שיינע מעלאָדיעס פון ר' יעקב תלמוד ז"ל ותלמידיו

פארצייטישע נגינה, נוסח התפילה, מועדים וזמנים

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
סבלנות
שר חמש מאות
תגובות: 814
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 11, 2018 8:26 am
לאקאציע: עולם העשייה

Re: שיינע מעלאָדיעס פון ר' יעקב תלמוד ז"ל ותלמידיו

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סבלנות »

עס האלט שוין ביי 459 גוטע שיינע הערליכע גערער ניגונים (אהן מוזיק / מיט מוזיק / נאר מוזיק).

אנקעטע: 'ניגוני ר' יעקב תלמוד ז"ל ותלמידיו - מי ומי ההולכים?'

אשכול: 'די קלאסישע מוזיק ווינקל'

[email protected]
בית המשתה
שר חמש מאות
תגובות: 605
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 19, 2017 4:39 pm

Re: שיינע מעלאָדיעס פון ר' יעקב תלמוד ז"ל ותלמידיו

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בית המשתה »

סבלנות האט געשריבן:286. וואלס 'כי אנו עמך' תרצ"ח (תשמ"ז)
נאר מוזיק.

די מקור פין דעם וואלס:
287. Dolores Waltz - אמיל לוי ולדטויפל (Émile Lévy Waldteufel 1837-1915)
נאר מוזיק.

ווער פון גור האט עס אויפגעפיקט?

בית המשתה האט געשריבן:

מן הסתם די קאמעזיטער / ראש המשוררים ר' אלחנן קאמינער הי"ד.
עס האלט שוין ביי 459 גוטע שיינע הערליכע גערער ניגונים (אהן מוזיק / מיט מוזיק / נאר מוזיק).

אנקעטע: 'ניגוני ר' יעקב תלמוד ז"ל ותלמידיו - מי ומי ההולכים?'

אשכול: 'די קלאסישע מוזיק ווינקל'

[email protected]
בית המשתה
שר חמש מאות
תגובות: 605
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 19, 2017 4:39 pm

Re: שיינע מעלאָדיעס פון ר' יעקב תלמוד ז"ל ותלמידיו

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בית המשתה »

סבלנות האט געשריבן:
מן הסתם די קאמעזיטער / ראש המשוררים ר' אלחנן קאמינער הי"ד.

הערליכע מייסטערווערק!

כ'זעה ער האט געוואוסט וואס צו נעמען

אגב, וואס איז די ביגראפיע פון דעם ר' אלחנן?
לעצט פארראכטן דורך בית המשתה אום דאנערשטאג מאי 14, 2020 7:46 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
סבלנות
שר חמש מאות
תגובות: 814
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 11, 2018 8:26 am
לאקאציע: עולם העשייה

Re: שיינע מעלאָדיעס פון ר' יעקב תלמוד ז"ל ותלמידיו

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סבלנות »

בית המשתה האט געשריבן:
סבלנות האט געשריבן:
מן הסתם די קאמעזיטער / ראש המשוררים ר' אלחנן קאמינער הי"ד.

הערליכע מייסטערווערק!

כ'זעה ער האט געוואוסט וואס צו נעמען

אגב, וואס איז די ביגראפיע פון דעם ר' אלחנן? עפעס האב איך געהערט אז ער איז נעבעך גע'הרגט געווארן נאך אלס בחור

ארטיקל: קודמיו ועמיתיו
קוק אין די לעצטע בלאט, אפאר שורות וועגן אים.
עס האלט שוין ביי 459 גוטע שיינע הערליכע גערער ניגונים (אהן מוזיק / מיט מוזיק / נאר מוזיק).

אנקעטע: 'ניגוני ר' יעקב תלמוד ז"ל ותלמידיו - מי ומי ההולכים?'

אשכול: 'די קלאסישע מוזיק ווינקל'

[email protected]
בית המשתה
שר חמש מאות
תגובות: 605
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 19, 2017 4:39 pm

Re: שיינע מעלאָדיעס פון ר' יעקב תלמוד ז"ל ותלמידיו

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בית המשתה »

סבלנות האט געשריבן:
ארטיקל: קודמיו ועמיתיו
קוק אין די לעצטע בלאט, אפאר שורות וועגן אים.

