"לב אל הנשמה" נייע סידי פין ר' משה יחזקי' ווייס

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
וויכטיג מאכער
Site Admin
תגובות: 32534
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וויכטיג מאכער »

אקעי, כ'ווייס שוין אלעס איבער דעם יחזקי ווייס, ר' משה יחזקי' צו הרב משה יחזקי שליט"א, ער לערענט דרשו אדער זכרו, בויט בנינים, א מחלוקה צו ער מאכט ניגונים צו ער לאזט מאכן, און וואס נישט... אבער וואסערע סידי גיבט ער ארויס? פארדעם זעמער דאך דא אין היכל הנגינה, איא?

הגם סיז נישט געווען אזוי גרינג ווי אלעמאל, נפתלי משה איז ביזי, הערשי וויינבערגער איז ביזי, אלע זענע ביזי, אבער אז מ'מיינטעס אמת'דיג... כאב ב"ה באקומען רוב ניגונים, און יאפ! סיז דא וואס צו הערן...

כעלל אנהייבן מיט מיין אלטע דיסקלעימער, אז דאס וואס איך שרייב איז מיין אפיניען, און קיינער זאל נישט קויפן אדער נישט-קויפן צוליב וואס איך שרייב... און א נייע דיסקלעימער אז כאניש קיין מושג די סדר פון די ניגונים, כ'שרייב וואס איך געדענק ארויס פון קאפ...

כשם שאנו אומרים שירה... איך דארף מיך גיין לערנען נאוטס... כ'טריי שוין דא 5 מינוט צו שרייבן די ניגון, כ'קענעס נישט מסביר זיין, סיז א אומפא ניגון, גאנץ סימפל און גרינג נאכצוזינגן... פארוואס איך האב אנגעפאנגן מיט די ניגון? ווייל די ניגון האט מיך געכאפט, בעני פריעדמאן זינגטעס מיט א געוואלדיגע געשמאק, און די מוזיק דערצו איז אויך מורא'דיגע בא'טעמט...

פאר איך גיי צו די נעקסטע ניגון וועלעך נאכאמאל גיין צו די זעלבע שירה ניגון, סארי, אבער די ניגון וויל נישט גיין ווייטער... לאמער אנצינדן נאכאמאל... ווער האט געמאכט די אינטראו? כ'גלייכעס! גוטע רידעם און ברעסס, סעקסעפאון, א_וואו געגאסן... יעצט קומט פלעין קארדס און בעיס... און בעני פריעדמאן קומט אריין... קומט אריין האבעך געזאגט? ער שטראמט אריין מיטן גאנצן קראפט! כשם שאנו אומרים, לפניך, שירה שירה... אופס, נאכאמאל אראפ ביי די צווייטע שירה... איך וואלט געגאנגן ארויף, אבער סיז נישט מיין ניגון, און גראדע ביים דריטן מאל האבעכעס שוין ליב אראפ אויך... עניוועי, סיז נאר די ערשטע מאל, די צווייטע מאל גייט שוין שירה ארויף... אוי כשם שאנו אומרים... בעני קומט אריין שטארק! כך אזכה לומר, לומר לפניך... יויש זיצט דאס גוט! ווען איך אינטערוויא יעצט חזקי ווייס פרעג איך איך ווען צו ווען ער האט געמאכט די ניגון האטער געהאט די בילד אין קאפ וויזוי ס'קוקט אויס יעצט, איי בעט יו אז ער האט נישט גע'חלומט אז סעט אזוי גוט אויסקומען! שיינע רייכע מוזיק און בעני זינגטעס מיטן גאנצן קנאק, אה, און די קווייער, טאקע יואלי האראווץ - שירה... אויש, בעני זינגט יאבאבאמבאם בא באם אוי אוי... די קווייער... שירה בעולם הזזהההה... שירה לעולם הבאאאא... א סמעש פון א ניגון, און די מוזיק צום סוף, כ'לויף אויס פון פראזן... איך זאג נאכאמאל קען זיין אנדערע גייען דיסעגריען מיט מיר, אבער די ניגון איז ריזיג!!!

נאך איין מאל, דאס מאל אויף א העכערן סקעיל, כשם שאנו אומרים לפניך... גיי ווייס וואס די ניגון גייט מיר נישט ארויס פון קאפ... ווייסטע וואס? גיימער אנטוהן די העדפאונס...

