יונגערלעך #2

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
וועלטניק
שר האלפיים
תגובות: 2811
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 02, 2015 5:27 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וועלטניק »

טייטל האט געשריבן:
וועלטניק האט געשריבן:
קנאפער ידען האט געשריבן:
טייטל האט געשריבן:וואסי פשט אז מ'קען נישט קויפן א דיגיטל דאונלאוד ביי מאסטלי אדער ניגון מיוזיק נאר א הארד סידי?

אינטערסאנט אז אויף דער איזראעלי סייט איז יא דא א דאונלאוד https://www.greentec.co.il/%D7%9E%D7%95 ... 99%D7%9A-2

יאפ. נאך אינטערעסאנטער איז אז רוב אנדערע אלבומס קען מען נישט דאונלאון דארט, נאר באשטעלן א פיזישע..

זיי האבן אויך א דיסקאונט לכבוד די בחירות אין אר"י

(עס איז א איסור פון בחירות און נעמען געלט פון די מדינה באין כאחד.....)


יום הבחירות הגיע! ואנחנו מפרגנים לכם ב15% הנחה על כל האתר!

קוד קופון בלעדי ליום הבחירות:

CVVIE1

יש להעתיק את הקוד ולהזין בהליך הקנייה, תהנו! תקף עד לשעה 12:00 בלילה (יום הבחירות)


ס'גוט פאר א גלייכווערטל, אבער חוץ מזה זעה איך נישט קיין סיבה זאלסט נישט מעגן קויפן דארט, מיט דעם דיסקאונט, ווייניגער ווי עני אנדערע טאג. חוץ אז דו האלטס אז מ'טאר קיינמאל נישט קויפן ביי אזא איינער וואס האלט פון די בחירות, דאס דארף מען שוין דן זיין
אוועטאר
moishy56
שר עשרת אלפים
תגובות: 19752
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 10, 2013 6:36 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך moishy56 »

געקויפט !

א הערליך שטיקל ארבייט
.

טעקסט בלויז די ווארט INFO צו 718-480-0545 און מען ארלעדיגט דיר א פאלעסי #קהלייף
אוועטאר
נקודהלע
שר ששת אלפים
תגובות: 6503
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 07, 2019 10:58 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נקודהלע »

באצאלט נאר 31.5 שקל
מ'קען בעטן פאר א הנחה פון 10%
https://www.greentec.co.il/%D7%9E%D7%95 ... 99%D7%9A-2
ימים ידברו האט זיך קיינמאל געזאגט אזוי ריכטיג ווי היינט
אוועטאר
moishy56
שר עשרת אלפים
תגובות: 19752
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 10, 2013 6:36 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך moishy56 »

moishy56 האט געשריבן:מנדי ווייס • מקהלת נשמה • יואלי דיקמן • בחתונה באולמי כינור דוד,
עם הלחן החדש של הערשי ויינברגר / יונגערלעך 2 ''בצאת ישראל'' 

video
https://drive.google.com/open?id=1CgM2T ... 6YOPT2hjrV

לעשות רצונך

יוסי ליבוביץ & מקהלת שירה & הרשי פאבל

http://haredimnet.co.il/forum.php?artic ... 7%99%D7%A9)
https://drive.google.com/file/d/1miVDjt ... IzKaV/view
.

טעקסט בלויז די ווארט INFO צו 718-480-0545 און מען ארלעדיגט דיר א פאלעסי #קהלייף
אוועטאר
שופר
שר חמישים ומאתים
תגובות: 453
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 21, 2016 11:40 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שופר »

Bald Bald" Song Performed By Shia Rosen & Child Solo At Purim Tish In Kosov
https://drive.google.com/file/d/1ZhNdpR ... sp=sharing
אוועטאר
שופר
שר חמישים ומאתים
תגובות: 453
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 21, 2016 11:40 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שופר »

אוועטאר
סטיטשינער
שר עשרים אלף
תגובות: 22676
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 05, 2017 3:49 pm
לאקאציע: 50°18′N 21°4′E

Re: יונגערלעך #2

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סטיטשינער »

שניצלער שרייבט די וואך אין אן אויסגאבע אז א גרויס עולם האט מער ליב איגערליך צוויי פון איינס. קוקט אויס אז ער ליינט נישט די אשכול...
שפאנט'ס מיט ווארטונג

די רעוואלוציע איז אין פילן שוואנג

טראגטס עס ארויס פון דא!
אוועטאר
יוחנן בוקסבוים
שר חמישים ומאתים
תגובות: 432
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש אפריל 28, 2018 3:26 pm

Re: יונגערלעך #2

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יוחנן בוקסבוים »

בקהילה-מגזין-חלק-א-פסח-תשפ_Page_1.jpg
בקהילה-מגזין-חלק-א-פסח-תשפ_Page_1.jpg (181.18 KiB) געזען 5641 מאל

בקהילה-מגזין-חלק-א-פסח-תשפ_Page_2.jpg
בקהילה-מגזין-חלק-א-פסח-תשפ_Page_2.jpg (255.81 KiB) געזען 5641 מאל

בקהילה-מגזין-חלק-א-פסח-תשפ_Page_3.jpg
בקהילה-מגזין-חלק-א-פסח-תשפ_Page_3.jpg (281.22 KiB) געזען 5622 מאל
לעצט פארראכטן דורך יוחנן בוקסבוים אום מאנטאג אפריל 20, 2020 10:58 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
יוחנן בוקסבוים
שר חמישים ומאתים
תגובות: 432
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש אפריל 28, 2018 3:26 pm

Re: יונגערלעך #2

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יוחנן בוקסבוים »

בקהילה-מגזין-חלק-א-פסח-תשפ_Page_4.jpg
בקהילה-מגזין-חלק-א-פסח-תשפ_Page_4.jpg (321.69 KiB) געזען 5639 מאל

בקהילה-מגזין-חלק-א-פסח-תשפ_Page_5.jpg
בקהילה-מגזין-חלק-א-פסח-תשפ_Page_5.jpg (307.81 KiB) געזען 5639 מאל