גרויסן שכח!

בכלל א מורא'דיגע ארטיקל
אוועטאר
סבלנות
שר חמש מאות
תגובות: 814
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 11, 2018 8:26 am
לאקאציע: עולם העשייה

Re: שיינע מעלאָדיעס פון ר' יעקב תלמוד ז"ל ותלמידיו

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סבלנות »

פאַר מיר צו לייענען וועגן ר’ יעקב תלמוד איז פּונקט ווי איך וואָלט געלייענט די געשיכטע פון “בית אבא”, פון מיין פאָטער’ס הויז. ר’ יעקב תלמוד, וועלכע מבינים און ספּעציאליסטן אויף נגינה האָבן באַטראַכט אַלס דעם גרעסטן און וויכטיקסטן חסידישן קאמפּאזיטאר, האט פילע שבתים געגעסן די שבת-סעודות אין מיין פאָטער’ס הויז אין תל אביב, אָדער כאָטש בלויז “קידוש” געמאַכט, - צומאָל אַליין, און צומאָל מיט נאָך חסידים. ס’איז פאַר מיר שווער צו שילדערן די אַטמאָספערע פון “מעין עולם הבא” וואָס האָט געהערשט אַרום דעם טיש, און וואָס פאַראַ שטילקייט און יראת הכבוד עס האָט אַרומגענומען די אָנוועזנדע חסידים בעת ר’ יעקב תלמוד האָט אָנגעפאַנגען זינגען “ברוך ה’ יום יום”, מיט איינעם פון זיינע אייגענע ניגונים. ר’ יעקב תלמוד פלעגט אויך זייער אָפט דאַווענען אַלס בעל תפילה אין מיין פאָטער’ס גערער “שטיבל” אין תל אביב, און ווער עס האָט ניט געהערט ר’ יעקב תלמוד זאָגן “הלל” און זינגען די “אנא’ס”, האָט אין זיין לעבן ניט געהערט ווי מ’דאַרף זאָגן אַן אמת’ן “הלל”.

איך געדענק אויך ווי ביי “פארברענגענישן” אָדער ביי שמחות, האָבן מבינים אויף נגינה שטענדיק פּאָלעמיזירט צווישן זיך צי יעקב תלמוד’ס ניגון אויף “זכרנו” פון יאָר תש”י איז בעסער פונעם “זכרנו” ניגון פון יאָר תשט”ו, אָדער צי זיינ’ס אַ ניגון אויף “ויאתיו” פון תשי”ז, איז בעסער פונעם “ויאתיו” פון תשי”א, און אינמיטן האָט עמיצער געשריגן, און וואָס איז וועגן יעקב תלמוד’ס ניגון אויף “היה עם פיפיות” פון פאַר אַ יאָר? און אַן אַנדערער מבין ביים טיש האָט פּראָבירט איבערצייגן, אַז יענקל’ס מאַרש אויף “קדיש” פון יאָר תשי”ז איז אַן אויסנאַם פון אַ ניגון.

