נייע סאטמארע סידי - ״פונעם סאטמארן הויף״

ניגונים און זינגערס

אחראי: אחראי

נועם סטאדיאו
שר חמישים
תגובות: 63
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוקטובער 19, 2017 10:47 am

נייע סאטמארע סידי - ״פונעם סאטמארן הויף״

תגובהדורך נועם סטאדיאו » דינסטאג נובעמבער 14, 2017 8:04 pm

ביז געציילטע וואכן קומט בעזרת השם ארויס די נייע סידי מיטן נאמען ״פונעם סאטמארן הויף״.
וואס וועט פארמאגן אין זיך א רייכע אוצר פון אלטע ניגונים וואס זענען געזונגען געווארן ביים סאטמאר׳ן רבי׳ן זצ״ל, סיי ניגונים וואס זענען נאך געזינגען געווארן אין דער אלטער היים פארן קריג און סיי ניגונים וואס זענען נתחבר געווארן שוין נאכן קריג על אדמת אמעריקע.
טייל דערפון זענען באקאנט פארן עולם און אפאר זענען נישט אזוי באקאנט, אבער אפילו די וואס זענען יא באקאנט זינגט מען היבש גרייזיג, מיר האבן פראבירט נאכציגיין ווי ווייט מעגליך פונקטליך וויאזוי די ניגונים זענען נתחבר געווארן, ממילא אפילו פאר די וועלעכע קענען די ניגונים וועט עס זיין היבש אינטערעסאנט צי הערן וויאזוי דער ניגון קומט ריכטיג.
אלעס איז הערליך רייך אראפ געזינגען מיט די הערליכע סאלאס ר׳ שלמה זלמן הורוויץ נ״י מיט ר׳ יששכר גוטמאן נ״י און נאך, מיט זיסע קינדער סאלאס, באגלייט מיט א רייכע קווייער, און הערליכע מוזיק,
פרעזענטירט דורך ר׳ עמרם אקער נ״י וואס אלעס איז געמאכט געווארן אין זיין נייעם סטודיאו ״נועם סטודיאו״.

פרטים יבואו אי״ה בקרוב

נועם סטאדיאו
שר חמישים
תגובות: 63
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוקטובער 19, 2017 10:47 am

תגובהדורך נועם סטאדיאו » דינסטאג נובעמבער 14, 2017 8:05 pm

טייערע אידן! אזויווי ווען עס קומט צי רעדן פון קהלות סאטמאר קען עס זייער שנעל פאדרייט ווערן צי תגובות וואס דארפן פארמעגט ווערן ביז די מנהלים באשליסן אז די אשכול דארף מען אפשפארן, און די נייע סידי איז דוקא יא א נאטראלע זאך בעטן מיר בכל לשון של בקשה נא ונא לאזט דעם אשכול נאטראל!

אוועטאר
קלאָצקאָפּ
שר האלפיים
תגובות: 2688
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 25, 2017 9:24 pm

תגובהדורך קלאָצקאָפּ » דינסטאג נובעמבער 14, 2017 8:07 pm

הערט זיך זייער אינטערעסאנט.

מיר קוקן ארויס דערויף!
קריך נישט צו הויך, ווייל אויב דו וועסט חלילה פאלן וועט דיין קלאפ זיין פיל שטארקער!

מיין אבזערוואציע ווינקל

אוועטאר
אלט מאנרא
שר האלפיים
תגובות: 2110
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 30, 2016 11:37 am
לאקאציע: צווישן גראז און ביימער

תגובהדורך אלט מאנרא » דינסטאג נובעמבער 14, 2017 8:08 pm

מיר קוקן ארויס דערויף!
ישר כח פאר די נייעס.
איר זאלט לעבן ווי לאנג איר ווילט, מיט נאך פופצן מינוט, נישט אלעס דארף גיין פונקטליך וויאזוי דו ווילסט!‎

אוועטאר
יאסעלע
שר האלף
תגובות: 1095
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג פאברואר 24, 2017 2:50 pm

תגובהדורך יאסעלע » דינסטאג נובעמבער 14, 2017 8:17 pm

אביסל מער דעטאלן איבער נועם סטודיא אויב שייך. ווער האט עס געעפנט? פאר וועם באלאנגט עס? ס'איז פאר פובליק אויך?
כלל גדול: אז ס'טוט וויי שרייט מען. און אז נישט איז מען רואיג. אייגנס
יאסעלע'ס פריוואטער אשכול

