יונגערליך 2 אדער יונגערליך ב'?

ניגונים און זינגערס

אחראי: אחראי

יונגערליך 2 אדער יונגערליך ב'?

יונגערליך 2
104
80%
יונגערליך ב'
26
20%
 
סך הכול שטימען: 130

מוזיק באנד
שר מאה
תגובות: 109
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 28, 2016 11:50 pm

יונגערליך 2 (ב)

תגובהדורך מוזיק באנד » זונטאג ינואר 12, 2020 1:28 am

פרייליכע נייעס! אויף קול מבשר נגינה אפטיילונג איז דא א שמועס מיטן גרויסן פראדוסער נמש וואס אגב מיט הרב איז עס די אותיות נשמה (טיטל פון זיין מאמע) און דארט ווערט געמאלדן אז בקרוב וועט ארויסקומען די 2ט'ע אלבום פון יונגערליך, ביי די ענד פון די שמועס טוט מען אויסשמועסן צו די סידי זאל הייסן יונגערליך 2 אדער ב', מיין מיינונג איז אז ב' מאכט נישט צופיל סענס ווייל ס'מאכט עס מער אויסקוקן ווי א ספר אדער תורה סידי, העמיר זעהן וואס די מבינים וועלן באשליסן.

אוועטאר
חוח בין השושנים
שר האלף
תגובות: 1901
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 19, 2019 12:30 pm

תגובהדורך חוח בין השושנים » זונטאג ינואר 12, 2020 1:37 am

מאך וואלן.
איך וואוט 2.
איינע פון די טעמים: 'יונגערליך' איז אידיש (טאקע? עכ"פ אידישלעך) און 'צוויי' אויך.
ווידער ב' איז לשה"ק, סאו יונגערליך ב' איז לדעתי שעטנז. (אזוי ווי תפארת היימישע בעקערי = 3 שפראכן...)
אויב האסטו אויף מיר פאראיבל, טענות, מענות, א ויצעקו צו מאכן, א שטאך צו געבן, א קשיא צו פרעגן, אדער -להבדיל- א גוט ווארט צו זאגן טו עס ביטע דא.

מוזיק באנד
שר מאה
תגובות: 109
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 28, 2016 11:50 pm

תגובהדורך מוזיק באנד » זונטאג ינואר 12, 2020 1:59 am

חוח בין השושנים האט געשריבן:מאך וואלן.
איך וואוט 2.
איינע פון די טעמים: 'יונגערליך' איז אידיש (טאקע? עכ"פ אידישלעך) און 'צוויי' אויך.
ווידער ב' איז לשה"ק, סאו יונגערליך ב' איז לדעתי שעטנז. (אזוי ווי תפארת היימישע בעקערי = 3 שפראכן...)


אדרבה, ביסט מכובד צו עפענען א וואל קנעפל, כ'בין נישט באקאנט וויאזוי צו עפענען.

אוועטאר
חוח בין השושנים
שר האלף
תגובות: 1901
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 19, 2019 12:30 pm

יונגערליך 2 אדער יונגערליך ב'?

תגובהדורך חוח בין השושנים » זונטאג ינואר 12, 2020 2:14 am

מוזיק באנד האט געשריבן:פרייליכע נייעס! אויף קול מבשר נגינה אפטיילונג איז דא א שמועס מיטן גרויסן פראדוסער נמש וואס אגב מיט הרב איז עס די אותיות נשמה (טיטל פון זיין מאמע) און דארט ווערט געמאלדן אז בקרוב וועט ארויסקומען די 2ט'ע אלבום פון יונגערליך, ביי די ענד פון די שמועס טוט מען אויסשמועסן צו די סידי זאל הייסן יונגערליך 2 אדער ב', מיין מיינונג איז אז ב' מאכט נישט צופיל סענס ווייל ס'מאכט עס מער אויסקוקן ווי א ספר אדער תורה סידי, העמיר זעהן וואס די מבינים וועלן באשליסן.
אויב האסטו אויף מיר פאראיבל, טענות, מענות, א ויצעקו צו מאכן, א שטאך צו געבן, א קשיא צו פרעגן, אדער -להבדיל- א גוט ווארט צו זאגן טו עס ביטע דא.

אוועטאר
חוח בין השושנים
שר האלף
תגובות: 1901
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 19, 2019 12:30 pm

תגובהדורך חוח בין השושנים » זונטאג ינואר 12, 2020 2:16 am

איך האב געוואוט יונגערליך 2.
איינע פון די טעמים: 'יונגערליך' איז אידישלעך און 'צוויי' אויך.
ווידער ב' איז לשה"ק, סאו יונגערליך ב' איז לדעתי שעטנז (אזוי ווי תפארת היימישע בעקערי = 3 שפראכן...).
אויב האסטו אויף מיר פאראיבל, טענות, מענות, א ויצעקו צו מאכן, א שטאך צו געבן, א קשיא צו פרעגן, אדער -להבדיל- א גוט ווארט צו זאגן טו עס ביטע דא.