אין זיין פּריוואַטן און פאַמיליע-לעבן האָט ר’ יעקב תלמוד ניט געהאַט צופיל נחת. אַזוי ווי פילע אַנדערע גערער חסידים, וואָס האָבן עולה געווען קיין ארץ ישראל ביים אנפאנג פון די דרייסיקער יאָרן, און זיך באַזעצט אין תל אביב, האָט אויך ר’ יאַנקל תלמוד געהאָרעוועט זייער שווער אויף פּרנסה. ער איז געווען דער אייגנטימער פון אַ קליינער “מכבסה” - א וועשעריי אויף דער מזא”ה גאַס אין תל אביב. ער איז געשטאַנען אַ גאַנצן טאָג נעבן אַ פּרעס-מאַשין, און אַרויסגעצויגן אויסגעפּרעסטע ווייסע ליילעכער, און זיי צוזאַמענגעלייגט. בשעת מעשה האָט ר’ יעקב תלמוד זיך אונטערגעזונגען אַ ניגון, און מ’האָט ניט געקענט וויסן צי ער איז פיזיש פאַרטיפט אין זיין אַרבעט, אָדער גייסטיק “שפּאַצירט” ער אין “היכל הנגינה” ... איך געדענק אַז אַלס קינד איז מיר געווען שווער צו פאַרגלייכן און צופּאַסן צווישן יעקב תלמוד וואָס שטייט “כחום היום” און ציט אַרויס פון אַ מאַשין ליילעכער, מיט דעם ר’ יעקב תלמוד וואָס מיט עטלעכע וואָכן פריער, אין יום טוב שבועות, האָב איך אים געזען אין איבערגעפילטן גערער בית המדרש אין ירושלים, אָנפירן מיט אַ קאפּעלע ביים זינגען אַ נייעם ניגון אויף “אקדמות”.

מיט יאָרן שפּעטער האָט ר’ יעקב תלמוד באַקומען דעם אַמט פון “משגיח כשרות” אין גרויסן שפּיטאָל “אסף הרופא” ניט ווייט פון תל אביב, און איז געווען זייער פּאָפּולער און באַליבט, סיי צווישן די דאָקטוירים און סיי צווישן די קראַנקע.

איך האָב אַמאָל געזען ר’ יעקב תלמוד זיצן אויף אַ באַנק אויף דער ראָטשילד-גאַס אין תל אביב, אינגאַנצן פאַרטראַכט, ווי ער וואָלט זיך געפונען אויף אַן אַנדער וועלט. איך האָב באַמערקט ווי ער קלאַפּט מיט זיינע פינגער אויפן פּאַרענטש פון דער באַנק, און איך האָב פאַרשטאַנען, אַז ער האַלט אינמיטן מחבר זיין אַ נייעם ניגון. איך האָב אים ניט געוואָלט שטערן, און אויך ניט געוואָלט אַז ער זאָל באַמערקן אַז איך האָב אים געזען אין אַזאַ “היפּנאָטיזירטן” מצב. איך האָב שנעל אָנגעפאַנגען פאַרלאָזן דעם אָרט, אָבער ר’ יעקב האָט מיר דערזען, און איך האָב זיך געמוזט אַוועקזעצן נעבן אים און אויסהערן זיינע זכרונות פונעם גערער רבי’ן בעל “אמרי אמת” זצ”ל.

ר’ יעקב תלמוד האָט ניט געקענט שרייבן נאָטן, און ער פלעגט לאָזן הערן זיינ’ס אַ נייעם ניגון פאַר איינעם וואָס האָט דעם ניגון “איבערגעזעצט” אויף נאָטן. אָבער ר’ יעקב תלמוד האָט געהאַט אַ געוואַלדיקע מוזיקאַלישע שמיעה, און האָט שטאַרק מקפּיד געווען, אַז מ’זאָל דעם ניגון זינגען גענוי ווי ער האָט אים פאַרפאַסט. אַז אָך און אַז וויי איז געווען אויב איינער פון דער קאַפּעלע, אָדער סתם אַ בעל תפילה, האָט געפעלשט אַ “תנועה” אין זיינעם אַ ניגון.

שלמה שמיר (שווירץ)
עס האלט שוין ביי 459 גוטע שיינע הערליכע גערער ניגונים (אהן מוזיק / מיט מוזיק / נאר מוזיק).

אנקעטע: 'ניגוני ר' יעקב תלמוד ז"ל ותלמידיו - מי ומי ההולכים?'

אשכול: 'די קלאסישע מוזיק ווינקל'

[email protected]
אוועטאר
סבלנות
שר חמש מאות
תגובות: 814
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 11, 2018 8:26 am
לאקאציע: עולם העשייה

Re: שיינע מעלאָדיעס פון ר' יעקב תלמוד ז"ל ותלמידיו

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סבלנות »

290. אנא ד' תשי"ט
סאלא זינגער.
עס האלט שוין ביי 459 גוטע שיינע הערליכע גערער ניגונים (אהן מוזיק / מיט מוזיק / נאר מוזיק).