בקהילה-מגזין-חלק-א-פסח-תשפ_Page_6.jpg
בקהילה-מגזין-חלק-א-פסח-תשפ_Page_6.jpg (477.94 KiB) געזען 5639 מאל
אוועטאר
יוחנן בוקסבוים
שר חמישים ומאתים
תגובות: 432
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש אפריל 28, 2018 3:26 pm

Re: יונגערלעך #2

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יוחנן בוקסבוים »

אוועטאר
moishy56
שר עשרת אלפים
תגובות: 19752
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 10, 2013 6:36 am

Re: יונגערלעך #2

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך moishy56 »

יוחנן בוקסבוים האט געשריבן:
בקהילה-מגזין-חלק-א-פסח-תשפ_Page_1.jpg

בקהילה-מגזין-חלק-א-פסח-תשפ_Page_2.jpg

בקהילה-מגזין-חלק-א-פסח-תשפ_Page_3.jpg

PDF
https://drive.google.com/open?id=1B3HSv ... s6g7EaoszI
.

טעקסט בלויז די ווארט INFO צו 718-480-0545 און מען ארלעדיגט דיר א פאלעסי #קהלייף
אוועטאר
יוחנן בוקסבוים
שר חמישים ומאתים
תגובות: 432
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש אפריל 28, 2018 3:26 pm

Re: יונגערלעך #2

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יוחנן בוקסבוים »

דוד לייפער זינגט באלד פורים בקאסובער רבי שושן פורים מיט ר' ישעיה רוזן
דרובקס
אוועטאר
כא כא כא
שר האלף
תגובות: 1642
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 31, 2017 5:28 pm

Re: יונגערלעך #2

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כא כא כא »

איך וואלט עס געקענט באשטיין צו האבן אן מוזיק פאר ספירה.
האסטו שוין אמאל געהערט ווי די רויבערס צילאכן זיך...
לאך פון די וועלט
קח''א קארדינעיטאר
אוועטאר
חמרא טבא
שר עשרת אלפים
תגובות: 13002
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אוגוסט 08, 2014 2:13 pm

Re: יונגערלעך #2

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חמרא טבא »

יוחנן בוקסבוים האט געשריבן:דוד לייפער זינגט באלד פורים בקאסובער רבי שושן פורים מיט ר' יהושע רוזן
דרובקס
דביה תחדי נפשא
ליבלעך
שר האלף
תגובות: 1604
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יולי 21, 2017 4:08 pm

Re: יונגערלעך #2

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ליבלעך »

נמש מעלדט אז די וואך הייבט מען אן ארבעטן אויפן נייעם יונגערליך אלבום!
אוועטאר
Masmid
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4854
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 12, 2019 1:53 pm
לאקאציע: בית המדרש

Re: יונגערלעך #2

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Masmid »

ליבלעך האט געשריבן:נמש מעלדט אז די וואך הייבט מען אן ארבעטן אויפן נייעם יונגערליך אלבום!

וואו האט ער געמאלדן?
המאור שבה יחזירנו למוטב!
אוועטאר
האלצשטיין
שר שבעת אלפים
תגובות: 7170
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 17, 2020 11:09 am

Re: יונגערלעך #2

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך האלצשטיין »

איך מיין אז יעצט ווען מ'האלט שוין עטליכע חדשים נאך די נייע יונגערליך ווען יעדער קען עס שוין אדורך און אדורך וואלט געווען כדאי צו מאכן אן אנקעטע וועלכע פון די צוויי יונגערליך איז געווען שענער די ערשטע אדער די צווייטע

וואס זאגט דער עולם?
אוועטאר
נאר מיט שמחה
שר שמונת אלפים
תגובות: 8010
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 08, 2017 10:04 am

Re: יונגערלעך #2: די פארגעסענע ריוויו...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נאר מיט שמחה »

ווי די פאראיאריגע שניי, ווי די ערשטע קאראנע נייעס, ווי די פאר א צוויי וואכעדיגע נייע סינגל, ווי די 'קאראנע בת טשיינע' ווערטל, וויל איך דא ברשות הקהל הקודש ארויפלייגן ענדליך ענדליך מיין ריוויו אויפן סידי "יונגערלי2", בשעטומ"צ...
ס'איז אביסל פאני, אזוי ווי דער חתן וואס א חודש פאר זיין חתונה קומט מען איהם זאגט מזל טוב אויפן שידוך. אבער די אמתיז, אז 93% פון דעם ארטיקל איז שוין געווען גרייט ממש נאך די לידה פונעם סידי. נאר אזוי ווי כ'בין געווארן זייער פארנומען און ערנסט וויכטיג האב איך עס נישט אנגעיאגט ארויפצולייגן דא, ואתכם הסחילה
אבער טוב מאוחר מלא גיכער, לייג איך יעצט ארויף ככתבו וכלשונו, מיט עטליכע הגהות, ווייל ס'פאסט נישט אין חודש תמו"ז אן ארטיקל וואסיז געשריבן געווארן לכבוד פורים... האביך איהם אביסל ערנסט געמאכט וויפל ס'געווען שייך.


