נייע סאטמארע סידי - ״פונעם סאטמארן הויף״

פארצייטישע נגינה, נוסח התפילה, מועדים וזמנים

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

נועם סטאדיאו
שר חמישים
תגובות: 63
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אקטאבער 19, 2017 10:47 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נועם סטאדיאו »

ענדע צדיק! האט געשריבן:ווער האט געמאכט די קאווער?

dart media.
אוועטאר
Intern Tish
שר האלפיים
תגובות: 2343
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אקטאבער 29, 2015 12:20 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Intern Tish »

AD
אטעטשמענטס
photo_2017-12-06_16-28-04.jpg
photo_2017-12-06_16-28-04.jpg (104.79 KiB) געזען 3412 מאל
איך זיץ אונטערן טיש, אמאל אמאל קום איך ארויס אויפן טיש
אוועטאר
זאקן
שר חמישים
תגובות: 56
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג סעפטעמבער 07, 2017 10:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זאקן »

וואס איז די אפדעיטס? ס׳גייט טאקע זיין כ״א כסלו (נדחה..) אין די געשעפטן?
ווערעצקי
שר האלף
תגובות: 1816
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 14, 2017 3:17 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווערעצקי »

סתם בדרך אגב, פארוואס יעדע יונגל וואס זינגט דארף באקומען דעם טיטל "ילד הפלא"? אפשר איז יששכר גוטמאן אויך "האברך הפלא"?
זייט מתפלל אז נחמי' צבי בן דינה זאל באפרייט ווערן פון תפיסה בקרוב.
אוועטאר
טעם וריח
שר האלפיים
תגובות: 2554
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 19, 2017 7:33 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טעם וריח »

נועם סטאדיאו האט געשריבן:
ענדע צדיק! האט געשריבן:ווער האט געמאכט די קאווער?

dart media.

אינטרעסאנט פארוואס נישט שלמה זלמן אליינס?
על "טעם וריח" אין להתווכח
נועם סטאדיאו
שר חמישים
תגובות: 63
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אקטאבער 19, 2017 10:47 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נועם סטאדיאו »

מיטן אייבערשטען'ס הילף וועט עס שוין היינט דאנערשטיג ווערן דיסטריבעט און די סיטי, דערנאך און אפסטעיט
נועם סטאדיאו
שר חמישים
תגובות: 63
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אקטאבער 19, 2017 10:47 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נועם סטאדיאו »

ווערעצקי האט געשריבן:סתם בדרך אגב, פארוואס יעדע יונגל וואס זינגט דארף באקומען דעם טיטל "ילד הפלא"? אפשר איז יששכר גוטמאן אויך "האברך הפלא"?

ווייל יעדע יונגל האלט ער מיט זיינע עלטערן אז ער זינגט מורא'דיג שיין און ס'איז פשוט ווייל ער האט דאך א קינדערישע שטימע. אבער למעשה קענען רוב קינדער נישט גוט זינגען פשוט ווייל זיי פארשטייען נאך נישט וואס ס'מיינט האלטן א טאן אדער א ביט, סא ווען מ'טרעפט א יונגל וואס האט א גוטע שטומע און ער פארשטייט יא גוט איז עס א פלא!
Surface
שר חמש מאות
תגובות: 677
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אקטאבער 14, 2013 10:29 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Surface »

איז עס שוין עוועילעבל צו קויפן ערגעץ וואו אנליין?
Prime Free Trial
As an Amazon Associate I earn from qualifying purchases
נועם סטאדיאו
שר חמישים
תגובות: 63
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אקטאבער 19, 2017 10:47 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נועם סטאדיאו »

Surface האט געשריבן:איז עס שוין עוועילעבל צו קויפן ערגעץ וואו אנליין?