מוזיק באנד
שר מאה
תגובות: 109
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 28, 2016 11:50 pm

תגובהדורך מוזיק באנד » זונטאג ינואר 12, 2020 2:24 am

צווישן די נייעס פונעם נייע סידי ווערט פארציילט אז די מלך המלחינים הרב פינקי וועבער האט פארפאסט א אויסנאם שיינעם כל מקדש וואס ווערט ערווארט צו זיין א היט ניגון ביי די שבת סעודות בעז"ה

מוזיק באנד
שר מאה
תגובות: 109
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 28, 2016 11:50 pm

תגובהדורך מוזיק באנד » זונטאג ינואר 12, 2020 2:43 am

איך האב געשטימט 2 פאר אפאר סיבות, איינס דערפון איז אז ס'זאגט זיך פשוט בעסער "יונגערליך 2" און ס'נעמט גארנישט אוועק פונעם חסידישען טעם, די נאמען "יונגערליך" איז משוגע שטארק צו די חסידישע זייט און ס'פעהלט נישט אויס די "ב".

זאב שלייערמאן
שר חמישים
תגובות: 52
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 11, 2018 9:55 pm

תגובהדורך זאב שלייערמאן » זונטאג ינואר 12, 2020 2:48 am

מיין מיינונג איז. ״יונגערליך צוויי״®️ נישט סתם די נומבער 2. אזוי וועט עס קיינער נישט רופן יונגערליך טו. און עס מאכט סענס ווייל סאיז אינגאנצן אידיש.

איבערגעדרייטע בענקל
שר מאה
תגובות: 236
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 18, 2019 3:43 pm

תגובהדורך איבערגעדרייטע בענקל » זונטאג ינואר 12, 2020 3:34 am

איך האף אז עס וועט זיין א פלעינע אלבוים ,נישט קיין איבערלעבעניש.
"עקספעקט נישט פון מיר צו טראכטען גראד, איך בין דאך איבערגעדרייט"

נאר מיט שמחה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 491
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 08, 2017 10:04 am

תגובהדורך נאר מיט שמחה » זונטאג ינואר 12, 2020 3:40 am

ר' משולם גרינבערגער האט געזאגט אויף קולמע נישט לאנג צוריק אז ער האט אפאר (אדער איין) ניגונים אויפן סידי... נו, זאל שוין זיין...

אוועטאר
יהלום
שר חמש מאות
תגובות: 776
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 05, 2019 12:26 pm

תגובהדורך יהלום » זונטאג ינואר 12, 2020 8:17 am

ווי לאנג עס קאסט נישט 50 דאלאר קען זיין אז זיי וועלן האבן הצלחה
אבער אויב גייען זיי יעצט מאכן א גאנצע גשעפט......

אוועטאר
יהלום
שר חמש מאות
תגובות: 776
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 05, 2019 12:26 pm

תגובהדורך יהלום » זונטאג ינואר 12, 2020 8:31 am

איך בין מיט דער עולם אז עס דארף הייסען יונגערליך "צוויי"
לייג צו נאך א שטים אפציע

קרייסלער
שר האלף
תגובות: 1546
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 20, 2015 6:01 am
לאקאציע: אויפן ראוד

תגובהדורך קרייסלער » זונטאג ינואר 12, 2020 8:54 am

חוח סוואלט געפאסט אז די אנקעקטע זאל פרעזענטירט ווערן אין געפלאכטענע גראמען
עניוועי געשטימט פאר ׳צווי׳׳ ווי חוח האט מסביר געווען אז סאיז אידיש מיט אידיש
אויב האט מען א ציל קען מען אנקומען אפילו מיט א קרייסלער

בלאנזשען קען מען אפילו מיט א לעמבארגיני

דע לאן אתה הולך

בעיביסיטער
שר מאה
תגובות: 213
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש סעפטעמבער 19, 2015 11:20 pm

תגובהדורך בעיביסיטער » זונטאג ינואר 12, 2020 9:04 am

יונגערליך ב מאכט עפעס נישט קיין סענס לענ"ד
איך וואלט געזאגט אז אויב וויל ער אקאמפלישען זיין גאול פון עס געבן דעים חסידישן פיל ס'זאל נישט הייסן יונגערליך טו קען ער ארויסשרייבן די ווארט צוויי אויף יודיש אנשטאט די נומער 2

אוועטאר
נו גוט נו שוין
שר האלפיים
תגובות: 2198
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 07, 2018 12:33 pm

תגובהדורך נו גוט נו שוין » זונטאג ינואר 12, 2020 9:14 am

זייט נישט באזארגט דער פופציגער איז © ביי שבתדיג

אלטר קליינשטיין
אנשי שלומינו
תגובות: 2
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 26, 2019 6:10 pm

תגובהדורך אלטר קליינשטיין » זונטאג ינואר 12, 2020 9:22 am

איך האב נעכטן אנגעצינדן יונגערליך 1 פאר מיינע קינדער זיי האבן זיך ציגעהערט כאילו סנעכטן ארויסגעקומען!!!
וואס איז שלעכט מיט די 2# ?