בשם השם נעשה ונשמע.
צום ערשטנ'ס: ווער ס'האט 'נאך' נישט געהערט דעם סידי ווערט געבעטן גיין צוריקוועגס עטליכע תגובות, ווי דארט ווערט אויפגעשפילט די סידי בנבל ו'כינור' הערליך שיין תנועה ביי תנועה דורך ר' כינור זז"ג. דערנאך וועטיר קענען ליינען מיין ריוויו.
[און ווער ס'געדענקט 'שוין' נישט, זאל עס בעסער איבערהערן פארן ריוויו, ווייל איך אליין האב נישט פארשטאנען אזוי גוט יעדן ווארט....]
ב"ה, מיט ס"ד האמיר זוכה געווען צום צווילינג יונגערליך בשעטומ"צ. מזל טוב מזל טוב נמ"ש-יהושע-יוסל. אסאך אסאך אידיש נחת ( ווי קומען זייי דא אריין?).
ביים ערשטן יונגערליך האט מען שוין אנגעהויבן שמעקן דער אומפארגעסענער הגר"מ גאלדמאן ז"ל, אבער דאך איזעס געווען פארשמירט אביסל מיטן איינטיגן סטייל, מ'קען דאך נישט פאררעכטן א וועלט. אבער, און מסתמא, נאכן זעהן ווי ס'האט געשאקלט וועלטן, און די דאווענען מיט מלוך זענען באקרוינט געווארן אלץ 2 שטערקסטע ניגונים פון יאר, האבן זיי געזעהן מ'קען גיין א שטאפל העכער. און דאס מאל, מוז איך ענק זאגן אין פנים אריין, ס'איז ענק 'יא' געלונגען, און נאך ווי...
איזאזוי:
לאמיר אנהייבן מיטן קאווער: ר' נמ"ש, טראג אפ באצייטנ'ס פונעם קאליר-קאווער-פלאן, אונז ערווארטן מער סידי'ס פון וויפל קאלירן ס'איז פארהאנען... כ'בעטעך!...
די ניגונים?! Wow! כ'גיי פאר יעדע פונזיי, איינס ביי איינס. יעדע ניגון איז מלא וממולא מיט חידושים נפלאים און ריינע תנועות. עטליכע פונדעם איז אויך משה גאלדמאנדיג... האט מען אויפגעוועקט ר' משה'ן פון זיין לאנגן שלאף?... מ'קען זאגן אויף נפתלי משה: ממשה עד נפתלי משה לא קאמקע משה גאלדמאן. און אויף ר' יהושע: יהושע האטעך איבערגענומען משה רבינו.. און ר' יוסף: ויקח יוסף את עצמות משה גאלדמאן און מחיה מתים געווען...
די אלע ניגונים האבן זיך באזעצט אין מיין מוח כאילו מיין מוח'ל איז זייער'ס, און האלטן נישט ביים ארויסקריכן פון דארט... [עד היום הזה...].
די מוזיק: מלא חידושים אין פשטות. נישט ווי די איינטיגע סטייל בכלל. יעדע ניגון באזונדער האט מען געמאכט פונעם ניגון א עיקר און געלאזט די מוזיק באדינען דעם קע-ניגון ווי ס'דארף צו זיין. געוואלדיג שבעגעגעגעגעוואלדיג.
די יונגערליך: זיי זענען געשטיגן פונעם פארראיארדיגן [באלד 2) סידי, די קוואלעטי איז קעה"ר געשטיגן אויף גאר הויעך כ"י.
די מענער קווייער: לכאו' האט כמעט קיינער נישט באמערקט, אבער ווערעס לייגט צו קאפ ווערט נתפעל פון זייער ארבעט. הפלא מלהפליא.

און יעצט צודע לידעלעך:
לעשות
ווען איינער וויל זיך גרייטן און צופלאמען פאר א מצוה, איז דא דעם וויז'ניצן אלטן 'לעשות רצונך'. ווען איינער וויל הערן פלעין און זיך אנווארעמען מיט א הערליכן שיינעם 'לעשות רצונך' קענערהערן משולם גרינבערגער'ס וואס איז שווער נאכצוציזנגען אבער גרינג אנצוווארעמען.
אבער דא האט אונז הערשל אהערגעשטעלט א לעשות פארן טאג טעגליכן לעבן, פארן פשוט'ער איד וואס זאגט פארן באשעפער פשוט'ע ווערטער "לעשות רצונך אלוקי חפצתי". פושט און גראד געזאגט. און דא קומט די אמת'ע ריינע הייליגע ווערטער: "ווייל וואס דער אייבישטער הייסט, וואס דער אייבישטער וויל, אזוי און 'נאר אזוי' וויל איך טוהן": שטעלט'צעך פאר, אין 2020 קומט איינער אויף מיט אזעלעכע הויעכע ווערטער?!!
די עוילעם איז שוין ווארעם, מ'האט שוין געשריגן דעם לעשות און דעם 'וואס דער אייבישטער הייסט' וכו'. יעצט טאר מען שוין נישט צוריק אראפגיין, מעלין בקודש, א איד דארף גיין מאלעמעלעמאלע, איז מען ממשיך צום הויעכן פאל מיט א פרישקיייט און א ברען...
נפתלי משה'ן מיטן ברודער, וואס כ'דערקען נישט ווער איז ווער, זינגען פשוט און הערליך דעם לידל.
כ'גיי פאר די אינטרא, כ'האב עס ניטאמאל געהערט ביים הערן די ניגון, ביזן הערן (זעהן) דעם יונגערליך קווייער ביי א דינער ערגעצווי, וואס דארט האביך באמערקט עפעס א צודריייטע שטיקל, כ'בין גלייך צוגעלאפן הערן צו איזעס אויפן סידי, און יאפ, ס'איז דא. – און דעס איז סטעמפל פון א אינטרא וואס באגלייט א ניגון און ציהט נישט די גאנצע מענטש נאר צו זיך...
און נישט פארגעסן פון דער שניצלער בעיבי... אזא תמימות, אזא נעימות, אזא חמימות.

