קלאסיפייד: ווערט געזוכט א בויער פאר א טעמפל

ניגונים און זינגערס

אחראי: אחראי

אוועטאר
מאשקע
מ. ראש הקהל
תגובות: 12555
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 15, 2006 2:40 am
לאקאציע: אין די חיפוש

קלאסיפייד: ווערט געזוכט א בויער פאר א טעמפל

תגובהדורך מאשקע » מיטוואך אפריל 17, 2019 6:05 pm

ס'מיר גוט. די קינדער האבן שוין פסח'דיג געמאכט, די יעלאו פעידזשעס האט מען שוין אוועקגעלייגט ווייל ס'חאמעציג, און וואס דארף איך טון אז איך זוך א נאמבער?

נו וואס הייסט וואס? איך האב דאך גוטע חברים אויף איי-וועלט, און איי - פסק'נט דאך דער רבי - איז נישט קיין קטניות און מ'מעג דאס נוצן אפילו אום פסח, ממילא בין איך זיכער אז דא וועל איך באקומען מיין ענטפער.

די ערשטע שאלה וואס די ליינער וועלן מסתמא פרעגן, זינט ווען איז מאשקע געווארן א בויער? אהההה, וועגן דעם שרייבט ער שוין נישט אזוי לאנג!

וועל איך דיר ענטפערן אז דו טראכסט נישט וואס דו רעדסט! ווייל אויב מאשקע וועלט געווען א בויער, וואלט ער דען געדארפט זוכן א צווייטן צו בויען זיין טעמפל? א-שטאטא-קויא!

נאר וואס דען? אן אנדערע שאלה קענסטו פרעגן: זינט ווען זוכט מאשקע צו בויען א טעמפל? מאשקע איז דאך אלעמאל געווען א חסיד'ישער איד און שטענדיג געדאוונט אין א היימישן ביהמ"ד ווי ס'דארף צו זיין.

נאר וואס גייט דא פאר?

*

אקעי סטאפ שוין צו פרעגן אזויפיל קאשעס! קאשע איז דאך זיכער קטניות! סאו לאז א מענטש אויסרעדן, אקעי?

*

שוין יארן וואס איך קען דעם ניגון "נון בוי דיין טעמפל שירה". וויפיל יאר? אויב ווייסטו ווי אלט איך בין, רעכן אראפ פינף יאר פון דעם נאמבער, און דו וועסט וויסן וויפיל פונקטליך וויפיל יאר איך קען שוין דעם ניגון.

אבער בין איך דען אליין? דאכט זיך אז יעדער פון די ליינער האט שוין געהערט דעם ניגון. דער ניגון איז אריינגעדרוקט אין אלע היימישע הגדות און ווערט געזונגען דורך יעדן וואס האט נאך די אויגן אפן ביי נרצה.

און טאקע דערפאר ווערט נישט געלייגט צופיל געוויכט אויף דעם ניגון. מ'געט עס אזא זינג אפ ווי א מאטאר-סייקל אויפ'ן טרואוועי און ביז 2 מינוט איז נישטא קיין זכר דערפון.

איז אזוי. דער מקור פון דעם ניגון איז דער לשה"ק פיוט פון "אדיר הוא יבנה ביתו בקרוב". (האסט נישט געוואוסט ביז יעצט? נישט געפערליך!). אינעם הגדה של פסח "נאות דשא" פונעם נייטרער רב הי"ד ווערט געברענגט אז דער ניגון איז איבערגעטייטשט געווארן דורך רבי זלמן לונדריש זי"ע, איינער פון די פריערדיגע גאונים.

דער ניגון פלעגט געזונגען ווערן אין אונגארן אין אלע אידישע שטיבער, און ס'איז באקאנט אז דער הייליגער חתם סופר זי"ע פלעגט דאס זינגען מיט גרויס דביקות. דער "ניגון" אויף די ווערטער ווערט נתייחס צום הייליגן של"ה הק' זי"ע.

אצינד לכבוד דעם בעפארשטייענדן יום טוב פסח וואס שטייט שוין ממש מאחורי הדלת, איז דער ניגון נתחדש געווארן דורך דעם שוין-היינט-בארימטן חסיד'ישן בעל מנגן פון בארא פארק, ר' דוד פנחס ראטה נ"י, וועלכער איז שטארק באקאנט געווארן זינט עס איז ערשינען זיין ערשטע אלבום "מיט'ן גאנצן הארץ".

אצינד האט ר' דוד פנחס נ"י אראפגעזינגען דעם ניגון מיט זיין הארציגע און סאלידע שטימע, מיט א חסיד'ישן אויטענטישן טעם, ווי ס'פאסט פאר אזא הייליגער און פארצייטישער ניגון.

