ניגונים פאר קדיש תתקבל

פארצייטישע נגינה, נוסח התפילה, מועדים וזמנים

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
דוד משה
שר האלף
תגובות: 1668
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 01, 2013 4:04 pm
לאקאציע: געשטראנדעט צווישן מעיזשאר און מיינאר

ניגונים פאר קדיש תתקבל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דוד משה »

לאמיר עס מאכן גאר קורץ: די מנהג אין רוב חסידישע קהילות איז צו זינגען קדיש תתקבל אום יו"ט (סארי סאטמארע מתפללים..), צו ארויפלייגן א לעבעדיגע ניגון אויף תתקבל איז נישט אזוי גרינג וויבאלד עס האט 8 שטיקלעך, חוץ אויב מען טוט אזויווי מאנכע און מען זינגט נאר ביז תתקבל, א זאך וואס איז זייער נישט געשמאק און האט נישט קיין אידישן טעם, אדער טוט מען אזוי: מען הייבט אן סיי וועלכע ניגון צו שטימט יא אדער נישט, מען זינגט די גאנצע ניגון איינמאל ביז וואו סגייט, דערנאך זינגט מען נאכאמאל די הויכע פאל און/אדער די לעצטע פאל פון איינס ביז פיר מאל כפי הצורך... ביי איין שטיקל כאפט מען צוזאם די ווערטער און מען שושקעט אז דער עולם זאל קענען ענטפערן אמן, און ביי די אנדערע ציעט מען אויס די ווערטער... איבריג צו מסביר זיין וואספארא פנים דאס האט.

דערפאר האב איך צוזאמגענומען עטליכע ניגונים וואס שטימען גוט אויף תתקבל און וועט האפנטליך זיין בייהילפיג פאר בעלי תפילה און מתפללים צוגלייך, און ווער עס האט נאך געדאנקען זאל ביטע אריינווארפן זיינע 2 סענט.

די רעצעפט צו האבן א געשמאקן ניגון איז אזוי: די פעלער מוזן זיין גענוג לאנג כדי עס זאל קענען גענוצט ווערן אויף אלע שטיקלעך באקוועם, און אויך אז מען זאל קענען צוטיילן יעדע פאל אויף צוויי שטיקלעך, לאמיר נעמען א דוגמא די ניגון וויבאלד עס האט קליינע פעלער וועט אויסקומען אז די צווייטע פאל וועט קלעקן נאר אויף בחייכון, ביי יתברך וועט מען שוין דארפן גיין צום הויכן פאל און ביי לעילא צוריק צום נידריגן פאל, דאס אליינס איז נאך בסדר, אבער ביי תתקבל וועט שוין זיין א פראבלעם ווייל דא זענען מיר פארבליבן מיט 3 שטיקלעך און מען וועט דארפן איבערזינגען די הויכע פאל איינמאל אדער צוויי אדער צוזאמכאפן ווערטער. איך האף אז די משל איז גענוג פארשטענדליך.

די ניגונים וואס איז לייג ארויף זענען פון 3 קאטעגאריעס:

פינף פעלער:
יתגדל-בעלמא=ערשטע פאל; בחייכון-יתברך=צווייטע פאל; לעילא=דריטע פאל; תתקבל-יהא=פערטע פאל; עושה=פיפטע פאל

  • ניגון איינס, די ניגון שטימט די בעסטע פון סיי וועלכע ניגון, עס איז שיין מסודר און באקאנט, אויף אזוי ווייט אז איך בין גרייט צו פארקוקן אויף דעם וואס די פערטע פאל איז א צוגעלייגטע פאל...
  • ניגון צוויי (באבוב, נישט אזוי באקאנט)
  • ניגון דריי, צוליב דעם געבוי פון דעם ניגון דארף מען איינטיילן אביסל אנדערש (ענליך צו די פיר פעלערדיגע): יתגדל-בעלמא=ערשטע פאל; בחייכון=צווייטע פאל; יתברך=דריטע פאל; לעילא-תתקבל=פערטע פאל; יהא-עושה=פיפטע פאל
    (וויבאלד איך האב נישט געהאט קיין ריקארדינג פון דעם ניגון האב איך אפגעשפילט א חלק דערפון, איך האף אז מען כאפט וועלכע ניגון דאס איז).
פיר פעלער:
יתגדל-בעלמא=ערשטע פאל; בחייכון-יתברך=צווייטע פאל; לעילא-תתקבל=דריטע פאל; יהא-עושה=פערטע פאל