אנקעטע: 'ניגוני ר' יעקב תלמוד ז"ל ותלמידיו - מי ומי ההולכים?'

אשכול: 'די קלאסישע מוזיק ווינקל'

[email protected]
שארפשטיין
שר מאה
תגובות: 128
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 31, 2019 2:38 pm

Re: שיינע מעלאָדיעס פון ר' יעקב תלמוד ז"ל ותלמידיו

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שארפשטיין »

יישר כח פאר די הערליכע ניגון! דע ניגון האט ביידע מעלות, עס איז שיין אזוי ווי סי פאסט פאר א ניגון פון רבי יענקל ע''ה, און עס ווערט געזינגען דארעך א שיינע בעל מנגן!
זעירא
שר חמישים ומאתים
תגובות: 435
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 14, 2019 3:01 pm

Re: שיינע מעלאָדיעס פון ר' יעקב תלמוד ז"ל ותלמידיו

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זעירא »

אפאר 'אקדמות' לכבוד שבועות?
אן קיין מוזיק ש'טייטזיך.
בית המשתה
שר חמש מאות
תגובות: 605
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 19, 2017 4:39 pm

Re: שיינע מעלאָדיעס פון ר' יעקב תלמוד ז"ל ותלמידיו

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בית המשתה »

זעירא האט געשריבן:אפאר 'אקדמות' לכבוד שבועות?
אן קיין מוזיק ש'טייטזיך.

הרב סבלנות האט דאכציך שוין ארויפגעברענגט א הערליכע ניגון אקדמות תרע"ט פון ר' ישראל סבינר הי"ד געשפילט דורך א קיבארד, בין איך נייגעריג אויב עמיצער זינגט עס מיט'ן שטימע
אוועטאר
סבלנות
שר חמש מאות
תגובות: 814
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 11, 2018 8:26 am
לאקאציע: עולם העשייה

Re: שיינע מעלאָדיעס פון ר' יעקב תלמוד ז"ל ותלמידיו

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סבלנות »

זעירא האט געשריבן:אפאר 'אקדמות' לכבוד שבועות?
אן קיין מוזיק ש'טייטזיך.

1. אקדמות תש"י
2. אקדמות תשי"א
3. אקדמות תשכ"ב
4. אקדמות תשכ"ג
עס האלט שוין ביי 459 גוטע שיינע הערליכע גערער ניגונים (אהן מוזיק / מיט מוזיק / נאר מוזיק).

אנקעטע: 'ניגוני ר' יעקב תלמוד ז"ל ותלמידיו - מי ומי ההולכים?'

אשכול: 'די קלאסישע מוזיק ווינקל'

[email protected]
זעירא
שר חמישים ומאתים
תגובות: 435
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 14, 2019 3:01 pm

Re: שיינע מעלאָדיעס פון ר' יעקב תלמוד ז"ל ותלמידיו

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זעירא »

יש"כ ר' סבלנות.
(מיין פילטער האט דארכגעלאזט נאר כ"ב אין כ"ג, אבער זיי זענען גענוג שיין...)
אוועטאר
נו גוט נו שוין
שר עשרת אלפים
תגובות: 12231
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 07, 2018 12:33 pm

Re: שיינע מעלאָדיעס פון ר' יעקב תלמוד ז"ל ותלמידיו

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נו גוט נו שוין »

וואלט געווען מעגליך צוזאמען נעמען אלע ניגונים וואס זענען שוין דא, אויף איין פלאץ?
אוועטאר
סבלנות
שר חמש מאות
תגובות: 814
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 11, 2018 8:26 am
לאקאציע: עולם העשייה

Re: שיינע מעלאָדיעס פון ר' יעקב תלמוד ז"ל ותלמידיו

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סבלנות »

נו גוט נו שוין האט געשריבן:וואלט געווען מעגליך צוזאמען נעמען אלע ניגונים וואס זענען שוין דא, אויף איין פלאץ?