אגב, לויט מיינע אויערן האט ר' דוד פנחס'ס קול שטארקע ענליכקייטן צום קול פון ר' ירמי' דמן שליט"א, סיי מיט'ן קול זעלבסט און סיי מיט'ן וועג וויאזוי ער דרייט מיט'ן קול, וויאזוי ער ציט ארויף וכו'. דער עולם איז מסכים צו מיר?

דער ניגון איז פראדוצירט געווארן דורך ר' משה קרויס הי"ו, דער טאלאנפולער פירער פון "עם קעי סטודיאוס", "אידיש נחת" קינדער כאר, און אנדערע מוזיקאלישע אונטערנעמונגען. ר' משה האט שוין א חזקה אז פון אונטער זיינע הענט גייט נישט ארויס קיין רויע האלב-געבאקענע פראדוקציעס. די עקספערטיז פון ר' משה און זיין שטאב דערקענט זיך אויף אלע זייטן פונעם ניגון.

די מוזיק איז געשריבן געווארן דורך א צווייטן גאון אין עולם הנגינה, ר' מענדי הערשקאוויטש הי"ו פון "סאבאבא", אינאיינעם מיט ר' שלמה זאלצמאן הי"ו פון "סאניק דוא".

אויסער דעם בא'חנ'טן קול פון ר' דוד פנחס נ"י, ווערט דער ניגון רייך באגלייט דורך די בארימטע "ידידים" כאר אונטער די אנפירערשאפט פון מו"ה יעקב רוטבלאט ני"ו, און פאר א באנוס ווערט איין שטיקל געזינגען דורכ'ן ילד הפלא ארי' כוואן נ"י וועלכער איז א חלק פונעם "אידיש נחת" כאר.

אלעס אינאיינעם זעה איך דא א הערליכע פראדוקציע. טאקע א קורצע ניגון פון אונטער פינף מינוט, אבער אונטער דעם ליגט שעה'ן ארבעט אויסצוארבעטן דעם ניגון אז ס'זאל זיין שיין און פראפעסיאנאל, מיט רייכע מוזיק און שיינע באגלייטונגען און הארמאניס, און סיי ס'זאל בלייבן מיט'ן אלטן עכט-חסיד'ישן טעם פון דעם ניגון און ס'זאל גארנישט פארלירן פונעם אמאליגן חן מיט וואס דער ניגון פלעגט געזונגען ווערן פאר עטליכע הונדערט יאר.

אלזא, אויף וואס ווארט איר? לויפט און..... איין מינוט, וואס? ס'איז אומזיסט! דארפסט ניטאמאל לויפן! אבער גיי אויך נישט צו שטאט, ווייל באלד קומט שוין ספירה! סאו יא, לויף יא און דאונלאוד דעם ניגון און הער עס אויס און זיי דיך מחי'!

אוועטאר
איש האשכולות
שר האלף
תגובות: 1758
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 16, 2016 3:45 pm
לאקאציע: יעצט בין איך דא

תגובהדורך איש האשכולות » מיטוואך אפריל 17, 2019 6:13 pm

א לינק צו דאונלאודען ביטע?

ש'טא קיין צייט צו מאכן א גרויסע ברוך הבא.. ס'איז ערב פסח, סארי!
וויכטיג מאכער: סאו ווען ס'מאכצעך אז א ניק פרעגט באמת א פראגע, קריגט ער אן ענטפער, שטייצעך אויב סיז דא, אבער ווען א ניק נוצט זיין קיבארד צו פארהיילן א ווייטאג, טריי איך געווענליך אים נישט צו שטערן.

אוועטאר
צולייגער
שר האלפיים
תגובות: 2176
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 04, 2010 11:08 am
לאקאציע: איבערגעלייגט

תגובהדורך צולייגער » מיטוואך אפריל 17, 2019 6:15 pm

ממממממממממאאאאאאאאשששששששששקקקקקקעעעעעעעע

דער פריץ האט שוין אריינגעווארפן די מאנקי? נאך דא אפאר גולדן?
לאמיר עס צולייגן, שטאטעלעך... איינס ביי איינס...

אוועטאר
מאשקע
מ. ראש הקהל
תגובות: 12555
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 15, 2006 2:40 am
לאקאציע: אין די חיפוש

תגובהדורך מאשקע » מיטוואך אפריל 17, 2019 6:16 pm

איש האשכולות האט געשריבן:א לינק צו דאונלאודען ביטע?

ש'טא קיין צייט צו מאכן א גרויסע ברוך הבא.. ס'איז ערב פסח, סארי!


