בלאט 2 פון 30

געשריבן: מאנטאג ינואר 15, 2018 4:31 pm
דורך ישראלי
אויב עס וועט זיין שיין ווי די פריערדיגע, ס'וועט זיין שיין...

געשריבן: מאנטאג ינואר 15, 2018 11:51 pm
דורך ס'רעגענט ס'גיסט
אינאם קולמע-וואסער וועכענטליכע שפאציר אינעם עולם הנגינה האמער דעי וואך ר' חיים איצקאוויטש מיט פלענער צום קומענדיגן שפיל #הערט אין האט הנאה

געשריבן: מאנטאג ינואר 15, 2018 11:54 pm
דורך ערליכע בחור
בארואיגט-אייך האט געשריבן:
מילין_יקירין האט געשריבן:מ׳האמיר אים דא לייוו אין גלאובערס,
איר ברויכט א סוט? מיט א וויץ אינדזייט? יוסי איז דא פאר אייך!
ער איז געהעריג אינעם סטעף, יעדער קען סטאפן מיט אלע נאן סענס.
עס קומט א מכטיגע שפיל בעזר השם.

איינער מיט נאך פראגעס פאר איך גיי?


(גענומען מיט רשות)

געלערנט אין גבוה סאטמאר ק"י?


מען האט נאר געקענט פרעגן ווען הרב מילין_יקירין איז געווען אין גלויבער'ס, יעמט איז שוין נישט אינטערעסאנט.

געשריבן: דינסטאג ינואר 16, 2018 5:05 pm
דורך אלץ ווייזער
אויפן בליק זעט אויס ווי עס איז נאר דא די 2 3 עקטערס
איז דא איינער חוץ דער אינדיג?
די אנדערע קענען דען נישט עפעס אהערשטעלן?
אויב קומט ער זיכער נישט גייט איר נישט צום שפיל?

געשריבן: דינסטאג ינואר 16, 2018 5:09 pm
דורך טעם וריח
פארוואס פעלט די ענטאזיאזם פון ציבור וואס איז דא ביי אנדערע? זיי מאכן גאר הערליכע פראפעסינאלע פליעס, חידושים און איידיעס, כמיין זיי מוזן אויפנעמען א בעסערע מארקעטער.

געשריבן: דינסטאג ינואר 16, 2018 5:21 pm
דורך אלץ ווייזער
איך האב נישט אזוי מורא מען וועט זיך נישט רירן דארט אפילו מיט די מארקעטער און אפילו אן יוסי אינדיג

געשריבן: דינסטאג ינואר 16, 2018 5:30 pm
דורך פרעה נכה
איך פארשטיי נישט זיי האבן אזוי פיל גוטע עקטערס, פארוואס רעדט קיינער פון זיי, מושי ווייס און ירמי' טעסלער, איינער ווייסט אויב זיי גייען עקטען?

געשריבן: מיטוואך ינואר 17, 2018 8:16 am
דורך א גולם
אויף קול מבשר איז דא א אינטערוויא מיא ר חיים איצקאוויטש, אגב בינעך געוואר געווארן אז דער בעל האינטערוויא ר וועלוול שמעלצער איז די סטע'ג מענירדזשער ביי זייערע פלעיס

געשריבן: מיטוואך ינואר 17, 2018 8:31 am
דורך שמערלער
א גולם האט געשריבן:אויף קול מבשר איז דא א אינטערוויא מיא ר חיים איצקאוויטש, אגב בינעך געוואר געווארן אז דער בעל האינטערוויא ר וועלוול שמעלצער איז די סטע'ג מענירדזשער ביי זייערע פלעיס

פאריגע פלעי איז ער געווען אינטערזאגער

געשריבן: מיטוואך ינואר 17, 2018 11:54 am
דורך רעכטע האנט
טעם וריח האט געשריבן:פארוואס פעלט די ענטאזיאזם פון ציבור וואס איז דא ביי אנדערע? זיי מאכן גאר הערליכע פראפעסינאלע פליעס, חידושים און איידיעס, כמיין זיי מוזן אויפנעמען א בעסערע מארקעטער.