אוועטאר
איצל פיצל
שר חמש מאות
תגובות: 646
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יולי 11, 2008 1:57 am

תגובהדורך איצל פיצל » זונטאג ינואר 12, 2020 11:27 am

איך האב געשטימט אויף צוויי אבער איך וואלט געזאגט אז מען זאל ארויסשרייבן ״צוויי״

בר דעת
שר חמש מאות
תגובות: 788
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 25, 2011 1:00 pm

תגובהדורך בר דעת » זונטאג ינואר 12, 2020 11:50 am

פארוואס נוצן סתם א נומבער און נישט עפעס מער ספעציפיש איבער די סידי? יונגערליך פורים / פסח/ שפרינגט / אפשערן/ קאנטרי.

מוזיק באנד
שר מאה
תגובות: 109
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 28, 2016 11:50 pm

תגובהדורך מוזיק באנד » זונטאג ינואר 12, 2020 12:25 pm

בר דעת האט געשריבן:פארוואס נוצן סתם א נומבער און נישט עפעס מער ספעציפיש איבער די סידי? יונגערליך פורים / פסח/ שפרינגט / אפשערן/ קאנטרי.


פארוואס זאל ער זיך מיזן לימיטען צו ניגונים פון פורים אדער פסח כדי די סידי זאל האבן א אנדערע נאמען? לאז אים פארן מיט נאמבערס איז ער אפן און פריי פאר אלעמען

אוועטאר
די דיזיינער
שר מאה
תגובות: 227
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש נובעמבער 28, 2015 10:36 pm
לאקאציע: Boro Park

תגובהדורך די דיזיינער » זונטאג ינואר 12, 2020 12:42 pm

יוגערליך פּ

עושר וכבוד
שר חמש מאות
תגובות: 682
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 28, 2019 12:30 am

תגובהדורך עושר וכבוד » זונטאג ינואר 12, 2020 12:43 pm

יונגערליך השני
מיר מיינען נאר דיין כבוד, מיר דארפן האבן געלט, צו דינען דעם באשעפער פון די גאנצע וועלט!

קרייסלער
שר האלף
תגובות: 1546
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 20, 2015 6:01 am
לאקאציע: אויפן ראוד

תגובהדורך קרייסלער » זונטאג ינואר 12, 2020 12:59 pm

וואס זאגט מען צום געדאנק פון ״צווייטע חבירים״?
אויב האט מען א ציל קען מען אנקומען אפילו מיט א קרייסלער

בלאנזשען קען מען אפילו מיט א לעמבארגיני

דע לאן אתה הולך

אוועטאר
ניס קראכער
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4778
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 26, 2016 5:36 pm

תגובהדורך ניס קראכער » זונטאג ינואר 12, 2020 1:06 pm

יונגערלעך ב' נישט
אדער #2, אדער יונגערלעך מיט נאך א ווארט
לאור המצב איז אבאוט טו עקספייער, פליז אופדעיט יאור אקאונט

עושר וכבוד
שר חמש מאות
תגובות: 682
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 28, 2019 12:30 am

תגובהדורך עושר וכבוד » זונטאג ינואר 12, 2020 2:03 pm

קרייסלער האט געשריבן:וואס זאגט מען צום געדאנק פון ״צווייטע חבירים״?

וואס האט חברים מיט יונגערליך?
מיר מיינען נאר דיין כבוד, מיר דארפן האבן געלט, צו דינען דעם באשעפער פון די גאנצע וועלט!

אוועטאר
יש בו
שר האלף
תגובות: 1331
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 12, 2018 5:53 pm

תגובהדורך יש בו » זונטאג ינואר 12, 2020 2:08 pm

איצל פיצל האט געשריבן:איך האב געשטימט אויף צוויי אבער איך וואלט געזאגט אז מען זאל ארויסשרייבן ״צוויי״

גאמ
דא קען מען זיך באדאנקן פארן ירום הודו https://www.whitehouse.gov/contact/

viewtopic.php?f=104&t=42683&p=2204272#p2204225


צוריק צו “היכל הנגינה”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 10 געסט