בלאט 1 פון 1

ערליך מוזיק שטעלט פאר נאך איינס... "דער סלונימער חסיד"

געשריבן: פרייטאג יאנואר 19, 2018 2:25 pm
דורך ערליך מוזיק
אזוי ווי מיר האבן שוין לאנג נישט אהער געשטעלט קיין נייע איבערגעמאכטע ניגונים פון ר' יו"ט ערליך זצ"ל,
און מיר ווילן נישט אז דער עולם זאל מיינען אז די ארבייט האט זיך אפגעשטעלט.

ברענגן מיר דא אהער נאך א ניגון וואס מיר האבן שוין לאנג אנגעגרייט, על אף עס איז נישט אינגאנצן פארטיג.

"דער סלונימער חסיד"

https://www.dropbox.com/s/9qzlc8h98ee6a ... d.mp4?dl=0

https://jumbomail.me/j/KXG8bUk2eUuveW7

ישמעו ענוים וישמחו!

עס איז דא צו זעהן, און צו הערן...

צו זעהן וועגען די פריערדיגע ניגונים,
viewtopic.php?f=18&t=27506&hilit=%D7%90%D7%95%D7%99+%D7%92%D7%9C%D7%95%D7%AA&start=50


אויך דא,

viewtopic.php?f=18&t=26145&hilit=%D7%A1%D7%90%D7%9E%D7%90%D7%A8%D7%A7%D7%90%D7%A0%D7%93

געשריבן: פרייטאג יאנואר 19, 2018 2:38 pm
דורך ל. שווימער
גאר שיין!

געשריבן: פרייטאג יאנואר 19, 2018 2:44 pm
דורך בענקעל
א הערליכע ארבעט. מיר האלטן שוין מיט אייער סליידס פון פריער. ווי וואונדערליך, איך האב פונקט די וואך געטראכט פון די פריערדיגע "ערליך מוזיק" פראיעקטן.

געשריבן: פרייטאג יאנואר 19, 2018 3:30 pm
דורך אויבער-חכם
הערליך שיין!!
פאר דער וואס וויל דראפבאקס, דא האט איר

געשריבן: פרייטאג יאנואר 19, 2018 4:16 pm
דורך בילדער
זייער הנאה געהאט

געשריבן: מוצ"ש יאנואר 20, 2018 9:20 pm
דורך קברנה סובניון
זייער א שיינע ארבעט
און א מורא'דיגע מוסר השכל

געשריבן: מוצ"ש יאנואר 20, 2018 11:15 pm
דורך חושב מחשבות...
זייער א שיינע ארבעט!

דער וואס זינגט איז בייארבעט ר' יו'''ט'ס קול? אדער א צווייטער מאכט איהם נאך?

געשריבן: מוצ"ש יאנואר 20, 2018 11:26 pm
דורך ערליך מוזיק
חושב מחשבות... האט געשריבן:זייער א שיינע ארבעט!

דער וואס זינגט איז בייארבעט ר' יו'''ט'ס קול? אדער א צווייטער מאכט איהם נאך?


דער וואס זינגט איז דער זעלבע וואס האט געזינגן אויף די צוויי אנדערע נגונים וואס "ערליך מוזיק" האט ארויסגעגעבן.
ווי איהר קענט זעהן די אויבערדערמאנטע אשכולות...

אז איהר פרעגט דו שאלה, האט איהר באמת געמיינט אז דאס איז ר' יו"ט?
צו איהר האט נישט קיין סאך געהערט ר' יו"ט ז"ל?

געשריבן: מוצ"ש יאנואר 20, 2018 11:28 pm
דורך חושב מחשבות...
יא באמת געמיינט, איך האב איהם נישט צופיל געהערט לעצטנס, געטראכט אפשר אביסעל בארבעט זיין קול..

עניוועי, שכח!

געשריבן: מוצ"ש יאנואר 20, 2018 11:54 pm
דורך סארקאזי
הערליך, זייער מרגש, מקען שפירען דעם אור פון ר' יום טוב ערליך
זיין זינגען ענדעלט אביסל צו דודו פישער (נישט זיין שטימע אבער די געדאנק)
חזקו ואמצו כ'קען קום ווארטען

געשריבן: דינסטאג יאנואר 23, 2018 12:32 pm
דורך ערליך מוזיק
סארקאזי האט געשריבן:הערליך, זייער מרגש, מקען שפירען דעם אור פון ר' יום טוב ערליך
זיין זינגען ענדעלט אביסל צו דודו פישער (נישט זיין שטימע אבער די געדאנק)
חזקו ואמצו כ'קען קום ווארטען



עס איז געווען א גרויסע רעדע איבער דעם זינגער און די אויבערדעמאנטער אשכולות,

זעה :
viewtopic.php?f=18&t=26145&hilit=%D7%A1%D7%90%D7%9E%D7%90%D7%A8%D7%A7%D7%90%D7%A0%D7%93

מיר זענען נישט באקאנט מיט דעם דודו פישער, איז דאס א גוטער זאך אבער נישט?