דריי פעלער:
יתגדל-בעלמא=ערשטע פאל; בחייכון-יתברך=צווייטע פאל; לעילא=דריטע פאל; וחוזר חלילה: תתקבל=ערשטע פאל; יהא=צווייטע פאל; עושה=דריטע פאל

  • ניגון איינס (ושמחת חב"ד)
  • ניגון צוויי
    (וויבאלד איך האב נישט געהאט קיין ריקארדינג פון דעם ניגון האב איך אפגעשפילט א חלק דערפון, איך האף אז מען כאפט וועלכע ניגון דאס איז).

בעאבאכטער, קום אריין מיט הערות מחכימות.
> הער אויף ארויפצולייגן ווערטער אויף ניגונים! אויב ווילסטו א ניגון אויף די ווערטער קאמפאזיר א ניגון דערויף <
ליידיג
~ דער וואס איז דיין חבר ווילאנג דו האסט די זעלבע מיינונג ווי אים, איז קיין חבר ~
וויאזוי ארויפצולייגן א לינק
אוועטאר
קלאָצקאָפּ
שר עשרת אלפים
תגובות: 10225
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 25, 2017 9:24 pm
לאקאציע: ערגעץ אנדערש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קלאָצקאָפּ »

דוד משה האט געשריבן:די הויכע פאל איז אקוראט די זעלבע ווי ניגון דריי

נישט אקוראט די זעלבע, מיט א געוויסע קנייטש איז עס אנדערש, אבער דער המון עם פאסט טאקע ע"פ רוב נישט אויף דערויף.
אוועטאר
חמרא טבא
שר עשרת אלפים
תגובות: 13002
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אוגוסט 08, 2014 2:13 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חמרא טבא »

ווער האט טאקע צוגעלייגט דעם פאל ביים ערשטן ניגון (אקא תנו שבח)?
דביה תחדי נפשא
גלאזער
שר האלפיים
תגובות: 2222
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 12, 2015 11:25 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גלאזער »

מ'זינגט טאקע נישט תתקבל ביינונז, אבער גוטע איידיעס פאר הקל הפותח.. לא תבושו, הודו, יישר כח
קאטשקע אויפן וואסער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 433
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 25, 2017 12:20 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קאטשקע אויפן וואסער »

ייש"כ ר' דוד משה. שיינער ליקוט.
וועגן זינגען ביי 'תתקבל' שרייבט דער אפרים אין סי' תקפד (לגבי ראש השנה עכ"פ): "בחרוז 'תתקבל' אין מנגנים".
כ'האב מערערע וואס פירן זיך אזוי, אז מען זינגט דעם גאנצן קדיש אויסער 'תתקבל' אליין.
מטה אפרים.JPG
מטה אפרים.JPG (52.81 KiB) געזען 1864 מאל
"גם שכלנו מתת אלקים הוא ואיסור גמור לצערו" (הג"ר ישראל משה חזן, איי הים על תשובות הגאונים - שערי תשובה, סי' קפז הערה כח).
קאטשקע אויפן וואסער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 433
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 25, 2017 12:20 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קאטשקע אויפן וואסער »

קלאָצקאָפּ האט געשריבן:
דוד משה האט געשריבן:די הויכע פאל איז אקוראט די זעלבע ווי ניגון דריי

נישט אקוראט די זעלבע, מיט א געוויסע קנייטש איז עס אנדערש, אבער דער המון עם פאסט טאקע ע"פ רוב נישט אויף דערויף.