האפענטליך וועט עס שוין מארגן אדער זונטאג זיין אויף מאסטלי
אוועטאר
אלי' מקוה יוד
שר האלפיים
תגובות: 2941
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 18, 2017 11:52 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלי' מקוה יוד »

נישט פארגעסן אהערצולינקן תומ"י!
נועם סטאדיאו
שר חמישים
תגובות: 63
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אקטאבער 19, 2017 10:47 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נועם סטאדיאו »

מוצאי שבת אי''ה וועט מען עס פארקויפן ביי ניו יארק עקספא פאר $15
נועם סטאדיאו
שר חמישים
תגובות: 63
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אקטאבער 19, 2017 10:47 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נועם סטאדיאו »

טייערע אידן! אזויווי אויפן סידי זינגען מיר די ניגונים אויפן נוסח אויף ווי ווייט מיר האבן געקענט נאכגיין, און פארשטייט זיך אז נישט יעדער וועט מסכים זיין צי אונזער וועג, אזויווי איינער האט שוין געשריבן אויף א שטיקל ניגון פונעם פריוויא אז מיר זינגען די ניגון קרום....
ווילן מיר זייער בעטן מ'זאל האלטן די שמועס רואיג און געשמאק, אז איר קענט די ניגון אנדערש מיינט נישט אז מיר זינגען עס 'קרום'. אפשר קען מען זיך אויסדריקן אז 'איך קען די ניגון אנדערש' נאכדעם וועט מען זען פון ווי די קענסט עס און פון ווי מיר קענען עס און מ'וועט זען וועלעכע ס'ריכטיג. מיר זענען גערן גרייט מודה צי זיין אז מיר זענען נישט גערעכט מיט א תנועה, אבער לאמיר עס געהעריג און געשמאק אן קיין טענות און קריטיק דעבאטירן ס'זאל זיין נוסח אייוועלט בתפארתה...
אוועטאר
אלי' מקוה יוד
שר האלפיים
תגובות: 2941
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 18, 2017 11:52 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלי' מקוה יוד »

נועם סטאדיאו האט געשריבן:טייערע אידן! אזויווי אויפן סידי זינגען מיר די ניגונים אויפן נוסח אויף ווי ווייט מיר האבן געקענט נאכגיין, און פארשטייט זיך אז נישט יעדער וועט מסכים זיין צי אונזער וועג, אזויווי איינער האט שוין געשריבן אויף א שטיקל ניגון פונעם פריוויא אז מיר זינגען די ניגון קרום....
ווילן מיר זייער בעטן מ'זאל האלטן די שמועס רואיג און געשמאק, אז איר קענט די ניגון אנדערש מיינט נישט אז מיר זינגען עס 'קרום'. אפשר קען מען זיך אויסדריקן אז 'איך קען די ניגון אנדערש' נאכדעם וועט מען זען פון ווי די קענסט עס און פון ווי מיר קענען עס און מ'וועט זען וועלעכע ס'ריכטיג. מיר זענען גערן גרייט מודה צי זיין אז מיר זענען נישט גערעכט מיט א תנועה, אבער לאמיר עס געהעריג און געשמאק אן קיין טענות און קריטיק דעבאטירן ס'זאל זיין נוסח אייוועלט בתפארתה...

טוסטעך שוין אן די בלעכענע הויזן...

בלעים נישט קיינעם אויב ס'וועט זיין א היעטעד דעבאטע, נישטא נאך אזויינס וואס קען באדערן א מענטש ווי צו הערן א באליבטן ניגון פארדרייט אנדערשט פונעם געוואוינהייט.
אוועטאר
אלי' מקוה יוד
שר האלפיים
תגובות: 2941
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 18, 2017 11:52 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלי' מקוה יוד »

נועם סטאדיאו האט געשריבן:מוצאי שבת אי''ה וועט מען עס פארקויפן ביי ניו יארק עקספא פאר $15

מאך דיך נישט נאריש, עס צו מאכן א פראקציע זאך, פארקויף עס איבעראל ווי סאטמארע יודן טאנצן בך בטחו!
נועם סטאדיאו
שר חמישים
תגובות: 63
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אקטאבער 19, 2017 10:47 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נועם סטאדיאו »

