בלאט 1 פון 14

יונגערלעך #2

געשריבן: דינסטאג נאוועמבער 19, 2019 3:31 pm
דורך ניס קראכער
במקום שאין איש איז גיט אויך ניס...
אז קיינער וויל נישט. העל איך מוזן נעמען די לייצעס אין די הענט אין עפענען דעם אשכול...

אין די יעצטיגע טעג ארבייט מען העפטיג אויף יונגערלעך צוויי
ווי ס'קוקט אויס וועט עס זיין צו באקומען הערשט נאך חנוכה

מער דיטעילס האב איך נישט דערווייל...

געשריבן: דינסטאג נאוועמבער 19, 2019 4:34 pm
דורך שמייכל תמיד
קעמער קוים ווארטן
כהאף עס זאל זיין עטליעסט אזוי שיין ווי די ערשטע

געשריבן: דינסטאג נאוועמבער 19, 2019 4:45 pm
דורך פאלקאוויטש123
really exciting news. cant wait for it.
the first album was a hit

געשריבן: דינסטאג נאוועמבער 19, 2019 5:09 pm
דורך ממה נפשך
אזוי שנעל? געווענליך ווארט מען לענגער צווישן איין אלבום און צווייטן

געשריבן: דינסטאג נאוועמבער 19, 2019 8:27 pm
דורך לעגאו מענטשעלע
איך הער אז עס קומט פיינע סחורה. אבער בכללות, איך האלט נישט פון ארויסגעבן איין סידי נאכן צווייטן אזוי שנעל, ערשטנס: ווייל ווילאנג גייסטו קענען אזוי אנהאלטן? נאך דריי יאר וועסטו פארשווינדן ווערן... אנשטאט זיך צו האלטן פריש פאר פיל לענגער. און צווייטנס: ווייל נאך אזא געלונגענע סידי קען מען זיך זייער גרינג קאליע מאכן אויב מען דעליווערט נישט לויט די הויכע ערווארטונגען פון דעם ציבור.
אבער לאמיר ווארטן און זען וואס מען וועט צושטעלן דאס מאל.

געשריבן: דינסטאג נאוועמבער 19, 2019 9:45 pm
דורך זיסע שעיפעלען
לעגאו מענטשעלע האט געשריבן:איך הער אז עס קומט פיינע סחורה. אבער בכללות, איך האלט נישט פון ארויסגעבן איין סידי נאכן צווייטן אזוי שנעל, ערשטנס: ווייל ווילאנג גייסטו קענען אזוי אנהאלטן? נאך דריי יאר וועסטו פארשווינדן ווערן... אנשטאט זיך צו האלטן פריש פאר פיל לענגער. און צווייטנס: ווייל נאך אזא געלונגענע סידי קען מען זיך זייער גרינג קאליע מאכן אויב מען דעליווערט נישט לויט די הויכע ערווארטונגען פון דעם ציבור.
אבער לאמיר ווארטן און זען וואס מען וועט צושטעלן דאס מאל.

שטארקע נקודה ;l;p- האלט איך אויך אזוי גענוי

געשריבן: זונטאג יאנואר 12, 2020 12:00 pm
דורך איצל פיצל
מוזיק באנד האט געשריבן:פרייליכע נייעס! אויף קול מבשר נגינה אפטיילונג איז דא א שמועס מיטן גרויסן פראדוסער נמש וואס אגב מיט הרב איז עס די אותיות נשמה (טיטל פון זיין מאמע) און דארט ווערט געמאלדן אז בקרוב וועט ארויסקומען די 2ט'ע אלבום פון יונגערליך.


אזויווי מען האלט שוין נענטער ווי ווייטער צום ערשיינונג פונעם פרישן יונגערליך סידי, ברענג איך ארויף דעם ארגינעלן אשכול דערוועגן.
(די אנדערע אשכול זאל מען לאזן פאר די דעבאטע אויף די נאמען פונעם סידי)

געשריבן: זונטאג יאנואר 12, 2020 12:25 pm
דורך קעדילעק
דאס איז פיינע נייעס, קוק מיר ארויס דערפאר.