כ'האב אלץ געמיינט אז ס'איז בטעות 'אויסגעבארגט' געווארן פון איין ניגון צום צווייטן.
"גם שכלנו מתת אלקים הוא ואיסור גמור לצערו" (הג"ר ישראל משה חזן, איי הים על תשובות הגאונים - שערי תשובה, סי' קפז הערה כח).
אוועטאר
דוד משה
שר האלף
תגובות: 1668
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 01, 2013 4:04 pm
לאקאציע: געשטראנדעט צווישן מעיזשאר און מיינאר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דוד משה »

חמרא טבא האט געשריבן:ווער האט טאקע צוגעלייגט דעם פאל ביים ערשטן ניגון (אקא תנו שבח)?

viewtopic.php?p=1322461#p1322461
> הער אויף ארויפצולייגן ווערטער אויף ניגונים! אויב ווילסטו א ניגון אויף די ווערטער קאמפאזיר א ניגון דערויף <
ליידיג
~ דער וואס איז דיין חבר ווילאנג דו האסט די זעלבע מיינונג ווי אים, איז קיין חבר ~
וויאזוי ארויפצולייגן א לינק
אוועטאר
בעאבאכטער
שר האלף
תגובות: 1953
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 21, 2011 5:58 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בעאבאכטער »

דוד משה האט געשריבן:לאמיר עס מאכן גאר קורץ: די מנהג אין רוב חסידישע קהילות איז צו זינגען קדיש תתקבל אום יו"ט (סארי סאטמארע מתפללים..), צו ארויפלייגן א לעבעדיגע ניגון אויף תתקבל איז נישט אזוי גרינג וויבאלד עס האט 8 שטיקלעך, חוץ אויב מען טוט אזויווי מאנכע און מען זינגט נאר ביז תתקבל, א זאך וואס איז זייער נישט געשמאק און האט נישט קיין אידישן טעם, אדער טוט מען אזוי: מען הייבט אן סיי וועלכע ניגון צו שטימט יא אדער נישט, מען זינגט די גאנצע ניגון איינמאל ביז וואו סגייט, דערנאך זינגט מען נאכאמאל די הויכע פאל און/אדער די לעצטע פאל פון איינס ביז פיר מאל כפי הצורך... ביי איין שטיקל כאפט מען צוזאם די ווערטער און מען שושקעט אז דער עולם זאל קענען ענטפערן אמן, און ביי די אנדערע ציעט מען אויס די ווערטער... איבריג צו מסביר זיין וואספארא פנים דאס האט.

דערפאר האב איך צוזאמגענומען עטליכע ניגונים וואס שטימען גוט אויף תתקבל און וועט האפנטליך זיין בייהילפיג פאר בעלי תפילה און מתפללים צוגלייך, און ווער עס האט נאך געדאנקען זאל ביטע אריינווארפן זיינע 2 סענט.

די רעצעפט צו האבן א געשמאקן ניגון איז אזוי: די פעלער מוזן זיין גענוג לאנג כדי עס זאל קענען גענוצט ווערן אויף אלע שטיקלעך באקוועם, און אויך אז מען זאל קענען צוטיילן יעדע פאל אויף צוויי שטיקלעך, לאמיר נעמען א דוגמא די ניגון וויבאלד עס האט קליינע פעלער וועט אויסקומען אז די צווייטע פאל וועט קלעקן נאר אויף בחייכון, ביי יתברך וועט מען שוין דארפן גיין צום הויכן פאל און ביי לעילא צוריק צום נידריגן פאל, דאס אליינס איז נאך בסדר, אבער ביי תתקבל וועט שוין זיין א פראבלעם ווייל דא זענען מיר פארבליבן מיט 3 שטיקלעך און מען וועט דארפן איבערזינגען די הויכע פאל איינמאל אדער צוויי אדער צוזאמכאפן ווערטער. איך האף אז די משל איז גענוג פארשטענדליך.