אוועטאר
אי-רעלעווענט
שר חמש מאות
תגובות: 543
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 08, 2016 8:53 pm
לאקאציע: אין בונקער

תגובהדורך אי-רעלעווענט » דינסטאג נובעמבער 14, 2017 8:18 pm

Woff can't wait

אוועטאר
ניס קראכער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3507
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 26, 2016 5:36 pm

תגובהדורך ניס קראכער » דינסטאג נובעמבער 14, 2017 8:54 pm

קלאָצקאָפּ האט געשריבן:הערט זיך זייער אינטערעסאנט.

מיר קוקן ארויס דערויף!
איי איי,-וועלט

אוועטאר
מאקאווער
שר חמש מאות
תגובות: 952
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 05, 2009 8:25 pm

תגובהדורך מאקאווער » דינסטאג נובעמבער 14, 2017 8:59 pm

פון וויפיל ניגונים רעדט מען דא?
אמר החכם: מי שזורע את השנאה יקצור את החרטה. אחרית קטטה חרטה. המתן מעט ולא תתחרט ! (ס' חסידים פ"ח)

אוועטאר
יוראפ
שר עשרת אלפים
תגובות: 17430
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 18, 2011 12:16 pm
לאקאציע: על אדמת נכר

תגובהדורך יוראפ » דינסטאג נובעמבער 14, 2017 9:01 pm

מען ווארט!

נועם סטאדיאו
שר חמישים
תגובות: 63
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוקטובער 19, 2017 10:47 am

תגובהדורך נועם סטאדיאו » דינסטאג נובעמבער 14, 2017 9:13 pm

יאסעלע האט געשריבן:אביסל מער דעטאלן איבער נועם סטודיא אויב שייך. ווער האט עס געעפנט? פאר וועם באלאנגט עס? ס'איז פאר פובליק אויך?

ר' עמרם אקער האט עס לכתחילה געפענט פאר סאטמארע פראדזשעקס אבער אוודאי וועט עס זיין אויך פאר פובליק,
זיין ברודער ר' יודל וואס פארשטייט צי די זאכן ארבעט דארט.

נועם סטאדיאו
שר חמישים
תגובות: 63
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוקטובער 19, 2017 10:47 am

תגובהדורך נועם סטאדיאו » דינסטאג נובעמבער 14, 2017 9:14 pm

מאקאווער האט געשריבן:פון וויפיל ניגונים רעדט מען דא?

יעצט רעדט מען פון 10 אבער ער וויל נאך גיין ווייטער און ארויסגעבן נאך פארשטייט זיך אז ס'ווענט זיך וויפיל ס'וועט זיך פארקויפן פון די ערשטע

נודה לך
שר האלפיים
תגובות: 2912
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 09, 2015 5:47 pm
לאקאציע: אינעם אויבערשטענס הענט

תגובהדורך נודה לך » דינסטאג נובעמבער 14, 2017 9:23 pm

גייט טאקע פשוט ליגן אין די געשעפטן אהן קיין שום שייכות צו איינע פון די קהילות?
איך דאנק און לויב השי"ת אויף די גרויסע חסדים וואס ער טוט מיט מיר יעדע מינוט

אוועטאר
הערשקא
שר חמישים ומאתים
תגובות: 463
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג פאברואר 14, 2016 1:47 pm

תגובהדורך הערשקא » דינסטאג נובעמבער 14, 2017 9:26 pm

און וואס איז מיט ר' עמרם אקער אליין, ער גייט נישט זינגען דארט?
איך האף אז יא

שבתי בוים
שר חמישים ומאתים
תגובות: 250
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אפריל 20, 2017 9:29 am

תגובהדורך שבתי בוים » דינסטאג נובעמבער 14, 2017 9:29 pm

פונעם סאטמארן הויף איז נישט גראמאטיש אויסגעהאלטן און בכלל, נישט קיין זאכליכע טייטל פאר אן אלבום.
אינעם סאטמארער הויף איז עטוואס בעסער.