'איינס צוויי דריי', גיימער ווייטער...
בצאת
צום ערשט לאמיר אנצינדן א שטיקל:
"דו האסט אונז אויסגעלייזט נאר אויף דיר, טאטע זיסער נאר אויף דיר א צווייטע מאל, און א דריטע מאל, און א 4'ע מאל, און א.. אוי דו האסט אונז אויסגעחרי אאחרי במדבר בארץ לא זרועה..
און יעצט צום רייויו:
איין מאל wow, און א צווייטע מאל 'wow און א דריטע מאל wow. אין קורצן: wow wow wow!...
איזאזוי, איין wow פארן די גאוולדיגע איידיע. דעם אנדערן wow פארן ניגון אליין און די וועג ווי ס'איז אראפגעזינגען. ס'איז א חידוש שכולו חידוש.
אבער דעם ערשטן און גרויסן wow געביך נשמר און נישט ווייניגער פאר די מוזיק!! און כ'וועל מסביר'ן:
די ניגון הייבט'צעך אן (איך וואונדער מיר אז קיינער האטעס נישט אנגעמערקט) מיט עפעס א חשכות, עס בלאזט א בייזן ווינט - א גלות, חושך אפילה צרות הסתרות נסיונות... נאך א סעקנד ווערט עס ערגער – חבלי משיח. און פלוצלינג בום!! ס'שטיל. די וועלט האט'צעך גענדיגט, עפעס א גרויסע זאך גייט געשעהן... [קאראנע...]. און דא הייבט'צעך פלוצלינג אן ריקן וועלטן. בית החיימעלעך הייבן זיך אן רירן און טאנצן. די נשמות שווימען שטייטלעך ארויף. מענטשן לויפן מענטשן קומען. מ'שפירט עפעס אין די לופט! עפעס גייט פאר!!! די גאנצע בריאה הייבט'צעך אויף צוביסלעך.... און דא קומט פלוצלינג אריין די חצוצרות וקול שופר אינטרא, רבותי! ווי זענט עט'ס, פאלט'ס אראפ פון בענקל.. משיח איז דא!!! נישט באלד באלד, ער אידא!!! די גאנצע וועלט שפרינגט!!
Wow אידעס אן אינטרא... (לכאורה גאנץ פשוט. אבער כ'פרעג ענק, אידעס פשוט??) און אויף אזא שטיקל זאגט דער פסוק אין נביא, און אויף דעם האבן אונזערע זיידעס געמיינט: "איבערלעבעניש"... מיט אלע מפרשים.
און דא קומט די ניגון: בצאת ישראל ממצרים... הערשי וויינבערגער קומט אריין מיט א פרישקייט. די יונגערליך זענען דא פריש. בקיצור, א חידוש. און פארשטייט'צעך די אויבנדערמאנטע מוזיק איז נאך אלץ ממשיך. די געפיל פון דעם פאל איז איין ווארט 'בצאת' –מ'גייט ארויס, מ'גייט מ'גייט. ס'א געפיל פון שמחה, אבער אינעם קנייטש ארויף פינעם ר' פון ממצרים באהאלט זיך דערין א געפיל פון בענקעניש בעטעניש און מוטשעניש. ווי א קינד מוטשעט זיין טאטן 'גיב מיר שוין'...
די פתח פון אינטער די 'ר' האטמער נישט געשטערט, סי'נישט קיין זמירות שבת ניגון, סא וואס שטערטעך?
און דא קומט די בריטש... מ'זינגט נישט "מ'גייט שוין ארויס, אוי טאטע לייז אונז שוין אויס", דא קומט ווייטער די חידוש: "מ'איז שוין באפרייט, ארויס ארויס מ'גייט, בצאת ישראל בצאת". ס'שוין דערנאך ב"ה. די 2'טע מאל בצאת (בצאת ישראל 'בצאת') איז איבערגעחזר'ט וועגן מ'קעניש לאזן ליידיג א נאט.. און אויך לעשירות דעתי וועגן קוועטשן אופן בצאת.. וואס לפי הנ"ל איז דאס די ניגון.
און דא קומט די מיליאנווערדיגע ליין: דו האסט אונז וכו': אזא שטיקל טאר מען נישט דרייען, ס'פעלט נישט אויס מער ווי זאגן פשוט די ווערטער אן קיין ניגון אפילו, און גראדע אזוי גייט עס.. ס'זיצט אזוי גוט, פירוש אמילעס ווי ס'דארפצי זיין...
און נאכאמאל, כ'האב הנאה פון נמ"ש מיטן ברודער'ל פארן נישט זוכן צו מאכן דעם ניגון אפדעיט, נאר פשוט באגלייטן דעם ניגון און איהם באדינען, און אזוי אויפגעהויבן דעם ניגון פון 10 צו א 1000...
און מיר גלייבן אז משיח קומט שוין באלד באלד טאקע באלד, איז ווען משיח וועט קומען וועט ער ווייזן פארן זינגער.. הייב אן זינגען: דו האסט אונז אויסגעלייזט איין מאל, דו האסט אונז אויסגעלייזט א צווייטער מאל, און א דריטע מאל, און א פערדע מאל, דו האסט אונז אויסגעלייזט איינס צ צוויי דריי פיר, מיר זענען שוין אהיים אויף אלעמאל. אכי"ר.

לאמיר זיך אנווארעמען לכבוד שבת קודש:
כל מקדש
כ'אניש וואס צוצולייגן צו וועלוול שמעלצער'ן און נמ"ש אויף קולמע. [כ'געדענק שוין נישט...].
ס'נישט קיין 'כל מקדש ניגון', ס'א פלעין שבת ניגון, מלא חידוש אז ס'אן קיין היינטיגע 'חידושים', פשוט זיך אנווארעמען מיט א שבת'דיג'ע ניגון.
מ'קען שפירן דערעוילעם ביים באטע/סעודה וכדו' קנאקן מיט די לעפלעך "אוהבי אוהבי השם, אוווויייי המחכים המחכים...
פאשטעס האט עס פינקי פארפאסט פאר שבת'דיג, נאר סי'נישט קיין 'איבערעבעניש' איזעס אראפ פון שבת טיש.
דער... זינגט הערליך, און צוזאמען מיטן אינגל, איינמאל ארויף איינמאל אונטער, איזעס געוואלדיג!
פון משה לאופר ברויך'יך דארשענען??
כל מקדש האט באקומען דעם דריטן בענקל אויפן סידי, אנישט וואלטיך עס נישט אזויפיל מאל געהערט ווייל די ערשטע צוויי מאל איז איהם נאכנישט געלונגען אנצינדן מיין הערצל, אבער נאכן אומוועלנדיג הערן דעם ניגון עטליכע מאל האב איך באשלאסן "דעס איז מיין נעקסט'ע שבת ניגון"!