בעז"ה ווען מוועט האלטן ביי דער זיבן הונדערטער ניגון איך וועל מטפל זיין אין דעם, בלנ"ד :smile:
עס האלט שוין ביי 459 גוטע שיינע הערליכע גערער ניגונים (אהן מוזיק / מיט מוזיק / נאר מוזיק).

אנקעטע: 'ניגוני ר' יעקב תלמוד ז"ל ותלמידיו - מי ומי ההולכים?'

אשכול: 'די קלאסישע מוזיק ווינקל'

[email protected]
שארפשטיין
שר מאה
תגובות: 128
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 31, 2019 2:38 pm

Re: שיינע מעלאָדיעס פון ר' יעקב תלמוד ז"ל ותלמידיו

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שארפשטיין »

דאס איז גוטע נייעס! אז מען רעד פון 700 ניגונים! א יישר כח פון פאראויס!
אוועטאר
סבלנות
שר חמש מאות
תגובות: 814
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 11, 2018 8:26 am
לאקאציע: עולם העשייה

Re: שיינע מעלאָדיעס פון ר' יעקב תלמוד ז"ל ותלמידיו

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סבלנות »

עס האלט שוין ביי 459 גוטע שיינע הערליכע גערער ניגונים (אהן מוזיק / מיט מוזיק / נאר מוזיק).

אנקעטע: 'ניגוני ר' יעקב תלמוד ז"ל ותלמידיו - מי ומי ההולכים?'

אשכול: 'די קלאסישע מוזיק ווינקל'

[email protected]
שארפשטיין
שר מאה
תגובות: 128
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 31, 2019 2:38 pm

Re: שיינע מעלאָדיעס פון ר' יעקב תלמוד ז"ל ותלמידיו

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שארפשטיין »

אינו דומה, מקען נישט פארגלייכן א יישר כח, א געפיל פון דאנקבארקייט וואס מען האט די ערשטע מעניט, ווען מען זעהט אז רבי סבלנות האט זיך מרחם געווען אויף אונזערע ציברוכענע הערצער אין אונז מזכה געווען מיט א אומבאקאנטן ווארעמע ניגון פון רבי יענקל ע''ה.

אבער ווי קומט עס צו די געוואלדיגע הכרת הטוב און צו די געשריי פון טיפן הארצן (אזוי ווי עס שטייט אין פסוק "וענית ואמרת" זאגט רש''י זה הרמת קול שאניך כפוי טובה און ווי די בית ישראל זי''ע איז מסביר אז ווען מען זאגט יישר כח דארף עס זיין מיט די זעלבע קולות ווי ווען מען בעיט עפעס) מיט א יישר כח אויף דעם זעלבן ניגון וואס איך פארשטיי יעצט, עס איז נישט מער קיין חידה סתומה, איך קען עס נאך נישט זינגען דעי וואך פארן עמוד, אבער איך הייב אן צו פארשטיין פון וואס מען רעט.

איך האב צו געהערט צו דעם ניגון בלי גוזמא, פיפציג מאל, אוי ווי שיין, אוי ווי לעכטיג!

רבונו של עולם, געב פון דיינע אוצרות פאר רעב גלילוני, אלעס וואס ער דארף, דו ווייזט דאך וואס ער דארף, און די ווייסט אויך ווער ער איז.

מנשה שארפשטיין
אוועטאר
סבלנות
שר חמש מאות
תגובות: 814
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 11, 2018 8:26 am
לאקאציע: עולם העשייה

Re: שיינע מעלאָדיעס פון ר' יעקב תלמוד ז"ל ותלמידיו

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סבלנות »

אמן, א גרויסע דאנק, ס'איז ממש דברים היוצאים מן הלב.

אגב, אויף וועלעכע ניגון מיינסטו?
עס האלט שוין ביי 459 גוטע שיינע הערליכע גערער ניגונים (אהן מוזיק / מיט מוזיק / נאר מוזיק).

אנקעטע: 'ניגוני ר' יעקב תלמוד ז"ל ותלמידיו - מי ומי ההולכים?'

