וואס איז דאס נגינה?‎

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
אויסערן מיניסטער
שר האלף
תגובות: 1219
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 03, 2014 9:19 pm
לאקאציע: מיר האבן רעזיגנירט אונטער ביידן!...

וואס איז דאס נגינה?‎

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אויסערן מיניסטער »

איין אינדערפרי נאכן דאווענען האט זיך אנטוויקלט א שמועס ביי די מתפללים איבער די לעצטיגע סידיס וואס זענען ערשינען, און פארשטייט זיך אז סאיז פון דארט ווייטער געפארן צו אלע זינגערס, און סאיז מיר געווען זייער אינטרעסאנט צו זען יעדנס בליק אויף זיי... אפשר וועט עס אייך אויך זיין אינטרעסאנט...

ר' יעקל, דער עלטערער איד האט זיך צובייזערט, די היינטיגע אינגעלייט! דאס איז דען נגינה? מען שאקלט זיך מען גארגלט עפעס ארויס, און סאיז א ניגון! א ניגון דארף קומען פון די נשמה, פון הארץ! א פלאנטשע תנועה, אזא ונתנה תוקף דאס איז געזונגען!
זיין שכן דאגעגן, אן עלטערער ליובאוויטשער איד האט זיך שטארק צושמייכלט, חחח דאס איז געזונגען? דאס איז געברומט! אזא ד' בבות, א ראסטאווער ניגון, א ניגון פונעם מהרש"ב, דאס זענען תוכנדיגע ניגונים!
דער עולם ארום האט צוגעשאקלט די קאפ מיט פארשטענדעניש...
פארשטייט זיך אז ר' בערל דער סאטמארער חסיד מיט די וואנצעס וואס דער ציגארעטל האט איבערגעלאזט א פערמאנענטער צייכן דערויף האט געדארפט צולייגן אז די ווערצבערגערס האבן געזונגען ווי קיינער האט נישט געקענט...
עפעס א דארע אינגערמאן מיט א געביגלטע רעקל האט גענומען די העזה און געטראכט הויך... ער האט זיך אנגערופן אז לדעתו איז אברהם פריעד א שטערן! ער האט א שטימע איינס אין דער וועלט, ער לעבט אין א ניגון, סאיז ממש אז וואס ער זאל נאר זינגען וועט זיין שיין!!
די מיטליעריגע אידן האבן אויפגעהויבן אויף אים אזאנע שווערע בליקן! איך האב מיר שטארק דערשראקן אזש ביזן וועלן אוועקלויפן פון דארט! זיי האהן דעם אינגערמאן שווער באוואשן.. דער איז ממש געווען א רחמנות, דער איד מיטן טיפן שטערן וואס שאקלט זיך אלס זייטיג און זיינע פיאות זענען קיינמאל נישט אינגאנצן צוזאמגעדרייט האצעך צעשריגן אויף אים, ווער פריעד? דער מיטן קעצל שטימע?! דאס איז דאך ממש ווי א קעצל וואס מען טרעט אן די וויידל און ער שרייט!! דאס איז נגינה?... אך די יוגנט... אזא איד ווי מרדכי, אזאנס איז נישטא! די קרעכץ, די ווארעמקייט, די געגועים! און דער זאגט פריעד...
זיין שכן פון די בעק וואס ציקירט אים אלס ווען ער שטעלט זיך אויף אז די בענקל מאכט קולות, און ווער רעדט נאך לעצטע וואך ווען ער האט פארגעסן צו אויסלעשן זיין סעלפאון ביים דאווענען און אינמיטן שמונה עשרה האט זיך עס צוקלינגען.... פאר 5 טעג האט ער געהאט וואס אים צו טשעפען! עכ"פ, ער איז א גאר אינטרעסאנטער טייפ, מיטן לאנגן שניי ווייסער בארד וואס איז ארויסגעלאזט ביי שחרית און שבת דער האט זיך אזוי פארטראכט און אזוי האלב פארקלאצט רופט ער זיך אן אז ער גלייכט נאכאלס איבער אלעם דעם קארלבאך, דער האט עפעס א קונץ, עפעס וואס ציעט, מקען עס נישט געהעריג מסביר זיין.. און אפילו דער יודא גרין דער פארציילט אויך עפעס...
זיין לאנגיעריגע חברותא ר' בעריש האט געעפנט אויף אים אזאנע גרויסע אויגן אזש סהאט אויסגעקוקט ווי ער גייט אים איינשלינגען, זאג נאר, פון דעם יעניגן שעפסטו חיות?!... א שרעק, ממש א שרעק!

און איך שטיי מיר אין די זייט און איך וואונדער זיך צו מיר אליין, וואס איז דאס טאקע נגינה, וויאזוי איז מעגליך אז אזויפיל אידן זאלן האבן אנדערע מיינונגען דערין? עס מוז זיין אז מיר זענען טאקע פארטעמפט, קיינער פארשטייט נישט דערצו, אט אט בביאת גוא"צ ווען די לוים וועלן שטיין על דוכנם און זינגען, א ניגון וואס מען קען נישט פארשטיין וואס דאס מיינט בכלל, א ניגון וואס מען האט געזונגען ווען א איד האט געברענגט א קרבן און די ניגון האט אים מעורר געווען לתשובה! דאן וועט מען שוין דערהערן און פארשטיין די ריכטיגע אפטייטש פון נגינה.
די ווינדער פון די נאטור מה רבו מעשיך ה'
אוועטאר
א נייער
שר האלפיים
תגובות: 2073
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג דעצעמבער 18, 2017 4:05 pm
לאקאציע: ניי מאשין

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א נייער »

שלום עליכם, פון וואנעט קומט א יוד? קוקט אויס אז עס איז געווען א לאנגע דיפלאמאטישע נסיעה.
שכוח פארן ארטיקל ;l;p-
איך ווייס נישט וואס
אוועטאר
מצב כללי
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4759
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 18, 2013 7:09 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מצב כללי »

אינטערעסאנטע אבזערוואציע

גוט געשריבן
אוועטאר
moishy56
שר עשרת אלפים
תגובות: 19757
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 10, 2013 6:36 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך moishy56 »

אין שנת תשפ״ב גייט זיין א נגינה אינטערוויו אזוי:

שואל: די גאנצע וועלט זינגט דיין נייע הארא ניגון אויף די ווערטער ''ווי מיינסטו גייסטו, הע?!''
זינגער: יא. א בחור׳ל איז צוגעקומען צו מיר זאגן, אז ער איז אראפ פון וועג 3 יאר צוריק, אבער נאכן הערן דעם ניגון ''ווי מיינסטו גייסטו, הע?!'', האט ער אנגעהויבן היטן שבת און לייגן תפילין.
שואל: מורא'דיג. אפשר האט ער זיך דערמאנט פון 'לאן אתה הולך'.
.

טעקסט בלויז די ווארט INFO צו 718-480-0545 און מען ארלעדיגט דיר א פאלעסי #קהלייף
פּשוט און פּראָסט
שר האלף
תגובות: 1327
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 25, 2017 2:11 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פּשוט און פּראָסט »

ײש״כ
זײער זיס אראפגעלײגט

איך בין אלל דע װעי מיטן געביגלטן רעקל

א ניגון װאס ער זינגט װערט שײן, נאו מעטטער װאט
אוועטאר
בענקעל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3714
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 25, 2015 11:30 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בענקעל »

מיניסטער האט געהערט א ניגון אויף 'חזור בך'.
פיין געשריבן. אויף דעם קען מען אויך זאגן 'מה רבו מעשיך ד' '.
שרייב תגובה

צוריק צו “היכל הנגינה”