גיי מיר ווייטער:
ציצית
קודם כל אן הלכה'דיגע פראבלעם מיטן ניגון: אין טו"ז (סימן תרכ"א ס"ק ב') ווערט געפסק'נט מ'זאל נישט זאגן 'אדושעם' נאר השם... (אין חצה"ק באבוב און נאך זינגט מען יא, ואכהמ"ל בזה).
און יעצט צום ניגון:
הערשי-וויינבערגער'דיג מתחילה וועאצאף! זיינע קוועטשן און זיינע תנועה'לעך...
די קנייטש און דריי פון "שתהא חשובה" האט געמאכט דעם ערשטן פאל!
די צווייטע פאל איז זייער שיין, און זייער געשמאק (בפרט) פאר קינדער נאכצוזינגען...
מ'מוז נישט נוצן דעם ניגון דווקא פאר ציצית, מ'קען זינגען שתהא חשובה מצות תפילין/לולב/שופר/מגילה/פורים אא"ו, און אפי' מצות שמחה (צוגעפאסט צו יעדע שמחה אדער צו פורים), און דעם פסוק מצות ה' ברה וכו' אפי' מ'זאגטעס ביי ציצית אבער בדיעבד מיינט מצות ה' יעדע מצוה...
דער וועכטער איזנישט קיין שלעכטער, זייער זייער שיין.
דער בעיבי שניצלער איז ווידער דא צו ווייזן אז אין יעדן עלטער קעמען דרייען דעם 'שתהא חשובה'... און ווי אויבנדערמאנט: זיס ווי ציקער.

און דא קומט 'די זאך':
ושם נעלה
די'ע ניגון קען איך זאגן בעפעמאלע אז ס'איז איינע פון מיינע (10) שענסטע ניגונים אויפן סידי!!!
ווער אידער ליפשיצ'ל וואס ס'איז איהם געלונגען ארויסשלעפן ר' משה'ן ז"ל פון קבר? און דערצו האט יוסי גליק צוריקגעדרייט דעם זייגער און געברענגט די קינדער-קווייער פון ר' משה'ן מיט זייערע זיסע סאלא'ס??...
אקיצער, דעם ניגון העריך און העריך און וועריך נישט זאט.
ביים ערשטן פאל שפאצירט ער פון אויבן ביז אונטן און צוריקוועג'ס ווי דער קעניג ביים וויינגארטן... והשב כהנים לעבודאאאאאאאאאאאאתם.... ישראאאאאאאאאל....., און דא קומט די 'לנויהם' wow wow אידאס א חידושטיקל!!
ומשם נעלה צום ושם נעלה: 'פירוש המילעס'! די'ע פאל איז משהגאלדמאנדיג כמשה כתוב... זעהט אויס ווי ס'הייבט'צעך אן פשוט, און דאן פארט ער ארויף העכער און שטעלט צאם דעם גאנצן פיקטשער, און דא קומט נאך א wow.
און נאכאמאל, פון משה לאופר ברויךיך דארשענען??

יעלה ויבא דעם 6'סטן ניגון:
יעלה ויבא
ס'הייבט'צעך אן מיט רובי..ענטשו... ר' ראובן בנט [פאר ווער ס'געדענקט נישט, אזוי שטייט אויפן ביכל], וואס כדרכו באקוידעש ברענגט ארויף דעם ניגון אויפן העכסטן לעוול.
א זיסן לידל. א שטיק חידוש, אפי' אז ביים ערשטן פאל קלינגט אין די אויערן דעם חד גדיא פון כולנו מסובין.... אבער דאך איז די גאנצע ניגון איין שטיק זיסן חידוש'ל.
ביים הויעכן פאל האטער מיר איבערראשט, כאניש געחלומ'ט ער וועט פארן אזוי. דעם ערשטן 'זכרונינו' האטמער געמאכט דעם ניגון... און דאן קומט מען אן צום גאונישטיקל 'וזכרון משיח, משיח בן דוד, בן דוד עבדך', סי' דא משיח. ס'דא מב"ד, און ס'דא פלעין בן דוד, און אויף יעדן נוסח שטימט עס: 'משיח' קומט שוין באלד באלד.. וזכרון 'משיח בן דוד' עבדך... 'בן דוד' עבדך יבא ויגאלנו... די ניגון ברענגט ארויס דעם געבעט: נישט קיין חילוק וויאזוי מ'רופט איהם, דער עיקר ער זאל שוין קומען באלד באלד טאקע באלד.
ס'האט אויסגעזעהן הערשי האט געוואלט צולייגן א דריטן פאל: 'זכרנו בו לטובה ופקדנו בו לברכה', און ר' ראובן געבט א האק אריין מיט א 'אמן' און פארט אראפ, זאגנדיג דערמיט: די ניגון איז פערפעקט, ס'פעלט נישט אויס נאך....
די יונגערליך זינגען דא זייער זיס (ערגעץ נישט?), כ'זעה דעם לינקער'ן, ביים זינגען דעם ערשטן פאל אן די ווערטער זעה איך פאר מיינע אויגן ווי ער מאכט מיט די הענט און דרייט'צעך אויף אלע זייטן ווען זיינע לאנגע פאות פליהען אין לופטן און לויפן נאך זיין פנים...

גיימער זיך וואשן?
אתקינו
איין זאך וואס שטערט מיר, ס'פשט פון די 'אתקינו סידאסע דמהיימעניסע' וכו', קעמיך איינער מסביר'ן וואס ס'פעלט אויס? לענ"ד אתמהה.
און יעצט צום ניגון אליין.
ביים דעם ניגון שווימט מיר ווידער ארויף זכרונות פון ר' משה גאלדמאן ז"ל, בפרט ביים הויעכן פאל. כ'ווייס נישט פארוואס, אבער פאקט איז פאקט!
די ערטשע מאל וואס ס'כאפט מיר א ניגון כאטש ס'אריינגעכאפט די ווערטער... ווייל ס'איז מוזיקאליש און גוט אריינגעדרייט, למשל צום סוף ביים סימן טוב וכו', כ'טראכט ביי מיר ריבונו של עולם ווי טאנצן ער אריין אין פייער? ווי גייט ער אריינשטיפן די'ע ווערטער? און דא קומט דער ר' ליפשיץ און גיבט אזא זיסן דריי אראפ און צוריק ארויף און אלעס איז מסודר!!.
און ווער איז ער ר' שלמה ברוין וואס וואגט'צעך אהערצושטעלן אזא געוואלדיגן ארבעט?! געוואלדיג!

