בלאט 1 פון 4

אנקעטע די 3 בעסטע סידיס פון תשע״ח

געשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 09, 2018 1:02 pm
דורך טראכט א מינוט
די יאר איז געווען א שפע פון פרישע סידיס זאל יעדער אפגעבן די שטימע וואס מהאט די מערסטע הנאה געהאט

געשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 09, 2018 1:07 pm
דורך קולמוס הסופר
וואס איז מיט "שלום לעמער - שלום" ?

געשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 09, 2018 1:16 pm
דורך טראכט א מינוט
קולמוס הסופר האט געשריבן:וואס איז מיט "שלום לעמער - שלום" ?

ארויס געקומען אב תשע״ז

געשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 09, 2018 3:24 pm
דורך מקווה איד
וואס איז מיט רולי דיקמאן?

געשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 09, 2018 3:25 pm
דורך פרעה נכה
מקווה איד האט געשריבן:וואס איז מיט רולי דיקמאן?

מיין בעסטע סידי דעיס יאר

געשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 09, 2018 3:28 pm
דורך הער אויף
פרעה נכה האט געשריבן:
מקווה איד האט געשריבן:וואס איז מיט רולי דיקמאן?

מיין בעסטע סידי דעיס יאר

איך בין אויף איין פעידזש מיט מקווה איד און פרעה נכה ;l;p- ;l;p- ;l;p-

געשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 09, 2018 3:56 pm
דורך טראכט א מינוט
הער אויף האט געשריבן:
פרעה נכה האט געשריבן:
מקווה איד האט געשריבן:וואס איז מיט רולי דיקמאן?

מיין בעסטע סידי דעיס יאר

איך בין אויף איין פעידזש מיט מקווה איד און פרעה נכה ;l;p- ;l;p- ;l;p-

צוגעלייגט

געשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 09, 2018 4:18 pm
דורך למדן וחסיד
מדארף קענען וועלן פאר מער ווי דריי

געשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 09, 2018 4:25 pm
דורך פריטלעך
געשטימט
1 מאטי שטיינמעץ = א חידוש אין חסידישקייט קאמבאנירט מיט פראפעשינאליזם אין ניגונים און מוזיק צוגלייך.
2 לוי פאלקאוויטש = א חידוש אין ניגונים קאלעקשאן איינס שענער פון צווייטן. (הגם ס'איז זייער תש18'דיג אין מוזיק סטייל וכד')
3 בערי וועבער = א חידוש - שוין נישט זיין ערשטע אויף דעם סטייל סאו אפשר גייט עס שוין ארויס מגדר חידוש- פון א סטייל סידי מיט א רואיגע זעלטענע געשמאק וואס שלעפט דיך ממש אריין אינעם שבת טיש אפילו אומוועלנדיג אין א גרינעם דינסטאג זיצענדיג אין אפיס. (הגם זיינע געהעריגע סידיס וואלט קיינמאל נישט איבערגעטרעטן מיין שוועל, ער אליינס האט געזאגט אויף אן אינטערוויו אויף קולמע אז ער האט געזאגט פאר זיין אינגל מיטנעמענדיג זיין סידי אנצוצינדן אויפן באס אז געוויסע ניגונים זאל מען נישט אנצינדן פאר די קינדער.. האביך הנאה אז אונז זעמער כאטש אויף איין פעידזש...)

דערנאך זעענדיג די ריזאלטס בין איך גאנץ גוט אן טארגעט.

געשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 09, 2018 4:28 pm
דורך שטילער
מ׳דארף קענען וועלן כאטשיק פינף. ביטע פאררעכטן

געשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 09, 2018 4:32 pm
דורך טראכט א מינוט
ווען ס׳גייט זיין 5 גייט יעדער שטימען פאר די זעלבע

געשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 09, 2018 4:47 pm
דורך הער אויף
טראכט א מינוט האט געשריבן:
הער אויף האט געשריבן:
פרעה נכה האט געשריבן:
מקווה איד האט געשריבן:וואס איז מיט רולי דיקמאן?

מיין בעסטע סידי דעיס יאר

איך בין אויף איין פעידזש מיט מקווה איד און פרעה נכה ;l;p- ;l;p- ;l;p-

צוגעלייגט

שוין געשטימט קען נישט איבער שטימען

געשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 09, 2018 5:51 pm
דורך ממה נפשך
יעס! מאטי שטיינמעץ נומבער וואן
פרחי מיאמי
און אידיש נחת 3

(קינדער אלערט?)

געשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 09, 2018 5:55 pm
דורך בעל דמיון
האמער געשטמיט אזוי:
1) מאטי שטיינמעץ
2) שימי ענגל
3) מאטי אילאוויטש

בעצם וואלטעך געשטימט אהר'לע אנשטאט מאטי אילאוויטש אבער אזוי ווי ס'דא דארט איין ניגון וואס קומט פון נישט גוטע מקורות ודי האמער עס אויסגעלאזט. סארי!

געשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 09, 2018 6:10 pm
דורך נשמת השכל
.

געשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 09, 2018 6:10 pm
דורך נשמת השכל
.

געשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 09, 2018 6:58 pm
דורך משה ישר
בעל דמיון האט געשריבן:האמער געשטמיט אזוי:
1) מאטי שטיינמעץ
2) שימי ענגל
3) מאטי אילאוויטש
בעצם וואלטעך געשטימט אהר'לע אנשטאט מאטי אילאוויטש אבער אזוי ווי ס'דא דארט איין ניגון וואס קומט פון נישט גוטע מקורות ודי האמער עס אויסגעלאזט. סארי!

וועלכע ניגון?

געשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 09, 2018 7:05 pm
דורך מטעמים
מאטי שטיינמעץ
מאטי אילאוויטש
שוועקי

געשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 09, 2018 7:35 pm
דורך פארטראכטער
געשטימט פאר:

מאטי שטיינמעץ - א מייסטער סידי. וויפיל איך הער עס ווער איך נישט באארד דערפון.

מאטי אילאוויטש - א שטיק הארץ, און פאכמאנישקייט! ווי מער איך הער עס אויס ווער איך מער באליבט דערין.
ספעציעל ווער איך צודרייט פאר די גאונות פון 'בערל'.

שמואלי אונגאר - א שטיק פרישקייט און לעבן! יעדע ניגון איינס ביי איינס איז ווערט א 'שטימע' לכשעצמו.

ווען מען קען ווען שטימען פאר פינף וואלט איך צוגעלייגט, טוב לי, און אהרעלע.

געשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 09, 2018 8:26 pm
דורך הויכע פייפער
#1 איז פארשטייצעך מאטי! (כדלעיל )
#2 שלמה כהן – מצפים - גאר א שיינע סידי האט א זיסע שטימע מיט הערליכע ניגונים.
#3 אהרעלע, אין מילים!

געשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 09, 2018 11:10 pm
דורך וואסערפאל
איך האב געשטימט פאר:
אמונה 2,
כ'גלייך זייער זיינע סעלעקטירטע מעלאדיעס (אראביק סטייל מיט די 'גיטרה', אוי דאס א גיטאר), ער זונגט מיט זיינע תלמידים, סאליד, הארמאנייזן הערליך, גוט פראקטיצירט.

דודי קאליש - זאג שוין ווען
זונגט זייער הארציג, אבער צו די זעלבע צייט, מיט 'דרייסטקייט' (זייער א שטארקע קוואליפיקאציע פאר א שליח ציבור, ובעל מנגן בכללו)
אויטענטיש
לייגט דעם ריכטיגן ספייס (פיל-אין'ס) אויפן ריכטיגן ארט.
בכלל זיינע נומערן א שטייגער ווי 'כתפוח' 'מי יעלה' 'עננו' און אלע, זייער טיפ-זיניג א פארגעניגען צו הערן.

מאטי אילאוויטש
אויב דודי קאליש איז אביסל ווי א תובע א 'פועה' איז מאטי אילאוויטש ווי 'שפרה' נעמט דעם היינטיגן אומשטענד און שמועסט עס שיין אויס, ווי א מליץ, ווען ער זונגט ווארעם איז דאס 'תחנונים ידבר רש', ואלו ואלו זענען גוט.
זינגט אייגענארטיג אויטענטיש
אין יעדע ניגון האט ער אריינגעלייגט פיל 'מחשבה', קריעטיוויטי, און פיל מיט פאזעטיווטי
בכלל זונגט שיין און הארציג.

געשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 09, 2018 11:50 pm
דורך אסדר לסעודתא
אהר'לע
מאטי שטיינמעץ
מיכאל

בערי קומט אפשר פאר מיכאל, מ'קען אבער נישט פארגלייכן א קאלעקשין צו א ברענד נייע סידי

געשריבן: פרייטאג אוגוסט 10, 2018 12:57 pm
דורך eller
אונז האב מיר געשטימט אויף
1 מאטי שטיינמעטץ
2 נועם
3 אהרלע

אגב אידיש נחת 3 איז דאכט זיך א גאר ערענסטע דורכפאל סיי ס'איז נישט עפעס מוראדיג און סיי ס'איז ארויסגעקומען אין א צייט צוזאמען מיט מאטי אילאוויטש און דאכט זיך אויך אהרלע אדער א צווייטע.
וואס ביי די ערשטע 2 אידיש נחת האט עס געארבעט ביי מיר נאן סטאפ א לאנגע צייט האט דאס געארבעט אפשר א וואך.
און ווען איז ארויסגעקומען מרדכי'ס צעקה ? נישט דאס יאר ?

געשריבן: פרייטאג אוגוסט 10, 2018 1:07 pm
דורך Iphone
מען דארף ארויפלייגן חיים גאלד

געשריבן: פרייטאג אוגוסט 10, 2018 1:16 pm
דורך טראכט א מינוט
eller האט געשריבן:און ווען איז ארויסגעקומען מרדכי'ס צעקה ? נישט דאס יאר ?

ארויסגעקומען פאריאר תשע״ז