אלי' מקוה יוד האט געשריבן:
נועם סטאדיאו האט געשריבן:מוצאי שבת אי''ה וועט מען עס פארקויפן ביי ניו יארק עקספא פאר $15
ג
מאך דיך נישט נאריש, עס צו מאכן א פראקציע זאך, פארקויף עס איבעראל ווי סאטמארע יודן טאנצן בך בטחו![/quot
מיר זיכען טאקע א בעל אחריות וואס קען באשטיין צי שטיין און פארקויפן ביי די אנדערע פלעצער, ווער עס קען באשטיין זאל זיך ביטע פארבינדען אין אישי.
נועם סטאדיאו
שר חמישים
תגובות: 63
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אקטאבער 19, 2017 10:47 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נועם סטאדיאו »

אי''ה וועט עס אויך פארקויפט ווערן מוצאי שבת אין פיער 36 קאמפלעקס
נודה לך
שר האלפיים
תגובות: 2779
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 09, 2015 5:47 pm
לאקאציע: אינעם אויבערשטענס הענט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נודה לך »

נועם סטאדיאו האט געשריבן:אי''ה וועט עס אויך פארקויפט ווערן מוצאי שבת אין פיער 36 קאמפלעקס

;l;p-
זאל עס זיין מיט א שטארקע הצלחה אויף אלע פלעצער!!
איך דאנק און לויב השי"ת אויף די גרויסע חסדים וואס ער טוט מיט מיר יעדע מינוט
אוועטאר
פישל
שר חמש מאות
תגובות: 954
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 25, 2010 11:53 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פישל »

ר' נועם זיסער, ביטע לאז וויסן ווען מען עס שוין קויפן אנליין

יישר כח
דער ענטפער טוישט זיך, אבער די פראגע בלייבט די זעלבע, וויפיל אזייגער איז?
אוועטאר
אלי' מקוה יוד
שר האלפיים
תגובות: 2941
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 18, 2017 11:52 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלי' מקוה יוד »

פישל האט געשריבן:ר' נועם זיסער, ביטע לאז וויסן ווען מען עס שוין קויפן אנליין

יישר כח
איסר האטלקי
שר האלפיים
תגובות: 2952
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יולי 15, 2016 12:37 am
לאקאציע: אין בעסמענט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איסר האטלקי »

נעכטן נאכט געקויפט ביי פיער 36, אויסגעהערט די גאנצע. הערליך שיין ארגיננעל געזיננגען. אייזענער סעליקציע, געלונגענע קאפעליע און הערליכע ילדי הפלא. איך וועל עס הערן און הערן ביז איך וועל זיי אלע קענען אויף אויסענווייניג.

סתם אן אינטערעסאנטער זאך באמערקט, די ערשטער ניגון איז א שטייטע ניגון נישט קיין לעבעדיגע, געבראכן א טראדיציע...

להערה בעלמא, עס וואלט געמעגט זיין ווערטער אויף געוויסע ניגונים ווי שלום עליכם, קל אדון, וכדומה, כאטש אויף האלב פון די ניגונים. עס וואלט זיך געהערט געשמאקער. עס נערווירט צומאל צו הערן אזויפיל ניגונים אן ווערטער....
אוועטאר
קלאָצקאָפּ
שר עשרת אלפים
תגובות: 10225
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 25, 2017 9:24 pm
לאקאציע: ערגעץ אנדערש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קלאָצקאָפּ »

שוין דא אין די געשעפטן?
אוועטאר
זאקן
שר חמישים
תגובות: 56
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג סעפטעמבער 07, 2017 10:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זאקן »

שוין דא אין קרית יואל?
אוועטאר
טויגליכער איד
שר האלף
תגובות: 1216
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש פעברואר 13, 2016 9:17 pm
לאקאציע: אין אינדעזיין אדער פאטאשאפ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טויגליכער איד »

פישל האט געשריבן:ר' נועם זיסער, ביטע לאז וויסן ווען מען עס שוין קויפן אנליין

יישר כח
נועם סטאדיאו
שר חמישים
תגובות: 63
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אקטאבער 19, 2017 10:47 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נועם סטאדיאו »

מיר ווילן זיך אנטשולדיגן פארן עולם אז ס'איז נאך נישט דא אנליין, מיר האבן יעצט זיכער געמאכט אז מארגן וועט עס ארופגיין ביי מאוסטלי
אוועטאר
פישל
שר חמש מאות
תגובות: 954
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 25, 2010 11:53 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פישל »

זיך איינגעהאנדעלט דעם סידי, און ב"ה נישט אנטוישט געווארן. עס ארבעט דא ביי מיר אין אפיס נאן סטאפ מיט גרויס הנאה.

