JewishMusic.fm

ניגונים און זינגערס

אחראי: אחראי

אוועטאר
הרב יואל קליין
שר מאה
תגובות: 187
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 13, 2017 6:01 pm

תגובהדורך הרב יואל קליין » דינסטאג מארטש 03, 2020 1:03 pm

Jmusic is the same thief

@קנאפער.
ער טענהט..... כ׳קום שוין פון דארט. זיין גאנצע ביזנעס איז נישט לעגאל און גראבע גניבה. אזויפיל האט ער יא געטאן, נאכן זיך אויסטענהן מיט אים אז אויב איינער וויל קויפן, לינקט ער עס צו ניגון מיוזיק.... נישטא ווער זאל לאכן. ווער זאל קויפן אז ס׳איז בחינם?????

איבערגעדרייטע בענקל
שר מאה
תגובות: 246
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 18, 2019 3:43 pm

תגובהדורך איבערגעדרייטע בענקל » דינסטאג מארטש 03, 2020 2:56 pm

Jewish music fm ,לייגט ארויף סי די'ס כאטשיג א חודש נאכדעם וואס די סי די איז ארויסגעקומען. וואס געווענליך האבן שוין אלע ערנסט פאראינטעסירטע שוין געקויפט די אלבום.

זיין סייט סקיפט אויכעט טרעקס אז מען קען נישט געהעריג הערן אלע טרעקס, און האט א לינק ביי יעדע אלבום צו ניגון מיוזיק וכדומה עס צו קויפן. קען זיין אז ער ברענגט גאר אריין פרישע קאסטומערס וואס האבן ארגינעל נישט געפלאנט צו קויפן, אבער נאכן הערן געציילטע טרעקס אויף זיין סייט באשליסען זיי אז זיי ווילן עס, און קויפן.
"עקספעקט נישט פון מיר צו טראכטען גראד, איך בין דאך איבערגעדרייט"

אוועטאר
למעלה משבעים
שר עשרת אלפים
תגובות: 10362
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 02, 2008 10:17 pm
לאקאציע: ערגעץ פארבלאנדזשעט אויף די גראדע וואסערן

תגובהדורך למעלה משבעים » דינסטאג מארטש 03, 2020 4:00 pm

הרב יואל קליין האט געשריבן:Jmusic is the same thief

@קנאפער.
ער טענהט..... כ׳קום שוין פון דארט. זיין גאנצע ביזנעס איז נישט לעגאל און גראבע גניבה. אזויפיל האט ער יא געטאן, נאכן זיך אויסטענהן מיט אים אז אויב איינער וויל קויפן, לינקט ער עס צו ניגון מיוזיק.... נישטא ווער זאל לאכן. ווער זאל קויפן אז ס׳איז בחינם?????

כ'פארשטיי באמת נישט פארוואס דאס זאל זיין מער גניבה, ווי בא'גנב'נען דעם קונה מיטן פארקויפן א פראדוקט וואס דער קונה האט קיין מושג וואס ס'איז, און נאר נאכן עס אויסהערן דערזעט מען זיך האבן געצאלט געלט פאר אן אייטעם וואס ליגט שוין אין גארביטש, און נאך מער, ביים ארויסלייגן א פריוויו פונעם אייטעם, לייגט מען ספעציעל נאר די גוטע חלקים וואס וועט מיר עס מאכן קויפן, אבער די אנדערע חלקים וואס גייען מיר מאכן דאס אוועקווארפן ווייסט מען זייער גוט נישט צו לייגן אינעם פריוויו, זינט איך האב געהאט אפאר מאל אזא דורכפאל, פראביר איך נישט צו קויפן א סידי פאר איך האב עס אויסגעהערט אינגאנצן אויף די סייט'ס, איך האב שוין דערמיט אפגעהאלטן פארשידענע ארויסגעבער נישט נכשל צו ווערן מיט אונאה/גניבה.

אויב איז דאס נישט לעגאל וואלט מען אים שוין ארעסטירט אדער כאטש פארמאכט דעם סייט, פון דעם וואס זיין סייט גייט אן, און ער פון זיין זייט זע איך האט געטון די מערסטע שייך צו פראטעקטן מען זאל עס נישט קענען דאונלאודן [כ'ווייס אז מ'קען נאך אלץ, אבער ס'איז בכלל נישט א קליק מיט א קנעפל], און דער אנדערער האט גאר אריינגעלייגט אזא קרן שמואל ישעי' מעסידזש אינדערמיט, זעט אויס אז לעגאל איז עס נישט קיין פראבלעם. ווידער אלץ הלכה, בין איך נייגעריג צו איר האט דאס מברר געווען, און אויב יא, קומט אריין מיט א קלארע הסבר פארוואס ס'איז גניבה.

אוועטאר
קנאפער ידען
שר עשרת אלפים
תגובות: 11391
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 06, 2013 10:06 pm
לאקאציע: וואו ג-ט וויל
פארבינד זיך:

תגובהדורך קנאפער ידען » דינסטאג מארטש 03, 2020 4:27 pm

הרב יואל קליין האט געשריבן:Jmusic is the same thief

@קנאפער.
ער טענהט..... כ׳קום שוין פון דארט. זיין גאנצע ביזנעס איז נישט לעגאל און גראבע גניבה. אזויפיל האט ער יא געטאן, נאכן זיך אויסטענהן מיט אים אז אויב איינער וויל קויפן, לינקט ער עס צו ניגון מיוזיק.... נישטא ווער זאל לאכן. ווער זאל קויפן אז ס׳איז בחינם?????