די ניגונים וואס איז לייג ארויף זענען פון 3 קאטעגאריעס:

פינף פעלער:
יתגדל-בעלמא=ערשטע פאל; בחייכון-יתברך=צווייטע פאל; לעילא=דריטע פאל; תתקבל-יהא=פערטע פאל; עושה=פיפטע פאל

  • ניגון איינס, די ניגון שטימט די בעסטע פון סיי וועלכע ניגון, עס איז שיין מסודר און באקאנט, אויף אזוי ווייט אז איך בין גרייט צו פארקוקן אויף דעם וואס די פערטע פאל איז א צוגעלייגטע פאל...
  • ניגון צוויי (באבוב, נישט אזוי באקאנט)
  • ניגון דריי, צוליב דעם געבוי פון דעם ניגון דארף מען איינטיילן אביסל אנדערש (ענליך צו די פיר פעלערדיגע): יתגדל-בעלמא=ערשטע פאל; בחייכון=צווייטע פאל; יתברך=דריטע פאל; לעילא-תתקבל=פערטע פאל; יהא-עושה=פיפטע פאל
    (וויבאלד איך האב נישט געהאט קיין ריקארדינג פון דעם ניגון האב איך אפגעשפילט א חלק דערפון, איך האף אז מען כאפט וועלכע ניגון דאס איז).
פיר פעלער:
יתגדל-בעלמא=ערשטע פאל; בחייכון-יתברך=צווייטע פאל; לעילא-תתקבל=דריטע פאל; יהא-עושה=פערטע פאל

דריי פעלער:
יתגדל-בעלמא=ערשטע פאל; בחייכון-יתברך=צווייטע פאל; לעילא=דריטע פאל; וחוזר חלילה: תתקבל=ערשטע פאל; יהא=צווייטע פאל; עושה=דריטע פאל

  • ניגון איינס (ושמחת חב"ד)
  • ניגון צוויי
    (וויבאלד איך האב נישט געהאט קיין ריקארדינג פון דעם ניגון האב איך אפגעשפילט א חלק דערפון, איך האף אז מען כאפט וועלכע ניגון דאס איז).

בעאבאכטער, קום אריין מיט הערות מחכימות.

וועלן מיר לכבודו של ר' דוד משה רעאגירן מיט כמה הערות.

איז אזוי:
קדיש תתקבל מוז זיין:
1 א 'טויש' פון ביז היצט.
2 א לעבעדיג און לייכט אנפאנג - דער עולם זאל 'אריינשפרונגען'
3 א מעכטיג הויכע פאל.
זייער רעקאמענדירט:
1 נישט עכט עכט מעידזשאר, א געמיש פון מיינאר געפיל, אדער לעבעדעג פיריגיש.
2 לפחות דריי פעלער


איינגעטיילט: [דלא כר' דוד משה]

יתגדל - 1'טער פאל
בעלמא - 1'טער פאל אויב איז דער ניגון לאנג 'זאל' מען עס איינטיילן אין צוויי.
בחייכון. - 2'טער פאל אפילו איז עס לאנג, עס אויס זינגען ביזן ענד.
יתברך וישתבח - 3'טער פאל (ס'זאל גיין א רויעך...)
לעילא (ולעילא) 2'טער פאל ודינו כמו 'בחייכון'.
תתקבל - הויכע פאל (לא מבעיא ר"ה און יוה"ק ביי סיום נעילה וואס דאן איז דא תקיעות פאר תתקבל, נאר אפילו ביי יעדן יו"ט קומט ביי תתקבל פריש פייערענד געזאנג - וואס קען געשעהן בלויז מיטן 'זעץ' פונעם הויעכן פאל.
יהא שלמא - האלב פון צווייט פאל. ווארענונג! בלויז האלב, א בעל תפילה קען הייבן דאס האנט און ענדין הויך מיט א הויך/המשך אויסלאז (ווי מאנכע מאכן ביי זמירות מל"מ נאך 'צוה ישעות יעקב' כמה פעמים ביז זיי קומען אן למחוז חפצם...)
עושה (ה)שלום צווייטע האלב פון צווייטן פאל - אויס לאזן מיט א געצויגן אקטאב, אדער דאס גלייכן, כל אחד לפי ערכו וכשרונו.