יעצט א שטיקל ריוויו פון מיין בליק איבער די ניגונים. געווענליך רעד איך בכלל נישט אריין אינעם היכל הנגינה, אבער ווען עס קומט צו אזא אלבוים איז שוין עפעס אנדערש, דארט פיל איך מיך "היימיש". דארט רירט עס צו צו די טיפע סטרונעס פון מיינע געפילן.

קודם בכלליות, די מוזיק איז געוואלדיג, דער יודל אקער האט דא באוויזן א חידוש זיך ארומצושפילן מיט זיין קיבאורד אז עס קוקט אויס ווי ער האט אריינגעפאקט אלע סארט אינסטרומענטן. די קווייער איז שיין און אזוי אויך די סאולאס.

יעצט לאמיר אדורכגיין די 10 ניגונים:

1. יעלה תחנונינו. דער ניגון צעגיסט זיך ממש אין די ביינער, ס'האט נישט געקענט זיין קיין בעסערע התחלה פאר'ן סידי. ווען מען הערט די זיסע הארציגע שטימע פון שלמה זלמן הורוויץ ווערט מען אזוי אריינגעשלעפט אז מען קען נישט מפסיק זיין ביז צום סוף פונעם סידי. דער אריינפיר צום ניגון איז אויך עפעס געוואלדיג שיין און מלכות'דיג.

איבער די שנעלע פאל פון דעם ניגון האב איך שוין געשריבן דא אויבן ערגעץ אנהייב אינעם אשכול, אז ווען איך בין געווען אין די קינדער כאר ימים נוראים בערך 22 יאר צוריק, האט מען עס אויסגעלערנט פאר די קינדער אויף דעם אופן, יעצט האב איך הנאה עס צו הערן לעבעדיג.

2. הקפה תשכ"ו. א הערליכער לעבעדיגער ניגון. דער ניגון איז נישט אינגאנצן ניי פאר מיר, איך האב דאס אמאל געהערט ביי א חתונה פון בת ר' שלום יוסף ווייס וועלכער איז מקפיד צו זינגען נאר סאטמארער ניגונים ביי די חתונות פון זיינע קינדער. דער ניגון ווערט מייסטערהאפטיג אראפגעשפילט, ביי די צווייטע העלפט ניגון דוכט זיך ווי מען הערט טויזענטער מענטשן אין די הונטערגרונד וועלכע טאנצן אן אויפהער, מען שפירט זיך ממש אינמיטן ברען פון א סאטמארער הקפות.

3. שלום עליכם. זייענדיג א יליד קרית יואל האט דער ניגון ספעציעל געכאפט מיין הארץ. עס האט מיר דערמאנט מיינע קינדער יארן אין קרית יואל ימים נוראים ביי שחרית פון ר' בעריש אפפעל. איך פלעג אמאל באצייכענעם דעם ניגון אלס דער ניגון וואס מען זינגט שוין אין קרית יואל צענדליגער יארן און דער עולם האט זיך עס נאך אלץ נישט אויסגעלערנט... איך ווייס נישט צי ער זינגט דאס נאך אלץ. דאס דארפן די קרית יואל'ער ניקס דערציילן.

4. מארש תשל"א. דאס איז דאך דער "דיפאלט" סאטמארער מארש, וואס קומט ארויף אויפ'ן געדאנק די ערשטע ווען מען וויל זיך דערמאנען פון א סאטמארער מארש. און ווען עס קומט נאך באגלייט מיט די מאכטפולע שטימע פון יששכר גוטמאן דארף מען מער גארנישט צולייגן. נאר אזויפיל אז ווען ר' אברהמ'עלע ווערצבערגער וואלט געוואוסט אז יששכר גוטמאן וועט עס זינגען, וואלט ער געמאכט נאך צוויי אזעלכע מארשן...