ווילסט זיך רעגן אדער ענפערן מיין שאלה? איך ווייס אז ער טוט עפעס וואס דו האסט נישט ליב, שוין געהערט דאס.

ער שרייבט אז אויב מען קאנטעקט אים גיבט ער רויעלטיס פון די סטרימינג (פונקט ווי עפל מוזיק גיבט דיר). האסטו אים דאס געבעטן און ער האט דיר געזאגט וואס? פארגעס נישט אז ער קען פונקט אזוי ענפערן ווי דיר און ברענגען פראף (איך גיי אים אפשר שיקן דיין ריספאנס און פארהאלטן.)

ווער עס זאל קויפן נאכן הערן אז עס איז שיין? אלע מענטשן וואס ווילן עס אינדערהיים אדער אין קאר וואו ער קען עס נישט סטרימען פון א סייט (זיין סייט איז זייער שווער צו דאונלאודן נארמאל א סידי, אנדערש ווי דזשעי מוזיק.)
נישט אייביג קום איך אן צו אלעס, אויב איינער האלט איך קען בייהילפיג זיין אין עפעס קען מער מיר קאנטעקטן אין טשעט אדער אימעיל gilyoinois@gmail.com
-----------
זה נהנה וזה לא חסר, קויפט איר אמאל אויף עמעזאן גייט צו עמעזאן דורך דעם לינק: www.amazon.com

אוועטאר
ס'רעגענט ס'גיסט
שר האלף
תגובות: 1061
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 04, 2018 11:15 am

תגובהדורך ס'רעגענט ס'גיסט » דינסטאג מארטש 03, 2020 4:29 pm

למעלה משבעים האט געשריבן:
הרב יואל קליין האט געשריבן:Jmusic is the same thief

@קנאפער.
ער טענהט..... כ׳קום שוין פון דארט. זיין גאנצע ביזנעס איז נישט לעגאל און גראבע גניבה. אזויפיל האט ער יא געטאן, נאכן זיך אויסטענהן מיט אים אז אויב איינער וויל קויפן, לינקט ער עס צו ניגון מיוזיק.... נישטא ווער זאל לאכן. ווער זאל קויפן אז ס׳איז בחינם?????

כ'פארשטיי באמת נישט פארוואס דאס זאל זיין מער גניבה, ווי בא'גנב'נען דעם קונה מיטן פארקויפן א פראדוקט וואס דער קונה האט קיין מושג וואס ס'איז, און נאר נאכן עס אויסהערן דערזעט מען זיך האבן געצאלט געלט פאר אן אייטעם וואס ליגט שוין אין גארביטש, און נאך מער, ביים ארויסלייגן א פריוויו פונעם אייטעם, לייגט מען ספעציעל נאר די גוטע חלקים וואס וועט מיר עס מאכן קויפן, אבער די אנדערע חלקים וואס גייען מיר מאכן דאס אוועקווארפן ווייסט מען זייער גוט נישט צו לייגן אינעם פריוויו, זינט איך האב געהאט אפאר מאל אזא דורכפאל, פראביר איך נישט צו קויפן א סידי פאר איך האב עס אויסגעהערט אינגאנצן אויף די סייט'ס, איך האב שוין דערמיט אפגעהאלטן פארשידענע ארויסגעבער נישט נכשל צו ווערן מיט אונאה/גניבה.

אויב איז דאס נישט לעגאל וואלט מען אים שוין ארעסטירט אדער כאטש פארמאכט דעם סייט, פון דעם וואס זיין סייט גייט אן, און ער פון זיין זייט זע איך האט געטון די מערסטע שייך צו פראטעקטן מען זאל עס נישט קענען דאונלאודן [כ'ווייס אז מ'קען נאך אלץ, אבער ס'איז בכלל נישט א קליק מיט א קנעפל], און דער אנדערער האט גאר אריינגעלייגט אזא קרן שמואל ישעי' מעסידזש אינדערמיט, זעט אויס אז לעגאל איז עס נישט קיין פראבלעם. ווידער אלץ הלכה, בין איך נייגעריג צו איר האט דאס מברר געווען, און אויב יא, קומט אריין מיט א קלארע הסבר פארוואס ס'איז גניבה.

היייסט ווען מ'פארקויפט עפעס אהן געבן טועם צו זיין אויב ס'איז גיט איז עס אונאה/גניבה?
פלאם'ס גיבט אייך א פישקע סאוער פיקעל בחנם טועם צו זיין? די מאמענט גיט איין אפענע פאר יעדע געשעפט די עולם זאל זעהן צו ס'לוינט צו קויפן?
ניטאמאל א פריוויא באקומסטע וואס ביי א סידי באקומסטעס יא

אוועטאר
למעלה משבעים
שר עשרת אלפים
תגובות: 10362
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 02, 2008 10:17 pm
לאקאציע: ערגעץ פארבלאנדזשעט אויף די גראדע וואסערן

תגובהדורך למעלה משבעים » דינסטאג מארטש 03, 2020 4:34 pm

ס'רעגענט ס'גיסט האט געשריבן:
למעלה משבעים האט געשריבן:
הרב יואל קליין האט געשריבן:Jmusic is the same thief

@קנאפער.
ער טענהט..... כ׳קום שוין פון דארט. זיין גאנצע ביזנעס איז נישט לעגאל און גראבע גניבה. אזויפיל האט ער יא געטאן, נאכן זיך אויסטענהן מיט אים אז אויב איינער וויל קויפן, לינקט ער עס צו ניגון מיוזיק.... נישטא ווער זאל לאכן. ווער זאל קויפן אז ס׳איז בחינם?????

