יעדער איינער - מיילעך קאהן

ניגונים און זינגערס

אחראי: אחראי

אוועטאר
קברנה סובניון
שר חמש מאות
תגובות: 717
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 20, 2015 10:38 am
לאקאציע: אין וויין גארטן

תגובהדורך קברנה סובניון » זונטאג אוגוסט 06, 2017 5:13 pm

היינט געדאנלאוד די אלבום, פאר די צענטע ניגון "מי יודע" אליין איז ווערד די געלט.....
לעצט פאראכטן דורך קברנה סובניון אום מאנטאג אוגוסט 07, 2017 2:39 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

אוועטאר
הערסט?
שר חמישים ומאתים
תגובות: 257
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 18, 2017 5:40 pm

תגובהדורך הערסט? » זונטאג אוגוסט 06, 2017 6:41 pm

שלעפשיץ האט געשריבן:איך שפאנציר מיר אזוי אריין אין 'דזשודעיקע' געשעפט - גלייך שרייט ארויס דעם דעקל פונעם סידי - גלייך אן קיין ווארענונג מיט א גרעדע ליניע גלייך אריין אין מיינע אויגן
מיט אירע רוישיגע קאלירן און מאדנעם געשטעל, דעם אזוי לענג געווארטעטן אלבום פון מיילעכ'ן.

עס איז נאך געווען אין סאמע'ן ערשטע 9 טעג פונען חודש מנחם אב, ווי מיר פירן זיך נישט צו הערן קיין מוזיק, אבער היצטערט האב איך דעם אלבוים אין די הענט, איך לייג עס שוין נישט צוריק אראפ, איך ווייס נישט וויפיל איך האב באצאלט פאר דעם אליין - איך האב איבער געלאזט $40 אינעם געשפעט ס"ה - איך כאפ אין לויף.

געפענט דעם דעקל, אפגעליינט אלע שכח'ס - אפי' רפי דע קינג האב איך אינאכט גענומען, מיכאל האט באקומען א שכח, הלוואי איך קען זיין אויף איינעמ'ס דעקל - א שכח פאר שלעפשיץ. איך ארבייט שווער דערויף, איין טאג עטס וועטס נאך זעהן - 'לִיסטְן אָפּ' איין טאג!

עניוועי - איך לייג אריין דעם סידי אינעם קאר סידי פלעיער - היות סע צינדסעך אן גליין אטאמאטיש - האב איך שוין געהאלטן מיין פינגער גרייט, און ווי נאר ער גיבט דעם ערשטן זעץ - בבבוווממססס.... אויסגעלאשן! איך ווארט!

*****

עטליכענ'ע טעג שפעטער כחצות! נישט ממש ביי חצות ווייל.... איך בין נישט געווען אין קאר פונקט.
אבער ווי נאר איך זעץ מיר אריין אין קאר - געהאקט דעם 'אָן' קנעפל און היידע............

רא רא רא ראם דדיי דאם..... דער איז נישט געהעריג!
א נארמאלע ניגון - אראפגעלייגט אזוינס מין גוט - אריינגעדרייט דעם באקאנטער מונקאטשער כליפ - ווי דער הייליגער מנחת אלעזר שרייט שבת..... זייער זייער שטארק
דע מוזיק זעצט - רא פא פא פע ...... רא רא ....

אזוי איז דער ערשטער ניגון איבערגעשפילט געווארן בלי גוזמא א 2 צענדליגער מאל - באמת פאר דעי ערשטע טרעק האט זיך עס שוין געלוינט!

דער האט געמאכט א גוטן ארבייט - נישטא וואס צו רעדן!

א שעה שפעטער - 2טע ניגון - הראנו ה' חסדך - א שטייטע הערליכע ניגון - געהערט אפאר מאל, זייער פיין אראפגעלייגט - עכט א שטארקע ניגון - דעס גייט גיין פאר קומזיצ'ן ווי משוגע - איך מיין א פיינער ניגון מיט אלע מפרשים.

3טע ניגון - איין טראפ וואסער - יעדער קען עס שוין (איך גלייך דעם ניגון - יודישע ווערטער צום פינטל!)