דינג דאנג... יעצט איז אריינגעקומען א ליסטע פון די אויסשטעל פון ניגונים, העמער יא גיין אין א סדר...

העי, וואט דע העק הייבט מען אן מיט א שטייטע ניגון? אקעי, איך מוז נישט עגריען מיט אלעס, איך דערצייל נאר די פאקטן! די סידי הייבצעך אן מיט... כ'ווייס נישט צו סיז א ניגון בכלל, סיז מער א מציאות! לויט וויזוי איך שטעל מיך פאר איז די ניגון געמאכט געווארן אויפן וועג צום קבר פון דוד המלך, אוי לאמיר צינדן א לעכטעלע, פארן מלך דוד... גראדע מיינעך אז די דראם איז צו שטארק, אבער הו קעירס? יעצט איז מען דאך אויפן צו קבר דוד, איא? אוי לאמער גיין צו זיין קבר מיט א תהילימ'ל און זאגן... די פולע קווייער און בערי'ס בעטן'דיגע שטומע גיבט אסאך צו צו די סיטואציע...

און יעצט מיט א פרישקייט, שיינע אינטראו מיטן קווייער... שמואלי אונגאר שימי לב שימי לב, א שיינע דיסקאו, גייט האפקענען ביי אלע חתונות, לאמיר טאנצן ביזן אור החמה... אביסל א באקאנטע תנועה (יעצט כאפעך אז סיז שוין געווען א סינגל) אוי יוי שימי לב שימי לב, אךךך די ניגון באלאנגט די ערשטע, סאך מער אפביעט! דער צו'שמואלי אונגאר'צעך אלל דע וועי! מוזיק קרעדיט? שניצלער ברודערס... נפתלי זץמשה זעהט אויס ווערט שוין אלט, זיין אינגערע ברודער העלפט אים שוין...

פון אייזיק האניג פלאנעך נישט צו רעדן, אבער די מוסר הסכל וואס כ'קעמעך אויסלערנען פון די ניגון איז געוואלדיג, כאב פאר סאם ריעזאן נישט געגליכן די ניגון די ערשטע פאר מאל, אייזיק האניג גארגלט זיך אויס, רובי באנעט רייסט שטיקער, אבער סאם האו נאכן הערן די ניגון דריי מאל האבעך אפגעמאכט אז די ניגון גייט ווערן אויסגעלאזט! אצינד האמער געמאכט א ראונד טריפ קיין מאנסי, כאבעס איבערגעהערט אין די קאר נאך דריי מאל, די ניגון איז ארויף אויף די טאפ! יראה אל עבדך פעלך... זייער א שיינע תנועה... עכ"פ דארף מען וויסן אז פאר מ'הערט נישט אויס כמה פעמים הייסט נישט געהערט... ווילאנג איך טייפ, זינגט שוין די ניגון די צווייטע מאל, סיז הערליך! שבעינו שבעינו בבוקר חסדיך... אויש אייזיק שרייט הויעך... טי רי רוי רוי, טי רי רוי רוי... און יאפ, רובי באנעט האט מיך ווידער נישט אנטוישט!

די נעקסטע טרעק דערקענט מען ביים ערשטן סעקאנד אז דאס איז נישט קיין ארעינדזשער וואס מ'הערט יעדן טאג, גור'ארי קומט אריין פון אן אנדערע טיר אינגאנצן! די גיטארים מיט ברעסס, און אברעימל איז אברעימל, הייבט אן מיטן פארמאכטן מויל המממממ ליבער פאטער ווייסט דאס דאך אליין... דא ווידעראמאל ווילעך פארשטיין וואס יחזקי ווייס האט געטראכט ביים מאכן ניגון, קיינער וואלט דאס נישט אזוי גוט געקענט אראפגיבן ווי אברהם פריעד... כי רצו עבדיך את אבניה... אברעימל שיינט א_וואו אלעמאל! און די מוזיק באגלייט אים אזוי רייך... פשיה... יאסי טיבערג לעבט נאך בכלל? פלעגט אמאל ארויסגיבן שיינע זאכן, ער מאכט דא קווייער... און אז ער שרייט אהיים, ענדיגט זיך די ניגון...