כ'פארשטיי באמת נישט פארוואס דאס זאל זיין מער גניבה, ווי בא'גנב'נען דעם קונה מיטן פארקויפן א פראדוקט וואס דער קונה האט קיין מושג וואס ס'איז, און נאר נאכן עס אויסהערן דערזעט מען זיך האבן געצאלט געלט פאר אן אייטעם וואס ליגט שוין אין גארביטש, און נאך מער, ביים ארויסלייגן א פריוויו פונעם אייטעם, לייגט מען ספעציעל נאר די גוטע חלקים וואס וועט מיר עס מאכן קויפן, אבער די אנדערע חלקים וואס גייען מיר מאכן דאס אוועקווארפן ווייסט מען זייער גוט נישט צו לייגן אינעם פריוויו, זינט איך האב געהאט אפאר מאל אזא דורכפאל, פראביר איך נישט צו קויפן א סידי פאר איך האב עס אויסגעהערט אינגאנצן אויף די סייט'ס, איך האב שוין דערמיט אפגעהאלטן פארשידענע ארויסגעבער נישט נכשל צו ווערן מיט אונאה/גניבה.

אויב איז דאס נישט לעגאל וואלט מען אים שוין ארעסטירט אדער כאטש פארמאכט דעם סייט, פון דעם וואס זיין סייט גייט אן, און ער פון זיין זייט זע איך האט געטון די מערסטע שייך צו פראטעקטן מען זאל עס נישט קענען דאונלאודן [כ'ווייס אז מ'קען נאך אלץ, אבער ס'איז בכלל נישט א קליק מיט א קנעפל], און דער אנדערער האט גאר אריינגעלייגט אזא קרן שמואל ישעי' מעסידזש אינדערמיט, זעט אויס אז לעגאל איז עס נישט קיין פראבלעם. ווידער אלץ הלכה, בין איך נייגעריג צו איר האט דאס מברר געווען, און אויב יא, קומט אריין מיט א קלארע הסבר פארוואס ס'איז גניבה.

היייסט ווען מ'פארקויפט עפעס אהן געבן טועם צו זיין אויב ס'איז גיט איז עס אונאה/גניבה?
פלאם'ס גיבט אייך א פישקע סאוער פיקעל בחנם טועם צו זיין? די מאמענט גיט איין אפענע פאר יעדע געשעפט די עולם זאל זעהן צו ס'לוינט צו קויפן?
ניטאמאל א פריוויא באקומסטע וואס ביי א סידי באקומסטעס יא

ניין. יעדע אייטעם די ערשטע מאל די קויפסט עס גייסטו איין אויף די ריסק פון עס אויספראבירן, און פון דאן ווייסטו בערך וואס די באקומסט, מיט א סידי איז די זעלבע זאך, פון הרב קליין ווייס איך וואס צו ערווארטן, וואס פאסירט אבער ווען הרב קליין קומט ארויס מיט א נייעם סידי וואס די פריוויו וועט ער אריינלייגן די שיינע חלקים וואס ווייזן אן אז ס'איז די זעלבע סארט אייטעם, אבער נאכן קויפן הערסטו גאר עפעס אנדערש, א זאך וואס וואלסט אין לעבן נישט געקויפט, דאס הייסט אין מיין אויגן גניבה אויף די זעלבע דרגא ווי יענעם סייט.

דאס איז פארשטייט זיך נאר א משל, ווייל הרב קליין'ס סידי'ס זענען איינס ביי איינס ראוי לעלות על שלחן מלכים.

לדעתי
שר חמישים ומאתים
תגובות: 417
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 27, 2016 4:18 pm

תגובהדורך לדעתי » דינסטאג מארטש 03, 2020 4:44 pm

הערט א מעשה ליבע אידן

היי יאר האבך געזעהן אז כ'וועל נישט האבן צו סאך צייט זיך פארצוקוקן די מגילה, גייעך אריין אין געשפעט קויפן א סידי פון א בעל קורא מומחה עלעך אביסל הערן און איבער'חזר'ן.
אבער מיר האבן א פאלעסי אז מיר לוידן נאר פאר א מינימאלע אפצאל, האבעך בלית ברירה געמוזט קויפן נאך עפעס.

וואס זאל איך אייך זאגן, דער בעל קורא קען נישט ליינען, און דער זינגער קען נישט זינגען, און איך האב דערלייגט א היבש ביסל אידיש געלט.

פארוואס זאג'כ'ס אייך, אז איר זאלט וויסן...

אוועטאר
גיי
שר חמש מאות
תגובות: 510
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 10, 2018 12:38 am

תגובהדורך גיי » דינסטאג מארטש 03, 2020 7:23 pm

קנאפער ידען האט געשריבן:
הרביואל קליין האט געשריבן:Jmusic is the same thief

@קנאפער.
ער טענהט..... כ׳קום שוין פון דארט. זיין גאנצע ביזנעס איז נישט לעגאל און גראבע גניבה. אזויפיל האט ער יא געטאן, נאכן זיך אויסטענהן מיט אים אז אויב איינער וויל קויפן, לינקט ער עס צו ניגון מיוזיק.... נישטא ווער זאל לאכן. ווער זאל קויפן אז ס׳איז בחינם?????