4טע ניגון - אבי יתומים - דעי איין ניגון האב איך נישט געקליקט - נעקסט

5טע ניגון - ונהפוף הוא - א פיינער ניגון פאר פורים - געהאקט ביינאונז פורים - פיינע ניגון נאר מיט פורים ווערטער! שטארק ווען סע בעתו (סע זיין אלבום האט ער עס יעצט אריינגעלייגט - פאר דעי וואס גייען באלד זאגן אז סע באלאנגט נישט פאר חודש אב - ניין אבער היות סע זיין ניגון האט ער עס פארקויפט אין דעם אלבום - איך פריי זיך אז סע יעצט אריינגעלייגט ווייל דאס וואס איך האב פון וואס סע ארום געפארן פורים איז נישט אזוי קלאר די מוזיק - יעצט האב איך עס אין א קלארע ווערזשאן!)

6טע ניגון - קודשא ברוך הוא - יוש איז דעס הערליך - ווער האט אזא ניגון נאך? גייסט יעצט זאגן מבד - אברהם? אמת ווייסט ווער נאך? מיילעך קאהן!
מעסיוו - מעסיוו!

קודשא ברוך הוא אחד, לעילא.... עד דאיתע.... כוונא דליהוויי וויי וויי......

7טע ניגון - באקאנטע ואהבת - אוי איז דעיס שטארק - יעדע איינער - יעדער איינער! זאגסט מיר - נישט אומזיסט איז עס אזוי אויפגעכאפט!
אוי וועהן גיימיר זיך שוין טאקע אויפירן מענטשליך מיט דרך ארץ איינער צום אנדערן? ווען גיימער זיך ליב האבן?
מען זאל שוין נישט ברויכן פארשפארן קיין אשכולות? הא? דאן וועט משיח קומען!

8טע ניגון - בדרך - אויך זייער סאליד און פיין - בדרך שאדם מודד בה - מודדין לו....
אריינגעלייגט א שטיק הארץ אין דעם ניגון - איך גלייך עס

9טע ניגון - געדאנקען
א שטארקע נקודה - ער שפאצירט אזוי מע הערט די פייגעלעך און די געדאנקען קומען ארויף.......
גאר גוט - א פְּלאָס - א זיסער געדאנק ניגון

10טע ניגון - מי יודע
איך גיי זייער שטארק פאר דעם ניגון - די תוכן מיט די אויסלייג - זייער זייער גוט!
ווער ווייסט צו וואס דו גייסט יעצט דורך איז די סבה פארוואס דו בוסט דא?

11טע ניגון - יומם.... יו.. יו.. יומם!
יא - קענסט די ניגון? איך אויך!
ווייסט פארוואס? נישט ווייל סע משוגע - נאר ווייל סע איז א חידוש!
אפשר אביסל משוגע - אבער גענוג משוגעים זענען נישט אנגעקומען האלב אזוי ווייט!

אפשר מוז איך מודה זיין אז דער אלבום איז נישט קיין מעין-סטרעים אייזיק האניג סידי
אבער סע דעניפעטלי ווערט דאס געלט!
איך הער עס שוין א גאנצע טאג כמעט 2 - איך קען עס נישט אויסלעשן - א געוואלדעוואנע ארבייט!
שכח רעב מיילעך פאר די ארבייט!

דרך אגב - איך האב אויך צושטייער געגעבן אינעם גא.פאנד.מי - איך האב געהאפט צו קריגן פריער אבער איך בין דיר מוחל!

שכח פאר גרשון שווארטץ - איך ווייס נישט ווער סע איז אבער א מעכטיגע ארבייט!
איך ווארט שוין אויך די קומענדיגע אלבום!

שעפעלע, טראכט אריין נאכאמאל איך מיין אז דו ביסט אביסל אסאך......ניין ניין...........גאר גאר אסאך מגזים, (טראכט נישט אויף קיין תגובה בעפאר דו ליינסט איבער דיין דרשה ווייניגסט'נס דריי מאל און דו באשטימסט יעדן מאל אז קיין איין ווארט איז נישט בגדר הגזמה)
לאנג און זיס

אוועטאר
שלעפשיץ
שר האלף
תגובות: 1323
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך פאברואר 17, 2010 1:32 pm
לאקאציע: ביים רבי'ן אין שלעפשיץ
פארבינד זיך:

תגובהדורך שלעפשיץ » זונטאג אוגוסט 06, 2017 11:26 pm

אנטשולדיגט הרב הערסט - הערסט מך אויס?