זאלעך אפילו באשרייבן דעם היינט שוין באקאנטן "קה רבון עלם"? נע, א שאד יעדעס ווארט, ווער ס'קענעס נישט וועט סייווי נישט פארשטיין... אבער אויסלאזן קעמענעס נישט... אה, איין טויש איז דא, מענדי ווייס זינגט עס, און יעצט זעה איך אז מיין חבר שלמה זלמן וועכטער האט געמאכט די מיקס, נייסלי דאן! די מוזיק ווייסעך נישט צו סיז אנדערש ווי די קליפ וואס איז ארויס, אידער וועי דא איזעס הערליך...

אויש, נאכאמאל שירה? אה, דא שטייט אז אחים שניצלער און ניר גראף האבן געמאכט די מוזיק, גיי ווייס ווער סאט געמאכט וואס, אלעס איז גוט... ווילאנג די ניגון גייט גייעך פלעין מיטזינגן... אוי כשם שאנו אומרים, אומרים לפניך... חחח מיין קי בארד טייפט שוין אליין די ווערטער... שירה בעולם הזהההה שירה לעולם הבאאא... ווער ס'וויל גיין צום נעקסטן ניגון קען גיין, אבער סעט נישט נעמען לאנג, בעני זינגט שוין יא בא באם באם באם באם בוי בוי... ריזיג! די מוזיק קנאקט אוועק... און יעצט קוויטשעט די קווייער... אקעי, גענוג!! פאר די ניגון אליין האצעך אויסגעצאלט די גאנצע סידי, פערסענאל אפיניען!

מי שעשה נסים לאבותינו... שלומי דאסקאל מאכט דעם וועג אריין, בעת משה לאופער באגלייט אים מיט א סעקסעפאון און קווייער פאראויס און סטרינגס פון אונטן... אוי הוא יגאל אותנו... אוי בקרוב, אוי בקרוב בקרוב בקרובבבב שלומי קאנטראלירט זיין מאסיווע שטומע גאר גוט און ווארעם... וקבץ נדחינו מארבע כנפות, בקרוב בקרוב בקרוב... עכט א פינקי סטייל ניגון... די סטרינגס רייסן ביים הארץ... אינצווישן איז מען ארויף א טאן, אבער שלומי קוקט נישט אויס צו זיין צופרידן, ער גייט ארויף צום העכערן אקטיוו... מי שעשה ניסים לאבותינו... יעצט קוקענדיג באמערק איך אז די רייכע קווייער מאכט יואלי הערש פוקס פון ידידים, כאב אים שוין לאנג נישט געהערט... הערליך! דערווייל קומט ער זיך אדורך מיט לאופער ווער ס'האט די לעצטע ווארט... אה, דאסקאל ענדיגט צוזאמען מיט די פידעלעך... בקרוווווווב....

לעבעדיג, זושא'לע שניצלער קומט אריין קלאר, הגם איך וואלט נישט געלייגט דאסקאל'ס פראפעשענאל שטומע נעקסט פון ארעלע... ס'איז צו א שטארקע קאנטראסט, אבער נאך א רגע הערן איז מען אלל דע וועי אין די ניגון... אור אור אור, אור בית השואיבה... א שיינע לעבעדיג "ראק" ניגון, יעצט באמערק איך אז הערשי וויינבערגער האט דא ארויסגעהאלפן מיט די ניגון... אהה, ווער רעדט דא אריין? די שניצלער סטודיאו חברה באנטעווען עפעס אריין... און פאר איך פארגעס, איך גלייך די אינטראו... סיי די עצם קאמפאזישן און סיי וויזוי סיז אראפגעשפיהלט...

שאאאא, יעצט דארף איך אביסל רואיגקייט, א פעקל טישוס... מאטי שטיינמעץ נעמט מיך איבער... און איך זעה אז איך בין גערעכט מיט די מוזיק, סיז טאקע לאופער, נאר נישט משה לאופער, נאר זיין זוהן אלי! די רייכע ווארעמע סטרינגס קען נאר א לאופער, און יפה כח הבן... גלייך ביים אנהייב נעמט עס איבער די ביינער... אוי יהיו לרצון אמרי פי... והגיון לבי...