ווילסט זיך רעגן אדער ענפערן מיין שאלה? איך ווייס אז ער טוט עפעס וואס דו האסט נישט ליב, שוין געהערט דאס.

ער שרייבט אז אויב מען קאנטעקט אים גיבט ער רויעלטיס פון די סטרימינג (פונקט ווי עפל מוזיק גיבט דיר). האסטו אים דאס געבעטן און ער האט דיר געזאגט וואס? פארגעס נישט אז ער קען פונקט אזוי ענפערן ווי דיר און ברענגען פראף (איך גיי אים אפשר שיקן דיין ריספאנס און פארהאלטן.)

ווער עס זאל קויפן נאכן הערן אז עס איז שיין? אלע מענטשן וואס ווילן עס אינדערהיים אדער אין קאר וואו ער קען עס נישט סטרימען פון א סייט (זיין סייט איז זייער שווער צו דאונלאודן נארמאל א סידי, אנדערש ווי דזשעי מוזיק.)

איך ווייס נישט אויב ער קען טוהן עפעס מער, אבער ס'נעמט אינטער פינף מינוט זיך אויס צו לערנען

אוועטאר
גיי
שר חמש מאות
תגובות: 510
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 10, 2018 12:38 am

תגובהדורך גיי » דינסטאג מארטש 03, 2020 7:30 pm

וואס מיינט דעס
Capture_LI.jpg
Capture_LI.jpg (181.55 KiB) געזעהן 1806 מאל

אביונה
שר האלף
תגובות: 1042
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 17, 2019 1:39 pm

תגובהדורך אביונה » דינסטאג מארטש 03, 2020 7:37 pm

איך ווייס נישט אויב ער גנב'עט צו נישט
אבער
ערשטנס, איך האב שוין זייער אסאך פראבירט צו דאון לאודן פון דעם סייט jewishmusic.fm, ולא עלתה בידי, [געטרייט אלע מינע עקסטענשאנס אין גוגל קראם], די איינציגסטע עצה איז דורך רעקארדן סטרימינג מוזיק, וואס איז א פעין אין די נעק, און א וועיסט אויף די צייט..... [די אנדערע סייט Jmusic קען מען יא זייער לייכט דאונלאודן]
צווייטנס, איך האב שוין זייער אסאך סידיס געקויפט און באצאלט, א דאנק וואס כ'האב עס קודם געהערט אויף Jewishmusic.fm, און פון דארט געקליקט צו ניגון מוזיק עס צו קויפן, סאו מיינעך אז ער ברענגט יא עפעס ביזנעס...
כי לא יחדל אביון מקרב הארץ

אוועטאר
קנאפער ידען
שר עשרת אלפים
תגובות: 11391
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 06, 2013 10:06 pm
לאקאציע: וואו ג-ט וויל
פארבינד זיך:

תגובהדורך קנאפער ידען » דינסטאג מארטש 03, 2020 7:41 pm

גיי האט געשריבן:וואס מיינט דעס
Capture_LI.jpg

עס איז א לייסענס מיט תנאים פאר באניץ פון סאפטווער.

אויב דו פרעגסט עס איבערן נושא האשכול. דאס איז נישט דער דזשי מוזיק פון וואס אונז רעדן. סתם א קאמפליטלי דיפרענט זאך וואס הייסט גראדע אויך דזשעי מוזיק.
נישט אייביג קום איך אן צו אלעס, אויב איינער האלט איך קען בייהילפיג זיין אין עפעס קען מער מיר קאנטעקטן אין טשעט אדער אימעיל gilyoinois@gmail.com
-----------
זה נהנה וזה לא חסר, קויפט איר אמאל אויף עמעזאן גייט צו עמעזאן דורך דעם לינק: www.amazon.com

אוועטאר
קנאפער ידען
שר עשרת אלפים
תגובות: 11391
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 06, 2013 10:06 pm
לאקאציע: וואו ג-ט וויל
פארבינד זיך:

תגובהדורך קנאפער ידען » דינסטאג מארטש 03, 2020 7:45 pm

גיי האט געשריבן:איך ווייס נישט אויב ער קען טוהן עפעס מער, אבער ס'נעמט אינטער פינף מינוט זיך אויס צו לערנען

דער פונקט איז נישט צו מען קען עס טעכניש טון, נאר אז עס איז שווער יעדע פייל עקסטער און איינער וואס וויל גנב'ענען דורך דאונלאודן האט בעסערע פלעצער צו עס דאונלאודן פון אן די אלע מוטשענישן. בלייבט נאר איבער אז איינער קען עס פשוט דארט סטרימען און נישט קויפן בכלל, איז קודם טענה'ט ער דאך אז ער צאלט פאר די סטרימיניג אויב מען בעט, והשנית דאס מאכט נאכנישט אז מען זאל עס נישט קויפן אויב מען דארף עס נארמאל אינדערהיים אין דער קאר אדער ארבעט.
נישט אייביג קום איך אן צו אלעס, אויב איינער האלט איך קען בייהילפיג זיין אין עפעס קען מער מיר קאנטעקטן אין טשעט אדער אימעיל gilyoinois@gmail.com
-----------
זה נהנה וזה לא חסר, קויפט איר אמאל אויף עמעזאן גייט צו עמעזאן דורך דעם לינק: www.amazon.com