אז איר האט נישט ליב עפעס א סידי מיינט נישט איך מוז אזוי האלטן
איך גלייך זייער דעם סידי איך האלט שוין זינט מיטוואך חצות ביז היצטערט - נאר דעם סידי אין קאר

איך קען נאך אסאך וואס גלייכן עס - און גלייכצייטיג אסאך וואס גלייכן עס נישט - אבער מגזם?

ומי יודע אם לעת כזאת הגעת למלכות..............
shlepshitz@gmail.com For all your Graphic & Website needs email

אוועטאר
נו שוין
שר האלף
תגובות: 1111
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 13, 2015 12:47 am

תגובהדורך נו שוין » מאנטאג אוגוסט 07, 2017 12:18 am

שלעפציץ,

האסט געגעבן אזא פארוואסער דעם אבי יתומים ניגון, דאס דארף א באהאנדלונג, פון וואנעט קומט דער סטיל? איך מוטשע זיך ליעב צו האבן אלע זיינע ניגונים ווייל "יעדע איינער" וואטעווער, אבער די אבי יתומים ניגן וויפיל כזאל פראבירן, סגייט נישט! מה זה?

איסר האטלקי
שר האלפיים
תגובות: 2243
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יולי 15, 2016 12:37 am
לאקאציע: אין בעסמענט

תגובהדורך איסר האטלקי » מאנטאג אוגוסט 07, 2017 12:35 am

ליבלעך האט געשריבן:איינס פון די צוויי, אדער האט ער נישט אליינס קאמפאזט די ניגונים אויף זיין סידי, אדער האט ער נישט אליינס קאמפאזט די סינגלס וואס ער האט ביז יעצט ארויס געגעבן ווייל ואהבת און יומם האב איך געגליכן און די סידי גלייך איך נישט סאו עפעס גייט דא פאר

אפשר ביזטו אויך פון די וואס דארפן זען א קליפ ליב צו האבן א ניגון...

אלעס (כמעט) זענען עפעס נישט נארמאלע חידושים בעולם הנגינה. טאקע היבש צורודערט, אבער שיין, זיי זינגען פאר זיך אליין.

פאר פינף יאר צוריק וואלט איך אים אפשר נישט געדארפט... אבער יעצט דארף איך אים!!
כתיבה וחתימה טובה לכל בית ישראל, שנה טובה מתוקה ונחמדה!
כ"ד המברך הק' איסר דאורייתא, פה אטליה יצ"ו

אוועטאר
קאקע קאלע
שר העשר
תגובות: 14
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 14, 2017 1:39 pm

תגובהדורך קאקע קאלע » מאנטאג אוגוסט 07, 2017 12:39 am

שטארק הנאה געהאט פון די קאסעטע. זייער שיינע ניגונים חב עיקר אבי יתןמים
אייוועלט איז נישט געמאכט געווארן צו אנטלויפן און צוריקגעקומען נאר כדי צו באקומען אטענשאן.

א נעכטיגן טאג
שר חמישים ומאתים
תגובות: 308
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 25, 2014 2:55 pm

תגובהדורך א נעכטיגן טאג » מאנטאג אוגוסט 07, 2017 12:57 am

פיין, איך זעה די עולם האט הנאה פון די סידי איך הייב מיך אן צו שעמען אז איך בין פון די צירוקגעבליבענע.
#עולם_הפוך

גיי שוין גיי
שר האלף
תגובות: 1014
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 13, 2014 8:49 am
לאקאציע: אינעם עולם התהו

תגובהדורך גיי שוין גיי » מאנטאג אוגוסט 07, 2017 1:17 am

א נעכטיגן טאג האט געשריבן:פיין, איך זעה די עולם האט הנאה פון די סידי איך הייב מיך אן צו שעמען אז איך בין פון די צירוקגעבליבענע.
#עולם_הפוך