וממשה-גאלדמאנ'דיג למשה-גאלדמאנ'דיג:
לא ימוש
כאנישט געוויסט הערשי קען דאס אויך?! הערליך שבערליך...
די געדרייטע לשה"ק/אידיש ווערטער אהין און צוריק, דעס אינישט פון ר' משה'ן! דעס איז פון הערשי בכבודו ובעצמו (פארשטייצעך נישט אפצומאכן). אבער די געפיל ביים הערן דעם ניגון, און אויך די ניגון אליינ'ס, דערמאנט מיר ווידער די מחנה שלווה סידי'ס. און די יונגערליך לייגן אויך צו צום איידעלן געפיל.
דער פייווערקער... יוי איז ער גוט!
די שניצלער ברודער'ס האבן ווידער אויסגעשניצלערט דעם ניגון... דער נמש'ל קען אויך אהערשטעלן א משה לאופר שטיקל. הערליך!
און די תנו רבנן תנועה איז אויך נישט אפצומאכן...

א'מערעדט שוין פון תורה:
אשריכם
(ביזן 9'טן דארפיך ווארטן פאר משולם?)
די'ע ניגון איז געווען דער ערשטער זיך צו באזעצן אין מיין מח, און נישט מסכים געווען אפטרעטן פון דארט ביז ער האט'צעך באוויליגט מכניס אורח זיין זיינע חברים...
ר' משולם גרינבערגער ווי (נאר) ר' משולם גרינבערגער, לאזט ארויס א ניגון, אנהייב זעהטעס אויס פשוט, טיפיקל משולם, אבער נאך אפאר שעה/טעג זעהסטו אז ס'איז טאקע א 'טיפיקל משולם' ניגון... אזוי ווי רוהיגע וואסער וואס קען שפאלטן בערג..
ווען די ניגון הייבט'צעך אן שפירסטו זיך גלייך 'אין', די אשריכם אשריכם אשריכם כאפט דיר גלייך אריין אינעם ניגון.. די ווערטער זיצן אזוי גוט אויפן ניגון, כאילו ס'איז נתחבר געווארן אויף דעם.
זושא לייגט אראפ א ארבעט הערליך שבעגעוואלדיג.
די אינטרא שמעקט תורה'דיג. ס'קומט פון אברהם פריד'ס 'תורה, די בעסטע סחורה' אויף שנעלער (ווער ס'כאפט כאפט).
כ'האב הנאה אז מ'הערט משולם ארגינעל, און נישט נאר מיט די 'יוסי גרין שטימע'.

און 'יעצט' איז 'באלד':
באלד
איך האלט אז נאך אזא ניגון דארף מען באשליסן כאיש אחד צו טוישן דעם נאמען פון נמ"ש, ויקרא שמו בישראל נשמ"ה (מיט נאך א 'הרב'), כ'מיין אז ער פארדינט עס ערליך. נמ"ש קען מען לאזן פאר מיר נ'אר מ'יט ש'מחה.... (העלאו, איך שטיי שוין דא אין סטודיו פאר צוויי שעה, נשמה וואו ביסטו? נשמה איך ווארט אזוי לאנג אויף דיר...).
און אזוי ווי יעדער האט שוין געזאגט, אויף דעם סידי איז נישטא קיין 'דאווענען', אבער אויף די ערשטע איז נישטא קיין באלד.
די תנועות, די געדאנק. מלא חידוש, איידלקייט, אידיש חן, הארציג, ווארעם, און געשמאק.
די גאר קורצע אינטרא ברענגט דיר גלייך אריין אינעם געפיל פונעם ניגון.
די ווערטער איז נישט פון קיין גראמער, ס'פון א שרייבער! ר' וועלוול שמעלצער וויפל כ'געדענק איז נישט קיין גראמער, און הערשי איז א קאמפאזער און איינער וואס האט ארויס ווי אזוי מ'רירט צו יענעמ'ס הארץ. און עס דערקענט'צעך גוט אויף די ווערטער פונעם ניגון. די גראמען זענען היבש שוואך, אן קיין חידושים. אבער די ווערטער אליין און די געפיל וואס ליגט ציווישן איז משוגע שטארק.
לאמיר נעמען די ליין "אונזערע זיידעס זענען אריבער א וועלט מלחמה וכו'". מ'זינגט נישט 'ס'איז אמאל געווען א וועלט מלחמה' וכדו'. נאר 'אונזערע זיידעס'. ס'ברענגט אונז אריין אין דעם געפיל פונעם ניגון און מ'שפירט ווי 'אונז' זענען דעם ניגון, ס'נישט א אלטע געשיכטע. אזוי אויך די ווערטער "מאמע ליב" האט מיר געמאכט ליב האבן נאכמער דעם ניגון. און אזוי נאך אסאך ווערטער וואס האבן ארויפגעברענגט דעם ניגון אויף א העכערן לעוול.
און די שטיקל "באלד באלד" איז דאך אזוי געגאסן, מ'קען עס איבער און איבערזינגען.
אחרון חביב דער זיסער איידעלער אינגל וואס זינגט אראפ דעם ניגון אזוי הערליך און ערליך, מיט א תמימות, מיט הארץ, אמת'דיג און ריין. זיכער אז עס האט צוגעלייגט נאך קלאנגען צום אפקלאנג פון די ניגון.

לסיכום הענין:
מיר קענען קוים ווארטן אויפן נעקסטן. [שוין נענטער ווי ווייטער...]. און איך וואונטש ז"ז נאך שענער און נאך בעסער. וחזקה על שניטצלער סטודיו שאין מוציאין מתחת ידם דבר שאינו מתוקן.
הק' נמ"ש (נאר מיט שמחה).
דער רבי האט געהייסן פריילאך זיין! פריילאך זיין! פריילאך זאל מען זיין!!!
אוועטאר
קנאפער ידען
שר החסד
תגובות: 30732
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 06, 2013 10:06 pm
לאקאציע: וואו ג-ט ב"ה וויל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קנאפער ידען »

רשות הקהל נתונה, פיינע נייעס רעביצין שמחה!!