אוועטאר
הרב יואל קליין
שר מאה
תגובות: 187
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 13, 2017 6:01 pm

תגובהדורך הרב יואל קליין » דינסטאג מארטש 03, 2020 9:27 pm

מען מישט א קיגל. די פאקט אז איינער וויל הערן ס׳גאנצע סידי פארן קויפן צו קענען דעסיידן, איז אזוי ווי גיין צו א שפיל חול המועד בחינם און נאכדעם דעסיידן.... און דאס גיבט נאך נישט א היתר צו לייגן פאבליק און מפקיר זיין יענעמס פראדוקט! דאס אז איינער קויפט עס נאכדעם פארענטפערט עס נישט! האסט געזעהן א רויבער אויסטיילן בחינם יענעם׳ס פראדוקט, האסט עס געניצט וויסענדיג אז ס׳קומט פון גניבה, און נאכדעם באשלאסן צו זיין נייס און קויפן. ס׳איז נאך אלץ איסור השגת גבול. ס׳איז יא דא כמעט יעדע סידי א קורצע שטיקל פריוויא פון יעדע טרעק אפיציעל. און אזוי ארבייט די אלגעמיינע ביזנעס וועלט.
זאל איינער לייגן אן רשות אויף זיין סייט צו סטריעמן בחינם א אלבום פון א נישט אידישע ארויסגעבער, וועט ער ווערן געסאָד פאר מיליאנען! ס׳וועט נישט העלפן קיין תוריצים אז אויב דו בעטס מיר וועלעך באצאלן (וואס איז א בלאף) די עצם איידיע פון עס לייגן אן א קאנסענט און א קאנטראקט מיטן ארויסגעבער איז א פארלעצונג פון געזעץ און להבדיל די תורה הקדושה. פיריעד ענד אף סטארי.

אוועטאר
קנאפער ידען
שר עשרת אלפים
תגובות: 11391
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 06, 2013 10:06 pm
לאקאציע: וואו ג-ט וויל
פארבינד זיך:

תגובהדורך קנאפער ידען » דינסטאג מארטש 03, 2020 10:27 pm

הרב יואל קליין האט געשריבן:...אז אויב דו בעטס מיר וועלעך באצאלן (וואס איז א בלאף)

האסט אבער נישט געענפערט דער שאלה. דו סטריעמסט עס ביי אנדערע און באקומסט באצאלט און האסט נישט קיין אישו דערמיט. ער שרייבט אז ער צאלט אויב מען בעט אים, איך וואלט געוואלט זען אן אימעיל אדער פאון קאנווערסעישאן ווי דו בעטסט אים און ער צאלט נישט, דעטס אלל.

אויב דו ווילסט פיקסן דער וועלט און שרייען אז יעדער וואס האלט אביסל אנדערש ווי דיר איז א שגץ גנב רשע און משיג גבול (למשל דאס באשרייען דער וואס הערט עס אויס כאטש ער טוט זיכער נישט קיין עכטע - אזא שטארקע - עוולה, השגת גבול קען זיין פאר דער פארשפרייטער) פיעל פרי ענד בי מיי געסט, אבער אויב דו ווילסט עס קוקן מיט א ניכטערע בליק ווייס אז עס איז דא א גאנצע אינדאסטרי פון עכטע פיירעטס וואס געבן דיר עניוועי יעדע סידי צו דאונלאודן שיינערהייט און קיינער קען גארנישט טון דערצו, און אויב ער טוט נישט אזוי (אז ער מאכט עס גאר שווער צו דאונלאודן, לייגט לינקס צו עס קויפן, און זאגט צו געבן געלט פארן סטרימען) איז ער נישט דיין ענעמי נאר איינער וואס זעט פשוט א ניעד צו געבן פאר מענטשן א נארמאלע מיטל וועג.
נישט אייביג קום איך אן צו אלעס, אויב איינער האלט איך קען בייהילפיג זיין אין עפעס קען מער מיר קאנטעקטן אין טשעט אדער אימעיל gilyoinois@gmail.com
-----------
זה נהנה וזה לא חסר, קויפט איר אמאל אויף עמעזאן גייט צו עמעזאן דורך דעם לינק: www.amazon.com

אוועטאר
הרב יואל קליין
שר מאה
תגובות: 187
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 13, 2017 6:01 pm

תגובהדורך הרב יואל קליין » מיטוואך מארטש 04, 2020 7:07 pm

איך שטעל זיך אפ ביים ערשטן שטאפל.
ער האט עס געלייגט אן רשות, אן מיר פרעגן, אן מיר מודיע זיין.
עט דיס פּוינט, איז ער שוין א שווינדלער.

שנלר
שר מאה
תגובות: 231
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 11:41 am

תגובהדורך שנלר » מיטוואך מארטש 04, 2020 7:14 pm

מעג דער לאקאלע גראסערי אנצינדען א סידי הויך, אדער איז דאס אויך גניבה?

Programming
שר חמש מאות
תגובות: 629
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 16, 2017 8:53 pm

תגובהדורך Programming » מיטוואך מארטש 04, 2020 7:19 pm

Exactly

אגב, דוכט זיך אז אין מדינת ישראל איז גראדע דער געזעץ נישט אזוי פשוט, אפילו א זינגער זאל מעגן נאכזינגען ביי א חתונה איז אויך קאמפליצירט

אוועטאר
קנאפער ידען
שר עשרת אלפים
תגובות: 11391
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 06, 2013 10:06 pm
לאקאציע: וואו ג-ט וויל
פארבינד זיך:

תגובהדורך קנאפער ידען » מיטוואך מארטש 04, 2020 7:27 pm

הרב יואל קליין האט געשריבן:איך שטעל זיך אפ ביים ערשטן שטאפל.
ער האט עס געלייגט אן רשות, אן מיר פרעגן, אן מיר מודיע זיין.
עט דיס פּוינט, איז ער שוין א שווינדלער.