נישט זיך שעמען זאג וואס דו האלטס, און האלט וואס דו זאגסט,,
ס׳איז ארויסגעקומען לעצטענס א ניגון דערויף. (איך זאג דיר נישט פון וועם).
גייט עפעס אזוי...,
מען דארף מיט זיך זיין גאר עכט,
נישט אויס זען גוט און זיין גערעכט,
דעם אמת דארף מען אלץ זוכן מיט לעכט,,!
האב נישט מורא אויס צו זען שלעכט,
אפילו סטוט וויי און ס׳שטעכט,, (ב״פ).
אז דו מיינסט אז דו ביסט קלוג. ביסטו גאר נאריש, אז דו מיינסט ביסט הויך ביסטו גאר נידריג וכו.

mmm
שר העשר
תגובות: 25
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 21, 2014 8:57 pm

תגובהדורך mmm » מאנטאג אוגוסט 07, 2017 1:26 am

;l;p-
גיי שוין גיי האט געשריבן:
א נעכטיגן טאג האט געשריבן:פיין, איך זעה די עולם האט הנאה פון די סידי איך הייב מיך אן צו שעמען אז איך בין פון די צירוקגעבליבענע.
#עולם_הפוך

נישט זיך שעמען זאג וואס דו האלטס, און האלט וואס דו זאגסט,,
ס׳איז ארויסגעקומען לעצטענס א ניגון דערויף. (איך זאג דיר נישט פון וועם).
גייט עפעס אזוי...,
מען דארף מיט זיך זיין גאר עכט,
נישט אויס זען גוט און זיין גערעכט,
דעם אמת דארף מען אלץ זוכן מיט לעכט,,!
האב נישט מורא אויס צו זען שלעכט,
אפילו סטוט וויי און ס׳שטעכט,, (ב״פ).
אז דו מיינסט אז דו ביסט קלוג. ביסטו גאר נאריש, אז דו מיינסט ביסט הויך ביסטו גאר נידריג וכו.

קרייסלער
שר האלף
תגובות: 1015
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 20, 2015 6:01 am

תגובהדורך קרייסלער » מאנטאג אוגוסט 07, 2017 8:37 am

די שבת ניגון איז א היט! די אבי יתומים באלאנגט פאר א שווארצע רעיפער ואין מקומו ביי אידן אפילו מאדערנע

אוועטאר
פאר'מוח'ט
שר חמש מאות
תגובות: 965
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 03, 2017 6:57 am

תגובהדורך פאר'מוח'ט » מאנטאג אוגוסט 07, 2017 2:22 pm

אַבּערוואַס האט געשריבן:
אמביציע האט געשריבן:
אַבּערוואַס האט געשריבן:נישט יעדע צובראכענע נשמה דארף ווערן א זינגער/סטאר און/אז 'יעדער איינער' זאל אים נאך מחזק זיין דערצו... ליפא שמעלצער האט עס שוין איינמאל באוויזן, און ס'נישט די בעסטע איידיע געווען... מ'דארף מתפלל זיין אז דער אויבערשטער זאל אויסהיילן זייערע ווייטאגן אויף אנדערע אופנים, נישט דורכ'ן מיטשלעפן די גאנצע וועלט צו זייער דרגא.

#משוגע'נע וועלט #להשיג #פראדאקטיוו #וואטעווער

איך האלט די זעלבע, אבער דא איז אנדערש, דער פארקויפט גאר גוטע ווערק, עכט קינצליכע ווערק, נישט אלע אבער עטליכע פון זיינע ניגונים אין דעי סידי איז גאר גוט און אויך שטארק אין גאנג מיט די מוזיקאלישער וועלט.

גוט און קונצליך, מיינט נישט אז ס'איז נארמאל און אידישלעך, אסאך נישט אידישע היפי'ס האבן אויך א חוש צו נגינה און/אדער אנדערע קונסט. ודו"ק.

די פראבלעם גייט ווייטער, דאס איז וואס די עולם גייט פאר, אלץ מער משוגע און מאדנע, הייסט מער אינטרעסאנט!
די טעיסט האט זיך געביטן צווישען אונז, ס'קען נישט זיין אז דער גייט אן, אויב די עולם וואלט נישט מיטגעטאנצען מיט אים!
אזוי גייט דאס... מ'ווערט נישט יונגער, מ'ווערט נאר עלטער, אבער בלייבן פריש קען מען שטענדיג...