אשכול: 'די קלאסישע מוזיק ווינקל'

[email protected]
אוועטאר
סבלנות
שר חמש מאות
תגובות: 814
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 11, 2018 8:26 am
לאקאציע: עולם העשייה

Re: שיינע מעלאָדיעס פון ר' יעקב תלמוד ז"ל ותלמידיו

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סבלנות »

עס האלט שוין ביי 459 גוטע שיינע הערליכע גערער ניגונים (אהן מוזיק / מיט מוזיק / נאר מוזיק).

אנקעטע: 'ניגוני ר' יעקב תלמוד ז"ל ותלמידיו - מי ומי ההולכים?'

אשכול: 'די קלאסישע מוזיק ווינקל'

[email protected]
שארפשטיין
שר מאה
תגובות: 128
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 31, 2019 2:38 pm

Re: שיינע מעלאָדיעס פון ר' יעקב תלמוד ז"ל ותלמידיו

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שארפשטיין »

סבלנות האט געשריבן:אמן, א גרויסע דאנק, ס'איז ממש דברים היוצאים מן הלב.

אגב, אויף וועלעכע ניגון מיינסטו?

אנא השם תשי''ט
אוועטאר
סבלנות
שר חמש מאות
תגובות: 814
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 11, 2018 8:26 am
לאקאציע: עולם העשייה

Re: שיינע מעלאָדיעס פון ר' יעקב תלמוד ז"ל ותלמידיו

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סבלנות »

293. היה עם פיפיות תשל"ב - ר' אריה גולדקנופף ז"ל
אהן מוזיק.

אפאר ווערטער אויף דעם ניגון ובכלל, אזוי ווי מ'זאגט "כדי שלא להשאיר הנייר חלק":

ערשטער פאל (01:34-00:02)

"הֱיֵה עִם פִּיפִיּוֹת שְׁלוּחֵי עַמְּךָ בֵּית יִשְׂרָאֵל".

1. פתיחה - רעטשיטאטיוו (00:02-00:37): "היה".
2. 'אנדאנטע' (00:38-01:04): "עם פיפיות".
3. פינאל – רעטשיטאטיוו (01:05-01:34) "שלוחי עמך בית ישראל".
________________________________________
צווייטער פאל (03:14-01:35)

הָעוֹמְדִים לְבַקֵּשׁ תְּפִלָּה וְתַחֲנוּנִים מִלְּפָנֶיךָ עַל עַמְּךָ בֵּית יִשְׂרָאֵל.

1.א קארצע פתיחה (01:54-01:35): רעטשיטאטיוו (א וואריאציע פון די נושא פון די ערשטער פאל).
2. 'אנדאנטע' צוויי מאל (02:42-01:55): "העומדים לבקש תפילה ותחנונים מלפניך".
3. פינאל (03:14-02:42): "על עמך בית ישראל".
________________________________________
דריטער פאל (04:41-03:15) 'ליריש'

הוֹרֵם מַה שֶּׁיֹּאמְרוּ הֲבִינֵם מַה שֶּׁיְּדַבֵּרוּ הֲשִׁיבֵם מַה שֶּׁיִּשְׁאֲלוּ יַדְּעֵם איךְ יְפָאֵרוּ.

1. נושא א' 'אנדענטע' (04:14-03:15): "הורם מה שאמרו... השיבם מה ישאלו".
2. פינאל (04:41-04:15): "ידעם איך יפארו".
________________________________________
פערדע פאל (06:53-04:42) ליריש / פאסטאראליש

בְּאוֹר פָּנֶיךָ יְהַלֵּכוּן בֶּרֶךְ לְךָ יִכְרְעוּן, עַמְּךָ בְּפִיהֶם יְבָרְכוּן וּמִבִּרְכוֹת פִּיךָ כֻּלָּם יִתְבָּרְכוּן, עַמְּךָ לְפָנֶיךָ יַעֲבִירוּן וְהֵם בַּתָּוֶךְ יַעֲבוֹרוּן, עֵינֵי עַמְּךָ בָּם תְּלוּיוֹת וְעֵינֵיהֶם לְךָ מְיַחֲלוֹת.