נו שוין. אז דו בעטסט אזוי שיין, דא האסטו:
https://www.dropbox.com/s/2bleg8icvoqwb ... a.mp3?dl=0

אוועטאר
מאשקע
מ. ראש הקהל
תגובות: 12555
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 15, 2006 2:40 am
לאקאציע: אין די חיפוש

תגובהדורך מאשקע » מיטוואך אפריל 17, 2019 6:23 pm

איי-וועלט טענה'ט אז מיין תגובה האט צו ווייניג אותיות. ער איז זייער סענסיטיוו. כ'האב פלעין געוואלט צולייגן א פיקטשער, וואס פארפירסטו? וויפיל אותיות דארפסטו? דו מיינסט אז איך האב עפעס צייט א טאג פאר "מים שלנו" צו גיין זיך נעמען לייגן אותיות? #משוגע_ביזי
צוגעלייגטע
temple shira.jpg
temple shira.jpg (78.57 KiB) געזעהן 2058 מאל

אוועטאר
בערל קראקאווער
שר האלף
תגובות: 1006
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 17, 2016 1:18 pm
לאקאציע: בעקבתא דמשיחא

תגובהדורך בערל קראקאווער » מיטוואך אפריל 17, 2019 6:26 pm

שיין שיין
א דאנק מאשקע - א גאסט פונעם ווייטן מיטעלאלטער
ראש הקהל
הויפט געווינער - שרייבעריי פארמעסט תשע''ז
בקראקא אין אומרים ׳תתננו׳ ובאונגארן אין אומרים ׳הבינינו׳

בראשית ברא
שר האלף
תגובות: 1150
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג דעצמבער 06, 2016 3:16 pm

תגובהדורך בראשית ברא » מיטוואך אפריל 17, 2019 6:31 pm

איי איי טאקע ווי א מאטארסייקל אפגעזינגען.
אוי שיינע ווארימע ניגון. וואס האט מען געמאכט פון דיר

אוועטאר
געריבענער סוחר
שר חמש מאות
תגובות: 785
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 30, 2018 10:50 am
לאקאציע: אין קאנפערענס רום

תגובהדורך געריבענער סוחר » מיטוואך אפריל 17, 2019 6:35 pm

שכח הרב מאשקע און וועלקאם בעק. אויסגעהערט, עס הערט זיך זייער אויטענטיש און געשמאק.
.When someone tells you: "It can't be done!" Remember: Those are their limits, not yours

זייער קלוג
שר חמש מאות
תגובות: 580
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג סעפטעמבער 23, 2018 4:30 am

תגובהדורך זייער קלוג » מיטוואך אפריל 17, 2019 7:42 pm

א גרויסן יש'כ (הרב?) מאשקע (שליט'א)
אתה חונן בעט מען נאכאלץ

הענדימען
שר האלפיים
תגובות: 2145
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוקטובער 27, 2017 11:14 am

תגובהדורך הענדימען » מיטוואך אפריל 17, 2019 8:40 pm

אגב. דעם בויער קעמעניש זעהן
"מען טאר נישט זיין נארמאל, נארמאל מאכט משוגע"
קרעדיט @בבל בשם אלעזר לאנדא

The truth is the truth, even if no one believes it.
A lie is a lie, even if everyone believes it.

קרעדיט: ממש אזוי אינספערעישאנאל quotes

ממה נפשך
שר חמש מאות
תגובות: 870
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 11, 2014 9:37 am

תגובהדורך ממה נפשך » דאנארשטאג אפריל 18, 2019 1:42 am

פריידיג צו זען, ס'איז פאר פסח מאשקע ליידיגט אויס די ווארע...

אוועטאר
איצל פיצל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 349
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יולי 11, 2008 1:57 am

תגובהדורך איצל פיצל » דאנארשטאג אפריל 18, 2019 2:28 am

כ'עפען היכל הנגינה, כ'זעה אז איינער האט ארויפגעברענגט אן ארטיקל פונעם אלטן מאשקע. אבער איין מנוט, איך זעה גוט!? פרישע סחורה!? פון מאשקע!? דריי מאל האב איך געקוקט אהין און צוריק, אויף מאשקע, יא ס'איז ער! און יעצט אויף אפריל 17 2019, און יאפ, ס'איז טאקע ער און ס'איז א פרישע ארטיקל!

ברוך מחיה המתים.

אוועטאר
farshlufen
שר עשרים אלפים
תגובות: 21151
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » דאנארשטאג אפריל 18, 2019 9:11 am

מ'ורא'דיג
א
ש'יינע
ק'לאסישע
ע'בודה
סימן דלא ידע כלום, שבוחי.