אוועטאר
טראבל מעיקער
שר האלף
תגובות: 1628
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג מארטש 11, 2016 2:00 pm

תגובהדורך טראבל מעיקער » מאנטאג אוגוסט 07, 2017 2:34 pm

א איד איז קיינמאל נישט אליין. ניין קיינמאל נישט אליין!
איזי

אוועטאר
דניאל אויערבאך
שר חמש מאות
תגובות: 956
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 08, 2017 4:31 pm

תגובהדורך דניאל אויערבאך » מאנטאג אוגוסט 07, 2017 2:55 pm

אַבּערוואַס האט געשריבן:נישט יעדע צובראכענע נשמה דארף ווערן א זינגער/סטאר און/אז 'יעדער איינער' זאל אים נאך מחזק זיין דערצו... ליפא שמעלצער האט עס שוין איינמאל באוויזן, און ס'נישט די בעסטע איידיע געווען... מ'דארף מתפלל זיין אז דער אויבערשטער זאל אויסהיילן זייערע ווייטאגן אויף אנדערע אופנים, נישט דורכ'ן מיטשלעפן די גאנצע וועלט צו זייער דרגא.

#משוגע'נע וועלט #להשיג #פראדאקטיוו #וואטעווער

א מין קראנקע אייוועלט זאך ביי יעדע משוגעת צוצולייגען להשיג פראדאקטיוו. ווי קומט איינס צום אנדערע??? אין אויב איך בין א פראדאקטיוו גרעדזושעט און איך האב פיינט דעם אלבום איז א פראבלעם???

אוועטאר
אַבּערוואַס
שר האלפיים
תגובות: 2179
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 02, 2013 5:13 pm

תגובהדורך אַבּערוואַס » מאנטאג אוגוסט 07, 2017 4:20 pm

דניאל אויערבאך האט געשריבן:
אַבּערוואַס האט געשריבן:נישט יעדע צובראכענע נשמה דארף ווערן א זינגער/סטאר און/אז 'יעדער איינער' זאל אים נאך מחזק זיין דערצו... ליפא שמעלצער האט עס שוין איינמאל באוויזן, און ס'נישט די בעסטע איידיע געווען... מ'דארף מתפלל זיין אז דער אויבערשטער זאל אויסהיילן זייערע ווייטאגן אויף אנדערע אופנים, נישט דורכ'ן מיטשלעפן די גאנצע וועלט צו זייער דרגא.

#משוגע'נע וועלט #להשיג #פראדאקטיוו #וואטעווער

א מין קראנקע אייוועלט זאך ביי יעדע משוגעת צוצולייגען להשיג פראדאקטיוו. ווי קומט איינס צום אנדערע??? אין אויב איך בין א פראדאקטיוו גרעדזושעט און איך האב פיינט דעם אלבום איז א פראבלעם???

כ'זע נישט אז מ'זאל ביי "יעדע" משוגעת צולייגן עפעס וועגן די דערמאנטע קורסן, אבער אבוויעסלי אין געוויסע פלעצער קומט עס אריין. און אין דעם פאל האב איך דאס פשוט געשריבן ארויסצהייבן די נקודה אז נישט יעדער וואס איז געקלאפט מחמת סיי וועלכע סיבה, דארף מען ארטיפישעלי מאכן ארויסשטיין, ס'איז געווענליך נישט געזונט פאר'ן באטרעפנדן און אוודאי נישט פאר די סביבה.

און דאס איז די קאממאן דינאמינעיטאר צווישן דעם סידי ומחברו און להשיג און פראדאקטיוו וכדו'.
ווארט א מינוט, לאמיך נאכקוקן...

שאהן הענניטי
שר האלפיים
תגובות: 2605
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יוני 15, 2012 12:07 pm

תגובהדורך שאהן הענניטי » מאנטאג אוגוסט 07, 2017 8:58 pm

קרייסלער האט געשריבן:די שבת ניגון איז א היט! די אבי יתומים באלאנגט פאר א שווארצע רעיפער ואין מקומו ביי אידן אפילו מאדערנע

מיינסט מן הסתם רעפפער.