1. 'אלאגרא' צווי מאל (06:39-04:42): באור פניך יהלכון... עיני עמך בם תלויות".
2. פינאל (06:53-06:40): "ועיניהם לך מיחלות"
________________________________________
פיפטע פאל (09:07-06:55) דראמטיש

גָּשִׁים מוּל אֲרוֹן הַקֹּדֶשׁ באימה לְשַׁכֵּךְ כַּעַס וְחֵימָה וְעַמְּךָ מַסְבִּיבִים אוֹתָם כַּחוֹמָה וְאַתָּה מִן הַשָּׁמַיִם תַּשְׁגִּיחַ אוֹתָם לְרַחֵמָה.

1. פתיחה 'רעטשיטאטיוו': חלק א' (06:55-07:46): "גשים מול ארון הקודש באימה". חלק ב' (07:47-08:09): "לשכך כעס וחימה".
2. מיטלסטע נושא 'ליריש' (08:09-08:38): "ועמך מסביבים אותם כחומה".
3. פינאל (08:38-09:07): "ואתה מן השמים תשגיח אותם לרחמה".
________________________________________
זעקסטע פאל (10:42-09:08) פריילעך

עַיִן נוֹשְׂאִים לְךָ לַשָּׁמַיִם, לֵב שׁוֹפְכִים נִכְחֲךָ כַּמַּיִם, וְאַתָּה תִשְׁמַע מִן הַשָּׁמָיִם.

1. 'אלעגרא' (09:45-09:08): "עין נושאים לך לשמים".
2. 'אנדאנטע' (10:20-09:46): "לב שופכים נכחך כמים".
3. 'אלעגרא' (10:29-10:21): צוריק צו די נושא פון נאמער איינס.
4. פינאל (10:42-10:30): "ואתה תשמע מן השמים".
עס האלט שוין ביי 459 גוטע שיינע הערליכע גערער ניגונים (אהן מוזיק / מיט מוזיק / נאר מוזיק).

אנקעטע: 'ניגוני ר' יעקב תלמוד ז"ל ותלמידיו - מי ומי ההולכים?'

אשכול: 'די קלאסישע מוזיק ווינקל'

[email protected]
אוועטאר
מצב כללי
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4759
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 18, 2013 7:09 pm

Re: שיינע מעלאָדיעס פון ר' יעקב תלמוד ז"ל ותלמידיו

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מצב כללי »

הערליכע ניגון יישר כח
אוועטאר
סבלנות
שר חמש מאות
תגובות: 814
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 11, 2018 8:26 am
לאקאציע: עולם העשייה

Re: שיינע מעלאָדיעס פון ר' יעקב תלמוד ז"ל ותלמידיו

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סבלנות »

294. ויאתיו תשי"ג
מיט מוזיק.
עס האלט שוין ביי 459 גוטע שיינע הערליכע גערער ניגונים (אהן מוזיק / מיט מוזיק / נאר מוזיק).

אנקעטע: 'ניגוני ר' יעקב תלמוד ז"ל ותלמידיו - מי ומי ההולכים?'

אשכול: 'די קלאסישע מוזיק ווינקל'

[email protected]
אוועטאר
סבלנות
שר חמש מאות
תגובות: 814
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 11, 2018 8:26 am
לאקאציע: עולם העשייה

Re: שיינע מעלאָדיעס פון ר' יעקב תלמוד ז"ל ותלמידיו

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סבלנות »

295. היה עם פיפיות תרצ"א
שטוב קיאברד.
עס האלט שוין ביי 459 גוטע שיינע הערליכע גערער ניגונים (אהן מוזיק / מיט מוזיק / נאר מוזיק).

אנקעטע: 'ניגוני ר' יעקב תלמוד ז"ל ותלמידיו - מי ומי ההולכים?'

אשכול: 'די קלאסישע מוזיק ווינקל'

[email protected]
שרייב תגובה

צוריק צו “שירי קודש”