געשריבן: זונטאג יאנואר 12, 2020 2:39 pm
דורך טשאלענט
לעגאו מענטשעלע האט געשריבן:איך הער אז עס קומט פיינע סחורה. אבער בכללות, איך האלט נישט פון ארויסגעבן איין סידי נאכן צווייטן אזוי שנעל, ערשטנס: ווייל ווילאנג גייסטו קענען אזוי אנהאלטן? נאך דריי יאר וועסטו פארשווינדן ווערן... אנשטאט זיך צו האלטן פריש פאר פיל לענגער. און צווייטנס: ווייל נאך אזא געלונגענע סידי קען מען זיך זייער גרינג קאליע מאכן אויב מען דעליווערט נישט לויט די הויכע ערווארטונגען פון דעם ציבור.
אבער לאמיר ווארטן און זען וואס מען וועט צושטעלן דאס מאל.

געטראכט די זעלבע, אויב ווילן זיי אנהאלטן מוזן זיי זיך געבן א ברעיק, ווייל אז נישט לויפט מען אויס.

עניוועי, מיר האבן זייער הנאה געהאט פון די ערשטע, און מיר קוקן ארויס אויף די צווייטע

געשריבן: זונטאג יאנואר 12, 2020 2:50 pm
דורך נאר מיט שמחה
טשאלענט האט געשריבן:
לעגאו מענטשעלע האט געשריבן:איך הער אז עס קומט פיינע סחורה. אבער בכללות, איך האלט נישט פון ארויסגעבן איין סידי נאכן צווייטן אזוי שנעל, ערשטנס: ווייל ווילאנג גייסטו קענען אזוי אנהאלטן? נאך דריי יאר וועסטו פארשווינדן ווערן... אנשטאט זיך צו האלטן פריש פאר פיל לענגער. און צווייטנס: ווייל נאך אזא געלונגענע סידי קען מען זיך זייער גרינג קאליע מאכן אויב מען דעליווערט נישט לויט די הויכע ערווארטונגען פון דעם ציבור.
אבער לאמיר ווארטן און זען וואס מען וועט צושטעלן דאס מאל.

געטראכט די זעלבע, אויב ווילן זיי אנהאלטן מוזן זיי זיך געבן א ברעיק, ווייל אז נישט לויפט מען אויס.

עניוועי, מיר האבן זייער הנאה געהאט פון די ערשטע, און מיר קוקן ארויס אויף די צווייטע

טאמער האבן זיי פיינע סחורה, שטערט נישט אז זיי געבן ארויס יעדע האלבע יאר און כ"ש איינמאל א יאר, א שטייגער ווי ר' משה גולדמנ'ס סחורה וואס כולי עלמא מודי אז ס'האט מצליח געווען מער ווי די שטערקסטע סידי היינט צו טאג'ס.
טאמער איז עס שוואכערע סחורה, העלפט נישט אפילו ווארטן צען יאר, וכבר היה לעולמים מיט געוויסע סידי'ס וואס כאט'ש די ווארטן און לעכצן פון די ציבור אויף נאך איינס האט עס נישט געהאט דעם אפקלאנג פון די ערשטע.

געשריבן: דינסטאג יאנואר 14, 2020 2:13 pm
דורך ניס קראכער
כ'הער אז ס'איז נאך דא צייט ווי לאנג ס'העט ארויסקומען

לכאורה ערגעץ פורים צייט

געשריבן: דינסטאג יאנואר 14, 2020 2:30 pm
דורך אדם הראשון
ניס קראכער האט געשריבן:כ'הער אז ס'איז נאך דא צייט ווי לאנג ס'העט ארויסקומען

לכאורה ערגעץ פורים צייט

זייער א שלעכטע צייט. ס'בלייבט בלויז א קארגע חודש צו הערן מוזיק

געשריבן: דינסטאג יאנואר 14, 2020 3:37 pm
דורך איצל פיצל
ניס קראכער האט געשריבן:כ'הער אז ס'איז נאך דא צייט ווי לאנג ס'העט ארויסקומען

לכאורה ערגעץ פורים צייט

נפתלי משה זאגט אויפן אינטערוויא אויף קול מבשר אז עס גייט די וואך אריין צום דרוק. סא בפשטות לפי זה איז עס אין די געשעפטן נעקסטע וואך.

געשריבן: מיטוואך יאנואר 15, 2020 2:01 pm
דורך abeg
???

געשריבן: מיטוואך יאנואר 15, 2020 2:07 pm
דורך אור
:grin:

געשריבן: מיטוואך יאנואר 15, 2020 3:44 pm
דורך איצל פיצל
abeg האט געשריבן:???

פון ווי קומט דאס?