אוועטאר
ליידיג גייער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 342
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 09, 2013 4:31 pm

תגובהדורך ליידיג גייער » מאנטאג אוגוסט 07, 2017 9:21 pm

אַבּערוואַס האט געשריבן:נישט יעדע צובראכענע נשמה דארף ווערן א זינגער/סטאר און/אז 'יעדער איינער' זאל אים נאך מחזק זיין דערצו... ליפא שמעלצער האט עס שוין איינמאל באוויזן, און ס'נישט די בעסטע איידיע געווען... מ'דארף מתפלל זיין אז דער אויבערשטער זאל אויסהיילן זייערע ווייטאגן אויף אנדערע אופנים, נישט דורכ'ן מיטשלעפן די גאנצע וועלט צו זייער דרגא.

#משוגע'נע וועלט #להשיג #פראדאקטיוו #וואטעווער

נישט יעדער וואס איז נישט אויף דעם לעוועל מיינט אז מ' איז אים מחזק, ליפא למשל איז זייער גוט אין נגינה זיין חסידישע קאלעקשאן וואס ער'ט ארויסגעבן פיהל פאר ער'ט ארויסגעגעבן די מאדנע אלבוימס איז געווען א היט הגם נאכדעם האט זייער געטוישט און גענומען נגינה צו זייער א נידריגע לעוועל

חלה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 346
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 13, 2014 5:24 pm
לאקאציע: אין דארף

תגובהדורך חלה » מאנטאג אוגוסט 07, 2017 10:46 pm

האט איינער א בילד פון די דעקל

פארשער
שר חמש מאות
תגובות: 900
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 16, 2009 7:20 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך פארשער » מאנטאג אוגוסט 07, 2017 10:56 pm

חלה האט געשריבן:האט איינער א בילד פון די דעקל
צוגעלייגטע
yeder-einer_2.jpg
yeder-einer_2.jpg (49.79 KiB) געזעהן 3220 מאל

תפארת התורה
אנשי שלומינו
תגובות: 6
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 07, 2017 8:21 pm

תגובהדורך תפארת התורה » דינסטאג אוגוסט 08, 2017 7:13 am

איך אין דעם זלעבן טאג וואס כהאב באקומען מיילעך'ס סידי האב איך באקומען אויך א נייע סידי פן אברהם פריד, די צווייטע האב איך נאך ניט געהערט, מרוב וואס איך קען נישט אפלאזן מיילעכ'ן.
וואס מיין איך צו זאגן: אמנם אברהם פריד האט א שענערע שטימע, אבער מיילעך'ס לידער זענען שענער
(חוץ פון די אבי יתומים וואס ס'האט מיר נישט געכאפט, אבער איך גלייב אז ס'איז דא וואס האבן עס יא ליב)
איי די "מי יודע", אוי האב איך געוויינט מיט דעם..... כ'האב עס געהערט א מאל נאכאמל מיט טרערן....
איך גלייב אז ס'וועט נאך זיין א קליפ ווי למשל לוי פאלקאוויטש זינגט עטליכע ניגונים פונעם אלבום, און דעמלאט וועט עס שוין כאפן אסאך מער, (אפילו איך האב עס אזוי ליב - לדעתי א שיינע ניגון איז א ניגון וואס מ'זינגט פון הארץ, און מיילעך קדישא האט עס ביי זיך)

בסד
שר חמישים ומאתים
תגובות: 334
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוקטובער 13, 2016 4:03 pm

תגובהדורך בסד » דינסטאג אוגוסט 08, 2017 10:19 am

א נעכטיגן טאג האט געשריבן:פיין, איך זעה די עולם האט הנאה פון די סידי איך הייב מיך אן צו שעמען אז איך בין פון די צירוקגעבליבענע.
#עולם_הפוך

איך הייב מיך אן צו שעמען, איך זעה די עולם האט הנאה פון די סידי.
ב"ה אז איך און דו זענען פון די צירוקגעבליבענע.

די סטייל איז ווי מער משוגע.
וואו איז משיח?