נועם סטאדיאו
שר חמישים
תגובות: 63
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוקטובער 19, 2017 10:47 am

תגובהדורך נועם סטאדיאו » דינסטאג נובעמבער 14, 2017 9:36 pm

שבתי בוים האט געשריבן:פונעם סאטמארן הויף איז נישט גראמאטיש אויסגעהאלטן און בכלל, נישט קיין זאכליכע טייטל פאר אן אלבום.
אינעם סאטמארער הויף איז עטוואס בעסער.

קען זיין אבער ער האט בעיקר געוואלט אז די נאמען זאל זייער קלאר זאגן וואס ס'אנטהאלט אין זיך, א בחינה ווי וויזניץ האט ארויסגעגעבן ''א שבת אין וויזניץ''.

אוועטאר
א גראם מיט טעם
שר שלשת אלפים
תגובות: 3767
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 23, 2013 8:40 pm
לאקאציע: אויף א שפאציר, פונעם מח צום פאפיר

תגובהדורך א גראם מיט טעם » דינסטאג נובעמבער 14, 2017 9:51 pm

ווער מאכט מוזיק?
ווילט איהר אויסגראמען אייער טאטע ביי מצוה טאנץ?
זיכט איר א פאסיגע פאום מיט צו שיקען מיט א מתנה?
מיר קענען עס צושטעלען פאר אייך,
ווי אויך שרייבען מיר גראמען פאר דיננערס, זינגערס ועוד,
שיקט אן אישי אדער אימעיל צו gram.mit.tam@gmail.com

נועם סטאדיאו
שר חמישים
תגובות: 63
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוקטובער 19, 2017 10:47 am

תגובהדורך נועם סטאדיאו » דינסטאג נובעמבער 14, 2017 9:59 pm

א גראם מיט טעם האט געשריבן:ווער מאכט מוזיק?

זיין ברודער ר׳ יודל, ס׳האט טאקע נישט קיין עכטע מוזיק אבער ער האט אריין געלייגט מורא׳דיג אסאך כוחות אז ס׳זאל זיין זייער רייך. די פאר וואס האבן שוין געהערט אביסל פונעם סידי האבן נישט געקענט גלייבן אז אלעס איז נאר פון א קיבארד

אוועטאר
שמרי' קערנקרויט
שר מאה
תגובות: 198
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוקטובער 18, 2017 11:11 pm
לאקאציע: ביים טיר פון בית המדרש

תגובהדורך שמרי' קערנקרויט » דינסטאג נובעמבער 14, 2017 10:15 pm

קוקט אויס זייער אינטערעסאנט.

מיר ווארטן מיט שפאננונג, מאך נאר זיכער אונז נישט צו לאזן צו לאנג ווארטן...
א שנארער
הצלחה מיט שששמחחההה!

נועם סטאדיאו
שר חמישים
תגובות: 63
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוקטובער 19, 2017 10:47 am

תגובהדורך נועם סטאדיאו » דינסטאג נובעמבער 14, 2017 10:23 pm

Picture1112172101_1.jpg
Picture1112172101_1.jpg (28.7 KiB) געזעהן 3823 מאל

ס׳גיסט זיך ווארעמקייט פון ר׳ שלמה זלמן הורוויץ זינגענדיג איינע פון די גאר ווארימע ניגונים אויפן נייעם סידי

אוועטאר
פישל
שר חמש מאות
תגובות: 799
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 25, 2010 11:53 am

תגובהדורך פישל » מיטוואך נובעמבער 15, 2017 10:12 am

קוקט אויס צו זיין אינטערסאנט.

גייט דאס זיין אויפ'ן זעלבן סטייל ווי "לטב ולחיין" פון וואלדמאן? דהיינו, אז יענער האט ארויפגעלייגט זמירות און ווערטער אויף די ניגונים, וואס זענען ביים רבי'ן געזינגען געווארן סתם אזוי אן קיין ווערטער.
דער ענטפער טוישט זיך, אבער די פראגע בלייבט די זעלבע, וויפיל אזייגער איז?

אוועטאר
farshlufen
שר עשרים אלפים
תגובות: 21982
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » מיטוואך נובעמבער 15, 2017 10:19 am

אויב וועלן די ניגונים זיין אראפגעזונגען פונקטליך מקוריות'דיג אן קיין חכמות דריידלעך און הוספות וועל מיר עס גלייכן.
סימן דלא ידע כלום, שבוחי.