כ'הער. און דו ביסט א שקרן... (סארי פאר ביאינג סאו בלאנט, אבער דאס איז דער מציאות דא סאו פאר.)

דו האסט א געוויסע פראבלעם מיט וואס ער טוט און דו האלסט אז עס איז נישט גוט (דהיינו אז סיי וואס ער טוט וואלט ער ווען געדארפט דיר פרעגן פארדעם), דאן שרייב דאס און פוינט טעיקען. נישט שרייב אז ער זאגט אז ער גיבט געלט אויב מען בעט און ער גיבט עכט נישט. (און אזוי אויך שרייב נישט אז ווייל מען קען עס הערן אנליין איז נישטא קיין סיבה דערנאך צו קויפן, וואס איז אוודאי נישט דער מציאות.)
נישט אייביג קום איך אן צו אלעס, אויב איינער האלט איך קען בייהילפיג זיין אין עפעס קען מער מיר קאנטעקטן אין טשעט אדער אימעיל gilyoinois@gmail.com
-----------
זה נהנה וזה לא חסר, קויפט איר אמאל אויף עמעזאן גייט צו עמעזאן דורך דעם לינק: www.amazon.com

אוועטאר
הרב יואל קליין
שר מאה
תגובות: 187
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 13, 2017 6:01 pm

תגובהדורך הרב יואל קליין » דאנארשטאג מארטש 05, 2020 12:52 am

איך בין נישט מחיוב צו ברענגען פרוף דא ברבים ווייל דו ווילסט אזוי און אויב ברענג איך נישט רופסטו מיר שקרן, און ס׳איז נישט קיין מציאות...
איך שרייב אלע פוינטס וואס איך האלט אז ער איז א גנב.
און זיך טענהן מיט א מציאות וועגן ״מיין״ ביזנעס צו עס שאדט יא אדער נישט, האסטו אויך נישט ארייצורעדן ווייל דו ווייסט נישט. דיין זיך פארשטעלן ווערט נאך נישט קיין פאקטן.

דו ביסט א ביישפיל פון א קראנקע מעניפיולעטאר וואס רופט יענעם שקרן, ווייל דו ווילסט לייגן פרעשער.
אדרבה, ברענג דו פאקטן פון אלבום ארויסגעבער וואס באשטעטיגן דיינע ווערטער, און ווי לאנג דו טוהסט עס נישט ביסטו א שקרן לויט דיינע אייגענע רולס.

און ווי געשריבן פריער. די גאנצע געדאנק פון נעמען מיינס א זאך אן רשות, אן מיר קאנטעקטן נישט פארדעם און נישט נאכדעם איז גניבה.

און צו די וואס ווילן זייער שטארק הערן א אלבום פאר ער קויפט עס, האסט פרויבירט קאנטאקטן דעם ארויסגעבער צו ער קען דיר אקאמעדעיטן? אדער האסטעך אליין געגעבן רשות צו ניצן און מחזק זיין דעם גנב מיט זייט וועב סייט.

עט קנאפער. איך פארשטיי פארוואס דו דיפענדסט אזוי שטארק דעם גנב, ווייל פאקטיש האסטו הנאה דערפון און דו הערסט דארט וועלכע אלבום דיר שמעקט אן באצאלן א פעני דערפאר. ס׳שמעקט דיר נישט אז איך האלט אז דו ביסט ״גראבע אוממענטש״. טשיל.

אוועטאר
הרב יואל קליין
שר מאה
תגובות: 187
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 13, 2017 6:01 pm

תגובהדורך הרב יואל קליין » דאנארשטאג מארטש 05, 2020 1:19 am

עט למעלה. יישר כח פאר דיינע ווארעמע רייד.
איך קלער, אז דער וואס וויל וויסן צו ער מעג גיין אויף אזא סייט, ער דארף פרעגן א דיין, נישט איך. און אויך וועגן דיין הנחה אז אויב דו ביסט נישט צופריעדן פון א אלבום ווייל ס׳איז אנדערש ווי דו האסט געמיינט, פרעג א דיין צו דער ארויסגעבער איז יעצט געווארן א גנב...

אוועטאר
גיי
שר חמש מאות
תגובות: 510
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 10, 2018 12:38 am

תגובהדורך גיי » דאנארשטאג מארטש 05, 2020 1:38 am

הרב יואל קליין האט געשריבן:עט למעלה. יישר כח פאר דיינע ווארעמע רייד.
איך קלער, אז דער וואס וויל וויסן צו ער מעג גיין אויף אזא סייט, ער דארף פרעגן א דיין, נישט איך. און אויך וועגן דיין הנחה אז אויב דו ביסט נישט צופריעדן פון א אלבום ווייל ס׳איז אנדערש ווי דו האסט געמיינט, פרעג א דיין צו דער ארויסגעבער איז יעצט געווארן א גנב...