די שטייטע פאל וואלט איך אפשר ליב געהאט ווען עס איז א משהו שטייטער, אבער די זיסע שטימע פון דעם ילד הפלא איז מחפה אויף אלעם.

5. אודה תשל"ט. דא קומט ווידער אריין שלמה זלמן מיט א שטארקייט. ביי דעם ניגון האב איך געהערט עטליכע קנייטשן אנדערש ווי איך בין געווען געוואוינט. מן הסתם איז דאס אויך איינע פון די זאכן וואס די ארויסגעבער האבן געזוכט צו זיין ארגינעל... איך האב אמאל געהערט פון ר' יושע מענדלאוויטש אז דער ניגון איז לכתחילה געמאכט געווארן אביסל אנדערש ווי דער עולם זינגט עס. ער האט גע'טענה'ט אז ער האט עס אריינגעזינגען אינעם טעיפ צוזאמען מיט ר' יאסל אשכנזי ז"ל בשעתו, און דער עולם האט זיך עס פאלש אויסגעלערנט. דארף מען מברר זיין מיט ידידינו ר' נועם סטודיאוס צי דאס זענען טאקע די שינויים אין דעם ניגון.

6. הקפה תשי"א. ער שרייבט אז עס איז נתחבר געווארן דורך ר' יוסף אשכנזי ז"ל. אבער לויט ווי איך געדענק איז דאס נישט קיין זיכערע זאך, עס זענען דא וואס טענה'ן אז דאס איז נאך א אלטע ניגון וואס מען האט שוין געזינגען ביים רבי'ן אין סאטמאר נאך פאר די קריג.

אויף דעם הקפה ניגון פון יאר תשי"א האב איך אמאל געהערט פון הרה"ח ר' שמואל אבערלענדער ז"ל אז יענעם יאר איז געווען דאס צווייטע מאל וואס סאטמאר האט ארויסגעדינגען דעם נעפ מענשאן זאל פאר חודש תשרי און דער רבי זי"ע האט דארט געפראוועט די תפלות ימים נוראים און די הקפות, און מיט א צייט שפעטער האט מען אפגעקויפט דעם זאל פאר'ן סאטמארער ביהמ"ד.

אזוי ווי ס'איז שוין דאן באקאנט געווארן אין די גאס איבער די גרויסע עבודה וואס דער רבי פלעגט אראפלייגן בשעת די הייליגע הקפות, דעריבער זענען זיך צוזאמגעלאפן גאר אסאך צוקוקער צו זעהן דעם רבי'נס הקפות, צווישן זיי איז אויך געווען פילע אמעריקאנער אידן וועלכע זענען ליידער געקומען צו פארן בחילול יו"ט דורך קארס און באנען רח"ל. און עס האט דעם רבי'ן זייער וויי געטון עד דכדוכה של נפש. און דער רבי האט געבעטן מ'זאל שטילערהייט מפרסם זיין פאר דעם אייגענעם ציבור תלמידי וחסידי סאטמאר אז צומארגנס שמחת תורה אינדערפרי וועט דער רבי אריינקומען אזוי פרי ווי אכט אזייגער צו תפלת שחרית, נישט ווי געווענליך וואס דער רבי פלעגט דאווענען שמחת תורה גאר שפעט. ווייל דער רבי האט געוואלט פראווען די הקפות נאך איידער די פרעמדע מענטשן קומען אן.

אזוי איז טאקע געווען, אז טראץ דעם וואס מען האט געענדיגט די הקפות פון ביינאכט ארום פינף אזייגער פארטאגס, איז שוין דער רבי אריינגעקומען צו תפילת שחרית ארום צען מינוט נאך אכט, עס איז נאך נישט געווען קיין מנין אין ביהמ"ד, און מען האט געמוזט אריינשלעפן מענטשן פון די גאס צו קענען זאגן קדיש. און אזוי פרי ווי עלף אזייגער האט מען שוין געזאגט אתה הראית. א זאך וואס האט נאך קיינמאל פריער נישט פאסירט אז דער רבי זי"ע זאל אנהייבן די הקפות אזוי פרי.