הערענדיג די ניגון האבעך געכאפט פונקטליך וואס חזקי ווייס וויל בכלל מיט די סידי... די ניגון זאגט אלעס איבער די סידי! חזקי ווייס קומט ארויס פון א ביזנעס מיטונג, צו פון א דאקטער'ס אפיס, אדער סיי וואו... ער דארף מאכן א שווערע דעסיזשן, ער נעמט א ברעיק, ער גייט דאווענען מנחה, שטעלעצעך שמונה עשרה... א גאנצן דאווענען לויפן אדורך מחשבות, ער פראבירט זיך צו קאנצעטרירן, אבער סיז נישט גרינג... ער איז אנגעקומען צו יהיו לרצון... ער לאזט אראפ א טרערעלע... רבש"ע כ'ווייס נישט וואס צו בעטן, טוה א קוק אריין אין מיין הארץ, זעה וואס ליגט זעה וואס דריקט אויף מיין הארץ... אויש, מיין הארץ איז צודריקט און צוקוועטשט, רבש"ע נעם אן מיין געבעט און פיהר אלעס זאל זיין צום גוטן...

אךךך, הייב נאכאמאל אן יהיו לרצון... מאטי שטיינמעץ שניידט אזוי איידל, ער מיט לאופער'ס סטרינגס שלאגן זיך ווער סיז הארציגער, און יעצט די קווייער... טאטע אין מיין הארץ קוק אריין, וואס אוי יוי וואס וועט דא זיין... איך זעה שוין יעדע ליל שישי גייען די גיטאריסטן זינגן די ניגון אלל אווער, סעט זיין אויף סטעטוס פאר א לאנגע צייט... אייש, ער האט געדאבלט מאטי, ער זינגט הארמאני, קוק אריין קוק אריין... ווער מאכט קווייער? WOW יואלי האראוויץ!! געוואלדיג! ארויף א טאאן, קוק אריין קוק אריין...

ווי געשריבן, יעצט פארשטייעך שוין וואס די גאנצע סידי איז, א איד מיט אביסל געפיהל צו מוזיק - ער האט פארשידענע מצבים, צו סתם פרייטאג צו נאכטס, ביי א מנחה אדער גייענדיג צו קבר דוד, אדער ווען ער איז אין א גוטע מאאד צוליב א שמחה אדער סתם א גוטע ביזנעס דיעל - צו יעדע צייט קוועטשט זיך ארויס א תנועה'לע, ער האט באשלאסן עס צו נעמען נעקט לעוול, ער האט באשלאסן ארויסצוגיבן זיינע טאלאנטן, זאל יעדער זעהן וואס ליגט אים אויפן הארץ, זאלן אנדערע אויך הנאה האבן, און ער האט גענומען צו דעם די גרעסטע אין די ליין! כל הכבוד!

אין קעיס איינער מיינט אז סיז מיר געווען גרינג צו גיין ווייטער, אויסדריקליך נישט! אבער מ'קעניש בלייבן שטיין... ספעציעל ווען פינקי זינגט די נעקסטע ניגון... כאניש אזוי ליב דידזשיטל מוזיק, אבער סיז גאנץ אינטערעסאנט, מ'הייבט אן גראד אן מיט קווייער, און יואלי האראוויץ קען שוין נישט אליין, קינדער העלפן שוין... שבח קווייער - יאסי גליק, שיינע קינדער קווייער, עזרת אבותינו אתה הוא... וואף! פינקי שרייט, דו האסט מיר אייביג געהאלפן טאטע, און אויך האסטו געהאלפן מיין טאטע... שיינע איידיע די ליין! וועמענס? די מוזיק ווערט בעסער און בעסער, ווער שפיהלט דא פיאנא? פלעין געוואלט זאגן אז איך גלייכעס... א אינגל זינגט סאולאו, עזרת אבותינו אתה הוא... פינקי קומט אריין קלארער פון קלאר... ער האט ארויס דעם ניגון לייק נאו טאמאראו... ער לויפט מיטן אינגל אהין צוריק... קיינער וואלט נישט גענומען אזא הויכע סקעיל... יעצט זאגט די מוזיק אז מ'איז פיניש, נאך איין מאל פינקי ציהט ארויף און די פיאנאו זאגט ביי, און שוין...

המשך יבא בעזר ה'...
דו האסט לייף אינשורענס אויף דיר און דיין ווייב?

ר' איד, דו האסט א פאלעסי, אבער נישט קיין אינשורענס!
אוועטאר
moishy56
שר עשרת אלפים
תגובות: 19924
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 10, 2013 6:36 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך moishy56 »

"לב אל הנשמה"
נייע סידי פין ר' חזקל ווייס

Preview
MP3
https://drive.google.com/file/d/1X2keJv ... sp=sharing
.