נועם סטאדיאו
שר חמישים
תגובות: 63
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוקטובער 19, 2017 10:47 am

תגובהדורך נועם סטאדיאו » מיטוואך נובעמבער 15, 2017 10:23 am

ניין, ווייל דעמאלטס האט מען געהערט אסאך קריטיק דערויף אז מענטשן ווילן הערן די ניגונים וויאזוי מ׳האט עס געזונגען ביים רבין, און ווען מ׳נעמט א ניגון וואס מ׳קען און מ׳לייגט ארויף אויף דעם ווערטער איז נאך גאנץ גוט משא״כ א ניגון וואס מ׳קען נאך נישט און איך וויל הערן דעם ניגון וואס מ׳האט אמאל געזונגען שטערט די ווערטער צי קענען אויפכאפן גוט דעם ניגון.

מי יודע
שר ששת אלפים
תגובות: 6386
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 31, 2009 4:35 pm

תגובהדורך מי יודע » מיטוואך נובעמבער 15, 2017 10:26 am

מיר קענען קוים ווארטן דערויף!
ס'איז דא אזויפיל אלטע ניגונים וואס זענען נתחבר געווארן במשך די יארן דא אין אמעריקא אליין, וואס ס'איז פלעין נשתכח געווארן, און ס'איז ניגונים מלא חן, נעם אזא הקפה ניגון וואס מ'האט לעצטענס אנגעהויבן צו זינגען ביי די הקפות און ביי די מצוה טאנץ פון מהר"א, א הערליכע לעבעדיגע ניגון, פלעין ס'איז נישטא, אזויפיל וכל מאמינים מיט חמול ניגונים
און וואס ס'איז יא דא, וויפיל זענען פארדרייט געווארן במשך די יארן, דא אויפן וועלטל איז שוין געווען לעצטענס א טעיפ וואו מ'הערט די באקאנטע סאטמארע ניגונים צו די זעקסטע הקפה ועוד, וואס מ'זעט ס'איז פארדרייט היינט
וואונטשן מיר פיל הצלחה פאר ר' עמרם
אידעלע זיי פרייליך, שטארק דיך שטארק דיך אצינד, ווייל דו ביסט דאך א בן מלך, דעם באשעפער'ס קינד.

נועם סטאדיאו
שר חמישים
תגובות: 63
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוקטובער 19, 2017 10:47 am

תגובהדורך נועם סטאדיאו » מיטוואך נובעמבער 15, 2017 10:30 am

farshlufen האט געשריבן:אויב וועלן די ניגונים זיין אראפגעזונגען פונקטליך מקוריות'דיג אן קיין חכמות דריידלעך און הוספות וועל מיר עס גלייכן.

ביי דעם איז אזוי, מיר זענען נאכגעגאנגען סיי פון אלטע טעיפס און סיי זיך נאכגעפרעגט ביי עלטערע אידן סיי וויאזוי די ניגונים זענען נתחבר געווארן און סיי וויאזוי מ׳האט עס למעשה געזונגען, און מיר זינגען עס אראפ וויאזוי דער מחבד האט עס געמאכט, פארשטייט זיך אז ס׳וועלן זיין אזעלעכע וואס וועלן נישט וועלן גלייבן און הערן אז אזוי קומט עס ריכטיג, נא אויף דעם קענען מיר זיי נישט העלפען, אבער אז מיר געבן ארויס אן עמטליכע סידי פון די ניגונים דארף מען עס זינגען וויאזוי דער מחבר האט עס געמאכט.

אוועטאר
כא כא כא
שר האלף
תגובות: 1115
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 31, 2017 5:28 pm

תגובהדורך כא כא כא » מיטוואך נובעמבער 15, 2017 10:35 am

גראדע ר' יואל וועבערמאן וואס פירט אן די זינגען ביי מהרז''ל ארבעט אויך יעדעס יאר ארויף צי ברענגען אלטע שיינע ניגונים
האסטו שוין אמאל געהערט ווי די רויבערס צילאכן זיך...
לאך פון די וועלט
קח''א קארדינעיטאר


צוריק צו “היכל הנגינה”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: Google [Bot] און 10 געסט