עפעס גייט פאר אז זיי האבן זיך נישט געהעריג אדוועטייסט ?
פארוואס האבן זיי נישט געמאלדן אויף סאושל מידיע אז זיי מאכן א פלעי אזוי ווי די לעצטע פאר פלעיס נאר זיי שיקן יעדעם קיקן און די בליק

געשריבן: מיטוואך ינואר 17, 2018 3:04 pm
דורך פרעה נכה
און וואס טוט זיך מיט יואלי לעבאוויטש און פינטעל זיי האבן אסאך גוטע, נו וועם נעמען זיי צוריק דאס יאר?

געשריבן: מיטוואך ינואר 17, 2018 4:19 pm
דורך אלץ ווייזער
זיי נעמען צוריק יעדעם חוץ יוסי ווייסט מען נאכנישט
סא אפילו אינדיג וועט נישט דארט זיין וועט מען עס ניטאמאל פילן..

געשריבן: דאנארשטאג ינואר 18, 2018 8:23 am
דורך גרינע
דער בחור שימי וועבערמאן גייט זיין?

געשריבן: דאנארשטאג ינואר 18, 2018 10:14 am
דורך גרינע
אלץ ווייזער האט געשריבן:זיי נעמען צוריק יעדעם חוץ יוסי ווייסט מען נאכנישט
סא אפילו אינדיג וועט נישט דארט זיין וועט מען עס ניטאמאל פילן..

מאי שנא רישא דקרי לי'ה 'יוסי' וסיפא דקרי 'אינדיג'?

געשריבן: דאנארשטאג ינואר 18, 2018 12:04 pm
דורך יוראפ
מילין_יקירין האט געשריבן:מ׳האמיר אים דא לייוו אין גלאובערס,
איר ברויכט א סוט? מיט א וויץ אינדזייט? יוסי איז דא פאר אייך!
ער איז געהעריג אינעם סטעף, יעדער קען סטאפן מיט אלע נאן סענס.
עס קומט א מכטיגע שפיל בעזר השם.

איינער מיט נאך פראגעס פאר איך גיי?


(גענומען מיט רשות)

יא שפיל נישט שפיל צו גלאובערס לוינט זיך זיכער צו גיין נאר פאר אים אליין

געשריבן: דאנארשטאג ינואר 18, 2018 3:11 pm
דורך שלום פריעד
גרינע האט געשריבן:דער בחור שימי וועבערמאן גייט זיין?

ניין. אויף דער אויבעןדערמאנטע אינטערוויוא מיט ר' חיים'ן זאגט ער דארט אז דער טאלאנטפולע אקטיאר שימי וועבערמאן גייט נישט זיין אויפן קומעדיגן שפיל. און מעלדט אז זיי האבן שוין א חשוב טאלאנפולער אינגעל וואס זאל באשיינען דעם היי יאריגן שפיל.

געשריבן: דאנארשטאג ינואר 18, 2018 9:07 pm
דורך נישט קיין רעדנער
שלום פריעד האט געשריבן:
גרינע האט געשריבן:דער בחור שימי וועבערמאן גייט זיין?

ניין. אויף דער אויבעןדערמאנטע אינטערוויוא מיט ר' חיים'ן זאגט ער דארט אז דער טאלאנטפולע אקטיאר שימי וועבערמאן גייט נישט זיין אויפן קומעדיגן שפיל. און מעלדט אז זיי האבן שוין א חשוב טאלאנפולער אינגעל וואס זאל באשיינען דעם היי יאריגן שפיל.

איך האב פארשטאנען און אויך שוין לאנג געהערט פון א קראנטע מקור אז שימי גייט יא עקטען דאס יאר!

געשריבן: פרייטאג ינואר 19, 2018 1:50 am
דורך אזוי וויל איך
נישט קיין רעדנער האט געשריבן:
שלום פריעד האט געשריבן:
גרינע האט געשריבן:דער בחור שימי וועבערמאן גייט זיין?

ניין. אויף דער אויבעןדערמאנטע אינטערוויוא מיט ר' חיים'ן זאגט ער דארט אז דער טאלאנטפולע אקטיאר שימי וועבערמאן גייט נישט זיין אויפן קומעדיגן שפיל. און מעלדט אז זיי האבן שוין א חשוב טאלאנפולער אינגעל וואס זאל באשיינען דעם היי יאריגן שפיל.