טעקסט בלויז די ווארט INFO צו 718-480-0545 און מען ארלעדיגט דיר א פאלעסי #קהלייף
מחנך
שר חמש מאות
תגובות: 580
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 03, 2016 10:49 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מחנך »

די ניגונים ואס זענען שוין אין פאבליק פון דעם ווייס זענען שיינע און געלונגען, איך האב געטראכט פון קויפן די אלבום, אבער חבל אז ער האט גענומען א ערוב און צעמישונג פון זינגערס, אויך אזעלכע וואס איך לאז נישט אריין אין מיין שטוב, איך ווייס נישט צו ער פארשטייט נישט צו דעם אדער פלעין נישט צוגעלייגט קיין קאפ, אבער נישט קיין ספק אז אסאך ווילען נישט אריינלאזען אין שטוב א טייל פון די זינגערס, וועלן מיר זיך מוזן מחזק זיין מיט אנדערע סידיס
טאנץ 2
שר חמישים ומאתים
תגובות: 442
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג סעפטעמבער 11, 2016 2:39 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טאנץ 2 »

איך ווייס נישט.. איך בין נישט דער מוזיק מבין...

אבער דער פריוויא זאגט מיר עפעס פאר מעכטיגע היטס.
abeg
שר שבעת אלפים
תגובות: 7666
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג סעפטעמבער 20, 2016 3:43 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך abeg »

To much of the same Yiddish/lushin kodish style song's
א פייער ברענט אין הארץ פון א יוד

שריי אויס בקול רם
בחר בנו מכל עם
א זכיה צו זיין א יוד
יישר כח באשעפער
שר מאה
תגובות: 180
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אקטאבער 11, 2018 11:01 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יישר כח באשעפער »

מחנך האט געשריבן:די ניגונים ואס זענען שוין אין פאבליק פון דעם ווייס זענען שיינע און געלונגען, איך האב געטראכט פון קויפן די אלבום, אבער חבל אז ער האט גענומען א ערוב און צעמישונג פון זינגערס, אויך אזעלכע וואס איך לאז נישט אריין אין מיין שטוב, איך ווייס נישט צו ער פארשטייט נישט צו דעם אדער פלעין נישט צוגעלייגט קיין קאפ, אבער נישט קיין ספק אז אסאך ווילען נישט אריינלאזען אין שטוב א טייל פון די זינגערס, וועלן מיר זיך מוזן מחזק זיין מיט אנדערע סידיס

איך האלט ער האט גענימען די בעסטע און שענסטע זינגערס די בעסטע אינוועסמנט אז די ניגונים זאלן ווערן אויפגעפיקט איז אז ער האט גענימען די זינגערס וואס לייגען אזוי שיין און הארציג אראפ א ניגון כל הכבוד פאר הרב ווייס פארן נעמען די קלעקשען פון אט די זינגערס טאקע אז יעדער זאל זיך פילן באקוועם עס איז דא א גוטע אויסוואל פון זינגערס
מחנך
שר חמש מאות
תגובות: 580
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 03, 2016 10:49 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מחנך »

יישר כח באשעפער האט געשריבן:
מחנך האט געשריבן:די ניגונים ואס זענען שוין אין פאבליק פון דעם ווייס זענען שיינע און געלונגען, איך האב געטראכט פון קויפן די אלבום, אבער חבל אז ער האט גענומען א ערוב און צעמישונג פון זינגערס, אויך אזעלכע וואס איך לאז נישט אריין אין מיין שטוב, איך ווייס נישט צו ער פארשטייט נישט צו דעם אדער פלעין נישט צוגעלייגט קיין קאפ, אבער נישט קיין ספק אז אסאך ווילען נישט אריינלאזען אין שטוב א טייל פון די זינגערס, וועלן מיר זיך מוזן מחזק זיין מיט אנדערע סידיס

איך האלט ער האט גענימען די בעסטע און שענסטע זינגערס די בעסטע אינוועסמנט אז די ניגונים זאלן ווערן אויפגעפיקט איז אז ער האט גענימען די זינגערס וואס לייגען אזוי שיין און הארציג אראפ א ניגון כל הכבוד פאר הרב ווייס פארן נעמען די קלעקשען פון אט די זינגערס טאקע אז יעדער זאל זיך פילן באקוועם עס איז דא א גוטע אויסוואל פון זינגערס