איז אפשר פרעגס'טו א דיין צו JewishMusic וואס איז געווארן א גנב
לעצט פאראכטן דורך גיי אום דאנארשטאג מארטש 05, 2020 1:39 am, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

אוועטאר
קנאפער ידען
שר עשרת אלפים
תגובות: 11391
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 06, 2013 10:06 pm
לאקאציע: וואו ג-ט וויל
פארבינד זיך:

תגובהדורך קנאפער ידען » דאנארשטאג מארטש 05, 2020 1:38 am

הרב יואל קליין האט געשריבן:איך בין נישט מחיוב צו ברענגען פרוף דא ברבים ווייל דו ווילסט אזוי און אויב ברענג איך נישט רופסטו מיר שקרן, און ס׳איז נישט קיין מציאות...
איך שרייב אלע פוינטס וואס איך האלט אז ער איז א גנב.
און זיך טענהן מיט א מציאות וועגן ״מיין״ ביזנעס צו עס שאדט יא אדער נישט, האסטו אויך נישט ארייצורעדן ווייל דו ווייסט נישט. דיין זיך פארשטעלן ווערט נאך נישט קיין פאקטן.

דו ביסט א ביישפיל פון א קראנקע מעניפיולעטאר וואס רופט יענעם שקרן, ווייל דו ווילסט לייגן פרעשער.
אדרבה, ברענג דו פאקטן פון אלבום ארויסגעבער וואס באשטעטיגן דיינע ווערטער, און ווי לאנג דו טוהסט עס נישט ביסטו א שקרן לויט דיינע אייגענע רולס.

און ווי געשריבן פריער. די גאנצע געדאנק פון נעמען מיינס א זאך אן רשות, אן מיר קאנטעקטן נישט פארדעם און נישט נאכדעם איז גניבה.

און צו די וואס ווילן זייער שטארק הערן א אלבום פאר ער קויפט עס, האסט פרויבירט קאנטאקטן דעם ארויסגעבער צו ער קען דיר אקאמעדעיטן? אדער האסטעך אליין געגעבן רשות צו ניצן און מחזק זיין דעם גנב מיט זייט וועב סייט.

עט קנאפער. איך פארשטיי פארוואס דו דיפענדסט אזוי שטארק דעם גנב, ווייל פאקטיש האסטו הנאה דערפון און דו הערסט דארט וועלכע אלבום דיר שמעקט אן באצאלן א פעני דערפאר. ס׳שמעקט דיר נישט אז איך האלט אז דו ביסט ״גראבע אוממענטש״. טשיל.

דער ארויסגעבער האט זילטש מער ידיעה איבער דער מציאות (מציאות פון צו איך קויף מער אדער ווייניגער א סידי ווייל עס ליגט אויף דזואיש מוזיק) ווי מיך אדער ער! וואס ער האט יא איז מער אינטערעסע צו האבן פול קאנטראל אויף סיי וואס ארום זיין אלבום, און דאס איז פשוט זיין אייגענע נגיעה און מאכט אים נישט מער באקאנט מיט סטאטיסטיקס אדער הלכה דערוועגן.

איך רוף דיר נישט שקרן ווייל דו ביסט (אפשר ביסטו יא... באט יו געט די פוינט) נאר ווייל דו האסט אזוי גערופן א צווייטן אן ארויסלייגן קיין שום באווייז דערצו. האסט געשריבן עפעס וואס דארף צו זיין א פאקט (אז אחוץ דער עוולה פון יענעם אז ער פרעגט דיר נישט איז עס "א בלאף" אז ער צאלט פאר סטרימינג אויב מען איז א מעמבער אין יענע סרימינג אסאושיעישאן אדער מען בעט אים דירעקטלי.) האסט עס איבערגעשריבן איינמאל און א צווייטע מאל צו בויען דיין קעיס צו באשמוצן דעם יעניגער נאך מער. בעת וואס יענער שרייבט אז ער טוט עס יא. סאו איך האב דיר בס"ה געגעבן דיין אייגענע מעדיצין אז ווילאנג דו האסט נישט עפעס מער פראף ווי אים איז עס דיין ווארד אנקעגן זיין און דו קענסט פונקט אזוי זיין א שקרן ווי ער איז א בלאפער.

ווילסט רעדן פון מיר פערזענדליך? איי עם אקעי ווי איט... איך הער (גראדע נישט ביי דזשאויש מוזיק) אויס איינמאל אדער צוויי מאל איעדע נייע סידי און איך הער עס נישט איבער דערנאך. מיין נארמאלע דעילי מוזיק פלעיליסט איז פון א ראדיו סטרימינג סטעישאן ווי https://jewishmusicstream.com וכדו'. אויב איך דארף א סידי פאר מיין MP3 פלעיער אינדערהיים (און עס איז נאך עוועליבעל נארמאל צו קויפן אין געשעפטן, נישט עפעס אן אוטדעיטעד אלבום) קויף איך עס אין סידי און לייג עס אריבער.

איך ווייס אז עס קען זיין אז דו האלסט אז איך בין א ״גראבע אוממענטש״ דערפאר (פארן עס הערן צוויי מאל אן קויפן) און איך האלט אז איך טו נישט קיין עוולה. קענסט נישט מער די הלכה ווי מיר און ביסט פשוט א גרעסערע נוגע בדבר. דעטס אלל! סאו קום און טשיל צוזאמען מיט מיר... און קום נישט אריינגיין דא אין דער פאקט אז ביי אנדערע זאכן וואס ביסט נישט אזא נוגע בדבר טוסטו פונקט אזוי ווי מיר (זאג מיר נאר צו דו האסט נאך קיינמאל גענוצט א פיירעטעד סאפטווער... הע?) איך בין נאר נאך אפילו נישט זיכער אז דו טוסט עס נישט אויסהערן אנדערע אלבומס פון אנדערע ארויסגעבער...