ווען דער ניגון האט פיר פעלער האט דער 4'טער פאל 'הלכות 2'טער פאל' - לענין 'לעילא', 'יהא שלמא' און 'עושה שלום'


לגופן של ניגונים המובאים כאן

ניגון קדושת ציון
נישט פאסיג:
1 - מכח זיין 'שטייגער'
2 - קדיש ברויך זיך אנהייבן לייכט און שטארק, אנפאנג פון דעם ניגון איז פאר רוב עולם קאמחיצירט.
3 - פיצי פעלער און מוז גע'חזר'ט ווערן - ווערט צוגעגעסן.

פינף פעלער
ניגון איינס - הויכע פאל, נישט דראמאטיש.
ניגון צוויי - א שיין פאסיג ניגון עטוואס צו געלאסן, אבער האט נישט אן עכט הויך פאל.
ניגון דריי (כ'געדענט נישט כעת דעם ניגון) אנפאנג זייער גוט און מעכטיג (נישט ווי געשפילט דא...) שטארק מעידשאז אבער גוט! כ'האף אז דער הויכער פאל וועט 'זיך צושטעלן'..

פיר פעלער
ניגון איינס (מעליץ) - זייער גוט און פאסיג! לעבדיג, לייכט, געפיל.
אבער, איינטיילן כמו שכתבתי למעלה- געוואונטשענע רעזולטאטן גאראנטירט!
ניגון צוויי - גאנץ גוט, דעפאלט (הרב מיללער וואס מאכט איר?) ניגון פון יעדען אונערפארן בעל תפילה.
ניגון דריי - זייער גוט. ברויך געזונגעל ווערן א ביסל שטאטער (נישט שטייטער, דער בעל תפילה שטייט דאך סייווי... וואס וועט דא זיין מיט די פארקריפלט אידיש)
איינטיילן כנ"ל.
ניגון פיר (חב"ד) - אט א דאס איזעס! פיין, מעכטיג - געגאסן פאר קדיש!!! - זיך צום הייבן אזש ביזן באלקן!
איינטיילן - כנ"ל! (ווארענונג!)

דריי פעלער
ניגון איינס - בשום אויפן נישט!
ניגון צוויי - גאנץ פארשלאפן, אן א הויעך פאל.



אגב,
ווילט איר לערנען וואס הייסט א קדיש ניגון? האכרטס ר' בנציון שענקער ז"ל וואס ע'רט געזונגען אויף קדיש.
איך מיין נישט דייקא וועלכע ניגון ממש, נאר דעם מהלך פון א קדיש ניגון.


אויב איך וועל האבן שפעטער א פאר מינוט וועל איך אי"ה לייגן כמה ניגונים וועס זענען לענ"ד גוט און פאסיג.


הערה,
פונקט ווי נוסח קען מען אויסלערנען בלויז פאר איינעם וואס פארשטייט, דאס זעלבע מיט צופאסן ניגונים און איינטיילן.
'גרויסע' בעלי תפילה וואס 'טעכניש' זאגן זיי גוט, אבער עכט געבויט און שעפעריש נוסח, ניגונים צופאסן - מען זאל זיין געהיט...
אויב עפעס, "דער עילעם גלייכט עס", "ס'איז עכט געלונגען" וכו'...
א ביישפיל? נעקסט טיים אי"ה.
אוועטאר
חמרא טבא
שר עשרת אלפים
תגובות: 13002
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אוגוסט 08, 2014 2:13 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חמרא טבא »

אה האמער דעם רעבין דא אין סאמע ערב יו"ט טעג!!

יהא בואך לברכה!!
דביה תחדי נפשא
שרייב תגובה

צוריק צו “שירי קודש”