אטז ביי דיך זענען דיע זינגערס די בעסטע אויסוואל זאלסטו לויפען עס קויפען, ס'איז א פרי קאנטרי, ביי מיך און ביי אנדערע וואס האבען גיידליינס וועלעכע זינגערס מ'לאזט אריין פאר די קינדערלעך צו הערען, דיע וועלן נישט קויפן קיין סידי וואס האט יענע סארטען זינגערס, איי געס ער האט געמאכט א טשויס, ס'איז זיין אייגענע ברירה
אוועטאר
מצב כללי
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4759
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 18, 2013 7:09 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מצב כללי »

זיי ביטע מסביר דיינע ווערטער

דו פארשטייסט אז עס איז דא מענטשן וואס זענען נישט באקוועם אריינצונעמען אין שטוב געוויסע זינגערס פון דעם סידי?
יישר כח באשעפער
שר מאה
תגובות: 180
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אקטאבער 11, 2018 11:01 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יישר כח באשעפער »

מחנך האט געשריבן:

זעט אויס ער האט איינגעזעען אז מיט די זינגערס וועט זיך עס שטערקער פארקויפען קען טאקע זיין מענטשען וועלן עס נישט קויפען אבער זייער אסאך וועלן עס יא קויפען דייקא ווייל ער האט די גרויסע זינגערס
יישר כח באשעפער
שר מאה
תגובות: 180
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אקטאבער 11, 2018 11:01 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יישר כח באשעפער »

מצב כללי האט געשריבן:
יישר כח באשעפער האט געשריבן:
מחנך האט געשריבן:די ניגונים ואס זענען שוין אין פאבליק פון דעם ווייס זענען שיינע און געלונגען, איך האב געטראכט פון קויפן די אלבום, אבער חבל אז ער האט גענומען א ערוב און צעמישונג פון זינגערס, אויך אזעלכע וואס איך לאז נישט אריין אין מיין שטוב, איך ווייס נישט צו ער פארשטייט נישט צו דעם אדער פלעין נישט צוגעלייגט קיין קאפ, אבער נישט קיין ספק אז אסאך ווילען נישט אריינלאזען אין שטוב א טייל פון די זינגערס, וועלן מיר זיך מוזן מחזק זיין מיט אנדערע סידיס

איך האלט ער האט גענימען די בעסטע און שענסטע זינגערס די בעסטע אינוועסמנט אז די ניגונים זאלן ווערן אויפגעפיקט איז אז ער האט גענימען די זינגערס וואס לייגען אזוי שיין און הארציג אראפ א ניגון כל הכבוד פאר הרב ווייס פארן נעמען די קלעקשען פון אט די זינגערס טאקע אז יעדער זאל זיך פילן באקוועם עס איז דא א גוטע אויסוואל פון זינגערס

זיי ביטע מסביר דיינע ווערטער

דו פארשטייסט אז עס איז דא מענטשן וואס זענען נישט באקוועם אריינצונעמען אין שטוב געוויסע זינגערס פון דעם סידי?

קלאר אז מענטשען האבן געוויסע זינגערס וואס זיי נעמען נישט אריין און שטוב אין כל הכבוד פאר די אידן יעדער מעג האבן זיין שיטה איך האב נאר געזאגט לדעתי האלט איך אז די קלעקשענס זינגערס זענען איינס און די וועלט

יא!
האסט אבער צוגעלייגט כל הכבוד פאר הרב ווייס פארן נעמען זינגערס אז יעדער זאל זיך פילן באקוועם

אויף דעם האב איך זיך געשטעלט

עס איז קלאר אז נישט יעדער פילט באקוועם מיט געוויסע זינגערס און מיטן זיי נעמען האט ער פארלוירן א גרויסע קלייענטעל.
יישר כח באשעפער
שר מאה
תגובות: 180
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אקטאבער 11, 2018 11:01 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יישר כח באשעפער »

איך האלט פארקערט ווען ער נעמט נאר אייזיק האניג און פינקי וכדומה וואלטן עס געוויסע נישט געקויפט ווייל זיי דארפן מער ווי מען זאגט די היינטיגע סטייל געזינגוכץ יעצט אז זיי האבן פון אלע מיני וועט די סידי גיין ווי וואסער ווייל סיי דער וואס דארף פון די פרומערע וועט הנאה האבן אין סיי דער וואס דארף מער פון די היינטיגע קאליר וועט הנאה האבן אז די פילסט אז געוויסע זינגערס זענען נישט פאר דיר קויף עס נישט אבער מאך אויך נישט אוועק הרב ווייס ווייל אפילו די האלסט אז ער האט נישט גענימען א גוטע קלעקשען איז דא אבער זייי ער אסאך וואס האלטן אז ער האט דייקא יא גענימען א גוטע אויסוואל פון זינגערס
אוועטאר
מצב כללי
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4759
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 18, 2013 7:09 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מצב כללי »