געשריבן: דינסטאג יאנואר 23, 2018 1:02 pm
דורך פריילעך אידל
שיינע ארבעט!
וואלט אפשר געווען א קלער צו מאכן אן אלבום פון די לידער, אזוי אז פון דעם געלט וואס קומט פון פארקויפן זאל מען קענען ארויסגעבן נאך און נאך פון די סחורה?...
אין דער היינטיגן עולם המוזיק-שקר פעלט שטארק אויס אביסל ערליכ"ע מוזיק!
תחזקנה ידיכם!

געשריבן: דינסטאג יאנואר 23, 2018 3:47 pm
דורך סידיראם
אז מען מאכט שוין, פארוואס זאל דער זינגער נישט זינגען אויף די היינטיגע אידיש אקצענט, מען האט זיך געניג געפלאגט צו פארשטיין ר' יום טוב ערליך, יעצט אז מען מאכט דאס שוין איבער וואלט מען דאס געדארפט מאכן, עס זאל זיין גאר גרינג צו פארשטיין

געשריבן: דינסטאג יאנואר 23, 2018 3:54 pm
דורך קאזאבלאנקא
סידיראם האט געשריבן:אז מען מאכט שוין, פארוואס זאל דער זינגער נישט זינגען אויף די היינטיגע אידיש אקצענט, מען האט זיך געניג געפלאגט צו פארשטיין ר' יום טוב ערליך, יעצט אז מען מאכט דאס שוין איבער וואלט מען דאס געדארפט מאכן, עס זאל זיין גאר גרינג צו פארשטיין


אין היינטיגן אקצענט פעלט דער חן, מען דארף נאר צולייגן א ביכל מיט די ווערטער

געשריבן: דינסטאג יאנואר 23, 2018 4:00 pm
דורך סידיראם
נאך אן הערה, די פיקטשער'ס האט זיך עפעס נישט צוזאמגעשטעלט אין מיין קאפ מיט די ווערטער, ווען איך הער אז דער חסיד איז פרייליך, זעה איך א אינגל שמייכלען, ווען איך הער אז דער רבי האט געווינטשן זעה איך א פיקטשער פון סאטמאר רב, עס איז שיינע בילדער און א שיינע ליד, אבער אין מיין קאפ שטעלט דאס זיך עפעס נישט צוזאם.

געשריבן: דינסטאג יאנואר 23, 2018 8:19 pm
דורך ערליך מוזיק
פריילעך אידל האט געשריבן:שיינע ארבעט!
וואלט אפשר געווען א קלער צו מאכן אן אלבום פון די לידער, אזוי אז פון דעם געלט וואס קומט פון פארקויפן זאל מען קענען ארויסגעבן נאך און נאך פון די סחורה?...
אין דער היינטיגן עולם המוזיק-שקר פעלט שטארק אויס אביסל ערליכ"ע מוזיק!
תחזקנה ידיכם!


יא, דאס איז די פלאן, אויב האט איהר געליינט די פריערדיגע אשכולות.

מיר האבן נאך אפאר ניגונים "רעדי טא גא" אבער מיר האבן נאך נישט 10,
וואס מיר פיל'ן אז עס פעלט זיך אויס מענטשן זאלן זיין גרייט צו באצאלן עפעס דערפאר.

א שאד אז עס גייט אזוי שטייט די ארבייט, אלעס וועגן כסף מנלן.

געשריבן: מאנטאג יאנואר 29, 2018 5:24 pm
דורך manyh
יישר כח. מיר באלעקן זיך די פינגער.

געשריבן: דינסטאג יאנואר 30, 2018 4:58 pm
דורך פאראינטערסירט
manyh האט געשריבן:יישר כח. מיר באלעקן זיך די פינגער.

געשריבן: דאנערשטאג אפריל 26, 2018 11:44 pm
דורך הרבטייטעלבוים
יישר כח