און יאפ דער סידי האט נאך פונקט נעכטן געבאכעט ביי מיר אינדערהיים! א חידוש אז עס האלט אזוי לאנג און דאס ווייזט אז עס איז עכט גוטע סחורה.

(בצאת איז מיין, און מיינע קינדער'ס, פעיווערט! דער "דו האסט אונז אויסגעלייזט איינמאל, דו האסט אונז אויסגעלאזט..." איז דער גאר שטארק.)
"אייער צופרידנהייט, מיין הנאה." -מיך אליינס...

נישט אייביג קום איך אן צו אלעס, אויב איינער האלט איך קען בייהילפיג זיין פאר עפעס דא קען מען מיר צושיקן א לינק דערצו אין אימעיל [email protected]
אוועטאר
איצל פיצל
שר האלף
תגובות: 1709
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יולי 11, 2008 1:57 am

Re: יונגערלעך #2: די פארגעסענע ריוויו...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איצל פיצל »

נאר מיט שמחה האט געשריבן:
בשם השם נעשה ונשמע.

לאמיר זיך אנווארעמען לכבוד שבת קודש:
כל מקדש
כ'אניש וואס צוצולייגן צו וועלוול שמעלצער'ן און נמ"ש אויף קולמע. [כ'געדענק שוין נישט...].
ס'נישט קיין 'כל מקדש ניגון', ס'א פלעין שבת ניגון, מלא חידוש אז ס'אן קיין היינטיגע 'חידושים', פשוט זיך אנווארעמען מיט א שבת'דיג'ע ניגון.
מ'קען שפירן דערעוילעם ביים באטע/סעודה וכדו' קנאקן מיט די לעפלעך "אוהבי אוהבי השם, אוווויייי המחכים המחכים...
פאשטעס האט עס פינקי פארפאסט פאר שבת'דיג, נאר סי'נישט קיין 'איבערעבעניש' איזעס אראפ פון שבת טיש.
דער... זינגט הערליך, און צוזאמען מיטן אינגל, איינמאל ארויף איינמאל אונטער, איזעס געוואלדיג!
פון משה לאופר ברויך'יך דארשענען??
כל מקדש האט באקומען דעם דריטן בענקל אויפן סידי, אנישט וואלטיך עס נישט אזויפיל מאל געהערט ווייל די ערשטע צוויי מאל איז איהם נאכנישט געלונגען אנצינדן מיין הערצל, אבער נאכן אומוועלנדיג הערן דעם ניגון עטליכע מאל האב איך באשלאסן "דעס איז מיין נעקסט'ע שבת ניגון"!

לסיכום הענין:
מיר קענען קוים ווארטן אויפן נעקסטן. [שוין נענטער ווי ווייטער...]. און איך וואונטש ז"ז נאך שענער און נאך בעסער. וחזקה על שניטצלער סטודיו שאין מוציאין מתחת ידם דבר שאינו מתוקן.
הק' נמ"ש (נאר מיט שמחה).

שוין לאנג וואס איך וויל פרעגן צו איינער ווייסט, אבער יעצט אז מיר האבן דא נמש אליינס... וועל איך פרעגן.
וואס איז פשט אז פינקי האט ארויסגעשניטן פונעם ניגון די ווערטער "איש על מחנהו ואיש על דגלו"? נאך "על פי פעלו" גייט ער צוריק צו "כל שומר שבת" מ'קען די ווערטער זייער זייער גוט אריינפיטן "איש על מחנהו איש על מחנהו, איש על מחנהו ואיש על דגלו" אזוי ווי מיר טוהן טאקע שבת ביים טיש ווען מיר זינגען דעם ניגון.
אוועטאר
שמחה ונחת
שר האלף
תגובות: 1575
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 29, 2014 3:21 pm

Re: יונגערלעך #2

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמחה ונחת »

@נאר מיט שמחה
א פיינע זאפטיגע שמאלציגע ריוויו!!!

כ'האב טאקע מורא געהאט לעצטענס, אז דו טו די קאוויד ניינטין האט די יונגערליך2 נישט באקומען די נויטיגע אטענטשען און אפקלאנג.
דא קומסטו צוגיין און די ברענגסט עס צוריק ארויף מיט אזא דיטעילד געשמאקע ריוויו - פיין געזאגט!! יישר כח

ביי מיר ארבעט די סידי אין קאר זינט איר ארויסקום - נאנסטאפ
אזוי ווי די זאגסט - עס דערמאנט די זיסע משה גאלדמאן / קעמפ שלוה יארן
אזא סאלידע געשמאקע ריינע חסידישע אלבוים.
ס'פשוט באקוועם און געשמאק צו הערן און הערן און נאכאמאל הערן (און כסדר טרעפן חידושים)
אוועטאר
נאר מיט שמחה
שר שמונת אלפים
תגובות: 8010
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 08, 2017 10:04 am

Re: יונגערלעך #2

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נאר מיט שמחה »

קנאפער ידען האט געשריבן:רשות הקהל נתונה, פיינע נייעס רעביצין שמחה!!

און יאפ דער סידי האט נאך פונקט נעכטן געבאכעט ביי מיר אינדערהיים! א חידוש אז עס האלט אזוי לאנג און דאס ווייזט אז עס איז עכט גוטע סחורה.

(בצאת איז מיין, און מיינע קינדער'ס, פעיווערט! דער "דו האסט אונז אויסגעלייזט איינמאל, דו האסט אונז אויסגעלאזט..." איז דער גאר שטארק.)


א גרויסן שכויעח פאר דיין שכויעח און פאר די רשות... בצאת איז ערליך ווערד צי ווערן א היט (און אויך א רעקל), און בפרט פאר קינדער.

איצל פיצל האט געשריבן:
נאר מיט שמחה האט געשריבן:
בשם השם נעשה ונשמע.

