אבער הו קעירס וויפיל לשונות מ'נוצט, דער עיקר אידעך די אינהאלט...
לויט ווי די חברה גיבן איבער האלט עמרם אקער שוין אין די לעצטע שטאפלען פון ארויסגיבן א סידי מיטן נאמען א "היימישע שמחה" מיט די אקער ברודער...
פאר רוב עולם פעהלט נישט אויס קיין שום אינטרעדאקשן איבער עמרם אקער, די נאמען גייט אינאיינעם מיט די גרויסע סאטמערע הדלקה אין קרית יואל ל"ג בעומר, יעדע שמחה אדער סתם טישן אין סאטמאר( מהר"א) קומט אטאמאטיש ארויף ווען מ'דערמאנט דעם נאמען...
אבער נישט נאר דארט קען מען הערן עמרם'ן זינגן, נאר ווי באקאנט זינגט ער היינט אויך אויף חתונות, ער ספעציעלעזירט זיך אין זינגן נאר היימישע ניגונים, אבער געזינגן... ער איז א מומחה און טרעפן גוטע ניגונים און ווער ס'איז נאר געווען ביי א שמחה ווי ער זינגט וועט מעיד זיין, ער נעמט פשוטע ניגונים און מאכט עס פאר א "היט"! אסאך ניגונים האבן מחיה מתים געווען נאכדעם וואס עמרם האטעס אויפגעפיקט פון א פארשטויבטן קאסעט...
און זוכענדיג איבער זיין ערשטע סידי האבעכמעך אנגעשטויסן אין דעם אשכול ווי מ'זעהט דארט טאקע אז קרעמער פרעגט איבער א ניגון וואס ער האט געהערט זינגן ביי א חתונה אין סאטמאר... און צייטליך ענטפערט אים דארט:
צייטליך האט געשריבן:די זינגער'ס זענען די "סאטמאר קאפעליע" וועלעכע זינגען ביי אלע שמחות און טישן בחצרות סאטמאר (מהר"א) אנגעפירט דורך ר' עמרם אקער פון קר"י.
ר' עמרם האט א מנהג פאר יעדע שמחה אפירצוזיכן עטליכע אלטע לעבעדיגע ניגונים און שיקט דאס ארום פאר די גרופע זינגער'ס עטליכע וואכן בעפאר זיך דאס אויסצולערנען. ער האט שוין אריינגעברענגט אסאך שיינע אלטע לעבעדיגע ניגונים אזוי. ביי די חתונה פארגאנגענע וואך אין וויליאמסבורג האט מען געזונגען א נייער/אלטער ניגון אויף די ווערטער "אני מאמין" זייער א לעבעדיגער ניגון.
איך וועל עס ארויפלייגן שעפעטער.
מיט אפאר יאר צוריק איז עמרם ארויס געקומען מיט א סידי, און סאט געהאט א שטארקע אפקלאנג ביים היימישן עולם... און איך כאפמעך יעצט אז איך האב געמאכט א מיסטעיק... א שאד יעדעס ווארט! ס'איז דאך דא אן אשכול פון יענע סידי, כ' קענעס פשוט אהערלינקן און פטר אן עסק...
אקעי, קודם דא איז די אשכול איבער זיין סידי... אוי, ווי ברענגט מען צוריק די חברה...
אזוי אויך האבעך געטראפען אן אינטערוויא פון צייטליך מיט עמרם אקער... נישטא קיין סאך מוסיף צו זיין...
נאר וואס יא, איינס אז ס'קומט פרישע סחורה מיט פרישע-אלטע ניגונים, און בעיקר אז דאס מאל האט עמרם מיטגענומען זיין ברודער ערעב יודל... יודל אקער איז טאקע נישט אזוי באקאנט ווי זיין ברודער עמרם, אבער זיין מוזיק איז יא באקאנט, ער שפיהלט לעצטענס ביי אסאך סאטמארע איווענטס, און בעיקר ביים גרויסן הדלקה ל"ג בעומר אין קר"י... לויט ווי עמרם האט מיר דערציילט מיט א צייט צוריק הייבט יודל אן שפיהלן אויף חתונות, איי געסס אז דאס איז די ציהל פון די יעצטיגע סידי, צו גיבן פארן עולם צו שפיהרן דעם טעם פון א "היימישע שמחה - מיט די אקער ברודער"...
כ'גלייב נישט אז דאס ארויסקומען די וואך מיינט לכבוד די גרויסע סאטמארע חתונה (אב"ד סאטמאר וומ"ס בן כ"ק רבינו שליט"א מהר"א) ס'איז מער לכבוד חודש אדר, אבער ס'איז פונקט גוט אויסגעקומען...
פאר מער פרטים העמער ווארטן אז צייטליך זאל אריינבעקן...