איך האב פארשטאנען און אויך שוין לאנג געהערט פון א קראנטע מקור אז שימי גייט יא עקטען דאס יאר!

אין איך האב געהערט גאר קראנט אז יוסי אינדיג גייט יא עקטען

געשריבן: פרייטאג ינואר 19, 2018 7:02 am
דורך דונש
נאך איינער האט עפעס געהערט גאר קראנט? קומטס אריין קלאר...........

געשריבן: פרייטאג ינואר 19, 2018 8:11 am
דורך גרינע
וואס טוט זיך מיט יואלי לעבאוויטש און חיים מאשקאוויטש גייען זיי זיין אויפן פלעי?

געשריבן: פרייטאג ינואר 19, 2018 3:31 pm
דורך פארטראכטער
געהערט אז חיים מאשקאוויטש גייט עקטן, און דאכט זיך אז ער גייט אפילו מאכן די ווידיא.
ארי אבראמאוויטש גייט אוודאי אויך עקטן, און פונקט ווי לעצטע מאל איז ער די סקריפט שרייבער צוזאמען מיט חיים איצקאוויטש אליין.

געשריבן: זונטאג ינואר 21, 2018 12:07 pm
דורך מילין_יקירין
א מיסטעיק דאס וואס מענטשן ערווארטן פון עפיק די זעלבע ווי אינטערן.
אינטערן טוישט נישט קיין עקטארס סתם אזוי, און יעדער קוקט ארויף אויף זיין ליבלינג, איינער פאר פרעקל א צווייטער פאר יואל הערש און אזוי ווייטער.

די עפיק ארבייט גאר אנדערש.
זיי האבן א פלעי דיירעקטאר ר׳ הירצקא.
ר׳ הירצקא חלום׳ט אויס פאנטאסטישע איידיעס, נאכדעם זיצט מען צוזאמען מיט חיים און ארי׳ און מען טענה׳ט זיך אויס ביז מ׳קומט אן צו א דבר השלם, אבער נישט פאר הירצקא מאכט זיי עגריען פאר עפעס באמבאסטיש וואס חיים מיט ארי׳ קראצן זיך דעם קאפ פאר היפש לאנג וויאזוי מען גייט דאס צושטאנד ברענגען... און איינמאל זיי פיגערען עס אויס, לייגן זיי צו זייער אייגענע טוויסט עס צו מאכן נאך בעסער.

עקטערס?
זיי נעמען ווער עס קען עקטן און קען נעמען קאוטשינג וואס צו טאן, און טאן וואס מ׳הייסט אים, און בלייבן אין זיין קערעקטער א גאנצע צייט, דער קוואליפייד.

הירצקא זיצט מיט יעדן איינעם און מיט זיין ענדלאזע געדולט קאוטש ער יעדן איינעם ס׳זאל זיין פאסיז פאר זיי קערעקטער, און אויב סאונד עס נישט ווי מען האט פארגעשטעלט אז עס דארף זיין, דאן קריגט ער א צווייטן פארט אינעם פלעי ווי ער ברענגט יא ארויס דאס וואס מען דארף.

סאו טעקניקלי, דער שמועס ווער עקט יא און ווער נישט, איז בכלל נישט רעלעוואנט ביי זיי. יעדע פלעי איז א וועלט אנדערש ווי די פריעדיגע, מיט נייע געדאנקען.

סאו לאמיר ווארטן, און וועלמיר שמועסן נאכן פלעי!

געשריבן: זונטאג ינואר 21, 2018 2:40 pm
דורך אחת ואחת
הייסט מען דארף פארמאכן די אשכול ביז נאך די פלעי ...

געשריבן: זונטאג ינואר 21, 2018 3:01 pm
דורך מילין_יקירין
בכלל נישט!
אבער אז מען שמועסט, זאל עס כאטשיק זיין עפעס צום דבר

געשריבן: זונטאג ינואר 21, 2018 4:18 pm
דורך הער אויף
IMG_20180121_231650.jpg
IMG_20180121_231650.jpg (342.3 KiB) געזעהן 2199 מאל
IMG_20180121_231659.jpg
IMG_20180121_231659.jpg (340.75 KiB) געזעהן 2199 מאל