאר זיי, א שטימענוואגן געטשיק, האבן זיי, (שנעלערהייט.) א מויל ווי די גרעקן א קרענק קענען זיי רעדן. פזמון.

פזמון: אבער אלקינו שבשמים כל אשר חפץ עשה וואס ער וויל טוט ער, וועמען ער וויל גיט ער. וועמען ער וויל לייגט ער, און וועמען ער וויל הייבט ער.

עינים להם ולא יראו, א פאר אויגן האבן זיי ווי די קאלאמיקן, און א קרענק קענען זיי קיקן, אך און וויי א בראך איז פאר זיי, א בלינדנוואגן געטשיק, האבן זיי, (שנעל.) א פאר אויגן ווי די קאלאמיקן, א קרענק קענען זיי קיקן, א מויל ווי די גרעקן א קרענק קענען זיי רעדן. פזמון.

אזנים להם ולא ישמעו, א פאר אויערן האבן זיי ווי די בערן, און א קרענק קענען זיי הערן, אך און וויי א בראך איז פאר זיי, א טויבנוואגן געטשיק האבן זיי. (שנעל.) א פאר אויערן ווי די בערן א קרענק קענען זיי הערן, א פאר אויגן ווי די קאלאמיקן, א קרענק קענען זיי קיקן, א מויל ווי די גרעקן א קרענק קענען זיי רעדן. פזמון.

אף להם ולא ירוחון, א נאז האבן זיי ווי א שטעקן, און א קרענק קענען זיי שמעקן, אך און וויי א בראך איז פאר זיי, א נישט שמעקעדיגער געטשיק, האבן זיי, (שנעל.) א נאז ווי א שטעקן א קרענק קענען זיי שמעקן, א פאר אויערן ווי די בערן א קרענק קענען זיי הערן, א פאר אויגן ווי די קאלאמיקן, א קרענק קענען זיי קיקן, א מויל ווי די גרעקן א קרענק קענען זיי רעדן. פזמון.

ידיהם ולא ימשון, א פאר הענט האבן זיי ווי די קאצאפן, און א קרענק קענען זיי טאפן, אך און וויי א בראך איז פאר זיי, א נישט טאפעדיגער געטשיק האבן זיי, (שנעל.) א פאר הענט ווי די קאצאפן א קרענק קענען זיי טאפן, א נאז ווי א שטעקן א קרענק קענען זיי שמעקן, א פאר אויערן ווי די בערן א קרענק קענען זיי הערן, א פאר אויגן ווי די קאלאמיקן, א קרענק קענען זיי קיקן, א מויל ווי די גרעקן א קרענק קענען זיי רעדן. פזמון.

רגליהם ולא יהלכו, א פאר פיס האבן זיי ווי די הולכות קרייען, און א קרענק קענען זיי גייען, אך און וויי א בראך איז פאר זיי, א לאמענוואגן געטשיק האבן זיי, (שנעל.) א פאר פיס ווי די הולכות קרייען א קרענק קענען זיי גייען, א פאר הענט ווי די קאצאפן א קרענק קענען זיי טאפן, א נאז ווי א שטעקן א קרענק קענען זיי שמעקן, א פאר אויערן ווי די בערן א קרענק קענען זיי הערן, א פאר אויגן ווי די קאלאמיקן, א קרענק קענען זיי קיקן, א מויל ווי די גרעקן א קרענק קענען זיי רעדן. פזמון.

ולא יהגו בגרונם, א האלז האבן זיי ווי א זשיראפע, אבער ליגן ליגן זיי אין שאפע, אך און וויי א בראך איז פאר זיי, א נישט רירן האלזיג געטשיק האבן זיי, (שנעל.) א האלז ווי א זשיראפע אבער ליגן ליגן זיי אין שאפע, א פאר פיס ווי די הולכות קרייען א קרענק קענען זיי גייען, א פאר הענט ווי די קאצאפן א קרענק קענען זיי טאפן, א נאז ווי א שטעקן א קרענק קענען זיי שמעקן, א פאר אויערן ווי די בערן א קרענק קענען זיי הערן, א פאר אויגן ווי די קאלאמיקן, א קרענק קענען זיי קיקן, א מויל ווי די גרעקן א קרענק קענען זיי רעדן. פזמון.

גלאזער
שר האלף
תגובות: 1654
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 12, 2015 11:25 pm

תגובהדורך גלאזער » דינסטאג אפריל 30, 2019 4:04 am

זיידעניו האט געשריבן:ניגון לא לנו ביודיש

(מהר"ר אהרן שטערן ע"ה)

איזה ר' אהרן שטערן?

אוועטאר
די אויכעט
שר חמישים
תגובות: 85
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג פאברואר 17, 2019 5:54 pm
לאקאציע: ביים קאסע

תגובהדורך די אויכעט » דינסטאג אפריל 30, 2019 5:54 pm

קען איינער מזכה זיין אן אודיא פייל??
For Sale
ווארשיינליך וועל איך ארויסגיין פון קרעטשמע פאר א אומבאשטומטע צייט
שוין גענוג פארברענגט די צייט, וועל מיר גיין ארבייטן

אוועטאר
צווייפעל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3473
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 16, 2012 12:15 pm

תגובהדורך צווייפעל » זונטאג מאי 19, 2019 9:32 am

ווער איז דער ר' אהרן שטערן ?

מיין זיידע ז"ל פלעגט דאס זינגען מיט גרויס דביקות, נאר מיט אפאר שינויים.

די פאל פיס/הענט/אויגן וכו' פלעגט ער זינגען אין א גראם, אזוי, פיס האט ער טאקע, אבער גיין גייט ער א מכה... אויגן האט ער טאקע, אבער זעהן זעט ער א מכה... אך וויי, ביטער איז זיי.... הענט האט ער טאקע, אבער טאפן טאפט ער א מכה..


צוריק צו “היכל הנגינה”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: איצל פיצל און 19 געסט