העמיר עס לאזן ביי דעם, דאס איז שוין אויך געווען צו שארף און אונז דארף מיר דאך בלייבן גוטע חברים... כ'האף דו נעמסט עס נישט צו פערזענדליך, אויב יא איז נישט דאס געווען מיין כוונה.
נישט אייביג קום איך אן צו אלעס, אויב איינער האלט איך קען בייהילפיג זיין אין עפעס קען מער מיר קאנטעקטן אין טשעט אדער אימעיל gilyoinois@gmail.com
-----------
זה נהנה וזה לא חסר, קויפט איר אמאל אויף עמעזאן גייט צו עמעזאן דורך דעם לינק: www.amazon.com

אוועטאר
הרב יואל קליין
שר מאה
תגובות: 187
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 13, 2017 6:01 pm

תגובהדורך הרב יואל קליין » דאנארשטאג מארטש 05, 2020 12:38 pm

כבין אזוי פרעזענליך ווי דו ביסט צו מיר.
(צו די וואס האבן מורא פון א קריגעריי, מיר קענען זיך פרעזענליך סאו ביטע נישט שפרינגען אז ס׳איז געפארן שארף)
לעצט פאראכטן דורך הרב יואל קליין אום דאנארשטאג מארטש 05, 2020 12:42 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

גרינע בוים
שר חמישים ומאתים
תגובות: 477
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אפריל 16, 2015 5:56 am
לאקאציע: אונטערן שאטן-ה' צלך

תגובהדורך גרינע בוים » דאנארשטאג מארטש 05, 2020 12:42 pm

אה בארואיגט, מ'האט שוין באשטעלט די סוואט טיעם און באמבע איינהייט צו דער סצענע, כ'זאג זיי שוין אפ.
עץ חיים הוא למחזיקים בה

מי יודע
שר ששת אלפים
תגובות: 6926
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 31, 2009 4:35 pm

תגובהדורך מי יודע » זונטאג מארטש 08, 2020 10:36 pm

למעלה משבעים האט געשריבן:
הרב יואל קליין האט געשריבן:Jmusic is the same thief

@קנאפער.
ער טענהט..... כ׳קום שוין פון דארט. זיין גאנצע ביזנעס איז נישט לעגאל און גראבע גניבה. אזויפיל האט ער יא געטאן, נאכן זיך אויסטענהן מיט אים אז אויב איינער וויל קויפן, לינקט ער עס צו ניגון מיוזיק.... נישטא ווער זאל לאכן. ווער זאל קויפן אז ס׳איז בחינם?????

כ'פארשטיי באמת נישט פארוואס דאס זאל זיין מער גניבה, ווי בא'גנב'נען דעם קונה מיטן פארקויפן א פראדוקט וואס דער קונה האט קיין מושג וואס ס'איז, און נאר נאכן עס אויסהערן דערזעט מען זיך האבן געצאלט געלט פאר אן אייטעם וואס ליגט שוין אין גארביטש, און נאך מער, ביים ארויסלייגן א פריוויו פונעם אייטעם, לייגט מען ספעציעל נאר די גוטע חלקים וואס וועט מיר עס מאכן קויפן, אבער די אנדערע חלקים וואס גייען מיר מאכן דאס אוועקווארפן ווייסט מען זייער גוט נישט צו לייגן אינעם פריוויו, זינט איך האב געהאט אפאר מאל אזא דורכפאל, פראביר איך נישט צו קויפן א סידי פאר איך האב עס אויסגעהערט אינגאנצן אויף די סייט'ס, איך האב שוין דערמיט אפגעהאלטן פארשידענע ארויסגעבער נישט נכשל צו ווערן מיט אונאה/גניבה.

אויב איז דאס נישט לעגאל וואלט מען אים שוין ארעסטירט אדער כאטש פארמאכט דעם סייט, פון דעם וואס זיין סייט גייט אן, און ער פון זיין זייט זע איך האט געטון די מערסטע שייך צו פראטעקטן מען זאל עס נישט קענען דאונלאודן [כ'ווייס אז מ'קען נאך אלץ, אבער ס'איז בכלל נישט א קליק מיט א קנעפל], און דער אנדערער האט גאר אריינגעלייגט אזא קרן שמואל ישעי' מעסידזש אינדערמיט, זעט אויס אז לעגאל איז עס נישט קיין פראבלעם. ווידער אלץ הלכה, בין איך נייגעריג צו איר האט דאס מברר געווען, און אויב יא, קומט אריין מיט א קלארע הסבר פארוואס ס'איז גניבה.

זייער ריכטיג געזאגט, קוק די סידי אוירא דא"י פון אהר'עלע סאמעט וואס איז יעצט ארויסגעקומען, די פריוויאו איז מעכטיג, למעשה אויף די סייט האב איך געזען אז ער האט אסאך גארבישט אויך אריינגעלייגט ניגונים וואס איך וויל נישט האבן ביי מיר אין שטוב
אידעלע זיי פרייליך, שטארק דיך שטארק דיך אצינד, ווייל דו ביסט דאך א בן מלך, דעם באשעפער'ס קינד.

צוריק צו “היכל הנגינה”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 7 געסט