דער ווייס באלאנגט צו די אייזיק האניג - פינקי קרייז פארוואס זאל ער זיך ענדערש צושטעלן צו די בעני פריעדמאן - אברהם פריעד קרייז?
יישר כח באשעפער
שר מאה
תגובות: 180
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אקטאבער 11, 2018 11:01 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יישר כח באשעפער »

ווייל ער וויל אלע סארט קליענטן זאלן הנאה האבן דערפון
אוועטאר
וויכטיג מאכער
Site Admin
תגובות: 32534
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וויכטיג מאכער »

איך קען פארשטיין ביידע וועגן, פערזענליך האלט איך אז ווען מ'נעמט א ברייטערע ספקטרום פון זינגערס גיבט מען בלויז א סיבה פאר נאכאיינעם פארוואס נישט צו קויפן, יעדע זינגער האט נאך 10 מענטשן וואס ביי אים איז ער טריפה און זיי גייען עס נישט קויפן וועגן דעם, סאו נעמען מער זינגערס איז א חסרון!

למעשה איז די אנגענומענע מיינונג ביי די אינדוסטרי אז ברענד נעים זינגערס ברענגען ביזנעס, און דאס האט ער געטוהן...

אבער דער אמת איז אז אזא סידי איז אנדערש ווי רוב סידיס וואס קומען ארויס, בעת רוב סידיס זענען דא צו פראמאוטן א זינגער, איז די סידי ארויסצוגיבן ניגונים, און לדעתי איז דזשאב וועל דאן! רוב ניגונים גייען גיין וויירעל און גייען געזינגן ווערן ווארלדווייד...
דו האסט לייף אינשורענס אויף דיר און דיין ווייב?

ר' איד, דו האסט א פאלעסי, אבער נישט קיין אינשורענס!
ידעתי
שר חמש מאות
תגובות: 987
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 04, 2017 9:40 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ידעתי »

און אייזיק האניג מיט פינקי נעמט "יעדער" אריין?
אוועטאר
מצב כללי
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4759
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 18, 2013 7:09 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מצב כללי »

ידעתי האט געשריבן:און אייזיק האניג מיט פינקי נעמט "יעדער" אריין?

אפשר נישט

אבער פארוואס זאל א זינגער וואס באלאנגט צו אונזער היימישע קרייז נעמען פרעמדע זינגערס און מיט דעם גורם זיין אז אנשים כערכו זאלן נישט קויפן דעם סידי?
אוועטאר
מצב כללי
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4759
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 18, 2013 7:09 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מצב כללי »

יישר כח באשעפער האט געשריבן:ווייל ער וויל אלע סארט קליענטן זאלן הנאה האבן דערפון

וועלכע אלע
אונז שמועס מיר דאך אז מיטן נעמען געוויסע זינגערס פארלירט ער א געוויסע סארט קלייענטעל
אוועטאר
מצב כללי
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4759
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 18, 2013 7:09 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מצב כללי »

וויכטיג מאכער האט געשריבן:איך קען פארשטיין ביידע וועגן, פערזענליך האלט איך אז ווען מ'נעמט א ברייטערע ספקטרום פון זינגערס גיבט מען בלויז א סיבה פאר נאכאיינעם פארוואס נישט צו קויפן, יעדע זינגער האט נאך 10 מענטשן וואס ביי אים איז ער טריפה און זיי גייען עס נישט קויפן וועגן דעם, סאו נעמען מער זינגערס איז א חסרון!

למעשה איז די אנגענומענע מיינונג ביי די אינדוסטרי אז ברענד נעים זינגערס ברענגען ביזנעס, און דאס האט ער געטוהן...

אבער דער אמת איז אז אזא סידי איז אנדערש ווי רוב סידיס וואס קומען ארויס, בעת רוב סידיס זענען דא צו פראמאוטן א זינגער, איז די סידי ארויסצוגיבן ניגונים, און לדעתי איז דזשאב וועל דאן! רוב ניגונים גייען גיין וויירעל און גייען געזינגן ווערן ווארלדווייד...