דאן האט דער רבי אנגעהויבן טאנצן די הקפות מיט א פלאם פייערדיגן ברען אויף א אויסערגעווענליכן אופן, דער רבי האט בכלל נישט באמערקט וויאזוי די צייט גייט פארביי, און אזוי איז ער געטאנצן ברציפות דריי און א האלב שעה, דער רבי האט זיך עטליכע מאל אינמיטן אפגעשטעלט און געזאגט דברי תורה און דערנאך איז מען ווייטער געטאנצן אויף דעם זעלבן ניגון. ביי די אלע וואס האבן דאס מיטגעהאלטן איז דער ניגון געבליבן טיף איינגעקריצט אין די ביינער און זיי קענען דאס נישט פארגעסן, און דער הייליגער בילד וועט זיי קיינמאל נישט ארויסגיין פון קאפ.

ר' שמואל האט אויסגעפירט די מעשה אז אין די ענדע זענען די פרעמדע געסט בכלל נישט אנגעקומען צו די הקפות כאטש וואס די הקפות האבן זיך למעשה פארצויגן ביז גאר שפעט.

7. הקפה תשט"ז. אויף דעם האב איך נישט וואס מוסיף צו זיין. דער ניגון איז אין די לעצטערע יארן צוריק אריינגעברענגט געווארן. מען זינגט עס ביי די הקפות פון האדמו"ר מהר"א מסאטמאר שליט"א. איך האב געקענט דעם ניגון נאך פון אלס קינד פון איינע פון די הו"ר טעיפס ווי מען הערט דעם רבי'ן זייער קלאר ביי די הלל און נענועים און דארט זינגט מען דעם ניגון אויף הללו את ה' כל גוים.

8. קל אדון. האב איך געהאפט אז ווען כ'וועל עס הערן שיין אראפגעזינגען וועל איך באקומען עפעס מער א געפיל דערצו, אבער דערווייל האט זיך עס נישט אויסגעארבעט... ר' יששכר גוטמאן לייגט טאקע הארציג אראפ דעם הויכן פאל, אבער פונדעסטוועגן קען מען שוין מצידי טוישן דעם קל אדון ניגון אין סאטמאר די וואך...

9. אזמר בשבחין. א שיינע ניגון, כ'האב עס געקענט ביז היינט אויך, אבער כ'האב נישט געוואוסט אז דאס איז א סאטמארער ניגון. אזא ניגון ווען דאס קומט ווען ארויס געזעצט אויף ווערטער וואלט איך עס אנגעהויבן זינגען פרייטאג צו נאכטס. בכלל וואלט געמעגט זיין אויף דעם אלבוים לכה"פ 2-3 ניגונים מיט ווערטער. הגם בעצם האב איך יא בעסער ליב צו הערן א ניגון ארגינעל און נישט אזוי ווי די אלבוים "לטב ולחיין" וועלכער האט ארויפגעלייגט ווערטער אויף אלע אלטע ניגונים. אבער דאך ווען א סידי לויפט איבער א שעה צייט מעג אריינקומען עפעס מיט ווערטער אויך.

10. וכל מאמינים תשכ"ד. א שיינע אמאליגע סטייל ניגון, עס דערמאנט פון אלטע לכה דודי'ס. מען מאכט שוין נישט היינט אזעלכע ניגונים. עס האט א געוויסן חן.

גענוג געשריבן פאר יעצט.

אצינד ווארט איך אויף די קומענדיגע סידי וואס איך האף עס וועט האבן אין זיך דעם נענועים ניגון און דעם ממקומך ניגון אראפגעזינגען "נישט ארגינעל" נאר טאקע אזוי פארגרייזט ווי דער רבי זי"ע האט עס געזינגען...
דער ענטפער טוישט זיך, אבער די פראגע בלייבט די זעלבע, וויפיל אזייגער איז?
שרייב תגובה

צוריק צו “שירי קודש”