לאמיר זיך אנווארעמען לכבוד שבת קודש:
כל מקדש
כ'אניש וואס צוצולייגן צו וועלוול שמעלצער'ן און נמ"ש אויף קולמע. [כ'געדענק שוין נישט...].
ס'נישט קיין 'כל מקדש ניגון', ס'א פלעין שבת ניגון, מלא חידוש אז ס'אן קיין היינטיגע 'חידושים', פשוט זיך אנווארעמען מיט א שבת'דיג'ע ניגון.
מ'קען שפירן דערעוילעם ביים באטע/סעודה וכדו' קנאקן מיט די לעפלעך "אוהבי אוהבי השם, אוווויייי המחכים המחכים...
פאשטעס האט עס פינקי פארפאסט פאר שבת'דיג, נאר סי'נישט קיין 'איבערעבעניש' איזעס אראפ פון שבת טיש.
דער... זינגט הערליך, און צוזאמען מיטן אינגל, איינמאל ארויף איינמאל אונטער, איזעס געוואלדיג!
פון משה לאופר ברויך'יך דארשענען??
כל מקדש האט באקומען דעם דריטן בענקל אויפן סידי, אנישט וואלטיך עס נישט אזויפיל מאל געהערט ווייל די ערשטע צוויי מאל איז איהם נאכנישט געלונגען אנצינדן מיין הערצל, אבער נאכן אומוועלנדיג הערן דעם ניגון עטליכע מאל האב איך באשלאסן "דעס איז מיין נעקסט'ע שבת ניגון"!

לסיכום הענין:
מיר קענען קוים ווארטן אויפן נעקסטן. [שוין נענטער ווי ווייטער...]. און איך וואונטש ז"ז נאך שענער און נאך בעסער. וחזקה על שניטצלער סטודיו שאין מוציאין מתחת ידם דבר שאינו מתוקן.
הק' נמ"ש (נאר מיט שמחה).

שוין לאנג וואס איך וויל פרעגן צו איינער ווייסט, אבער יעצט אז מיר האבן דא נמש אליינס... וועל איך פרעגן.
וואס איז פשט אז פינקי האט ארויסגעשניטן פונעם ניגון די ווערטער "איש על מחנהו ואיש על דגלו"? נאך "על פי פעלו" גייט ער צוריק צו "כל שומר שבת" מ'קען די ווערטער זייער זייער גוט אריינפיטן "איש על מחנהו איש על מחנהו, איש על מחנהו ואיש על דגלו" אזוי ווי מיר טוהן טאקע שבת ביים טיש ווען מיר זינגען דעם ניגון.


פרעגסט זייער א גוטע קאשע... ס'מיר אויך שווער געווען, איך האב נישט קיין תירוץ דערפאר. בשעת'ן עס הערן האביך געטראכט אז פינקי האט אפשר אן אנדערן נוסח וכדו'. אדער זיצט עס בעסער אזוי אויף די ניגון. אבער ס'איז נישט קיין 'זמירות שבת' ניגון איז עס נישט אינגאנצן אפגעפרעגט... איך מיין פאר אזא שאלה דארף מען פרעגן נשמ"ה אליינ'ס...

שמחה ונחת האט געשריבן:@נאר מיט שמחה
א פיינע זאפטיגע שמאלציגע ריוויו!!!

כ'האב טאקע מורא געהאט לעצטענס, אז דו טו די קאוויד ניינטין האט די יונגערליך2 נישט באקומען די נויטיגע אטענטשען און אפקלאנג.
דא קומסטו צוגיין און די ברענגסט עס צוריק ארויף מיט אזא דיטעילד געשמאקע ריוויו - פיין געזאגט!! יישר כח

ביי מיר ארבעט די סידי אין קאר זינט איר ארויסקום - נאנסטאפ
אזוי ווי די זאגסט - עס דערמאנט די זיסע משה גאלדמאן / קעמפ שלוה יארן
אזא סאלידע געשמאקע ריינע חסידישע אלבוים.
ס'פשוט באקוועם און געשמאק צו הערן און הערן און נאכאמאל הערן (און כסדר טרעפן חידושים)


א גרויסן שכויעח פאר די ווארמע ווערטער. און איך האב הנאה אז דו שפירסט די הנאה ווי איך...

איך האלט אבער אז 10 זאפטיגע ריוויו'ס קענען נישט גרויס מאכן א סידי ווי איין 'נארמאלע' חתונה סעזאן. פארפאלן! אבער א גוטע סידי בלייבט א גוט'ס!!!
דער רבי האט געהייסן פריילאך זיין! פריילאך זיין! פריילאך זאל מען זיין!!!
אשריכם ישראל
שר מאה
תגובות: 117
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יוני 19, 2020 3:02 am

Re: יונגערלעך #2

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אשריכם ישראל »

צום אלעם ערשט האסטו זייער שיין באשריבן די סידי אבער דאס צוגלייכן יוגערליך סידיס צו משה גאלדמאן קומט ניטאמאל אין באטראכט אפילו די סידי האט טאקע ווארימע ניגונים אבער צו זאגן אז דאס איז ווי משה גאלדמאן אדער אפילו ווי חיים בענעט איז שטארק איבערגעטריבן
זעקעלע
שר העשר
תגובות: 42
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 20, 2019 7:53 pm

Re: יונגערלעך #2

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זעקעלע »

וואו קען מען פארשאפן די ווערטער פון די ניגון באלד באלד?
אויב איינער קען דא זיין צו הילף
תודה
אוועטאר
סטיטשינער
שר עשרים אלף
תגובות: 22676
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 05, 2017 3:49 pm
לאקאציע: 50°18′N 21°4′E

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סטיטשינער »

זעקעלע האט געשריבן:וואו קען מען פארשאפן די ווערטער פון די ניגון באלד באלד?
אויב איינער קען דא זיין צו הילף
תודה

viewtopic.php?p=2274093#p2274093
שפאנט'ס מיט ווארטונג

די רעוואלוציע איז אין פילן שוואנג

טראגטס עס ארויס פון דא!
שרייב תגובה

צוריק צו “היכל הנגינה”