וויכי האסט עס גוט ארויסגעברענגט

דאס איז טאקע מיין קשיא ער גיט עס דאך נישט ארויס פאר געלט

פארוואס זאל ער נעמען זינגערס פון פרעמדע קרייזן און מיט דעם גורם זיין אז אסאך און זיין קרייז זאלן עס נישט קויפן
סארקאזי
שר האלף
תגובות: 1657
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 08, 2016 8:49 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סארקאזי »

פון די פריוויו זעהט עס אויס פיינע סחורה. עמער עס קויפען אי''ה
א פרוי, א קינד, און א נאר, פארשטייען נישט קיין סארקאזעם, וועלכע זענט איר?
בעיביסיטער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 428
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש סעפטעמבער 19, 2015 11:20 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בעיביסיטער »

מצב כללי האט געשריבן:
וויכטיג מאכער האט געשריבן:איך קען פארשטיין ביידע וועגן, פערזענליך האלט איך אז ווען מ'נעמט א ברייטערע ספקטרום פון זינגערס גיבט מען בלויז א סיבה פאר נאכאיינעם פארוואס נישט צו קויפן, יעדע זינגער האט נאך 10 מענטשן וואס ביי אים איז ער טריפה און זיי גייען עס נישט קויפן וועגן דעם, סאו נעמען מער זינגערס איז א חסרון!

למעשה איז די אנגענומענע מיינונג ביי די אינדוסטרי אז ברענד נעים זינגערס ברענגען ביזנעס, און דאס האט ער געטוהן...

אבער דער אמת איז אז אזא סידי איז אנדערש ווי רוב סידיס וואס קומען ארויס, בעת רוב סידיס זענען דא צו פראמאוטן א זינגער, איז די סידי ארויסצוגיבן ניגונים, און לדעתי איז דזשאב וועל דאן! רוב ניגונים גייען גיין וויירעל און גייען געזינגן ווערן ווארלדווייד...

וויכי האסט עס גוט ארויסגעברענגט

דאס איז טאקע מיין קשיא ער גיט עס דאך נישט ארויס פאר געלט

פארוואס זאל ער נעמען זינגערס פון פרעמדע קרייזן און מיט דעם גורם זיין אז אסאך און זיין קרייז זאלן עס נישט קויפן

ווייל ער האלט אז דער אנדערע קרייז זינגער וועט בעסער ארויסברענגן דעים ניגון , ופשוט הוא
אגב , איז דא איינער וואס האט א פראבלעם צו לאזן די קינדער הערן די original ידעתי ווייל אברהם פריד זינגט עס ? איטס אלל אבאוט די ניגון , עספעשעלי ווען ס'איז איין קאמפאזער וואס הייערט זינגערס
אוועטאר
יגעתי ומצאתי
שר האלף
תגובות: 1672
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 31, 2011 5:02 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יגעתי ומצאתי »

וויכי! קום אהער! שנעלער!
ווען איך קען ווען, וואלט איך דיר געגעבן דעם לייק פאר יעדעס איינע ווארט נאכאמאל, נא וואזשע בינעך שולדיג, אז עס איז נישט דא אזא אפציע?!
אלזא, נאדיר דעם לייק פארן גאנצן תגובה אויפאמאל.

אפסס, וויכי, וואו האסטו גע'לייק'ט דעם 'לייק' קנעפל?!...

ניין, איך רעד פון די אויבערשטע 'לללאאאאאנננננגגגגגגגעעעע' תגובה, יא, דא אויבן, די דריטע שורה פונעם עמוד, עמוד ד'.

פארשטייסט?! האסט מיך ארויסגענומען פון די גלייזן.
אוועטאר
וויכטיג מאכער
Site Admin
תגובות: 32534
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וויכטיג מאכער »

העי, גאטי, וואצאפ? לאנג טיים...
דו האסט לייף אינשורענס אויף דיר און דיין ווייב?

ר' איד, דו האסט א פאלעסי, אבער נישט קיין אינשורענס!
אור
שר שלשת אלפים
תגובות: 3233
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 14, 2011 12:20 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אור »

פריוויו קוקט אויס שטארק גוט
טראמבאן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 475
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 07, 2019 7:12 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טראמבאן »

אור האט געשריבן:פריוויו קוקט אויס שטארק גוט

;l;p-
שרייב תגובה

צוריק צו “היכל הנגינה”