גראמער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 421
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 11, 2016 8:21 pm

תגובהדורך גראמער » דינסטאג אוגוסט 08, 2017 10:23 am

בסד האט געשריבן:
א נעכטיגן טאג האט געשריבן:פיין, איך זעה די עולם האט הנאה פון די סידי איך הייב מיך אן צו שעמען אז איך בין פון די צירוקגעבליבענע.
#עולם_הפוך

איך הייב מיך אן צו שעמען, איך זעה די עולם האט הנאה פון די סידי.
ב"ה אז איך און דו זענען פון די צירוקגעבליבענע.

די סטייל איז ווי מער משוגע.
וואו איז משיח?


וויאזוי זאגט יענער: ואס איז נעכטן געווען משוגע איז היינט נארמאל...

בסד
שר חמישים ומאתים
תגובות: 334
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוקטובער 13, 2016 4:03 pm

תגובהדורך בסד » דינסטאג אוגוסט 08, 2017 10:32 am

ווי זאגט יענער: שוין נישט דא היינט היפיס? אודאי נישט, היינט הייסט ער שוין פרעזידענט!
(געזאגט געווארן נאך פאר טראמפ'ס צייטן).

זאל דער באשעפער העלפן אלע צובראכענע נפשות, זיי אריינגלידערען געזונטערהייט. נישט אריינגלידערען די מענטשהייט אין די צובראכענקייט.

ווי זאגט (ר' בונם מפשיסכע?): באשעפער לייז אונז אויס אלס אידן ווי איידער אלס גוים חלילה.

שארף? בכלל נישט! ווען מען זעט ווי אזויווי עס גוי'שט זיך, אידיש'ט זיך.

אוועטאר
סאדאם חוסעין
שר חמשת אלפים
תגובות: 5070
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אפריל 30, 2015 5:10 pm

תגובהדורך סאדאם חוסעין » דינסטאג אוגוסט 08, 2017 11:06 am

און א סייד נאוט
ווי אזוי עס גוי'אישט זיך אזוי אידיש'ט זיך איז א שקר די אמת איז ווי אזוי עס אידיש'ט זיך אזוי גוי'אישט זיך ודו"ק
ווילאנג טראמפ האט טוויטער וועט זיין נייעס, און ווילאנג טראמפ איז א ריפאבליקען וועט זיין סקאנדאלן! [קרעדיט וויכי]

אוועטאר
סאדאם חוסעין
שר חמשת אלפים
תגובות: 5070
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אפריל 30, 2015 5:10 pm

תגובהדורך סאדאם חוסעין » דינסטאג אוגוסט 08, 2017 11:07 am

איך האב געהערט די ניגון פון אבי יתומים און געטראכט פון די וויזניצער קל אדון ניגון
האב איך מיר דערמאנט פון יואל לעבאוויטש ווען די מנהל פארווט ארויס די מלמד פארן זינגען א המנ'ישע ניגון.

איינער וויסט וואס איך רעדט?
ווילאנג טראמפ האט טוויטער וועט זיין נייעס, און ווילאנג טראמפ איז א ריפאבליקען וועט זיין סקאנדאלן! [קרעדיט וויכי]

אוועטאר
סארקאזי
שר חמש מאות
תגובות: 973
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 08, 2016 8:49 pm

תגובהדורך סארקאזי » דינסטאג אוגוסט 08, 2017 2:46 pm

איך גלייך מיילעכס סטייל, סאיז יוניק, איך וועל נישט זאגען אז ער האט עס מחדש געווען, אבער ביי אונז איז עס ניי, אבער נישט בהחלט גויאיש,
נעכטען בינעך געווען ביי א קומזיץ מיט ר פינחס וועבער האט ער געזונגען דעם ו''מי יודע'' יו' האט ער געשניטען די לעבער,,, סאיז געווען חבל על הזמן,,,
כהאב מחליט געווען איך מוז דאס קויפען,,,

אבער יעך בין שוין עטליכע מאל געגאנגען קויפען דעם אלבוים, ו
וען כהאב געזען דעם דעקל, האב איך עס צוריקגעלייגט,,,
איך קען נישט פויעלען ביי מיר צו נעמען אזא גועל נפשדיגע דעקל און די הענט,
מסתמא וועט דער יצר הרע געווינען און איך וועל עס קויפען, אבער דערווייל קען איך נישט
ער ברענג ארויס דאס נידריגסטע,,, קיין שום קלעס,,,


צוריק צו “היכל הנגינה”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 17 געסט