אוועטאר
נשמה
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4935
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

תגובהדורך נשמה » דאנארשטאג אפריל 18, 2019 2:02 pm

איך גיי דארפן ווארטן ביז ער קומט ארויס מיט נאך איינס, כדי צו זעהן דיין גרינע עמ ראש הקהל?
אין אני מסכים בשום פנים ואופן לשום דבר, ולשום דברי ציונות, וואס ווערט דא געזאגט דורך סיי וועמען אדער דורך מיר אליין, פארקערט ווי ס'שטייט אין דעם סאטמאר רבינ'ס ספרים.

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25590
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » מאנטאג אפריל 22, 2019 2:21 pm

farshlufen האט געשריבן:מ'ורא'דיג
א
ש'יינע
ק'לאסישע
ע'בודה

לכבוד חול המועד הער מיר דעם היסטארישען מעלאדיע, און מ'האמיר הנאה - יישר כח הרב מאשקע און ווילקאמען צוריק.

אוועטאר
צייט שטיפער
שר חמש מאות
תגובות: 972
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מארטש 17, 2016 12:50 pm
לאקאציע: וואו נישט וואו...

תגובהדורך צייט שטיפער » מאנטאג אפריל 22, 2019 4:42 pm

מאשקע, ווען איז די בר מצוה? איר ווערט שוין 13 יאר באלד

אוועטאר
וואוילע שעפעלע
שר ששת אלפים
תגובות: 6144
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 24, 2015 2:17 pm
לאקאציע: אין שטאל

תגובהדורך וואוילע שעפעלע » דינסטאג אפריל 30, 2019 3:43 pm

מאשקע האט געשריבן: #משוגע_ביזי



ס'ווערט מיר גוט, מאשקע לייגט העשטעגס
"וואס איר זעהט און הערט אויף טעלעוויזיע איז נישט אלעמאל וואס האט עכט פאסירט" (טראמפ - יולי 2018)

אוועטאר
ענדע צדיק!
שר חמשת אלפים
תגובות: 5442
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 17, 2013 4:44 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך ענדע צדיק! » דינסטאג אפריל 30, 2019 3:50 pm

געמיינט דאס איז א אלטע אשכול און ניטאמאל געעפנט, יעצט קריך אין אריין דא צי זעהן אז מאשקע׳ס טינט האט זיך גאר חוזר וניעור געוועזן.

עניוועי, געהערט צוויי ט אג פאר פסח און עס איז טאקע א מייסטער-שטיקל, די אלטע באחנטע ניגון מיט הערליכע ארעידזשמענטס און געלאזט מיט די ארגינעלע אלטקייט.
צ' כפופה וץ' פשוטה... היינו נאמן כפוף נאמן פשוט. וברש"י: נאמן כפוף - אדם כשר צריך להיות כפוף ועניו וסופו להיות פשוט וזקוף לעולם הבא: (שבת קד.)
בלאג - מיינע ארכיוון

אוועטאר
נו גוט נו שוין
שר האלף
תגובות: 1166
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 07, 2018 12:33 pm

תגובהדורך נו גוט נו שוין » דינסטאג אפריל 30, 2019 4:17 pm

וואוילע שעפעלע האט געשריבן:
מאשקע האט געשריבן: #משוגע_ביזי



ס'ווערט מיר גוט, מאשקע לייגט העשטעגס


;l;p- ;l;p-

נעקסט טיים שאקלט אייך אלע אפ פון די שטויב בעפאר איר קומט אריין, מ'קען נישט אטעמען....
. . . . . . .

אוועטאר
כא כא כא
שר האלף
תגובות: 1060
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 31, 2017 5:28 pm

תגובהדורך כא כא כא » זונטאג מאי 05, 2019 1:29 am

אויף כולנו מסובים קאסעטע פון מונה רוזנבלום איז די ניגון אויך געוואלדיג אראפ געלייגט מיט אביסעלע אנדערע קנייטשן.
האסטו שוין אמאל געהערט ווי די רויבערס צילאכן זיך...
לאך פון די וועלט
קח''א קארדינעיטאר

אוועטאר
וויכטיג מאכער
שר עשרים אלפים
תגובות: 21631
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

תגובהדורך וויכטיג מאכער » זונטאג מאי 05, 2019 2:29 am

ווען צייטליך האט געזאגט ביים דאווענען אין כ'מאשקע'אינו האטעם איינער געפרעגט, דו קענסט נישט ליינען? און צייטליך האטעם געענטפערט, איך קען ליינען, דו קענסט נישט אונזער מאשקע! ודפח"חחחח
הכונו ל'מעמד אדיר איום אסיפת ה''ניקס'' לטוהר המחנה!!!

שנלר
שר חמישים
תגובות: 84
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 11:41 am

תגובהדורך שנלר » זונטאג מאי 05, 2019 3:26 am

כ'פארשטיי נישט. ווער האט קאמפאזירט?


צוריק צו “היכל הנגינה”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 12 געסט