געשריבן: מיטוואך יאנואר 15, 2020 10:10 pm
דורך נישט קיין רעדנער
לעגאו מענטשעלע האט געשריבן:איך הער אז עס קומט פיינע סחורה. אבער בכללות, איך האלט נישט פון ארויסגעבן איין סידי נאכן צווייטן אזוי שנעל, ערשטנס: ווייל ווילאנג גייסטו קענען אזוי אנהאלטן? נאך דריי יאר וועסטו פארשווינדן ווערן... אנשטאט זיך צו האלטן פריש פאר פיל לענגער. און צווייטנס: ווייל נאך אזא געלונגענע סידי קען מען זיך זייער גרינג קאליע מאכן אויב מען דעליווערט נישט לויט די הויכע ערווארטונגען פון דעם ציבור.
אבער לאמיר ווארטן און זען וואס מען וועט צושטעלן דאס מאל.

אויב איך געדענק גוט האט נמ"ש געזאגט אויף ק"מ אין א אינטערוויו נאכדעם וואס ער איז ארויסגעקומען מיט די ערשטע יונגערלעך אז ער גייט נישט ארויס געבן קיין סאך אלבוימס נאר נאך איינס ממילא האסטו דיך נישט וואס צו זארגן

געשריבן: מיטוואך יאנואר 15, 2020 10:26 pm
דורך מוזיק באנד
אור האט געשריבן::grin:


האט מען נישט געשמועסט אז דעיס וועט נישט זיין א איבערלעבעניש?

געשריבן: דאנערשטאג יאנואר 16, 2020 4:07 pm
דורך איצל פיצל
בא שבת בא מנוחה האט געשריבן:וויכי אפשר ברענגסטו דעי מאל אויך מאחורי הפרגוד אנאפדעיט..?

האפעטליך וועט מען הערן עפעס אן אפדעיט היינט ביינאכט פון וועלוועל אויף קול מבשר. איך הער נישט יעדע וואך, אבער פאריגע וואך ביים ליל שישי שפאציר אין עולם הנגינה, האט ער געזאגט אז עס איז א וועכענטליכע שפאציר אין שניטצלער סטודיאו.
געזאגט האט ער פאריגע וואך אז ער האפט צו גיין די וואך צום דריק. לאמיר האפן.
אבער אדרבה אויב @וויכי קען אריינקומען פריער מיט עפעס אן אפדעיט וועט מען זיך זייער פרייען.

געשריבן: דאנערשטאג יאנואר 23, 2020 1:10 pm
דורך ליבלעך
נפתלי משה מעלדט אז די מיקס פונעם נייעם אלבום איז פארטיג און עס ווערט אצינד געמעסטערד

געשריבן: דאנערשטאג יאנואר 23, 2020 1:46 pm
דורך איסר האטלקי
ווילאנג נעמט צו מעסטערן? נאכן מעסטערן גייט מען עס סלייסן?

געשריבן: דאנערשטאג יאנואר 23, 2020 3:40 pm
דורך איצל פיצל
ליבלעך האט געשריבן:נפתלי משה מעלדט אז די מיקס פונעם נייעם אלבום איז פארטיג און עס ווערט אצינד געמעסטערד

ווי טוט ער דאס מעלדן?
וואס מיינט דאס, אז ווען קען מען עס ערווארטן אין די געשעפטן?

געשריבן: דאנערשטאג יאנואר 23, 2020 3:43 pm
דורך חמרא טבא
איסר האטלקי האט געשריבן:נאכן מעסטערן גייט מען עס סלייסן?

ניין ערשט דארף מען עס זאלצן

געשריבן: דאנערשטאג יאנואר 23, 2020 4:26 pm
דורך ליבלעך
איצל פיצל האט געשריבן:
ליבלעך האט געשריבן:נפתלי משה מעלדט אז די מיקס פונעם נייעם אלבום איז פארטיג און עס ווערט אצינד געמעסטערד

ווי טוט ער דאס מעלדן?
וואס מיינט דאס, אז ווען קען מען עס ערווארטן אין די געשעפטן?

דאס האט ער געמאלדן אויף אינסטעגראם

A9D445CE-5389-48A8-8527-6775B4DDD1B8.jpeg
A9D445CE-5389-48A8-8527-6775B4DDD1B8.jpeg (202.55 KiB) געזען 4977 מאל

געשריבן: דינסטאג פעברואר 04, 2020 12:22 am
דורך בא שבת בא מנוחה
איינער מיט עפעס אן אפדעיט...? וויכי אפשר באזיכט מען ביי נמשן..?